"נפשי" שטעלט פאר א פראבלעמאטישן פאל פאר א פאנעל פון 5 מומחים בעיניני תורת הנפש, און אלע באטראכטן דעם קעיס פון זייער באזונדערן קוקווינקל און געבן זייערע אייגנארטיגע אנאליזן, פארשלאגן און לייזונגען – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1

  

 

שאלה:

א גוטן,

איך בין א מגיד שיעור אין דער ערשטער כתה ישיבה גדולה, מיין ארבעט איז מער ווייניגער פארצולערנען שיעורים און זיכער מאכן אז דער עולם לערנט, אבער אסאך מאל מאכט זיך אז איך באמערק עפעס אויף א בחור און איך שפיר אז איך קען עס נישט איגנארירן. דאס יאר איז נישט אנדערש, און באמערקנדיג אסאך אויסערארדנטליכע זאכן אויף איין בחור האב איך אפגעמאכט זיך צו ווענדן צו אייך און הערן אייער מיינונג.

קודם אביסל היסטאריע: אין חדר איז דער בחור געווען גאר שוואך און ווייט פון פאפולער. די קינדער האבן אים אנגעקוקט ווי א טאטאלער משוגענער. ער פלעגט זיין א צעבראכענע רחמנות. אין ערשטע כתה ישיבה קטנה האט ער צוביסלעך אנגעהויבן זיך צו ערהוילן און אנגעהויבן לערנען פלייסיג. פארשטייט זיך אז מען האט אים געגעבן אסאך חיזוק.

זיין טאטע זעענדיג דעם טויש האלט אז ער קען נישט זיין בעסער. דער בחור האלט אויך אזוי… אבער דא ווערט די פראבלעם.

ער ווערט באליידיגט פון יעדע מינדעסטע ווארט וואס די מגידי שיעור זאגן, ער פלאגט זיך זייער ביים לערנען, ער מוז באקומען א הונדערט צוואנציג אויף די בחינה ווען למעשה האט ער נישט די אייגנשאפטן דערצו. דאס מאכט אים מורא׳דיג נערוועז ביז ממש ענקזייעטי. בעפאר א בחינה איז נישטא צו וועם צו רעדן, ער קען פייניגן דעם מגיד שיעור מיט שאלות פאר גאר א לאנגע צייט און ווען דער מגיד שיעור וויל איבערהאקן א רגע צו ענטפערן א קורצע שאלה פון א צווייטן ווערט ער באליידיגט אז מען שעצט נישט זיין יגיעה.

ער ווערט זייער שנעל אויפגערעגט און גייט ארויס פון די כלים אזש מ'קען נישט רעדן צו אים קיין גראד ווארט. ער ווערט פארלוירן און פארגעסט מיט וועם ער רעדט און קען באפאלן א מגיד שיעור מיט קולות ווי ער וואלט געווען זיין חבר.

ווען עס קומט צו לערנען איז ער זייער זייער אויבערפלעכליך און קען פרעגן נארישקייטן און נישט פארשטיין קיין פשוט'ע זאכן. ער וועט זיך שטעלן אויף א מציאות וכדו׳ און נישט איינזען וואו דער ריכטיגער פאקוס דארף זיין. ווען דער מגיד שיעור ענטפערט אז נישט אויף דעם דארף מען פאקוסירן ווערט ער באבלאזן.

ער געט זייער שנעל אויף. ער נעמט זיך נאכאמאל מיט א געוואלדיגן עקסטרעמיזם.

ער האט נישט די מינדעסטע ידיעה ווען עס קומט צו סיי וועלכע זאך. ווי למשל, דער חילוק צווישן ראשונים און אחרונים.

אין ישיבה הייסט ער פון די גוטע בחורים, ווייל למעשה זיצט ער ביי די גמרא, אבער איך שפיר אז ער ליידט.

וואס טוט מען מיט אזא בחור? דארף איך אים שיקן צו הילף, אויב יא, וואס וועט העלפן? און וויאזוי וואלט איר געהאלפן דעם בחור?

 

 

דער טעראפיסט פערספעקטיוו

הרב מרדכי וויינבערגער

LCSW

דאס איז א קאמפליצירטע שאלה, עס קען זיין אזויפיל זאכן, נישט מעגליך צו ענטפערן אן זען דעם פאציענט. איך וואלט דא געקענט רעדן א שטונדע אויף דער שאלה.

איך געדענק אין מיינע ערשטע צוויי יאר אלס טעראפיסט פלעג איך טון "אלטערנאטיווע טעראפי", דאס איז א טעראפי וואס איז נישט אזוי ווייט "עווידענס בעיסד", עס העלפט אויף קלענערע פראבלעמען. איך האב דעמאלט איינגעזען אז איך מאך אסאך טעותים ווייל איך בין נישט געלערנט ריכטיג צו דיאגנאזירן א מענטש, און דאס האט מיר געמאכט מיינען אויף גרויסע פראבלעמען אז זיי זענען קליין.

איך פלעג מאכן די זעלבע אלטערנאטיוו טעראפי פאר יעדן מענטש וואס איז אריינגעקומען צו מיר. שפעטער האב איך געכאפט אז איך פלעג ממש וויי טון מענטשן מיט דעם, זייערע פראבלעמען האבן פארלאנגט אנדערע מעטאדן, איך האב פשוט נישט עומד געווען אויף דער הארבקייט פון זייער מצב.

דאס האט מיך דעמאלט געפירט אריינצוגיין אין קאלעדזש זיך צו לערנען די ריכטיגע וועגן וויאזוי צו העלפן מענטשן, וויאזוי צו דיאגנאזירן א מחלה, און היינט ווייס איך אז מ'קען נישט אפמאכן וואס די פראבלעם איז בעפאר מען זעט נישט דעם פאציענט.

איך באקום אפט אזעלכע שאלות אויף מיין טעלעפאן ליניע און איך בין שטענדיג מסביר די זעלבע פונקט, איך קען נישט דיאגנאזירן אויפ'ן טעלעפאן, איך קען אבער יא זאגן וויפיל זאכן עס "קען" זיין. דאס העלפט מענטשן כאפן בערך וואס די אלע מחלות זענען און עס ברענגט "אווערנעס", זיי וועלן צוליב דעם קענען אויפכאפן אויף א נאנטן מענטש צי ער האט נישט עפעס סימפטאמען וואס דארפן ווערן אונטערגעזוכט ביי א פראפעסיאנאל.

איז לאמיר דא אוועקשטעלן 8 מעגליכקייטן וואס די מעשה מיט'ן בחור קען זיין.

1) נארמאלער בחור: עס קען זיין אז דער בחור איז א מענטש ווי אלע מענטשן, נארמאל, האט נישט קיין שום גייסטישע צושטאנד. ער האט פשוט שוואכערע כשרונות, און מען פלעגט אביסל טרעטן אויף אים, אבער ווי עלטער ער איז געווארן האט ער אויפגעכאפט אז ווען מען "פייט", מען שלאגט זיך, קומט מען אן. און דאס איז א נארמאלע זאך, דאס איז א בחור.

איינמאל ער האט איינגעזען אז מיט קעמפן קומט מען אן איז שוין זייער פארשטענדליך פארוואס ער ארבעט אזוי שווער צו באקומען א 120 אויף דער בחינה. ער ווייסט קלאר אז אויב וועט ער זיך שלאגן אויף דעם וועט ער כאטש אנקומען צו אן 80 צייכענונג, ווידער אויב שלאגט ער זיך נישט וועט ער דאס אויך נישט האבן.

אויב איז דאס דער קעיס דא איז די עצה נישט טעראפי, עס פעלט אים גארנישט, מען דארף אים פשוט לאזן דורכשווימען די בחור'ישע יארן. ער דארף א געטרייען מענטש וואס זאל זוכן זיין הצלחה, און דאס איז עס.

און לגבי די פראבלעם וואס ער האט, דאס אז ער קען ווערן א מחוצף, דארף מען פשוט מחנך זיין, דאס איז די ארבעט פון די עלטערן און מדריכים, אויסלערנען דעם בחור "באלאנס", אז ער וויל טאקע זייער ריכטיגע זאכן אבער אלעס דארף גיין מיט א באלאנס. און דער בחור וועט פארשטיין.

דאס איז אלעס אויב דער בחור האט נישט קיין נפשיות'דיגע פראבלעם, עס קען אבער זיין אז ער האט יא.

2) ענקזייעטי: דער בחור האט נישט מצליח געווען אלס קינד, דאס האט אים מעגליך געברענגט פחדים. ער האט מורא געהאט צו פרעגן שאלות פון די מלמדים, ער האט נישט פארציילט פאר די עלטערן אויב עפעס האט אים געבאדערט. דאס האט אין אים אויפגעבויעט אן ענקזייעטי, ער מוז זיין דאס בעסטע, כדי צו זיין די בעסטע האט ער נארמאל מורא אנצושרייען די מגיד שיעור, אבער צוליב די שטארקע לחץ אונטער וואס דער ענקזייעטי ליידנדער לעבט קראכט עס צומאל, און דעמאלט שרייט ער אויפ'ן מגיד שיעור. און נאכ'ן שרייען האט ער ענקזייעטי פון דעם אליין, פארוואס האב איך געשריגן.

דער פחד נישט איבערצופרעגן אלס קינד האט געברענגט א חסרון אין פשוט'ע מושגים, פשוט ווייל ער האט קיינמאל נישט איבערגעפרעגט, טא, פון וואו זאל ער דען וויסן?

איינמאל דער בחור האט באקומען ענקזייעטי זענען שוין אלע פראבלעמען א פועל יוצא פון דעם. דאס ברענגט פערפעקציאניזם, דאס ברענגט אנגסט, און אלעס וואס איר האט אויסגערעכנט.

3) ASD, "אויטיזם ספעקטרום דיסארדער", אדער ווי עס פלעגט אמאל הייסן "עספערגערס": עס קען זיין אז ער איז אביסל אויטיסטיש, אלעס מוז זיין עקסטרעם, דאס מאכט שטארקע שוועריגקייטן ווען עס קומט צו חברים, ער קען כמעט נישט לערנען, חוץ אויב ער לערנט אליין, און דעמאלט אויך זייער טעכניש און אויבערפלעכליך. אזא קינד קען נישט נעמען קיין נארמאלן טייל אין א שמועס.

דאס פארענטפערט אויך דאס וואס ער שרייט אויפ'ן מגיד שיעור, ווייל אויב האט ער עספערגערס פארשטייט ער כמעט נישט דעם חילוק צווישן עלטערן, חברים, מגידי שיעור, און איינער וואס איז יונגער פון אים. ער וועט צו יעדן רעדן אויפ'ן זעלבן וועג, אויב ער האט עפעס צו זאגן זאגט ער.

אויב דאס איז די פראבלעם דא דארף ער האבן ABA, וואס איז א ספעציעלע טעראפי פאר אויטיזם, אדער סאנרייז טעראפי, אדער קען ער בענעפיטירן פון סאציאלע טרענירונגען א שטייגער ווי "סאושעל טינקינג" פון דר. ווינער, אדער דער מהלך פון דר. דזשעט בעיקער.

4) טראומע: עס קען זיין אז דער בחור איז אמאל דורכגעגאנגען א טראומע, ווי למשל, ער איז געווארן גע'רודפ'ט און געבוליעט. אזא נפש איז צעקלאפט, און ווען ער כאפט אויף אז מיט קעמפן קומט מען אן כאפט ער שוין נישט קיין חילוק צווישן דעם רודף ביז אנדערע מענטשן. ער ווייסט היינט איין זאך, נאר מיט קעמפן בין איך א מוצלח.

אויב איז די פראבלעם א טראומע וועט מען טון "אי עם די אר" טעראפי צווישן אנדערע. ווען א מענטש שלאפט 90 מינוט פראצעסירט דער מוח אלעס פונעם טאג, עס נעמט די מעשה און מאכט דערפון א זכרון, ביי טראומע ווערט דער סיסטעם צו איבערגעשטרענגט, וועגן דעם בלייבן די אלע שוועריגקייטן לעבן. די טעראפי מאכט דאס וואס דער מוח טוט ביינאכט.

5) OCD: אלס קינד האט ער אפשר געהאט OCD במחשבה, מען האט עס נישט דערקענט, עס איז געווען פארמאכט אין מוח. און דאס איז די סיבה פארוואס ער האט נישט מצליח געווען. אלס בחור איז עס ארויס ממחשבה למעשה, דאס האט געברענגט זיין געוואלדיגע שינוי אין שיעור א', ווייל ער האט אנגעהויבן צו טון למעשה די אלע זאכן וואס פלעגן זיין במחשבה. ער גייט שרייען אויפ'ן מגיד שיעור ווייל יעדע רגע וואס דער מגי"ש ענטפערט נישט נעמט דאס אוועק פון זיין אידישקייט. ער מוז זיך אננעמען פאר זיין רוחניות.

6) שווערע שטוב: עס קען זיין אז דער בחור איז בעצם געזונט און שטארק, די פראבלעם איז נאר מיט די שטוב וואו ער איז אויפגעוואקסן. אמאל האט איינער פון די עלטערן א פערסאנאליטי דיסארדער, אמאל איז די שלום בית נישט גוט, וועגן דעם פעלן אים אסאך וויכטיגע יסודות וואס נארמאלע עלטערן לערנען אויס.

א נארמאלע קינד ווייסט אז ווען א טאטע זאגט ניין איז נישט עק וועלט, מען דארף קענען אננעמען א "ניין". אויב די עלטערן לערנען דאס נישט אויס דאן פון וואנעט זאל ער דאס וויסן. ווען עפעס גייט נישט אין זיין ריכטונג שפרינגט ער, מען האט אים פשוט קיינמאל נישט מחנך געווען ריכטיג.

אזא בחור, כאטש וואס ער איז בעצם נארמאל, דאך האט ער פארפעלט זאכן וואס אנדערע מענטשן באקומען. מיט אזעלכע פעלער האב איך מצליח געווען מיט DBT טעראפי.

7) ADHD: אויבנאויף קוקט נישט אויס ווי עס איז ADHD, ווייל וויאזוי קען ער אנהאלטן צו זיצן און לערנען, פארט קען זיין אז דאס איז יא די פראבלעם דא. ער שטרענגט זיך אן צו לערנען ווייל ער וויל מצליח זיין, ער לערנט אבער אויבערפלעכליך ווייל באמת האט ער נישט קיין געדולד, און דאס מאכט אים פרוסטרירט. און בכלל זיין א מחוצף קען קומען פון א שוועריגקייט מיט "אימפולס קאנטראל", ער קען זיך נישט איינהאלטן און קאנטראלירן.

8) קאמבינאציע: עס קען זיין אז עס איז נאך אן ערנסטערער פאל דא און דער בחור ליידט פון א קאמבינאציע פון אפאר פון די אויבנדערמאנטע זאכן, און דעמאלט דארף מען נוצן אפאר ערליי טעראפי מעטאדן, און מען דארף וויסן וואס קודם און וואס נאכדעם.

דאס איז זיכער אז צוליב דעם דארף מען א גוטן ערפארענעם מומחה וואס פארשטייט און קען די טיפע חכמה פון דיאגנאזירן. עס איז גרינג זיך טועה צו זיין און שווער צו פאררעכטן. איינמאל מען האט די דיאגנאז דארף מען מחליט זיין וועלכע סארט טעראפי וועט העלפן פאר זיין פראבלעם.

 

 

דער חינוך פערספעקטיוו

הרב אדוני' קרויס

מחנך ומטפל

לאמיר מקדים זיין מיט אן אינטערעסאנטן עפיזאד וואס בדידי הוה עובדא, א מעשה וואס איז נעכטן געשען מיט מיר.

איך בין געגאנגען שפאצירן אין וואלד, זייענדיג זייער פארטראכט האב איך פלוצלינג געזען פאר מיר א גרויסן בוים, איך האב עס באטראכט, און ממש ארויס פון התפעלות פון די נפלאות הבורא פון דעם שיינעם בוים.

יעצט וויל איך פרעגן א שאלה, איך וויל אפמאלן דעם בוים אויף א גרויסן קאנוואס, און דערמיט באשיינען מיין אפיס. די שאלה איז, וועלכע זייט פונעם בוים איז די שענסטע נאכצומאלן, און אויך ווי ווייט פונעם בוים צו שטיין צו באקומען דעם שענסטן אויסבליק.

איר פארשטייט נאך געוויס נישט די שאלה, ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי דער בוים קוקט אויס. דאס איז אבער נישט אזא גרויסע פראבלעם, לאמיר עס אראפלייגן און אויסשמועסן בטוב טעם ודעת.

גרייט? אקעי, די ערשטע דריי אינטשעס פון קרן מזרחית צפונית איז מער א העל ברוינע קאליר, און אזוי ווי די זון שיינט דערויף האט עס אין דעם ברוין היפש אסאך געל. די אנדערע זייט בוים איז מער טונקל.

די צווייגן זענען אזוי: די צווייג פון צפונית מערבית איז בערך דריי פיס פון דער ערד, עס וואקסט גראד און נאך בערך 10 אינטשעס פארקירעוועט זיך עס בערך 90 דעגרי.

איך קען פרובירן ווייטער שילדערן יעדן פרט, אבער דאכט זיך אז עס וועט נעמען עטליכע שעה צו קלאר באשרייבן די גאנצע שיינקייט פון דעם הערליכן בוים, און אויך נאך דער גאנצער טירחא וועט מען געוויס נישט פארשטיין וויאזוי דער בוים קוקט אויס.

האדם עץ השדה, א מענטש איז געגליכן צו א בוים. עס איז זייער שווער מסביר צו זיין און צו פארשטיין א מענטש אין געשריבענע ווערטער. יעדער מענטש האט הונדערטער פרטים, עמוק עמוק.

דעריבער איז שווער צו ענטפערן א שאלה אן זען דעם בחור און אים אפלערנען מיט ישוב הדעת, כובד ראש, און מיטגעפיל.

מיר וועלן יא פרובירן צו ענטפערן באופן אפשר, און אויסברייטערן א שטיקעלע געדאנק וואס קען צונוצקומען פאר אנדערע ליינער אויך בסייעתא דשמיא.

*

וויאזוי עס קוקט אויס אויבנאויף איז אז דער בחור זוכט עפעס, און ער זוכט עס גאר שטארק, ער איז ממש פארלוירן אין זיין מצב, אויך זעט מען אז דער בחור ווייסט נישט וואס ער זוכט, ער כאפט נישט וואס דאס געפיל וואס נודזשעט אינעווייניג וויל פון אים, און ער פרובירט עס איינצושטילן מיט לערנען עקסטרעם פלייסיג, און מיט'ן מאכן זיינע ארומיגע זאלן האלטן פון אים.

וויאזוי ווייס איך אז נישט דאס זוכט ער באמת?

ווייל ווי עס שיינט האט ער עס נאכנישט געטראפן. עס קוקט נישט אויס ווי דער בחור האט שוין דא אפגעאטעמט און געטראפן זיין גליק וואס ער האט אזוי שטארק משתוקק געווען דערויף. פארקערט, זיינע שווערע געפילן ווערן ערגער כסדר און ער שוועבט אין א ראולער קאוסטער פון יאוש און פערפעקציאניזם.

ווען א בחור איז אין אזא מצב, און ער לערנט אונטער אזא לחץ פון שווערע געפילן איז נישט מעגליך ער זאל מצליח זיין אין לערנען, און דעריבער פלאצט עס יעדע שטיק צייט ביז די קומענדיגע התחדשות. אין אזא מצב ווערט פארקנאקט די הבנה און די "קאמאן סענס" פון דעם מענטש.

שטעלט אייך פאר אז איר שטייט ביים עק פון דאך פון א ניינציג-שטאקיגער געביידע וואס האט נישט קיין צוים, אדער אז הונדערט מענטשן באטראכטן אייך וויאזוי איר ווישט אויף די קאווע וואס איר האט אויסגעגאסן אינמיטן ביהמ"ד, וואלט איר אודאי אויך נישט געקענט טראכטן גראד. די זעלבע סטרעס אדער נאך ערגער שפילט זיך אפ אין דעם בחור'ס מוח. עס קען אפילו זיין אז דער בחור האט בעצם די בעסטע כשרונות צום לערנען און דאך איז ער נישט מצליח ווייל די געפילן לאזן אים נישט לערנען אויף א נאטירליכן נארמאלן וועג, הגם עס איז נישט אויסגעשלאסן אז ער האט מעגליך אויך א 'לימוד פראבלעם', ווצב"ש קאנצענטראציע אדער מעמארי פראבלעמען וכו', אבער עס איז בכלל נישט מוכרח.

מען דארף דא קלארשטעלן אז די פראבלעם פון דעם בחור איז זיכער נישט אז ער לערנט צו פלייסיג און ער שטרענגט זיך איבער, לימוד התורה איז א מזון הנפש און עס איז זיכער אז דאס איז משמח א מענטש און אנדעם קען מען בכלל נישט זיין קיין איד.

איך האב אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה הרה"ג ר' מיכאל בער ווייסמאנדל שליט"א בנוגע וואס מענטשן זאגן אמאל אז א בחור האט געלערנט זייער פלייסיג און געכאפט א נערוון בראך ל"ע דערפון. דאס איז א טעות, תורה מאכט נישט קיין נערוון בראך חלילה, נאר וואס דען, די קרענק וואס האט געמאכט דעם בחור לערנען האט אים אויך געפירט ביז'ן נערוון בראך… ודפח"ח.

צווישן די פראבלעמען וואס מאכן זיך ביים היימישן עולם זענען אויך דא פראבלעמען וואס רירן אן נושאים פון אידישקייט, רוחניות'דיגע ענינים ווצב"ש פרומקייטן, נערוועזקייטן און אבסעסיעס בנוגע הלכות, פארשטייט זיך אז אין אזא פאל דארף מען זיך מייעץ זיין מיט א דעת תורה אדער מורה הוראה ווען עס איז נוגע להלכה, אבער דאס איז קלאר אז נישט די פרומקייט און הלכות זענען די זאכן וואס זענען גורם דעם פראבלעם, פונקט פארקערט, מ'קען זען אידן וואס רייסן פון זיך שטיקער, פארלאנגען פון זיך אסאך, און דאך זענען זיי מלא חיות. די סיבה און געפיל וואס שטופט צו א פרומקייט ווען עס איז נישט אויף א ריכטיגן וועג, אט דאס מאכט די אלע פראבלעמען.

איז פארהאן אמאל אז א פסיכאלאג וועט מייעץ זיין אויפצוהערן מיט די אלע פרומקייטן אדער לערנען ווייניגער וכדו', אין דעם קורצן טערמין וועט עס אפשר העלפן, אבער למעשה וועט דער מענטש אלעמאל מיינען אז רוחניות איז זיין שונא און ער דארף פרובירן ווי ווייניגער צו האבן א שייכות דערמיט, וויפיל מען מוז מוז מען אבער נאר וויפיל די תורה פארלאנגט, ווען באמת איז רוחניות, תורה און מצוות זענען אונזער לעבן און אן האבן חיות דערין ווערט מען אינגאנצן אויסגעטריקנט ל"ע.

עס קען זיך טאקע אמאל מאכן אז א מענטש איז אזוי שטעקן אין א פרומקייט אדער סיי וועלכע רוחניות'דיגע זאך, אין אזא פאל קען אמאל זיין דער מהלך אז מען זאל אויפהערן מיט דער פרומקייט פאר א קורצער צייט אלס א חלק פון די טעראפי. איך האב אמאל מיטגעהאלטן ווי א מומחה האט געזאגט פאר א בחור זאל גארנישט לערנען פאר צוויי וואכן ווייל דער בחור איז געווען שרעקליך קראנק אויף שגעון גדלות, און נאך די צוויי וואכן האט מען געארבעט ארויסצוברענגען די אמת'ע רצונות און חשק אויף לימוד התורה, און דער בחור איז בעז"ה געווארן א מתמיד עצום, און אויף א געזונטן וועג, פול מיט חיות און געשמאק און פארשטייט זיך אן די קראנקע לחץ. אבער אפילו אין אזא פאל דארף מען פרעגן א דעת תורה בעפאר מען נעמט אזעלכע שריט.

יעצט איז די שאלה, וואס איז טאקע די סיבה אדער געפיל וואס פייניגט דעם בחור און וועגן דעם לערנט ער און פאלט אדורך און פרובירט נאכאמאל, און עודך? וואס איז דער לאך ביי אים אין הארץ וואס ער פרובירט, אן ערפאלג, אנצופילן?

דאס איז שוין נביאות צוצוטרעפן, איך וועל נאר ארויסברענגען א נקודה לגבי דעם ריכטיגן בליק אויף רוחניות און וויאזוי א מענטש קען יא און נישט פארלאנגען פון זיך און קען זיין אז דאס איז א חלק פון דעם טעות פון דעם בחור.

און אויך מיט א בדידי הוה עובדא, אבער דאסמאל, אן אמת'ע מעשה…

איך האב געהאט ביי מיר א בחור וואס האט געזאגט אז אויב היילט מען אים נישט אויס פון דער זאך וואס שטערט אים די קאנצענטראציע און מאכט אז ער זאל נישט קענען לערנען, ״איז מיין לעבן גארנישט ווערד פאר מיר."

איך האב אים געפרעגט ״הייסט אז דיין לעבן איז נאר תלוי אין קאנצענטראציע? אויב ביסטו נאר ווערד אויב דו קענסט קאנצענטרירן פארשטיי איך נישט פארוואס דו ווילסט קאנצענטרירן."

"וואס מיינסטו צו זאגן?" האט ער מיך געפרעגט עפענעדיג אפאר אויגן אויף מיר.

איך האב מסביר געווען אז איך זע נישט פארוואס ער וויל שפירן אז ער איז עפעס ווערד, ענדערש מאך אפ אז דו ביסט גארנישט ווערד און די גאנצע אישו איז פארטיג. אויב דו האלטסט אז דו ביסט גארנישט ווערד, פארוואס ווילסטו יא זיין ווערד? דו וועסט קיינמאל נישט ארויסנעמען זאכן פון גארבעדזש און פרובירן עס צו מאכן ווערדפול… גארבעדזש בלייבט גארבעדזש.

אלא מאי, דאס אז דו ווילסט "שפירן" אז דו ביסט ווערד, איז דאך דער פשט אז דו האסט אן אינערליכער געפיל וואס איז נישט מסכים מיט דיין באשלוס אז דו ביסט נישט ווערד. אויב אזוי, האב איך גע'טענה'ט מיט אים, לאמיר פארשטיין פארוואס איז דיין נפש בשום אין אופן נישט מסכים צו דער החלטה אז 'איך בין גארנישט ווערד'.

וועלכע טאטע איז א בעסערע טאטע, האב איך אים געפרעגט, איינער וואס האט ליב זיין קינד ווייל זיין קינד איז וואויל, אדער איינער וואס האט ליב זיין קינד, און וועגן דעם פרייט ער זיך ווען ער איז וואויל? אודאי דער צווייטער טאטע איז סך א בעסערער טאטע, ער האט ליב זיין קינד ווייל זיין קינד איז זיין קינד, אהבה שאינה תלויה בדבר. א טאטע וואס האט ליב זיין קינד נאר ווייל ער איז וואויל האט לאו דוקא ליב זיין 'קינד', ער האט ליב די 'וואוילקייט' פון זיין קינד…

״דו ביסט דער שלעכטער טאטע,״ האב איך צוגעענדיגט, א בחור וואס האט זיך נישט ליב נאר ווען ער קען קאנצענטרירן מיינט דאס אז ער האט ליב קאנצענטראציע, נישט זיך.

דארף מען ארבעטן אויף דעם אליין, צו אנערקענען אז איך אליין בין א חלק אלוקי ממעל, איך פאר מיר אן קיין שום אויסערארדנטליכע געלונגענקייטן בין א גוטער מענטש און טאקע דערפאר דארף איך טון וואס מען דארף און זיך אויפפירן ערליך, ווייל אויב נישט בין איך מורד אין מיין הייליגע נשמה און אין מיין הייליגע און וויכטיגע תפקיד אויף דער וועלט.

און טאקע ווייל איך בין ווערד, וועגן דעם פארלאנג איך פון מיר. נישט אז איך פארלאנג פון מיר, ווייל איך וויל שפירן ווערד.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו אנערקענען אונזער אומבאשרייבליכע ווערד, וועלכע איז למעלה מהשגת אנוש. מיר זאלן קענען טון מצוות און מעשים טובים מיט א חשק, און מיט א שמחה של מצוה, אפילו ווען עס קומט אן שווער.

_________

הרב אדוני׳ קרויס, אן ערפארענער מחנך ומטפל, ארבעט אין אן ארגאניזאציע אין קרית יואל וואס העלפט בחורים זיך ארויסזען פון זייערע נפשיות׳דיגע שוועריגקייטן. זיך צו פארבינדן מיט ר׳ אדוני' קענט איר רופן אויף 845-238-7107 אדער אויף אימעיל doinykrausz@gmail.com.

 

 

די קאוטש פערספעקטיוו

הרב חיים מאיר פערל

לייף און ביזנעס קאוטש

די שאלה דא איז פילפאכיג און ברייט פארצווייגט. ערשטנס, דארף דער בחור בכלל הילף, אדער וועט ער עס אויסוואקסן במשך דער צייט? צווייטנס, אויב דארף ער הילף, מיט וואס דארף מען אים העלפן? וואו פאנגט מען אן? דריטנס, קען דאס דער מגיד שיעור געבן פאר'ן בחור, אדער דארף מען זען אים צו שיקן צו פראפעסיאנעלע הילף? ווי אויך, אויב דארף מען אים שיקן, וויאזוי איז מען משכנע דעם בחור אז ער זאל טאקע גיין, בשעת איר שרייבט אז ער זעט בכלל נישט ווי עפעס איז פראבלעמאטיש מיט אים? און צום לעצט, אויב דארף ער טאקע גיין, וויאזוי איז מען משכנע דעם טאטן אז זיין זון דארף טאקע די נויטיגע הילף און זאל באצאלן וואס עס פעלט אויס?

איז לאמיר צענעמען די זאך אביסל אויף קליין געלט.

איר שרייבט: "אין חדר איז דער בחור געווען גאר שוואך און ווייט פון פאפולער. די קינדער האבן אים אנגעקוקט ווי א טאטאלער משוגענער. ער פלעגט זיין א צעבראכענער רחמנות. אין ערשטע כתה ישיבה קטנה האט ער צוביסלעך אנגעהויבן זיך צו ערהוילן און אנגעהויבן לערנען פלייסיג. פארשטייט זיך אז מען האט אים געגעבן אסאך חיזוק."

איר שרייבט נישט וואס דא איז געשען פארוואס ער האט זיך געטוישט. בסה"כ "האט מען אים געגעבן חיזוק". מיין השערה איז אז מען האט אים געוואלט געבן דאס געפיל אז ער איז 'עפעס ווערד' דורך אים מחזק זיין אז ער זאל גיין ווייטער. אבער מיין השערה איז אז צוויי זאכן האט ער נאך אלץ נישט באקומען, און ביידע זאכן זענען תלוי איינס אינעם צווייטן. איינס, וויאזוי זיך באמת אנצוקוקן מיט זיין מציאות, און פון וואו ער גייט נעמען זיין זעלבסט-שאץ, און צווייטנס, ער האט נישט באקומען ריכטיגע הדרכה וויאזוי זיך געהעריג צו קאנטראלירן די געפילן ווי אן ערוואקסענעם פערזאן.

דער פראבלעם וואס וואקסט ארויס פון דעם איז ווי איר שרייבט, "ער קען פייניגן דעם מגיד שיעור מיט שאלות פאר גאר א לאנגע צייט און ווען דער מגיד שיעור וויל איבערהאקן א רגע צו ענטפערן א קורצע שאלה פון א צווייטן ווערט ער באליידיגט אז מען שעצט נישט זיין יגיעה. ער ווערט זייער שנעל אויפגערעגט און גייט ארויס פון די כלים אזש מ'קען נישט רעדן צו אים קיין גראד ווארט. ער ווערט פארלוירן און פארגעסט מיט וועם ער רעדט און קען באפאלן א מגיד שיעור מיט קולות ווי ער וואלט געווען זיין חבר."

א מענטש זוכט נאטירליך זיין זעלבסט-שאץ, און מיט דעם שפירט ער ווערד. דאס איז פאר אים זיין חיות און מיט דעם ווייסט ער זיין פלאץ מיט מענטשן. אויב פארלירט ער דעם געפיל פון ווערד, שפירט זיך דאס ווי א גיהנם. א קינד וואס האט אלע זיינע יארן געשפירט אז ער איז עפעס ווערד קומט אין ישיבה, איז זיין לערנען א 'הוספה' אויף זיין נאטירליכע ווערד וואס ער האט שוין פון לאנג. פאר אזא איינעם, אפילו עס וועט זיך מאכן אז ער וועט נישט האבן קיין הונדערט אויף זיין בחינה איין וואך, איז נישט אזוי געפערליך. אבער פאר אזא איינעם ווי דער בחור, איז מיין השערה, אז די גאנצע הארעוואניע וואס ער לייגט דא אריין איז די 'איינציגסטע' מקור פון וואו ער נעמט זיין חיות, דאס געט אים דאס וויכטיגע געפיל פון שפירן ווערד, א זאך וואס ער האט אין זיין לעבן נישט געהאט. זעלבסטפארשטענדליך, אז אן דעם שפירט ער ווי א גארנישט, ממילא וועט ער טון אלעס אין דער וועלט אז ער זאל דאס באקומען פאר יעדן פרייז, אפילו ביז'ן שרייען אויפ'ן מגיד שיעור.

נאך מער פון דעם. א מענטש וואס שפירט זיך נידריג, פארלירט די נאטירליכע סענס פון האלטן גבולים און טראגן אחריות. עס איז נישט מער ווי נארמאל אזוי צו האלטן, "אויב איך בין סייווי גארנישט ווערד, פארוואס זאל איך מיך אנשטרענגען בשעת איך גיי גארנישט אויפטון? פארוואס זאל איך מיך צושטלען צו יענעם אויב מ'גייט מיך סייווי נישט ארויפקוקן? קיינער שטעלט זיך נישט צו צו מיר, פארוואס זאל איך מיך צושטעלן צו יענעם?' דאס מאכט אז ער זאל לעבן אן קיין שום ציל, און קיין שום מושג פון 'איך און יענער'. יענער איז איך, און איך בין יענער, און ס'פילט זיך נישט די צורך פון געבן פאר יענעם די רעכט צו זיין. ווי צו זאגן, 'אלעס קומט זיך מיר', און דער אנדערער פארנעמט נישט אזא שטארקן מקום ביי אים אין קאפ.

פארהאן קינדער, און אויך ערוואקסענע, וואס וועלן לכבוד דעם זיך איינשפארן און אריינגיין אין זייער אייגענער וועלט. ס'איז אויך דא פארקערט, אז מען גייט זייער אגרעסיוו און כאפן אלעס מיט געוואלד אן קיין גבולים. מ'שרייט, מ'כאפט, און אלעס מוז גיין מיין וועג. עס איז דא א גרויסע פחד ביי אזא מין מענטש זיך אפצושטעלן און טראכטן אביסל פארוואס בין איך אזוי צעיושעוועט, ווייל ער ווייסט באמת נישט וויאזוי זיך אהינצוטון און וויאזוי זיך אהערצושטעלן כלפי א צווייטן, היות זיין 'זיך' איז נישט אזוי מפותח.

אויב אייער חשוב'ער תלמיד האט אלע יארן געליטן רדיפות און פון נידריגע זעלבסט ווירדע, האט ער נאטירליך פארלוירן דעם סענס פון גבול, פון זיך און יענער. ממילא אפילו מען האט אים אביסל מחזק געווען, אהערגעשטעלט, אים געמאכט אביסל שפירן גוט און אים מחזק געווען זיך צו וועלן נעמען אין די הענט אריין – א זאך וואס ער האט נישט געטון ביז היינט ווען ער האט נישט געהאלטן פון זיך, האט ער אבער נאכנישט באקומען די סענס פון 'איך און יענער' אז ס'זענען דא נאך מענטשן וואס ווילן אויך שטייגן, נישט נאר ער. דערווייל איז זיין איינציגסטער ציל אין לעבן אז נאר 'ער' זאל שטייגן. און ווי געשריבן אויבן, וועט ער גיין מיט'ן קאפ אין וואנט אן קיין התחשבות צו א צווייטן. אים אינטערעסירט נישט יעצט אז א צווייטער וויל אויך פרעגן דעם מגיד שיעור, פאר אים איז מורא'דיג וויכטיג אז ער זאל מצליח זיין פאר יעדן פרייז. ער טוט דאס נישט פון שלעכקייט, נאר פשוט פון נישט זיין געהעריג אהערגעשטעלט נפשיות'דיג.

פארשטייט זיך אויב לעבט מען אזוי, לעבט מען אין א גרויס בהלה און אונטער גרויס סטרעס. ער האט אפילו נישט די צייט זיך אפצושטעלן און מבחין זיין זיינע מעשים, היות ער איז שטארק אונטער די פחד פון פארלירן זיין ווערד. ער 'מוז' אלעס וויסן און 'מוז' באקומען דעם הונדערט, און דער מגיד שיעור 'מוז' אים ענטפערן אויף אלע זיינע שאלות, ווייל אויב וועט אים דער מגיד"ש נישט ענטפערן גלייך, וועט ער אפשר נישט באקומען קיין הונדערט. איז דען א וואונדער אז ער איז אזוי נערוועז אויב ענטפערט אים נישט דער מגיד שיעור אויפ'ן פלאץ אויף אלע זיינע פראגן? פון גרויס שרעק, וועט ער טאקע שרייען אויפ'ן מגיד שיעור און זיך אויפפירן צעפידלט אלעס כדי דער מגיד שיעור זאל אים ענטפערן.

מיין געפיל איז, די וויכטיגסטע זאך וואס וועט העלפן דעם בחור איז אז ער זאל אנהייבן לעבן מיט אחריות און מיט גבולים – ס'איז פארהאן נאך מענטשן אויף דער וועלט און מ'דארף געבן פאר אנדערע די רעכט צו פרעגן. דאס וועט לכאורה אויטאמאטיש ארויפברענגען דעם פחד אז ער גייט פארלירן זיין ווערד, און קען ווערן צעבראכן, אבער דאן האט מען א פתח אים צוצופירן צו איינער וואס זאל אים קענען העלפן.

איר אלס מגיד שיעור, קענט אים העלפן אוועקשטעלן גבולים. ס'איז דא א 'איך' און ס'איז דא 'יענער'. ווי מער ער וועט דאס ארויסהאבן און אנערקענען, וועט ער צוביסלעך זיך קענען בארואיגן און זיין מער מיט זיך, און נישט זיין אזוי דערשראקן אויב דער מגיד שיעור האט נישט אזויפיל צייט פאר אים.

אבער וויאזוי מאכט מען דאס? דא קומט מען צו צו דער נעקסטער שאלה, וויאזוי זאגט מען פאר'ן בחור ער זאל זיך גיין העלפן? איר קענט אים נישט זאגן דעם אויבנדערמאנטן פשעטל ווייל ער וועט אייך אנקוקן ווי אראפ פון דער לבנה, און ער וועט זיך שפירן נאך מער צעקלאפט און וועט זיכער נישט וועלן גיין פאר הילף. די שאלה דא איז, וויאזוי בין איך משכנע דעם בחור ער זאל זיך אוועקשטעלן, אן דעם וואס איך זאל אים מער צעקלאפן זיין ווערד, ווען אין דער זעלבער צייט זאל ער מוזן נעמען אחריות אויף זיך?

עס איז פארהאן א שטארק נוצבארע עצה וויאזוי דאס צו באווייזן, עס וועט אבער נאר העלפן אויב איר אלס מגיד שיעור וועט זיין גרייט זיך צו האלטן שטארק מיט די פרינציפן וואס מיר גייען דא אוועקשטעלן, אדער מיט סיי וועלכע פרינציפ איר וועט אראפלייגן און זיך נישט דערשרעקן פאר זיינע וויינערייען.

איר קענט נעמען דעם בחור אין א זייט איין טאג נאך א בחינה (זייער וויכטיג אז עס זאל זיין אין א רואיגע מינוט אן קיין שום לחץ פון דער זייט), און אים אראפזעצן 'אויבנאן' ביים טיש כאילו ער גייט דא זיין א מגיד שיעור אדער אין אן אנדערע וויכטיגע פאזיציע. דער מגיד שיעור גייט פארלייגן א געוויסע 'פראבלעם' פאר'ן בחור, און דער בחור גייט דארפן טרעפן עפעס א לייזונג דערצו. דער ציל פון דעם שפיל איז, אז דער בחור זאל זיך מוזן אביסל ארויסדערזען פון זיין 'באבל', און אנהייבן אנקוקן די וועלט פון אן אנדערער פערספעקטיוו, ווען אין דער זעלבער צייט באציט מען זיך מיט אים בדרך כבוד.

די נוסח השאלה קען זיין ווי פאלגנד (איר קענט עס טוישן לויט'ן מצב און לויט זיין יכולת, איך שטעל נאר פאר א דוגמא, ותן לחכם ויחכם עוד):

"בחור לעבן, איך אלס מגיד שיעור האב א פראבלעם. אזוי ווי אין אונזער שיעור איז דא קע"ה 25 בחורים, און יעדער איינער האט וואס צו פרעגן, האב איך מיך לעצטנס דערזען אין א שטארקע דילעמע. דו האסט זייער אסאך גוטע קשיות צו פרעגן, און אנדערע בחורים האבן אויך פיינע קשיות צו פרעגן, דעריבער קום איך נישט אן צו יעדן וויבאלד דו האסט די מערסטע קשיות פון יעדן. ממילא וויל איך הערן פון דיר, וואס וואלסטו געקענט מציע זיין איך זאל טון אז 'יעדער' זאל האבן א שאנס צו קענען פרעגן?"

דא לייגט דער מגיד שיעור אראפ צוויי פונקטן. איינס, מען מאכט דעם בחור אויפמערקזאם און באהאוונט מיט'ן פראבלעם, אבער מיט זיידענע הענטשקעס. דער פראבלעם איז 'מיינער' נישט 'דיינער', ממילא העלף 'מיר' אז איך זאל וויסן וואס צו טון. פארשטייט זיך אז דער מגיד שיעור דארף דאס טון ווען ער האט גענוג צייט צו זיצן מיט דעם בחור און זיך נישט אויפהייבן ביז מען קומט צו צו עפעס א החלטה. צווייטנס, אז די צייטן ענדיגן זיך. עס גייט ווערן גבולים אין א געוויסן וועג, כאטש אויף א קליינעם פארנעם, וואס דעמאלט גייען אנדערע האבן די צייט צו פרעגן, און וויבאלד די גבולים ווערן אראפגעשטעלט קען מען נישט שרייען אויפ'ן מגיד שיעור אויב איז עס נישט מיין צייט.

דאס וועט מעגליך לאנדן אויפ'ן בחור ווי א באמבע. ווי איז שייך אפילו צו טראכטן אז ער גייט נישט קענען פרעגן דעם מגיד שיעור ווען ער וויל? ער קען רעאגירן אויף צוויי וועגן, אדער וועט ער זיך נעמען שרייען אז מען פארשטייט אים נישט און ס'קען נישט גיין אזוי, אדער קען מען האפן אז היות אין דער מינוט איז ער אין א גוטער גוסטע, וועט ער פארשטיין דעם קאנצעפט און פרובירן אויפצוקומען מיט א פלאן וואס צו טון. אויב דאס ערשטע פאסירט, קענט איר האבן מיטלייד מיט אים און זאגן, "איך פיל זייער שלעכט אז דו וועסט נישט 'אלעמאל' קענען פרעגן ווען דו ווילסט, אבער לאמיר צוזאמען אויסארבעטן א פלאן אז דו זאלסט קענען פרעגן די מערסטע וואס איז שייך," דאס איז אלעס צו בארואיגן אז מען ווארפט אים נישט אוועק, נאר כדי עס זאל זיך אויסארבעטן סיי פאר אים און סיי פאר אנדערע.

איינמאל דער בחור דערהערט פון וואס דא רעדט זיך, וועט מען ווארטן צו הערן וואס ער האט צו זאגן, און וויאזוי אויסצוארבעטן א פלאן. עס איז מורא'דיג צו הערן פון קינדער און בחורים ווען מען גייט צו אויף אזא אופן, די געוואלדיגע פלענער מיט וואס זיי קומען אויף. מעגליך אז דאס בעסטע מיט וואס ער וועט אויפקומען איז, אז ער וועט פרעגן וויפיל ער וויל, אבער ווען א צווייטער וועט ווארטן וועט ער גיין אין א זייט און לאזן יענעם פרעגן. דאס איז אויך גוט, לכה"פ האט ער ארויסגעזאגט פון זיין מויל אז ער גייט אנהייבן 'טראטן פון אנדערע אויך'. בכל אופן וועט יעצט די ארבעט פונעם מגי"ש זיין צו שטיין אויף די החלטות און עס אויפירן.

דאס קומענדיגע מאל וואס איינער וויל פרעגן, און דער בחור נעמט זיך שרייען אן קיין דרך ארץ, וועט דער מגי"ש מיט א בלעכענעם געזיכט, אבער מיט א ליבשאפט, דערמאנען דעם בחור וואס מען האט אפגעמאכט, און שיינערהייט זאגן אז דאס איז וואס גייט יעצט געשען, ער דארף ווארטן אין א זייט, און אזוי גיין צום נעקסטן בחור. שפעטער ווען דער בחור בארואיגט זיך, קען מען רעדן אפאר מינוט און איבערגיין וואס האט פאסירט, און געבן פארשטאנד אז יעדער פארגעסט אמאל, און אים לאזן רעדן פון זיינע געפילן.

אזוי קען געשען עטליכע מאל, ביז ער כאפט אז מען מיינט עס ערנסט.

וואס מען קען האפן איז, אז דער בחור גייט אנהייבן ווערן פון איין זייט רואיגער ווען מען לייגט אראפ גבולים און ער דארף נעמען אחריות אויף זיך, מיט זיינע אייגענע החלטות. ווי רואיגער ער וועט זיין, וועט ער האפנטליך האבן מער קאפ צו די גמרא און קענען בעסער. פון דער אנדערער זייט קען אויך פאסירן, אז דער מגי"ש וועט אפשר באמערקן ווי אנדערע געפילן קומען ארויף און מאכן אים פילן נישט גוט. פון א בליק איבער זיין היסטאריע, איז זייער מעגליך אז ער וועט ווערן אין א שלעכטע שטימונג, און נאכגעלאזט. אויב דאס פאסירט איז עס א פאסיגע געלעגנהייט פאר'ן בחור איינצוזען אז עפעס אינערליך גייט פאר מיט אים, און דער מגיד שיעור קען אנהייבן אריינווארפן ווערטער פאר'ן בחור אז עס איז ב"ה דא מענטשן מיט וועמען צו רעדן דורכצוארבעטן די סארט שווערע געפילן. מעגליך אז ער וועט עס קודם אפווארפן און פילן אומבאקוועם, אבער מיט דער צייט אז ס'איז נישטא קיין ברירה, און מיט די חיזוק פונעם מגיד שיעור וועט ער לכאורה איינזען אז ס'איז נישטא קיין אנדערן וועג.

צום שלוס:

  • דער בחור דארף הילף זיך צו קענען קאנטראלירן איבער זיינע געפילן היות ער האט זיך קיינמאל דאס נישט אויסגעלערענט.
  • ער דארף זיך קענען זען אלס 'איך' קעגן די 'וועלט', עס זענען דא גבולים און אנדערע עקזיסטירן חוץ אים. דאס וועט אים העלפן אנהייבן לעבן אין רעאליטעט.
  • מיט זיידענע הענטשקעס דארף מען אים אויפמערקזאם מאכן דעם פראבלעם, און אים געבן די מעגליכקייט ער זאל אויפקומען מיט א מהלך.
  • איינמאל דער מהלך איז דא, גייט מען עס אויספירן ביז צום סוף.
  • עס גייט נישט זיין גרינג, און סוכ"ס וועט מען אים האפנטליך קענען צושיקן צו איינעם פראפעסיאנאל וואס זאל אים העלפן מסדר זיין זיינע אינערליכע געפילן פון נידריגע זעלבסט-ווירדע.

זאל דער אויבערשטער אייך העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען טון אייער עבודת הקודש במלאכת שמים, עבגצבב"א.

 

 

די הדרכה פערספעקטיוו

הרב שמעון גרין

מדריך הורים ומורים, יו"ר אירגון להאיר

איר האט געשריבן א שיינע לאנגע בריוו, אבער די עצם שאלה אייערע איז עכט נישט אזוי לאנג, און איך וועל מסביר זיין. איר שרייבט די היסטאריע פון אייער תלמיד און אסאך פרטים איבער זיין יעצטיגן מצב אויך. כאטש יעדע פרט איז זייער וויכטיג צו באטאנען, און אויף יעדע נקודה באזונדער קען מען אסאך מאריך זיין , פונדעסטוועגן, די עצם שאלה וואס איר פרעגט קען לכאורה צעטיילט ווערן אין צוויי חלקים. און היות איך קום דא נאר ענטפערן אויף דער שאלה, איז נישט מעגליך מאריך צו זיין אויף יעדן פרט און פרט, וועל איך בס"ד פרובירן זיך צו מצמצם זיין און ענטפערן נאר לויט ווי אזוי די שאלה איז געפרעגט געווארן.

צום ערשטן, לאמיר סארטירן און אויסקלארן די שאלה. איר פרעגט 1) צו וועמען דארף מען שיקן אזא בחור, און וואס וועט אים העלפן. 2) ווי אזוי וואלט איך בס"ד זיך מטפל געווען מיט אזא בחור.

לאמיר זיך קודם באציען צו דעם ערשטן חלק. וואו דארף מען שיקן אזא בחור? המממ… איך האב א גאנצע טעלעפאן ביכל מיט נעמען פון מענטשן וואס זענען גרייט שוין יעצט אנצונעמען דער בחור. אזא בחור איז פאר זיי א גאלד גרוב. מ'וועט אים ביז געציילטע מינוטן צוטיילן א שיינעם אפיציעלן טיטל, וואס וועט מסתם אריינרעכענען BPD אויב ער איז שוין 18 יאר, און מ'וועט מאכן אויף אים אסאך געלט, מ'וועט זען עליות און ירידות, ווענדט זיך לויט וואס און וויפיל ער וועט נעמען, און מ'וועט אים פארזיגלען אויף לאנגע פארצויגענע פראצעדורן וואס וועלן זיך לכ' קיינמאל נישט ענדיגן. וכולי האי ואולי איז ער נאכנישט פארזיכערט מיט גארנישט.

דעריבער ווען מען רעדט צו וועמען צו שיקן, וויל איך נישט יעצט ענטפערן, איך וועל ליבערשט צוגיין צו די צווייטע חלק פון אייער שאלה, וואס וואלט איך געטון? היות איך וואלט דעם בחור אין ערגעץ נישט געשיקט, לאמיר פרובירן קודם דאס צו באהאנדלען און זען וואס וועט לכאורה באמת זיין א הילף פאר אזא בחור.

איך זאג אלעמאל ווען ס'מאכט זיך – ס'זאל זיך נישט מאכן – א פראבלעם בין איש לאשתו אדער בין אדם לחבירו, אז אפילו ביי אזא איינעם וואס האט כסדר פראבלעמען, און יעדעס מאל פארהאנקערט ער זיך מיט א צווייטן, וואס דאס באדייט אז ער איז א פראבלעמאטישע קעיס, פונדעסטוועגן אויב איז געווען אמאל א צייט וואס ער איז געווען בסדר, אדער ס'איז דא געוויסע מענטשן מיט וועמען ער קומט זיך יא דורך, צי ס'איז א מחנך פון אמאל אדער א נאנטער חבר, דעמאלט איז דער מצב אסאך גרינגער. מ'דארף נאכגיין וואס איז דארט געווען אין דער צייט ווען ער איז יא געווען בסדר, אדער ווי אזוי פירט זיך אויף צו אים יענער מחנך אדער חבר מיט וועמען ער לעבט יא גוט, און דאס דארף מען פרובירן נאכצוטון דא.

בנוגע אונזער בחור, ס'איז מיר שווער צו זאגן זאכן וואס איך ווייס נישט, אבער איך גלייב אז דער שיעור א' מגי"ש פון דעם בחור האט געמאכט עפעס מיט דעם בחור וואס דאס האט אים גורם געווען זיין עליה און הצלחה. אוודאי א שיעור א' בחור האט אין זיך אסאך פרישקייטן, מ'הייבט אן א נייע זאך ווי ישיבה און א נייע זמן, אבער דאס קען מען אויך נאכמאכן, מ'קען מאכן פרישקייטן שפעטער אויך, אבער חוץ פון דעם גלייב איך אז דער מגי"ש האט עפעס ספעציעל געטון מיט אים. צי ער האט אים געגעבן א הרגש פון חיזוק, וואס האט אים אסאך געבויעט, צי ער האט פשוט געגלייבט אינעם בחור און אז ער קען מצליח זיין, ווייל מ'קען נישט נאר זאגן פאר'ן בחור איך האב דיך ליב אדער איך גלייב אז דו קענסט מצליח זיין, ווייל נאר ווען דאס איז אמת'דיג דעמאלט שפירט דער בחור אז מ'גלייבט אין אים און אז מ'קוקט ארויס פאר זיין הצלחה ווייל ס'קען באמת געשען, און דעמאלט וועט ער זיך אנשטרענגען ס'זאל טאקע געשען, און אז דער מגי"ש האט באמת געגלייבט אין אים, האט ער באמת מצליח געווען.

עס איז זייער שווער צו זאגן אז א יונגער בחור'ל זאל אליין קענען מצליח זיין במשך איין יאר, א זאך וואס איז נישט געשען יארן פארדעם, ובפרט לויט זיינע שוואכע כשרונות, און נאר דאס אז איינער איז געשטאנען אונטער אים און אים געגעבן א רוקנביין, דאס האט אים געשטופט צו גיין פאראויס בדרך העולה בית ק-ל. איך וואלט אייך גע'עצה'ט צו זיצן מיט יענעם מגי"ש און הערן פון אים וואס און ווי אזוי ער האט געטון, אדער כאטש נאכפארשן און נאכקוקן ווי אזוי ער באגייט זיך מיט זיינע תלמידים, און זען וואס ער האט געטון וואס איר קענט נאכטון וואס מ'האט נאכנישט געטון ביז יעצט.

דאס וואס יענער מגי"ש האט געקענט וואס איר קענט נישט, מיינט נישט צו זאגן אז איר זענט נישט א גוטער מגי"ש חלילה, און קען זיין אז יענער מגי"ש האט זיך נאך אסאך וואס צו לערנען פון אייך, נאר וואס דען, דאס אז דער בחור האט ביי יענעם מגי"ש שטארק מצליח געווען קען גאר זיין אז ס'איז צוליב א פשוט'ע סיבה, ער האט אים אמת'דיג ליב געהאט, אדער איז ער בטבע מער געדולדיג און מער ווייכער, און דער בחור דארף אזא צוגאנג. אפגעזען די סיבה, אויב למעשה זעט מען אז ביי יענעם האט דער בחור מער מצליח געווען, וואלט די ריכטיגע זאך געווען נאכצוגיין און זען וואס איז דעמאלט געווען אנדערש ווי יעצט, און פרובירן אויף ווי ווייט מעגליך דאס נאכצומאכן, און בפרט אז ס'איז שוין דורך אזויפיל יאר פון דעמאלט.

און אז מען רעדט שוין וועגן דער טבע פון יענעם מגי"ש, וועל איך צולייגן אויף דעם וואס איר פרעגט וואס איך וואלט געטון מיט דעם בחור.

איך געב בס"ד איבער שיעורים פאר עלטערן און מחנכים כסדר, צו פארשטיין די טבעיות פון די קינדער און די תלמידים, איז לאמיר דא פרובירן ווייזן ווי אזוי אין דעם ענין אליינס איז אין אייער שאלת חכם שוין פארהאן א חצי תשובה און נאך מער, לגבי דער נקודה.

אין פסוק שטייט 'חנוך לנער על פי דרכו' (משלי כב, ו), אויף צו פארשטיין די נקודה, לאמיר זען דעם לשון המלבי"ם און וואס דער גר"א איז מסביר דערויף. דער מלבי"ם שרייבט: חנוך לנער על פי דרכו, שיהיה החינוך ע"פ דרכו, כי כל אדם מסוגל מטבעו לענין אחר, בין בדעות ובין במעשים וכו', שאז לא יסור ממנה גם כי יזקין, לא כן אם יחנכהו אל מה שהוא זולת טבעו.

אויף אידיש: די מצוה איז אז דער חינוך זאל זיין ע"פ דרכו, דאס הייסט, יעדער מענטש האט זיינע טבעים און זיינע מידות וואס לויט דעם קען ער דינען דעם באשעפער, ס'איז דא וואס זייער מוח איז זייער שארף און קענען אויפכאפן אסאך, און ס'איז דא וואס זייער מוח איז זייער גראד און נישט שארף. מען דארף יעדן אויסלערנען לויט זיין פארשטאנד און לויט זיינע קענטעניסן. עס זענען פארהאן וואס זענען אויסגעשטעלט צו א געוויסע פאך און צו א געוויסע מידה, וואס דאס וועט ער גרינג מקבל זיין און קונה זיין, און דאס דערקענט זיך גרינג אויפ'ן קינד לויט די תשוקה וואס ער האט צו דער זאך, און לויט וויפיל דאס קינד ציט צו א געוויסע זאך דארף מען אים מחנך זיין לויט דעם, און דעמאלט וועט דאס אנהאלטן אויף זיינע עלטערע יארן אויך. דאס וועט אבער נישט געשען אויב מ'וועט אים פרובירן מחנך זיין פארקערט ווי זיין טבע איז.

אין ביאור הגר"א אויף דעם פסוק שטייט: חנוך וגו' כשהוא עוד נער ואז גם כשיזקין לא יסור, והעניין כי האדם א"א לו לשבור דרכו וכו', וכשנולד במזל רע אז ע"ז ניתנה הבחירה ביד האדם שיוכל לאחוז במזלו לאיזה דבר שירצה להיות או צדיק או רשע או בינוני, וכו', וזה שכתב חנוך לנער ע"פ דרכו, דרך מזלו וטבעו כן תחנכהו לעשות מצות, ואז גם כשיזקין לא יסור ממנה, אבל כאשר תעבירהו על מזלו עתה ישמע לך מיראתו אותך, אבל אח"כ בעת יוסר עולך מעל צוארו יסור מזה כי א"א לו לשבר מזלו.

אויף אידיש: א מענטש קען נישט צעברעכן זיין וועג און זיין מזל. אויב איז ער געבוירן געווארן מיט געוויסע מידות קען ער דאס נישט טוישן. אבער (אפילו) ווער ס'איז געבוירן געווארן אין א שלעכטע מזל איז אויף דעם געגעבן געווארן א בחירה ווי אזוי דאס אויסצוניצן. צי ער זאל דאס ניצן אויף צדקות און מצות ומעשים טובים, צי זיין ווי א בינוני, צי חלילה ווי א רשע, און אויף דעם שטייט חנוך לנער ע"פ דרכו, מ'זאל מחנך זיין דאס קינד לויט זיין מזל און זיין טבע, לויט דעם זאל מען אים אוועקשטעלן, און דעמאלט וועט דאס אנהאלטן אויך אויף זיין עלטער. אבער אויב וועסטו יעצט פרובירן אים צו בייטן זיין טבע, איז אפי' אויב יעצט וועט ער דיר פאלגן ווייל ער האט מורא פון דיר, אבער ווען ער וועט עלטער ווערן און מער נישט מורא האבן פון דיר וועט ער צוריק אפלאזן דעם גאנצן חינוך וואס דו האסט אריינגעלייגט אין אים, ווייל א מענטש קען נישט בייטן זיין מזל.

פשט איז, יעדער האט זיין טבע, וואס ווערט ביי אים צאמגעמישט פון די ד' יסודות, ווי די זאך ווערט אויסגעשמועסט באריכות אין אסאך ספרים הק' פון אונזערע הייליגע רבי'ס, (און איך טייל אויס כסדר די מראי מקומות בחינם פאר יעדן וואס בעט דאס, כדי מ'זאל גוט פארשטיין און וויסן אז דאס איז נישט קיין פסיכאלאגיע אדער חכמה חיצוני חלילה, נאר גאר דאס וואס שטייט געשריבן ביי אונזערע ספרי קדמונים און געבויט אויף די קבלה ספרים), און יעדעס קינד אדער תלמיד האט זיין טבע און זיין מידה, וואס דאס קען מען נישט טוישן.

און וואונדער זיך נישט אויף דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע שרייבט אין צעטל קטן אז דער מענטש איז באשאפן געווארן 'לשבר הטבע', ווייל דאס איז נישט געזאגט געווארן פאר'ן מחנך צו טון פאר'ן קינד, נאר אויף דעם מענטש אליין. ער דארף אזוי ארבעטן מיט זיך, און דאס ווערט אויסגעשמועסט אין אסאך ספרי קודש. און דאס איז דער חידוש פון 'חנוך לנער ע"פ דרכו' אז מ'דארף מחנך זיין דעם קינד לויט זיין טבע, און אים נישט צעברעכן חלילה. מיר האבן שוין גענוג צעבראכענע שארבן אין דעם דור, און ס'איז א גרויסע ווייטאג, וואס איך וויל נישט יעצט אריינקריכן אין דעם (איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן באריכות). אבער די נקודה איז אז אסאך מאל צעברעכט מען וואס מ'טאר נישט צעברעכן און דערנאך באקומען מיר ליידער אזוי פיל צעבראכענע כלים וואס מ'קען שוין חלילה נישט פאררעכטן, דער רבוש"ע זאל אונז אפהיטן.

ווען מ'פארשטייט די קינדער און מ'האט ארויס זייער טבע, דעמאלט ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי, און ווי אזוי זיי צו העלפן מצליח צו זיין. און אויב האט מען נישט ארויס די טבע און מזג פון א קינד, דעמאלט אפילו אויב דער מחנך איז א געלערנטער און האט די ריכטיגע כלים ווי אזוי צו זיך פירן, וועט ער אבער נישט מצליח זיין, ווייל ס'איז נישטא דער מהלך וואס איז גוט פאר יעדן, עס איז נישטא פארהאן אין חינוך קיין "וואָן סייז פיטס אָלל". מ'דארף מיט יעדן איינעם זיך באגיין אנדערש, און צוליב דעם וואס מ'פרובירט אלעמען אריינצושטעלן אין איין סיסטעם, פאלן ליידער אוועק אסאך נשמות און עס ברענגט אסאך חורבנות רח"ל.

מרדכי הצדיק האט געזאגט "ומי יודע אם לעת כזאת", אוי ווי אמת דאס איז. אסאך מאל פילט א מגי"ש אדער א טאטע אז אויב האט ער מצליח געווען אויף רוב קלאס אדער אויף רוב קינדער, איז ער שוין א מצליח, אבער ווי ווייט איז דאס פונעם אמת. רוב פון די קינדער אדער תלמידים וואלטן זיך דאך געקענט א עצה געבן אן אים אויך, זיי זענען ב"ה גענוג געזונט און זיי וועלן זיך ווי עס איז א עצה געבן, נאר טאקע די פאר וואס ס'גייט זיי שווער, זיי דארפן צוקמען צו די הילף פונעם מגי"ש אדער טאטע, און אויב ביי די פאר האט מען נישט מצליח געווען, הייסט דאס נישט קיין הצלחה. אסאך מאל אנערקענט מען נישט, אז טאקע דארט ווי זיין הצלחה דארף געמאסטן ווערן, טאקע דארט ווי זיין פאך אלס מגי"ש אדער פליכט אלס טאטע פעלט זיך אויס, טאקע דארט איז ער דורכגעפאלן ר"ל.

*

אינ'אמת'ן איז דא אסאך וואס צו לערנען וועגן די טבעים פון די תלמידים, אבער דאס איז נישט דאס פלאץ צו שרייבן אריכות הדברים אין דעם, אבער בעצם זענט איר דאך אליינס א חכם און איר וועט פארשטיין וואס איר האט צו טון. אבער אנשטאט איר זאלט מיר פרעגן די שאלה, און איך וועל אייך מסביר זיין אז איר האט א האקעלע תלמיד וואס איז בטבע זייער סענסיטיוו, און יעדעס מאל וואס עפעס איז נישט בשלימות קלאפט דאס נישט גוט אויס ביי אים, און ער וויל אלעמאל זיין דאס בעסטע, און ער ווערט שנעל צעקלאפט פון יעדע קלייניקייט, און איז זייער איינזייטיג א.א.וו., אנשטאט איך זאל אייך דאס אלעס דארפן זאגן, האט איר מיר שוין דאס אלעס געשריבן, נאר מיט איין קליינעם חילוק: איר שרייבט דאס ווי ס'זאל זיין א חלק פון זיין פראבלעם, און איך קום אייך זאגן, אז גאר פארקערט, דאס איז נאר א חלק פון דעם קינד, און אין דעם ליגט שוין א חצי תשובה.

אבער טאקע נאר חצי, ווייל די אנדערע האלב שאלה איז נאכנישט פארענטפערט, וואס טוט מען טאקע יעצט. און ווי איר שרייבט אז איר ווילט וויסן וואס איך וואלט געטון אין אזא פאל.

ווען מ'רעדט פון די טבעיים פון א מענטש, דארף מען זייער גוט און גרינטליך פארשטיין די נושא, וואס נאר נאכדעם וואס מ'האט דאס קלאר ארויס, קען מען ארבעטן מיט דעם און מצליח זיין בס"ד, אבער איך קלער, אז אויב וועט איר צולייגן נאך פרטים אויף דעם תלמיד וואס דער יסוד העפר (פון די ד' יסודות אש, מים, רוח, עפר) איז די שטערקסטע ביי אים, וועט איר זען אז באמת איז זיין פראבלעם בכלל נישט קיין יוצא מן הכלל, נאר א פערטל פון אייערע תלמידים האבן די סימנים, פארשטייט זיך יעדער אויף זיין שטייגער און געוואנדן לויט'ן מצב אין וואס זיי געפינען זיך.

לתועלת הענין וועלן מיר מער מאריך זיין אין דעם און דעמאלט וועלן מיר פיל בעסער פארשטיין די טבע פון עפר, און איר וועט זען אז דאס איז באמת גארנישט מער ווי א טבע האדם, און בכלל נישט קיין פראבלעם.

באזירט אויף וואס איר שרייבט וועל איך צולייגן פארשידענע פרטים וואס איר האט נישט געשריבן, אדער ווייל איר ווייסט דאס נישט אדער ווייל איר האט נישט געוואלט מאריך זיין, אבער ס'איז וויכטיג צו ארויסהאבן דאס גאנצע בילד. א קינד מיט דער טבע לעבט אין זיינע געפילן, און זיינע געפילן זענען ספעציעל האקעלע. ער גייט מיט ווען ס'איז אים באקוועם, און אלעס איז אקעי ווי לאנג זאכן גייען זיין וועג. ער האט ליב צו פילן אין קאנטראל פון זיין מצב, און דערהייבט נישט קאנטראל און אויטאריטעט פון אנדערע. ער איז שטארק פארנומען צו זארגן וועלכן איינדרוק ער מאכט, וואס אנדערע האלטן פון אים, און ער וויל כסדר געפעלן אנדערע.

ער האט ליב סדר און ווען זאכן זענען קלאר, א שווארץ-און-ווייס געדאנקענגאנג, אלעס אדער גארנישט. ער האט ליב צו פילן זעלבסשטענדיג, פריוואט און פארמאכט. ער איז נישט בויגזאם, ווייזט ארויס ווי ער האלט פון זיך (כאטש ס'איז נאר לחוץ בדרך כלל). ער האט ליב צו פארשטיין די פארוואס פון יעדע זאך און נאר אזוי קען ער מיטגיין, ער האט ווייניג צוטרוי, א חשדן, און ס'איז אים שווער צו נעמען א קאמפלימענט (און קען ווערן ברוגז ווען ער באקומט עס נישט).

דער סארט בחור איז געגליכן צו גלאז – האקל און שיין, אומבייגעדיג, דערהייבט נישט פרעשור, און נאכ'ן צעברעכן קען זיין שווער צו פאררעכטן.

מען דארף קודם קלארשטעלן, אז נישט יעדער וואס דער טבע העפר איז די שטארקסטע ביי אים וועט אזוי אויסקוקן, ווייל יעדער איז ממוזג און צאמגעשטעלט פון די אנדערע דריי יסודות אויך, און לויט וואס און וועלכע פון די אנדערע איז די צווייטע אין דרגה לויט דעם וועט דער עפר זיין. אבער די נקודה איז, ס'איז א טבע און ס'איז 'נארמאל' און גארנישט 'משוגע', און דאס וועט אביסל מסביר זיין דעם בחור, סיי זיין עבר און סיי זיין הוה, און סיי דאס וואס עס טוישט זיך זיין מצב לויט די אומשטענדן.

און מיינט נישט חלילה אז דאס וואס מיר האבן געשריבן זענען חסרונות, אפי' אסאך חלקים פון דעם טבע האבן פארשידענע שוועריגקייטן, אבער עס איז נישט אנדערש ווי די אנדערע טבעים וואס האבן מעלות און חסרונות. און מיר וועלן אביסל מסביר זיין די מעלות און חסרונות וואס דער טבע העפר פארמאגט. (זייט מיר מוחל פאר'ן נישט אריינגיין יעצט אין די אנדערע דריי טבעיות אויך, איך גיי דאך נישט יעצט ארויסגעבן א בוך.)

די מעלות פון דער טבע איז: ער האט ליב צו טון א זאך בשלימות, און ווען ער איז געטריי וועט דאס גיין ביז'ן סוף. ער קען גוט באמערקן זאכן וואס דארפן א תיקון. ווען ער לייגט זיך אריין אין א זאך קען ער דאס טון אינגאנצן. ווען ס'איז אים באקוועם קען ער לערנען מיט א שטארקע התמדה. ער וועט זיך אננעמען פאר גערעכטיגקייט. ער קען טון זאכן מיט א מורא'דיגער פינקטליכקייט.

אבער פון דער אנדערער זייט האט די טבע געוויסע חסרונות: די געפילן נעמען איבער זיין שכל. ער קומט זיך אפטמאל שווער דורך מיט אנדערע און קען זיין אומבאקוועם אין געזעלשאפט. ער האט א שטארקע עקשנות און איז אומבויגזאם. ער איז א שווארץ-קוקער, און קען וויי טון אנדערע.

אז מיר האלטן שוין דא, שטעלט זיך ארויס גאר א צווייט בילד. מ'רעדט דא נישט פון א פראבלעמאטישן בחור חלילה, נאר פון א נארמאלן בחור מיט טבעיים, וואס מיר פארשטייען אים פשוט נישט, און מ'האט נישט באגריפן אז מיט אים דארף מען זיך באגיין מיט זיידענע הענטשקעס, מער ווי מיט אנדערע בחורים וואס זענען נישט אזוי האקל און מ'דארף נישט אזוי פיל אכטונג געבן אויף זיי.

יעצט צו שרייבן פינקטליך ווי אזוי זיך צו באגיין מיט אזא בחור און דורכשמועסן אלע פרטים ווי אזוי זיך צו פירן ווען, איז צו א לאנגס און א ברייטס וואס פארלאנגט א באזונדערן שמועס דורכצוטון די סוגיא גרינטליך און אביסל שימוש אין דעם, אבער אין ראשי פרקים קען איך אייך זאגן אזוי:

  • מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פוגע זיין אין זיינע געפילן, און זיך כסדר אומגיין מיט אים מיט זיידענע הענטשקעס, און אים מאכן פילן גוט און באקוועם.
  • קלאפט אים נישט אראפ פאר'ן זיין שווער אדער אומבויגזאם, נאר אים שטענדיג געבן גוטע געפילן, וואס נאר דורכדעם וועט ער זיך לאזן און קענען בייגן.
  • מצד שני, לאזט זיך נישט ווערן קאנטראלירט אדער איבערגענומען פון דאס נישט ריכטיגע, און זייט נישט סובל דאס וואס איז נישט ריכטיג, אבער אויף דעם ריכטיגן וועג.

עס איז דא אסאך וואס צו מאריך זיין אויף יעדן פרט און פרט, און מיר האבן באמת נאר געשריבן ראשי פרקים ממש, אבער אויב איר זענט א מבין דבר מתוך דבר וועט איר זען אז אין די דריי נקודות ליגט די גאנצע צוגאנג און הצלחה מיט אזא בחור, הפוך בה והפוך בה דכולי בה. אז איר וועט זיך מתבונן זיין אין דעם, וועט איר זען אז אין דעם ליגט אלעס בעז"ה.

און לאמיר צולייגן, ס'מאכט נישט אויס וואס איר שפירט אויף אים, אדער ווי גוט און שיין איר פירט זיך אויף צו אים, נאר דער עיקר איז ווי אזוי ער שפירט זיך וועגן דעם, היות ער איז האקל און א שטיקל חשדן נאך אויך. דעריבער איז דער עיקר ווי אזוי שפירט ער זיך דערמיט, נישט קיין חילוק צי מ'זאגט אים אז מ'האט אים ליב און אז מ'האט אים חלילה נישט געמיינט צו טשעפען א.ד.ג.

איך קלער אז דער שיעור א' מגי"ש האט אים באמת ליב געהאט, ווי פריער דערמאנט, און דעריבער האט דער בחור זיך געפילט באקוועם מיט אים. אבער יעצט פילט ער נישט די זעלבע אהבה אדער קאנפידענץ, דעריבער איז ער יעצט אזוי האקל, ווייל ער פילט ווי ער לעבט אין א שטענדיגער מלחמה און א שטענדיגע קאמף אויף זיך און זיין כבוד עצמי. דעריבער – אן בכלל באשולדיגן עמיצן אין דער סיטואציע – וואלט איך גע'עצה'ט, ווי ערווענט, אז איר זאלט נאכפארשן וואס דער שיעור א' מגי"ש האט געטון און ווי אזוי ער האט אין דעם בחור אריינגעגעבן א הרגש פון חיזוק און צוטרוי, וואס דאס האט אים געגעבן דעם ריכטיגן חיזוק אנצוגיין און שטייגן ווי ס'דארף צו זיין, און אז מ'וועט דאס נאכמאכן וועט מען בעז"ה נאכאמאל מצליח זיין.

אבער מ'דארף דא קלארשטעלן און געדענקען אז מ'דארף ביידע זאכן אינאיינעם, דעם ימין מקרבת און שמאל דוחה. ווי איך האב לעצטנס געזאגט פאר איינעם, פארוואס דארף מען צוויי עקסטערע הענט פאר דעם, פארוואס קען נישט די זעלבע האנט טון ביידע, איינס שטארקער און איינס שוואכער, אבער מיט איין האנט? ווייל מ'דארף ניצן ביידע הענט אויפאמאל! נישט יעצט אוועקשטופן און שפעטער מקרב זיין, נאר גאר יעצט ווען איר טוט דעם ימין מקרבת דארף אויך זיין דער שמאל דוחה, און דעריבער ווען מ'גיט פאר אזא האקלן בחור דעם ריכטיגן געפיל אז מ'האט אים באמת ליב, מ'זארגט זיך פאר זיין וואוילזיין, מ'שעצט אים באמת און מ'דארף אים האבן, און מ'געט אים דאס געפיל אזוי לאנג און אזוי שטארק ביז ער וועט דאס טאקע שפירן, גלייכצייטיג בשעת מעשה מאכט מען מיט אים אויך די גדרים וסייגים וואס פעלט זיך אויס, כדי ער זאל נישט שפירן אז אלעס קומט זיך אים און ער קען טון וואס ער וויל. מיט אזא צוגאנג וועט ער בכלל נישט געטשעפעט ווערן ווען זאכן גייען נישט זיין וועג, ער וועט שוין נישט דארפן אז אלעס ארום אים זאל קלאפן הונדערט פראצענט, און בעז"ה אזוי וועט מען אים קענען ארויפשטעלן אויף די ריכטיגע רעלסן און שטארק מצליח זיין מיט אים.

ווי געשריבן פריער, עס זענען דא אסאך פרטים און פרטי פרטים אין דעם ווי אזוי זיך צו פירן און ווי אזוי צו האבן די הצלחה, אבער וואס איז מיר אריינגעקומען אין מוח יעצט דאס האב איך געשריבן, און אז דער באשעפער וועט העלפן וועל איך אייך קענען בעז"ה בעסער אויסהערן אויף דעם פאל און קענען מייעץ זיין ריכטיג סיי אויף דעם פאל און סיי בס"ד איבערגעבן די ברייטערע הבנה אין דער נושא, דורך וועלכן איר זאלט בס"ד קענען בעסער זיך באגיין מיט אלע אייערע תלמידים אין אלע צייטן און אין אלע סארטן מצבים.

 

 

די "רעפערל" פערספעקטיוו

הרב סענדר ארנשטיין

מייסד מוסד "ריליעף"

 

ווען "ריליעף" באקומט א רוף פון איינעם וואס דארף הילף מאכן מיר די ערשטע זאך אן "אינטעיק", דאס מיינט אז מיר פרעגן אסאך שאלות און פרובירן צו דערגיין ווי מער אינפארמאציע ארום דעם פראבלעם. דאס העלפט אונז ריכטיג אפצושאצן דעם מצב און מחליט צו זיין וועלכע מהלך מען דארף נעמען אין יעדן פאל (מער באריכות, זעט אין באזונדערן שמועס מיט ר' סענדר אין יעצטיגן נומער).

אסאך מאל באקומען מיר "גרינגע שאלות", צום ביישפיל א מענטש רופט אז ער איז דיאגנאזירט מיט OCD דורך א פראפעסיאנעלן דאקטאר און דער דאקטאר האט פארגעשלאגן טעראפי און ער וויל וויסן וועלכן טעראפיסט צו נעמען. אין אזא פאל פרעגן מיר אויס אביסל פרטים און מיר רעקאמענדירן גלייך דעם בעסטן טעראפיסט פאר דעם מענטש.

דאס איז אבער נישט דער קעיס דא, ווי מען האט געפרעגט זייער א רויע און קאמפליצירטע שאלה. דער בחור ליידט און דארף הילף, דאס איז אמאל זיכער, די שאלה איז נאר אויף וואס ער ליידט, וואס איז גורם די פראבלעם, און נאר ווען מיר כאפן אויף קלאר די סיטואציע קענען מיר רעקאמענדירן א טעראפיסט.

דער בחור וועמען איר האט געשילדערט דא קען אויבנאויף ליידן אדער אויף ענקזייעטי, סיי סאושעל ענקזייעטי און סיי געווענליכע ענקזייעטי, עס קען זיין סאציאלע פראבלעמען, עס קען זיין אז ער האט פשוט א שוואכן קאפ און שכל האט ער יא, וואס דאס מאכט אים ווערן פרוסטרירט פון זיין מצב, אמאל ברענגט אים דאס צו זוכן נעגאטיווע אטענשאן. עס קען גאר זיין אפילו ADD. איך קען נישט וויסן פון דער מעשה אליין וואס דא גייט פאר.

וואס ריליעף וואלט געטון אין אזא פאל, לאמיר זאגן אויב דער מגיד שיעור רופט אן פרעגן די שאלה, מיר וואלטן געפרעגט טויזנט קשיות, און פון דעם אליין וואלטן מיר געקענט דערשנאפן וואס די פראבלעם דא איז.

מיר וועלן די ערשטע זאך פרעגן, האט דער בחור שוין אמאל געהאט אן איוועליועישאן פון א מומחה? איז דער בחור אויף מעדיקעישאן? אויב יא, וועלכע, אפשר איז עס נישט די ריכטיגע. אויב נישט, איז שוין דער בחור געווען אמאל ביי טעראפי? אויב איז ער שוין געווען ביי טעראפי, האט עס געהאלפן? אויב יא, פארוואס און ווען איז ער צוריקגעפאלן? אויב דער ערשטער טעראפיסט איז גוט געווען פארוואס זאל מען נישט צוריקשיקן צו אים?

אויב איז דער בחור נאכנישט געווען ביי טעראפי איז דא א שווערערע פעלד, מען דארף אנהייבן פון אלף. מיר וועלן זוכן צו דערגיין, ווען האט זיך די פראבלעם אנגעהויבן? אויב, למשל, דער מגיד שיעור ענטפערט אז ביז חנוכה האט ער נישט געזען קיין פראבלעם הייבן מיר אן דערטאפן אז עפעס איז געשען חנוכה. מיר פרעגן אויס דעם מגיד שיעור איבער די סדר הישיבה אין חנוכה. דא קען זיך אפשר דער מגיד שיעור כאפן אז חנוכה האט מען געטוישט די חברותות פון יעדן איינעם און ער איז נישט געווען צופרידן און טאקע זינט דעמאלט האבן זיך די פראבלעמען אנגעהויבן. אה, האט מען שוין די שפיץ פונעם שטריק.

אויב פעלט אויס נאך שאלות פרעגט מען, די וויפלטע קינד איז ער אין דער משפחה? האט ער שוין געהאט אמאל א ברודער ביי אייך אין ישיבה? האט דער ברודער אויך געהאט א פראבלעם? אויב יא, צו וועם איז ער געגאנגען? עס האט געהאלפן? נו, לאמיר אים אויך שיקן צו דעם זעלבן מענטש. וואס איז געווען דעם ברודער'ס פראבלעם? דא קען דער מגיד שיעור כאפן אז די מאמע לייגט צופיל פרעשור און דאס האט דעמאלט געפירט צו דעם ברודער'ס ליידן. אזוי? האסטו שוין דעם ענטפער.

אויב האט מען נאכאלץ נישט די נקודה פרעגט מען דעם מגיד שיעור צי מ'קען רופן דעם טאטן פונעם בחור. אויב יא, פרעגט מען אויס דעם טאטן כל מיני קשיות, אינצווישן שיילט זיך ארויס א קלארקייט אין דער סיטואציע און מען הייבט אן כאפן וואו, וואס און ווען. איינמאל מען כאפט דאס קען מען אנהייבן דן זיין אויף דעם "וויאזוי".

אויב למעשה קריכט מען נישט ארויס אויפ'ן טעלעפאן שיק איך דעם בחור צו א פראפעסיאנעלע איוואליועישאן, זאל דער פראפעסאר אנאליזירן דעם בחור און אפמאכן וואס מיט אים גייט פאר.

א גרויסע פראבלעם ווערט ווען די טאטע אדער מאמע האלט נישט פון גיין פאר הילף. איך זאג אלעמאל ווען מענטשן פרעגן מיר, דו טוסט דאך אזויפיל אין די זאכן, איך ווייס פון פיר מענטשן ביי אונז אין ביהמ"ד וואס דארפן האבן הילף, אפשר ביסטו זיי משכנע? מיין ענטפער איז אבער פשוט, איך קען נישט משכנע זיין א מענטש וואס האלט זיך נישט ביים העלפן. מיר העלפן מענטשן וואס רופן אונז אריין, זיי זענען וויליג זיך צו לאזן העלפן, מיט אזא איינעם קען מען אנקומען. צווינגען קענען מיר קיינעם נישט.

ביי א פאל וואס דער מגיד שיעור רופט אז די עלטערן האלטן נישט ביים שיקן דאס קינד פאר הילף וואלט איך מסתמא פרובירט צו דערגיין די סיבה דערצו. איז דאס אלס סטיגמע? כבוד? איז דער טאטע פשוט פארגלייבט אין זיין קינד? האט מען שוין בכלל פרובירט צו רעדן דערפון? אפשר איז די פראבלעם געלט?

איינמאל מען ווייסט בערך וואס דעם טאטן קוועטשט קען מען טראכטן פון א וועג אים צו העלפן. אויב איז עס געלט קען מען אפשר שאפן. אויב איז דאס סטיגמע קען מען אים מסביר זיין ווי וויכטיג דאס איז און אז נאכלאזן ברעגנט אין דער ענדע ח"ו אן ערגערע סטיגמע. אויב איז עס פארגלייבטקייט אין זיין קינד קען מען אים מסביר זיין בטוב טעם ודעת אז הער אויס, דיין זון איז טאקע א וועלטס מתמיד, ער איז דער בעסטער בחור אין ישיבה, אבער ווען עס קומט צו סאציאלע געזונטהייט האט ער א שטיקל פראבלעם. דער טאטע וועט רוב מאל פארשטיין.

אמאל אויב הערן מיר אז די פראבלעם האלט שוין אן דריי יאר וועלן מיר רופן דעם מנהל און מגיד שיעור פון דריי יאר צוריק, אפשר וועלן זיי וויסן צו פארציילן איבער עפעס דראסטיש וואס האט דעמאלט פאסירט.

אין די ראמען פון אזא ארטיקל איז זייער שווער צו צייגן פינטקליך וואס מיר וואלטן געטון, עס ווענדט זיך לויט וויאזוי דער שמועס גייט און וואו אהין עס פירט. אן "אינטעיק" – אויפנעמען אינפארמאציע – האט נישט קיין באזונדערע כללים, עס לויפט לויט'ן טאקט פונעם שמועס, און מען פרובירט זיך צו דערגרינטעווען ווי מער ביז מען דערגרייכט א מסקנא.

אלזא, דער ענטפער אויף אייער שאלה אין איין ווארט: "הכל לפי הזמן והמקום".