וואס איז סאציאלע ענקזייעטי, דער חילוק צווישן געזונטע בושה און ענקזייעטי, און אלעס ארום דעם שמערצליכן דיסארדער וואס איז פון די מערסט פארשפרייטע זעלישע קרענק – אריגינעל ערשינען אין נפשי #2 דורך בן מנחם

 

 

'איך מיין אז איך גיי יא צוגיין צו אים, ער קען דאך מיר נישט בייסן… איך גיי… יויש, פארוואס ווער איך רויט? לאמיר גיין צום שאנק נעמען א ספר, ווי כאילו איך האב נישט עכט געפלאנט צוצוגיין צו אים… אבער אפשר דאך? ער גייט שוין באלד אוועק פון דא. יא, אבער וואס וועט ער טראכטן? סתם? איך וויל אים באגריסן? אייגנטליך, פארוואס וויל איך טאקע צוגיין צו אים? אה, איך וויל ווערן גוט מיט אים, ער איז א געשמאקער מענטש. נו, פאר דעם דארף איך זיך דאך נישט מוסר נפש זיין. ריכטיג, אבער אן מסירות נפש וועל איך נישט רעדן צו קיינעם! איך "מוז" יא צוגיין…'

"ר' איד, אייער ספר איז פארקערט…"

א ספעקטאקל וואס פיל צווישן אונז קענען פונדערנאנט, ביי זיך אדער ביי יענעם. מען וואקלט זיך. יא? ניין? וויאזוי וועט יענער רעאגירן? וועל איך מאכן א גוטן רושם? און נאכ'ן זיך ברעכן איז מען פארנומען טראכטן, וויאזוי האט יענער רעאגירט? איז אים געפאלן וואס איך האב געזאגט? האט איך געהאנדלט נארמאל? אפשר קוקט ער מיר אראפ? א שאד אז איך האב געזאגט דאס און דאס, יעצט טראכט ער אז איך מיין עכט צו זאגן אזוי און אזוי…

"סאציאלע ענקזייעטי דיסארדער" ("SAD") – אנגסט פון דער סביבה, איז איינס פון די מערסט פארשפרייטע פראבלעמען אין דער וועלט פון מענטל העלט. העכער 200,000 מענטשן ווערן יערליך דיאגנאזירט מיט דעם צושטאנד אין אמעריקע אליין, און נאך מיליאנען ליידן דערפון אויף א מילדערן פארנעם. ארום 7 פראצענט פון דער אלוועלטליכער באפעלקערונג ליידן פון סאציאלע ענקזייעטי. זי שטייט אפיציעל אלס דריטע אויף דער ליסטע פון פארשפרייטע זעלישע קרענק, נאך דעפרעסיע און אלקאהאליזם.

סאציאלע ענקזייעטי אנטוויקלט זיך אין רוב פעלער ווען דער מענטש האלט אין די פריע צענערלינג יארן, כאטש וואס עס מאכט זיך אמאל ווען עס הייבט זיך אן נאך פריער, אלס קינד, אדער שפעטער, ווען מען איז שוין ערוואקסן.

ווען א מענטש ווערט אנגעצויגן אין פובליק סיטואציעס, אינדערצייט וואס מיט זיך אליין איז ער באקוועם, דאן קען שטארק מעגליך זיין אז סאציאלע ענקזייעטי שפילט דא א ראלע.

עס איז קאמיש, אדער טראגי-קאמיש, צו באמערקן אז די ר"ת פון סאציאלע ענקזייעטי, און דער וועג וויאזוי זי ווערט גערופן אין קורצן, איז SAD, א זאך וואס שטימט שטארק מיט דער מיינונג וואס דער צושטאנד ברענגט מיט זיך, סאציאלע ענקזייעטי נעמט אוועק די נאטירליכע לעבנסלוסט פון א מענטש און מאכט פרייליכע סיטואציעס זאלן זיין פאר אים א טרויעריגע און געצווינגענע ערשיינונג.

 

א שמחה – אדער א שרעק…

ווען אנשיל איז אריינגעקומען אין זאל האט ער געשפירט ווי ער פארלירט באלאנס. דער מצב איז אים געווען זייער אומגעשמאק. סתם אזוי האט ער נישט ליב צו גיין צו קיין שמחות, אבער ווען ער מוז מוז ער, און ס'איז זייער שווער. אנשיל האט קיינמאל נישט גענומען די מי אריינצוטראכטן פארוואס עס איז אים אזוי שווער, ער ווייסט בלויז דעם פאקט אז שמחות זענען ביי אים פארבינדן מיט אנגעצויגנקייט.

אויב וועט ער יא טיפער אריינטראכטן וועט ער באמערקן אז די עיקר זאכן וואס שטערן אים ביים אריינקומען צו א שמחה זענען די "מענטשן" וואס זענען דארט פונקט ווי אים. די עסן מאכן אים נישט נערוועז, די טישן און בענקלעך שטערן אים נישט. די מענטשן זענען וואס אים באדערט.

צוליב עפעס א באהאלטענע סיבה שפירט ער אז ער דארף "געפעלן" און "אויסנעמען" ביי אלע שושבינין, ווען ער ווינטשט דעם מחותן דארף עס זיין אויף א וועג וואס זאל נישט אראפברענגען דעם בליק וואס דער מחותן האט אויף אים, ווען ער קומט אריין און יעדער קוקט מכלומר׳שט, דארף ער זיך מסדר זיין א פלאץ דאס שנעלסטע וואס מעגליך, קיינער זאל נאר נישט באמערקן אז איך שטיי אזוי אינמיטן זאל "פלאצלאז".

וואס ער כאפט נישט איז אז דער מחותן האט קוים צייט צו אטעמען, זיכער נישט צו מסדר זיין "אימעדשעס" אויף מענטשן. דער עולם זיצט און שמועסט געמיטליך, דער פרישער גאסט אין זאל גייט זיי גאנץ ווייניג אן, אויב זיי באמערקן אים בכלל. דער מענטש שפירט ווי יעדער קוקט אויף אים, יעדער שאצט אים אפ, אבער מיט'ן רעאליטעט האט עס קנאפ שייכות.

עס וועט אבער נישט העלפן ווען מען וועט דעם מענטש אויפקלערן מיט לאגיק אז דער עולם איז אינטערעסירט אין וויכטיגערע זאכן, וויבאלד די קאמפלעקסן קומען נישט פון שכל'דיגע המצאות. עס איז ליבערשט אן אפעקט פון געוויסע געפילן וואס שפילן ביי אים און לאזן נישט קיין מנוחה. "שפירן" און "גלייבן" זענען נישט די זעלבע ווי "וויסן". מען קען וויסן אז א זאך איז נישט ריכטיג און נאכאלץ שפירן פארקערט.

אפטמאל איז דער מענטש אפילו טיילווייז גערעכט מיט זיינע השערות. עס מאכט זיך אמאל א באקאנטער פיגור וואס מען קוקט אויף אים. פארט, קוקן אויף דיר דארף דיר נאכנישט ברענגען ביז ענקזייעטי. פארוואס איז יענער חשוב'ער פון דיר אויף אזוי ווייט אז זיינע בליקן זאלן דיר ארויסנעמען פון נארמאלן הלוך ילך?

עס איז וויכטיג אנצומערקן אז עס זענען פארהאן צוויי סארט סיבות פארוואס מענטשן האבן פראבלעמען אין פובליק סיטואציעס, און עס ווערט צעטיילט אלס סור מרע ועשה טוב. עס זענען דא מענטשן וואס פון נאטור אויס דארפן זיי "געפעלן" פאר יעדעם איינעם. ער דארף אויסנעמען, ער דארף ווייזן אז ער איז עפעס באזונדער, יעדער זאל אים ארויפקוקן, מקנא זיין, און ווילן זיין ווי אים. דאס איז נישט קיין סאציאלע ענקזייעטי און רוב מאל וועלן אזעלכע מענטשן יא וועלן גיין אין פובליק. ביי זיי איז עס א בחינה פון "עשה טוב", זיי טוען פעולות כדי דער עולם זאל מוחל זיין און אים אפשאצן פאזיטיוו.

פון דער אנדערער זייט זענען דא מענטשן וואס זייער עיקר דאגה איז צו זיכער מאכן דער עולם זאל נישט נכשל ווערן אין סור מרע… ער ציטערט "מען זאל אים נאר נישט אראפקוקן", ער פרובירט צו געפעלן כדי מען זאל נישט טראכטן אויף אים עפעס נעגאטיוו. ער איז אנגעצויגן און מאכט זיכער נישט ארויסצוקומען אויסערארדנטדליך ווייל ער וויל נישט מען זאל אים אנאליזירן און קומען צו מסקנות וואס ברענגען אים נישט קיין כבוד. דאס איז סאציאלע ענקזייעטי, אנגעצויגנקייט פון א נעגאטיווע אפשאצונג דורך אנדערע.

 

״סאציאלע ענקזייעטי״ אלס ״דיסארדער״

"סאציאלע ענקזייעטי" איז פארמאל אנערקענט געווארן אלס באזונדערע פאביע-סארט דיסארדער אין  יאר 965' למס', און איז אפיציעל ערשינען אין די DSM – דער אמעריקאנער דיאגנאזירונג בוך פאר גייסטישע פראבלעמען – אין 980'.

סאציאלע ענקזייעטי ווערט דיאגנאזירט ווען דער מענטש שפירט אן אנגייענדן פחד פון איינס אדער מער סאציאלע סיטואציעס, מצבים וואו די ענקזייעטי גייט ארויס פון דעם גדר וויפיל פחד געווענליכע מענטשן האבן אין אזעלכע סיטואציעס.

אינדערצייט וואס מילדע ענקזייעטי ביי געוויסע פון די סיטואציעס זענען נארמאל, וועלן מענטשן מיט סאציאלע ענקזייעטי זארגן און זיין אנגעצויגן איבער די בעפארשטייענדע סיטואציעס וואכן פריער. זיי האבן מורא אז זיי וועלן זאגן אדער טון זאכן וואס וועלן זיי פארשעמען, זיי האבן מורא אז זיי גייען ווערן רויט, אדער אז זיי גייען זיך פאררעדן מיט זאכן וואס וועט זיי מאכן אויסקוקן נאריש.

ווי למשל, פחד בעפאר'ן זאגן א דרשה איז נארמאל, אבער ווען דער פחד נעמט איבער דעם מענטש אויף אן אופן אז ער קען נישט אנגיין מיט'ן טאג-טעגליכן סדר היום וואכן פריער ווייל ער גייט דארפן זאגן א דרשה, דאן ווערט עס כאראקטעריזירט אלס ענקזייעטי.

מענטשן מיט סאציאלע ענקזייעטי האבן א פחד אז מען וועט זיי באטראכטן מיט א נעגאטיוון בליק, אלס רעזולטאט וועלן זיי פרובירן אויסצומיידן די סארט פובליק סיטואציעס ווי ווייט מעגליך, און ווען זיי קענען נישט וועלן זיי עס נעמען מיט גאר א שטארקע סטרעס.

דער הויפט שליסל, דער עיקר פחד וואס סאציאלע ענקזייעטי ליידנדע האבן, איז פון דער מעגליכקייט צו ווערן אפגעשאצט נעגאטיוו דורך אנדערע מענטשן.

קינדער מיט סאציאלע ענקזייעטי וועלן אפטמאל רעאגירן אנדערש ווי ערוואקסענע, זיי קענען אנהייבן צו וויינען, ווערן געפרוירן, אדער צעווילדעוועט. זיי וועלן אויך רוב מאל נישט כאפן אז זייערע פחדים פארמאגן נישט קיין לאגיק, א זאך וואס ערוואקסענע מיט סאציאלע ענקזייעטי כאפן אפט יא בשעת זיי זענען נישט אין קיין סאציאלע מצבים.

 

בושה אדער ענקזייעטי?

עס קען זיין שווער פאר א מענטש צו פארדייען דעם חילוק צווישן נאטירליכע, געזונטע שעמעוודיגקייט און ענקזייעטי. כאטש רוב מענטשן מיט סאציאלע ענקזייעטי זענען גראדע שעמעוודיג, דאך, רוב מענטשן וואס זענען שעמעדיג ליידן נישט אויף סאציאלע ענקזייעטי. און מענטשן וואס זענען נישט שעמעדיג פון נאטור האבן אויך שאנסן צו ליידן אויף סאציאלע ענקזייעטי.

בושה איז א נאטור. געזונטע מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן מיט די מידת הבושה פארמאגן נישט די נעגאטיווע אפעקטן וואס סאציאלע ענקזייעטי ברענגט מיט זיך. זיי לעבן א נארמאלן לעבן, מיט זייער בושה נאטור אינאיינעם.

אסאך מענטשן וואס זענען ארויסגעקראכן פון זייער סאציאלע ענקזייעטי האבן אנגעהויבן הנאה האבן צו זיין אין צענטער פון דער חבורה. זייער סאציאלע ענקזייעטי האט זיי צוריקגעהאלטן פון זיך פירן לויט זייער נאטירליכער דראנג צו רעדן און פירן קופקעס. א ביישן בטבע וועט קיינמאל נישט הנאה האבן צו זיין דער הויפט רעדנער, עס איז קעגן זיין נאטור.

מענטשן וואס האבן נאטירליכע בושה וועלן באטראכטן זייער סיטואציע מיט א פאזיטיוון בליק, זיי לעבן זיך רואיג און די שעמעדיגקייט שטערט זיי קנאפ. פון דער אנדערער זייט, די וואס ליידן פון סאציאלע ענקזייעטי וועלן קיינמאל נישט טראכטן אז זייער איינגעהאלטנקייט איז א מעלה. זיי שפירן זיך ווי געצווינגען צו זיין צוריקגעצויגן, זיי זענען אין אן עמאציאנעלער תפיסה.

 

די סימפטאמען

מענטשן מיט סאציאלע ענקזייעטי וועלן שפירן עמאציאנעלע דרוק, אנגעצויגנקייט, אין די פאלגנדע סיטואציעס:

  • ביים זיך באקענען מיט נייע מענטשן
  • הערן קריטיק און הערות אויף זיך אדער זאכן וואס מען טוט
  • זיין אין צענטער פון אן עולם
  • ווערן אבזערווירט בשעת'ן טון עפעס, ווי למשל עסן אדער רעדן
  • טרעפן וויכטיגע מענטשן, מענטשן מיט מאכט

און נאך אזעלכע סארט סיטואציעס וואו מען שטייט אויס צו ווערן אבזערווירט דורך אנדערע מענטשן אויף סיי וואס פאר אן אופן.

ווען דער באטרעפנדער טרעפט זיך אין אזא סיטואציע וועט ער שפירן אפאר פון די פאלגנדע סימפטאמען:

  • שטארקע אנגעצויגקייט וואס גייט נישט אוועק, דאס איז די הויפט סימפטאם
  • שנעלע הארץ קלאפענישן
  • פאררויטלטע פנים, "בלאשן"
  • אטעמען שווער
  • פארטריקנטע האלז און מויל
  • מורא אויפצוהייבן עפעס, ווי למשל א גלאז וואסער צום טרינקען
  • שווער צו שלונגען דאס עסן
  • מוסקלען "טוויטשעס" (שנעלע שאקלען פון די מוסקלען), בעיקר ארום די מויל און האלז
  • צעמישעניש, שפירן "אויסער זיך"
  • שפירן איבלענישן, "דיזי"

די זאך פון וואס דער מענטש האט בעיקר מורא קען אויך פונאנדערטיילט ווערן צו פארשידענע חלקים, ווי למשל:

  • איך וועל אויסזען צו פשוט, אן קיין חידושים
  • איך וועל אויסזען אומטויגליך
  • איך וועל רויט ווערן, "בלאשן"
  • איך וועל אויסזען נאריש
  • איך וועל אויסזען אנגעצויגן

סאציאלע ענקזייעטי קען צעטיילט ווערן אין פארשידענע פארמען, עס זענען דא מענטשן וואס האבן מורא אין אלע סאציאלע סיטואציעס, זיי האבן אלע סימפטאמען, און זענען אנגעצויגן מיט אלע דערמאנטע ספיקות. אנדערע האבן מורא ביי איין געוויסע סיטואציע, אבער דארט האבן זיי אלע סימפטאמען און אלע ספיקות. געוויסע וועלן מורא האבן ביי אלע סיטואציעס אבער נאר האבן איין סארט פחד און/אדער נאר איין סארט סימפטאם.

לעצטנס מאכט מען שטודיעס צווישן סאציאלע ענקזייעטי פאציענטן צו דערגיין אויב דאס ארבעט מיט א געוויסע מהלך און צי עס איז שייך אפצוטיילן סאציאלע ענקזייעטי און מאכן דערפון אפאר קאטעגאריעס. צום ביישפיל, אויב זעט מען אז רוב מענטשן וואס האבן מורא פון אלע סארט סיטואציעס ליידן פון געוויסע דריי סימפטאמען, אינדערצייט וואס מענטשן וואס ליידן נאר ביי איין געוויסע סארט סיטואציע האבן בעיקר אנדערע סימפטאמען, איז א סימן אז די צוויי זענען אפגעטיילט משורשם.

די גורמים

ווען עס קומט צו "מענטל העלט" איז דער "גורם" אדער "שורש" פון די פראבלעמען דער מערסט פארוויקלטער חלק. יעדער זאגט וואס ער וויל, אמאל איז יעדער גערעכט און אמאל נישט. דער דאקטאר וועט אייביג אריינווארפן איבער ביאלאגישע און גענעטישע פאקטארן וואס שפילן א ראלע. דער טעראפיסט וועט אנהענגען די פראבלעמען אין דעם וועג פון טראכטן, השפעה פון דער סביבה, און אויף דעם עבר פונעם מענטש. דער נוטרישאניסט וועט אלעס ארויפלייגן אויף וויטאמין מאנגל, נאשעריי, און דעם היינטיגן וועג פון עסן.

אלזא, צו קומען זאגן דעם שורש פון א פראבלעם איז קאנטראווערסיאל און אפטמאל אומריכטיג. ווער רעדט נאך ווען מען זעט קלאר ווי מיינונגען טוישן זיך דורכאויס די יארן, נייע שטודיעס קומען ארויס, אמאליגע פאקטן ווערן היינט באטראכט ווי דמיונות, און אמאליגע דמיונות זענען היינט פאקטן, כתורה מסיני.

אין דער מעדיצינישער וועלט איז היינט אנגענומען אז סאציאלע ענקזייעטי פארמירט זיך בעיקר אין רעזולטאט פון די השפעה וואס די משפחה און סביבה וואו מען איז אויפגעוואקסן האבן אויפ'ן מענטש. כאטש וואס די נאטירליכע גענעטישע חלק שפילט אויך א ראלע, דאך וועלן גענעטישע פראבלעמען נישט מאכן דייקא סאציאלע ענקזייעטי, עס קלאפט פונקט אזוי אויס אויף דעפרעסיע און סתם ענקזייעטי, "סאציאלע" ענקזייעטי האט בעיקר מיט די סביבה.

קינדער פון זידלערישע ("אביוסיוו") עלטערן, קינדער וואס זענען גע'רודפ'ט געווארן יונגערהייט, און קינדער וואס זענען דורכגעגאנגען טראומא ווי פארלירן עלטערן, מיטהאלטן טראגעדיעס, אדער נאך ערגער, אזוי אויך מענטשן וואס ליידן פון אנדערע נפשיות'דיגע פראבלעמען, זענען מער אויסגעשטעלט צו אנטוויקלען סאציאלע ענקזייעטי.

 

קאמפליקאציעס

אויב לאזט מען זאכן לויפן קען סאציאלע ענקזייעטי איבערנעמען דאס לעבן, שטערן די ארבעט, אוועקנעמען די נאטירליכע לעבנסלוסט, און פירן צו דעפרעסיע. עס קען אויך ברענגען:

  • נידריגע זעלבסט-שאץ ("סעלף עסטיעם")
  • נידריגע שטארקייט ("קאנפידענץ")
  • נעגאטיווע מחשבות אויף זיך
  • ווערן סענסיטיוו צו קריטיק
  • שוואכע "סאציאלע סקילס"
  • איזולאציע און שוועריגקייטן אנצוהאלטן א קשר מיט מענטשן
  • אנדערע ענקזייעטי דיסארדערס

יעדע פון די דערמאנטע זאכן זענען פראבלעמען וואס קענען אנטוויקלען אנדערע דיסארדערס און מחלות הנפש. ווי לענגער מען לאזט עס לויפן אלץ מער פארוויקלט קען עס ווערן.

 

טעראפי און הילף

שטודיעס ווייסן צו פארציילן אז נאר ארום האלב פון די מענטשן וואס ליידן אויף סאציאלע ענקזייעטי גייען זיך למעשה העלפן. דאס קומט אין רעזולטאט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז דאס איז א חלק פון זייער פערסאנאליטעט און מ'קען עס נישט העלפן. אדער ביי קינדער, אז זיי וועלן עס אויסוואקסן, ווען פאקטיש טוישט זיך גארנישט אליין און מען דארף הילף ארויסצוקריכן דערפון.

די צוויי מערסט-באנוצטע מהלכים וויאזוי צו העלפן סאציאלע ענקזייעטי זענען מעדיצין און רעדן-טעראפי, א שטייגער ווי CBT. און מען נוצט אפט ביידע צוזאמען. עס זענען דא נאך מהלכים וואס ווייזן גינסטיגע רעזולטאטן, עס זענען אויך דא זעלבסט-הילף מעטאדן, דורך ביכער און פראגראמען. דער עיקר איז מען זאל זיך אדורכרעדן מיט א מומחה בעפאר מען טוט סיי וואס.

 

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!