אין דער טונקעלער, פארנעפלטער וועלט פון "מענטל העלט" איז דא א קליינע ליכט-טורעם וואס שיינט און דערלייכטערט אידישע הערצער. אויספירליכן שמועס מיט דעם גרינדער און פירער פון "ריליעף" הרב סענדר ארנשטיין שליט"א. /// תורת הנפש ביים היימישן ציבור, עד היכן הדברים מגיעים – אריגינעל ערשינען אין נפשי #2 דורך בן מנחם

 

 

פארלוירן, צעבראכן, טונקל און אומעטיג. ער זעט נישט קיין וועג ארויס. דאס יאוש ווערימל קריכט אריין, דער קאפ פארנויגט, די אקסלען אראפגעלאזט. דער טונעל קוקט אויס לאנג, פארדרייט, און קאמפליצירט. איי, ווען ער זאל נאר וויסן ווי נאנט די ישועה איז. בארואיגונג, דערלייכטערונג, היילונג – זיי זענען א טעלעפאן רוף אוועק.

"ריליעף" – דערלייכטערונג! אויבנאויף, א ווארט ווי אלע ווערטער, טרוקן, האט נישט קיין באזונדערע משמעות חוץ איר גענויע אפטייטש. אבער נישט מיט דעם האנדלען מיר דא. ריליעף איז היינט געשטיגן פון א פשוט'ע ווארט אין ענגלישן ווערטערבוך צו א "יש", א זאך וואס קען אנפילן בלעטער מיט אינפארמאציע, ימים מיט טרערן – קודם פון יסורים און נאכדעם פון דערלייכטערונג, "ריליעף".

ווען עס קומט צו גייסטישע באהאנדלונג איז דא א וועלט. די וועלט איז צעמישנד, נערווירנד און פארנעפלט. זה אומר בכה וזה בכה, יעדער זאגט אז נאר ער קען העלפן. מענטשן ווערן פארלוירן. מען ווייסט נישט וואו צו גיין, פון וואו וועט מיין ישועה קומען.

דא קומט אריין "ריליעף", אן ארגאניזאציע וואס באגלייט די מענטשן אויף טריט און שריט, זיי זענען די ערשטע סטאנציע וואו מען ווענדט זיך ווען עס מאכט זיך א פראבלעם, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף זענען זיי די לעצטע סטאנציע אויך, און אלעס אינדערמיט.

ריליעף – היינט א הויפט ארגאניזאציע ווען עס קומט צו מענטל העלט – האט א דאטא-באזע פון אריבער דריי און אהאלב טויזנט (!) דאקטוירים, טעראפיסטן און פראפעסיאנאלן. דורכאויס זייער 16 יעריגע היסטאריע, האט ריליעף שוין ערהאלטן איבער א האלב מיליאן טעלעפאן רופן פון מענטשן פאר גייסטיגע הילף!

זיך גרייטנדיג צו אדרעסירן דעם נפשיות'דיגן פעלד האבן מיר נאטירליך זיך פארבינדן מיט הרב סענדר ארנשטיין, דער מייסד און פיאנער פון ריליעף. מיר האבן זיך גערישט צו הערן חידושים, מיר האבן אבער נישט ערווארטעט קיין טרערן פון אונזער זייט. און וויפיל חידושים מיר האבן ערווארטעט צו הערן זענען מיר איבערראשט געווארן ווען רעדנדיג מיט אים איז נישט געווען קיין פראזע שאין לך בו אלא חידושו.

אלעס איז באשיידן, קיינער ווייסט נישט מער פון וויפיל עס איז אים נוגע, שטילע וואסערן גראבן טיף, די פעולות זענען חובקות זרועות עולם אבער אן קיין פאמפע.

א שמועס מיט ר׳ סענדר איז א זאך וואס איז לאו בכל יומא מתרחש, כמעט וואס מען טרעפט נישט אזא פארנומענעם מענטש. ער פירט ריליעף, אין צוגאב פון נאך דריי מאכטפולע ארגאניזאציעס. ״בעצם בין איך אן אקאונטענט,״ זאגט ר׳ סענדר מיט א שמייכל ווען מיר פרעגן וויאזוי איין מענטש קען פירן פיר פארנומענע ארגאניזאציעס.

״מיין טאטע זאל זיין געזונט איז געווען א שדכן, האט ער אמאל אנגעטראגן א בחור א מתמיד פאר איינעם און דערביי געזאגט אז דער בחור לערנט 25 שעה א טאג. האט יענער געפרעגט וויאזוי קען זיין אזא זאך, עס איז דאך נישטא מער פון 24 שטונדן אין טאג? האט מיין טאטע געענטפערט אז ״ער שטייט אויף א שעה פריער…״ דו פרעגסט וויאזוי איך שטופ אלעס אריין אין א טאג, איך שטיי אויף א שעה פריער."

 

זורעים בדמעה

ווען ר' סענדר האט געעפנט זיין ארגאניזאציע איז ער נישט געווען קיין פרעמדער אין דער וועלט פון "רעפערלס". ער פלעגט ארבעטן פאר הרב מיילעך פירער פון ארץ ישראל – דער גרעסטער "רעפערל פערזאן" אין דער וועלט, לויט ר' סענדר. ר' מיילעך איז דער אדרעס וואו מען רופט ווען מען האט א פראבלעם און מען דארף צוקומען צו א דאקטאר, ער האט געגרינדעט די ארגאניזאציע "עזרה למרפא" אויף צו העלפן מענטשן מיט דאקטוירים.

עזרה למרפא פארמאגט א פלאטע מיט אמבולאנסן, זיכער צו מאכן אז פאציענטן קומען אן צו דאקטוירים אויף די שנעלסטע וועג שייך. בשנת תשנ"ז האט ר' מיילעך געוואונען די "איזראעלי פרייז", אפיציעל די גרעסטע באערונג וואס מ'קען דארט געבן פאר א מענטש, צוליב זיין הילף פאר מענטשן וואס גייען אריבער מחלות און קרענק.

עס האט זיך אפט געמאכט אז ר' מיילעך האט געדארפט שיקן א מענטש קיין אמעריקע זיך צו היילן, פלעגט אונזער ר' סענדר זיין דער קאנטאקט מענטש אין אמעריקע, און דארט האט ער זיך באקענט מיט דאקטוירים און פראפעסיאנאלן. ער האט געהאט א נעטווארק פון אלע מעדיקל צענטערן לענגאויס אמעריקע, און כסדר איז ער געווען פארנומען מיט דעם.

ר' סענדר דערציילט:

דורכאויס די 11 און אהאלב יאר וואס איך האב געארבעט פאר ר' מיילעך פלעג איך האנדלען מיט שווערע קעיסעס. עס איז נישט געווען סתם דער חלק פון שיקן צו דאקטוירים. א מענטש וואס מען שיקט פון ארץ ישראל קיין אמעריקע איז עס נישט פאר א שניט אין די פינגער. כסדר פלעגן אנקומען יונגע עלטערן מיט א פיצל וואס איז געבוירן מיט א לאך אין הארץ, לדוגמא. עס איז בכלל נישט פשוט געווען.

ממילא איז מיר אויסגעקומען צו באהאנדלען אויך מענטל-העלט אישוס. איך האב געהאנדלט מיט שווערע קעיסעס פון גייסטישע פראבלעמען און איך האב אויפגעכאפט אז אויף אט דער נושא פעלט נאך אויס אן ארגאניזאציע. עס איז נישטא ווער עס זאל העלפן מענטשן וואס מאכן מיט נפשיות'דיגע שוועריגקייטן.

די מחשבה פון עפענען אזא ארגאניזאציע איז ארויס מן הכח אל הפועל פאר 16 יאר צוריק ווען איך האב געטראפן ר' יושע אסטרייכער, א יונגערמאן אין בארא פארק וואס העלפט מענטשן וואס האבן נישט קיין קינדער. ער האט געטראפן די גייסטישע ראנגלענישן פון דער אנדערער זייט פון דער מטבע, כלפי שלום בית. מיר זענען געקומען פון צוויי אנדערע ריכטונגען, אבער מיר זענען ביידע געקומען צו דער זעלבער מסקנא, אזא ארגאניזאציע איז א 'מוז'.

ווען די פלענער אנצוהייבן טון למעשה זענען געווארן ערנסטער האב איך אנגעהויבן גיין צו רבנים און עסקנים, זיך אדורכצושמועסן און הערן זייער חוות דעת. יעדער האט מיך אפגערעדט, די רבנים האבן געהאלטן אז דער כלל איז נאכנישט גרייט אויף דעם, עס איז נאך צו א גרויסע סטיגמע, מען דארף ווארטן אביסל.

אינטערעסאנט איז אבער געווען אז כמעט יעדער רב האט מיר געגעבן א פאציענט נאכ'ן שמועס… מען האט געזאגט אז אזא ארגאניזאציע איז טאקע נאכנישט אויספירבאר למעשה 'אבער איך ווייס פון דעם און יענעם וואס מוטשעט זיך, אויב דו וואלטסט זיי געקענט צושטעלן עפעס א גוטן דאקטאר וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.'

און אזוי האב איך אנגעהויבן. פון די אלע ״נאר איין״ פאציענטן האבן זיך אנגעזאמלט א צאל פאר וועם איך האב געארבעט, צוביסלעך האבן מיר מענטשן אנגעהויבן רופן, און "ריליעף" איז געווארן א פאקט.

נאך איינס און א האלב יאר וואס איך פלעג אליין אויפהייבן די טעלעפאן פאר יעדן מענטש איז עס געקומען צו א מצב פון איבער 45 רופן פער טאג. דעמאלט האב איך אויפגענומען ר' בנימין באב"ד און מען האט זיך מער ארגאניזירט.

היינט פארמאגט ריליעף 8 לאקאציעס ארום דער וועלט, אין בארא פארק, לעיקוואד, קרית יואל, באלטימאר, לאס אנדזשעלעס, טאראנטא, לאנדאן, און ארץ ישראל. יעדע אפיס פארמאגט א שטאב מיט ארבעטער וואס ארבעטן אויף פעיראל און באהאנדלען טעגליך די ארום 350 טעלעפאן רופן.

 

כקריעת ים סוף

כשם שפרצופיהם אינן שווים כך דעותיהם, יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך, יעדע פראבלעם איז אנדערש, וויפיל די דאקטוירישע וועלט פרובירט צו שניידן ״גלאטע רעפטלעך״ און דערשנאפן יעדן פראבלעם על בריו, מיט א נאמען דערצו, קומט מען נישט אן. עס איז שטענדיג תלוי אין דער היסטאריע פונעם מענטש, זיין סביבה און סדר היום, און בעיקר אין זיין דעת, און דעת האט יעדע מענטש אנדערש, ווי די גמרא זאגט שוין.

ביי פיזישע פראבלעמען איז גרינגער אין דעם הינזיכט. א מענטש רופט אן אן עסקן, ער זאגט פון וועלכע מחלה עס רעדט זיך און גלייך ווייסט דער עסקן ווער עס איז דער בעסטער דאקטאר פאר אזעלכע פראבלעמען. גייסטישע קרענק ארבעטן נישט אזוי, מען דארף דן זיין יעדע פאל באזונדער.

און דא קומט נאך צו דער פאקט אז די דאקטורים זענען אויך אנדערש איינער פונעם צווייטן, ביי פיזישע דאקטוירים איז נישט צופיל משנה זיינע נאטורן, זיין היסטאריע, און וויאזוי ער ארבעט. אויב איז ער א סוקסעספול דאקטאר איז ער גוט. ביי גייסטישע פראבלעמען שפילט די ״פערסאנאליטי״ פונעם דאקטאר א שטארקע ראלע אין דער הצלחה וואס מען האפט צו זען.

ריליעף דארף משדך זיין די פאציענטן מיט די דאקטוירים, און עס איז ווייט נישט קיין גרינגע ארבעט. פונקט ווי ביי א שידוך דארף מען דא אויך שטארק דערגיין אינפארמאציע פון ביידע צדדים. עס איז נישט ווי א צעטל וואס אויף איין זייט איז דא א ליסטע פון טעראפיסטן און אויף דער אנדערער זייט א ליסטע פון פאציענטן און מען ציט שטריכן.

כדי צו מאכן א שידוך צווישן טעראפיסט און פאציענט וואס זאל ארבעטן דארף מען קענען די טעראפיסטן. ריליעף ארבעט זייער שווער אויף דעם, און זיי האבן פארשידענע אופנים וויאזוי זיי טוען דאס.

ריליעף האט שוין אינטערוויואירט קרוב צו 1,700 דאקטוירים און טעראפיסטן, כדי צו זען זייער פערזענליכקייט און כאראקטער. איז ער א איד אדער א גוי, אלט אדער יונג, פרום צי נישט, ווי גוט קען ער זיין פאך, מיט וועלכע זאכן ספעציאליזירט ער זיך די מערסטע, איז ער העפליך און ארנטליך אדער מער א שטייפער כאראקטער, און נאך גאר אסאך פרטים ופרטי פרטים וואס זיי נעמען ארויס ביי אזא אינטערוויו. די אלע אינפארמאציע ווערט אריינגעלייגט אין זייער קאמפיוטער סיסטעם, אויף יעדן טעראפיסט איז דא אן א שיעור שטיקלעך מיט אינפארמאציע, וואס דאס פארגרינגערט שטארק ווען עס קומט צו שיקן קליענטן.

חוץ די אלע אינפארמאציע וואס מען ווייסט אויף די טעראפיסטן קומט צו נאך גאר א וויכטיגער פאקט און דאס איז ״די צווייטע טעלעפאון קאל״ ווי דאס ווערט גערופן אין ריליעף שפראך. יעדער פאציענט וואס ווערט געשיקט צו א טעראפיסט באקומט א רוף פון ריליעף מיט שאלות איבער די עקספיריענס מיט'ן טעראפיסט, וויפיל עס האט געהאלפן, וויאזוי ער האט זיי באהאנדלט, און נאך שאלות. די אלע אינפארמאציע גייען אויך אריין אין די דאטא באזע אויפ'ן טעראפיסט'ס נאמען, און היינט נאך 16 יאר האבן זיי שוין אן א שיעור קראנטע אינפארמאציע אויף יעדן דאקטאר וועם זיי רעקאמענדירן.

אז מען ווייסט שוין פינקטליך אלעס אויפ'ן צד פון די דאקטוירים איז צייט צו טון שידוכים, אבער ניין. כדי צו וויסן וועלכער דאקטאר איז דער בעסטער פאר'ן מענטש דארף מען קענען די סיטואציע. קלארקייט אין דער סיטואציע העלפט ריליעף צושטעלן דעם בעסטן דאקטאר פאר דעם ספעציפישן קעיס.

כדי צו האבן אקוראטע אינפארמאציע ארבעט ריליעף צווישן 15 מינוט און א שעה געוואויר צו ווערן די פינקטליכע סיטואציע. דאס טוען זיי דורך גוט אויספרעגן דעם וואס רופט, זיי רעדן צום פאציענט, זיי רעדן אמאל צו די ווייב/מאן. ביי קינדער געדויערט עס לענגער, מען רעדט צו די צוויי עלטערן, מלמד, מנהל, און מען פרובירט ארויסצונעמען פון צווישן די שורות די פינקטליכע מצב וואס שפילט זיך אפ.

איינמאל מען האט די זאך קלאר איז צייט צו אנאליזירן די מצב. אמאל איז דא אפאר פראבלעמען און מען דארף זיכער מאכן וואס קומט ערשט. ״לעצטנס האט מען גערופן פאר א כלה אפאר וואכן פאר די חתונה,״ פארציילט ר׳ סענדר, ״ווען די סיטואציע וואלט נישט געווען אנגעשטרענגט וואלט מען מסתמא געשיקט צו טעראפי אויסצוהיילן געהעריג, דא איז מען אבער געווען אונטער א געפערליכן פרעשור, מען האט געדארפט האנדלען שנעל צוצוגרייטן די כלה צו דער חופה. מיר האבן איר פארשטייט זיך באהאנדלט אנדערש ווי נארמאל. דאס איז נאר א פשוט׳ער משל וויאזוי די רעקאמענדאציעס טוישן זיך לויט דער סיטואציע. וויסן די סיטואציע איז דער שליסל פאר הצלחה."

אמאל איז דא א פשוט׳ע קעיס, איינער וואס נעמט מעדיצין פאר OCD און דער דאקטאר זאגט ער זאל אראפגיין דערפון און גיין אויף טעראפי. אין אזא פאל דארף מען פשוט א גוטן טעראפיסט פאר OCD. ווען עס רעדט זיך אבער פון א שנה ראשונה יונגערמאן, וואס ליידט פון ענקזייעטי און דער שלום בית האלט שלעכט דארפן מיר קודם שיקן צו א שלום-בית ספעציאליסט כדי צו ראטעווען די שלום בית בעפאר עס איז שפעט, נאכדעם קען מען אנהייבן ארבעטן אויף ענקזייעטי. מען דארף אלעמאל קודם ״אפשטעלן דאס בלוטיגן״, איידער מען נעמט זיך צום עצם פראבלעם.

יעצט אז מען האט שוין קלארע אינפארמאציע פון ביידע צדדים, איז צייט צו שליסן דעם שידוך. אנדערש ווי ביי א געווענליכן שידוך האפט מען דא אז דער שידוך וועט נישט דארפן אנהאלטן לאנג און ביידע זייטן וועלן קענען פארגעסן אז זיי האבן זיך אמאל געטראפן.

"עס זענען כסדר דא מענטשן וואס בעטן אונז מיר זאלן זיי געבן א ליסטע פון דאקטוירים," טיילט ר' סענדר מיט, "זיי ווילן קענען האבן א ליסטע צו דער האנט, למשל א מנהל אין א מוסד וכדו׳. מיר קענען אבער נישט ארויסגעבן אזא ליסטע. כדי צו מאכן א שידוך מוזן מיר זיכער זיין אז עס גייט ארבעטן, עס איז אונזער אחריות."

יעדער פאציענט באקומט א פייל אין קאמפיוטער וואס דערמאנט צו מאכן די צווייטע טעלעפאון קאל. די צווייטע פאון קאל האט נאך א מעלה חוץ דעם וואס עס שטעלט צו פרישע אקוראטע אינפארמאציע איבער די טעראפיסטן, און דאס איז חיזוק פאר דעם מענטש צו גיין פאר הילף. ״עס איז זייער א שווערע זאך פאר א מענטש,״ איז ר׳ סענדר מסביר, ״מען האט מורא פון דער סטיגמע, מען טראכט איבער און מען ספק׳ט זיך יא אדער נישט, מיר רופן אן צו געבן דעם לעצטן שטופ פאר'ן מענטש אז יא, מען דארף זיך גיין העלפן."

יעדער פאציענט מיט וועם זיי האבן למעשה געארבעט האט א פייל אין קאמפיוטער כדי אויב דארף מען אמאל נאך הילף וכדומה זאל מען האבן אלע אינפארמאציע גרייט. "מיר האבן שוין היינט איבער 78,000 אזעלכע פיילס!"

 

מחיל אל חיל

ריליעף באגנוגנט זיך נישט מיט צוזאמשטעלן שידוכים צווישן פאציענטן און דאקטוירים, ״גענוג" עקזיסטירט נישט אין זייער ווערטערבוך, דאס ברענגט זיי אונטערצונעמען נאך און נאך פעולות צו העלפן די מענטשן וואס ליידן פון גייסטיגע פראבלעמען.

איינס פון די גרויסע פראבלעמען וואס מאכן זיך אין דער וועלט פון מענטל העלט איז דער פאקט אז מענטשן ווייסן זייער ווייניג וועגן די אלע זאכן. ווען עס מאכט זיך א פראבלעם און מען גייט צו רבנים דיינים און עסקנים, דארפן זיי פארשטיין דעם מצב. כדי צו לינדערן דעם פראבלעם מאכט ריליעף סעמינארן און דרשות פאר סיי ווער וואס האט נאר א כלליות'דיגע פאסטן, אין יעדע אידישע פלאץ אין דער וועלט, כדי זיי זאלן וויסן די אפטייטש וואס די זאכן מיינען, וואו צו שיקן, וויאזוי צו האנדלען.

"צווישן ראש השנה און יום כיפור העעל"ט איז פארגעקומען א סעמינאר אין קרית יואל פאר אלע ארטיגע רבנים," פארציילט ר' סענדר. "ווען מען האט גערעדט וועגן יא מאכן אדער נישט מאכן, זענען געווען פארשידענע צדדים אהער און אהין, אבער דער סאטמארער רבי שליט"א האט געקלאפט אויפ'ן טיש און געזאגט אז אזא זאך מוז פארקומען, און טאקע נאך פאר יום הקדוש. אט אזוי איז עס צושטאנד געקומען."

ר' סענדר פארציילט ווייטער, "ביי אנדערע סעמינארן ברענגט מען פראפעסיאנאלע דאקטוירים צו רעדן און מסביר זיין זייער עקספערטיז אין די נושאים, אין קרית יואל האט מען אבער געזוכט איינעם וואס רעדט אידיש, ממילא האב איך גערעדט. איך האב זייער אסאך געדעקט דארט. די רבנים זענען געווען שאקירט. וויפיל זיי האלטן מיט האבן זיי נישט גע'חלומ'ט עד היכן הדברים מגיעים.

"איך האב דארט אויסגערעכנט און מסביר געווען א מספר גדול פון דיסארדערס. איך רעד שנעל, און עס האט געדויערט א דריי פערטל שעה אריינכאפנדיג צו רעדן פון דעפרעסיע מיט אלע אירע פארמען ווי ביאלאגישע און ענווייראמענטאלע, ענקזייעטי, OCD, בייפאלער, עסן דיסארדערס, ADD, PTSD, און נאך אסאך. אויף יעדע נושא האב איך געזאגט א מעשה שהיה מיט א לייזונג. דער עולם איז געווען געפלעפט."

ריליעף מאכט סעמינארן פאר מחנכים, מלמדים, מנהלים און טיטשערס און סיי ווער עס האנדלט נאר מיט א ציבור, זיי דארפן וויסן וואס צו באמערקן.

פון דער אנדערער זייט מאכט ריליעף סעמינארן פאר גוי'שע און פרייע טעראפיסטן כדי זיי זאלן זיך מער באקענען מיט אונזער היימישן ציבור. ווען עס קומט זיי אויס צו האנדלען מיט היימישע מענטשן איז זייער וויכטיג זיי זאלן קענען אונזער סדר החיים. מען לערנט זיי אויס הלכות וואס זענען נוגע מענטל העלט, נאכדערצו ווען עס קומט צו OCD איז זייער וויכטיג זיי זאלן האבן א שטיקל השגה אין דעם. זיי דארפן וויסן אונזער שידוכים פראצעדור, און נאך אסאך זאכן וואס זענען נוגע.

ווי אויך מאכט מען סעמינארן פאר סתם דאקטוירים וואס ארבעטן פאר אונזער ציבור. לעצטנס האבן זיי געהאט א סעמינאר אין מאנהעטן פאר 40 פרויען דאקטוירים וואס דארפן וויסן וויאזוי צו האנדלען ווען מענטל העלט קומט אריין אין בילד. עס האט שוין געקאסט אסאך עגמת נפש ווען אזעלכע דאקטוירים האבן נישט געוואוסט וואו איין און וואו אויס, ווי למשל, אמאל איז געווען א שווערע קעיס און דער פרויען דאקטאר האט נישט געלאזט נעמען קיין מעדיצין, ביז ריליעף האט אריינגעברענגט א מענטל העלט דאקטאר און ערקלערט אז די סכנה פון נישט נעמען איז פילפאכיג גרעסער ווי די חששות וואס זיי האבן אויף יא צו נעמען. אז מען איז זיי מסביר די זאכן קלאר ווערט אלעס גרינגער.

ריליעף שלאפט נישט, מען זוכט אייביג צו שטייגן מער, זיך באקענען מיט נאך זאכן וואס קענען העלפן מענטשן, מען פרובירט צו זיין די מערסטע ״אפ טו דעיט״ ווען עס קומט צו מהלכים וויאזוי מען קען העלפן אידישע קינדער. די ריליעף שטאב גייט ארום צו קאנפערענצן, ביי אידישע און ביי אלגעמיינע, וואו זיי נאשן כסדר חידושים.

חוץ דעם האבן זיי אפאר מענטשן וואס פארן ארום איבער די סטעיטס אין אמעריקע זיך לערנען נייע זאכן אין פארשידענע נושאים ווי אדיקשאן, עסן דיסארדערס. און בכלל גייען זיי ארום צו מענטל העלט צענטערן.

די גאנצע שטאב איז טרענירט און איז באהאוונט אין כמעט אלע סארט זאכן וואס מאכן זיך, אבער דאך זענען פארהאן אפאר מענטשן וואס ספעציאליזירן זיך אין איין געוויסע זאך, ווי למשל צוויי פרויען טוען אלעס וואס האט מיט קינדער, איין פרוי ספעציאליזירט זיך אין עסן און פערסאנעליטי דיסארדערס, און אזוי ווייטער. אפילו ר' מנחם לעווי פון קרית יואל וואס איז א גרויסער ספעציאליסט, וועט אבער ביי געוויסע זאכן יא רופן די וואס ספעציאליזירן זיך אין יענע אספעקט.

ר' סענדר פארציילט די שטארקע כובד ראש מיט וואס ריליעף גייט צו צו א קעיס, "אמאל זענען דא גאר שווערע קעיסעס וואס פארלאנגען א שטארקע שיקול הדעת, מיר האבן פאר דעם א באורד מיט דאקטוירים פון אלע גרויסע שפיטעלער און ספעציאליסטן וכל דבר הקשה יביאון אליהם, זיי טוען עס אדורך און זאגן זייער פראפעסיאנאלע מיינונג."

 

כאפ דעם שיף!

דער הויפט דגש ווערט געלייגט אויף האנדלען געשיקט. מ'קען אמאל חלילה דערלייגן א אידיש לעבן במלוא המובן ווייל מען האט ארומגעשלעפט אפאר חדשים. אויב איינער דארף הילף איז נישטא קיין מעשיות און קיין צעגערייען.

"ביי די סעמינאר אין קרית יואל האב איך געזאגט פאר די רבנים זייער קלאר, א גוי וואס איז 16 יאר און ליידט אויף ענקזייעטי האט גענוג צייט. ער גייט נישט חתונה האבן בעפאר די 26, קינדער גייען נישט זיין בעפאר 30, די יאגעניש איז נישט אזוי גרויס. ווידעראום, א היימישער בחור וואס איז 16 יאר אלט האט 'איין יאר צייט'. אויב מאכט מען עס איז גוט, האסט אים געראטעוועט. ביי די 17 יאר איז ער שוין א מענטש צווישן מענטשן און ביי די 18 איז ער גרייט צו חתונה האבן נארמאל.

"אויב חלילה מ׳שלעפט ארום און מען הייבט אן ארבעטן ביי די 17 הייבן זיך אן פראבלעמען, דער בחור גייט אריין אין שידוכים, עס הייבט זיך אן א שאלה, יא זאגן אדער נישט זאגן, און מען האט דערלייגט דעם שפיל ח״ו. א אידיש קינד גייט פון איין זאך צום צווייטן, אונזער לעבן געט נישט קיין צייט זיך אפצורוען, מען האט קינדער כסדר. אויב כאפט מען זאכן אין צייט איז אלעס מער ווירקזאם. יעדע מינוט שפעטער מאכט זאכן מער קאמפליצירט. און עס איז א גרויסע שאד."

און דאס דארף מען חזר׳ן כסדר. איר זעט א פראבלעם? איר זענט נאר חושד א פראבלעם? רעדט זיך אדורך מיט מומחים. די טבע פון פראבלעמען איז אז זיי ווערן נישט פארשוואונדן אדער געלייזט פון זיך אליין. ווארט נישט אויף קיין כבוד. ראטעוועט!"

ריליעף'ס מאטא איז: העלף ווי פריער, ווארט נישט עס זאל ווערן א קריזיס.

 

אית דין ואית דיין

עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז ריליעף איז געווארן די כמו ״וואטש דאג״ ווען עס קומט צו מענטל העלט. ריליעף מאניטערט די אינדוסטריע און מאכט זיכער אז קיין שלעכטס ווערט נישט געטון. דאס האט א שטארקע קשר מיט דעם פאקט אז ריליעף נעמט נישט קיין געלט פון די טעראפיסטן, זיי באקומען די קאסטומערס אומזיסט, און ווי ר׳ סענדר זאגט ״כי השוחד יעוור עיני חכמים, מיר וועלן קיינמאל נישט נעמען קיין געלט פון א דאקטאר צו וועם מיר שיקן."

יעדער טעראפיסט וואס באקומט קאסטומערס פון ריליעף ווייסט קלאר ביי זיך אז ער דארף אנקומען צו זיי, ער קען פאר זיי נישט חוטא זיין ווייל זיי וועלן אים אויפהערן צו שיקן פאציענטן. זיי ווייסן אויך אז ריליעף רופט יעדע פאציענט פאר א ״ריוויו״ און זיי מוזן "ביהעיוון".

א פרייער טעראפיסט וועט זיך נישט וואגן צו זאגן פאר א פאציענט עפעס וואס איז אין קאנטראסט מיט תורה ומצוות, דער טעראפיסט ווייסט אז אלעס קומט צוריק צו ריליעף און עס וועט זיך נישט גוט אויסלאזן. אפילו קוקן אן אימעיל אינמיטן א סעסיע מיט א ״ריליעף פאציענט״ איז א זאך וואס זיי גייען נישט טון וויסנדיג אז די לאנגע האנט פון ריליעף וועט זיי דערגרייכן.

ווען א גוי׳שער דאקטאר האט א שאלה וואס איז נוגע אידישקייט אדער הלכה וועט ער אנרופן ריליעף פרעגן וואס ער מעג אדער טאר נישט זאגן פאר'ן פאציענט. ריליעף מוז טיילמאל אריינברענגען א דעת תורה אין די קעיס.

 

לייסענס, לייסענס, לייסענס

ריליעף שיקט נאר צו טעראפיסטן וואס האבן לייסענס. אויף אונזער פראגע פארוואס, זאגט ר׳ סענדר: ״איר דארפט פארשטיין איין זאך זייער קלאר, מענטשן זענען נישט קיין שפילעריי. לעבנס זענען כלל נישט קיין וויצן, אונזער אחריות איז זייער זייער גרויס. ווען מיר שיקן א מענטש צו טעראפי דארפן מיר זייער קלאר וויסן און ארויסהאבן די פעאיגקייטן פונעם טעראפיסט. און דאס איז נאר מעגליך ווען דער טעראפיסט האט לייסענס."

א לייסענסד טעראפיסט איז אדורכגעגאנגען דריי יאר טרענירונג, צוויי יאר סופערוויזשאן. אויב קען ער אפאר מהלכים האט ער אויף יעדע מהלך געלערנט יארן. ער האט אינוועסטירט צייט, כח און געלט. דאס אליין זאגט אז דער מענטש איז ערנסט דערביי, ער האלט ביים העלפן מענטשן.

פון דער צווייטער זייט, א טעראפיסט אן לייסענס, עס קען זיין אז ער איז גוט, מעגליך אז ער פאקט איין אלע לייסענסד טעראפיסטן, אבער א לייסענסד טעראפיסט קען מען נאכגיין, מען דארף דאך זיכער מאכן אז דער מענטש פארשטייט וואס ער טוט. דער לייסענסד טעראפיסט האט ערגעץ געלערנט, מען קען זיך דארט נאכפרעגן, ער האט געהאט א סופערווייזער וואס מ'קען אים, מ'קען אים אויספרעגן. לייסענסד טעראפיסטן קומען זיך כסדר צוזאמען, מ'קען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע טעראפיסטן איבער אים. עולם הלייסענס איז א וועלט פאר זיך.

א נישט לייסענסד טעראפיסט איז א מענטש אליין, "סעלף עמפלויעד", האט נישט קיין מענטש וועם מען קען געטרויען צו פרעגן צי ער איז גוט אדער נישט, עס איז באמת נישטא קיין וועג צו וויסן. עס איז א בחינה פון עיוור הממשמש באפילה. "עס איז טאקע זייער ווייטאגליך, עס קען זיין א שווערע פיל אראפצושלונגען פאר א גוטע נישט לייסענסד טעראפיסט, אבער פארפאלן, די מענטשן פאר וועם מיר נעמען אחריות קומען פריער.

"און בכלל," איז ער מוסיף, "א טעראפיסט מוז האבן שימוש פון איינעם וואס האט שוין ערפארונג. ווער האט געגעבען שימוש פאר דעם אנלייסענסד טעראפיסט? עס קען זיין אז ער איז גוט, אבער שימוש פון א מענטש וועם מיר קענען טראסטן האט ער נישט געהאט. א מענטש וואס קען גאנץ יורה דעה אדער אפילו ד׳ חלקי שו״ע איז נאכנישט קיין דיין, אן שימוש קען ער זיין דער גרעסטער תלמיד חכם, אלעס ביז פסק׳נען שאלות.

"נאכאמאל, עס איז מסתמא דא אן אויסוואל פון גוטע נישט-לייסענסד טעראפיסטן, למעשה אבער, איך האב נישט קיין וועג זיכער צו מאכן אז עס איז טאקע אזוי. און וועגן דעם האבן מיר געמאכט א גדר אז מיר שיקן נישט צו קיין טעראפיסט וואס פארמאגט נישט קיין לייסענס."

און דא קומט ר' סענדר צו נאך א נושא, "דער איינציגסטער וועג וויאזוי מיר מאכן מסקנות איז געבויעט אויף שטודיעס. נומערן פארפירן נישט. נומערן זענען נישט בויגזאם. אויב איז דא א נייע מעטאד וואס מיר האבן נישט קיין שטודיע צו ווייזן אז עס איז גוט קענען מיר עס נישט נוצן. פארפאלן. למשל, היפנאזיע טעראפיסטן זענען ברוגז פארוואס מיר שיקן נישט צו זיי קיין OCD ליידנדע, וואס זאלן מיר אבער טון אז שטודיעס ווייזן נישט קיין גוטע רעזולטאטן צו העלפן OCD דורך היפנאזיע? טענה׳ט יענער אז די אלע ווייסן נישט וויאזוי עס צו מאכן 'ריכטיג'. קען זיין, איך האב אבער נישט קיין וועג וויאזוי דאס אנצונעמען אלס פאקט. מיר ארבעטן אך ורק, בלויז מיט מיטלען וואס זענען איבערגעוויזן געווארן צו ווירקן ('עווידענס בעיסד')."

 

עפילאג

עס האלט שוין ביי נעילה, ר' סענדר יאגט זיך שוין ארויס, אבער בבחינת פתח לנו שער בעת נעילת שער כאפן מיר אריין נאך א וויכטיגע שאלה, "איז דא א פארלאנג פאר היימישע אידן זיך צו לערנען דעם פאך און ווערן טעראפיסטן? אויב קומט זיך א היימישער אינגערמאן דורכרעדן מיט אייך, וואלט איר געראטן זיך אריינצולייגן אין דעם פעלד?"

ר' סענדר ענטפערט קורץ און שארף, "היימישע אדער חסיד'ישע? עס איז דא גאנץ א שיינע אויסוואל פון היימישע טעראפיסטן, כאטש מיר קענען אייביג נוצן נאך, אויב זענען זיי גוט. חסיד'ישע, איז דא ווייניג. עס איז זיכער דא א פארלאנג פאר נאך. אויב א חסיד'ישער יונגערמאן וויל זיך אריינלייגן אין דעם וואלט איך אים זיכער מחזק געווען, אבער! נישטא קיין שארט-קאטס, מען דארף זיך געהעריג לערנען, מען דארף סופערוויזשאן און טרענירונג.

״מיר זעען צו ארבעטן מיט אנדערע ארגאניזאציעס,״ ענדיגט ר׳ סענדר צו דעם אינפארמאטיוון שמועס, ״אויב קענען זיי העלפן אידן דאן פארוואס נישט. צוזאמען ארבעט זיך בעסער. מאכט זיך אמאל א זאך וואס אן אנדערע ארגאניזאציע ספעציאליזירט זיך דערין, ארבעטן מיר מיט זיי. נישטא קיין קאנקורענץ ווען עס קומט צו העלפן אידישע נשמות."

 

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!