געפילן, זיי ווילן, שפילן, און ערפילן. – באקומען נוצן פון יענעמ'ס געפילן. – באוואוסטזיין און אונטערבאוואוסטזיין. – מוח שליט על הלב. – בטחון פאר גייסטישע פראבלעמען – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1

 

געפילן שפילן די הויפט ראלע אין תורת הנפש. זיי פאראורזאכן די חורבנות, און דורך זיי היילט מען. געפילן מיט תורת הנפש גייען סינאנים, לטב ולמוטב. אבער איין מינוט, וואס איז דאס א געפיל? פון וואו נעמט זיך איר כח? צו וואס פעלט בכלל אויס אזא זאך ווי געפילן? וויאזוי קענען מיר ארויסנעמען די מערסטע נוצן פון געפילן?

לאמיר גיין אויף א רייזע אין דער וועלט פון געפילן, א רוישיגע וועלט, עס איז פול מיט קאלירן, איין מינוט איז עס די געשמאקסטע זאך וואס איז נאר פארהאן, אבער זי קען אויך דערגיין א מענטש די יארן אויף טריט און שריט.

 

געפילן, זיי ווילן, שפילן, און ערפילן

די געפילן מאכן דעם מענטש. ווען איר זעט א מענטש זעט איר א דומם וואס איז אויסגעפארעמט פון געפילן. אינסטינקטן הייסן אים שטעלן טריט, ער עסט ווען דאס געפיל מורמלט אים אונטער הונגער, ער טרינקט ווען דאס געפיל נודשעט א דארשט, ווען דאס געפיל שעפשעט מידקייט גייט מען זיך לייגן, ווען דאס געפיל איז איבערמוטיג טאנצט מען.

א מענטש אן געפילן האט נישט קיין שאנסן צו לעבן מער ווי פינף מינוט. ער גייט אין גאס, שפירט נישט קיין דראנג זיך אפצושטעלן ביים ווינקל, די קארס פארן אים אריבער און מאכן פון אים א תל ביז סעקונדן.

א מענטש אן געפילן האט נישט קיין סיבה נישט צו קלאצן א גאנצן טאג, עס מאכט אים נישט אוממוטיג. ברענגען פרנסה? פארוואס, צו עסן? ער שפירט נישט הונגעריג.

ער דארף נישט קיין חברים, אנערקענונג אינטערעסירט אים נישט, ער איז טרוקן ווי א פעפער, א סקעלעט אן קיין טעם צו גארנישט.

אפילו שטעלן א טריט קען מען נישט אן דעם געפיל וואס שיקט דעם אינסטינקט פון מח צו די פיסלעך.

נישט נאר וואס געפילן פירן דעם מענטש אויף טריט און שריט, נאר רוב זאכן וואס מענטשן טוען טוט מען כדי צו עררייכן עפעס א געפיל וואס מען זוכט. דאס גאנצע לעבן באשטייט פון זוכן געפילן, משה זוך מיך…

א מענטש גייט ארבעטן, פארוואס? יעדער פאר א צווייטע סיבה. כאטש יעדער ענטפערט "פרנסה".

איינער ארבעט שווער כדי צו זיין א סוקסעספולער מענטש, לויט אים איז א בעל פרנסה סוקסעספול. פארוואס וויל ער זיין סוקסעספול? ווייל ער דארף "שפירן" אז ער איז א מענטש צום טיש, אז אנדערע מענטשן קוקן אים ארויף, אז אנדערע מענטשן זענען אים מקנא. געפילן… ער ארבעט אגאנצן טאג כדי אז סוף טאג זאל אים איינער מקנא זיין און ער וועט עררייכן דעם אזוי געגארטן געפיל פון "סוקסעס".

דער צווייטער ארבעט שווער כדי צו קענען אוועקלייגן געלט און זיין רואיג מיט ברייט פרנסה. ער ארבעט אומרואיגערהייט צו עררייכן די געפיל פון רואיגקייט. נישט ארבעטן מאכט אים אנגעצויגן ווייל מהיכן ירק זה חי, די עצה זיינע איז צו ארבעטן שווער און אזוי ארום קענען לעבן "רואיג", "אויסגעצאלט".

ווידער איז דא איינער וואס ארבעט שווער ווייל ער וויל אנקומען צו א הויכע פאזיציע וואס וועט אים אין דער ענדע ברענגען די געשמאקע "כבוד" געפיל. ער שטייט אויף פרי יעדן טאג, ארבעט ביטער שווער, אבער ער גייט מיט א שמחה, ווייל למעשה סוף הכבוד לבא. דאס כבוד געפיל וועט מיר נאך אמאל מאכן שפירן גוט.

צופיל פון איין געפיל הרג׳עט דעם מענטש. צו ווייניג הרג׳עט אים אויך. דער מיטלוועג איז וואס האלט אונז ביים לעבן. צו ווייניג פחד ברענגט סכנה, צופיל פחד ברענגט פאביעס. ווייניג בושה ברענגט שונאים, צופיל בושה פארמיידט חברים.

עס איז ווי א טבע ביי מענטשן אוועקצומאכן געפילן, און אלעס וואס האט מיט איר א שייכות. מענטשן מאכן אוועק געפילן אלס שטותים, דמיונות. דער בעסטער וועג צו איבערווייזן די קראפט און הערשאפט וואס געפילן האבן איבער א מענטש איז דורך אנרייצן א געפיל וואס וועט אים ארויסנעמען פון די כלים…

שטעלט אייך פאר אז שבת אין גרויסן בית המדרש ביים ליינען שטעלט זיך אויף דער גבאי אויפ'ן באלעמער, ער רופט אויס אייער נאמען און זאגט: "גיי ארויס! דו האסט מער נישט קיין דריסת הרגל דא אין ביהמ״ד!" וואס וואלט איר געשפירט? כעס, שרעק, און בושה. דער קערפער וואלט געווארן צוזאמגעצויגן, די אויגן ארויס פון די לעכער, די שטערן אנגעשטרענגט. אלעס פארוואס? ווייל די גבאי האט אויפגערייצט "געפילן".

די חכמי הקבלה האבן שוין געזאגט אז דער מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון פיר מידות, דאס זענען אש מים רוח און עפר. דער תניא אין פרק א׳ רעכנט אויס יעדע מדה וועלכע געפילן עס ברענגט אויף, אש ברענגט כעס, מים – תאוה, און אזוי ווייטער. די זעלבע איז אויך אויף גוטע מדות ווי הכרת הטוב און שמחה.

יעדער איינער האט אלע פיר מידות אבער ביי יעדן איז אן אנדערע מידה על הגובה. ביי איינעם איז כעס שטארק ווען ביים צווייטן איז עס התפארות. די אלע מידות זענען געפילן מיט וואס דער מענטש ווערט באשאפן, און די געפילן וועקן זיך אויף כסדר, זיי שפילן, און אונזער ארבעט איז זיי צו האלטן אין קאנטראל און אויסוועלן וועלכע געפיל זאל ארבעטן ווען.

 

באקומען נוצן פון יענעמ'ס געפילן

יעדער מענטש טרוימט אויף אנדערע געפילן, געוואנדן אין דער נאטור פונעם מענטש. איינער גלייכט כבוד ווען דער צווייטער גלייכט רואיגקייט. יעדער עפעס אנדערש, אבער יעדער לעבט אויף עפעס א געפיל. און באמת, יעדער זוכט יעדע סארט גוטע געפיל וואס איז נאר פארהאן, דאס אטעמט מען און פון דעם ערנערט מען זיך, אבער יעדער האט איין ספעציפישע געפיל אויף וואס ער לעבט. און דאס דארף ער ווי אקסידזשען צום אטעמען.

דער כבוד שמעקער שטעלט אויס זיין גאנצע סדר החיים באזירט אויף זיין געיעג נאך כבוד. יעדע טריט און שריט ווערט געפירט מיט אן אינערליכן חשבון וויאזוי דאס גייט מיר ברענגען כבוד געפילן. די פראבלעם איז נאר אז אויב וועט יעדער וויסן אז ער זוכט כבוד איז דאך אויס מיט די גאנצע כבוד… דאס איז די סיבה פארוואס ער באהאלט אט דעם פאקט אז ער זוכט כבוד, עס איז א זאך וואס מען רעדט נישט דערפון. ומחשש אז איינער וועט יא ח״ו רעדן דערפון און צונישט מאכן זיין גאנצע לעבן מיט א ווארט האט מען געמאכט א גזירה אז מען טאר נישט רעדן פון קיין שום געפיל. און אלס גזירה לגזירה טאר מען אפילו נישט טראכטן פון קיין געפילן.

מיט יעדע טאט וואס א מענטש טוט זוכט ער עפעס א געפיל. ער עסט כדי צו שפירן זאט, ער דרש׳נט כדי צו באקומען אנערקענונג, יעדע ריר איז געפילן. מיר קענען גרינג מאכן ריווח דורך אנערקענען וועלכע געפיל דיין חבר זוכט יעצט אויף דער מינוט.

ווען דיין חבר פרעגט דיר וויאזוי דיין טאג איז געווען היינט קענסטו אים ענטפערן לויט וויאזוי דיין אייגענע געפיל שטופט דיר צו זאגן. למשל אויב ווילסטו יעצט שפירן אז איינער האט מיטלייד מיט דיר וועסטו באנעבעכן דיין טאג. פון דער אנדערער זייט אבער קענסטו מאכן דיין חבר זאל דיך ליב האבן דורך טראכטן פארוואס ער פרעגט דיר יעצט די שאלה, ״וועלכע געפיל זוכט ער צו באקומען״. עס קען זיין אז ער פרעגט נאר כדי "ער" זאל קענען פארציילן וויאזוי זיין אייגענע טאג איז געווען. לאז אים, עס וועט אים געבן דעם גוטן געפיל און ער וועט דיך בארימען פאר דער גאנצער שטאט…

דו זעסט א מענטש זוכט אנערקענונג? געב אים עס. ער זוכט איינער זאל אים שעצן? שעץ אים, דו וועסט ארויפגיין מדריגות גדולות אין זיינע אויגן, וסוף הכבוד לבא. דאס וועט דיך מאכן פאר אן אנגענומענער מענטש, א מענטש צום טיש, און דיין אייגענע געיעג נאך גוטע געפילן וועט זיין א גרינגערע און שנעלערע, און עס וועט האלטן לענגער.

ווען דיין חבר פרעגט וויאזוי דיין טאג איז געווען כאפט ער אליין נישט אז ער זוכט דא צו באקומען עפעס א ספעציפישע געפיל, דא קומט אריין די אונטערבאוואוסטזיין (״סובקאנטשעס״) פונעם מענטש, וואס איז א הויפט שפילער אין דער וועלט פון געפילן און תורת הנפש.

 

באוואוסטזיין און אונטערבאוואוסטזיין

דער מוח פונעם מענטש איז צעטיילט אויף אסאך חלקים, אבער בכלליות איז דא די באוואוסטזיין ("קאנטשעס") און די אונטערבאוואוסטזיין ("סוב-קאנטשעס). דאס איז באמת דער מוח און דער לב.

דער מוח איז א זאך וואס נעמט נאר אן עפעס וואס מאכט סענס. אויב האט עס לאגיק אין זיך, עס איז פארשטענדליך דאן איז עס אקצעפטירט. אויב נישט שיקט ער עס צוריק פון וואו עס קומט. ווידער דאס אונטערבאוואוסטזיין, דאס הארץ, איז געבויעט אויף געפילן, און געפילן מאכן נישט קיין סענס. געפילן איז די גרעסטע סתירה צו לאגיק. און נאכמער, אויב נעמט מען א געפיל און מען טראכט עס איבער מיט לאגיק איז דאס געפיל מעיקרא ליתא, ווייל עס שטימט נישט.

דאס אונטערבאוואוסטזיין באשטייט פון מחשבות וואס ווערן געטראכט אין די ״בעקגראונד״ פונעם מוח. דער מענטש ווייסט ניטאמאל אז ער טראכט עס, זיין מוח רעקארדירט עס נישט באוואוסטזיניג, עס לויפט אריבער און ווערט פארשוואונדן מיט אלע בייזע רוחות, עס קומט מער נישט צוריק, דער מענטש פארגעסט דערפון.

א בראשור וואס האט שיינע גראפיקס וועט מער אויסנעמען ווי איינס וואס איז געמאכט מיט א טייפרייטער. דער מענטש וועט אננעמען וואס דארט שטייט אלס אמת פיל שנעלער ווי פון א צעטל געשריבן מיט די האנט. און דאס ווייל דאס אונטערבאוואוסטזיין שיקט א הודעה צום מוח אז אט דער בראשור ״זאגט עפעס״. דאס אונטערבאוואוסטזיין האט עס נאכנישט געליינט, עס ווייסט אפילו נישט וואס דארט שטייט, אבער עס ווייסט שוין צו פארציילן אז וואס עס שטייט אין דעם שיינעם בראשור דארף ווערן אנגענומען. דאס אונטערבאוואוסטזיין האט נישט קיין שכל, אבער עס מאכט איבער דעם קלוגן מענטש, עס מאכט אים אננעמען ערנסט א זאך וואס ער האט נאכנישט געזען בכלל.

ווען מען וועט פרעגן דעם מענטש פארוואס ער האט אנגענומען ערנסטער דאס וואס שטייט אין דעם שיינעם בראשור וועט ער זיך אליין וואונדערן. וואס איז טאקע פשט? ער וועט נישט געדענקען אז עס איז אים אדורכגעלאפן א שטילע מחשבה גלייך ווען ער האט עס געזען, און יענע מחשבה האט געשעפשעט אין אויער, ״ר׳ איד, וואס דא שטייט זאלסטו אננעמען, איך גלייך דעם בראשור.״

ווען ער זאל ווען וויסן אז דאס געפיל וואס זאגט מיט אזא זיכערקייט אז וואס דא שטייט דארף מען אננעמען איז געבויעט אויף די חיצוניות׳דיגע גראפיקס מיט וואס דער בראשור איז באשיינט וואלט ער איר כלל נישט גענומען אין באטראכט. ער וואלט פארשטאנען אז דאס גוטע געפיל וואס ער שפירט כלפי אט דעם בראשור איז בלויז באזירט אויף די גראפיקס. ווען עס קומט אבער אנצונעמען די תוכן הדברים דארף מען שוין באזונדער דן זיין צי יענער רעדט צו דער זאך אדער נישט.

דאס אונטערבאוואוסטזיין געפיל מיינט נישט אויסצונארן דעם מענטש, ווען עס קען ווען רעדן וואלט עס געזאגט קלארע דיבורים, ״איך גלייך די גראפיקס פון דער אויסגאבע,״ וויבאלד אבער עס איז בלויז א געפיל, עס קען נישט רעדן, שיקט עס א גוטן געפיל, א מעסעדש צום מוח וואס מאכט דעם מענטש שפירן גוט. דער מענטש טייטשט פשוט אויס דאס געפיל אומריכטיג, ער פארשטייט פון דעם גוטן געפיל אז די גאנצע אויסגאבע איז גוט.

געפילן קענען נישט רעדן. זיי קענען זאגן גוט אדער שלעכט. יא אדער ניין. זיי מאכן שפירן שלעכט ווען זיי האבן עפעס נישט ליב, זיי מאכן שפירן גוט ווען עפעס ציעט זיי. ווען דער מענטש באקומט דעם מעסעדש, גוט אדער שלעכט, טראכט ער נישט אריין צופיל אין דעם פשט פונעם געפיל, פארוואס איך שפיר יעצט גוט לגבי דער זאך, ער ווייסט יעצט נאר אז דאס איז גוט און דאס נישט.

א טיפער טראכטער וועט יא טיפער אריינקוקן אין זיך און פרובירן געוואויר צו ווערן פארוואס ער שפירט גוט כלפי איין זאך און שלעכט כלפי די אנדערע, און ווי טיפער ער וועט גיין אלץ מער אמת׳דיג וועט זיין הלוך ילך לויפן.

דער מח פון א מענטש האלט אינאיין ארייננעמען אינפארמאציע, ער גייט אין גאס זעט ער די וועטער, מענטשן, בנינים. אבער ווען מען וועט אים פרעגן וואס ער האט אלץ געזען וועט ער קוים געדענקען א פראצענט פון וואס ער האט פאקטיש געזען. דאס מיינט אבער נישט אז די זאכן האבן זיך אויסגעמעקט, עס איז קאי וקיים באהאלטן אין דעם אונטערבאוואוסטזיין פונעם מענטש. ווען דער מענטש איז אונטער היפנאזיע וועט ער קענען פארציילן מינדערוויכטיגע זאכן וואס ער געדענקט פון 50 יאר צוריק (זע באזונדערע באשרייבונג איבער היפנאזיע).

דאס איז גאר א גרויסע טובה פאר'ן מענטש. ווען דער מענטש זאל ווען ארייננעמען יעדע קלייניגקייט מיט'ן פולן דעת וואלט ער משוגע געווארן פון דער ריזיגער צאל אינפארמאציע וואס יעדע מינוט אין לעבן ברענגט מיט זיך, פאקוסירן וואלט געווען אן אוממעגליכע זאך פאר אזא סארט מענטש. וועגן דעם איז דא אזא זאך ווי באוואוסטזיין, "קאנטשעסנעס", וואס דאס פילטערט אדורך די אלע אינפארמאציע און שטעלט פאר פאר'ן מענטש בלויז דאס וואס ער שפירט איז אינטערעסאנט פאר אים.

ווען א מענטש ליינט א צייטונג ווייסט דער מח אז ער וויל יעצט זען נייעס רעפארטאזשן, ער איז קנאפ אינטערעסירט אין די אדווערטייזמענט. דאס איז די סיבה פארוואס די רעקלאמעס וועלן ממש נישט געזען ווערן, ער וועט נישט געדענקען וועלכע פירמע האט אדווערטייזט, כאטש וואס זיינע אויגן האבן עס יא געזען און זיין אונטערבאוואוסטזיין האט עס אריינגענומען.

וועגן דעם ווען א מענטש וועט זיך יא נויטיגן אין א פראדוקט וואס איז געווען אנאנסירט אין אן אויסגאבע וואס ער האט געליינט וועט אים דער נאמען פון דער פירמע וואס האט אדווערטייזט קלינגען אין די אויערן אלס א גרויסער שפילער אין דעם פעלד, און ער וועט זוכן צו שאפן זייער קאנטאקט אינפארמאציע. כאטש וואס ווען מען וואלט אים געפרעגט נאכ'ן דורכמישן דעם בלאט פון יענעם אנאנס וואס דארט איז געשטאנען וועט ער אפשר נישט וויסן צו ענטפערן מימינו לשמאלו.

דער אונטערבאוואוסטזיין פילטער ארבעט אזוי גוט אז אויב איז דער מענטש יא פארנומען לעצטנס צו זוכן אינפארמאציע אויף א געוויסער פירמע וואס אדווערטייזט אין דער צייטונג וואס ער ליינט וועט דאס אונטערבאוואוסטזיין שיקן א מעסעדש צום מענטש אז דא דארף מען זיך אפשטעלן. וועגן דעם קען מען אסאך מאל זען ווי א מענטש מישט שנעל אריבער בלעטער מיט אנאנסן ווען פלוצלינג שטעלט ער זיך אפ און מישט צוריק א בלאט. די זענדונג איז געקומען א סעקונדע שפעט, ער האט נאר געכאפט אז די רעקלאמע איז אינטערעסאנט נאכ'ן אוועקמישן דעם בלאט.

א וויץ איז בעצם א געדאנק וואס יעדער ווייסט אינעם אונטערבאוואוסטזיין אבער ביי כמעט קיינעם ווערט עס נישט איבערגעטראכט. ווען מען ברענגט עס אויף דורך א קרומען וועג, "פון אונטן ארויף", איז דאס לאכעדיג.

 

שיהא מוח שליט על הלב

די עיקר עבודה פון א מענטש בעולם הזה איז דייקא יא אפירצונעמען די געפילן, זיי באטראכטן, און זיי פירן אויף א וועג אז זיי זאלן זיין פראדוקטיוו, נישט ח"ו פארקערט. שיהא מוח שליט על הלב. דאס איז אבער גאר א שווערע עבודה.

קודם כל דארף מען כאפן און פארשטיין ווי ווייט יעדע ריר פונעם מענטש ווערט געטון אינסטינקטיוו, געבויעט אויף געפילן, געשטופט פון געפילן. נאכדעם קען מען אנהייבן מאכן חשבונות, זיך אפשטעלן בעפאר מען טוט עפעס, טראכטן פארוואס ״וויל איך״ יעצט טון אזוי און אזוי, און אנערקענען אז יד געפיל באמצע, נאכדעם קען מען אנהייבן אפירנעמען די געפיל און עס איבערטראכטן מיט לאגיק, אין א רואיגער מינוט, נישט בשעת עס פלאמט, און דאס געפיל, זינט עס האט נישט קיין לאגיק, וועט אדער בטל ווערן, אדער זיך באלאנסירן עס זאל ריכטיג אויספירן איר ציל.

א מענטש וואס טראכט בעפאר ער טוט עפעס, ער גיט נישט איבער שליטה בלויז פאר אינסטינקטן, איז א צווייטער מענטש. אט דאס איז א מענטש. אז נישט איז מען נישט אנדערש פון א בהמה וואס לעבט בלויז אויף אינסטינקטן. און… דעמאלט שפירט מען גוט מיט זיך. אוי, שוין ווייטער שפירן… לאמיר זען, פארוואס וויל איך שפירן גוט? לאמיר עס איבערטראכטן מיט לאגיק… נישטא קיין סיבה. אזוי איז עס!

דער מח פון א מענטש איז צעטיילט אין דריי חלקים, חכמה, בינה, דעת. ווי עס איז מבואר אין אלע ספרים גייט עס אין א סדר. די חכמה ברענגט בינה, בינה ברענגט דעת. און פון דארט גייט עס צו די געפילן.

לאמיר נעמען א מענטש וואס עפנט א ביזנעס. פון ווען עס איז אים צום ערשטן מאל בייגעפאלן דער געדאנק פון עפענען די ביזנעס ביז ווען ער האט עס פאקטיש געעפנט זענען דא געשען אסאך זאכן.

צום אלעם ערשטן האט ער געהאט ״חכמה״, חכמה איז דער בליץ, דער איינפאל, דער געדאנק אז ער קען עפענען אזא סארט ביזנעס. דער בליץ פאר זיך איז טרוקן ווי א פעפער און זאגט ווייניג. בסך הכל באשטייט עס פון ״איך קען עפענען א שוך געשעפט״.

דער מענטש איז אבער נישט פויל, זיין מח בלייבט נישט שטיין ביים געדאנק, ער לאזט נישט דעם בליץ כמות שהיא נאר ער נעמט עס אפיר מיט דעם צווייטן טאלאנט וואס דער באשעפער האט אים געשאנקען, דאס איז בינה. בינה גייט אריין ברייטער און טיפער אין דער נושא, עס חשבונ׳ט אויס וויאזוי די ביזנעס וועט צוגיין, צי מ'קען מאכן געלט, צי עס לוינט זיך אריינצושפרונגען, צי עס איז נישט צו שווער.

אזוי אויך גייט מען דורך די פראקטישע חלקים. וואו קען מען עפענען אזא געשעפט, וויפיל דארף מען אינוועסטירן, וויאזוי גייט מען עס אויסשטעלן. אזוי טראכט מען איבער כל פרטיה ודקדוקיה.

עס איז דא אסאך מאל וואס ווען בינה קומט אריין אין בילד ווערט דער גאנצער בליץ אויס, דער חשבון שטימט נישט, עס איז צו א שווערע עסק, עס האט נישט קיין שאנסן פאר הצלחה, און אלעס בלייבט ביים אלטן. דא איז געווען א חכמה און די בינה איז געקומען און אויפגעוויזן אז עס גייט נישט ארבעטן. בינה איז לאגיק.

אבער אפילו אויב אלעס שטימט יא מיט לאגיק, דאך קען דער מענטש נאכנישט אנהייבן למעשה צו ארבעטן, בסך הכל איז יעצט דא טריקענע לאגיק אין קאפ וואס זאגט אז אזא זאך שטימט. ער האט אין קאפ חשבונות. אבער פארוואס אין דער וועלט זאל ער זיך יעצט אויפהייבן טון למעשה? עפעס דארף אים שטופן דערצו.

דא קומט אריין דער דריטער חלק וואס דאס איז דעת. דעת איז מקשר צווישן דעם מח און דעם לב, צווישן חכמה און געפיל. א קלוגער מענטש אן געפילן איז א דומם, ער האט זייער שיינע פלענער אין קאפ אבער למעשה האט ער נישט קיין ״דרייוו״ און שטויסקראפט צו טון עפעס למעשה. דעת נעמט די אינפארמאציע וואס די בינה האט ארויסגערוקט און ער צינדט אן געפילן פון שמחה, האפענונג, דער מענטש ווערט אנגעצינדן צו עפענען דעם געשעפט. דאס געפיל איז דאס וואס מאכט אים למעשה עפענען די געשעפט.

דאס קומט פאר ביי יעדן מענטש צענדליגער מאל א טאג, ביי קלענערע זאכן. עס קומט א חכמה וואס זאגט אז א קאווע וואלט יעצט געווען אין פלאץ, בינה רעכנט אויס צי עס איז פארהאן דא ערגעץ נאנט א קאווע שטיבל וואו מ'קען כאפן א טרונק, דעת מאכט דעם מענטש ציען צום קאווע אזש עס שטעלט אים אויף פון פלאץ און טראגט אים הלכה למעשה גלייך צום קאווע צימער.

עבודת השם ווערט געטון דורך געפילן, ווי דער תניא זאגט (פרק ג׳) אז מיט חכמה אנערקענט מען אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, בינה חזר׳ט עס איין, מען איז זיך מתבונן אין דער גרויסקייט פונעם באשעפער. מה רבו מעשיך השם, וואס ער שטעלט אלץ אהער. דאס ברענגט דער דעת זאל אויפוועקן א געפיל פון יראת הרוממות. דאס ברענגט אהבת השם.

 

עס פארמירט זיך א פראבלעם

ווען דאס אונטערבאוואוסטזיין ״האקט אין קאפ אריין״ וועלן עס רוב מענטשן איגנארירן. ער וועט שפירן שלעכט, עס וועט נישט זיין באקוועם, אבער ער וועט אליין נישט געדענקען אז עפעס שטערט אים דא.

א מענטש קען אנהייבן א פראיעקט, אבער גלייך ביים אנהייב הייבט ער אן שפירן שלעכט דערוועגן. ער כאפט נישט פארוואס, פרובירט זיך אנצושטרענגען מער, מ׳טאפט אבער א וואנט.

דאס קען געשען צו א מענטש וואס איז א מורא׳דיגער פערפעקציאניסט, אלעס דארף קלאפן הונדערט פראצענט. די ״קאנטשעס מיינד״ זאגט אים, הייב אן און ארבעט וויפיל עס גייט. די ״סוב-קאנטשעס״ ווייסט אבער אז עס גייט נישט זיין ״פינקטליך״ ווי ער וויל, און דאס מאכט אים שיקן שלעכטע זענדונגען צום מענטש, א זאך וואס מאכט דעם מענטש למעשה אויפגעבן אויפ'ן פראיעקט ווייל ״עס ארבעט זיך נישט אויס״.

די "סוב-קאנטשעס מיינד" האט נישט דעם כח המחלק, ער קען נישט קיין חילוקים. ווען ער לערנט זיך עפעס אויס איז עס אדער שווארץ אדער ווייס. נישטא קיין לאגיק. אויב א מענטש האט אמאל געהאט א שלעכטע געשעעניש ביינאכט אין גאס קען געבוירן ווערן א פאביע פון טונקלקייט, פשוט ווייל דאס אונטערבאוואוסטזיין געדענקט אז אמאל איז עפעס געשען אין דער טונקל. דאס איז פאר אים גענוג סיבה אנצוהאלטן דעם מענטש ביים קארג, און נישט ארויסלאזן פון שטוב ביינאכט.

דאס איז דער יסוד פון נפשיות'דיגע פראבלעמען, עס גייט נאר פיל טיפער און עס קען ווערן קאמפליצירט, גג על גג. איין אלטע הנחה אינעם אונטערבאוואוסטזיין שטופט דעם מענטש רעכטס בשעת אן אנדערע הנחה שלעפט לינקס. דער מענטש באוואוסטזיניג פרובירט צו גיין אינדערמיט, און ער ווערט צעריסן און צעפליקט. גארנישט מאכט אים למעשה נישט שפירן גוט ווייל די געפילן ארבעטן קעגן דאס וואס ער וויל בגלוי.

 

בטחון פאר גייסטישע פראבלעמען

ווי געשמועסט קומען גייסטישע פראבלעמען פון געפילן, אונטער'ן באוואוסטזיין. די ארבעט פון יעדן איד איז דער מח זאל שולט זיין אויפ'ן לב. קומט אויס אז אויב זאל מען טון וואס עס איז ריכטיג זענען גייסטישע פראבלעמען א פארגאנגענהייט.

עס איז אבער נישט אזוי פשוט ווי מ׳מיינט. יעדער מענטש טיף טיף אין זיך האט א שטיקל גאות וואס מאכט ער זאל נישט אננעמען יעדע זאך אויף למעשה ממש. ווען איך גיי לערנען מיט'ן פאציענט חובת הלבבות גייט ער עס נישט קענען ארייננעמען גענוג טיף אליין אזש ער זאל פון דעם ווערן אויסגעהיילט. חובת הלבבות היילט, אבער עס דארף אריינגיין און דורכשווימען די גאוה בלאקירונג.

אזוי אויך, א מענטש וואס ליידט אויף א גייסטישע פראבלעם ליידט בעצם פון א געוויסע געפיל וואס שפילט, ער איז אין א מצב וואס דאס געפיל וואס מאכט פראבלעמען ארבעט און איז וואך שטענדיג און אלעמאל, עס איז זייער שווער דעמאלט צו לערנען חובת הלבבות. דאס דארף מען טון ווען די געפילן שלאפן.

אודאי, א איד בלייבט א איד אין יעדן מצב וואס ער איז. נישטא אזא זאך ווי ״יעצט ארבעט נישט קיין חובת הלבבות״, אבער הילף, צוצוקומען צו א מצב מען זאל קענען רעדן צום ליידנדן איז זייער וויכטיג. דער ליידנדער נויטיגט זיך וויכטיג אין הילף זיך צו קענען זעצן לערנען חובת הלבבות.

געפילן זענען א וועלט. נישט שייך אלעס צו דעקן אין די ראמען פון איין ארטיקל, אבער דאס געפיל זאגט אז א טעימה קלה איז בעסער ווי א פראסק. ויהי רצון מיר זאלן זוכה זיין משעבד זיין אלע תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך מתוך שלוה ובריאות הגוף והנפש.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!