וואס איז היפנאזיע (hypnosis), וויאזוי ארבעט דאס, און וויאזוי ניצט דאס צו היילן? וואס זענען אירע מעלות און וואס זענען אירע חסרונות? הרב חיים מאיר פערל לייגט אונז אריין אין א טראנס און פירט אריין אין דער וועלט פון היפנא-טעראפי – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1 דורך הרב חיים מאיר פערל

 

די הויפט שאלה ווען עס קומט צו היילן נפשיות׳דיגע שוועריגקייטן איז, וויאזוי קען מען באמת משפיע פאר'ן מוח פונעם פאציענט די זאכן וואס ער דארף מקבל זיין. אסאך מאל איז דער מענטש אפילו מסכים צו דאס וואס דער טעראפיסט זאגט, ער נעמט עס אבער נישט אריין אין זיך. די ווערטער האבן נישט גענוג ווירקונג אויף צו טוישן עפעס למעשה.

די זאך וואס בלאקירט די מוח פון אננעמען אלעס פולשטענדיג אזוי ווי זי ווערט געזאגט איז דער "דעת" מיט וואס דער אויבערשטער האט באשאנקען דעם מענטש. דער דעת איז בוחר בין טב למוטב, עס איז מברר אוכל מתוך פסולת, עס נעמט נאר אריין אין קאפ אינפארמאציע וואס עס האלט איז אינטערעסאנט פאר'ן מענטש.

די דרגת הדעת איז ביי יעדן מענטש אנדערש. געוויסע מענטשן האבן באקומען א גרויסע דאזע פון דעת, און זיי זענען די סקעפטיקער וואס נעמען אלעס אן מיט חשד. ווידער זענען דא מענטשן וואס זיי פילטערן נישט אזוי שטרענג אלעס, זיי קען מען טאקע גרינגער ארומפירן און איינרעדן זאכן.

ביידע וועגן האבן מעלות און חסרונות. סקעפטיקער קענען פארלירן אסאך אינפארמאציע וואס וואלט זיי געקענט צונוצקומען, זאכן וואס זיי נעמען למעשה נישט אן וויבאלד עס שטימט נאכנישט אינגאנצן. פון דער אנדערער זייט איז דער סקעפטיק ווייניגער עלול צו ווערן אריינגענארט אין זאכן וואס זענען נישט לרוחו. ווידער ווייכע נאכגעלאזטע מענטשן האבן א מעלה אז זיי זענען מער אפן צו הערן וואס גייט פאר, אבער פון דער אנדערער זייט קענען זיי ווערן צו שנעל איבערגערעדט צו זאכן וואס טויגן נישט. אזוי ווי יעדע פאל אין תורת הנפש איז א באלאנס צווישן די צוויי דאס בעסטע.

אפילו דער וואס איז נישט קיין סקעפטיקער האט אויך גענוג דעת צו פילטערן אינפארמאציע און נישט אננעמען אלעס. און דאס איז א גרויסע פראבלעם פאר טעראפיסטן ווען זיי ווילן עפענען א געוויסע מהלך המחשבה ביי יענעם אין קאפ, זיי מוזן קענען אריינגעבן דאס וואס זיי ווילן אן קיין מסך המבדיל. דער פילטער אינצווישן, דער דעת, דאס שטערט זייער ארבעט.

די גוטע נייעס איז אז מ'קען אויסשפילן דעם ״דעת פילטער״ אויף פארשידענע אופנים.

 

אויסשפילן דעם שומר

אמאל ווען איינער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א בילעט צו פארן מיט דער באן האט מען גענומען איינס פון די קינדער, אריינגעלייגט אין רענצל, והכל על מקומו יבא בשלום… דאס הייסט אז מען האט באצאלט פאר דעם עיקר מענטש, דער וואס שלעפט דאס רענצל, מען האט נאר אריינגעשווערצט נאך עפעס. דער שומר הפתח האט אריינגעלאזט דעם מענטש, ווייל ער האט דאך געהאט א בילעט, און אומבאמערקט האט מען מיטגענומען דאס קינד.

גענוי אזוי קען מען אויך אויסשפילן דעם מוח פונעם מענטש, און מענטשן טוען עס מיט אנדערע מענטשן טעגליך, כאטש זיי אליין כאפן נישט וואס זיי טוען. ווען מען וויל איבעררעדן א מענטש ער זאל אוועקמופן צו א נייע געגנט קען מען עס טון אויף צוויי וועגן. מ'קען אים זאגן ״מוף אריבער פון דא צו דארט, איך זאג דיר עס וועט זיך לוינען, עס איז אזא געשמאקע שטאט, וועסט נאר הנאה האבן.״ אזא דרשה וועט אבער מאכן דעם מענטש פילטערן מיינע ווערטער, ער וועט עס נישט אננעמען אזויווי עס איז געזאגט געווארן, ער וועט מברר זיין און אריבערפארן אהין זיכער מאכן אז וואס איך זאג איז ריכטיג, און איך וועל אים דארפן שטיין אויפ'ן קאפ, און מיט דעם אלעס איז דא שוואכע שאנסן אז ער וועט אין דער ענדע אריבערקומען וואוינען אהין. אפילו אויב די שטאט איז טאקע מורא׳דיג.

עס איז אבער דא א וועג וויאזוי מ'קען ״אריינשווערצן דאס קינד אין באן״, מ'קען אריינשווערצן די מיינונג וואס איך וויל יענער מענטש זאל האבן, און דער שומר הפתח, דער דעת, וועט עס נישט אויפכאפן. וויאזוי? אויב איך רעד בכלל נישט פונעם ״קינד״, דאס הייסט פון דעם פאקט אז איך וויל אים זען וואוינען אין דער נייער שטאט. אנשטאט רעד איך איבער ״קויפן אפלייענסעס״. איך פארצייל אז איך האב געהערט פון מיין חבר, וואס וואוינט גראדע אין דער נייער שטאט, אז ווען ער האט געקויפט אפלייענסעס האט ער געמיינט אז עס גייט זיין שווער אפצומאכן וועלכע צו נעמען, אבער למעשה איז ער געגאנגען צו יענע און יענע געשעפט וואס איז אין דער נייער שטאט, און יענער האט געגעבן געוואלדיגע סערוויס, און היינט 5 יאר שפעטער קוקט נאך אלעס אויס ווי ניי…

דער מענטש האט יעצט געהערט איבער יענער שטאט, ער האט אויך געהערט א געשמאקע און פאזיטיווע זאך וואס איז דארט פארגעקומען. ער האט עס אנגענומען ווייל דער נידון דא איז נישט געווען צי די שטאט איז יא גוט אדער נישט, דער נידון איז וועגן אפלייענסעס, דער שומר הפתח האט נישט קיין פראבלעם צו הערן וועגן אפלייענסעס, דער דעת לאזט עס אדורך, און יעצט איינמאל מען רעדט שוין וועגן יענעם חבר אין דער נייער שטאט קען מען שוין שטייטעלעך פארציילן וואס יענער האט געזאגט אז זיין לעבן האט זיך ממש געטוישט זינט ער וואוינט דארט. און ביי דעם קומענדיגן שמועס מאכט מען אויך זיכער צו רעדן עפעס פאזיטיוו איבער דער שטאט, און היידא! צוביסלעך וועט ער ווערן מער און מער ווארעם איבער דעם פלאץ, ער האט שוין אסאך גוטע גרוסן געהערט דערויף, יעצט ווען מען וועט רעדן וועגן אהינמופן וועט עס זיין א פיל גרינגערן פראצעדור.

דאס מיינט אז מען שפילט אויס דעם שומר. דער שומר איז ווייטער דא, מען באהאלט נאר עפעס אינעם רענצל און מען שלעפט עס מיט. דאס איז א שווערע זאך, ווייל דער שומר איז למעשה דא, און אויב האט ער א ״מעטאל דעטעקטאר״, דאס הייסט ער איז א גרויסע סקעפטיקער דאן קען ער נאך כאפן דיין פארדעכטיגט פעקל… היפנאזיע טוט פיל מער פון דעם. אנשטאט ״אויסשפילן״ דעם שומר, נעמט מען אים אינגאנצן אוועק, מען שלעפט אים איין פאר אפאר מינוט און די טיר בלייבט אפן אריינצוברענגען וואס מען וויל נאר.

היפנאזיע (hypnosis) איז א מיטל וואס קען גענוצט ווערן אויף גאר אסאך אופנים, און עס ווערט פאקטיש גענוצט טאג טעגליך. איינס פון די עיקר פלעצער וואו היפנאזיע שפילט א גרויסע ראלע איז אין די טעראפי פעלד. עס איז נישט מדמה צו זיין דאס מאכן טעראפי אויף א מענטש וואס איז ביים פולן זינען און דעת, ווי מיט איינעם וואס איז היפנאטיזירט.

יעדער מענטש ווערט אפט היפנאטיזירט במשך זיין טאג – מען כאפט נאר נישט. ווען א מענטש קוקט א ווידיא, און ער שפירט מיט אלע געפילן וואס ער זעט, איז ער אין יענע מינוטן היפנאטיזירט. איז דען א וואונדער אז בשעת ער איז פארזינקען דערין איז די וועלט געשטארבן? וואס איז ריכטיג און שכל'דיג איז יעצט נישט אזוי קלאר, דער שכל ווערט אביסל צעמישט פון די רעש'יגע סצענעס, און מען קען נישט געהעריג האלטן קאפ צו געדענקען אז די איבערלעבעניש איז בלויז אין דמיון.

ווען מען ליינט א גאר שפאנענדע געשיכטע איז מען היפנאטיזירט. זאכן וואס מען זעט דארט גייט יעצט פיל טיפער אריין אין דער נשמה היות דער שכל איז נישט אזוי שטארק דא. נישט אומזינסט פארפירט מען אזוי שטארק נישט צו קוקן אומאויסגעהאלטענע ביכער, ארטיקלען און ווידיאס, ווייל די אינפארמאציע וואס מען זעט און הערט זיך צוזאם אין אזעלכע מאמענטן, גייט אריין פיל טיפער אין די מוח.

 

היפנאזיע אין מארקעטינג

ווען מען הייסט א מענטש קויפן א געוויסן פראדוקט קומט גלייך אריין דער דעת פילטער. ער טראכט איבער צי עס פעלט אים אויס אויסצוגעבן אויסגעהארעוועטע געלט פאר דער באקוועמליכקייט וואס יענער פראדוקט שטעלט פאר מיט זיך. און אז דער מענטש טראכט גייען די שאנסן אים צו באקומען אלס קליענט אראפ.

די מארקעטינג אינדוסטריע פאקוסירט שטארק אויסצולעשן דעם דעת פילטער, מען פרובירט צו היפנאטיזירן דעם מענטש אויף כל-ערליי אופנים כדי אריינצוגיין ביי אים אין מוח דורך איבערהיפן דעם חלק הדעת.

א מענטש וואס קען נישט קיין מארקעטינג אדווערטייזט אזוי:

צו פארקויפן א ניי ערשינענע מחזור פאר גאר א ביליגן פרייז, ביטע רופט 123-456-7890.

ווייניג מענטשן וועלן רופן דעם נומער. די שאנסן אזא אדווערטייזענט זאל עפעקטיוו איבעררעדן מענטשן צו קויפן דעם נייעם מחזור זענען פיצל. נאר איינער וואס נויטיגט זיך באמת אין א נייע מחזור זינט זיין פאריעריגע איז איבערגעלאזט געווארן אין ביהמ"ד און ער האט נישט קיין איבעריג געלט צו קויפן א נייע, צייט האט ער אבער יא צו רופן דעם נומער און הערן דעטאלן, אזא איינער וועט אפשר למעשה קויפן דעם אנאנסירטן פראדוקט.

ווידעראום, אויב וועט דער זעלבער מו"ל פון דעם נייעם מחזור נעמען א מארקעטינג פירמע צו טון די ארבעט פאר אים וועט פון דעם קליינעם אנאנס ארויסוואקסן:

ראש השנה איז ביים טיר! ווילט איר פועל'ן אלעס גוטס? רופט שוין 123-456-7890!

אה, דאס רעדט שוין עפעס ווערטער. דאס צינדט אן אינעם מענטש א געפיל פון נייגער, דער מוח טראכט שוין נישט ווי בעפאר, און רופנדיג דעם אנגעגעבענעם נומער וועט ער הערן פון וואס די רעדע איז, די שאנסן ער זאל למעשה קויפן איז גרויס ווייל ביי אים ליגט שוין אין קאפ אז דער נומער וואו ער רופט יעצט פארקויפט אלע ישועות צו וואס מ'קען זיך נאר ווינטשן.

מארקעטינג פירמעס מוטשען זיך אויפצוקומען מיט פרישע חידושים וויאזוי איבערצוהיפן דעם דעת און דערגרייכן דעם מוח ווען דער שומר שלאפט. זייער ארבעט ווערט געטון דורך היפאניטיזירן דעם מענטש. איינמאל ער איז נישטא קענסטו אים זאגן וואס דו באגערסט.

ווען א בעל דרשן שטייט אויפ'ן באלעמער און ווארפט זיך מיט די הענט ארויף און אראפ און רעדט זייער הויך מיט א שטארקע כאריזמע אזש דער עולם שטייט געפלעפט מיט די מיילער אפן, און די צונג פאנגט אן צו הענגען אביסל, אט דער בעל דרשן איז יעצט מצליח צו היפנאטיזירן דעם עולם. דער וועג איז יעצט פריי פאר אים צו זאגן וואס ער וויל.

ווען דער בעל דרשן וועט אינמיטן די דרשה אויפהייבן זיין שטימע און באמבאסטיש אויסרופן אז ״ווי נאר די דרשה גייט קומען צו אן ענדע גייט יעדער איינער ארויסנעמען א הונדערטער פון זיין קעשענע פאר דעם חשוב'ן צוועק,״ גייט טאקע א גרויסער פראצענט פונעם עולם זיין זייער אנגעווארעמט צו געבן א הונדערטער פאר'ן צוועק, און אויב מען האט נישט וועט מען בארגן.

דאס איז מארקעטינג, און מארקעטינג איז היפנאזיע.

 

היפנאזיע, וואס איז דאס?

יעדער מענטש האט באופן כללי א "פעריפערעל בליק" ארום זיך, דאס הייסט אז מען זעט נישט נאר דארט וואו מ'קוקט, נאר מ'זעט אויך די זייטן ארום און ארום. ווען א מענטש איז היפנאטיזירט איז זיין ארומיגע פעריפערעל בליק פארקלענערט, ממילא איז דער קאפ נישט אזוי שטארק אפן צו אנאליזירן פינקטליך וואס גייט פאר. פון דער אנדערער זייט איז אבער דער מוח אויף, און עס קאנצענטרירט זיך פונקט ווי אלעמאל, נאר מיט א קלענערע פעריפערעל בליק.

ווען מען איז אין אזא מצב ארבעט נישט דער דעת ווי נארמאל. דער שומר הפתח שלאפט. אזא מצב אין מוח ווערט אנגערופן אין היפנאזיע שפראך א טראנס (trance). ווען דער מענטש איז אין א מצב פון א טראנס און האלב-באוואוסטזיניג, קען מען אריינלייגן אין אים וואס מען וויל. אט דאס איז "היפנאזיע", אדער אין אנדערע ווערטער, "השפעה", דו קענסט אים יעצט משפיע זיין סיי וואס, און ער וועט עס אננעמען.

פארשטייט זיך אז מען מיינט נאר זיין גוטס. אויב וויל מען אים שלעכטס טון, איז דאס נישט אויסגעהאלטן און נישט מענטשליך. און בעצם איז גוט צו וויסן, אז אין יסודות'דיגע ענינים קען מען נישט היפנאטיזירן א מענטש. למשל, מ'קען נישט נעמען א איד, א שומר תורה ומצוות, און מאכן ער זאל זיך וועלן שמד'ן רח"ל. דאס איז שוין צו א שטארקע סתירה צום מענטש, און אפילו אין א טראנס גייט עס דער מענטש אוועקמאכן און נישט אננעמען. ממילא דארף מען נישט מורא האבן פון היפנאזיע אז עס קען איבערדרייען א מענטש. אבער נאכאלץ דארף מען נזהר זיין צו וועם מען גייט כדי עס זאל נישט אריינקומען קיין קרירות אין זאכן מיט וואס דער טעראפיסט האט נישט קיין פראבלעם.

א מער ווייכער מענטש וועט זיין גרינגער צו היפנאטיזירן, ווייל זיין כח הדעת איז שוין סייווי רעלאטיוו שוואכער. מיט א סקעפטיקער וועט אפשר זיין אביסל שווערער די ארבעט, ווייל זיינע מחיצות זענען פיל שטערקער געבויט. אבער אפילו א סקעפטיקער קען מען גאר פיין היפנאטיזירן אז ער זאל ניטאמאל כאפן וואס גייט פאר.

 

אריין אין א טראנס…

ווען מען קומט אריין צו א היפנאטעראפיסט אויסצוהיילן א פאביע, ווי למשל מאכן א מענטש זאל אויפהערן מורא האבן פון גיין ביינאכט אין גאס, וועט דער טעראפיסט נוצן פארשידענע מעטאדן אריינצוברענגען דעם קליענט אין א טראנס דורך היפנאזיע. דער עיקר ציל זיינער איז אריינצוזאגן דרשות פאר'ן "סוב-קאנטשעס מיינד" בשעת דער אנאליזער-פילטער איז נישט אקטיוו.

ווי געשמועסט איז די הויפט פראבלעם פון טעראפי אז דער קליענט טוישט זיך נישט אפילו אויב ער וויל, און עס דויערט סעסיעס על גבי סעסיעס ביז מען קען ענדליך זען אביסל פראגרעס. היפנאזיע, אזוי ווי יעדע אנדערע שיטה, וויל איבערהיפן דעם ״בלאקעדזש״, און אנשטאט משכנע זיין דעם פילטער אריינצולאזן די טויש וואס דער מענטש דארף מאכן נעמט מען עס אוועק פאר א קורצע וויילע אויף א שיינעם וועג און דעמאלט איז דער טעראפיסט פריי צו זאגן פאר'ן מענטש א פינקטליכע בלו-פרינט וויאזוי ער וועט אויסזען ווען ער קומט ארויס פון זיין טראנס.

עס זענען דא פארשידענע טאקטיקן וויאזוי מען לייגט אריין א מענטש אין א טראנס, ווי למשל, "קוק אויף דעם פינטל אויפ'ן וואנט און לייג ארויף דיין גאנצע קאנצענטראציע נאר אויף דעם." נאך אפאר מינוט הייבט דער מענטש אן שפירן ווי ער ווערט רואיג, זיין מוח ווערט שטילער. מיט דעם פאסירט וואס מיר האבן געשריבן אויבן, די פעריפערעל בליק ווערט שמעלער און מ׳גייט אריין אין אזא פארקלאצטקייט, אזוי ווי דעם יונגל וואס ווערט שטארק פארקלאצט אין קלאס און פליט אין אנדערע ספערן. דא איז ער נישט.

איינמאל דער מענטש גייט אביסל אריין אין א טראנס, וועט אים דער טעראפיסט אריינפירן נאך טיפער, ביז ער גייט אריין אין א טיפן שלאף. יעצט קען דער טעראפיסט זאגן וואס ער וויל און דער פאציענט גייט עס מקבל זיין ווי תורת משה מסיני.

דא הייבט דער טעראפיסט אן צו רעדן, "און יעצט אז דו ביסט אזוי רואיג, ארבעט דיין אנקאנטשעס מיינד נאך שטערקער… און ווי שטערקער עס ארבעט… אלץ מער ווערן דיינע פראבלעמען פארשווינדן מיט דעם נעקסטן ווינט וואס גייט בלאזן… ווייל דיינע פראבלעמען זעען נאר אויס ווי פראבלעמען… אבער עכט ווייסטו שוין יעצט וויאזוי דו וועסט דיך אן עצה געבן… ווייל דו האסט אלעמאל געוואוסט… נאר יעצט וועסטו טון אזוי און אזוי…" א.א.וו. דער געדאנק איז אז דער טעראפיסט פלאנצט איין אין אים אז ער האט נישט קיין פראבלעם, בשעת דער פארקלאצטער מוח נעמט עס אן במלוא מובן המלה אלס אמת. ווען ער וועקט זיך אויף פון זיין טראנס לעבט ער שוין מיט דער ידיעה אין מוח אז ער גייט אין א געוויסן וועג לייזן זיינע פראבלעמען, און אפילו זיין פאביע איז שוין אוועקגעגאנגען.

ווען דער מענטש איז אין א טיפן טראנס וועט ער קענען פארציילן זאכן וואס ער געדענקט פון 50 יאר צוריק. די אונטערבאוואוסטזיין פונעם מענטש האלט אינפארמאציע פאר אייביג, נאר כדי דער מענטש זאל נישט פארשוועמט ווערן פון אזויפיל אינפארמאציע גייט עס נישט אריבער צום באוואוסטזיין. ווען דער מענטש איז ביים פולן דעת ווייסט ער בכלל נישט וויפיל ער געדענקט באמת.

 

די חסרונות פון היפנא-טעראפי

דער מהלך פון היפנאזיע טעראפי האט אין זיך אסאך גוטע חלקים, אבער זיי לאזן אויס א גאר וויכטיגע פונקט, וואס דאס מאכט עס נישט אנדערש פון אנדערע מהלכים וואס מ'קען פונקט אזוי צוריקפאלן.

ווען דער טעראפיסט היפנאטיזירט דעם קליענט, איז ער נישט אינטערעסירט צו וויסן און אויסהיילן די אינערליכע וועלט פונעם קליענט, וויאזוי ער פארשטייט וויאזוי די וועלט ארבעט. בסך הכל וואס ער זאגט אים איז, אז מהיום והלאה ביסטו א צווייטער מענטש וואס ווייסט וויאזוי איבערצוקומען פראבלעמען. עס קען זיך שפירן גוט פאר א שטיק צייט, אבער נאך א שטיק צייט קען ער ווייטער צוריקפאלן, אדער לכה"פ בלייבן מיט צוויי ידיעות אין מוח, איינס וואס ווייסט אז איך האב א פראבלעם, און איינס וואס ווייסט אז איך האב נישט קיין פראבלעם, און זיי קאנקורירן איינער מיטן צווייטן.

עס לערנט נישט אויס דעם מענטש במציאות וויאזוי צו באהאנדלען מצבים לויט זיין יעצטיגע דרגה. אמת אז עווענטועל איז דער אידעאלסטער וועג צו פאררעכטן פראבלעמען דורך וויסן אז עס איז נישטא קיין פראבלעם מתחלה בכלל, דאס איז דאך דער ציל פון יעדן איד, צו קענען גלייבן און אנערקענען אז מיר אלע זענען אין די הענט פונעם באשעפער וואס היט אויף אונז אויף יעדן טריט און שריט, אבער עס געדויערט צייט ביז א מענטש זאל באמת קענען לעבן דערמיט. און אפילו מען ווארפט עס אריין מיט היפנאזיע, איז אבער אין רעאליטעט דא א נפש הבהמי וואס ווייסט אנדערש.

שטודיעס געבן שוואכע רעזולטאטן פאר היפנאטעראפי ווען עס קומט צו היילן פארשידענע מענטל-העלט פראבלעמען, דאס איז די סיבה פארוואס אסאך האלטן אז למעשה איז היפנאזיע נישט די ריכטיגע מהלך. פון דער אנדערער זייט שטייען אבער די היפנאטעראפיסטן און שרייען חי וקיים אז דאס איז "דער" וועג. און ווי יעדע מטבע האט דאס אויך צוויי זייטן. עס העלפט צומאל יא און צומאל נישט, עס ווענדט זיך וויאזוי מען ארבעט. היפנאזיע איז זייער א ברייטע פאך, די טעראפיסטן זענען אנדערש איינער פונעם צווייטן, עס איז שווער אפצולערנען היפנאזיע בכלליות באזירט אויף שטודיעס, ווייל די שטודיעס נעמען אריין אלע סארטן היפנאזיע.

אלזא, דער ריכטיגער וועג וויאזוי צו מאכן נוצן פון היפנאזיע איז דורך געוואויר ווערן וועלכע זאך אין מוח מאכט אן דעם פראבלעם און נאכדעם טוט מען פארשידענע איבונגען וואס בויען אריין אינעם מענטש געוויסע ידיעות און קלארקייטן וואס ווען דער מענטש נעמט דאס אריין אין זיך איז עס בעזהשי"ת עוקר דעם פראבלעם מן השורש. אבער דאס איז א נושא פאר זיך, צו וואס מיר וועלן צוריקקומען אי"ה.

 

לאמיר היפנאטיזירן!

היפנאזיע איז א טיפע פאך וואס קוקט אויס ביי מענטשן ווי א קונץ צו טון, אבער באמת, פשוט׳ע היפנאזיע קענען מיר אויסלערנען אין געציילטע פאראגראפן… רבותי, בינדט אייך אן די גארטלען, מיר גייען יעצט ווערן היפנאטעראפיסטן. גרייט?

היפנאזיע איז גרינג צו מאכן מיט א מענטש וואס איז מסכים זיך צו לאזן היפנאטיזירן. אויב יענער ווייסט נישט אז איר היפנאטיזירט אים יעצט, אדער אויב ווייסט ער יא נאר ער וויל נישט, דעמאלט איז עס פיל שווערער און אונזערע אנווייזונגען וועלן נישט ארבעטן. אלזא, מאכט זיכער אז איר נעמט א חבר אדער איינעם וועם איר קענט גוט, און יענער איז מסכים זיך צו לאזן, און… לאמיר עס פרובירן צוזאמען.

 

חלק א'

ארבעט אויס די אויגן

עס זענען דא אסאך וועגן וויאזוי צו היפנאטיזירן אבער מיר וועלן יעצט גיין מיט די אויגן. אייערע אויגן זענען יעצט די הויפט שפילער. דעריבער, איידער איר זעצט זיך אראפ מיט יענעם דארפט איר קודם ארבעטן אויף די אויגן מיט די פאלגנדע דריי שטאפלען.

  1. קוקט אריין אין א שפיגל און פרובירט צו האלטן די אויגן אפן אן בלינקען. צוביסלעך וועט איר קענען אנהאלטן לענגער און לענגער, ווי לענגער אלץ בעסער. איר קענט אויך מאכן א פארמעסט מיט נאך איינעם צו זען ווער עס קען לענגער האלטן די אויגן אפן. האלטן די אויגן אפן פאר לאנגע פעריאדן וועלן אייך העלפן מאכן גוטע אויגן קאנטאקט מיט אייער ״פאציענט״.

 

  1. לערנט אייך אויס צו פאקוסירן אויף א זאך. טוט דאס דורך נעמען א זאך ווי א פעדער, און האלטן זייער נאנט צו די אויגן און קוקן אויף דעם לאנג. נאכדעם קוקט אויף א ווייטע זאך ווי א בילד אויף דער וואנט אדער דאס הענטל פון טיר. נאכדעם צוריק צום פעדער און דאן צוריק צו דער ווייטער זאך, וחוזר חלילה.

 

  1. מאכט שטארק אייער ״פעריפערעל [זייטיגע] בליק״, דאס מיינט, אייער מעגליכקייט צו זען זאכן וואס זענען אויף יעדע זייט פון אייך אן דארפן אויסדרייען דעם קאפ. גיי צו א פלאץ וואו עס דרייען זיך מענטשן, פרוביר צו קוקן אויף זיי ווען איייר קאפ איז אויסגעדרייט צו איין זייט. נאכדעם דרייט דעם קאפ צו דער אנדערער זייט און טו דאס זעלבע.

 

חלק ב'

מען נעמט אפיר דעם פאציענט

יעצט אז איר האט זיך שוין טרענירט איז צייט אפירצונעמען דעם פאציענט און פרעגן רשות צי ער וויל זיך לאזן היפנאטיזירן. אויב איז ער מסכים דאן פאלגט נאך די קומענדיגע שטאפלען.

  1. הייסט דעם פאציענט זיך אראפזעצן אויף א באקוועמע פאזיציע. ווען ער שטייט איז שווערער עס זאל געלונגען, און אויב געלונגט עס יא וועט ער אראפפאלן פון זיין אזוי נאכגעלאזט.

 

  1. בעט דעם פאציענט צו פאקוסירן אויף א פלאץ אביסל אונטער דיין רעכטן אויג. זאגט אים ער זאל נישט אוועקקוקן פון דארט בשעת דו רעדסט צו אים.

 

  1. קוק אויף יענעם אָן בלינקען, און הייב אן ציילן נומערן פון 5 ביז 1, און צווישן די נומערן זאג שטייטעלעך:

 

  • דיינע אויגן ברעמען ווערן שווערער און שווערער…
  • דיינע אויגן ברעמען ווערן שווערער און שווערער און עס קוקט אויס ווי א שווערע זאך וועגט אראפ אויף זיי…
  • זאגט איבער די אלע פראזן אפאר מאל בשעת איר ציילט פון 5 ביז 1.

 

  1. זאגט פאר דעם מענטש אז איר גייט יעצט אנרירן זיינע אקסלען און ער גייט ווערן שוואך, נאכגעלאזט, און שווער. גרייט?

עס איז וויכטיג צו זאגן פאר דעם מענטש וואס מען גייט טון, אזוי וועלן זיי פאלגן וואס איר הייסט זיי טון.

  1. ריר אן דעם מענטשנ׳ס אקסל און זאג אים אז עס איז צייט צו ווערן רואיג און גרינג.

ווערט נישט דערשראקן אויב דער מענטש פאלט צוריק אין בענקל אדער ער לאנט זיך אן, דאס איז א סימן אז ער איז יעצט אונטער היפנאזיע.

  1. זאגט פאר'ן מענטש אז ער איז יעצט אונטער היפנאזיע און ער איז אין גוטע הענט.

דאס איז זייער וויכטיג כדי דער מענטש זאל ווייטער מיטארבעטן, זיך נישט פארלירן, און אייך ווייטער געטרויען.

  1. זאגט אן פאר'ן מענטש אז זיין רעכטע ארעם גייט יעצט ווערן גרינג און אראפוועגן.
  2. רירט אן זיין רעכטע האנט, הייבט עס אויף און מאכט זיכער אז עס פאלט אראפ ווען מען לאזט עס אויס.
  3. מאכט ער זאל הערן נאר אייער קול.

טוט דאס דורך זאגן פאר דעם מענטש אז איר גייט יעצט ציילן פון 5 ביז 1 און ווען איר קומט אן צו 1 וועט ער נאר הערן אייער קול.

ציילט אראפ, און ביי נומער 1 גיט א קנאק מיט די פינגערס כדי צו אויפוועקן זיין אטענשאן ער זאל אייך הערן.

זאגט אים ער זאל נאר הערן אייערע ווערטער און נישט קיין אנדערע קולות פון ארום.

  1. יעצט איז דער מענטש אפן פאר אייך… איר קענט אים הייסן אנרירן זיין נאז און ער וועט עס טון. איר קענט פון אים פארלאנגען אסאך זאכן. אבער זייט געווארנט נישט צו טון קיין ווילדע שריט – דער מענטש האט זיך אויף אייך פארלאזט.
Author profile
לייף און ביזנעס קאוטש

הרב חיים מאיר פערל, דער שרייבער פון א סעריע ארטיקלען איבער "מעמארי ריקאנסאלידעישאן" וואס איז ערשינען אין "נפשי", א סעריע איבער דעם "סארנא מעטאד" וואס איז ערשינען אינעם המספיק גאזעט, און נאך ארטיקלען אין "נפשי", ספעציאליזירט זיך צו העלפן מענטשן , וואס שפירן בלאקירט אין ביזנעס אדער אין פריוואטן לעבן, זיך צו פארבינדן מיט אים קליקט אויף די לינקס צו זיינע אינפארמאציע