CBT איז דער מערסט באנוצטער טעראפי מעטאד פאר גייסטישע פראבלעמען. פאלגנד איז א קורצע איבערזיכט אויף וואס דאס איז, וויאזוי עס העלפט און נאך אינפארמאציע – אריגינעל ערשינען אין נפשי #1 און #2 ווי א פארזעצונג

 

קאגניטיוו און ביהעיוויורעל

דער נאמען CBT, שטייט פאר "קאגניטיוו ביהעיוויארעל טעראפי". די צוויי חלקים פון CBT "קאגניטיוו" און "ביהעיוויער" זענען נישט אזוי ווייט געבינדן איינס מיט'ן צווייטן, פאקטיש שטאמען זיי פון צוויי באזונדערע טעראפיס ערפינדן דורך צוויי באזונדערע מענטשן.

"קאגניטיוו טעראפי" האט ערצייגט דאקטאר אהרן טעמקין בעק, אין די 960'ער יארן, ער לעבט נאך און איז פון די גרויסע חברה אין דער פסיכאלאגיע אפטיילונג ביי דער הויפט אוניווערזיטעט פון פענסילוועניע.

ער האט געשריבן עדיטאריעלס אין זשורנאלן און געגעבן לעקציעס ארום דער וועלט פול מיט חידושים איבער דער מהלך וויאזוי דער מוח פון א מענטש ארבעט און וויאזוי עס איז שייך אויסצוהיילן זעלישע קרענק. ער האט געדינט אלס גאסט פראפעסאר אין דעם מעדיקעל פארש קאונסיל אין אקספארד, צווישן אנדערע.

דער חלק פון "ביהעיוויער טעראפי" איז גענומען פון א טעראפי וואס איז געמאכט געווארן אום 955' דורך דאקטאר אלבערט עליס. ער האט גערופן זיין טעראפי "REBT", אדער, Rational Emotive Behavior Therapy. ער האט געהאט אן אינסטיטוציע וואו ער האט פראקטיצירט און געלערנט די מעטאד זיינע, און עס גייט נאך אן ביז היינט.

לויט שטודיעס וועט CBT זיין ווירקזאם אין היילן אזעלכע מחלות ווי ענקזייעטי, פאביעס, בייפאלער, BPD, עסן דיסארדערס, OCD, און נאך, כאטש וואס אריגינעל איז עס ערפינדן געווארן צו היילן דעפרעסיע. CBT איז די טעראפי וואס ווערט רעקאמענדירט דורך די מערסטע פסיכאלאגן איבער דער וועלט.

ווען א CBT טעראפיסט נעמט אויף א פרישן פאציענט וועט ער נישט דיאגנאזירן דעם באטרעפנדן מיט א ספעציפישן צושטאנד, ער וועט ליבערשט פאקוסירן אויפ'ן גאנצן מענטש, אנאליזירן זיין מצב, און טרעפן די שוואכקייטן. ביים ערשטן אונטערזוכונג און אפשאצונג וועט ער מאכן א שטיקל סדר אויף וועלכן פראבלעם עס איז די וויכטיגסטע צו ארבעטן באלד אין אנהויב און וואס מען קען לאזן אויף שפעטער.

אנדערש ווי פסיכא-אנאליז און אנדערע מהלכים, וועט CBT פאקוסירן בעיקר אויף דעם יעצטיגן שטאנדפונקט פונעם מענטש, מען וועט ארבעטן אז פון היינט און ווייטער זאל זיין גוט. עס גייט נישט פרובירן צוריקצוגיין צו שטארק צום עבר פונעם מענטש, נאר מ'גייט ארבעטן צו פאררעכטן די הוה. דאס איז די סיבה פארוואס CBT איז נישט קיין אייביגע, אדער גאר לאנג פארצויגענע טעראפי. עס וועט עפ"י רוב נישט נעמען לענגער ווי 15-20 סעסיעס, און קען ארבעטן נאך אזוי ווייניג ווי 10 אויך. אלעס געוואנדן אין דעם מענטש מיט וועמען מען ארבעט, די פארשריט וואס מ'מאכט, און אין זיינע ארומיגע.

 

"קאגניטיוו מהו?"

אין קורצן איז די טעראפי צוזאמגעשטעלט צו ארבעטן מיט צוויי חלקים אינעם מענטש. די ערשטע איז די מחשבות, דאס איז דער חלק פון "קאגניטיוו" (הבנה), און פון דער אנדערער זייט אנאליזירט מען די מעשים פונעם מענטש, "ביהעיוויער" (התנהגות).

קאגניטיוו: דער אפטייטש פון דעם ווארט איז "אנערקענען", דאס הייסט דער וועג וויאזוי א מענטש פארשטייט און באנעמט זאכן, דער וועג וויאזוי דער מח ארבעט, וויאזוי מ'טייטשט אפ זאכן וואס מ'זעט, די מיינונג וואס מ'געט פאר זאכן וואס פאסירן ארום דעם מענטש, דער אופן וויאזוי מ'פארשטייט וואס ס'קומט פאר ארום זיך. דאס אלעס זענען מחשבות וואס דער מוח פונעם מענטש איז מחליט.

יעדע זאך וואס א מענטש טוט קומט צוליב א געפיל וואס שטופט דעם מענטש. אבער אז מ'טראכט אריין פון וואו די געפיל קומט לאזט זיך זאגן פארשידענע צדדים. מאנכע וועלן אויסטייטשן געפילן אלס רעזולטאטן פון דרויסנדיגע זאכן וואס נעמען ארום דעם מענטש, דאס נעמט אריין די סביבה, משפחה, סיטואציע, און באשעפטיגונג. אויב נעמט מען אזוי אן דאן וועט די רפואה פאר א שלעכטן געפיל זיין צו טוישן די "אומשטענדן" ארום דעם מענטש.

דער CBT מעטאד לייגט אבער א הנחה אז דער מקור צו געפילן זענען אינערליכע זאכן. ווען א מענטש האט א געפיל איז אלץ דא א מחשבה וואס האט אנגעצינדן דעם געפיל. די ביטערע געפיל קומט פון א נישט גוטע מחשבה און אפטמאל פון א שלעכטע "מהלך המחשבה".

די בענעפיט פון אזא קוק ווינקל איז אז דורך ארבעטן אויף דעם וועג פון טראכטן קען מען היילן פראבלעמען און מ'דארף נישט הייסן דעם מענטש זיך אפצוטיילן פון זיינע נאנטע וכדו'.

די נישט גוטע געפיל ברענגט אומגעוואונטשענע מעשים, ווייל ווען א מענטש טוט עפעס אינסטינקטיוו, ווערט ער געשטופט פון א געפיל. ווען א מענטש הערט לעבעדיגע מוזיק וועט ער אינסטינקטיוו שפירן א דראנג צו טאנצן. די דראנג איז א געפיל, די געפיל שטופט דעם מענטש צו טון מעשים.

וויבאלד מיר זענען נישט קיינע יודע מחשבות זעען מיר נישט ביי אנדערע מענטשן זייערע מחשבות, וואס מיר קענען יא זען זענען די מעשים וואס זיי טוען. אבער כדי צו פאררעכטן די מעשים – זאגט CBT – דארף מען דערגיין די מחשבה וואס ברענגט דאס געפיל וואס ברענגט די מעשה. ווייל ווען א מענטש טוט עפעס למעשה זענען דא געווען דריי זאכן: ס'געווען א זיידע – די מחשבה, א טאטע – די געפיל, און א קינד – די זאך וואס דער מענטש האט געטון אלס רעזולטאט.

ווען מ'קומט צו צו דעם קומט אויס אז ווען דער מענטש טוט א נישט ריכטיגע זאך וועט נישט העלפן ווען מ'זאגט אים "טו נישט אזוי", ווייל די מעשה איז נאר א תוצאה פון א געפיל, וואס האט בעפאר זיך א מחשבה. און כדי אויפצוטון עפעס דארף מען אטאקירן דעם שלעכטן געפיל און די מחשבה, נישט די שלעכטע מעשה.

א דוגמא וויאזוי אומריכטיגע געדאנקען וועלן אפעקטירן דאס לעבן פון א מענטש דורך ברענגען שלעכטע געפילן איז ווען א מענטש וועט אלס תוצאה פון א טראגישע נייעס באקומען מחשבות פון "עס קען געשען צו מיר אויך". דאס וועט ברענגען געפילן פון שרעק, אזא מענטש וועט לעבן מיט פאביעס. כדי אוועקצונעמען די שרעק דארף מען טוישן די מהלך וויאזוי דער מוח טראכט פון טראגעדיעס.

אלס ביישפיל לאמיר זען דעם חילוק אין "מחשבה" צווישן דעם געזונטן און אומגעזונטן כאראקטער, און ווי דאס רעפלעקטירט די געפילן און שפעטער די מעשים.

ווען א מענטש מיט א געזונטן כאראקטער גייט אין גאס און זיין חבר גייט אים אדורך און איגנארירט אים, וועט ער "טראכטן" אז יענער האט אים נישט באמערקט, ער וועט "שפירן" די זעלבע נאנטשאפט צו אים ווי ביז היינט, און ער וועט זיך "אויפפירן" צו אים פריינטליך ווי גארנישט וואלט פאסירט.

ווייטער דער אומגעזונטער כאראקטער וועט "טראכטן" אז יענער גלייכט אים מער נישט, ער וועט אלס רעזולטאט "שפירן" אנגעווייטאגט, און זיין "אויפפירונג" וועט זיך טוישן פון פריינטליך צו פיינטליך.

דער טעראפיסט וועט דערגיין אז די מחשבה וואס איז חושד דעם חבר אז ער גלייכט אים מער נישט איז דער גורם צו דעם געפיל וואס ברענגט א למעשה'דיגע טויש, ער וועט אויפמערקזאם מאכן דעם מענטש איבער די נישט ריכטיגע מהלך המחשבה וואס ער האט אויף זאכן וואס פאסירן צו אים, און מ'וועט ארבעטן צוזאמען דאס צו טוישן.

איינמאל מ'קומט אן צו א החלטה וואס די מחשבה איז, הייבט זיך אן די "טעראפי" צו טוישן די מהלך המחשבה פונעם מענטש. דאס ווערט געטון דורך ברענגען דעם מענטש ער זאל אנערקענען וועלכע מחשבה איז דער מקור פון דעם שלעכטן געפיל. איינמאל ער אנערקענט דאס הייבט זיך אן א פראצעדור עס צו טוישן.

 

דריי סארט נעגאטיווע מחשבות

דער קאגניטיוו טעראפי ערפינדער טים בעק האט אויסגערעכנט אז ס'זענען דא דריי סארט נעגאטיווע מחשבות וואס ברענגען פראבלעמען. אין קורצן איז דאס 1) מחשבות וואס קומען ווי אויטאמאטיש ביי אומגעזונטע כאראקטערן. 2) נעגאטיווע בילד איבער זיך. 3) נישט לאגישע מחשבות.

  • מחשבות וואס קומען ווי אויטאמאטיש ביי אומגעזונטע כאראקטערן. עס זענען דא דריי סארטן "אויטאמאטישע" נעגאטיווע מחשבות.
  • אויף זיך: א מענטש קען זיין פארנומען צו טראכטן אז ער איז גארנישט ווערד, ער טוט נישט ריכטיג, אלעס איז שוין פארפאלן. יאוש, אומזיכערקייט, איך בין נישט קיין געלונגענער.
  • אויף דער וועלט: קיינער דארף מיך נישט, קיינער האט מיך נישט ליב, אלעס איז שווארץ, נעגאטיוויטעט.
  • אויף דעם עתיד: איך האב סייווי נישט קיין גוטע צוקונפט פאר מיר, איך וועל זיכער נישט מצליח זיין, עס גייט גארנישט ווערן פון מיר.
  • נעגאטיווע בילד איבער זיך. דער ליידנדער האט ביי זיך אין קאפ א רייע פון גלויבונגען אויף זיך וואס זענען פעסימיסטיש און נעגאטיוו. דאס מאכט זיך עפ"י רוב ביי מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען שווערע צייטן אלס קינד, א שטייגער ווי יתמות, רדיפות, אביוז, וכדו'.
  • נישט לאגישע מחשבות. דאס נעמט אריין א צאל זאכן. צווישן אנדערע,
  • מאכן מסקנות אן קיין ריכטיגע הוכחות אז ס'איז טאקע אזוי. למשל, אפמאכן אז מ'טויגט נישט אדער מען איז א שלימזל ווייל דאס פלאץ וואו מ'איז געגאנגען איז געווען פארשפארט.
  • פאקוסירן אויף איין זאך אינעם בילד און מאכן מסקנות געבויעט אויף דעם. למשל, א קינד וואס מאכט אפ אז די כתה האט נישט געוואונען די פארמעסט צוליב אים, כאטש וואס ער איז נאר איינער פון א ציבור.
  • גרויס מאכן קליינע פאסירונגען איבער זיך, למשל אויב דער חבר זאגט א ווערטל וועט ער עס אננעמען ווי ער האט אים שוין פיינט.

די שלעכטע מחשבות וואס ווערן אויסגערעכנט זענען נישט קיין מחשבות וואס דער מענטש מאכט אפ צו טראכטן באוואוסטזיניג, דאס זענען זאכן וואס קומען פונעם אונטערבאוואוסטזיין, דער מענטש כאפט נאר אויף די שלעכטע געפילן וואס זיי ברענגען אבער נישט די מחשבות אליינס. דאס מיינט אז דער מענטש אליין כאפט בכלל נישט אז זיין מהלך המחשבה איז אומריכטיג, ער אנערקענט נישט די פלאץ וואו זיינע פראבלעמען הייבן זיך אן.

מחשבות זענען בדרך כלל באהאלטן אונטער'ן באוואוסטזיין, און דער מענטש אליין איז נישט אזוי באהאוונט מיט דעם. כדי צו טוישן די סטאטוס קווא דארף דער מענטש יא אנהייבן אפירצונעמען די מחשבות, זיי ארויסנעמען פון זייער באהעלטעניש און איבערטראכטן באוואוסטזיניג, מיט לאגיק. לאגיק איז דער גרעסטער קאנקורענץ פאר פראבלעמען, וועגן דעם איז די בעסטע רפואה ווען מען נעמט אפיר די מחשבות וואס לויפן אין די ״בעקגראונד״ און מען טוט עס דורך מיט שכל.

דער טעראפיסט וועט אויסלערנען דעם קליענט צו דיסקרימינירן צווישן זיינע אייגענע מחשבות און די מציאות. דער מענטש וועט דארפן אבזערווירן זיינע אייגענע מחשבות, קוקן דערויף, און טראכטן צי זיי זענען רעאליסטיש. צוביסלעך וועט ער בע"ה עוקר זיין די פראבלעמען מן השורש.

דאס איז קאגניטיוו טעראפי בקיצור נמרץ. אין קומענדיגן ארטיקל וועלן מיר בעזהשי"ת מסביר זיין "ביהעיוויורעל טעראפי" און דער וועג וויאזוי CBT ארבעט מיט ביידע טעראפיס אינאיינעם.

 

מחשבה רעקארד ("thought record")

דער מייסד פון "קאגניטיוו טעראפי" דר. טים בעק האט ערפינדן דעם "מחשבה רעקארד" ("thought record"), א סדר הדברים וויאזוי אומגינסטיגע מחשבות ווערן געבוירן, וויאזוי זיי אפעקטירן דעם מענטש, און וויאזוי זיי עוקר צו זיין מן השורש. די ארבעט פונעם טעראפיסט איז דורכצוגיין מיט'ן פאציענט יעדע שלב פון דעם רעקארד און אזוי ארום אויסרייסן די מחשבות.

וויבאלד יעדע אומרעאליסטישע מחשבה ווערט געבוירן דורך א ״טריגער״, א פאסירונג וואס מאכט דעם מענטש שפירן שלעכט, און דאס ברענגט אויף אן אומרעאליסטישן געדאנק, באשטייט דער ערשטער קאלום אויפ'ן "מחשבה רעקארד" צעטל פון דער "סיטואציע", דאס הייסט די פאקטישע אומאנגענעמע מעשה וואס איז פארגעקומען ("איך האב געזאגט ברבים עפעס וואס איז נישט אין פלאץ, מענטשן האבן מיך אנגעקוקט פון אויבן אראפ זיך וואונדערנדיג אויף מיר").

איינמאל דאס איז קלאר גייט מען צום צווייטן קאלום, נעמליך, דאס געפיל וואס ער האט געשפירט בשעת מעשה ("פארשעמט, רויט").

דאס אומגעשמאקע געפיל האט אויפגעברענגט אין געדאנק אן אומריכטיגע מחשבה, א זאך וואס פירט אונז צום דריטן קאלום ("איך בין נאריש, איך כאפ נישט וואס מען דארף זאגן ווען, איך בין גארנישט ווערד").

דאן איז דא א קאלום "פאקטן וואס ווייזן אויף די ריכטיגקייט פון די נעגאטיווע מחשבה". דער פיפטער קאלום באשטייט פון פאקטן וואס ווייזן אויף פארקערט ווי די נעגאטיווע מחשבה.

אין דעם זעקסטן קאלום טרעפט מען א פאזיטיווע און מער רעאליסטישע וועג פון באטאכטן די סיטואציע. "וואס וואלט איך געזאגט פאר א צווייטן מיט דעם פראבלעם?" ("עס איז גארנישט, יעדער פאלט אמאל אדורך מיט א באמערקונג וואס איז נישט אין פלאץ, דאס ווייזט נאך גארנישט אויף איבער מיינע קוואליפיקאציעס").

אין קאלום זיבן פארהערט מען זיך. "וויאזוי שפיר איך יעצט, נאכ'ן אנערקענען די אומריכטיגקייט פון מיין וועג פון טראכטן, און נאכ'ן זען ווי געשמאק עס איז די רעאליסטישע מהלך המחשבה?"

נאכ'ן גוט דורכגיין דעם צעטל מיט א טעראפיסט הייבט דער פאציענט אן צו מגשם זיין דעם געדאנק אז די פראבלעמען קומען פון א מחשבה וואס האט א גוטע שטעלפארטרעטער, ער קען טראכטן רעאליסטיש, און אויפגעבן די אומרעאליסטישע מסקנא און צוביסלעך הייבט מען אן צו זען שינויים לטובה אין דער אויפפירונג פונעם פאציענט אויף למעשה.

דאס איז איינס פון די באקאנטע מהלכים וויאזוי CBT טעראפיסטן ארבעטן צו טוישן אומרעאליסטישע מחשבות אינעם מענטש.

 

די 10 קאגניטיוו דיסטארשענס

א ליסטע פון אומרעאליסטישע מחשבות וואס קענען אלץ געבוירן ווערן ביי א מענטש וואלט לכאורה שטארק צוגעהאלפן ווען עס קומט צו דערגיין וועלכע מחשבה עס זייעט אן פראבלעמען ביי יעדן ספעציפישן פאל, נישט אזוי? איז געקומען א דאקטאר דעיוויד בוירנס, און מסדר געווען א ליסטע, גערופן "די 10 קאגניטיוו דיסטארשענס", דאס הייסט די 10 סארט פארקרימטע, פראבלעמאטישע מחשבות וואס קומען אויף ביי מענטשן.

לאמיר עס דורכגיין על הסדר:

  1. "אלעס אדער גארנישט" – מען טראכט "אדער שווארץ אדער ווייס", די קאליר גרוי עקזיסטירט נישט. א סיטואציע וואס איז נישט פערפעקט ווערט באטראכט אלס טאטאלע דורכפאל. ווען ער הייבט אן א דיעטע און עסט א לעפל אייז-קרעם זאגט ער צו זיך, "איך האב גע'הרג'עט מיין דיעטע אינגאנצן". דאס מאכט אים עווענטואל ענדיגן די גאנצע טעלער, ווייל עס איז שוין סייווי דערנאך.
  2. "מאכן א כלל פון יעדע פרט" – אויב מאכט זיך אמאל א נעגאטיווע געשעעניש זאגט מען אז דאס געשעט אייביג. די ווערטער "אייביג" און "קיינמאל" זענען מרגלה בפומיה.
  3. "מענטל פילטער" – אויב מאכט מען איין טעות אינעם טאג פאקוסירט מען בלויז אויפ'ן טעות און מען איגנארירט די אלע זאכן וואס זענען יא געלונגען. ער געט ארויס א פרעזענטאציע אויף וואס ער הערט ריין קאמפלימענטן, אבער ווען עס קומט איין קליין שטיקל מילדע קריטיק פאלט אלעס איבעריג אוועק און די גאנצע מעשה ווערט פארשווארצט.
  4. "מאכן ווייניגער די פאזיטיווע חלקים" – טראכטן אז די גוטע טאלאנטן און כשרונות זענען נישט ווערד. אויב טוט מען א גוטע ארבעט טראכט מען גלייך אז סיי ווער וואלט עס געקענט טון, אדער אז עס איז נישט געווען 'גענוג' גוט. אזא מהלך המחשבה נעמט אוועק די לעבנסלוסט פונעם מענטש.
  5. "טאנצן צו מסקנות" – מאכן הנחות געבויט אויף השערות אנשטאט פאקטן. דאס נעמט אריין אין זיך 'וויסן' אז יענער וועט טראכטן נעגאטיוו, וויסן אלעס נאך בעפאר עס קומט פאר.
  6. "אויפבלאזן און קליין מאכן" – ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, די פראבלעם בלאזט ער אויף און דעם פאקט אז ער קען עס האנדלען ריכטיג מאכט ער קליין.
  7. "באטראכטן געפילן אלס מציאות" – אויב איך שפיר אזוי דאן מוז זיין אז עס איז טאקע אזוי. "איך האב מורא צו פארן אויף א פליגער, עס מוז זיין אז עס איז א גרויסע סכנה"; "איך שפיר שולדיג, עס מוז זיין אז איך בין א שלעכטער מענטש."
  8. "פארנומען וואס עס 'וואלט' געדארפט זיין" – דער מענטש זאגט אייביג "איך 'וואלט' געדארפט", "איך 'מוז' טון דאס און דאס."
  9. "לעיבלען" – אנשטאט זאגן "איך האב געמאכט א טעות" זאגט ער "איך בין א דורכפאל."
  10. "באשולדיגן" – ער זוכט דעם שולדיגן ווי איידער זוכן א לייזונג צום פראבלעם. אמאל איז ער פארנומען זיך אליין צו באשולדיגן און אמאל זוכט ער צו באשולדיגן א צווייטן.

דאס איז ווי פארשטענדליך א טיפה מן הים און א טעימה קלה אויף די מסכת פון CBT. מיר האבן בעיקר בארירט די ערשטע חלק פון "קאגניטיוו", מיר וועלן נאך אי"ה צוריקקומען צו די איבעריגע חלקים אין א געלעגנהייט.

 

 

Nafshi Blog