אריגינעל ערשינען אין נפשי #2 דורך בן מנחם.

 

 

'אמר אביי!' דער קול שניידט שטיקער, עס שפאלט הימלען. 'לויט דעם ערשטן תירוץ פון תוספות… מה שאין כן אויב גייט מען ווי דעם צווייטן וועג איז דאך א צווייטע מעשה אינגאנצן.'

עס איז אנהייב זמן, אין גם אחד, קיינער שמועסט נישט ארום. די קאווע צימער איז לער, קופקעס זענען א פארגאנגענהייט. נישטא דער בחור וואס בטל'ט היינט די צייט, און יעדער פארשטייט עס פשוט: עס איז דאך אנהייב זמן.

מאיר, קוים וואס ער פארשטייט א שורה גמרא, ער האט נעבעך קיינמאל נישט ריכטיג אויפגעכאפט קיין עברי, כהיום קען ער שוין עברי אבער פון דארט ביז פארשטיין וואס די גמרא וויל מיט די קשיא איז פאלג מיך א גאנג. היינט לערנט ער, עס איז דאך אנהייב זמן.

אנשיל, אדער ווי זיינע חברים רופן אים בלשון חיבה, אנשי, א נידריגער בחור'ל, נארוואס אריין אין ישיבה קטנה, זיינע שארפע אויגן דרייען זיך ארום די לעכער, ער האט קיינמאל נישט מצליח געווען אין חדר, אייביג געטראפן אנדערע מהלכים וויאזוי ארויסצונעמען זיינע מלמדים פון די כלים. אבער היינט לערנט ער, עס איז דאך אנהייב זמן.

ברוך, דער נרדף אין קלאס, נאר דער באשעפער ווייסט פארוואס מען האט זיך אין אים אנגעקלעבט, קיינמאל נישט באזונדער מצליח געווען מיט קיין חברים, אייביג געהאט מיספארשטענדענישן, פונקט ביי זיין פלאץ האט זיך די קאווע אייביג געדארפט איבערדרייען. זיין מצב האט אים נישט צופיל געהאלפן פארשטיין די גמרא. אבער ווי אינטערעסאנט, ער זיצט היינט ביי די גמרא ווי א תלמיד חכם פון פריערדיגן דור. און קיינער איז נישט אנטציקט, עס איז אנהייב זמן.

קיינער איז נישט אנטציקט? עס זיצן דא בחורים, צעשאסן פון דורכפעלער, צעבראכן ביז די טיפענישן פון זייער נשמה, יאוש געפילן זענען ביי זיי אפטע געסט. פארלאשענע אויגן זענען זייערע באגלייטער, אבער היינט שיינען זיי, היינט איז אנהייב זמן.

שאול יצחק, דער צעווילדעוועטער בחור. מיט אים, ווייסט יעדער, הייבט מען זיך נישט אן. וואו מען קען נאר אנזייען כאאס איז ער א בעלן, עס קוקט אויס ווי דער בחור איז א געבוירענע צרה-לייט, "פון אים וועט שוין גארנישט ווערן" הערט מען קאמענטארן פון זיינע באקאנטע. אבער היינט לערנט ער.

"והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו" שרייט יענקי פון די טיפענישן פון זיין נשמה ביי ברכת התורה ר"ח צופרי בעפאר'ן גיין אין ישיבה אריין נאך א לאנגן בין הזמנים. פון אונטערן-באוואוסטזיין זאגט ער צום רבוש"ע, טאטי, איך ווייס איך האב קיין אידיש ספר נישט געעפנט אין לעצטן חודש. איך ווייס, מיין דאווענען דארף א גרויסן תיקון. אוי טאטי, איך דארף ווען אפטער טראכטן פון דיר. אבער טאטי, איך בעט דיר ברחמים, והערב נא, מאך ביטע זיס, את דברי תורתך, די ווערטער פון דיין תורה, בפינו, אין אונזער מויל.

 

ער האלט נישט ביי גארנישט?

"העלא, יא, איך וואלט געוואלט הערן אינפארמאציע אויף דעם בחור 'דער ווילדער שאול יצחק', איר קענט אים?"

"א פראגע צי איך קען אים? ווער קען אים נישט? בעסער אז מ'רעדט נישט…"

"איך וואלט יא געקענט באשטיין צו הערן מער, ער האט זיך איינגעשריבן ביי אונז אויף קומענדיגן זמן, איך ווייס אז ער איז נישט דער בעסטער בחור אין ישיבה, אבער געב מיר ביטע א בערכ'דיגן בילד פון זיין הלוך ילך."

"אויב איר ווילט דוקא הערן, אין איין ווארט, א ליידיגגייער, האלט נישט ביי גארנישט, שטופט דעם טאג מיט שטותים והבלים, ער האט נישט קיין שום עתיד."

"ער האלט נישט ביי גארנישט?! ווי קענט איר אזא זאך זאגן? ווען עס איז דער ערשטער טאג פון זמן, זיצט שאול יצחק ביי די גמרא ווי א זקן ורגיל און האקט אריין א תוספות נאך א תוספות! פארוואס? מה היום מיומיים?"

"נעעע… דארפסט פארשטיין, ווען עס איז דער ערשטער טאג פון זמן איז דער מצב נאך ווארעם… געב אים אפאר טעג און ער וועט זיין דער אלטער שאול יצחק, פון די ביכער. איך רעד פון עקספיריענס."

"ריכטיג, אבער פארוואס אין דער וועלט לערנט ער דעם ערשטן טאג? ער האלט דאך נישט ביי גארנישט? זאג, ער פלאנט צו אפרייזן קיין אנטארקטיקע?"

"וואס פאלט אייך ביי אזא זאך?"

"אקעי, אבער דעם ערשטן טאג פון זמן וועט ער פארן, יא?"

"וואס אין דער וועלט זוכט ער אין אנטארקטיקע?"

"דער בחור האלט לויט אייך נישט ביי גארנישט, שאול יצחק איז אינטערעסירט אין תורה פונקט ווי ער איז אינטערעסירט אין אנטארקטיקע. שטימט? אויב אזוי, פארוואס אין דער וועלט לערנט ער היינט? אויב אין דעם ערשטן טאג פון זמן טוט ער זאכן וואס ער וויל נישט עכט דאן פארוואס כאפט ער זיך נישט ארויס פאר א באזוך קיין אנטארקטיקע אין ערשטן טאג פון זמן?"

 

טאטי, איך וויל אזוי שטארק!

דער ערשטער טאג פון זמן איז אן ערשיינונג וואס פארלאנגט התבוננות. יעדער וואס האט נאר אמאל באזוכט אין א ישיבה פרעגט זיך די פראגע. וואס טראכטן זיי? געדענקט מען דען נישט אז בלויז א האלב יאר צוריק איז מען דורכגעגאנגען דעם זעלבן דורכגאנג? געדענקט מען דען נישט אז די התעוררות האלט געווענליך אן ווי פון תענית אסתר ביז פורים? וואס שטופט זיי?

דער ענטפער איז זייער פשוט. דער ערשטער טאג פון זמן קומט אראפלייגן א יסוד מוסד, א פאקט, א מציאות, עפעס וואס איז נישט אזוי נראה לעיניים, אבער אנהייב זמן שטארט עס ארויס, עס שרייט אזש מען קען עס נישט באהאלטן. א בלינדער קען שפירן דעם געדאנק אין די אנהייב-זמן לופט.

ווען דער בחור זעצט זיך איבער דער גמרא אנהייב זמן מיט א פרישקייט ווייזט ער פאר זיינע עלטערן און מחנכים אז ער וויל! דאס וואס ער לערנט נישט א גאנץ יאר ווי מען פארלאנגט פון אים, איז נישט ווייל ער וויל נישט! דער רצון איז דא. ער גארט, לעכצט, האפט און קוקט ארויס אויף הצלחה בין כותלי הישיבה, זיין רצון איז אזוי שטארק אז עס מאכט אים פארגעסן דעם דורכפאל פון פאריגן זמן, ער געדענקט נישט אז דער זמן אנטהאלט איז זיך א צווייטן טאג אויך. היינט לערנט ער!

דער בחור שרייט אין יענעם טאג: טאטי, מאמי, מנהל, מגיד שיעור, זייט אלע וויסן אז איך בין נישט שלעכט! איך בין אינטערעסירט! איך גיי אויס, מיין השתוקקות ברענט, איך וויל אזוי שטארק מצליח זיין. קוק אן, איך ווייס שוין אז דער ערשטער טאג פון זמן געדויערט 24 שטונדן, דאך שטופ איך אוועק די ידיעה מיט א האפענונג אז דאסמאל וועט די שאור שבעיסה מאכן אן אנדערער בחירה.

די בחורים זיצן ביי די הוויות דאביי ורבא, אבער זייער וועזנהייט ווארפט שארפע מעסעדזשעס, עס ווארנט, עס קלערט אויף, עס איז מחדש. די בחורים כאפן זיך ארויף אויף דעם אנהייב ווי דערטראנקענע אין שטרוי, דער ווילדער שאול יצחק האלט יא ביי עפעס, ער וויל יא! ער איז זיך היינט מתגבר, און ער ערווארט הילף אויף ווייטער.

ווען מחנכים כאפן אויף די נקודה, מען אנערקענט די רצון וואס ברענט, די נשמות וואס שיינען, דאס הארץ וואס לעכצט, דאן גייט מען צו צום בחור מיט א צווייטן בליק אינגאנצן. ער איז מער נישט דער שלעכטער בחור, ער איז מער נישט "שוואך", ער איז שטארק און גוט, וואויל און פלייסיג, נאר וואס דען, ער איז נישט מצליח! עס איז דא עפעס אין אים וואס שטערט אים פון מצליח זיין.

אמאל איז עס א יאוש געפיל וואס מאכט אים שפירן אז ער איז שוין סייווי דערנאך, נאך אזויפיל דורכפעלער, און דאס האלט אים אפ פון אנהאלטן די אנהייב-זמנ'דיגע לופט אויף ווייטער. אזא בחור איז א רחמנות, עולם חשך בעדו, ער גייט אדורך א משבר, א דעפרעסיע. ווען מען פארשטייט אים, מען אנערקענט אז זיין רצון איז נאך דא, גייט מען צו צו אים מיט אן אויסגעשטרעקטן האנט, מען שלאגט אים פאר הילף, מען מאכט אים שפירן גוט, און מען איז אים מחזק יא צו פרובירן נאכאמאל מיט קליינע טריט, וממדריגה למדריגה תעלינו.

אן אנדערער בחור האט א טבע וואס לאזט אים נישט זיצן אויף איין פלאץ צו לאנג, "הייפעראקטיוויטי". א דריטער קען זיך נישט קאנצענטרירן. ווידער איז דא איינער וואס האט שוועריגקייטן אין שטוב. אמאל האט א בחור א דורכגאנג, אמאל ליידט ער פון חברים. בחורים זענען צעבראכן פון זייער אי-הצלחה, זייער רצון ברענט אבער ווייטער. מען דארף דאס אנערקענען און ליבערשט צילן צו העלפן זייערע פראבלעמען ווי איידער נעמען שריט ווייל "ער האלט נישט ביי גארנישט".

ווען א מענטש צעברעכט זיך די פיס באנדאזשירט מען נישט די הענט, מען טרעפט דעם וואונד און דארט היילט מען. ווען א בחור לערנט נישט באנדאזשירט מען נישט זיין רצון, ווארום זיין רצון איז גאנץ, עס שיינט. מען באנדאזשירט די פראבלעם וואס האלט אים אפ פון טון ווי זיין רצון דיקטירט אים צו טון.

אנשטאט קאטעגאריזירן בחורים אין פארשידענע מדריגות לאמיר זיי אלע צוזאמנעמען אונטער איין קליינטשיגן בארג סיני. די תורה איז געגעבן געווארן אונטער איין חופה, פאר יעדן צוזאמען, און עס איז דא א שטריך וואס פארבינדט זיי. רצון! רצונינו לראות את מלכינו, רצונינו לעשות רצוניך. מיר ווילן לערנען, מיר ווילן שטייגן. טייל זענען מצליח, אנדערע ליידער נישט אזוי שטארק, אבער "יעדער" וויל, יעדער שטייט אונטער דעם רצון בארג.

ווען מען קוקט אן די נשמות מיט אזא בליק, מען ברעכט אראפ די הארטע שאלעכץ וואס מען זעט פונדרויסן, אנערקענט מען א הייפעלע, ליבליכע, צעבראכענע נשמה. זי איז אויסגעדינט, אויסגעלייטערט, פון אזויפיל פרובירן, פון אזויפיל דורכגעפאלענע האפענונגען.

און דאס לערנט אונז דער ערשטער טאג אין זמן. אנהייב זמן איז א צייט ווען מען טראכט זיך איבער, מען טוישט די אלטע מסקנות, מען איז מחדש דעם בליק, דער קוק-ווינקל בייט זיך. אנהייב זמן איז מחדש א נייע דערהער, א קאנצעפט וואס מיר פארגעסן אפט מקוצר רוח ועבודה קשה. דער ערשטער טאג אין זמן ווייזט אויף די טיפע באהאלטענע רצון וואס יעדער איינציגסטער בעל בחירה פארמאגט אין הארץ. און אז דאס ווערט אנערקענט טוישט זיך דער צוגאנג אויטאמאטיש.

ניין, ער איז נישט שלעכט. ניין, ער איז נישט פעלערהאפטיג. ער איז א געזונטער בעל בחירה וואס לעכצט בוחר צו זיין בטוב, אבער ווי יעדע גוטע זאך קומט עס אסאך מאל אן שווער. אנשטאט באטראכטן זיינע דורכפעלער ווי שלעכטיגקייט, טוישט מען דעם בליק. אנהייב זמן כאפט מען אז דאס נישט לערנען דורכאויסן זמן איז א דורכפאל פון א געזונטן מענטש, דער צוגאנג איז אים צו דערמינטערן פון די נפילה און מחזק זיין דעם רצון וואס טליעט ביי אים אין הארץ, ער זאל נאכאמאל פרובירן.

"גוטע" און "שוואכע" ביזנעסלייט?

אהרן און שמעון זענען ביידע עוסק אין ביזנעס, אייגנטליך זיי פירן ביידע די זעלבע סארט ביזנעס. און נישט נאר דאס, זיי זענען גאר ארייינגעקומען אין דער אינדוסטריע אינעם זעלבן טאג, צוזאמען.

ווען אהרן האט אפגעמאכט אז ריעל עסטעיט איז דער פלאץ וואו ער וועט שיינען האט ער אנגעהויבן זיך נאכפרעגן אויף א גוטן דיעל. ער האט בס"ד געטראפן עפעס צו דער זאך, אפגעקויפט אן אלטן בנין, מיט'ן פלאן אראפצואווארפן די געביידע און ארויפציען אויף איר פלאץ א וואלקנקראצער. מיט שמעון, איז די מעשה נישט געווען צופיל אנדערש. ער האט אויך געטראפן גענוי דאס, א בנין וואס ער וועט אומווארפן און בויען במקומה א וואלקנקראצער. ביידע פלענער שטימען.

ביידע האבן גלייך אנגעהויבן טון צו דער זאך, זה סותר וזה סותר, זיי האבן שוין פלאך געמאכט די ערד אויף זייערע קרקעות, יעצט איז צייט אנצוהייבן גראבן און בויען. אבער דא האבן זיך זייערע וועגן צעטיילט.

אהרן האט אנגעהויבן בויען און א יאר דערויף האט ער פארקויפט די נייע דירות פאר טייער געלט עובר לסוחר. זיין נאמען אלס עושר האט געטראגן פליגלען, און פארשטייט זיך אז ער האט זיך נישט אפגעשטעלט דא. מיט די געלט וואס ער האט געמאכט אין דעם פראיעקט האט ער אפגעקויפט א פרישן בנין, און פון דארט ווייטער, זיין ביזנעס האט געבליעט.

פון דער אנדערער זייט שטייט נאך שמעון היינט מיט דעם ליידיגן פעלד. ער קען נישט בויען דארט נאך א רייע פראבלעמען וואס מען האט דארט געטראפן, די שטאט האט פארבאטן דאס בויען דארט. דער פלאץ אין וואס ער האט משקיע געווען זיין גאנצע האב און גוטס שטייט יעצט ליידיג, קיינער וויל עס נישט פון אים קויפן.

אהרן איז א "גוטער" ביזנעסמאן און שמעון איז א "שוואכער" ביזנעסמאן, ניין? ניין! ביידע זענען די זעלבע געריבענע ביזנעסלייט, נאר פאר אהרן האט דאס מזל געשפילט, ווידער שמעון האט זיך באגעגנט מיט'ן שלימזל פנים אל פנים אומצאליגע מאל.

אין ישיבה איז דא דער "אהרן בחור" און עס איז אויך דא דער "שמעון בחור". ביידע ווילן מצליח זיין, ביידע זענען משקיע זייערע כוחות אין לערנען און שטייגן. שמעון דער ביזנעסמאן וויל דען נישט מצליח זיין? ער פרובירט! זיין גאנצע געלט ליגט דאך דא. נאר וואס דען? עס גייט אים נישט. דאס זעלבע איז מיט דעם "שמעון בחור".

ווען דער שוואכער בחור האלט נישט ביים לערנען מיינט דאס נישט אז ער האט נישט קיין רצון צו לערנען, עס מיינט אז ער זעט נעבעך נישט קיין וועג וויאזוי צו מצליח זיין. שמעון דער ביזנעסמאן האט מער נישט קיין געלט צו אינוועסטירן ווייטער, זיינע ביזנעס שאיפות זענען באגראבן אינעם ליידיגן פעלד. דער בחור וואס פאלגט נישט און זיצט נישט איין זעט פשוט נישט קיין וועג וויאזוי מצליח צו זיין מיט פאלגן. ער זעט פאר זיך א ליידיג פעלד.

אנשטאט אוועקשטעלן שלעכטע בחורים און גוטע בחורים, שוואכע און שטארקע, דארף מען אריינקוקן אין די טיפענישן פון זייער הארץ, אויפשיילן די גרויסע שיכטן מיט נוס שאלעכץ וואס זענען דארט געוואקסן בהמשך הימים, מען דארף דארט טרעפן די טיפע אינערליכע רצון, די רצון וואס מאכט אים לערנען דעם ערשטן טאג אין זמן; דו וועסט געפינען דארט אן אוצר, א נשמה.

אפטמאל מאכט זיך בחורים וואס האבן ב"ה גוטע כשרונות, אבער עמאציאנעלע פראבלעמען פון זייער עבר אדער הוה שטערן זיי פון שטייגן, אנשטאט אפמאכן אז ער איז שלעכט אנערקען ליבערשט זיין טיפן רצון, דעק אויף זיינע אינערליכע מלחמות, און העלף אים אויף ווייטער.

 

אבער ער וויל דאך נישט…

ווי עלטער דער בחור ווערט אלץ אפטער טרעפט מען אמאל בחורים וואס זאגן עס מיט'ן גאנצן שטאלץ. ״איך האלט נישט ביים לערנען״, ״לערנען איז נישט געמאכט פאר יעדן, איך קען באשטיין צו גיין ארבעטן״. אמאל זאגט ער עס ארויס, אמאל זאגט עס זיין התנהגות, און אמאל שרייט דאס זיין פנים.

עס מאכט זיך אפילו אין עקסטרעמע פעלער וואס דער בחור הייבט בכלל נישט אן. דער ערשטער טאג פון זמן מיינט נישט אים. אזש אס קען זיך דאכטן אז ער וויל טאקע נישט. אבער איז דאס דען ריכטיג?

אין ישיבה קטנה איז ער געקומען זמן נאך זמן מיט א פעסטע החלטה אז דעם זמן גיי איך מיך נישט לאזן! למעשה גייט אדורך א טאג צוויי והכל על מקומו יבא בשלום, ער פאלט נאכאמאל צוריק מאיזה סיבה שיהי'. יעדעס מאל דער בחור האט געהאט אזא דורפאל איז ער געווארן ביי זיך מער איבערצייגט אז ער איז נישט גערעכט געווען, איך קען עכט נישט. און אויב קען איך נישט דעמאלט פארוואס פרובירן? איז דען א וואונדער פארוואס שפעטער מאכט ער זיך שוין ליידער באקוועם אין זיין מצב אזש עס קוקט אויס ווי דער רצון איז שוין אויך נישטא?!

דער טבע פון א מענטש איז אז ער פרובירט צו מינימיזירן זיין דורכפאל סטאטוס פאר יעדן פרייז. מען קען אפט הערן פון מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן מיט א געוויסן האנדל אז "דאס איז א נארישע ביזנעס". איינער איז דורכגעפאלן מיט עמעזאן, פון היינט און ווייטער איז פארקויפן אנליין אן אילוזיע וואס ברענגט נישט קיין געלט, "איך קום שוין פון דארט" זאגט ער פאר זיינע באקאנטע וואס פרעגן אים יא אדער נישט וואס צו טון.

אנשטאט בלייבן דורכגעפאלן גייט דער מענטש ווייטער מיט דעם וועג וויאזוי ער האפט אז ער וועט נישט דורכפאלן, און ער לאזט דעם דורכגעפאלענעם מצב הינטער זיך מיט א כלומר'שטע שטאלץ, ער האט זיך אפגעזעגנט פון די דורכפעלער.

אין אונזער פאל, דער בחור וואס איז דורכגעפאלן אין ישיבה איינמאל און נאכאמאל באקומט הארטע הויט. ער באטראכט שוין היינט "ישיבה" און "לימוד התורה" ווי פלעצער וואס מען פאלט דארטן דורך. ער איז נעבעך געבליבן מיט א שלעכטן נאך-טעם.

רצון איז אייביג דא, די שאלה איז נאר וויפיל עס איז פארדעקט. נארמאל שפריצט עס נאך ארויס אנהייב זמן, אמאל ליידער נישט.

 

רצונינו לראות את מלכינו!

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אפילו די אידן וואס זענען זיך מקיל מיט עסן פת עכו"ם דורכאויס דעם יאר זאלן אין די טעג פון עשרת ימי תשובה יא נזהר זיין, א הלכה וואס קען אויבנאויף אויסקוקן אומפארשטענדליך. אבער עס איז זייער פארשטענדליך, ווי צדיקים האבן שוין מסביר געווען, אין עשרת ימי תשובה ווייזט מען פאר'ן טאטן אין הימל, רבונו של עולם, עכט וויל איך נזהר זיין! איך וויל זיין ערליך, איך וויל טון דאס בעסטע וואס איז שייך. ליידער וואוינען מיר צווישן גויים, עס איז שווער מחמיר צו זיין אויף פת ישראל, אבער דאס איז נאך ביי מיר נישט קיין לכתחילה. דאס איז נישט מיין אמת'ן רצון.

ווען דער בחור קומט אנהייב זמן מיט א פעסטקייט שרייט זיך ארויס צום רבוש"ע, קוק אהער ווי שטארק איך וויל מצליח זיין אין לערנען, קוק ווי איך שטרענג זיך אן אפילו נאך אזויפיל דורכפעלער. דער אנהייב זמן אוויר מאכט זיכער א רושם אין הימל, עס קלארט אויס דעם שטארקן רצון וואס הערשט ביי אונז אלע בפנימיות הלב. א גאנץ יאר קען עס זיין באהאלטן, אנהייב זמן שטארט עס ארויס, עס פינקלט, עס לייכט אויף הימלען.

טאטעניו, קוק און זע ווי דיינע קינדער בענקען, לעכצן, און וויינען אינערליך אויף זייער חורבן בית המקדש. זע ווי זיי פרובירן, איינמאל, נאכאמאל, מען דראפעט זיך, מען שטייגט, און מען פאלט, און מען צעקלאפט זיך, און מען פרובירט נאכאמאל.

שאור שבעיסה מעכב, אבער ער וויל, ער וויל אזוי שטארק. ער האלט דערביי, ער איז גרייט, ער ארבעט, אבער ער פאלט נעבעך דורך.

אבער טאטע, מיר ווייסן א כלל, "אין דבר העומד בפני הרצון", דער ערשטער טאג פון זמן איז דער גרעסטער באווייז אויף די טיפע, אריינגעבויטע, אינערליכע רצון, וואס טליעט אין יעדן אשר בשם ישראל יכונה. זיי ווילן זיך מקשר זיין צו דיר, זיי ווילן דיך דינען מיט א שלימות. בעטן מיר דיך, פארלאז זיי נישט, העלף זיי, זיי זאלן דיך קענען דינען.

אונזער ארבעט איז צו טוישן דעם בליק וואס מיר האבן אויף בחורים וואס זענען נישט מצליח. מיר דארפן פארשטיין זייער הארץ, געדענקען דעם רצון, און וויסן אז ער איז נישט שלעכט. מיט אזא געדאנקענגאנג וועלן זיי שפירן אז מען פארשטייט זיי און זיי וועלן נישט זיין אזוי צעקלאפט.

און אויף די עלטערן און מחנכים ליגט א פליכט אויפצודעקן זייער אינערליכן רצון, דערגיין וועלכע פראבלעם עס האלט זיי אפ פון אויספירן זייער טיפן אינערליכן ווילן, און ווי איידער באטראכטן די פראבלעמען אלס שלעכטיגקייט זיי אנקוקן מיט פאזיטיוו בליקן און אזוי זיי העלפן שטייגן. בע"ה וועלן זייערע נשמות אויפשיינען.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!