א גרינטליכע אפהאנדלונג איבער קינדער מיט ADD, וואס גענוי איז זייער נאטור און וואס טרייבט זיי, און בעיקר, וויאזוי עס איז דער ריכטיגער אופן צו האנדלען אז זיי זאלן זיך קענען קאנטראלירן און זאלן אויפבליען מיט זייערע אייגנארטיגע נאטורן – אריגינעל ערשינען אין נפשי #2 דורך יקיר שלום

 

מענדי, אן אכט יעריג קינד, קומט אהיים פון חדר און באמערקט אראנדזש דזשוס אויפ'ן טיש. דער רייצנדער קאליר שפרינגט אים פאר די אויגן, און עס פאלט אים איין א געניאלער געדאנק. 'אפשר קען מען מאכן אייסעס דערפון?' טראכט ער צו זיך, 'לאמיר פרעגן מאמי'ן. כ'האף זי וועט מיר לאזן.'

מענדי האט געפרעגט און די מאמע האט גערן געגעבן רשות. מענדעלע לויפט גלייך צוריק אין קיך, ער קוקט זיך ארום און ער כאפט זיך אז צו מאכן אייסעס דארף מען האבן שטעקעלעך. ער לויפט שנעל צוריק צו דער מאמען און פרעגט האסטיג: "מאמי, אונז האב מיר 'פאפ-סטיקס'? וואו ליגן די 'פאפ-סטיקס'?"

"העכער די האנטוכער," קומט דער אנטווארט.

"ש'כח, מאמי!" רופט אויס מענדי, צוריקקערנדיג זיך צו זיין פראיעקט. ער לייגט ארויף א פלעסטיק אויפ'ן טיש אז די טישטוך זאל נישט ווערן אנגעטראפט, גרייט אן די פלאסטישע אייסעס האלטער, לייגט אריין די שטעקעלעך, און הייבט אן גיסן פאמעליך ביז אלע גלעזלעך אין דעם האלטער פילן זיך אן.

מענדי'ס רואיגע נאטור געט אים די מעגליכקייט צו טראכטן איידער ער טוט עפעס. ער געדענקט אז:

  1. איידער מען מאכט אייסעס דארף מען פרעגן רשות פון דער מאמען.
  2. ווען מען וויל מאכן אייסעס נעמט מען זיך נישט גלייך גיסן אראנדזש דזשוס, נאר מען דארף קודם צוגרייטן די צוגעהערן.
  3. נאכדעם וואס די שטעקלעך אין דעם אייסעס האלטער זענען גרייט, גיסט מען אריין שטייטליך און רואיג, אנפילנדיג יעדן גלעזל 'כמעט' ביז אויבן.

מענדי'ס ברודער, חיימ'ל, איז בלויז איין יאר יונגער פון אים, אבער דער קאנטראסט צווישן די צוויי איז הימל און ערד.

חיימ'ל איז דוקא א קלוג און פארשטענדליך קינד, אבער עס ברענט א פייערל אין אים.

חיימ'ל קומט אהיים, און צו זיין איבערראשונג דערזעט ער אז עס איז דא א פלאש אראנדזש דזשוס אויפ'ן טיש. אינסטינקטיוו, נאך מיט'ן מאנטל אנגעטון כאפט ער זיך ארויף דערויף מיט א גראנדיעזער איינפאל. "אה! מ'קען מאכן אייסעס!" רופט ער אויס אין עקסטאז.

נישט טראכטנדיג צוויי מאל געט ער א כאפ דעם ערשטן אייסעס האלטער וואס ער זעט פאר די אויגן, ער הייבט אויף דאס פלעשל אראנדזש דזשוס און גיסט אריין די גאנצע פליסיגקייט אויפאמאל. עס רינט פון אלע זייטן און די קלעבעדיגע מאראנצן זאפט גיסט זיך ווייטער, ער איז אבער פ-א-ר-ט-י-פ-ט און באמערקט נישט אז ער ארבעט דא אויף די שוין ארויפגעלייגטע שבת'דיגע טישטוך. און ס'רינט לעבעדיג פון אלע זייטן, באצירנדיג דעם געוועזענעם ציכטיג ווייסן טישטוך מיט גרויסע אראנזשע פלעקן. פון דארט רינט עס ווייטער אויף די קוים געוואשענע פלאר, ביז ער כאפט זיך אז עס שוין צייט אפצושטעלן דאס געגיסעכץ.

חיימ'ל רייבט זיך די הענט פאר שמחה. 'געוואלדיג!' זאגט ער צו זיך, זעענדיג דעם איבערגעפילטן אייסעס האלטער, ווען אין זיין פאנטאזיע זעט ער זיך שוין לעקן זיין אייגן-געמאכטע פארפרוירענע אייסעס אונטער דעם הייסן זון. אבער נאכדעם כאפט ער זיך אז עפעס פעלט נאך – מען דארף אויך האבן שטעקעלעך מיט וועלכן צו האלטן דעם אייסעס. אוי! מ'דארף האבן שטעקעלעך! כ'האף ס'דא!

חיימ'ל שפרינגט אראפ פון טיש, לויפט צו צום קאבינעט און נעמט זיך זוכן שטעקעלעך. 'אה, ברוך השם ס'איז אויך דא שטעקלעך!' אטעמט ער אפ א פארסאפעטער.

חיימ'ל ווייסט אז מען דארף בעטן רשות איידער מען טוט אזא זאך, אבער ער האט נישט קיין צייט דערצו יעצט. די הויט ברענט אים, ער מוז אויספירן זיינע פלענער תיכף ומיד. 'אבער אפשר לאזט נישט מאמי?' לויפט אים דורך א מחשבה'לע. 'נע, זי לאזט זיכער,' מאכט ער עס אוועק.

ביז… די מאמע האט אים געכאפט ביי דער מעשה. די איבערקערעניש אין קאך האט שוין אלעס דערציילט, און חיימ'ל פרובירט זיך פארלוירענערהייט צו פארענטפערן: 'עה… עה… כ'האב נישט געמיינט… עה… כ'האב נישט געוואוסט… כ'האב געמיינט אז ס'גייט זיך נישט אויסגיסן… כ'האב געמיינט אז דו לאזט מיך… כ'האב נישט געכאפט אז כ'האב דיך נישט געפרעגט… נעכטן האב איך דיך געפרעגט… עה… עה… פארוואס מעג איך נישט? "קיינמאל טאר איך גארנישט טון!"

די מאמע שטייט נעבן חיימ'ל און כאפט אן זיין האנט. זי פילט ווי זי וויל שוין ווידער אויספלאצן אין געשרייען אויף דעם יונג קינד וואס מאכט זיכער איבערצודרייען די שטוב ווען ער קען נאר.

 

* * *

 

איינער וואס שטייט אין דער זייט זעט פאר זיך צוויי קינדער מיט פארקערטע צילן אין לעבן. מענדי איז א רואיג, איידל קינד, וועלכער זוכט צו קאאפערירן מיט זיינע עלטערן און צו זיין פאלגזאם, בעת חיימ'ל איז א גרויסער מחוצף וואס טוט זיך וואס ער וויל, פייפט אן יעדן איינעם און איז נישט אינטערעסירט צו פאלגן וואס מ'הייסט אים. חיימ'ל איז אן אומ'אחריות'דיגער, צעווילדעוועטער בריה מיט וועמען מען קען נישט שטיין אין ווארט.

אבער די אויבערפלעכליכע אפשאצונג איז ווייט פון אמת.

חיים איז אינגאנצן נישט קיין מחוצף, כאטש זיין מאמע האט אים שוין מער ווי איינמאל אנגעזאגט נישט צו טון זאכן אן רשות. גראדע וויל ער שטארק זיין א וואויל און פאלגזאם קינד, אפשר אפילו נאכמער ווי זיין ברודער מענדי, וויבאלד ער איז מער ווייך און עמפינדליך אין נאטור. חיימ'ל האט א הארץ פון פוטער, און עס טוט אים זייער וויי צוצוקוקן ווי זיין מאמע איז פארווייטאגט אויף זיין אויפפירונג. חיימ'ל איז א וואויל, לעכטיג קינד, וועלכער האט אן אייגנארטיגע נאטור וואס מאכט אים שווערער זיך צו אויפפירן ווי אנדערע קינדער. זיין נאטור האט באקומען א נאמען אין דער היינטיגער מעדיצינישער וועלט, עס ווערט באטיטלט מיט די בוכשטאבן: עי. די. עיטש. די.

קינדער וואס ווערן דיאגנאזירט מיט ADHD פארמאגן צוויי יסודות'דיגע פראבלעמען: עס איז זיי שווער זיך צו קאנצענטרירן און זיי קענען נישט קאנטראלירן זייער אימפולסיוון כאראקטער. אן אימפולסיווער מענטש טוט זאכן אן טראכטן. אויף ענגליש רופט זיך דאס Attention Deficit (Hyperactive) Disorder. אויב א קינד פארמאגט די זעלבע פראבלעמען אבער ער איז נישט 'הייפער' – דאס מיינט אז עס זעט זיך נישט צופיל אן פונדרויסן, דעמאלט ווערט דאס באטיטלט נאר אלס ADD.

קאנצענטרירן פראבלעמען רעכענען אריין אזעלכע פראבלעמען ווי: נישט מיטהאלטן ביים פארלערנען; נישט קענען ענדיגן אן אויפגאבע ביז'ן סוף; נישט אויסהערן ווען מען רעדט צו זיי; שוועריגקייטן מיט'ן זיך צושטעלן צו א סדר היום; פארלירן די קאנצענטראציע און פארקריכן פון וואס ער טוט דורך די קלענסטע שטערונגען, ווי א קליינע גערודער; פארלירן וויכטיגע זאכן; און ענליכע פראבלעמען.

אימפולסיווע פראבלעמען רעכענען אריין אזעלכע שוועריגקייטן ווי: אריינהאקן בשעת אן אנדערער רעדט; טון זאכן וואס זענען פשוט נישט אין פלאץ; נישט קענען איינזיצן אויף איין פלאץ רואיגערהייט; ענטפערן אויף א פראגע נאך איידער מען ענדיגט עס פרעגן; און אין אלגעמיינעם סדר היום זעט אויס ווי דאס קינד פארט מיט א מאטאר וואס מען קען נישט אפשטעלן.

וויאזוי העלפט מען אזא קינד צו קאנטראלירן זיינע געפילן און אימפולסן?

כדי צו קענען באהאנדלען אזא קינד און אים העלפן בויען דאס לעבן, מוז מען קודם פארשטיין די נאטורן פונעם קינד. אז מען ווייסט פון וואו זיין התנהגות נעמט זיך, קען מען בעז"ה טרעפן א לעזונג. אלזא, די קריטישע שאלה איז: וואו פאנגען זיך אן די פראבלעמען? וועלכע אייגנשאפטן פעלט ביי די סארט קינדער וואס אנדערע קינדער פארמאגן נאטירליך? פעלט זיי בכלל עפעס אדער זענען זיי בלויז אנדערש? און אפשר גאר האבן זיי מעלות איבער אנדערע קינדער?

מיר וועלן אנהייבן מיט דער באקאנטער שיטה פון דר. ראסל בארקלי, וועלכער איז פון די גרעסטע מומחים אין ADD, און האט ערפינדן א מהלך ווי אזוי צו ערקלערן דעם שורש פון ADD.

פאר'ן ADD ליידנדן פעלט דעם אינערליכן סטאפ-סיין.

ווען א קינד ווערט געבוירן הייבט עס אן לעבן און פונקציאנירן נאטירליך און אינסטינקטיוו, קיין שום זאך האלט אים נישט צוריק פון טון וואס ער וויל. ווען ער זעט עפעס וואס שמעקט אים שטרעקט ער גלייך אויס די האנט עס צו כאפן, אן טראכטן אפילו א רגע. אבער שוין אלס פיצל קינד כאפט ער אליין אויף אז עס זענען דא פלעצער פון וואו מ'דארף שטיין ווייט. אויב מ'רירט דא צו קען מען זיך אפבריען און ס'טוט וויי, דא טאר מען נישט לייגן די פינגער ווייל מ'קען זיך צוקלעמען. מיט דער צייט וואקסט די בעיבי אויף און ווערט א קינד, און ער לערנט זיך אויס אז לא זה הדרך; מ'קען נישט כאפן אין דער וועלט אריין. ער קומט צו דער מסקנא אז עס לוינט זיך פשוט נישט צו טון וואס מען וויל אן טראכטן, ווייל דעמאלט וועט ער זיך אנמאכן אנדערע פראבלעמען.

למשל, א קינד זעט אז א חבר האט א נאשעריי און ער גלוסט דערצו. זיין אינסטינקט זאגט אים אז ער זאל צוגיין צו יענעם חבר און ארויסכאפן די נאשעריי פון זיינע הענט אזוי ווי ער האט געטון אין פלעיגרופ ביי די צוויי יאר. אבער נאך א שטיק צייט לערנט ער זיך אויס אז ער דערלייגט נאר אויף דעם אופן. זיין חבר וועט אים נישט לאזן עס צוכאפן און ער וועט אים אויפהערן ליב האבן. דאס פארמיידט אים פון זיך אויפפירן לויט זיין רויע אינסטינקט.

אזוי לערנט זיך דאס קינד אויס וועלכע וועגן ארבעטן צו באקומען וואס ער וויל און וועלכע וועגן ארבעטן נישט, און קענען אים גאר פארמיידן פון באקומען די זאכן וואס ער דארף. ער פארשטייט אז אויב גייט ער אלעמאל פארפירן און שרייען צו דערגרייכן זיינע צילן וועט אים יעדער פיינט האבן און אראפקוקן. מיט דער צייט לערנט זיך דאס קינד אויס אז אין געוויסע פעלער וועט ער זיך קענען שטעלן מיט עקשנות צו דערגרייכן וואס ער וויל, און אין אנדערע פעלער וועט ער מוזן מוותר זיין אויף זיינע אינסטינקטן און רצונות. אזוי ווערט זיין לעבן באלאנסירט, און דאס קינד פאנגט אן צו כאפן ווי איין און ווי אויס.

דאס איז שייך ביי דעם געווענליכן קינד. אבער פאר'ן ADD קינד, טענה'ט דר. בארקלי, איז די סטאפ סיין נישט אזוי שנעל עוועילעבל. נישט קיין גרויסע זאכן, עס דויערט אים א האלבע רגע לענגער. אבער אין דער האלבער רגע האט ער שוין אנגעמאכט אסאך חורבן. נאך דער האלבער רגע איז שוין אפטמאל צו שפעט…

די רעזולטאטן פון דעם זענען אומפארמיידליך. דער ADD קינד וועט גיין מיט'ן קאפ אין וואנט אויסצופירן וואס ער האט אין פלאן, און ער פאנגט זיך אן אויפצופירן אויף אן אופן וואס א דורכשניטליכער מענטש קען נישט דולדן. אפילו ווען דאס קינד וועט זיך עווענטועל כאפן אז ער גייט שוין צו ווייט, איז דאס שוין אפטמאל צו שפעט, און ער קען ווערן נאכמער אראפגעקלאפט דערפון, כאפנדיג אז ער קען זיך נישט קאנטראלירן און ער רעגט אויף זיינע ארומיגע.

א פשוט'ע דוגמא. א קינד מיט ADD געט זיך א שטעל אויף פון זיין פלאץ אינמיטן קלאס. דאס געפיל פון זיך וועלן אויפשטעלן האבן זייער אסאך קינדער. נאר, נאך בעפאר זיי געבן זיך א הייב אונטער מאכן זיי דעם חשבון צי ס'לוינט זיך דער איינשטעל צי נישט, זיי קוקן זיך גוט אום און שמעקן דעם אטמאספער. קוקן גוט אויפ'ן רבי'ן, איז ער יעצט אנגעצויגן אדער אויפגעלייגט, איז דער מצב יעצט אז מ'קען זיך דאס ערלויבן צו טון אדער נישט. 'אה, יעצט פרעגן אפאר קינדער פון די רבי, ס'שוין נאכ'ן פארהער, דער רבי זעט אויס צו זיין אין א גוטער גוסטע, ער וועט מסתמא גארנישט זאגן אויב איך שטעל זיך אויף.' אדער 'ניין, יעצט איז דער רבי צו אנגעצויגן, ס'לוינט זיך נישט,' און בלית ברירה טרעפט דאס יונגל עפעס אנדערש זיך צו בארואיגן. אבער אזא ADD סארט קינד, נאך איידער וואס ווען וואו, איז ער שוין אויפגעשטעלט. ס'איז אינטערעסאנט צו באאבאכטן ווי אמאל וועט ער גלייך 'נאכן' זיך אויפשטעלן כאפן אז ס'איז נישט אין פלאץ צו שטיין יעצט און ער וועט זיך שנעל צוריקזעצן איידער דער רבי געט אים צו הערן… אבער אפטמאל כאפט ער זיך הערשט ווען ס'איז שוין צו שפעט.

ביי ADD קינדער קומט דער סטאפ סיין נישט אזוי שנעל און קלאר. דאס קינד זעט א גוטע זאך אויפ'ן רבינ'ס טיש, און בשעת ער קוקט עס אן מיט רייצנדע אויגן ווערט ער אינגאנצן פארבלענדעט. ער כאפט נישט תיכף די קאנסעקווענצן וואס קענען ארויסקומען אויב ער גייט דאס נעמען. ווען דער רבי פארלאזט די קלאס אויף א מינוט הייבט ער זיך אויף פון פלאץ און כאפט עס אראפ פון טיש. ווען דער רבי קומט צוריק אין קלאס באמערקט ער באלד אז עפעס פעלט אים, און זיין פארדאכט פאלט גלייך אויף דעם יונגל וואס ער ווייסט שוין פון עקספיריענס אז… ער קען זיך נעבעך נישט איינהאלטן. אבער פאר'ן קינד איז שוין צו שפעט; ער האט זיך נישט געכאפט באצייטנס.

דאס נישט פארמאגן דעם סטאפ סיין איז דער הויפט יסוד פון ADD לויט דר. בארקלי. אויב קוקט מען טאקע אן זיין התנהגות דורך די ברילן זעט מען אויטאמאטיש א קינד וואס לעבט אן מאכן צופיל חשבונות בעפאר זיי טוען עפעס, אלעס וואס זיי טוען איז אימפולסיוו אן פריער אריינקלערן דעם מצב ארום. נו, אז מ'טראכט נישט, אויטאמאטיש כאפט מען נישט אויף געוויסע פשוט'ע זאכן וואס א קינד כאפט געווענליך אליין אויף אונטער'ן באוואוסטזיין. זיי זעען זאכן ווי פארנעפלט, "בלורי", און ביי פשוט'ע זאכן וואס געווענליך דורכ'ן מיטלעבן אין קלאס כאפן קינדער פון זיך אליינס ווען מ'מעג יא און ווען מ'מעג נישט, פעלט זיי די עקספיריענס.

טראצדעם וואס די טעאריע געט צו פארשטיין מערערע אומגעווענליכע אויפפירונגען פון דעם ADD ליידנדן, זענען אבער אלע מומחים מודה אז עס פארענטפערט נישט דאס גאנצע בילד. קודם כל, אפילו מיר וועלן שוין אננעמען פאר א פאקט אז עס פעלט זיי דעם כשרון פון איינגעהאלטנקייט איז נאכאלץ אומפארשטענדליך הא גופא, פארוואס פעלט זיי דאס טאקע. וואס שוואכט אפ זייער סטאפ סיין?

צווייטנס, ווי אויבן דערמאנט, מענטשן מיט ADD האבן א לאנגע ליסטע פון אייגנשאפטן וואס מען זעט כמעט אייניג ביי אלע פון זיי, און נישט אלעס ווערט ערקלערט מיט דר. בארקלי'ס מהלך. צום ביישפיל, פאר ADD ליידנדע איז זייער שווער צו צולייגן קאפ צו דעטאלן; עס איז זיי זייער שווער איינצוזיצן רואיג; זיי פארשטייען נישט און קענען נישט נאכפאלגן קיין אנווייזונגען; זיי פארגעסן שנעל זאכן; זיי פארלירן וויכטיגע חפצים – די אלע סארט אויפפירונגען ווערן נישט פארענטפערט בלויז מיט דעם איינעם הסבר אז עס פעלט זיי דעם אינערליכן סטאפ סיין שוקל צו זיין ווען זיך אפצושטעלן פון נאכגיין דעם אינסטינקט. פארוואס, למשל, זאל דער ADD ליידנדער זיך נישט קענען קאנצענטרירן אויף זאכן וואס ער טוט פון זיין אייגענעם ווילן?

נאכמער, דאקטוירים ווייזן אן מיט פארשידענע טעסטס אז מ'זעט טאקע אז דער חלק אינעם מוח וואס איז פאראנטווארטליך אויפ'ן מאכן באשלוסן איז קלענער ביי ADD ליידנדע. אבער דער אמת איז אז אין יעדן מצב אין וועלכן א מענטש געפינט זיך טוישן זיך די ניוראנס אינעם מוח. צום ביישפיל, אויב א מענטש איז טרויעריג קען מען דאס אנזען אויפ'ן מוח. אבער צי מיינט דאס אז דער מוח איז גורם דער מענטש זאל ווערן טרויעריג, אדער אז א דרויסנדיגע זאך האט גורם געווען אז דער מענטש זאל ווערן טרויעריג, און בלויז דער רעזולטאט זעט זיך אן אויפ'ן מוח? די זעלבע דארף מען וויסן וואס איז גורם אז דער מוח פונעם ADD זעט אויס אנדערש ווי ביי א צווייטן. איז דאס איינגעקריצט אין מוח? איז דאס גענעטיש? איז דאס א נאטור?

 

א פייער – איך מוז!

אויב מ'קען מגדיר זיין ADD מיט איין ווארט איז עס: א פייער, א ברענענדיגער רצון. ווען אן ADD בחור וועט אפמאכן באמת – מיט זיין אייגענעם רצון, נישט ווייל זיין טאטע אדער רבי וויל אזוי – אז ער וויל ענדיגן ש"ס, אדער ווען אן ADD יונגערמאן איז מחליט אז ער וויל עפענען אן אייגענעם ביזנעס, קען מען זיין זיכער אז ער גייט זיך גלייך נעמען צו דער ארבעט מיט א מורא'דיגער פעסטקייט. דער יונגערמאן וועט אריינשפרינגען אין ביזנעס מיט אלע זיינע חושים, ער וועט אויפבלייבן ביז נאך חצות הלילה און ניטאמאל באמערקן וואו די ווייזערלעך אויפ'ן זייגער ווייזן. זאכן וועלן זיך רוקן בליץ שנעל. ס'גייט נישט נעמען קיין וואכן און חדשים פון ביוראקראטיע. מ'גייט זיך גלייך נעמען צו "תכלית". ס'ברענט! דער בחור וועט זיך נעמען הארעווען און קנאקן בלעטער גמרא אז עס וועט גייען א רויך. ס'וועט נישט נעמען קודם קיין לאנגע הכנות מיט פלענער ביז מ'וועט זיך נעמען דערצו, נאר מען גייט גלייך צום תכלית, ווי א פייער וואלט געברענט און ס'איז נישטא קיין איבריגע רגע.

ביי מענטשן מיט ADD איז נישטא קיין פארווע צוגאנג צו א זאך; זיי זענען נישט קיין נייטראלע מענטשן, אלעס איז מיט שטארקע מיינונגען און רצונות און אן אינערליכן, פייערליכן דראנג.

ווען א קינד מיט ADD ליינט אן אינטערעסאנטן בוך און איר ווילט פון אים עפעס, זייט וויסן אז ער ליינט נישט בלויז א ביכל – ער איז צוגעבינדן דערצו מיט אלע זיינע גלידער. מען קען זען אויף זיין פנים א טיפן קשר מיט'ן ביכל. ער הערט נישט און ער זעט נישט וואס עס טוט זיך אין דעם גאנצן ארום. ער ווייסט ניטאמאל אז איר שטייט נעבן אים. ער איז אינגאנצן אריינגעטאן אין דעם ליינען מיט זיין גאנצע פייערדיגע ענערגיע. די סארט מענטשן קענען נישט טון צוויי זאכן אויפאמאל אויב זיי גלייכן וואס זיי טוען, וויבאלד זיי נוצן זייער גאנצע אייפער און ענערגיע ווען זיי טוען עפעס, ליגנדיג דערין מיט'ן גאנצן כוח און מוח.

פון דער אנדערער זייט, ווען ער טוט אן אויפגאבע וואס איז אים נישט ספעציעל אינטערעסאנט וועט ער זיך נישט קענען האלטן דערביי, און ער וועט פליען פון איין זאך צום צווייטן, ער וועט פארפארן אינמיטן דער ארבעט צו צענדליגער אנדערע זאכן. דאס קומט פון דער זעלבער סיבה, אלעס ווערט געפירט פון א שטארקן רצון.

אויב עמיצער האלט אינמיטן אויספילן פאפירן און אזוי שרייבנדיג באמערקט ער ווי איינער האט אראפגעלייגט א קונטרס'ל אויפ'ן אנדערן עק טיש, א געווענליכער מענטש ווערט אביסל נייגעריג, וועט ער אדער מחליט זיין קודם צו ענדיגן זיינע פאפירן און דערנאך גיין קוקן, אדער וועט ער געבן א קורצן בליק און דורכבלעטערן, און צוריק צו זיין ארבעט.

אבער אן ADD סארט מענטש, אויב ער האלט אינמיטן טון עפעס וואס ער איז נישט ספעציעל נייגעריג און צוגעבינדן דערצו, און ער זעט ווי איינער לייגט אראפ א קונטרס ביים אנדערן עק טיש, "לאמיר זען וואס דאס איז. אה, דאס זעט אויס אינטערעסאנט!", ער ווערט גלייך מקושר דערין, זיין מח געט זיך א טונק אריין אינעם קונטרס'ל און ביז א מינוט ליגט ער דערין מיט'ן גאנצן אייפער. אוודאי פארגעסט ער פון די וויכטיגע פאפירן וואס ער האלט יעצט אינמיטן אויספילן.

דעריבער זענען זיי אין אלגעמיין אזוי צעפלויגן. זיי ווערן געפירט פון איין זאך צום צווייטן מיט זייער אינערליכע שטארקע רצון.

מיט דער ערקלערונג קען מען פארשטיין אסאך אינטערעסאנטע אויפפירונגען אינעם נפש פונעם ADD, צום ביישפיל, איר ווילט אים עפעס מסביר זיין און איר הייבט אן רעדן, אבער ער האקט אריין איינמאל און נאכאמאל. פארוואס קען ער נישט רואיגערהייט אויסווארטן ביז איר ענדיגט רעדן? דער ענטפער איז אז ווי נאר איר הייבט רעדן, שפירט ער באלד א טרייב קראפט צו רעאגירן, ער האט שוין אן אייגענע מיינונג אויף דעם נושא, און אין זיין קאפ הייבט זיך צו קאכן א מבול מיט ערקלערונגען און טעאריעס אויף אייערע ווערטער. דאס איז נאך אויב ער איז מסכים צו וואס איר זאגט. אויב איז ער נישט מסכים קומט א טוץ קולות נאך איידער איר האט געענדיגט דעם ערשטן זאץ: "וואס הייסט?! ס'קען דאך נישט זיין, ווייל…" און אויב איז ער נישט קלאר די ערשטע רגע וואס איר מיינט צו זאגן וועט ער אייך נישט געבן די געלעגנהייט זיך צו ערקלערן, ווייל ער מוז שוין האבן די קלארקייט אין מוח, אבער שוין.

צו פארשטיין די אינערליכע וועלט פון אן ADD קען מען דאס פארגלייכן צו א גרויסן בנין אין וועלכן עס ברעכט אויס א העלישן פייער. עס ווערט א בהלה. דער עולם לויפט ארויס מיט דער נשמה אין די הענט. פון אלע זייטן הערן זיך געשרייען און געוויינען, איינער פרובירט צו ראטעווען וואס ער קען, א צווייטער זוכט מיט שרעק וואו זיין קינד געפינט זיך, און פונדרויסן יאגן די פייערלעשער ארויס יעדן איינעם. די בהלה און די צעמישעניש איז גאר גרויס. ווען יעדער טרעפט זיך אינדרויסן מיט גאנצע גלידער אטעמען אלע אפ. רוב עולם וועט ניטאמאל געדענקען פינקטליך ווי אזוי מען איז ארויסגעלאפן און גענוי וואס מען האט געטון בשעת מעשה. ווען מען אנטלויפט פון א פייער איז די בהלה צו גרויס צו קענען האלטן קאפ אויף קלייניקייטן און געדענקן פינקטליך וואו מ'האט אראפגעלייגט דאס וואס מ'האט געהאלטן בשעת'ן ארויסלויפן פונעם פייער. די בהלה איז צו גרויס צו האלטן חשבון און דער קאפ איז נישט אויפ'ן פלאץ.

מענטשן מיט'ן ADD נאטור זענען טעגליך אין אזא סארט "פייער זאנע". ווען אזא קינד קומט אהיים איז ער שוין אנגעצויגן צו לויפן שפילן מיט זיין שפילצייג וואס ער האט "אזוי שטארק" ליב, ס'ברענט א רצון צו "דער שפילצייג", און די גאנצע וועלט איז געשטארבן. אין דער בהלה פארגעסט ער אינגאנצן פון דעם צעטל וואס זיין רבי האט אים געהייסן אומבאדינגט איבערגעבן פאר דער מאמען גלייך ווען ער קומט אהיים. און ווי קען ער געדענקען וואו ער האט אראפגעווארפן זיין מאנטל ווען ער האט אריינגעטראטן אין שטוב? זיין קאפ איז בכלל נישט דא.

פארשטייט זיך אז זיי האבן אויך רואיגערע צייטן. ווען מ'שטייט אויף צופרי, בעפאר דאס לעבנס גאלאפ הייבט זיך אן, זענען זייערע מוח-רצונות געווענליך אויך נאכנישט אינגאנצן אנגעצידן. ווען מ'איז אויסגערוט איז יעדער מענטש רואיגער, און זיי זענען נישט אנדערש מיט דעם. מ'קען אויך טרעפן אזעלכע קינדער אויסגעלאשן און ס'זעט גאר אויס אז זיי זענען פויל, דאס קומט ווייל זיי זענען אויף א פלאץ אדער באשעפטיגונג וואס אינטערסירט זיי נישט, דאס איז פאר זיי אסאך שווערער ווי פאר אנדערע מענטשן.

ווען אזעלכע קינדער ווערן שפעטער פארגעהאלטן פאר זייערע עוולות זענען זיי נישט לייכטזיניג. פארקערט, זיי נעמען דאס אויף זייער שווער.

דער ברען מאכט זיי זען זאכן ווי אין א פארגרעסער גלאז. זייערע געפילן ווערן מגוזם, זיי זעען זאכן אביסל גרעסער ווי ס'איז באמת, און זיי ווערן מער איבערגענומען פון א צווייטנ'ס באנעמונג. ווען איינער זאגט זיי א קרום ווארט מיינען זיי אז די וועלט גייט אונטער. דערפאר איז אויך פארקערט, מ'דארף נישט זיך צופיל פארזינדיגן פאר זיי און ס'קומט צוריק א שארפע רעאקציע. בקיצור, ס'איז נישט סתם א נפש. ס'איז פייער!

די אויפגעבלאזענע געפילן מאכט זיי אויך שווערער צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף א דורכפאל, שפירנדיג אז ס'איז עק וועלט אויב זיי ווערן באשולדיגט.

דאס שפילט אויך לטובה. דער אייבערשטער האט אים געגעבן ספעציעלע כוחות בייצושטיין זיינע נסיונות טאקע מיט'ן זעלבן פייער. ווען ס'קומט צו אן ערנסטער נסיון היצר, עפעס וואס ער ווייסט ביי זיך אז ס'איז א קלארע הארבע איסור, וועט ער דאן ניצן זיין אינערליכן פייער לטוב, אויף א פעלזן פעסט וַיְמָאֵן. ס'איז נישטא קיין מעשיות, ניין איז ניין!

דאס איז אויך די סיבה פארוואס זיי זענען ספעציעל געטרייע מענטשן צו זייערע פריינט און ארומיגע. דאס געפיל שפילט אויף לטוב, און יא, פארשטייט זיך, אויף א שטארקן פארנעם.

ווען זיי ווילן עפעס, שפירן זיי ווי זיי מ-ו-ז-ן עס האבן, און ווען זיי ווערן צוגעוואוינט צו עפעס, ווערן זיי צוגעבונדן און אפילו אדיקטירט דערצו. דערפאר נעמען זיי אזוי שווער מיינונגען פון אנדערע, זיי האבן מער-ווי-געווענליך זייער שטארקע אייגענע רצונות.

שטיין אין די ליין? קיינער גלייכט דאס נישט. זיי אבער, ווילן עכט שטארק נישט. דער רצון זאגט אז דאס איז נישט אינטערעסאנט, און ביי זיי, ווען דער רצון רעדט, רעדט ער הויך.

 

הדרכה אויפצובויען אזא קינד

לויט די הקדמות קען מען לייכט פארשטיין אז עס איז זייער שווער צו זאגן פאר אזא קינד פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, "קוק אהער, יונגעלע. דו דארפסט זיך איינהאלטן און איינזיצן אויף דיין פלאץ, אפילו ס'איז דיר שווער." דאס וועט נישט ארבעטן, ווייל דאס קינד האט נישט אלעמאל די מעגליכקייט זיך צו קענען באהערשן אויף זיינע געפילן. צומאל איז ער אזוי ארויס פון קאנטראל אז ס'פעלט אפילו אויס אים צו געבן מעדיצין צו בארואיגן. אבער מיט אסאך חיזוק און הדרכה, וועט ער בעז"ה צוביסלעך באלאנסירן זיין ענערגיע און רצון צום גוטן, און וואס מער ערוואקסן ער ווערט אלץ גרינגער וועט ער קענען טרעפן דעם ריכטיגן באלאנס צווישן זיין אינערליכע קאך און דער סטאפ סיין וואס באפעלט אים 'עד פה תבא'. די וועלט בענעפיטירט אסאך פון אזעלכע סארט מענטשן, ברוחניות ובגשמיות. מענטשן מיט דעם ADD נאטור קענען ווערן געלונגענע מגידי שיעור אדער סוקסעספולע ביזנעסלייט צוליב זייער שטארקן כח הרצון און פייערדיגע נשמה.

אלזא, וויאזוי קען מען צוביסלעך אויסלערנען אזא קינד וויאזוי צו באלאנסירן ריכטיג זיין נאטור?

מען דארף אויסלערנען די קינדער צוויי כלליות'דיגע געדאנקען:

1) טראכטן.

2) וויאזוי צו טראכטן.

 

טראכט, מיין קינד, טראכט…

די קומענדיגע שורות זענען נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פון א שיעור וואס א מלמד מומחה האט געלערנט מיט קינדער אין עלטער פון ניין-צען יאר וואס האבן ADD. די געדאנקען זענען ערקלערט אויף א לייכטער שפראך, און ווען מען חזר'ט דעם קאנצעפט כסדר מיט'ן קינד כאפט ער אויף דעם כלליות'דיגן מעסעדזש, וואס לערנט אים אויס אליין זיך אפצושטעלן און נוצן דעם אייגן באשאנקענעם שכל צו טראכטן העכער די געפילן. אזוי ארום וועט ער זיך קענען צוריק פארבינדן מיט זיין אינערליכן וועג-ווייזער מיט וועמען ער פירט א שטענדיגע מלחמה.

שכל און געפילן

מלמד: קינדער, וואס האט א מענטש? יעדער מענטש האט אויערן, אויגן, הענט, פיס, א קאפ, און א מויל. קינדער, איר ווייסט וואס נאך א מענטש האט?

משה'לע: א הארץ!

חיים נטע: א בויך!

מלמד: אה. זייער גוט. ווער ווייסט פון נאך א זאך וואס א מענטש האט, א זאך וואס מ'זעט נישט? א מענטש האט אינעווייניג אזא מין זאך וואס הייסט שֵׂ…

יונגלעך: שכל!

מלמד: ס'איז דא נאך א זאך וואס יעדער מענטש האט. דאס איז אזא מין זאך וואס הייסט 'געפיל'. א מענטש 'פילט' זאכן. יעדער מענטש האט די צוויי זאכן: שכל און געפיל.

איך גיי ענק פרעגן זאכן און איר וועט מיר זאגן וועלכע זאך קומט פון שכל און וועלכע קומט פון געפיל.

ווען איינער איז זייער פרייליך – איז דאס א שכל אדער א געפיל?

יונגלעך: (שטיל)

חזקי: ס'איז א געפיל.

מלמד: זייער גוט. פרייליכקייט איז א געפיל. ער פילט אינעווייניג אז ער איז זייער פרייליך.

נאך א שאלה: ווען איינער איז זייער אויפגערעגט. ער איז אין כעס און אנגעצויגן – וואס איז דאס? שכל אדער א געפיל?

יונגלעך: א געפיל!

מלמד: אויך א געפיל. פיין!

יעצט גיי איך פרעגן עפעס אנדערש. ווען איינער טראכט אז ער איז יעצט נישט הונגעריג און עס ציט אים נישט צו עסן פרישטאג, אבער ער דארף עסן כדי ער זאל שפעטער נישט זיין הונגעריג – וואס איז עס? שכל אדער געפיל?

יונגל: עמממ… שכל?

מלמד: זייער גוט! דאס איז 'שכל'. ס'איז נישט א געפיל. דער מענטש האט נישט יעצט קיין געפיל צו עסן, אבער זיין שכל זאגט אים אז יעצט דארף מען עסן ווייל מען דארף יעדן טאג עסן פרישטאג, און אויב ער וועט נישט עסן וועט ער זיין הונגעריג און שוואך און ער וועט נישט האבן קיין כוח צו לערנען. דאס איז שכל, ער 'טראכט' אז מען דארף עסן אפילו מען איז נישט הונגעריג. אזוי נוצט מען דעם שכל.

יעצט גיי איך פרעגן אן אנדערע זאך. ווען איינער זעט א גוטע קענדי און ער וויל עס שטארק עסן. וואס איז דאס – שכל אדער געפיל?

יונגלעך: געפיל!

מלמד: זייער גוט. ס'איז דער געפיל, ס'איז נישט שכל. דער שכל זאגט אז מען 'דארף' עסן א קענדי? דער שכל זאגט אז פעלט אויס פאר די געזונט? ניין. ס'איז נאר א געפיל. ס'ציט אים שטארק צו עסן. ער וויל שטארק עסן די קענדי.

קינדער, יעצט שטעלט זיך פאר א יונגל וואס איז אלערגיש צו מילכיגס, ער טאר נישט עסן קיין מילכיגע זאכן. דאס יונגל זעט ווי מ'טיילט פאר יעדן איינעם פיינע, געשמאקע מילכיגע אייז-קרעם. אבער נישט די פשוט'ע אייז-קרעם, נאר מורא'דיג גוטע אייז-קרעם. ס'גייט אים שפייעכץ פון מויל און ער וויל עס שטארק עסן. וואס איז דאס – שכל אדער געפיל?

יונגלעך: געפיל!

מלמד: זיין שכל זאגט אז ער זאל עס עסן? ניין. וואס זאגט זיין שכל?

יונגלעך: אז ס'לוינט זיך נישט עס צו עסן!

מלמד: ווער גייט געווינען? וועמען גייט ער פאלגן?

יונגלעך: דעם שכל!

מלמד: עה, ס'ווענדט זיך. ס'איז דא א יונגל וואס איז זייער צוגעוואוינט צו פאלגן דעם געפיל. וואס ס'פאלט אים איין צו טון, אדער וואס ער טראכט אז ער וויל עס, טוט ער עס גלייך. ביי אזא יונגל האב איך מורא אז ער גייט גלייך פאלגן זיין געפיל און ער גייט עס עסן. ערשט נאכ'ן עסן וועט ער זייער חרטה האבן. אפשר וועט ער האבן נאכדעם געפערליכע יסורים. אבער א יונגל וואס געוואוינט זיך איין צו נוצן דעם שכל וועט אריינטראכטן: 'איין מינוט, איך ווייס אז איך וויל עס עסן, אבער לאמיך טראכטן, ס'לוינט זיך דאס צו עסן אדער נישט?' דעמאלט וועט טאקע דער שכל געווינען!

יעדער מענטש האט שכל און געפילן. וואס דארף דער מענטש טון? דער מענטש דארף אכטונג געבן צו גיין מיט די…?

יונגלעך: שכל!

מלמד: נאך איין מעשה. ווען איינער דארף גיין צו א טריפ און ער איז זייער פרייליך. ער קומט ארויס אין גאס און ער זעט אז ס'איז קאלט אינדרויסן און מ'קען זיך זייער פארקילן. מ'דארף נעמען א מאנטל. אבער ער יאגט זיך זייער שטארק און ער וויל ארויסלויפן אן א מאנטל. ווער זאגט אים צו לויפן אן א מאנטל? זיין געפיל. ווידער זיין שכל זאגט אים 'נעם א מאנטל ווייל אויב נישט וועסטו זיך פארקילן און דו וועסט נישט הנאה האבן פון די גאנצע טריפ.'

אזוי, קינדער, זענען פארהאן זייער אסאך מאל וואס דער שכל זאגט אנדערש ווי דער געפיל. א בהמה האט נאר געפילן און ער גייט אייביג מיט זיין געפיל. אבער א מענטש פארמאגט אויך שכל. די ארבעט פון א מענטש איז צו פאלגן זיין שכל און נישט זיין ווי א בהמה.

אבער קינדער, א סאך מאל דארף מען יא גיין מיט די געפיל. ווען איינער האט א געפיל פון רחמנות, למשל, ווען א יונגל טראכט, "איך דארף עכט נישט געבן פאר יענעם מיין ריסעס, אבער איך האב אזוי רחמנות אויף אים. ער איז הונגעריג.' וואס האט יעצט דער יונגל? ער האט יעצט א גוטע געפיל. א געפיל פון רחמנות. און ווען ער פאלגט דאס געפיל איז דאס זייער גוט. ער טוט א גרויסע מצוה!

דער אויבערשטער האט אונז באשאפן מיט געפילן און מען דארף דאס אויך נוצן. אבער מען דארף אכטונג געבן אויב דער שכל לאזט צופיל נאכגעבן דאס געפיל.

 

* * *

איר געדענקט נאך אונזער חיימ'ל מיט וועמען מיר האבן אנגעהויבן דעם ארטיקל?

חיימל'ס מאמע שטייט נאך דארט, אנכאפנדיג זיין האנט אים אפצוהאלטן פון גיין ווייטער. זי ווייסט אז זי קען יעצט רעאגירן אויף צוויי סארטן וועגן. זי קען אנשרייען חיימ'ל פאר'ן זיך אויפפירן אומ'אחריות'דיג מיט די אראנזש דזשוס, אבער פון איר ערפארונג האט זי זיך שוין אויסגעלערנט אז דאס ארבעט נישט מיט איר חיימ'ל. מיט מענדי קען עס ארבעטן; מען דארף אים נישט הייסן מער ווי איינס אדער צוויי מאל, און ער כאפט וואס מען וויל און פאלגט אויס. אבער נישט חיים. חיימ'ל כאפט עס נישט אויף, ווייל ער דארף אן אנדערע צוגאנג. אפילו מ'וועט אים יעצט געבן א פסק, וועט ער אין צען מינוט ארום נאכאמאל עפעס אפטון אומווילנדיג.

חיימ'ס מאמע האט אים אוועקגעפירט פון קאך אן זאגן א ווארט.

א וויילע שפעטער, אין א רואיגע מינוט, האט די מאמע זיך אראפגעזעצט מיט חיימ'ל און ארויפגעברענגט די געשעעניש מיט די אראנדזש דזשוס. קודם האט זיך חיים דערשראקן אז מ'גייט אים שוין דא ווייטער אפירהאלטן און אנשרייען פאר'ן זיך אויפפירן אומפאראנטווארטליך, אבער זיין מאמע האט אים בארואיגט, זאגנדיג אז זי וויל אים נישט דא פארהאלטן אויף אן עולה, זי וויל בלויז דורכשמועסן די זאך מיט אים, היות זי זעט אז ער שפרינגט אריין אין זאכן צו שנעל, אן צופיל טראכטן.

אין א ליבליכן שמועס האט די מאמע אויסגעלערנט פאר חיימ'ל ווי אזוי צו זיין אויפמערקזאם אויף וואס טוט זיך אין אים. זי האט אים ערקלערט אז ער האט טיפע און שטארקע רצונות, און זי האט אים אויסגעלערנט אז ווען עס כאפט אים אן א שטארקע רייץ צו טון עפעס דארף ער עס אנקוקן ווי סתם א געפיל וואס מען דארף נישט אלעמאל נאכגיין, און אז מען דארף אויך קענען אויסהערן וואס דער שכל – די סטאפ סיין – האט צו דערציילן.

מיט דער צייט, און מיט אסאך געדולד פון זיינע עלטערן און מחנכים, האט חיימ'ל זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו לעבן לויט זיינע תכונות הנפש, און אזוי האט ער געקענט צוביסלעך באלאנסירן זיינע רוישיגע געפילן און רצונות אויף אן אופן וואס עס זאל אים זיין א הילף אין זיין לעבן און נישט א שטער.

עס איז כדאי אנצומערקן אז ווען עס רעדט זיך פון ADD דארף מען ערווארטן אז דאס קינד וועט זיך שווערער אויסלערנען ווי אזוי צו אומגיין דערמיט, ווייל צוליב זיין קאכעדיגע נאטור איז אים זייער שווער אריינצונעמען די ווערטער אין קאפ און זיך פירן לויט דעם. כאטש דער חילוק צווישן שכל און געפיל זאגט זיך זייער גרינג פאר אונז, איז דאס גארנישט גרינג פאר אים אויפצוכאפן און עס אויספירן מכח אל הפועל. אבער מיט די נויטיגע געדולד, געפלאכטן מיט אסאך חיזוק און הדרכה, קען מען בסייעתא דשמיא מצליח זיין.

 

 

טראכטן מהו…

פאר א צייט צוריק האט א חשוב'ער מרביץ תורה, א ר"מ אין א גאר חשוב'ער ישיבה געגעבן א שמועס איבער דער נושא. הערנדיג פון אים א נקודה וואס קלאפט שטארק אויס ביי קינדער און בחורים מיט דער ADD נאטור וואס ס'איז נאכנישט אין ערגעץ געווען אויסשמועסט, האבן מיר עס אפגעשריבן כמעט ווארט ביי ווארט.

אט זענען זיינע ווערטער:

"קינדער מיט די ADD נאטור זענען געווענליך קלוג און אפילו געריבענע חברה, אבער ס'איז אינטערעסאנט ווי זיי פארפאסן אויפצוכאפן פשוט'ע זאכן ארום זיי. זייערע שנעל לויפנדע מוחות כאפן אויף זאכן אזוי "בלורי" און פארוואלקנט, זייער מוח שטעלט זיך נישט אפ טראכטן ווען יא און ווען נישט, זיי כאפן נישט אז בלויז ווייל ס'איז נארמאל אזוי צו טון צווישן חברים אין כתה איז עס לאו דווקא נארמאל צו טון אינעם גרויסן לאנטש רום בפני כל עם ועדה… און דאס איז גורם אז זיי כאפן נישט אויף פשוט'ע זאכן אין לעבן אדער אין חברותא'שאפט.

די איינציגסטע עצה פאר אזעלכע סארט קינדער איז זיי מאכן טראכטן, זיי אויפקלערן. צו אזעלכע קינדער דארף מען אסאך רעדן און אפילו דערציילן סודות פון חדר.

כ'וועל אייך לדוגמא פארציילן אפאר אמת'ע מעשיות איר זאלט פארשטיין וואס איך מיין.

…איך האב אליינס א קינד מיט ADD (ער נעמט עס פון זיין טאטן…), איז געווען א מעשה אין זיין תלמוד תורה, דארט איז מען זייער שטרענג מיט שמירת הזמנים, אלע קינדער ווייסן דאס און געבן אכט דערויף. מיין קינד אבער איז דעם "צווייטן טאג" אין זמן שוין אנגעקומען שפעט. איך קען מיין יונגל, ס'איז נישט אז אים גייט עס ווייניגער אן ווי פאר אנדערע קינדער. נאר וואס דען, סתם א געווענליך קינד כאפט אליין אויף דעם מצב, ער כאפט אליינס דעם חילוק אין דער לופט. די ערשטע פאר חדשים פון יאר פארשטייט ער אז ס'העלפט נישט קיין תירוצים און מ'מוז קומען צייטליך, און שפעטער כאפט ער אליין אין דער לופט אז ס'איז שוין לויזער… לאזט ער נאך. קיינער האט נישט אויסגעקלאפט אין ישיבה אז חודש חשון איז מען שטרענגער ווי חודש אדר א'.

פון וואו ווייסט א בחור אז פרייטאג קען מען זיך ערלויבן נישט צו ערשיינען אין ישיבה אבער דינסטאג נישט? ער כאפט עס אליין אויף אין די אטמאספער ווען ס'איז הארבער און ווען נישט. און ער פארשטייט זייער קלאר אז כאטש פרייטאג האט די ישיבה אוועקגעקוקט, מוז ער ווייטער זיך פולקאם אנשטרענגען מאנטאג.

אבער א קינד מיט ADD זעט אז דער עולם קומט נישט פרייטאג, ווערט ער צעמישט. זיין מוח קען זיין אן עילוי'שער מח, ער שטעלט זיך אבער נישט אפ אפצולערנען דאס וואס יעדער כאפט אליין אויף. ביי אים גייט אריין א געדאנק מיד ולדורות "אה, מ'קען יא קומען שפעט!…" און כהרף עין צעפאלט ביי אם יעצט די שטרענגע תקנה פון שמירת השמנים. ער כאפט נישט געהעריג אליין אויף. און ער שטעלט זיך נישט אפ טראכטן און מאכן חילוקים, טראץ זיין גוט קעפל.

וואס מען דארף טון איז: פשוט רעדן צו זיי, זיי העלפן און אויסלערנען וויאזוי צו צענעמען די זאך. אים אפשטעלן און אנצייגן וויאזוי אריינצוטראכטן.

און פאר אזעלכע קינדער איז נישט דא קיין ברירה, מ'דארף אים פארציילן די סודות פון חדר וואס ער כאפט נישט אליין אויף, טאקע די זאכן וואס מ'טאר געווענליך נישט אויסלערנען פאר קינדער. "חיים טייערער, אז מען גייט נישט פרייטאג אין חדר איז נישט געפערליך, דער רבי איז נישט אזוי שטרענג, 'פארשטייסט פארוואס? ס'איז דאך נישט קיין געהעריגע טאג פרייטאג…'. אבער מען קען זיך נישט אפלערנען דערפון אויף מאנטאג… מאנטאג איז דער רבי זייער שטרענג." חיים וועט כאפן וואס איר זאגט אים נאך בעפאר איר ענדיגט אויספירן (ער וועט אפילו אריינהאקן; איר קענט זיכער זיין…). ער איז גארנישט קיין נאר. ער ווערט פשוט נישט אליין אויפמערקזאם.

אזא קינד, ווען ער זעט א צווייט יונגל ביים מלמד'ס טישל רעדן אזוי האלב חוצפה'דיג צום מלמד ביי הפסקה, שפירט ער א מעסעדזש, 'אה, מען קען רעדן חוצפה'דיג' און ער גייט בכל התוקף מיט'ן גאנצן עקסטרעם. ער כאפט נישט אז יענער יונגל איז נעבעך אביסל נישט מיט אלעמען, און ס'איז נישט אקצעפטירבאר אזוי צו רעדן פאר א נארמאל קינד, ער כאפט נישט ביז וואו מ'קען איבערציען דעם שטריקל… און אז יענער האט גערעדט צום מלמד פריוואט ביי הפסקה און ער מאכט יעצט דאס גענאר פונעם מלמד ביים אנפאנג שיעור בפני כל עם ועדה…

איך דערמאן זיך וואס ס'איז אמאל געווען ביי אונז אין ישיבה. עס פלעגט זיין אז בחורים, זיי זענען דאך יונגע בחורים, פלעגן ביי מיטאג זיך ארומשפילן אין עסן צימער מיט פאפירעלעך, און מאכן אזעלכע קליינע פייערלעך דערמיט. אנצינדן א פאפירל און אויסלעשן. די ישיבה האט זיך נישט געמאכט צוטון, מ'דארף דאך נישט אלעס באמערקן…

איז געווען איין טאג, די ערשטע וואך נאכ'ן אנקומען אין קעמפ, ס'איז געווען חזרה, דער מצב רוח אין ישיבה איז געווען זייער ערנסט און דערהויבן, די התחדשות איז געווען פריש. ס'איז געווען א פייערדיגע דרשת התעוררות ווי די ישיבה האט מעודד געווען די בחורים צו א פראגראם פון לערנען 5 שעה רצופות.

איז געווען א בחור – א בחור פון דעם סארט וואס מיר שמועסן – מען האט געענדיגט לערנען, אונזער בחור האט זיך אויך שיין משתתף געווען און אויסגענוצט די שעות מיט התמדת התורה. מ'גייט צו הפסקה מיט א געפיל פון דערהויבנקייט. דער בחור ווייסט אבער נישט פון קיין מעשיות, און אזוי אין סאמע ברען פון דער דערהויבענער קעמפ-התחלה אטמאספער איז ער געגאנגען און אנגעצינדן א שטיקל פאפיר און געמאכט א פייערל…

פארוואס נישט? 'יעדער' האט דאך ממש לעצטע וואך אין שטאט געמאכט פייערלעך אין לאנטש רום.

דער ראש ישיבה האט געוואלט ארויסווארפן דעם בחור. "ער ברענגט אונטער די גאנצע ישיבה!" האט ער מיט רעכט גע'טענה'ט, "נאך אזעלכע שעות רצופים, די גאנצע ישיבה איז ערנסט, עס איז די התחלה פון א זומער וואס דארף אזויפיל סייעתא דשמיא אז דער קעמפ זאל דורכגיין בשלום, גייט ער און מאכט 'אין אזא צייט' א פייער???!"

נאר דער בחור, "דאס" כאפט ער נישט. ער כאפט באמת נישט אליין אויף אז יעצט איז אויסדריקליך נישט אין פלאץ קיין פייערס. ער כאפט נישט פארוואס פאריגע וואך אין שטאט ביי נאכטמאל האט דער משגיח איגנארירט די פייערלעך און יעצט פלוצלינג טאר מען נישט. ווען ס'וואלט געווען א תקנה קבועה פון נישט טאלערירן פייערן וואלט ער עס אויך נישט געמאכט. ער ווערט צעמישט ביי א גרויע ליניע. ער טראכט נישט אליין אריין דעם חילוק ווען יא און ווען נישט, אז ווען די ישיבה'ס מצב רוח איז געווען אזוי בין הזמנים'דיג איז די ישיבה "נישט זעענדיג" אבער אין די ערשטע וואך אין קעמפ, גלייך נאך א דרשה און לערנען שעות רצופות, נישט.

דער בחור איז גראדע א טייערע בחור מיט גרויסע שאיפות, ער וויל זיין גוט. אין דער רגע וואס ער האט געכאפט וואס ער האט געטון איז ער געווארן צעבראכן אויף שברי שברים. דער חורבן מיט די קינדער איז אז ווען זיי כאפן זיך איז שוין אפט דערנאך…

מען דארף פארשטיין וואס ליגט אונטער אזא אויפפירונג (כאטש איך זאג נישט אז מען דארף און מען קען עס אייביג טאלערירן). אזעלכע בחורים זענען נישט קיין עכטע מחוצפים. אן עכטער מחוצף איז איינער וואס הערט געמיטליך אויס דעם פסק פון מגי"ש, און אינעווייניג לאכט ער זיך אונטער פונעם מגי"ש ווי ס'דארף צו זיין. ווען איך האלט פאָר א תלמיד פון דעם סארט פון וואס מיר רעדן, שפירט ער גאר שלעכט, ער ווערט פארלוירן, אנגעצינדן און באליידיגט, און ענטפערט צוריק מיט מיליאנען תירוצים… דער איז נישט פון די ריכטיגע מחוצפים. א ריכטיגער מחוצף ענטפערט נישט. ער הערט אויס, שפאצירט אוועק, און לאכט זיך אונטער אויפ'ן וועג גייענדיג צו זיינע חברים טראכטנדיג וויאזוי די בעסטע צו צולייגן דעם מגיד שיעור אויף קליין געלט…

קינדער מיט ADD זענען בטבע ווייך, גוטהארציג און פול מיט געפיל, אבער ווען מען דערזעט נישט זייער אייגנארטיקייט, זעט אפטמאל אויס פארקערט. מען פירט דאן אומזיסטע מלחמות מיט זיי, און ווען דאס קינד איז שוין אין קאמף מיט'ן מחנך, פארלירט ער זיין קאפ. מיט זיין אימפולסיווקייט טוט ער זאכן וואס ער וואלט נארמאל נישט געטון, זאכן וואס פאסן באמת נישט פאר זיין גוט הארץ.

דער דרך ארוכה וקצרה וויאזוי צו האנדלען איז זיך צו אריינטון און ארבעטן לויט דער אייגנארטיגקייט פון דעם קינד. דאס איז נישט גרינג, אבער צום סוף קומט מען אן אסאך בעסער בעז"ה. שוין אפגערעדט אז ווען דאס קינד ווערט נישט אראפגעקלאפט פון זיינע דורכפאלן קען ער אויסנוצן זיינע ספעציעלע נאטורן צו שטייגן.

"עלטערן און מחנכים פון אזעלכע קינדער זאלן וויסן," פירט אויס דער מגיד שיעור, "ווען מען ארבעט מיט אמת'ער געטריישאפט, געדולד און הארץ, ווערט מען אליין איבערראשט פון די וואונדערליכע רעזולטאטן. די קינדער הייבן אן בליען און וואקסן פון זיך אליין. און וויבאלד זיי האבן שטארקערע רצונות און פיל מער אייפער ווי געווענליכע קינדער, צאלט זיך די הארעוואניע אויס גאר שנעל בעז"ה."

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!