די אויסמאטערנדע רייזע פון זוכן דעם ריכטיגן דיאגנאז און היילונג צו א גייסטישן פראבלעם, הערנדיג אן ענדלאזע קוואל פון עצות און לויפנדיג פון איין הייל-מיטל צום אנדערן. – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1 דורך הרב חיים מאיר פערל

 

 

די וועלט פון תורת הנפש איז ברייט. פון איין זייט איז עס א מעלה, עס איז דא א ריזיגע אויסוואל פון פראפעסיאנאלן, עס זענען פארהאן הונדערטער מהלכים וואס פארשפרעכן אויסצוהיילן גייסטישע פראבלעמען, ממש א וועלט פאר זיך, אבער דא עקא אז דאס ברענגט אויך צעמישעניש.

יעדער וויל האבן דאס בעסטע, און יעדער פארשפרעכט אז ער איז די בעסטע, מען גייט "פון רעכל צו מעכל", און מען דרייט א ראד וואס קען אנגיין פאר חדשים און יארן, יעדן טאג שפראצן ארויס נייע מהלכים, וואס ברענגען פרישע האפענונג פאר די וואס ליידן, און ליידער ווערט מען פיל מאל אנטוישט ביים ענדע פון וועג. דער טונעל קען אמאל זיין לאנג און נערווירנד.

אלס לייף און ביזנעס קאוטש אין מאנסי זענען מיר זייער באקאנט מיט די אלע פעלער. איז לאמיר נעמען דעם עולם אויף א נסיעה און זיך ארויסלאזן אויף א רייזע וואס פיל צווישן אונז קענען שוין ליידער זייער גוט בבחינת מבשרי אחזה, אנדערע גייען דא אדורך צום ערשטן מאל, און האפנטליך אויך די לעצטע.

אלזא, בינדט אייך גוט צו, לאמיר אריינגיין אין די וועלטן פון יאנקל, יאסל, בערל און שמואל, און זען וואס זיי גייען אדורך.

 

סימפטאמען פון א פראבלעם

ווען יאנקל האט שוין ווידער נישט געשפירט דעם נאטירליכן דראנג צו עסן האט ער איינגעזען אז עפעס איז נישט גלאטיג דא. וואו איז דער פרייליכער לעבעדיגער יאנקל פארשוואונדן? וואס קען זיין פשט פון דער אומוטיגקייט לעצטנס? יאנקל האט געשפירט זייער צעבראכן מיט זיך. און דער פאקט אז ער האט נישט געקענט אנגעבן קיין גענויע סיבה וואס זאל מסביר זיין זיינע דריקענישן האט אים נאר געמאכט שפירן ערגער.

דער טאנצעדיגער בחור, יאסל, וואס נעמט אלעס גרינג, האט זיך מיטאמאל געטראפן אין א ווינקל. דער גייסטישער ווינקל האט אים בלאקירט אין לעבן און געשטערט. ער האט זיך געכאפט אז חתונה האבן איז א זאך וואס גייט אים אויך דארפן אנטרעפן פריער אדער שפעטער, און אויב נעמט ער זיך נישט אין דער האנט אריין וועט ער שווערליך קענען טראגן די עול פון שפייזן א פאמיליע און אלעס וואס קומט מיט דעם. פון איין טאג אויפ'ן צווייטן האט זיך יאסל געטראפן ליידן פון ״ענקזייעטי״.

בערל׳ס פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ווען אינמיטן העלן טאג איז אים באפאלן א שרעק. פלוצלינג, אן קיין ווארענונג. ער האט זיך נישט געקענט מסביר זיין וואס דאס איז. נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן איז דער פחד געווארן נאר שטארקער – אין דער קלינישע שפראך ווערט דאס אנגערופען א פאניק אטאקע. וואס גייט דא פאר? האט בערל געקלערט מיט אנגסט. איך געדענק נישט עפעס ספעציעל זאל פארקומען מיט מיר לעצטנס. וואס האט געטוישט מיין לעבן?

לאמיר זיך אריבערכאפן צו דער ביורא פון ברוך און שמואל, צוויי דערפאלגרייכע שותפים וואס פירן ברייטפארצווייגטע געשעפטן אינאיינעם. שמואל איז א זייגער מאשין, זיין ווארט איז א ווארט און א צייט איז ביי אים א צייט. אין בית המדרש ווייסט מען אז ווען שמואל קומט אן קען מען אנשטעלן דעם זייגער לויט זיינע טריט, ער ערשיינט יעדן טאג אין דער זעלבער צייט, ער וועט זיך קיינמאל נישט טוישן. ניין אזייגער פינקטליך זיצט שוין שמואל ביי זיין טישל אין אפיס פארטיפט איבער א הויפן דאקומענטן וואס דארפן ווערן מסודר.

אזוי איז אלעמאל געווען ביז יענעם דינסטאג אינדערפרי. ברוך זיצט אין אפיס, עס רוקט זיך א מינוט נאך א מינוט, מען האלט שוין צען מינוט נאך ניין און שמואל איז נאכנישט דא. עפעס דראסטיש איז געשען, איז ברוך זיכער. ער געדענקט נישט דאס לעצטע מאל וואס אזא זאך איז פארגעקומען ביי זיין שותף.

זיך רישנדיג אויפ'ן ערגסטן רופט ער אן שמואל און דרוקט אויס זיין וואונדער איבער דער פארשפעטיגונג. "ברוך, פרעג נישט," צווינגט זיך שמואל ארויסצוזאגן אפאר ווערטער, "איך שטארב! מיין רוקן רייסט פאר יסורים, איך קען זיך קוים רירן. איך האב אן אפוינטמענט ביים דאקטער אין א שעה ארום און איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל אנקומען אהין."

 

שלום מיט'ן מציאות

יאנקל, יאסל, בערל און שמואל, ציטערן פאר שרעק. זיי ווייסן נישט וואס עס קומט פאר מיט זיי און וואונדערן זיך וואס דער מארגן וועט ברענגען. וואס איז יעצט געשען? גייען די סימפטאמען צוריקקומען מארגן? צו וועם זאל איך מיך ווענדן? וויאזוי ווערט מען פטור?

ווען יאנקל האט איינגעזען אז די שלעכטע מוט גייט נישט אוועקגיין פון זיך אליין איז ער געווארן דערשראקן און זאגאר פארלוירן. זיין זעקסטע חוש האט אים שוין געזאגט אז עפעס דראסטיש קומט מיט אים פאר און זיך פארהוילן דערפון וועט נישט העלפן. ער גייט אריבער צו זיין ראש ישיבה פאר א עצה. דער אנטווארט האט געמאכט זיין הארץ פארפעלן א קלאפ.

״עס קען זיין אז דו ברויכסט זען א מענטל העלט פראפעסיאנאל."

"וואס?! איך?… א מענטל-העלט פאציענט? איך בין נישט נארמאל? איך האב א נפשיות'דיגע פראבלעם? נישט איך, א צווייטער!"

ווען זיין גוטער פריינט צו וועם ער האט זיך אויסגערעדט האט נישט אנדערש רעאגירט האט יאנקל איינגעזען אז עס איז ווייט נישט קיין קינדערשפיל און מען דארף זיך גיין העלפן. אליין וועט גארנישט געשען.

און ווען ער האט איינגעזען דעם פאקט אז געפילן שרעקן זיך נישט פון זיינע איבערראשונגען, דער חשק צום לעבן ווערט נאר ווייניגער, האט ער זיך ענדליך אונטערגעגעבן און האט אנגענומען די קוראזש וואס פארלאנגט זיך צו גיין צו א מומחה. ער האט געהאפט געוואויר צו ווערן מה לי ולצרה הזאת, וואס דרוקט מיר, וואו שטעקט מיין פראבלעם און וואס קען מען טון עס צו היילן.

די "איוואליועישאן" האט זיך אנגעהויבן נאך א שטונדע וואקאציע אין ווארטזאל. דער מומחה נעמט אים אויף אן אינטערוויו, גייט דורך מיט אים זיין גאנצע היסטאריע, און יאנקל ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך. צוליב דעם בין איך אהערגעקומען? וואס גייט אים אן וואס עס איז מיט מיר פארגעגאנגען אלס קינד? איך וויל דאך היילן מיינע יעצטיגע פראבלעמען.

נאך אלעם איז ער דער מומחה, טרייסט זיך יאנקל. אויב ער שפירט פאר וויכטיג צו פרעגן די שאלות דאן איז ער מסתמא גערעכט. פארפאלן, דאס איז איינס פון די פרייזן וואס מען דארף באצאלן זיך צו קענען היילן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. עכ״פ אזוי האט ער נאך דעמאלט געמיינט. אך, ווען ער ווייסט ווען וויפיל ער וועט נאך באצאלן אויסצופירן דעם פראיעקט וואס איז יעצט זיין הויפט פריאריטעט.

ענדליך נאך א שטונדע פון ענטפערן נערווירנדע פראגעס האט זיך דער אינטערוויו אפיציעל געשלאסן. יאנקל איז געבליבן ווארטן מיט אנגסט צו הערן די רעזולטאטן. ״אין וועלכער קאטעגאריע פונעם די.עס.עם. (DSM איז די אפיציעלע בוך מיט אלע ערליי נפשיות׳דיגע פראבלעמען און זייערע באדייטן, און דאס ווערט גענוצט צו דיאגנאזירן א פאציענט) וועל איך אריינפאסן?״ האט ער זיך שטיל געוואונדערט.

דער מומחה האט נישט געלאזט לאנג ווארטן, נאך א קורצע פארזוימונג איז ער צוריקגעקומען מיט די רעזולטאטן. ער נעמט אראפ די ברילן פון שפיץ נאז און זאגט מיט א קאלטן טאן: "קוק אהער, היות דיינע סימפטאמען גייען שוין אן מער ווי צוויי וואכן, איז שטארק מסתבר אז דו ליידסט פון… דעפרעסיע."

פון וואס? דעפרעסיע? איך? דער איז ביים דעת? יאנקל איז אויסער זיך. נישט געקומען אין וויסטן חלום אז ער וועט אמאל דיאגנאזירט ווערן מיט א גייסטישן צושטאנד. ווער רעדט נאך פון דעפרעסיע? מי מילל ומי פילל. דער געלונגענער יאנקל?!

די פאקטן פאטשן אבער אין פנים, אז דער מומחה זאגט דעפרעסיע איז דעפרעסיע. דער פרייליכער יאנקל מוז זיך בלית ברירה צוזאמנעמען די געדאנקען, איינזען די נישט אזוי פרייליכע מציאות אז ער איז מער נישט דער פרייליכער יאנקל. איך בין דיאגנאזירט מיט דעפרעסיע. נישט מער און נישט ווייניגער.

דער דאקטאר לאזט אים זיך אריענטירן בעפאר ער איז ממשיך:

"די גוטע נייעס איז אז היינטיגע צייטן זענען פארהאן אסאך מעגליכקייטן. דו קענסט זיך נעמען צו מעדיצינען, אדער קענסטו פרובירן קודם צו מאכן CBT טעראפי. אויב ביידע אפציעס העלפן נישט זאלסטו צוריקקומען אהער, און מען וועט אויסארבעטן א צווייטן פלאן. אצינד ליגט די אפציע אין דיינע הענט, דו קענסט אויסקלויבן וואס צו טון און אויף וועלכע מהלך דו ווילסט גיין ערשט."

יאנקל הייבט זיך אויף און טראכט צו זיך, ״געוואלד, וואס דארף איך טון יעצט, וואס זאל איך פרובירן קודם? וואו הויבט מען דא אן? וועמען זאל איך פרעגן? איך לייד טאקע פון דעפרעסיע? וואס גייט מיין ווייב זאגן צו דעם?״ מיט א זאק פון שאלות, צעמישט און פארנעפלט ווי א וואלקן נעמט ער זיך צוזאם, זיין געמיט איז געפאלן, ער לאזט זיך אהיים מיט געמאסטענע טריט.

ער שטייט פאר א שיידוועג, די ספיקות נודשען.

 

וואו הייבט מען אן?

יאנקל איז נישט פון די סארט מענטשן וואס וועלן זיך לאזן פארפירן פון נארישע געפילן. אויב איז דא א פראבלעם וועט ער עס איבערקומען. זייער שנעל אריענטירט ער זיך און הויבט אן טון למעשה. ער ווייסט אבער נישט אז דער עיקר פראבלעם הייבט זיך ערשט יעצט אן.

ער הייבט אויף דעם טעלעפאן, נעמט זיך רופן "ריפערל" ארגאניזאציעס, רעדט צו פראפעסיאנאלן אין דעם געביט, הערט עצות וואס מען קען דא טון, פרעגט זיך נאך ביי נאנטע פריינט וואס האבן שוין ערפארונג מיט ענליכע פעלער און פרובירט אנצוקומען צו דער אפציע וואס וועט זיין די מערסטע געאייגנט פאר אים. אבער די אלע עצות און הדרכות האבן אים נאר מער צעמישט. ער טרעפט נישט קיין צוויי מענטשן וואס זענען ביי דער זעלבער מיינונג.

מעכל, דער עסקן אין בית המדרש כאפט אן יאנקל ביים ארעם און זאגט אים שארף: "גיי צו א צווייטן פראפעשאנעל פאר נאך אן 'אפיניען'. פרוביר א גרעסערן מומחה, אפשר וועט יענער האלטן אז דו האסט נישט קיין 'עכטע' דעפרעסיע."

פון דער אנדערער זייט שטייט מאיר, דער פסיכאלאג פון שטיבל, און עצה'ט אים מיט פסיכאלאגישע טערמינען: "דו צעדרוקסט צו שטארק דיינע געפילן, דו דארפט זיי עפענען און עס אנערקענען, "פעיסן", נאר אזוי וועסטו קענען אנגיין ווייטער."

ווען זיין שכן משה האט געהערט פונעם פראבלעם האט ער נישט געצעגערט נאר אנגערופן יאנקל׳ען און באפוילן מיט א זיכערן טאן: "דו דארפסט טון הלכה למעשה. איך גיב דיר א נומער פון א טעראפיסט, א מומחה אין 'קאגניטיוו ביהעיוויורעל טעראפי' (CBT), פארבינד זיך מיט אים שוין, ער וועט דיר אויסלערנען וויאזוי צו קאנטראלירן דיינע מחשבות און מעשים ווען זיי שטערן דיר במשך דעם טאג. זיצן אויף געפילן טראגט נישט אין ערגעץ."

דער געוועזענער ראש ישיבה זיינע, נאכ'ן אויסהערן אלע פרטים זאגט אומצוויידייטיג: "א שאד אויף די טעראפי, איך קען דיך נאך פון אלס בחור. דו האסט נישט בעצם קיין פראבלעם פאר זיך, דו האסט א 'כעמישע אומבאלאנס'. גיי צוריק צו דיין דאקטער, און הייב שוין אן מיט די מעדיצינען. יעדע מינוט וואס דו צעגערסט פארפאטשקעסטו נאך א מינוט פון דיין לעבן."

הערנדיג דאס שרייט די ווייב געוואלד! "נעם נישט קיין מעדיצינען, עס האט געפערליכע סייד עפעקטס, און עס מאכט נאר מער משוגע. גיי צו א 'נאטירליכע היילער', ער וועט טעסטן וועלכע וויטאמינען עס פעלן דיר, וואס דו מעגסט עסן און וואס נישט, איך זאג דיר, עס לוינט זיך צו האבן אן אפוינטמענט מיט יענעם, דו וועסט ווערן א צווייטער מענטש."

אן עלטער מומע, וואס טענה'ט אז זי האט שוין מיטגעמאכט ענליכע פעלער ביי עטליכע פון אירע קינדער, שיקט גלייך צום קייראפראקטער, "ער וועט מאכן אפאר 'עדזשאסטמענטס', און ביז געציילטע וואכן וועסטו זיין אן אנדערער מענטש."

די שוויגער זאגט, "מאך זיך נישט נאריש, גיי גלייך צו 'ענערדשי' היילונג מיטלען, איך ווייס פון איינעם וואס ארבעט אויף א כשר'ע און אויסגעהאלטענע מהלך, אסאך מענטשן זענען שוין געהאלפן געווארן ביי אים. ער בעט טאקע אביסל טייער אבער עס לוינט זיך. אין די ענערגיע ליגט דער סוד פאר די אלע סארט פראבלעמען."

גייענדיג צו א שמחה טרעפט ער זיין יוגנט חבר ברוך, קוים א שלום עליכם און גלייך גייט ברוך צו צום ענין: ״איך הער אין מקוה אז דו ביסט דיאגנאזירט געווארן מיט דעפרעסיע? הער מיך גוט אויס. אנשטאט צאלן טייער געלט פאר אלע טעראפיסטן, זיי נישט קיין נאר און זיי וויסן אז אין די אטעמען פונעם מענטש ליגן פארשטעקט רוב פראבלעמען, עס קען זיין אז דו נעמסט נישט אריין גענוג אקסידשען, הייב אן אטעמען געזונט און דו וועסט ווערן א צווייטע בריאה. עס איז לא יאומן כי יסופר." פארשטייט זיך אז א לעקציע אויף דער ריכטיגער מהלך האט נאכגעפאלגט.

די ליסטע פון רעקאמענדאציעס האט נישט קיין ענדע, פון פרובירן צו טון פשוט'ע איבונגען צו בארואיגן דעם נערוון סיסטעם ביז פארן קיין לאנדאן מאכן פריזם גלעזער, (דארט ליגט דער פראבלעם… אין די פארקרומטע אויגן). יעדער ווערט א מומחה און אלע האבן צו זינגען און צו זאגן, און די ערגסטע איז נאך דאס וואס אלע זאגן מיט א זיכערקייט אז יעדער רעדט שטותים – אויסער אים זעלבסט, פארשטייט זיך.

און אז ער איז מחליט צו פרעגן א חסידי'שן איד אין בית-המדרש, וועט יענער אוועקמאכן אלע אפציעס, פארקנייטשן דעם שטערן און א מאך טאן מיט די האנט: "לאז דיך אפ מיט די היינטיגע מעשיות, זאלסט טון אזוי ווי אונזערע זיידעס האבן געטון פאר הונדערט יאר צוריק, זיי דיך בלויז מחזק אין אמונה אין בטחון און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט אלעס זיין בסדר."

 

פון רעכל צו מעכל

צעמישט און פארלוירן פרובירט יאנקל צו טרעפן דאס וואס וועט אים היילן און צוריקשטעלן אויף די רעלסן. נאך א תקופה פון רעגלמעסיגע דאזעס וויטאמינען ווערט גאנץ קלאר אז נישט דא שטעקט די ישועה, ער נעמט אפיר דעם וואנדער שטעקן און הייבט אן מאכן CBT טעראפי. גייט דורך א קורצע צייט און נישט זעענדיג קיין פראגרעס האבן די פראגעס אנגעהויבן נודשען שטארקער, פארוואס האבן די זאכן געהאלפן פאר יעדן איינעם? וואס טו איך נישט ריכטיג? יאנקל איז פארלוירן.

נאך א שנעלן חשבון הנפש מאכט ער אפ אז ער גייט זיך נישט לאזן פאלן, ער מאכט א שארפע דריי צו די "ענערדשי היילער", אפשר ליגט די ישועה ביי זיי? א קורצע צייט שפעטער טרעפט ער זיך אין ווארטזאל פונעם קייראפראקטער. למעשה, נאך חדשים וואנדערן פון איינעם צום צווייטן דערזעט ער זיך מיט א ליידיגע באנק קאנטע, אומבאהאלפן.

עס רוקן זיך וואכן און חדשים, די דאזע פון מעדיצין איז שוין דריי מאל געטוישט געווארן, מען וויל שוין באלד טוישן דעם דיאגנאז. וואס גייט פאר? בין איך דער איינציגסטער פראבלעמאטישער פאציענט פאר וועם די אלע מיטלען העלפן א מכה?!

א שנעלער סך הכל ווייזט דאס פאלגנדע: וויטאמינען ארבעטן נישט. ענערגיע האט אפשר געהאלפן אביסל. דער קייראפראקטער האט געמאכט עדזשאסטמענטס וואס האבן געהאלטן געציילטע וואכן. אבער נאך אלעם איז מפטירין כדאתמול. ער האט זיך שוין אפילו פרובירט צו מחזק זיין מיט אמונה און בטחון, געמאכט א שיעור קבוע אין חובת הלבבות, אבער די ישועה איז נאכנישט געקומען!

 

עצות און הדרכות

יאנקל שטייט צעמישט און פארלוירן ווען צו דער זעלבער צייט זיצט שמואל, אונזער באקאנטער ביזנעס שותף, דער פינקטליכער, וועמענ'ס רוקן עס רייסט פאר יסורים. לאמיר זען וואס מיט אים האט פאסירט.

נאכ'ן ליידן א מאסיווע רוקן אטאקע, האט זיך שמואל קוים ארויסגערוקט פון בעט צו גיין צום דאקטער. די עקס-רעי האט געוויזן א ״הירענעיטעד דיסק״, א סימן אז דער געדרייטער ביין אינעם שדרה פאראורזאכט דעם ווייטאג. דער דאקטאר רעקאמענדירט צו פרובירן פיזישע טעראפי, אויב דאס העלפט נישט איז אפערירן די איינציגסטע אפציע.

שמואל וועט טון וואס נאר מעגליך פטור צו ווערן פון זיין רוקן ווייטאג. וואס א טאג עס גייט אריבער און ער איז נישט אין אפיס ווערט ער מער נערוועז און אנגעצויגן. נאך אפאר טעג פון טעגליכע טערעפי אן ערפאלג האט ער אנגעהויבן שפירן אביסל ערגער, דאס האט אים געמאכט ערנסט טראכטן פון אפערירן.

אבער זיך לאזן שניידן איז פארט נישט געווען זיין ערשטע אפציע. ער האט קודם געוואלט פרובירן נאטירליכע מיטלען, אנגעהויבן האט ער מיט וויטאמינען ווי מאגנעזיום, וואס פארשפרעכט צו בארואיגן אנגעצויגענע מוסקלען. אבער כמעט וואס ער האט נישט געזען קיין שינוי און דערווייל האט דער רוקן געריסן הימלען.

נאכ'ן הערן גוטע גרוסן אויף א פראמינענטן קייראפראקטער אין זיין געגנט, האט זיך שמואל געלאזט צו אים מיט דער האפענונג אז דאס וועט זיין די לעצטע און דערפאלגרייכסטע פרואוו אין זיין וואנדער וועג. דער קייראפראקטער האט אויסגעגראדט די פארקרומטע ביינער אין זיין רוקן. ווען די ביינער וועלן זיין גראד וועט קיין ווייטאג מער נישט זיין, אזוי האט ער געהאפט. אבער נאך אפאר עדזשאסטמענטס האט ער נישט געשפירט בעסער.

זיין חבר וואס האט געליטן פון ענליכע סארט ווייטאגן, האט אים געראטן צו פרובירן אקיופאנטשער. נאך דריי ווייטאגליכע וואכן פון טריטמענטס האט זיך אנגעזען עפעס רעזולטאטן, אבער נאך פינף וואכן איז אלעס געווען צוריק ביים אלטן.

בלית ברירה גייט ער צוריק צום לעצטן אפציע. אפעראציע.

געציילטע טעג בעפאר דער אפעראציע, קלינגט אים אן זיין שותף ברוך מיט א בשורה טובה, ער האט יעצט גערעדט מיט איינעם און יענער האט אים פארציילט וועגן די דר. סארנא מעטאד וואס לויטעט אז רוקן ווייטאג קען מען נישט אויסהיילן מיט אן אפעראציע, ווייל דער שורש פונעם ווייטאג איז נישט קיין פיזישע, נאר א גייסטישע. דאס הייסט, אז די גאנצע פראבלעם האט מיט די נפשיות'דיגער חלק פון דעם מענטש, און עס קלאפט נאר אויס פיזיש. ברוך האט ממליץ געווען צו ליינען סארנא׳ס בוך, אפשר וועט דאס זיין די ישועה. אולי ירחם.

וואס סארנא ווען סארנא, טראכט שמואל, איך לייד דען פון א גייסטישן פראבלעם? וואס רעדט ער שטותים, איך בין דאך א באזעצענער מענטש, איך האב נישט אזעלכע פראבלעמען. כ'בין אקעי…

וואס צייט מאכט קען קיינער נישט, נאך א טאג טראכטן האט זיך שמואל געבראכן און מחליט געווען צו פרובירן, וואס קען שוין שאדן? העכסטנס וועט עס יעדן איבערצייגן אז ביי מיר איז עס א פיזישער פראבלעם, איך האב דאך נישט קיין גייסטישע פראבלעמען, שמייכלט ער צו זיך נאר פון דעם געדאנק אז ער איז גייסטיש נישט אינגאנצן געזונט.

שמואל האט געקויפט דעם בוך, ער איז אפילו געפארן קיין בארא פארק הערן שיעורים פון א באקאנטן מומחה אין דעם פעלד, און וואונדער איבער וואונדער, דער געדאנק האט אים געכאפט, עס מאכט דאך אזוי פיל סענס. א מענטש האט דאגות און עגמת נפש, אבער דער מענטש וויל דאס נישט אנערקענען, ממילא קומט א פיזישע ווייטאג און איז אים מסיח דעת פון זיינע אומאנגענעמע געפילן. די עצה דערצו איז יא צו אנערקענען די עקזיסטענץ פון אומאנגענעמע געפילן מיט וואס מען דרייט זיך ארום, ווי שווער עס זאל נאר נישט זיין, און מיט דעם וועט שוין נישט אויספעלן קיין פיזישע ווייטאג.

מיט זיין אנטוויקלטן חוש פון ״געזאגט און געטון״, האט ער זיך נישט צופיל פארזוימט צווישן די הלכה און די מעשה. ער מישט אויף אלע זיינע אומאנגענעמע געפילן און עגמת נפש וואס ער האט קיינמאל נישט געוואלט זען, אלטע שלום בית פראבלעמען קומען אפיר. ער האפט אז די ישועה איז נאנט. ער ״פעיסט״ און ער ״ווייסט״ אלע זיינע פראבלעמען. מארגן אינדערפרי גיי איך אויפשטיין ווייטאג פריי, איז ער זיכער, כאילו ער האט קיינמאל פון דר. סארנא נישט געוואוסט.

אבער דאס האט נישט פאסירט.

דער ווייטאג איז פארבליבן אן אנגעלייגטער גאסט ביי אים. יא, עס איז אפשר אביסל בעסער, אבער ער האט זיך געראכטן צו זיין אינגאנצן פריי. שמואל האט געשפירט זייער צעבראכן פון דעם פאקט אז נאר ביי אים העלפט עס נישט, און רוקן ווייטאג בלייבט רוקן ווייטאג. פארוואס העלפט עס פאר יעדן נאר נישט פאר מיר?

 

דער שורש פון די פראבלעמען

די אלע אויבנדערמאנטע ביישפילן וואלטן געדארפט זיין פיקטיוו. ליידער איז עס נישט. מומחים בתורת הנפש לעבן דאס מיט טעגליך. די מעשיות גייען איבער איינמאל און נאכאמאל, זה בכה וזה בכה. ווען א מענטש דערזעט זיך מיט א פראבלעם פארגעסט ער פון אלעם און נעמט פאר זיך איין איינציגע מטרה: וויאזוי ווער איך פטור פון דעם. זיין לעבן טוישט זיך, גייט פון איינעם צום צווייטן, גלגולים איינס שווערער פונעם אנדערן ביז מען דערזעט דעם פונק פון ליכטיגקייט ביים עק פונעם טונעל. בעזהשי״ת.

דער פריש געווארענער ״פאציענט״ איז גרייט צו טון וואס נאר מעגליך אפצושאפן דעם פראבלעם, און היינט איז ב״ה דא אן אויסוואל פון קאונסלערס, קאוטשעס, טעראפיסטן, און וואס נישט. עס קומען צו טעגליך פרישע ערליי טעראפי, נייע מעדיצינען און וויטאמינען. עס לאזט זיך זאגן אז עס איז אכשר דרא אין דעם הינזיכט.

פארט אבער איז דא א גרויסע פראצענט וואס טאפן א וואנט. וויפיל זיי פרובירן דעם און יענעם דערזעט מען זיך סוף טאג מיט א ליידיג בערזל און שוואכע תוצאות. מען טאפט א וואנט במלוא המובן. ווי איראניש עס שיינט טרעפט מען זיך צומאל נאך די טריעטמענטס מער קאמפליצירט און ווייניגער געזונט. אזא סיטואציע פארדינט רואיג דעם טיטל ״טראגיש״ פאר די באטרעפנדע. עולם חשך בעדם. וואו זאל איך מיך ווענדן. זייער ווייטאג איז שווער אויסצודריקן אויף פאפיר.

יעדע ערשיינונג וואס קומט פאר האט אונטער זיך א טיפן ווארצל וואס האט איר געברענגט. פראבלעמען זענען נישט אנדערש. מענטשן ווייסן אז ווען מען טרעפט די שורש פון א פראבלעם איז די היילונג פראצעדור פיל לייכטער. אט דער פאקטאר שפילט א הויפט ראלע אין דער געיעג נאך נפשיות׳דיגע געזונט. מענטשן זענען היינט פארנומען נאכיאגן דעם שורש. דאס האט געברענגט א פרישע עפאכע פון ״שורש״. מומחים זענען פארנומען אז ביי זיי דערגרינטעוועט מען זיך צום שורש. אלעס דרייט זיך ארום דעם שורש.

אבער וואס איז באמת דער שורש? דאס איז א פארוויקלטע פראגע זינט דער כלל פון כשם שאין פרצופיהם שוות האט נישט איבערגעהיפט די טעראפיסטן. יעדער זעט א צווייטן שורש.

אין דער וועלט פון נאטירליכע היילונג וועלן אלע דאקטוירים געפינען א פיזישן שורש צו די אלע פראבלעמען. ווען איינער וועט זאגן אז די ״עדרינעל גלענדס״ זענען איבערגעארבעט וועט דער קייראפראקטער זאגן אז דער שורש ליגט אין די צעדריקטע שדרה ביינער, זיי לאזן נישט די אקסידזשען אדורכגיין געהעריג אין די נערוון סיסטעם. וועט קומען א דריטער אלטערנאטיווער היילער און דערקלערן מיט פאטאס אז ער האט געכאפט דעם בחור, די נעגאטיווע ענערגיע וואס דרייט זיך ארום איבעראל, דאס איז דער שורש פון אלע נפשיות'דיגע פראבלעמען, און עס פעלן נישט קיין שטודיעס דערויף.

ווייטער אין דער דאקטארישער וועלט וועט מען שרייען חי וקיים אז דער שורש פון דעם פראבלעם ליגט אין דעם כעמישן אומבאלאנס, און דאס איז דאקומענטירט אלס פאקט. אפילו אין דער טעראפי וועלט איז דא חילוקי דיעות וואס 'שורש' מיינט, איין שיטה האלט קלאר אז דער שורש פון אלע פראבלעמען שטעקט אין דעם וועג וויאזוי מען האט זיך צוגעוואוינט צו לעבן מיט די עלטערן, און אויב וויל מען זיך היילן מוז מען דאס פאררעכטן. אנדערע וועלן זאגן אז עס איז די געפילן וואס מען האלט איין און מען זאגט עס נישט ארויס. עס פעלט ב״ה נישט קיין שיטות, עס איז דא גענוג פאר יעדן.

פאר א לאנגע צייט צוריק איז געווען א בריוו אין המספיק גאזעט, וואס שילדערט שטארק די מיטמאכענישן וואס אזעלכע מענטשן גייען דורך. עס דעקט אויף א שפאלט צו דער וועלט פון אונזערע ברידער און עפנט א פענסטער צו זייער ווייטאג. דער בריוו איז געווען אונטער'ן קעפל "ענקזייעטי און שלאף פראבלעמען". א פארווייטאגטע פרוי רעדט זיך אפ:

"מענטשן גייען דורך פארשידענע שוועריגקייטן, און אויב עס איז נישט גענוג ערנסט ווען מ'איז שוין געצווינגען צו זען א דאקטאר און אויסגעבן געלט, קען מען אמאל שפירן ווי מען טאפט א וואנט און מען דארף פשוט אן אפענע אויער… אלס מאמע פון קליינע קינדער בין איך זייער אנגעוויזן אויף א גוטע נאכט שלאף. אמאל איז עס מיר געווען שווער, אבער כ'בין ב"ה פיין געהאלפן געווארן דורך "קאגניטיוו ביהעוויאר טעראפי". עס האט געעפנט מיינע אויגן צו זען די צוזאמענהאנג פון געפילן, געדאנקען, און אויפפירונגען. אין מיין פאל איז די שלאפלאזיגקייט געווען א רעזולטאט פון מיינע געדאנקען און געפילן וואס די טעראפי האט בארואיגט און איך האב שוין געקענט שלאפן נארמאל. אבער שפעטער איז עס צוריק געקומען אויף אן אנדערע וועג, מיט א שטארקע פחד, ענקזייעטי.

דאס שטעלט מיך אין א שווערע דילעמא, אויב מ׳קען זיך שוין פילן אזויפיל בעסער און נאכדעם קען עס פארט צוריקקומען, וויאזוי קען מען זיך העלפן אויף פערמאנענט? איך האב שוין פראבירט שלאף מעדיצינען, אבער זיי האבן געהאלפן שוואך און כ'וויל נישט זיין אנגעבידן דערויף. אויך האב איך שוין געליינט ביכער וועגן "אינסאמניע", און זיך דערלערנט די "מיינד אווער באדי" פרינציפן, אבער איך שפיר היבש פארפלאנטערט. וואס איז נאך דא צו טון מיר צו העלפן מיט'ן שלאפן?"

דאס איז איין ביישפיל פון וואס מענטשן מאכן מיט.

מענטשן זענען פארלוירן, וואס איז ״באמת״ דער שורש? יעדער שווערט זיך אויף א צווייטע זאך און קיינער טרעפט נישט צו. ואני אנה אני בא. די צער שרעקט זיך נישט פון קיין שרשים און דערווייל לויפן אומעטיגע חדשים איינס נאכ'ן צווייטן און די ישועה זעט זיך נישט אויפ'ן האריזאנט. אלע געפילן זענען שוין אפן, אלעס פרובירט. אבער ואיננו.

 

עפילאג

נאכ'ן צוזען פון דער נאנט דער מצב וואס טוט זיך היינט אפ, האבן מיר אנגעהויבן צו דערגרינטעווען און אריינגיין לעומקם של הדברים. דער חשבון איז פשוט:

רעדן טעראפי העלפט אמאל? זיכער אז יא.

וויטאמינען העלפט? אמאל העלפט עס זיכער.

מעדיצינען העלפן? אויך אמאל.

ענערדזשי און אנדערע סארט היילונג מיטלען העלפן קיינמאל נישט? קלאר אז יא.

אויב אזוי, וואס איז די זאך וואס העלפט באמת? עס קוקט אויס ווי א מיסטעריעזע שאלה וואס האט נישט קיין קלארע תשובה.

וואס דארף געשען אז א מענטש זאל זיך טאקע קענען אפלאזן פון זיין אלטן וועג פון לעבן אויף אייביג? וויאזוי ווערט מען באמת פטור פון ענקזייעטי און דעפרעסיע? פארוואס וועט איין ספעציפישע מיטל העלפן פאר איינעם און נישט פאר א צווייטן? וואס איז ווירקליך דער ריכטיגער שורש פון א נפשיות'דיגע פראבלעם? איז בכלל דא אזא זאך ווי א נפשיות'דיגע פראבלעם אדער אפשר איז עס גאר א היינטיגע אויפגעבלאזענע זאך? עס איז קלאר אז מענטשן ליידן, אבער פון וואס ליידט מען באמת?

עס קוקט אונז אויס ווי אפילו די וואס האבען יא אנערקענט אין די טיפע באדייט אינעם עולם הרגש, א דוגמא ווי דר. סארנא און נאך, האבן אויך פארזען זייער א וויכטיגע נקודה. עפעס קלאפט נישט. אבער וואס איז דאס?

עס איז אונז אונטערגעקומען צו ליינען אן ארטיקל פון דר. העלען מייבערג פון אימארי אוניווערזיטעט, וואס שרייבט לגבי היילן דעפרעסיע, אז רוב מענטשן ווערן נישט געהיילט מיט דער ערשטער זאך וואס זיי פרובירן, מען דארף פרובירן און פרובירן און זען וואס עס ארבעט. שפעטער אינעם ארטיקל קומט ער אויף מיט זיין המצאה אז בקרוב וועט זיין מעגליך צו נוצן "פעט (P.E.T.)  סקענס" צו כאפן א חלק אין דעם מוח וואס זאל קענען פאראויסזאגן אויב דער פאציענט וועט בעסער רעאגירן צו מעדיצין אדער CBT (רעדן טעראפי). וועט דאס זיין די ענדגילטיגע לייזונג צום פראבלעם? גיי ווייס… וויאזוי וועט מען וויסן וואס צו טון ביי ענקזייעטי פראבלעמען?

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן… נישט אזוי ענדיגט מען?

גענויע הדרכה איז נישט שייך צו זאגן אין די ראמען פון אן אויסגאבע, אבער אזויפיל יא, יעדער קומט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אן. מען דארף פרובירן און פרובירן, זיך האלטן שטארק, נישט ווערן פארלוירן ווען עפעס ארבעט נישט, ובשם השם נעשה ונצליח.

אוודאי זאל מען נישט אפמאכן צו טון סיי וואס בעפאר מען רעדט זיך אדורך מיט א מומחה וואס פארשטייט צו די זאכן און איז אן אחריות'דיגער מענטש. ועל החולים שיתרפאו והברואים שלא יחלו.

Author profile
לייף און ביזנעס קאוטש

הרב חיים מאיר פערל, דער שרייבער פון א סעריע ארטיקלען איבער "מעמארי ריקאנסאלידעישאן" וואס איז ערשינען אין "נפשי", א סעריע איבער דעם "סארנא מעטאד" וואס איז ערשינען אינעם המספיק גאזעט, און נאך ארטיקלען אין "נפשי", ספעציאליזירט זיך צו העלפן מענטשן , וואס שפירן בלאקירט אין ביזנעס אדער אין פריוואטן לעבן, זיך צו פארבינדן מיט אים קליקט אויף די לינקס צו זיינע אינפארמאציע