פארוואס איז היינט מצוי מער גייסטישע פראבלעמען? וואס איז דער הויפט חילוק צווישן דעם היינטיגן סדר החיים און דעם אמאליגן, און וואס זענען די רעזולטאטן? פארוואס טוען אזויפיל דערשטיקן זייער אמת'ער כאראקטער? א גרינטליכער אנאליז שילדערט די היינטיגע רעאליטעט אין אירע ריכטיגע קאלירן – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1 דורך בן מנחם

 

איינס צווישן יעדע 25 ערוואקסענע אין אמעריקע (4.2 פראצענט) מאכט מיט פון אן ערנסטן גייסטישן צושטאנד, לויט דער נאציאנאלע גרופע פאר גייסטישע קרענק (NAMI). לויט זיי וועט פון יעדע פינף קינדער צווישן 13 און 18 יאר אלט זיין איינער (21.4 פראצענט) וואס וועט במשך פון זיין לעבן אריבערגיין א גייסטישע שוועריגקייט, אויף קיין שום איד געוואונטשן.

מען קען אנפילן בלעטער מיט שטודיעס, ביכער מיט סטאטיסטיקס, ספרים שענק מיט מעשיות און עפיזאדן, אלע פארציילן כאיש אחד אז דער מצב מיט גייסטישע קרענק גייט אריבער אלע גבולים און ווערט נאר ערגער פון יאר צו יאר.

די מיליאן-דאלארדיגע פראגע וואס יעדער פרעגט איז, איז דאס א נייע ערשיינונג? איז דאס אמאל אויך געווען אזוי גאנגבאר ווי היינט? מען הערט דאך היינט פיל אפטער ווי אמאל פון די סארט פעלער.

אין אלגעמיין ווען מען וועט שטעלן די פראגע פאר א מענטש קען מען ערווארטן איינס פון די פאלגנדע דריי תירוצים, געוואנדן אין יענעמ׳ס מצב און דעת.

  1. עס איז היינט אויך נישט דא… די טעראפיסטן און פסיכאלאגן נעמען יעדן שטות און בלאזן עס אויף, אזוי אז זיי זאלן קענען זיצן אויף מענטשן און רעכענען געלט אויף דער שעה.
  2. עס איז אמאל אויך געווען, מען האט נאר איגנארירט די סימפטאמען. און טאקע אסאך מענטשן וואס מען וואלט געקענט ראטעווען זענען ליידער פארפאלן געגאנגען. היינט הערט מען נאר מער ווייל מען איז מער אויפמערקזאם דערוועגן און עס זענען פארהאן מער וועגן צו היילן.
  3. עס איז זיכער אז גייסטישע קרענק זענען אלעמאל געווען, אבער עס איז קיינמאל נישט געווען אזוי פארשפרייט. היינט מאכט זיך עס פיל אפטער און שנעלער ווי אמאל, און וועגן דעם הערט מען היינט מער דערפון.

צו אנאליזירן דעם ערשטן ענטפער דארף מען קודם קענען אביסל תורת הנפש… זייער אסאך מאל ווען א מענטש לייקנט די עקזיסטענץ פון א זאך כאפט ער נישט אז ער רעדט צו זיך אליין. עס איז נישט אזוי ווייט דאס וואס ער זאגט ווי דאס וואס ליגט אונטער זיינע ווערטער.

א מענטש וואס לייקנט די עקזיסטענץ פון נפשיות׳דיגע קרענק איז אדער אומוויסנד, ער קען נישט דעם מצב, ער איז בלינד צו דאס וואס שפילט זיך אפ אין זיין סביבה, אדער ווייסט ער ליידער צו גוט דעם מצב און ער כאפט נישט ווי ווייט ער פרובירט זיך אליין צו פאפן. ער וויל נישט טראכטן פון דעם פאקט אז ער וואלט אפשר געקענט נוצן הילף.

אדער קען דער ענטפער קומען פון א מענטש וואס איז שטארק אריינגעטון אין זיך, ער זעט זיך אלס מוצלח און האלט אז יעדער קען, מיט אביסל ארבעט, אויסשטייגן ווי אים. לויט אים זענען די אלע פראבלעמען נישט מער ווי תירוצים, באמת קומט עס פון פוילקייט, און נאך אזעלכע סארט טענות. די סארט מענטשן וועלן אויך זיין פארנומען צו מוסר׳ן די וואס ליידן אז מיט אביסעלע בטחון קען מען אלעס איבערקומען. עס איז נישט קיין קרענק, עס איז א חסרון אין בטחון.

עס מוז נישט זיין אז זיי זענען אזוי אומגערעכט, אבער עס איז נישט ״אדער שווארץ אדער ווייס״. דער וואס ליידט וויל נישט ליידן, אויב בטחון איז זיין תרופה דאן מוז זיין אז ער ווייסט נישט דעם וועג אהין און ער ברויך הילף אויף דעם אליין. סתם שרייען ״האב בטחון״ אן א זאכליכע עצה קען זיין מער רשעות און גאוה אויפ'ן חשבון פון אנדערע אידן ווי אן עצה טובה פון א גוטן פריינט.

עס איז אונזער האפענונג אז דער פראצענט פון די סארט מענטשן וועט פארקלענערט ווערן מיט דער ערשיינונג פון "נפשי", ווען זייערע אויגן וועלן זיך עפענען צו דעם צער פון זייערע ברידער און שוועסטער, קרובים און באקאנטע, און אומסענסיטיווע פראזן וועלן זיך מער נישט גיסן אויפ'ן חשבון פון בעלי יסורים, ווייל באמת מיינט קיינער נישט קיין שלעכטס, עס קומט בלויז פון נישט פארשטיין די אנדערע זייט מטבע. איינמאל מען נעמט אראפ דעם פירהאנג, מען דעקט אויף די קאנע מיט ווערים, טוישט זיך דאס גאנצע בילד.

 

 

היינט מער ווי אמאל?

דער צווייטער און דריטער ענטפער קריגן זיך ארום א מציאות. דער נידון איז צי עס איז אמאל געווען אזויפיל גייסטישע קרענק ווי היינט אדער נישט. דער ענטפער אויף דעם איז אביסעלע פארוויקלט, זינט מיר געדענקען נישט דאס לעבן פון אמאל, אבער לויט וויפיל מען זעט און מען הערט ליגט ווארשיינליך דער אמת ערגעץ אינדערמיט.

קודם דאס איז איינמאל זיכער אז עס איז היינט גאר אן אפטע ערשיינונג. עס איז אויך זיכער אז אמאל האט מען נישט געהערט פון די סארט קרענק אזוי אפט ווי היינט. אלזא, מסברא קוקט שטארק אויס אז עס איז אמאל געווען איינצלנע פעלער און היינט האט זיך עס שטארק פארשפרייט אלס גלאבאלע קרענק.

אבער דא שטעלט זיך די הויפט שאלה, וואס טוען מיר נישט ריכטיג? פארוואס איז היינט דא אזויפיל מער פון די פעלער ווי אמאל? וואס האט זיך געטוישט אין דער וועלט אז עס האט אזוי שטארק אפעקטירט די געזעלשאפט? עס איז דאך נישט קיין עפידעמיע וואס גייט אריבער פון איינעם צום צווייטן, עס איז גייסטישע קרענק.

הרבה קולמוסים כבר נשתברו על זה. נאך לאנגע חדשים פון אנאליזירן דעם פראבלעם, מיטהאלטן געשיכטעס, ליינען וואס דאקטוירים פארציילן, צוזאמשטעלן דאטא, האט זיך אונז ארויסגעשטעלט א מהלך וואס ווארפט א שטיקל ליכט איבער וואס עס קומט פאר ארום אונז.

 

דאס לעבן אמאל

עס איז נישט קיין סוד אז דער לעבנסשטייגער האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה. אמאל האט מען געלעבט אין א וועלט וואס איז שוין היינט נישט צום באקומען. היינט לעבט מען אין א וועלט פון טעכנאלאגיע, מען אטעמט דאס, אן דעם קענען מיר קיין טריט נישט פאראויסשטעלן.

עס זענען דא גאר אסאך חילוקים צווישן דעם אמאליגן לעבן און דעם היינטיגן, הן לטב והן למוטב. א הויפט חילוק איז אבער דאס פאלגנדע.

דער אמאליגער יונגל איז אויפגעוואקסן אין דארף, אדער העכסטנס אין שטעטל, ער האט געקענט זיינע עלטערן און געשוויסטער, זיינע חברים, דעם רב, דעם שוחט און דעם גבאי'ן. דער היינטיגער יונגל קען ארום 200 משפחה מיטגלידער פון אלע זעקס זייטן, נאך 30 חברים אין זיין כתה, נאך 150 אנדערע קינדער פון זיין יארגאנג, ער קען 100 מענטשן פון ביהמ״ד, ער קען אלע שכנים, ער קען די גאנצע קאנטרי. א יונגל היינט קען ארום 200 מענטשן אויפ'ן נאמען, נאך 500 קען ער אויפ'ן פנים. אמאל איז דאס נישט געווען.

דער בחור קען 1500 מענטשן ווי גארנישט. דער יונגערמאן האט אויף זיין ״קאנטאקט ליסטע״ א מינימום פון 200 נעמען. ווי עלטער מען ווערט אלץ מער מענטשן קען מען. יעדער קען יעדן. עס איז א קליינע וועלט.

אויב יעדער קען יעדן רעדט יעדער פון יעדן, דאס איז דאך פשוט. דער אמאליגער בעקער האט געבאקן ברויט פאר די 50 שטעטלישע איינוואוינער, ער האט געהערט זייער מבינות, זיך פרובירט צוצושטעלן. א היינטיגע בעקעריי מאכט ברויט אויף וואס 10,000 מענטשן ווייסן צו זאגן מבינות… זה אוסר וזה מתיר, ברוך האלט אז ער באקט זייער גוטע ברויט ווען זרח קריגט זיך קאטעגאריש, לויט אים איז דאס ברויט נישט אין מויל צו נעמען.

דער רעזולטאט? יעדער פרובירט צו געפעלן פאר יעדן!

ווען מאשקע פון קרעטשמע האט געוואלט א שידוך טון מיט זיין טאכטער האט ער געקוקט וואס זיין טאכטער האט צו פארקויפן, ער האט געזוכט א בחור וואס פאסט צו איר. מאשקע האט נישט געדארפט געפעלן פאר דער גאנצער שטאט ווייל ער האט פשוט נישט געהאט קיין גאנצע שטאט וועם צו געפעלן. זיינע עלטערן האבן געוואוינט צוויי טעג אוועק מיט א פיאקער, זיי וועלן הערן וועגן דעם שידוך הערשט אין אפאר חדשים פון יעצט. אין שטאט זענען קוים דא 50 מענטשן וואס קענען אים, יעדער איז גוט מיט יעדן און יעדער פארשטייט אז מאשקע זוכט וואס איז גוט פאר מאשקע.

דער היינטיגער מאשקע רופט זיך ״ר׳ משה״, ער איז א שיינער בעה״ב, סעמי תורה וגדולה, ״צו ג-ט און צו לייט״, אמאל מער צו ג-ט און אמאל מער צו לייט, ווענדט זיך אין דעם מצב רוח… יעדער ווייסט אז ״ר׳ משה וועט נישט נעמען סתם אבי ווער פאר אן איידעם,״ ער גייט נאר פאר עידית שבעידית.

פארוואס? עס איז דער זעלבער משה/מאשקע פון אמאל, פארוואס איז ער נישט צופרידן מיט וואס ער וואלט צופרידן געווען פאר 80 יאר צוריק? פשוט! דו ווייסט אז צוויי טויזנט מענטשן זענען נייגעריג וועם משה גייט למעשה נעמען? צען טויזנט מענטשן גייען הערן פון דעם שידוך און אפמאכן צי עס איז שיין צי נישט, צי עס איז ״מאדנע״ אדער נישט. דער דרוק איז גרויס, מען קען זיי נישט אנטוישן!

ווען מרדכי האט חתונה געהאט בשעטו״מ בשנת תרפ״ב אין הוידינאנאש האט ער געכאפט א שמועס מיט זיין נארוואס-באנייטע ב״ב, זיי האבן צוזאמען געטראכט מיט וועלכע ארבעט ער זאל זיך באשעפטיגן צו ברענגען פרנסה פאר'ן געזינדל וואס וועט מיט'ן אויבערשטנ׳ס הילף נאר וואקסן.

מרדכי האט אויפגעברענגט אז אפשר זאל ער אנהייבן אלס ארבעטער פאר'ן וואסער-שעפער, צוביסלעך וועט ער שטייגן אין ראנג, זיך צולערנען די פאך, און עווענטועל וועט ער ווערן אליין א וואסער-שעפער!

די רביצין האט אים אויסגעהערט און געענטפערט, עס איז זייער א גוטן פלאן אבער איך מיין אז עס איז אביסל צו א שווערע ארבעט פאר דיר, וויבאלד די דארפסלייט דארפן דאס וואסער גלייך ווען זיי שטייען אויף, דאס מיינט אז דו וועסט דארפן אויפשטיין פרי פארטאגס און ארבעטן געיאגט צו קענען זיין צייטליך ביי די טירן פון די הייזער. אפשר ווערסטו ענדערש דער מילכיגער?

דאס איז א גוטער פלאן, האבן מרדכי׳ס אויגן געגלאנצט. מען וועט צושטעלן די מילך פאר דער גאנצער שטאט, און נאכמיטאג וועט מען קענען גיין לערנען מיט די חברה ש״ס!

ערלעדיגט? ערלעדיגט!

פון היינט און ווייטער הייסט ער מער נישט מרדכי. ער איז מרדכי דער מילכיגער!

לאמיר אנאליזירן וואס דא איז פארגעקומען. א איד האט זיך אראפגעזעצט טראכטן זייער א דעליקאטע און ערנסטע נושא. ער איז דא דן אויף זיין עתיד, אויף זיין טאג טעגליכן סדר היום, אויף זיין סדר החיים, ער דארף צוגיין מיט ישוב הדעת זען וואס איז די מערסטע פאסיג פאר אים. און דאס האט ער טאקע געטון! ער האט געטראכט אהין און אהער, און מחליט געווען די החלטה פון וואס ער וועט די מערסטע הנאה האבן, די זאך וואס שיינט צו זיין די מערסטע פאסיג פאר אים.

עס איז תשע״ז. מרדכי האט חתונה, ער איז גראדע אן אייניקל פון מרדכי דער מילכיגער פון הוידינאנאש. ער זעצט זיך אוועק מיט זיין ווייב, נישטא וואס אפצומאכן, עס איז א דבר פשוט: מרדכי גייט אין כולל!

זייער א שיינע זאך, מרדכי לערנט אין כולל דריי יאר. וויפיל ער האט געלערנט ווייסט ער מיט'ן באשעפער מיט'ן ראש הכולל. אבער נישטא מער קיין געלט, מען דארף שפייזן די משפחה, די רענט קאסט אין די גדולות אריין, מען דארף ערנסט טראכטן וועגן א פרנסה.

מרדכי האט גראדע א טאלאנט, ער פארשטייט צו עלעקטריק פון דעם טאג וואס ער איז געבוירן. דאס איז זיין נאטור. ער האט נאך געצויגן ווייערס אין כתה ג׳, יעדן טאג מיט פרישע חידושים.

פאר ער איז געווארן בר מצוה האט אים זיין טאטע גענומען אויף א שמועס און מסביר געווען אז עס איז געענדיגט מיט די קינדערישע יארן, היינט האסטו שוין א יצר טוב, מען דארף זיך אפלאזן פון עלעקטריק און זיך זעצן לערנען. ״דו ווילסט דאך נישט אויסוואקסן קיין עלעקטערישן…״ האט ער צוגעענדיגט.

עס איז זומער אין קעמפ, די בחורים ארדענען זיך איין, דער שלעפט לעדלעך, דער צווייטער איז פארנומען אויספאקן די באקסעס, אבער מרדכי האט גאר אן אנדערע דאגה, ער אינסטאלירט יעצט פּלאגס ביי יעדן בעט, געצויגן פון די ״מעין״.

אויף עפעס אן אופן איז געשען די אומגעוואונטשנסטע זאך וואס האט נאר געקענט זיין, זיין טאטע איז געוואויר געווארן און קומענדיגן מאל ער האט גערופן האט ער געהאט צו הערן פון אלע זייטן. ״א עלעקטרישן גייסטו מיר אויסוואקסן?! מאמי וויינט יעדע וואך ביי די ליכט דו זאלסט אויסוואקסן א 'מענטש'. דאס געסטו איר צוריק? פאר דעם האב איך דיר מחנך געווען די אלע יארן, דו זאלסט זיין פארנומען מיט שטותים והבלים?!״

מרדכי האט געטראכט אין הארץ 'יא, איך וויל זיין א עלעקטרישן!״ אבער האט זיך דאס געשעמט ארויסצוזאגן. היינטיגע צייטן מיינט מרדכי שוין אויך אז ער וויל נישט זיין קיין עלעקטרישן, אבער טיף טיף אין אים טליעט נאך א רייץ, א ווילן, צו זיין א עלעקטרישן.

מרדכי זיצט יעצט מיט זיין ווייב, מען גייט אפמאכן מיט וואס ער זאל זיך באשעפטיגן. טיף טיף חלומ׳ט ער נאך פון יענעם פאך וואס האט אים אזוי געצויגן פון אייביג אן, אבער ווידער וואגט ער זיך נישט עס אפן ארויסצוזאגן. דאס ווערט דאך באטראכט אלס אזא דערנידערטע זאך.

מרדכי, נישט אנדערש פון יעדן וואס ווערט געבוירן מיט טאלאנטן, האט זיך זיינע רצונות, זאכן צו וואס ער ציט. מרדכי איז געבוירן געווארן מיט א געשמאק צו עלעקטריק. אט דער געשמאק האט נישט קיין קשר מיט אי-התמדת התורה, דער טאלאנט נעמט נישט אוועק פון זיינע איבעריגע מעלות ווי לאנג ער נוצט עס נישט אויס אויף שלעכטס.

נאטירליך, ווען מרדכי וואלט געוואוינט אין דארף וואלט ער אומצוויידייטליך אנגענומען א פול טיים עלעקטרישן דזשאב ווי נאר ער שפרייזט ארויס פון כולל. דאס איז ער און ער איז דאס. ער איז דער ״עלעקטרישן״, דאס איז זיין תכונת הנפש און דאס איז ווי אוממעגליך צו טוישן.

פארוואס נעמט ער למעשה נישט די ארבעט פון עלעקטרישן? ווייל זיין טאטע האלט נישט פון דעם פאך, ער איז מזלזל דערין.

לאמיר פרובירן אריינגיין אין זיין טאטנ׳ס קאפ, פארוואס איז ער מזלזל דערין? דער ענטפער איז ווייל אלע ״נארמאלע״ יונגעלייט האלטן זיך העכער פון דעם. עס איז טאקע נישט קיין ארבעט וואס איז מנגד צו די תורה, עס איז א כשר׳ע פרנסה, אבער דער עולם קוקט נישט ארויף אויף דעם. מרדכי׳ס טאטע וויל זיין זון זאל זיין א ״יש״.

דער סך הכל: מרדכי קען נישט נעמען די דזשאב צו וואס ער ציט ווייל ער וויל געפעלן פאר זיין טאטן וואס דארף געפעלן פאר זיינע חברים וועלכע דארפן געפעלן פאר זייערע פעטערס…

אמאליגע צייטן וואלט אזוינס פאסירט? ניין!

יעדער האט זאכן וואס ער טוט נישט אין גרויסן בית המדרש, כאטש וואס אין דעם קליינעם ביהמ״ד מיט זיינע חברים ערלויבט ער זיך יא. שטעלט זיך די קשיא, אויב שעמסטו זיך נישט דאס צו טון דאן פארוואס אין גרויסן ביהמ״ד האלטסטו זיך צוריק? דער ענטפער איז זייער פשוט. צווישן נאנטע חברים איז א מענטש באקוועם, ער פארשטייט זיך מיט זיי, זיי גייען אים נישט אראפקוקן בלויז ווייל ער טוט דאס.

נאך מער, זיינע נאנטע חברים קענען אים ״עכט״, זיי גייען נישט אפמאכן אויף אים זאכן באזירט אויף דער ספעציפישער טאט וואס ער טוט יעצט אין ביהמ״ד. דאס מאכט ער זאל זיין מער קאנפידענט צווישן זיי. ווידער אין גרויסן ביהמ״ד זענען דא אסאך מענטשן וואס קענען אים, אבער זיי קענען אים נישט עכט. זיי גייען באקומען א בליק אויף אים לויט די פאר מינדערוויכטיגע מעשים וואס ער טוט אין פובליק.

אמאליגע צייטן איז דאס גאנצע דערפל געווען ווי דער קליינער בית המדרש! אלס רעזולטאט האט יעדער געשפירט פריי צו זיין ״זיך״ און טון וואס ער וואלט געטון נאטירליך. און וועגן דעם וואלט מרדכי יא געווען א עלעקטרישן ווען ער וואלט געבוירן בשנת תרפ״ב. ווייל זיין טאטע וואלט אויך נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, וויבאלד זיין טאטנ׳ס חברים און באקאנטע וואלטן אים געשאצט און געקענט מיט אן אמת, נישט באזירט אויף זיין זונ׳ס פרנסה.

אין קורצן איז דער חילוק פון אמאל ביז היינט אזוי:

אמאל: יעדער קען נאר ווייניג מענטשן. די מענטשן וואס מען קען יא קען מען גוט. צוליב דעם מאכט מען החלטות באזירט אויף וואס איז גוט פאר 'מיר', מען דארף נישט געפעלן פאר מענטשן מיט יעדע זאך וואס מען טוט; וואס דו ביסט עכט ווייסט יעדער סיי-ווי.

היינט: יעדער קען יעדן, אבער נאר אויבערפלעכליך. יעדער מוז בלייבן מיט א שיינע אימעדזש אין יעדנ׳ס אויגן, ווייל מען קען דיך נאר פונדרויסן. אלס רעזולטאט מאכט מען החלטות באזירט אויף וואס 'יענער' גייט זאגן, און דער גאנצער סדר החיים דרייט זיך ארום יענעם.

 

זאג, וואס טוסטו פאר פרנסה?

מיר האבן אויסגעשמועסט די טריקענע פאקטן איבער דעם חילוק צווישן אמאל און היינט, אבער וואס איז דאס נוגע צו אונז? איז דאס א מעלה אדער א חסרון?

וואס איז די זאך וואס ווען מען זאגט דאס פאר א מענטש וועט עס אים באדערן די שטארקסטע? וועלכע זאך איז ביי א מענטש אזוי וויכטיג אז ווען מען וועט עס אוועקמאכן וועט ער עס נישט אויסהאלטן?

דער אמת׳ער ענטפער? ביי יעדן אנדערש. אבער אויב וועט מען קוקן אויף א גרויסן צאל מענטשן און מאכן א שטודיע צו זען וועלכע טשעפע עס באדערט זיי דאס מערסטע וועט ארויסקומען א שטיקל קו המשוה, עפעס וואס פאראייניגט די אלע זאכן.

יעדער מענטש אידענטיפיצירט זיך אלס מענטש מיט א געוויסער זאך. דער דיין איז ״א דיין״, דאס איז ער און ער איז דאס. דער רב איז ״א רב״, דאס ווערט זיין עצם מציאות. מיט דעם ווערט ער אידענטיפיצירט, ער איז דער דיין און ער איז דער רב.

דאס זעלבע איז מיט דעם סעילסמאן, ער איז ״א סעילסמאן״. דער גראפיקער איז ״א גראפיקער״. אין בית המדרש ווייסט יעדער אז בערל איז דער סעילסמאן און שמערל איז א גראפיקער.

רוב מענטשן ווערן אידענטיפיצירט, דורך זיך און דורך אנדערע, מיט וואס ער באשעפטיגט זיך. דער ישיבה בחור איז א ישיבה בחור, דער כולל יונגערמאן בלייבט כולל יונגערמאן אפילו ווען ער גייט אין גראסערי. ער איז וואס ער טוט.

ווען מען וועט אוועקמאכן די גאנצע גראפיק אינדוסטריע פאר א באס דרייווער וועט עס אים ווייניג וואס קימערן, ער האט גראפיקס אין בוידעם, גייט אים נישט אן קיין כי הוא זה. פרובירט אבער אוועקצומאכן א שיין שטיקל גראפיקס פאר'ן גראפיקער, ער וועט ארויסגיין פון די כלים. ווער רעדט נאך ווען איינער וועט זאגן אז די גאנצע גראפיק אינדוסטריע איז א טיפשות, א דמיון, שטותים מיט נארישקייטן, מענטשן האלטן זיך פארנומען איבער'ן טאג מיט שיינע בילדעלעך און שטיקעלעך מיט קאלירן, א באנדע נאראנים. זאגט דאס (נישט…) פאר א גראפיקער מיט אן ערנסטקייט כאילו איר האלט באמת אזוי, ער וועט אייך נישט מוחל זיין.

א מענטש איז בעיקר א מענטש דורך וואס ער טוט. די געביין האט יעדער די זעלבע. די באשעפטיגונג, דעם סדר היום, דאס מאכט דעם מענטש, דאס פונאנדערשיידט אים, און אויף דעם פאררופט ער זיך. ווען מען מאכט אוועק זיין באשעפטיגונג שפירט ער שלעכט, ווען מען לויבט אויס זיין באשעפטיגונג שפירט ער גוט.

אבער, דא קומט א גרויסער אבער. דאס איז אלעס נאר געזאגט געווארן ווען דער מענטש באשעפטיגט זיך מיט דאס וואס ער וויל זיך באשעפטיגן. ווי למשל דער גראפיקער וואס איז געבוירן מיט א חוש און א פארשטאנד צו ״ארט״, ער לעבט אין א שיין שטיקל גראפיק, אזא איינער ווען מען מאכט אוועק גראפיקס מאכט מען אוועק זיין עצם עקזיסטענץ.

ווען א מענטש איז געצווינגען זיך צו באשעפטיגן מיט עפעס וואס ער איז נישט אינטערעסירט דערין, ווי למשל א כולל יונגערמאן וואס איז נישט ״מסלתה ומשמנה״, ער לערנט נאר אין כולל צוליב די שוויגער, אזא איינעם וועט בכלל נישט אנגיין אויב איינער וועט חוזק מאכן פון כולל אינגעלייט, ווייל דאס איז נישט ״ער״, ער טוט עפעס וואס איז נישט ער. ער איז נישט אינטערעסירט דערין.

דער פאקט אז די באשעפטיגונג פונעם מענטש פארנעמט ביי אים אזא גרויסע פלאץ מאכט אז מענטשן זאלן שטארק שוקל זיין אין וואס זיי גייען אריין. און דא מאכט זיך דער חילוק צווישן אמאל און היינט.

אמאל האט א מענטש נישט געדארפט געפעלן פאר מער ווי 10 מענטשן. אויב זיין ווייב האט נישט געזען קיין פראבלעם אין א פאך אלס בעקער, זיינע דריי חברים וועלן אים ווייטער ארויפקוקן אלס בעקער, האט ער נישט געטראכט קיין צוויי און אנגענומען דעם פאך אויב האט עס אים געצויגן.

און אמאל האט די ווייב נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם ווייל זי האט זיך אויך נישט געדארפט געפעלן פאר מער ווי 10 מענטשן און יענע 10 מענטשן האבן זיך אויך נישט געדארפט געפעלן פאר מער ווי 10 מענטשן, וואס דאס האט געמאכט אז קיינער זאל נישט האבן קיין פראבלעם הלמאי מיין זון/איידעם/ברודער/טאטע/חבר איז מיר געווארן א בעקער, ווייל אזא פראבלעם איז נאר שייך ווען דער מענטש דארף זיך געפעלן פאר איינעם וואס האט א פראבלעם מיט בעקערס און ער וויל נישט אז יענער זאל אים אראפקוקן צוליב דעם פאקט אז זיין זון/איידעם/ברודער/טאטע/חבר איז א בעקער.

אזוי איז די וועלט באשאפן געווארן און צוליב דעם האט די וועלט געלעבט זייער נאטירליך. דער וואס האט געוואלט באקן איז געווארן א בעקער, דער וואס שעפן וואסער איז אים אויסגעקומען גוט האט געשעפט וואסער, דער וואס פאררעכטן שוך האט אים צופרידנגעשטעלט איז געווארן דער שוסטער, און אזוי איז געווען עולם כמנהגו נוהג ווען קיינער זוכט נישט צו זיין ווער ווייסט וואס. ווייל ווייניג מענטשן קענען מיך, און צו דעם וואס קען מיך עכט גייט מיין פאך נישט טוישן זיין מיינונג אויף מיר.

צייטן האבן זיך געביטן. היינט איז א קליינע וועלט, דאס האט געמאכט אז אויב מיין טאטנ׳ס פעטער האט א חבר וואס האט א ברודער וואס האט א מחותן וואס קוקט אראפ אויף בעקערס דאן קען איך מער נישט זיין קיין בעקער, ווייל איך וויל נישט מיין טאטע זאל מיך אראפקוקן און אויב ווער איך א בעקער גייט ער מיך אראפקוקן ווייל ער דארף געפעלן פאר'ן פעטער וואס קוקט אראפ בעקערס. דער פעטער קוקט אויך נאר אראפ בעקערס ווייל ער ווייסט פון זיין חבר וואס קוקט אראפ, און דער חבר קוקט אויך נאר אראפ צוליב דעם ברודער…

עס נעמט נישט לאנג אז אין אזא קליינע וועלט זאל זיך פארמירן א סטאטוס-קווא אז זיין א בעקער איז ״נישט קיין פאסיגע פאך״. פון דארט ביז א פראבלעם פאר'ן בעקער צו טון א שידוך, איז א קאצן שפרונג.

נאך יארן וואס יעדער קען יעדן זענען פארמירט געווארן אן א צאל הלכות און דקדוקי הלכות איבער וואס אלץ עס איז אראפגעקוקט און וואס עס פאסט נישט. יעדע משפחה האט זיך אירע הלכות וגדרים, און יעדער וואס ווערט געבוירן אין א משפחה איז מחויב זיך ארונטערצואווארפן און אויספאלגן אלע משפחה פרינציפן.

ביז נישט לאנג צוריק האט יעדער מענטש געפאלגט זיין נאטירליכן אינסטינקט. דאס וואס האט אים דאס מערסטע געצויגן צו טון פאר פרנסה דאס האט ער געטון. אויב האט ער געשפירט ער האט א טאלאנט צו עפעס האט ער נישט געצעגערט, געזאגט און געטון.

די החלטה מיט וועלכע זאך זיך צו באשעפטיגן איבער'ן טאג האט זיך געדרייט ארום איין איינציגע שאלה: וואס וועט 'מיך' דאס מערסטע באפרידיגן, וואס קומט דאס בעסטע אויס פאר 'מיר'. איינמאל דער מענטש איז דערגאנגען וואס עס קומט אים אויס דאס בעסטע איז די החלטה געמאכט געווארן. מער האט נישט אויסגעפעלט.

פארשטייט זיך אז אזא שטייגער האט פראדוצירט צופרידענע מענטשן. רואיגע, פרייליכע און גוטמוטיגע מענטשן איז נישט געווען קיין זעלטענע זאך.

ווידעראום היינט איז גאר אנדערש, עס איז א וועלט פון "והמה בקשו חשבונות רבים". ווען דער יונגערמאן הייבט אן טראכטן פון טון עפעס פאר פרנסה ווייסט ער קודם ״וואס נישט״… די שוויגער וויל נישט דאס, דער טאטע האלט נישט פון יענץ, די ווייב טראכט אז דאס איז נישט פאסיג, דער שכן און חבר אין ביהמ״ד מאכן חוזק פון יענץ. עס בלייבט איבער א קארגע ליסטע פון זאכן וואס מען קען נאך טון.

דער שנה ראשונה יונגערמאן וואס וויל זיך קוים שטעלן אויף די פיס דארף זיך צושטעלן און באפרידיגן א געוואלד מיט מענטשן. ער דארף געפעלן און אויסנעמען ביי מאסן מענטשן. זיין החלטה וואס צו טון ווערט וועגן דעם פון א פשוט'ע באשלוס וואס איז מיר די מערסטע פאסיג, ממש א בארג.

ווער רעדט נאך אין פעלער ווען כדי ריכטיג אויסצונעמען דארף מען טון איין געוויסע זאך. אין איין משפחה מוז יעדער האנדלען אין ריעל עסטעיט. דאס איז א באפעל! ווער עס האנדלט מיט עמעזאן איז א דורכפאל. די גאנצע בליק אויף מענטשן אין יענע משפחה איז, וויפיל בנינים האט ער. פארשטייט זיך אז דער יונגערמאן וועט נישט אזוי שנעל קענען פועל'ן ביי זיך אריינצוגיין אין עפעס אנדערש. איי ריעל עסטעיט איז נישט עכט די זאך אין וואס ער האט א געשמאק, ער וואלט ליבערשט געהאנדלט מיט עסן, אדער געזונגען ביי חתונות, אבער ניין! אויב ווילסטו זיין ״א מענטש צום טיש״ דאן זאלסטו בעסער טון ריעל עסטעיט!

דאס איז דער חילוק צווישן אמאל און היינט. אמאל האט מען געלעבט פאר זיך, געטון וואס עס האט אינערליך געצויגן דעם מענטש. היינט לעבט מען פאר יענעם, יעדער נאר נישט איך, און מען טוט דאס וואס ציט פאר יענעם.

 

דערשטיקן "זיך" צוליב "יענעם"

לאמיר ממחיש זיין די גרויסע חלק וואס די באשעפטיגונג נעמט אויס ביי א מענטש, מיט א מעשה שלא היה.

אין א קליין דערפעלע נישט ווייט פון קראקע וואוינט ר׳ פתחי׳ דער רב פון שטאט און ר׳ תנחום דער וואסער טרעגער. ווען איינער האט געהאט א שאלה איז ער געגאנגען צו ר׳ פתחי׳ און ווען מען האט געברויכט וואסער איז מען געגאנגען צו ר׳ תנחום. אזוי איז געווען יארן לאנג.

ווי פארשטענדליך פלעגט דער רב זיצן אין בית המדרש אויבן אן, גלייך נעבן דעם בעל תפילה, ווידער ר׳ תנחום וואסער טרעגער איז געזעצן אויפ'ן לעצטן באנק צוזאמען מיט'ן בעקער און די אנדערע ארבעטער.

איין שיינע יאר, עס איז א׳ סליחות פארטאגס, דער שמש לויפט ארום קלאפן אויף די פענסטער ״שטייט אויף צו סליחות! שטייט אויף לעבודת הבורא!״ אין מקוה זעען זיך שוין אן די זריזים, ר׳ שניאור, דער ראש החבורה פון חברת ש״ס מיט נאך אנדערע.

אבער ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך האט דער שמש געמאכט א טעות און אנקומענדיג צום הויז פון ר׳ תנחום דער וואסער-שעפער האט ער אריינגעקלאפט מיט עפעס א מורא׳דיגע דרך ארץ. ר׳ תנחום טראכט ווער עס קלאפט דארט אזוי איידל, ער עפנט אויף און זעט נישט קיין צווייטן ווי דעם שמש וואס זאגט אים, ״איך האב געוואלט זאגן פאר'ן רב אז דער ציבור ווארט שוין אין בית המדרש״…

ר׳ תנחום ווערט רויט ווי א בוריק: ״עס איז עפעס פורים היינט?! נישט געטראפן קיין בעסערע צייט ווען צו וויצלען ווי א׳ סליחות?!״ דער שמש דערשרעקט זיך, ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, און אנטלויפט פון דארט פארשעמטערהייט.

ר׳ תנחום גייט ארויס, רגליו מוליכות אותו לבית המדרש, איבעראל שטעלט מען זיך אפ און מען באגריסט אים מיט א חרדת קודש, ״א גוט מארגן, רב,״ זאגט שעפטיל קצב. תנחום זעט אז עפעס ערנסט גייט דא פאר.

אנקומענדיג אין ביהמ״ד הערט ר׳ תנחום ווי דער עולם שושקעט, עס ווערט שטיל און יעדער ווארט דער רב זאל צוגיין צו זיין פלאץ און אנהייבן אשרי יושבי. תנחום גייט צו זיין פלאץ אויף די לעצטע שורה, אבער דער גבאי פון ביהמ״ד לויפט גלייך צו רויט און אנגעצויגן, און פרעגט, ״פארוואס האט זיך דער רב געזעצט פון הינטן?״ און אזוי רעדענדיג שלעפט ער אים ארויף צום אויבנאן און איז אים מכבד מיט דעם רב׳ס פלאץ.

פון דער אנדערער זייט. ר׳ פתחיה דער רב שטייט אויף צו סליחות מיט צוויי שעה פריער ווי נארמאל, ער איז דאך רב פון שטאט. ער גייט אין מקוה מיט א חרדת קודש, קיינער גריסט אים נישט. ארויסקומענדיג פון מקוה פרעגט אים איינער צי ער האט אפשר וואסער צו פארקויפן, דער רב כאפט נישט וואס ער רעדט.

ער קומט אן אין בית המדרש, זעצט זיך אויף זיין פלאץ, אבער גלייך שפרינגט דער עולם אויף. א חוצפה! דער וואסער טרעגער זעצט זיך אויפ'ן רב׳ס פלאץ?! אראפ!

מען פירט אים צום לעצטן באנק, ביים פלאץ פונעם וואסער טרעגער. און דער גבאי מורמלט נאך צו ״איזהו חכם המכיר את מקומו״.

עס גייט אדורך א טאג, וואך, חודש, יאר, אבער דאס איז עס. ר׳ פתחיה דער רב איז געווען געצוואונגען אויפצושטיין פרי פארטאגס שעפן וואסער, ווייל אויב נישט האט ער געוואוסט וועט עס זיך נישט לוינען, מען דארף דאך ברענגען ברויט אין שטוב. ווידער ר׳ תנחום האט געמוזט ענטפערן שאלות און פירן די שטאט.

פארשטייט זיך אז ביידע פון זיי האבן פארלוירן זייער טעם אין לעבן. דער רב איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, און דער וואסער טרעגער איז געווארן אן אנגעצויגענער מענטש וואס רעגט זיך און שעלט אויף יעדן שטות. ביידע האבן עווענטועל זיך געמוזט נעבעך גט׳ן פון זייערע ווייבער, פארלירן זייערע פאסטנס, די נייע מיט די אלטע, און קלעטערן פאר נדבות אין די רעגן און היצן.

א שיינע פיקטיווע געשיכטע, אבער שוין גארנישט אזוי פיקטיוו. דאס קומט פאר טעגליך.

א מענטש "אידענטיפיצירט זיך" און "ווערט אידענטיפיצירט" דורך אנדערע לויט דער זאך מיט וואס ער באשעפטיגט זיך. יעדער מענטש וויל מצליח זיין און וויל ווערן אידענטיפיצירט אלס מוצלח. יעדער מענטש איז אנדערש איינער פונעם צווייטן, השי"ת האט יעדן מענטש געגעבן זיינע אייגנארטיגע נאטורן, טאלאנטן און כלים, און וועגן דעם האט יעדער שאנסן מצליח זיין אין אן אנדערע פעלד. אויב ר' פתחיה האט שטארקע שאנסן מצליח צו זיין אלס רב האט תנחום שאנסן מצליח צו זיין אלס וואסער טרעגער. אויפטוישן די יוצרות מאכט אז נישט ער און נישט ער זאלן אמאל קענען מצליח זיין.

ווען א מענטש מוז טון עפעס וואס ציט אים נישט, עפעס אין וואס ער אנערקענט נישט קיין עתיד דערין, ווערט ער אידענטיפיצירט פאלש. מען רופט אים בעקער בשעת וואס ער און יעדער ווייסן אז ער איז קיין בעקער נישט.

ער קוקט זיך אן און זיין אונטערבאוואוסטזיין פרעגט זיך: וואס בין איך?! מיט וואס בין איך א מוצלח? וויאזוי פול איך אויס מיין טאג? דער ענטפער צעמישט אים. נישטא קיין ריכטיגער ענטפער אויף דעם. ער טוט עפעס וואס איז נישט זיין נאטור בכלל.

זיין באשעפטיגט טאג טעגליך מיט א זאך וואס מען וויל נישט, זיין געצווינגען צו זיצן שעות יעדן טאג אויף זאכן וואס מען איז נישט אינטערעסירט, הרג'עט דעם מענטש אינערליך. מענטשן עסן זיך אויף און זיי אליין ווייסן נישט דערפון, ווייל עס גייט פיל טיפער ווי מען מיינט.

וויבאלד זיין אן עלעקטרישן איז אפגעפרעגט ביי דער געמיינדע ווייסט מרדכי קוים ביי זיך אז ער וויל זיין אן עלעקטרישן. ער איז אויפגעוואקסן אויף פיל א העכערן שטייגער ווי דעם, ער אליין "וויל שוין היינט נישט זיין קיין עלעקטרישן". ער וויל יא, ער וויל נישט. ער וויל נישט ווייל ער וויל זיין ארויפגעקוקט, ער גייט אין זיין לעבן נישט נעמען אזא ארבעט. אויב טראגט מען עס אים אן וועט ער עס אפזאגן, ער וועט אפילו זיין באליידיגט אויף דעם וואס האט אים עס אנגעטראגן. ער וויל דאך אבער יא… ער זאגט אפ ווייל ער ווייסט אז זיין אימעדזש וועט געקלאפט ווערן דערפון. ער ווייסט ביי זיך קלאר אז ער וויל נישט, ער ווייסט שוין אפילו נישט אז טיף אינערליך וויל ער באמת יא.

דאס מיינט אז דער מענטש קריגט זיך מיט זיך אליין. זיין אונטערבאוואוסטזיין רייסט אראפ דאס וואס ער טוט אויף טריט און שריט. ער ווייסט נישט דערפון, ווייל דאס אונטערבאוואוסטזיין איז א געפיל וואס מען שפירט, עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, אבער יעדע אזא געפיל האט א שכל'דיגן הסבר.

מענטשן מאכן היינט די אייגענע החלטות בלויז פאר יענעם, די פראבלעם איז אז זיי מיינען אז זיי זענען מסכים דערמיט. ווען א מענטש נעמט אן א דזשאב וואס די געזעלשאפט קוקט ארויף מיינט ער אז ער וועט הנאה האבן. ער ווערט אבער איבערראשט ווען שוין אינעם ערשטן טאג איז אים פארגאנגען דער אפעטיט. זיין אונטערבאוואוסטזיין שרייט "דאס איז נישט געמאכט פאר דיר!"

כשם שפרצופיהם אינם שוות כך דעותיהם. יעדער מענטש איז אן עולם מלא, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן, יעדער איז געבויעט אויף א וועג וואס נעמט אים נאטירליך צו א מהלך וואס ברענגט אים הצלחה. די פראבלעם ווערט ווען אנשטאט אפמאכן וואס איז גוט פאר מיר לויט וויאזוי דער אויבערשטער האט מיך באשאפן גייט מען און מען טוט דאס וואס "יענער" און "יעדער" קוקט ארויף. דא שטעקט דער טעות. דא ליגט דער טויטער הונט באגראבן.

מענטשן כאפן עס אבער נישט, ווייל "איך" בין דאך טאקע א געלונגענער מענטש, און איך בין זיכער יא געמאכט צו טון דאס וואס די געזעלשאפט קוקט ארויף. ער ווייסט נעבעך נישט פארוואס ער הייבט אן ליידן פון ענקזייעטי, OCD, און אלע שמות נרדפים.

ער איז געווארן א מגיד שיעור און ער זעט נאך אפאר וואכן אז עס איז נישט פאר אים. בשנת תרפ"ב לאזט ער אפ די דזשאב. ער איז מסביר פאר זיינע חברים אז ער זעט עס איז נישט פאר אים און שוין! בשנת תשע"ז בלייבט ער יארן אויפ'ן דשאב ווייל "וואס וועט די גאס זאגן," איך בין עפעס א לא יוצלח? א דורכפאל צו וואס? בלייבט ער זיין גאנץ לעבן אויף א דזשאב וואס איז נישט פאר אים. ער גרייט צו שיעורים קעגן זיין אייגענע ווילן, גייט אין ישיבה געצווינגענערהייט, און רייסט זיך כסדר אראפ אינערליך.

ווען א מענטש לעבט באמת מיט וואס איז ריכטיג פאר "מיר", ווען א מענטש גייט צו צום לעבן דורך אנערקענען זיך אליין, דורך וויסן זיינע טאלאנטן און זיי נאכפאלגן, דעמאלט רייסט ער זיך נישט אראפ, ער איז צופרידן מיט זיך. אויב אבער מען טוט בלויז דאס וואס איז "ארויפגעקוקט", מען פארשלוסט זיך, מען הערט נישט אויס וואס דער אייגענער מוח האט צו זאגן, דאן גיט דער מוח נישט אויף, עס קלאפט אויס אדער פיזיש אדער גייסטיש. די מוח און הארץ שרייען "מיר זענען נישט צופרידן."

95 פראצענט מענטשן קומען נישט אן צו אפילו 1 פראצענט פון וויפיל זיי זענען ביכולת לויט זייערע כשרונות, זאגן שטודיעס. אנדערע שטודיעס צייגן אן אז 95 פראצענט מענטשן שטעלן זייערע מטרות צו וואו זיי ווילן דערגרייכן באזירט אויף דער הצלחה פון אנדערע. די צוויי שטודיעס זענען משלימים זה את זה… און אט דא שטעקט די פראבלעם. דער מענטש איז נישט זיך, ער איז יענער. דער ״איך״ ווערט נישט סערווירט, ער איז ליידיג, ער האט אזויפיל צוצושטעלן אבער מען גיט אים נישט קיין שאנס. איז דען א וואונדער אז ער הייבט אן פראוויצירן?

עס זענען אבער דא וואס פרובירן זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם דורך פירן א טאפלטן לעבן, ווי די אנוסים אין שפאניע. פונדרויסן איז ער בערך דאס וואס זיין משפחה וויל ער זאל זיין, אבער למעשה האנדלט ער מיט אנדערע זאכן בסוד סודות…

וואס טוט איר? ״איך בין אביסל אין ריעל עסטעיט״… אדער, ״איך לערן אביסל מיט בחורים״… למעשה פירט ער אן עמעזאן ביזנעס אינדערהיים, צומאל אויף דער ווייב׳ס קאפ, פשוט צו ברענגען ברויט אין שטוב.

און וואס עס איז נאך די מערסטע קאמיש, אדער טראגי-קאמיש, איז דער פאקט אז זיך צו העלפן פון פראבלעמען וואס זענען געשען צוליב ״יענעם״ האלט מען זיך אויך אפ צוליב… יא, צוגעטראפן, יענעם… סטיגמע, ווי עס רופט זיך.

 

וויאזוי עס קלאפט אויס

אויב גייט מען אדורך אביסל די ליסטע פון מחלות וואס פלאגן דעם ציבור קען מען דערקענען א שיינע צאל פון דער ליסטע וואס קענען ווערן פאראורזאכט פון "אראפרייסן זיך אליין". דאס צייגט נאכאמאל אז דאס איז אן ערנסטער משחית, און דאס קען זיין דער ענטפער פארוואס אמאל זענען נישט געווען אזויפיל פון די מחלות.

לאמיר איבערגיין על הסדר:

סטרעס: פעלט אויס הסבר? א מענטש וואס טוט טאג טעגליך נאר וואס ער מוז, כאטש עס איז בכלל נישט צוגעפאסט צו זיין אמת'ער כאראקטער, איינער וואס איז געצווינגען צו האבן דעם סדר היום וואס ער האט, א מענטש וואס איז נישט צופרידן מיט וואס ער טוט, איז דען א וואונדער אז ער ליידט אויף סטרעס?

ווי פלעגט מיין רבי זאגן, ווען א מענטש קומט אריין אין ביהמ"ד און באוואשט דיך פון קאפ ביז פיס ווייל דו האסט אים בטעות אנגערירט, זיי וויסן  אז ער איז נישט משוגע, ער מיינט בכלל נישט דיך, נאר דו ביסט געווען דאס לעצטע זאלץ קערנדל אנצופילן דאס מעסטל.

דער סטרעס ליידנדער מיינט אז זיין איבערגעפילטע ארבעטס טאג ברענגט אים סטרעס, די צעווילדעוועטע קינדער מאכן עס אן, ער ווייסט נישט אז עפעס יסודות'דיג, עפעס וואס ער אליין פרובירט צו איגנארירן, איז דער גורם פון זיין סטרעס, און דאס איז זיין אומצופרידנהייט מיט זיך אליין.

 

דעפרעסיע: די הויפט אפטייטש פון דעפרעסיע איז אז דער מענטש פארלירט זיין טעם אין לעבן, ער פארלירט אינטערעסע אין טאג טעגליכן רוטין. דאס קען ח"ו ברענגען זעלבסטמארד אין עקסטרעמע פעלער, און פוילקייט אין גרינגערע פעלער. הצד השוה שבהן שדרכן להזיק ושמירתן עליך.

פארוואס ווערט א מענטש דעפרעסט? די נאנטסטע סיבה וואס מ'קען זאגן איז "ווייל ער האט טאקע פארלוירן זיין טעם אין לעבן".

א מענטש מיט טאלאנטן וואס איז געצווינגען זיך צו צעקוועטשן אין א פלאץ וואו ער קען זיך נישט ארויסגעבן, אזא איינער לעבט נישט. דער אויבערשטער האט באשאפן יעדן מענטש מיט א וועג וויאזוי ער קען האבן א טעם אין לעבן. די פראבלעם ווערט ווען מען פארשפארט אים דערפון און ער ווערט געצווינגען עוסק צו זיין אין א זאך וואס שענקט אים נישט אט דעם וויכטיגן געפיל.

אודאי איז די אויפגאבע פון יעדן איד צו געפינען זיין טעם אין לעבן ביי דער גמרא, שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, אבער אז זיין גשמיות'דיגן לעבן איז נישט אין ארדענונג, ער שפירט נישט קיין צופרידנקייט און שלות הנפש, קומט אים אויך אן שווער צו קענען ריכטיג דינען השי"ת. דער וועג צו געפינען א טעם אך ורק ברוחניות איז ווייט און נישט גרינג, מיר זענען מחוייב צו צילן און קלעטערן אהין, אבער אויפ'ן וועג מוז מען האבן עפעס א רוח חיים.

 

פאביעס: א מענטש אין תפיסה ליידט אויף פאביעס. ווער ווייסט וואס קומט יעצט? וועט מען מיך פייניגן? זאל דער שומר מיך נאר נישט כאפן ביי אן עבירה און אריינווארפן אין לאך.

ווען א מענטש ליידט אויף פאביעס איז דאס אונטערבאוואוסטזיין נישט מחלק בין טב למוטב, צווישן די פאביעס וואס זענען לאגיש אויסגעהאלטן צו די וואס נישט. אויב לאזט מען אריין דעם משחית איז ער נישט מבחין.

ווען א מענטש לעבט זיין גאנץ לעבן אונטער לחץ "די גאס" זאל נאר נישט געוואויר ווערן אז איך ארבעט דארט וואו איך ארבעט "אומאפיציעל", באקומט ער א פאביע פון דער מענטשהייט אפילו ביי זאכן וואס די מענטשהייט אקצעפטירט יא. און פאביע מביא פאביע ואין לדבר סוף.

 

ענקזייעטי: אזויווי ביי פאביעס, דער מענטש איז אונטער דרוק, ער איז כסדר אונטער אבזערוואציע פון די יאכנעס, דאס ברענגט אים פרעשור אויף טריט און שריט. יעדע מסקנא דארף מען בויען אויף "מה יאמרו הבריות", און עס מאכן זיך דורכפעלער ווען די שאצונג מה יאמרו הבריות איז נישט געווען ריכטיג, די בריות האבן נישט געזאגט דאס וואס דו האסט געוואלט.

א מענטש לערנט זיך פון דורכפעלער, און ער ווערט פארנומען ארבעטן ביטער שווער צו געפעלן א וועלט.

מענטשן נעמען היינט ווייניגער ריזיקעס ווי אמאל צוליב די שאנס פון דורכפאל. אמאל איז א דורכפאל געווען א בושה פארנט פון צוויי מנינים מענטשן, היינט הילכט עס אפ פון איין עק וועלט צו דער צווייטער. יעדער שמועסט דערפון.

אמאל האט מען געעפנט גרויסע ביזנעסער, היינט פרובירט יעדער ארבעטן שטיל פאר זיך. ווי ווייניגער "נויז", אלעס איז א סוד, מען ציטערט פון "די גאס".

מיר קענען יונגעלייט וואס האבן ענקזייעטי פון זיך גט'ן, כאטש וואס עס האלט ב"ה ווייט דערפון. ער ציטערט פון אזא חרפה אזש עס שטערט אים פון טאג טעגליכן סדר היום.

 

OCD: א מענטש וואס שפירט ליידיג זוכט צו טרעפן אנערקענונג ביי זיך אליין, דאס קען ברענגען דעם מענטש צו טון זאכן וואס ער מיינט גייען אים מאכן שפירן גוט, און ער טוט די זאכן מיט א מורא׳דיגן פרעשור ווייל ער ווייסט אז אן דעם שפירט ער ווי א גארנישט.

א מענטש וואס דארף געפעלן פאר א וועלט מיט מענטשן טרעפט זיך פיל מאל אין א מצב ווי ער קען שוין כביכול גארנישט צוגעבן צו דער בריאה, אלע טאלאנטן זענען שוין פארנוצט, איך בין גארנישט ווערד דא.

אין דארף האט יעדער מענטש אויסגעגעבן זיינע טאלאנטן אויף אן אייגענע וועג, יעדער האט געהאט א באזונדערע זאך וואו ער האט געשפירט אז דארט איז ער דער ״שטערן״. היינט איז שוין אלעס פארכאפט. דאס ברענגט ביי מאנכע צו ליידן פון OCD.

 

ADD: זייער א קאמפליצירטע קרענק, עס איז שווער צו טייטלען מיט'ן פינגער אויף א געוויסע זאך וואס ברענגט דערצו. אבער אמאל איז דער זעלבער ADD ליידנדער געווען סך ווייניגער אויסגעשטעלט צו פראבלעמען, יעדער האט געטון עפעס אנדערש, און דער ADD האט געטראפן עפעס א פעלד וואו ער קען בליען, ער האט זיך אויסגעגעבן אלס עסקן פון שטאט.

היינט דארף יעדער אריינגיין אין א שמאלן קעסטל. נישטא צופיל אפציעס וואס צו טון. א קינד וואס קען נישט איינזיצן אין חדר איז א דורכפאל. דאס איז די סיבה פארוואס ADD איז היינט אזא גרויסע פראבלעם.

מ'קען נאך אויסרעכענען נאך צענדליגער גייסטישע צושטאנדן און וויאזוי זיי פארמירן זיך אונטער דער השפעה פון מה יאמרו הבריות, אדער אונטער דעם פאקט אז מענטשן רייסן זיך כסדר אראפ. ותן לחכם ויחכם עוד.

 

טעכנאלאגיע

די טעכנאלאגישע וועלט מארשירט מיט אימפעט, דאס לעבן היינט איז פיל גרינגער ווי אמאל. אבער דאס לאזט א פלאץ פאר פראבלעמען אריינצוקומען.

א מענטש וואס שפירט נישט אז ער פעלט אויס, איז אפן פאר פראבלעמען. א מענטש דארף שפירן גוט מיט זיך. ער דארף שפירן פול. אמאל ווען מען האט ענדליך געגעסן א ברויט איז נישט געווען קיין גליקליכערע מענטש, עס איז געווען די תוצאה פון א יאר הארעוואניע, אקערן, זייען, שניידן, פלעגן, מאלן, באקן. היינט קומט עס כהרף עין, מ'דארף בלויז אויסשטרעקן די האנט.

א יונגערמאן פארציילט אז ער האט אנגעהויבן ליידן אויף א נפשיות׳דיגע קרענק גלייך נאכ'ן ענדיגן אפצאלן חובות וואס ער האט יארן געדרייט. דער מטפל האט אים געזאגט אז אפילו חובות זענען נישט געשמאק, אבער יעדע טריט וואס מען רוקט זיך, יעדע דאלאר וואס ווערט באצאלט, איז א באזונדערע הנאה. עס מאכט דעם מענטש שפירן אז ער טוט אויף.

ווען דאס האט זיך געענדיגט האסטו אנגעהויבן שפירן ווי עס איז נישטא קיין סיבה פארוואס דו זאלסט דא זיין בכלל. וואס טו איך דא אויף? און דאס האט געלאזט א פלאץ פאר גייסטישע שוועריגקייטן זיך אריינצורוקן.

טעכנאלאגיע אליין איז נישט די זאך וואס ברענגט פראבלעמען. עס מאכט נאר דעם מענטש ליידיג, און ביי א ליידיגן מענטש זאמלען זיך ענדערש אן פראבלעמען.

 

עפילאג

עס איז וויכטיג אנצומערקן אז עס איז זיכער אז די נושאים וואס מיר ברענגען אויף זענען נישט די "איינציגסטע" זאכן וואס ברענגען נפשיות'דיגע ליידן, אבער אלע מומחים זענען מודה אז אראפרייסן זיך אליין איז א סכנה און ברענגט צו די ערגסטע נאכפאלגן. יעדער איז אויך מודה אז א ליידיגער מענטש איז א סכנה. אלזא, קען זיין אז דאס איז דער ענטפער אויף די שטייגנדע צאל פון מענטשן וואס מאכן מיט די נפשית'דיגע יסורי איוב און עס האלט נאר אין איין שטייגן. צו אידענטיפיצירן און פארשטיין דעם שורש וואס איז גורם א פראבלעם און זיין אויפמערקזאם דערצו, איז א טריט נענטער צו דער רפואה.

*

אין נפשי #2 איז ערשינען א קורצע הוספה צום שלימות הענין

דער ארטיקל "גייסטישע פראבלעמען אמאל קעגן היינט", ערשינען אין ערשטן נומער פון "נפשי", האט אוועקגעשטעלט א שטיקל הבנה איבער דער פראגע וואס אלע פרעגן, פארוואס הערט מען היינט אזוי אפט איבער גייסטישע פראבלעמען, אויבנאויף פיל מער ווי אמאל. אונזער אנאליז האט אין קורצן ארויסגעברענגט דעם פאקט אז היינט צוטאגס איז די וועלט א קליינע, יעדער מענטש קען זייער אסאך אנדערע, אלס רעזולטאט דארף מען געפעלן פאר זייער אסאך מענטשן. און דאס ברענגט דעם עולם צו פארגעסן פון זיך און לעבן פאר יענעם, א זאך וואס נעמט אוועק די סטאביליטעט פון א געזונטן מענטש און מאכט אים אויסגעשטעלט צו ווערן גייסטיש אפעקטירט פון דעם נאכאנאנדן דרוק.

דער ארטיקל האט ב"ה געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג, אסאך האבן געשיקט קאמענטארן, הוספות און טעאריעס צום ענין, אסאך שיינע ענינים זענען אויפגעברענגט געווארן, זאכן וואס האבן געעפנט נאך פארשידענע צדדים און מהלכים פון פארשידנערליי קוק-ווינקלען.

גאר אסאך מענטשן האבן אויפגעברענגט א ווייטאגליכע באמערקונג, זאגנדיג, עס איז אלעס זייער שיינע טעאריעס, עס שטימט טאקע אז דאס לעבן פאר יענעם ברענגט אסאך פראבלעמען, אבער דאס מאכט דאך די ווייטאג נאר גרעסער, ווייל קיין לעזונג צום פראבלעם איז נישט אנגעגעבן געווארן.

און צו זיין אויפריכטיג, עס איז באמת נישטא קיין וועג צו טוישן די וועלט. דער הייליגער דברי חיים האט אמאל געזאגט, "ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז איך גיי קענען טוישן די וועלט, ווען איך בין עלטער געווארן און איך האב איינגעזען אז דאס וועט שוין נישט געשען האב איך געהאפט צו טוישן מיין שטאט, ווען איך בין נאך עלטער געווארן האב איך משיג געווען אז איך דארף נאר טוישן מיר אליין."

אסאך מענטשן האבן שוין פרובירט צו טוישן די וועלט, דערווייל אן ערפאלג. די וועלט בלייבט לויפן אויף איר גאלאפ. היינט זענען דא גרויסע שטעט, עס זענען דא טעלעפאנען, פליגערס און אנדערע כלי רכיבה טראגן מענטשן שנעל פון איין דעסטינאציע צום צווייטן, מען רייזט און מען רעדט און מען פלאפלט, און מען באקענט זיך מיט נאך און נאך מענטשן וואס רעדן פון דיר און דו פון זיי. דאס איז היינט די וועלט. צו טוישן דעם פרישן מציאות פון לעבן דארף מען זיך אריבערציען צו א דארף, אויפגעבן דעם טעלעפאן, פארקויפן די קאר, און בלייבן דארט וואוינען פון ערב פסח ביז ערב פסח. אבער ווער גייט דאס דען טון? "יעדער" וועט דאך האלטן אז איך בין נישט מיט אלעמען… און מען דארף עס טאקע נישט טון.

וואס קענען מיר יא טון?

עס איז באקאנט די מעשה מיט איינעם פון די צדיקים וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר א צוועק. ווען ער איז אנגעקומען צו א געוויסן באקאנטן עושר אין שטאט האט יענער נאר געוואלט וויסן פאר וועמען דאס געלט וועט גיין, אבער וויפיל ער האט פרובירט ארויסצובאקומען דעם נאמען איז עס נישט געגאנגען. דער צדיק האט געזאגט אז דער מענטש שעמט זיך מיט דעם פאקט אז ער איז א נצרך לבריות און ער טאר בשום פנים ואופן נישט ארויסגעבן זיין אידענטיטעט. דער עושר האט צוגעזאגט ריזיגע סכומים מיט געלט בתנאי אז דער נאמען ווערט ארויסגעגעבן, אבער דער צדיק האט זיך פעסט געהאלטן צו זיין ווארט.

נאך א שטיק צייט זיך איינבעטן אן ערפאלג האט דער עושר גערופן דעם צדיק אין א זייט און אנגעהויבן דערציילן זיין מצב, "איך האב לעצטנס באנקראטירט, די בעלי חובות גייען איין טאג בקרוב געוואויר ווערן דערפון, עס גייט זיין ביזי בזיונות, איך וועל עס נישט קענען אויסהאלטן. איך וואלט געוואלט דער רבי זאל גיין פאר מיר נאך געלט אבער איך וויל נישט מיין צרה זאל ארויסרינען. יעצט זעענדיג ווי שטארק דער רבי היט אויפ'ן סוד פון א צווייטן איד בין איך מגלה מיין נויט און איך בעט הילף." דער צדיק איז ארויסגעגאנגען פון דארט מיט א נייע אויפגאבע, נעמליך, שאפן געלט פאר דעם פרישן יורד.

די מעשה אילוסטרירט שטארק דעם פאקט אז צוטרוי פון מענטשן באקומט מען ווען מען היט 'יענעמ'ס' סוד. ווען ראובן זאגט אויס שמעונ'ס סוד פאר לוי שטילערהייט כאפט ער נישט אז כאטש שמעון וועט האפנטליך קיינמאל נישט געוואויר ווערן איבער דעם אומווערדיגן טאט וואס ער האט געטון, דאך אפעקטירט עס די נאמנות וואס 'לוי' האט אויף אים. כאטש וואס אויבנאויף האט ער יעצט געטון א טובה פאר לוי, ער האט אים מגלה געווען אן אינטערעסאנטער סוד, דאך, לוי גייט יעצט געדענקען אז ראובן זאגט אויס סודות ווען עס פעלט אויס. און אלס רעזולטאט וועט ער אכט געבן אים נישט צו געטרויען מיט זיינע אייגענע סודות.

אין אנדערע ווערטער, איינער טוט אן עוולה קעגן א געוויסן מענטש, אבער כאטש וואס אויבנאויף האט ער געטון די עוולה נאר קעגן איין מענטש, פארט ווען מען קוקט מיט א ווייטן בליק זעט מען אז ער האט גאר בא׳עוול׳ט א צווייטן, און אויף א שטערקערן און מער יסודות׳דיגן פארנעם. אין אונזער משל איז דער צווייטער נישט מער ווי זיך אליין.

אויף דעם זעלבן וועג ארבעט עס אויך ביי לשון הרע. ווען ראובן בארעדט שמעון צו לוי הייבט לוי אן מורא האבן צו טון די זאכן מיט וואס שמעון ווערט דא בארעדט דורך ראובן. קומט אויס אז יעדע לשון הרע ברענגט א נייע קרענק פאר די מענטשן וואס הערן די לשון הרע. כאטש וואס אויבנאויף טוט די לשון הרע בא׳עוול׳ען דעם וואס ווערט בארעדט, פונדעסטוועגן, דער וואס הערט די לשון הרע בלייבט מיט'ן גייסטישן אפעקט פאר פיל לענגער, זיין אונטערבאוואוסטזיין איז יעצט געוואויר געווארן נאך א זאך פון וואס זי דארף זיך היטן, דאס מיינט נאך א פעקל אויפ'ן גייסטישן אקסל, א טריט נענטער אונטערצוברעכן ח״ו אין פארעם פון א גייסטישן קרענק.

אלזא, צו דער פראגע, וואס קענען מיר טון צו פארמינערן די פראבלעם אז יעדער לעבט פאר יעדן? מאך זיכער אז קיינער לעבט נישט דיר צו געפעלן. וויאזוי? דורך אויפהערן בארעדן מענטשן! דו זעסט איינעם מיט אן אלטן הוט? רעד נישט דערפון, ווייל דיינע צוהערער גייען יעצט אנהייבן קוקן אויף זייערע אייגענע הוטן צי עס איז גענוג ניי אויף צו באפרידיגן אייער מאיעסטעט.

לשון הרע איז א רעוואלווער, אירע קוילן פירן דורך א לאנגזאמע מארד. אויב זאלן מיר אפשטעלן דעם נאכאנאנדן שטראם פון די שפיזיגע רכילות קוילן, וועט מען נישט דארפן כסדר זארגן איבער יענעם, עס וועט זיין א מער גייסטיש-געזונטע געזעלשאפט און אלע וועלן געניסן פון א רואיגן, גליקליכן לעבן. געדענקט, החיים והמות ביד הלשון.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן