דער טעראפיסט וועמענ'ס טעלעפאן ליניע באקומט פינף טויזנט רופן א טאג און האלט חשבון אויף 200 סעסיעס א וואך אונטער זיין שטאב פון טעראפיסטן. אינהאלטסרייכן שמועס מיט דעם וועלט בארימטן רופא נפש ר' מרדכי וויינבערגער, וועלכער ווידמעט זיין לעבן צו היילן אומצאליגע נשמות – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1 דורך בן מנחם

 

 

 

די וועלט פארמאגט אן אוצר פון גוטע מענטשן, זי פארמאגט אויך פיל ערליכע מענטשן, אן א שיעור קלוגע מענטשן, אחריות'דיגע מענטשן, בעלי מידות איז אויך גאנץ מצוי. אבער ווי זאגט די וועלט, "אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם". אייגנטליך, כמעט ביי קיינעם. מיר האבן היינט געטראפן איינס פון די געציילטע וואס זענען יוצאים מן הכלל.

ווען עס קומט צו טיפול נפשי זענען פארהאן אן א שיעור ערפארענע טעראפיסטן. עס זענען אויך דא ווייכע טעראפיסטן. עס זענען דא וואס זענען מקפיד אויף דעם כבוד פון זייער קליענט. עס זענען דא וואס פארשטייען גאר גוט וויאזוי מען דיאגנאזירט א פאציענט. ווידער זענען דא די וואס דעת תורה איז ביי זיי איבער אלעם. אבער אלעס אינאיינעם? נאר ביי איינעם. און מיט אים האבן מיר געגארט צו האבן א פערזענליכן שמועס.

אונזער היינטיגער גאסט, הרב מרדכי וויינבערגער שליט"א איז בכלל נישט קיין פרישער שטערן אין דער וועלט פון תורת הנפש. איר האט שוין מסתמא אלע געהערט פון אים, איר קענט זיין קול, און איר פארשטייט אפילו זיין מהלך. פארוואס מיר זאגן אזוי? פשוט, מיר ווייסן דעם כלל אז הולכין אחר הרוב, און 5,000 אידן רופן זיין פריוואטע טעלעפאן ליניע טעגליך, נעמען מיר אן אז איר זענט געוויס נישט קיין אויסנאם.

ר' מרדכי וויינבערגער איז א איד א תלמיד חכם וואס האט באקומען סמיכה פון הרב פאם, ער האט זיך אסאך געדרייט דארט און קונה געווען אן א שיעור הוראות הלכה למעשה. ר' מרדכי איז געווען א שטוב מענטש ביי הרב ר' פישל אייזנבאך שליט״א, ער האט דארט געגעסן סעודות, געלערנט יסודות, און געשטיגן על במתי התורה והיראה. ווען עס איז געקומען אריינצוגיין אין די טעראפי פעלד האט ר' פישל שטארק צוגעשטופט דערצו און געגעבן זיינע ברכות ער זאל מצליח זיין אויפצוטון וואס מען דארף.

אלזא, אן קיין איבעריגע שהיות, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ר' מרדכי'ן.

 

סדר בראשית

"דו ווילסט הערן א חידוש?" הייבט ר' מרדכי אן דעם אינפארמאטיוון שמועס אויף אן אייגנארטיגן שטייגער, "איך האב קיינמאל נישט געפלאנט צו ווערן א טעראפיסט! איך בין אויפגעוואקסן מיט א חלום צו ווערן אן אדוואקאט. נישט נאר דאס, איך בין אפילו אנגענומען געווארן אין "לאו סקול". אבער דער אויבערשטער האט אנדערש געוואלט."

ר' מרדכי ווי זיין שטייגער צעגערט נישט בעפאר ער הייבט אן פארציילן דברים כהווייתן. "איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק, היינט וואוין איך אין לעיקוואד. איך האב שטודירט צו ווערן א ריעל-עסטעיט לאיער. אין יענער צייט האב איך געהערט פון משפחה מיטגלידער איבער א טעראפי מעטאד וואס הייסט 'אלטערנאטיווע טעראפי', דאס איז א טעראפי וואס האט נישט צופיל שטודיעס אויף איר זייט, מען לערנט דאס נישט אין קאלעדזש, עס ווערט בעיקר באנוצט פאר מינדערוויכטיגע פראבלעמען. איך האב זיך דעמאלט אריינגעלייגט אין דער נושא, איך האב מיך דעלערנט די פאך, און אנגעהויבן אויפנעמען מענטשן.

"ארבעטנדיג מיט מיינע פאציענטן האב איך באמערקט אז איך פארזע זייער אסאך. נאך א שטיק צייט האנדלען מיט מענטשן האב איך באמערקט אז איך פרוביר זיך נישט צו דערגרינטעווען צו דעם שורש פון דער פראבלעם וואס דער מענטש האט, איך טו די טעראפי וואס מען האט מיך אויסגעלערנט, אזוי ווי מען האט מיך געלערנט, און איך גיי מיר ווייטער.

"איך האב איינגעזען אז אסאך מאל זענען געקומען מענטשן מיט עכט ערנסטע פראבלעמען, אויף וואס אלטערנאטיווע טעראפי העלפט קנאפ, און איך האב געארבעט מיט זיי כאילו לא היה ווען אין דער זעלבער צייט האבן זיי געליטן יסורי הנפש. איך האב פשוט נישט געכאפט די ערנסטקייט פון זייערע פראבלעמען.

"איך האב אויך באמערקט אז אסאך מאל זאגן מיר מענטשן ליגנט. זיי טענה'ן אז עס איז נאר א קליינע פראבלעם וואס מען דארף פאררעכטן ווען באמת איז די פראבלעם געווען גרויס. מענטשן האבן מיר געזאגט אז זיי ווערן בעסער ווען פון דער אנדערער זייט האב איך צוריקגעהערט אז עס פארערגערט זיך גאר. עס האט געקענט זיין אפילו א בייפאלער פאציענט, וואס נויטיגט זיך אין מעדיצין, און איך האב געמאכט מיט אים אלטערנאטיווע טעראפי.

"איך האב נאך דעמאלט נישט געהאט די כלים וויאזוי ריכטיג צו דיאגנאזירן א מענטש, וואס דאס איז א גרויסע חכמה פאר זיך. עס זענען געקומען צו מיר מענטשן מיט פראבלעמען אזוי ווי דעפרעסיע, שלום בית פראבלעמען, ענקזייעטי, OCD, און איך האב פשוט נישט געהאט קיין וועג וויאזוי זיי צו העלפן."

"איך האב איינגעזען אז כאטש איך האב טאקע א גוטן ווילן, איך וויל העלפן מענטשן, דאך טו איך זיי וויי. איך קען זיי נישט העלפן, איך פיר זיי ארום. דאס האט מיך מורא'דיג איבערגענומען."

"ווען איז געקומען דער טויש?" פרעגן מיר.

"דעמאלט ווען איך האב געארבעט מיט אלטערנאטיווע טעראפי, האב איך אויך שטודירט צו ווערן א לאיער, דאס וואלט מיר געברענגט א שיינע און ברייטע פרנסה, איך וואלט בס"ד געקענט לעבן בריווח אן קיין דאגה. דאס איז אבער אין דער ענדע נישט צושטאנד געקומען.

"איך האב זיך געמאכט א חשבון אז איך האב צוויי אפציעס פאר מיר, אדער קען איך ווערן א לאיער און מאכן ברייט פרנסה, אדער קען איך זיך ארויסציען פון דער גאנצער מעשה און אנהייבן שטודירן צו ווערן א טעראפיסט. די ענדע פון דער מעשה דארף מען קיינעם נישט פארציילן, ווארום איך בין היינט ב"ה א סוקסעספולער טעראפיסט וואס האט שוין געהאלפן טויזנטער מענטשן.

"פארוואס האט איר למעשה געמאכט דעם באשלוס צו נעמען די צווייטע אפציע?" ווילן מיר דערגיין.

"א גוטע קשיא, ווייל דער אמת איז, די צווייטע אפציע איז געווען א שטיקל ריזיקע. דא פלאן איך אנצוהייבן שטודירן געזעץ, אויב גראדואיר איך פון דארט בין אין בעזהשי"ת מסודר מיט א פרנסה פאר מיר, די קינדער, און אייניקלעך. ווידער אויב לאז איך אלעס אפ אינדערמיט דארף איך נאכאמאל אנהייבן פון אנהייב, איך דארף זיך איינשרייבן אין א סאושעל ווארק סקול, איך דארף מצליח זיין דארט, איך דארף אסאך אינוועסטירן אין מיר, און מען דארף נאכדעם באזונדער מזל צו האבן הצלחה.

"דער שטופ וואס האט מיר געמאכט אננעמען די אפציע פון איבערלאזן אלעס און ווערן א טעראפיסט איז געווען דער פאקט אז איך האב ב"ה געהאט זייער אסאך קאסטומערס אלס 'אנלייסענסד טעראפיסט', ארום 7 מענטשן א טאג, דאס איז פאר מיר געווען ווי א סימן פון הימל אז איך באלאנג אין דעם פעלד. אזא גרויסע צאל קליענטן פאר א טעראפיסט אן קיין לייסענס איז נישט קיין דרך הטבע. און אזוי האב איך למעשה געטון. איך האב אפגעלאזט די 'לאו סקול' און במקום זה האב איך זיך געטראפן לערנען אין סאושעל ווארק סקול".

אזא שריט דארף באגריסט ווערן, זאגן מיר פאר ר' מרדכי'ן מלא התפעלות.

דער  טעראפיסט לאזט זיך נישט פון די קאמפלימענטן און פארציילט ווייטער, "איך האב געלערנט דארט מיט מענטשן וואס האבן געהאט א פולע עדיוקעשאן, זיי האבן געלערנט און שטודירט אלע זייערע יארן. איך, פון דער אנדערער זייט, האב געלערנט אין ישיבה אלע יארן. איך האב טאקע געקענט א גוטן ענגליש, אבער נישט מער. ארויסגעשטעלט האט זיך אבער א מורא'דיגע זאך, איך האב גראדואירט פון די סאושעל ווארק סקול מיט די העכסטע לעוול פון אלע סטודענטן, און איך בין געווען דער 'נואם הכבוד' דארט, א כבוד וואס בלויז די סאמע סמעטענע און אויסגעצייכנטע סטודענטן עררייכן."

דאס איז א מעשה פון 13 יאר צוריק. און ווי זאגט די וועלט? דאס רעשט איז היסטאריע.

 

אן אינדיווידועלע צוגאנג

דא קומען מיר צום קומענדיגן שטאפל, וועלנדיג הערן פון דעם מלך הטעראפיסטן וויאזוי ער ארבעט און וואס עס זענען זיינע פרינציפן. ר' מרדכי הייבט אן פארציילן אביסל סודות פון חדר וואס האבן אים געהאלפן בס"ד גרייכן אזא סוקסעס.

"אלס תלמיד מובהק פון גדולי ומאורי הדור האב איך אפגעמאכט ביי מיר צוויי זאכן מיט וואס איך גיי זיין אנדערש פון אנדערע טעראפיסטן, און די צוויי זאכן זענען ביי מיר כיתד שלא תמוט," זאגט ר' מרדכי מיט א אידישן שטאלץ, "זיי ליגן מיר פאר די אויגן און גארנישט וועט מיר בס"ד נישט אוועקרירן פון זיי.

"די ערשטע זאך וואס איך האב זיך אונטערגענומען איז אז דעת תורה איז העכער אלעס. יעדע זאך וואס מאכט זיך, נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין, דאורייתא אדער מנהג, אלעס ווערט אדורכגערעדט מיט א מורה הוראה וואס קען די זאכן און פארשטייט די מצבים. ועל פיהם יישק דבר.

"פארשטייט זיך אז מען פרעגט אזא דיין וואס האט א שטיקל ידיעה אין מענטל העלט, פונקט ווי עס איז דא א דיין וואס ספעציאליזירט זיך אין כשרות, א צווייטער אין הלכות שבת, זענען דא דיינים וואס האבן דורכגעטון די דאזיגע נושאים פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט און זיי קענען ענטפערן די ריכטיגע דעת תורה באזירט אויף די פאקטן פון וואס עס האנדלט זיך.

"די צווייטע קבלה וואס איך האב זיך אונטערגענומען איז געווען אז איך שטעל זיך צו צו דעם קולטור פונעם פאציענט. איך האב אריינגעלייגט כוחות עצומות צו שטודירן און נאכגיין אלע סארטן אידן וואס זענען דא אויף דער וועלט. איך האב זיך געלערנט דעם מהלך החיים פון אלע שיכטן און קרייזן אינערהאלב די היימישע קרייזן, ספרדים ווי אשכנזים, סאטמאר און באבוב, ליטוויש ווי חסידים. איך קען היינט אלע קפידות פון יעדן איינעם און איך שעץ יעדן באשר הוא שם. און ווען עס קומט אויס צו פרעגן א שאלה ווערט עס געפרעגט פון א מורה הוראה אינעם חדר פונעם פאציענט.

"איך פרעג נישט מיינע רבי'ס וויאזוי צו האנדלען מיט חסיד'ישע קעיסעס, איך בין אין קאנטאקט מיט דיינים און רבנים אינערהאלב יעדן קרייז און אלעס ווערט צוגעשטעלט צו דער סביבה און קולטור פונעם מענטש. אט די קפידה האט זייער שטארק צוגעגעבן צו אונזער סוקסעס. ווען א מענטש שפירט זיך באקוועם, ער איז געשעצט און ארויפגעקוקט נישט קיין חילוק וועלכע לבוש ער טראגט, העלפט דאס שטארק צו די פראצעדור פון היילן. אויף ענגליש הייסט דאס 'אנקאנדישענאל עקסעפטנעס'."

און דא קומען מיר צו דעם פאקטישן טאג טעגליכן רוטין אין אפיס פונעם טעראפיסט. אין אנהייב איז ר' מרדכי געווען א טעראפיסט ווי אלע טעראפיסטן, געארבעט פאר זיך, אויפגענומען פאציענטן, און געהאלפן מענטשן. עס האט אבער נישט לאנג געדויערט ביז די קאלענדאר זיינע האט מער נישט געהאט קיין פלאץ, עס איז אנגעקומען צו די דראסטישע נומערן פון 45-50 סעסיעס א וואך דורך איין מענטש. ער איז געווען פול עד אפס מקום, און ער האט פארשטאנען אז עפעס דראסטיש מוז אונטערגענומען ווערן.

נארמאל ווען א טעראפיסט קומט צו אזא מצב נעמט ער אונטער זיך אפאר נייע טעראפיסטן פאר "סופערווייזינג". דאס הייסט אז דער גרויסער טעראפיסט האלט אביסל מיט מיט די קעיסעס פון זיינע אונטערטאנען און ער איז זיי מייעץ וויאזוי צו ארבעטן.

דער פאקט ווייזט אבער אז רוב מאל זענען זיי נישט מצליח, די פאציענטן ווילן אייביג נאר גיין צום "הויפט", צו דעם סופערווייזער אליין, מען איז נישט צופרידן מיט דער ארבעט פון די אונטערטאנען. א קורצע פארש ארבעט וואס ר' מרדכי האט דרוכגעפירט האט אים געברענגט צו דער מסקנא אז די טעראפיסטן מאכן א גרויסן טעות. זיי אליין נעמען אן קליענטן אגאנצן טאג, זיי געבן נישט פאר סופערוויזשאן מער פון 1 אדער 2 שעה א וואך פער טעראפיסט. דאס ברענגט אז די טעראפיסטן לערנען זיך נישט גענוג, זיי באקומען נישט קיין ערפארונג, ווען זיי האבן א שאלה אינמיטן א קעיס קענען זיי נישט סתם אזוי אנרופן דעם סופערווייזער ווייל ער זיצט דאך יעצט אויך מיט א קליענט.

ר' מרדכי האט צוליב דעם געטון א זאך וואס איז א חידוש גדול אין דער טעראפי אינדוסטריע, ער האט זיך אינגאנצן אפגעלאזט פון זיין רוטין, אויפגעהערט אנצונעמען קליענטן, און במקומו האט ער אויפגענומען 6 ערפארענע און געלונגענע טעראפיסטן וואס זאלן ארבעטן אונטער אים. ר' מרדכי זיצט דארט אין אפיס אגאנצן טאג און איז פולשטענדיג גרייט ארויסצוהעלפן זיינע ארבעטער מיט סיי וועלכע קאמפליקאציע וואס קומט אונטער.

אויב איז דאס נישט גענוג א גרויסע הקרבה פון זיין זייט האלט ר' מרדכי מיט "יעדע" קעיס וואס קומט אן צו איינעם פון זיינע ארבעטער, און ער זאגט אין אלעס א מיינונג. ער געדענקט וואו מען האלט מיט יעדן מענטש. און מיינט נישט אז די רעדע דא איז פון 2-3 קעיסעס א וואך, יעדער טעראפיסט מאכט ארום 40 סעסיעס א וואך – א קיימא לן פון 200 סעסיעס אויף וואס ר' מרדכי האלט חשבון.

דער פאקט אז ער האט אויפגעגעבן זיין אייגענע אפיס מאכט אים אויך עוועילעבל ווען עס קומט צו רעדן מיט דאקטוירים און אנדערע טעראפיסטן איבער קעיסעס וואס דארפן דרויסנדיגע הילף.

רעדנדיג מיט הרב לוי יצחק אבערלאנדער, איינער פון די געלונגענע טעראפיסטן פון ר' מרדכי פארציילט ער, "יעדער טעראפיסט וואס ארבעט פאר ר' מרדכי האט קודם געארבעט אונטער א צווייטע ארגאניזאציע, אבער יעדער איז צופרידן דא. ר' מרדכי ארבעט מיט א געוואלדיגע סדר און געטריישאפט, עס איז א נחת."

מיר האבן זיך אויך פארבינדן מיט אן אנדערן טעראפיסט וואס ארבעט אונטער ר' מרדכי'ן, הרב נחום וואזנער, פארציילט ער אז דורכאויס דעם לעצטן יאר אנדערטהאלבן וואס ער ארבעט מיט ר' מרדכי זעט ער א שטארקע סייעתא דשמיא מיט זיינע פאציענטן. דער עולם מאכט ב"ה שטארקע פראגרעס. ווי אויך פארציילט ער אז דער פאקט אז ער קען העלפן מענטשן טרעפן זייער אייגענע "זיך", דאס גיט אים א געוואלדיגע סיפוק. ווייל דאס עפנט אויף טויערן צו וואקסן ברוחניות ובגשמיות".

ווען מיר פרעגן ר' מרדכי אויף וואס ער קוקט ביים ארייננעמען א נייע טעראפיסט זאגט ער אזוי, "איך זוך איין זאך, איך דארף א 'שומע', איינער וואס הערט אויס. איך בין נישט אינטערעסירט אז דער טעראפיסט זאל רעדן גאנצע דרשות צום קליענט. דער קליענט דארף מען זאל אים אויסהערן. נאך א וויכטיגע זאך וואס איך קוק איז ווי שטארק ער נייגט זיך אונטער דעת תורה." און ר' מרדכי פארענדיגט מיט א שמייכל, "די תלמידים זענען שוין באלד בעסער ווי מיר…

"מיר זענען זייער מקפיד אויף צניעות," טיילט ר' מרדכי מיט, "ווי למשל ווען עס קומט צו אונז א שלום-בית קעיס שיקן מיר דעם מאן צו א מענער טעראפיסט און די פרוי צו א פרוי. און מיר האבן נישט קיין פראבלעם אז די ארבעט ווערט קאמפליצירט ביים האנדלען מיט צוויי באזונדערע מענטשן אויף איין קעיס, ווייל איך בין עומד בראש, איך רעד מיט ביידע טעראפיסטן און מען שטעלט אויס א פלאן."

 

אין טעראפיסט צימער

ווען א קליענט קומט דאס ערשטע מאל אריין דארט אין אפיס גייט ער אריין צו ר' מרדכי פאר אן "איוואליועישאן", צו אפשאצן דעם מצב. ר' מרדכי כאפט אויף מער ווייניגער איבער וואס דא האנדלט זיך און לויט דעם מאכט ער אפ ווער פון זיין שטאב וועט די בעסטע קענען באהאנדלען דעם קעיס. ר׳ מרדכי איז א געוואלדיגער ספעציאליסט ווען עס קומט צו דיאגנאזירן א קליענט, און אין דעם שטעקט דער הויפט שליסל צו הצלחה. אן אומריכטיגע דיאגנאז איז א שפיל מיט פייער ווייל דאס ברענגט צו אומריכטיגע טעראפי, און דאס ברענגט צייט פארשווענדעניש פאר גארנישט און עס פארדרייט נאר מער די שוין אזוי אויך קאמפליצירטע קעיסעס.

דא קומט נאך א מורא'דיגע זאך, ר' מרדכי קוקט נישט אן קיין קליענטן ווי אן אביעקט פון וואו מ'קען ציען חיונה. דער קליענט קומט דא פאר הצלחה, און אויב קען ער נישט מצליח זיין דא שיקט מען אים גלייך ווייטער. "איבער 30 פראצענט קעיסעס וואס קומען אריין צו אונז זענען איבער זאכן אין וואס מיר ספעציאליזירן זיך נישט," דערציילט ר' מרדכי, "און מיר זאגן גלייך אז מיר וואלטן אייך געשיקט צו איינעם וואס האט מער פארשטאנד אין די סארט פעלער. מיר הייסן אים אנרופן 'ריליעף', מיר זאגן אים וואס צו זאגן פאר זיי, אדער רוף איך אליין 'ריליעף', און מען מאכט זיכער אז דער מענטש ווערט געשיקט צו דעם ספעציאליסט אין וואס ער נויטיגט זיך."

נאך א געוואלדיגע זאך זאגט ער, "אויב זעען מיר נאך 5 סעסיעס אז מיר דערשנאפן נישט קיין מהלך וויאזוי דער מענטש גייט ביי אונז ווערן געהאלפן, שיקן מיר אים ווייטער צו א ספעציאליסט אין דער נושא וואס ער נויטיגט זיך. דאס מיינט נישט אז טעראפי העלפט נאך 5 סעסיעס, אבער נאך 5 סעסיעס דארף מען שוין קענען זען בערך וויאזוי די ישועה גייט קומען, אדער ווי דאס ווערט גערופן א 'פעטה', א דרך, א פלאן, אן אויסגעטראטענער וועג."

ווען עס קומט צו די סארט זאכן איז פריוואטקייט גאר א גרויסע פאקטאר. מענטשן שעמען זיך, און מען דארף זיי באהאנדלען אויף אן אופן זיי זאלן זיך שפירן באקוועם. איז אונזער קומעדיגע שאלה צו ר' מרדכי, וויאזוי מאכט ער זיכער אז דער מענטש וואס קומט זאל זיין פולשטענדיג רואיג אז זיין פריוואטקייט ווערט נישט צעשטערט? ווער רעדט נאך ווען מען פירט אן אן אפיס וואס פארנעמט 200 פאציענטן וועכנטליך. עס איז מסתמא א שווערע זאך.

"וואס נישט…" איז ר' מרדכי'ס ענטפער, און ער איז ממשיך, "מיר האבן צוויי ווארט-זאלן כדי אז אויב צוויי פון אונזערע טעראפיסטן ערווארטן א פאציענט אין דער זעלבער צייט זאלן זיי זיך נישט צוזאמטרעפן. אין יעדע ווארטזאל איז דא אן 'אויג' וואס קוקט צי איינער איז דארט און מיר מאכן זיכער אז עס איז ליידיג בעפאר מיר שיקן איינעם אריין דארט. ווען א טעראפיסט ענדיגט א סעסיע באגלייט ער ארויס דעם פאציענט און מאכט זיכער אז דער ארום איז ליידיג פון מענטשן. יעדער טעראפיסט ווייסט נאר פון זיינע אייגענע פאציענטן."

ר' לוי יצחק לייגט צו, "מיר פארשטייען זייער גוט די סענסיטיווקייט פון די סיטואציעס. עס איז נישט קיין פלאץ פאר קיין 'מקוה שמועסן'. דער טעראפיסט וועט קיינמאל נישט אויספרעגן דעם קליענט צי ער איז אים אפשר א קרוב, מען פרעגט נישט איבעריג, מען רעדט נישט איבעריג. ווי נאר דער פאציענט קומט אריין הייבט זיך גלייך אן 'ביזנעס'. תכלית איז די איינציגסטע זאך מיט וואס די צייט פון א סעסיע ווערט פארברענגט."

ר' מרדכי איז ממשיך מיט א מעשה וואס אילוסטרירט זיין שטארקע קפידה איבער דער פריוואטקייט פון זיינע קליענטן. "ביי אונז רעדט מען נישט צו קיין שום מענטש אן די חתימה פונעם פאציענט, אדער די וואס זענען אחריות אויף אים, אויב איז ער אונטער 18 יאר. מיר האבן אמאל געהאט א פאציענט וואס דער זיידע האט באצאלט פאר די טעראפי, און ער האט גערופן פרעגן וואו מען האלט. מיר האבן אבער געזאגט אז מיר ענטפערן נישט אן קיין חתימה פונעם אייניקל, ווייל דער אייניקל איז געווען העכער 18 יאר. מיר האבן געזאגט אז מיר קענען אפילו נישט זאגן צי מיר זעען אים, מיר קענען נישט זאגן קיין יא אדער קיין ניין. דער אייניקל האט נישט מסכים געווען צו חתמ'ענען, און מיר האבן טאקע נישט גערעדט. דער זיידע האט געסטראשעט אז ער וועט שיקן צו א צווייטן און מיר האבן געזאגט 'גאו אהעד, אבער מיר קענען נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע איבער א קליענט אן רשות.' דער זיידע האט טאקע אוועקגענומען דאס קינד אבער מיר זענען געווען רואיג אז מיר האבן געטון די ריכטיגע שריט, און דער אייניקל איז אונז דאנקבאר געווען.

"בעצם איז עס א געזעץ," איז ר' מרדכי מסביר, "א טעראפיסט טאר נישט רעדן איבער א קעיס אן א חתימה פונעם פאציענט. מיר ארבעטן פאר'ן קליענט, און מיר טוען דאס וואס ער וויל. אלעס איז ביי אונז לעגאל, גראדע ביזנעס, מיט סאפיסטיקירטע קאמפיוטער סיסטעמען. ווען עס מאכט זיך אז א טאטע שיקט זיין בחור העכער 18 פרובירן מיר שטארק אויסצוארבעטן אז דער בחור זאל יא אונטערשרייבן פאר זיין אייגענע טובה, נאך אלעם די עלטערן מיינען נאר די טובה פונעם קינד, און אזוי ארום מאכן מיר זיכער אז סיי די עלטערן און סיי דאס קינד זענען צופרידן.

"מיר פארשטייען די סענסיטיוויטעט פון אונזערע קליענטן און מיר קומען זיך אויס מיט זיי, מיר וועלן נישט מאכן קיין 'הארד טיים' פאר איינעם וואס רופט אן אז ער וויל טוישן די צייט פונעם סעסיע, נישט אייביג וועט שייך זיין זיך צוצושטעלן און טרעפן א צווייטע אפוינטמענט גלייך ווען יענער וויל, אבער מיר פארשטייען אז עס איז סענסיטיוו און מיר פרובירן צו זיין 'פלעקסיבל' מיט אונזערע קליענטן.

"אונזער קאמפיוטער סיסטעם איז א זאך פון וואס מען קען מאריך זיין. יעדער פאציענט האט א פייל וואו עס ווערט געשריבן פינקטליכע נאטיצן איבער יעדע באזוך, נישטא אזא זאך אז ווען א פאציענט קומט א צווייטע מאל געדענקט מען נישט וואו מען האט געהאלטן מיט אים. אלעס איז פארצייכנט, עס איז דא חשבון מיט יעדן איינעם."

דאס אז די שטאב זענען געלערנטע און פראפעסיאנאלע טעראפיסטן איז אים נישט גענוג, ר' מרדכי מאכט אייביג זיכער צו לערנען מער, און ער באצאלט פאר זיינע טעראפיסטן אויך צו לערנען און דורכגיין טרענירונגען. "צום ביישפיל," דערציילט אונז ר' לוי יצחק, "דעם זומער גרייטן מיר זיך צו גיין פאר 10 טעג זיך טרענירן די DBT ("דייאלעקטיקל ביהעוויאר טעראפי") מהלך פאר פערסאנאליטי דיסארדערס. אזא זאך קאסט טויזנטער דאלארן פער טעראפיסט, און נאך טויזנטער דאלארן פון צייט וואס מען וואלט געקענט זיצן מיט פאציענטן. מיר האבן אבער א כלל אז 'קוואליטעט' קומט בעפאר 'קוואנטיטעט', איכות איז וויכטיגער ווי כמות, און מיר איבן אויס אונזערע חושים צו זיין מער פעאיג אין העלפן אידן."

ר' מרדכי לייגט צו אז איינמאל א חודש ברענגען זיי אראפ צום אפיס א גאון אין מענטל העלט, יעדעס מאל א צווייטער, אמאל א איד און אמאל להבדיל א גוי, וואס געט א שיעור פון עטליכע שעה פאר די טעראפיסטן איבער זייער ערפארונג אין מענטל העלט. "אראפצוברענגען אזא מענטש קאסט אפ ימ'ען פון געלט, מיר אינוועסטירן אין אונזערע טעראפיסטן."

אבער נאך אלע אינוועסטירונגען און טרענירונגען געדענקט ער אז דער שליסל צו הצלחה ליגט נישט אין זיין האנט, נאר ביי דעם רופא נאמן. "מיר זענען זייער אסאך מתפלל פאר הצלחה. אמאל מיינט מען אז א קעיס איז גרינג, עס דארף נישט אזויפיל תפילה ח"ו, אבער מיר ווייסן אז יעדע קעיס, אפילו עפעס וואס אויבנאויף קוקט עס אויס גרינג, קען עקספלאדירן, און פון דער אנדערער זייט, אמאל מיינט מען אויף א קעיס אז עס איז עק וועלט און נאך אפאר סעסיעס זעט מען ווי מען רוקט זיך ב"ה פיין.

"די גמרא זאגט אין מסכת קידושין 'טוב שברופאים לגיהנם', איז רש"י מסביר ווייל ער מיינט אז נאר ער קען העלפן. מיר ווייסן ביי אונז ברור אז אלעס ליגט אין די הענט פון באשעפער און אן אים איז אלעס גארנישט מיט נישט. מיר פארלאזן זיך אויף אים און מיר זענען מתפלל פאר יעדן פאציענט, מיר רעדן כסדר פונעם אויבערשטן, און מיר זעען טאקע גאר אסאך סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט."

 

מעיינותיך חוצה

ר' מרדכי וויינבערגער איז א מענטש וואס ווערט געהערט אין דער גאנצער וועלט, אויף כל-ערליי אופנים, און ער לייגט אויף דעם א געוואלדיגן דגש, ער שפירט עס פאר א זכות. ביים אנהייב פון אונזער שמועס האט זיך ר' מרדכי אנטשולדיגט איבער זיין הייזעריגער שטימע, "זיי מיר מוחל, איך האב נעכטן געפירט א פראיעקט אויף דער ראדיא, שפעטער בין איך נישט געשלאפן א גאנצע נאכט, היינט צאל איך דערפאר…"

זיין גאנצע ציל איז איין זאך, צו ברענגען "אווערנעס" ביים היימישן ציבור איבער מענטל העלט אישוס. "איך פיר א ריזיגע נעץ פון שיעורים, דרשות און פאנעלן און וואס נישט מיט הונדערטער טויזנטער צוהערער. עס איז די גרעסטע זאך וואס א מענטש קען טון."

און יעדע מעשה האט אן אנהויב. "פאר זיבן יאר צוריק איז מיין טאטע אוועק פון דער וועלט, אפאר חדשים נאכדעם האב איך באקומען אן אנבאט פון די 'פאמעגרענעט' געשעפט צו אנהייבן רעדן אויף דער ראדיא איבער מענטל העלט נושאים, א זאך פון וואס קיינער פלעגט נישט רעדן, און זיי האבן עס געספאנסערט. איך האב עס אנגעקוקט ווי אן ארבעט פון מיין טאטן דארט אויבן, עס איז זיכער געווען זיין זכות. עס איז זייער נישט קיין שכיח'דיגע זאך צו באקומען אזא ריזיגע אנבאט פון איין טאג צום צווייטן, א פלאטפארמע וואס איבער הונדערט טויזנט מענטשן הערן אויס, וועגן דעם האב איך עס אנגענומען און פון דארט איז ב"ה געפארן א באן.

"איך האב אנגעהויבן מאכן 'ווארק שאפס' פאר מענטשן, 20 מענטשן דא און 20 מענטשן דארט. ווען איך האב צוריקגעהערט שטארקע גרוסן וויפיל מענטשן עס האט געהאלפן האב איך אפגעמאכט אז מער מענטשן דארפן דאס הערן. דעמאלט האב איך געעפנט מיין האטליין." דער האטליין נומער 718-298-2011 באקומט היינט ארום 5,000 טעלעפאן רופן א טאג, און עס ווערן געהערט דארט איבער 100 טויזנט מינוטן טעגליך! "די טעלעפאן ליניע האט פארגאנגענעם יאר ערהאלטן א סך הכל פון 1.3 מיליאן רופן! דאס געט מיר חיזוק ווייטער אנצוגיין.

"מען רופט פון דער גאנצער וועלט, ניו יארק, ניו דזשערסי, און פון איבער אלע סטעיטס אין אמעריקע. מיר באקומען רופן פון אלע אייראפעאישע לענדער, פון אויסטראליע, ארץ ישראל, און אפילו פון אראבישע לענדער. וואו אימער עס איז פארהאן א אידיש קינד."

פאר'ן אידיש-רעדנדן עולם האט ר' מרדכי געזאגט 61 שיעורים פאר ובלכתך בדרך, און לויט ווי זיי זאגן איז דאס גאר א פאפולערער שיעור און ווערט פארקויפט אין די טויזנטער. "לעצטנס האב איך אנגעהויבן א פראיעקט אויף קול מבשר וואו מענטשן שיקן אריין שאלות, און אזויווי ווען עס קומט צו די נושאים האבן מענטשן מורא ארויפצוקומען מיט זייער קול ווערט די שאלה אויפגעברענגט דורך א געוויסן "ר' שלמה", און צוזאמען דיסקוטירן מיר די שאלה און נאכדעם די תשובה. די שיעורים ווערן פארקויפט דורך ובלכתך בדרך, און די גרוסן זענען ב"ה געוואלדיג!"

 

עפילאג

בעפאר מיר ענדיגן אונזער שמועס פארציילט ר' לוי יצחק אבערלאנדער אן אינטערעסאנטער אנעקדאט. "דער אנפירער פון די מאנסי ביקור חולים קליניק, ר' יצחק שעכטער, האט געעפנט אן ארגאניזאציע געשטעלט צו מאכן שטודיעס איבער מענטל העלט ביים היימישן ציבור. די רעזולטאטן זענען געווען איבערראשנד פאר פילע."

אסאך מענטשן מיינען אז OCD איז א קרענק וואס מאכט זיך ביי היימישע אידן מער ווי אין דער אלגעמיינער גאס וויבאלד מיר האבן הלכות און דקדוקים, די שטודיעס ווייזן אבער אויף זייער טעות. דער פראצענט פון אונזער ציבור וואס ליידט אויף OCD איז אויף דער האר די זעלבע ווי דער פראצענט אין אלגעמיין. דער חילוק איז נאר אז ביים איד קלאפט עס אויס אויף הלכות און ביים גוי איז עס א פחד פון שטארבן וכדו'.

די דעפרעסיע נומערן ביי אונזער ציבור שטייט אייגנטליך ביי העלפט פון וויפיל די גוי'שע וועלט ליידט. און דאס איז זייער פארשטענדליך ווען מען נעמט אין באטראכט אז מיר לעבן מיט א ציל און מיר האבן א פולן סדר היום מיט תורה ועבודה.

פאר ר' מרדכי'ן וואס איז שוין יארן עוסק אין דעם פעלד און וועקט דעם ציבור איבער דער קריטישער נושא קומט זיך א גרויסן דאנק. מ'קען זאגן אז א שיין חלק פון דער מהפיכה וואס איז היינט געווארן ארום די נושאים איז צו פארדאנקען ר' מרדכי. הוא הגבר וואס האט זיך נישט געשראקן פון קיין סטיגמעס און גערעדט אין פובליק פאר גרויסע צוזאמענקומען. זאל אים דער אייבערשטער באשערן הצלחה אין זיין ארבעט, און ער זאל אויסלויפן פון פאציענטן בקרוב!

מיר וועלן שליסן מיט וואס ר' מרדכי האט אנגעהויבן: "איך וויל ערשט באדאנקען די מאמענט רעדאקציע פאר'ן אונטערנעמען די געוואלדיגע שריט ארויסצוגעבן א ביילאגע געווידמעט אויף מענטל-העלט נושאים. עס איז א געוואלדיגער זכות און א בחינה פון מגלגלין זכות על ידי זכאי. לויט ווי איך הער איז מאמענט די שטערקסטע מאגאזין, דאס וועט האפנטליך ברענגען דער קול זאל דערהערט ווערן."

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן