"עס איז נישט וואס עס פאסירט, נאר וויאזוי דו קוקסט אויף דעם", לויטעט אן אלטן ציטאט. פראבלעמען זענען נאר פראבלעמען ווייל מיר האלטן אז זיי זענען פראבלעמען, די מינוט וואס אונזער בליק טוישט זיך ווערט דער פראבלעם בטל למפרע און לאזט קיין זכר. – אריגינעל ערשינען אין נפשי #3 דורך בן מנחם

 

וואס וואלט איר געזאגט צו א קינד וואס רעאגירט נישט צו וואס מען רעדט צו אים? א קינד וואס קען נישט רעדן, וואס קען נישט גיין, וואס קען נעבעך נישט עסן קיין נארמאלע מאכלים, וואס מען דארף אים באדינען אויף יעדן ריר? איר וואלט מסתמא שטארק רחמנות געהאט אויף אים און אויף זיינע עלטערן. עס פעלט אים נעבעך אזויפיל טאג-טעגליכע נארמאלע פונקציעס וואס זענען ווי א חלק פון לעבן. נישט אזוי?

וואס טוט זיך אבער ווען איר ווערט געוואויר אז דאס קינד איז נישט מער ווי א חודש אלט? אה… דאס איז שוין אן אנדערע מעשה אינגאנצן! אבער לאמיר אריינטראכטן אביסל, איז דען נישט גערעכט צו וויינען אויף די אלע זאכן וואס פעלן פונעם נארוואס געבוירענעם קינד? ער קען נעבעך גארנישט טון, קוים וואס ער באוועגט זיך און וויינט אביסל. וואו זענען אונזערע רחמנות געפילן? פארוואס שפירן מיר אז דאס איז נישט מער ווי נארמאל?

ווייל עס איז טאקע נישט מער ווי נארמאל… דער מוח פונעם מענטש נעמט אויף זאכן צו וואס ער איז צוגעוואוינט אלס נארמאל כאטש וואס ווען עס וואלט געקומען אומגערישט וואלט עס געווען די גרעסטע צרה און אומגליק.

אט די נקודה ברענגט צו א מסקנא אז עס לוינט זיך צו איינגעוואוינען דעם מוח צו סיטואציעס וואס יעדער גייט אמאל דורכגיין. א פארנומענער, אנגעצויגענער ערב שבת אין א קינדער-געבענטשטער משפחה וואלט שוין רואיג געמעגט באקומען דעם 'נארמאל' סטאטוס. שטעלט אייך פאר ווי פיל רואיגער מיר וואלטן געווען ווען מיר נעמען שוין אן איינמאל פאר אלעמאל אז דאס איז די נארמע.

אבער דאס איז אביסל אן אומריכטיגער משל, ווייל עס איז אפטמאל אין אונזערע הענט צו טוישן דעם מצב דורך טון זאכן גענוג פרי עס זאל נישט אנקומען צו קיין באלאגאן. אבער וואס טוט זיך מיט א נישט-זויבערע מקוה שבת צופרי? אדער טראפיק אויפ'ן וועג? פארוואס זיך עסן כסדר ווען מען קען עס אננעמען אלס א נארמע.

לאמיר אייך מגלה זיין א גרויסן סוד: דורכפעלער זענען נארמאל! נישט שלימות'דיגע פראיעקטן זענען נארמאל! מענטשן וואס שטימען נישט מיט וויאזוי איר ווילט זענען א חלק פון לעבן! ווען מען כאפט אז קיין שלימות איז נישט פארהאן, און אז לעבן שטעלט פאר מיט זיך צוויי וועגן, איינס א פרייליכע און איינס נישט אזא פרייליכע, בלייבט דער אויסוואל פאר'ן מענטש אליין. זייער א פשוט'ער אויסוואל.

כלפי מה דברים אמורים? הערט א מעשה:

איך שפאציר אריין אין מקוה איין שיינעם טאג, און איך טרעף אן איבערקערעניש. די שול באערדע האט זיך גענומען אין דער האנט אריין און אנגעהויבן מאכן רענאוואציעס וואס וועלן בעזהשי"ת פיל פארשענערן און פארבעסערן דאס פלאץ. איך האב געהאט אפאר וואכן וואס דאס מקוה-גיין איז געווען א שטיקל אפקומעניש, אבער וויסנדיג אז דאס איז אויפ'ן חשבון פון א שענערע מקוה פאר יארן לאנג האב איך געמאכט דעם פשוט'ן איינס פלוס איינס קאלקולאציע אז עס לוינט.

אבזערווירנדיג די שטימונג אין מקוה אין יענע 'שווערע' וואכן האט זיך ארויסגעשטעלט א קאלירפול און אינטערעסאנט בילד. עס זענען געווען מענטשן וואס האבן באוואונדערט די ארבעט וואס ווערט געטון און אויסגעלויבט די איבערגעגעבנקייט פון די וואס ארבעטן דערויף. עס זענען געווען וואס האבן געגליכן די טיילס וואס מען לייגט, אנדערע האבן אויסגעדריקט הנאה פון דעם וואס מען האט ארויסגעשליידערט אלע לעכער וואס פארמאגן ארום זיך אביסל האנטוך, און אנשטאט געקויפט פרישע געשמאקע האנטוכער ליהנות בהם בני אדם. עס איז געווען א מחיה צו זיצן ארום די סארט מענטשן. די שטימונג איז געווען פרייליך און לוסטיג ווען יעדער ברענגט ארויס וועלכע חלק פון דער ארבעט עס געפעלט אים דאס מערסטע.

צומארגנס האב איך זיך געטראפן שטיין נעבן אן אנדערע גרופע אידן. דער שמועס דארט איז ווייט נישט געווען אזוי געמיטליך ווי דער נעכטיגער. ראובן איז געווען פארנומען פארוואס מען שמוצט אן די גאנצע מקוה מיט קאנסטרוקציע פונקט יעצט און נישט זומער ווען דער עולם איז אויף די בערג. שמעון האט זיך גערעגט אז 'אויב מען מאכט שוין יא' וואלט מען געדארפט צולייגן נאך צוויי בורות, און בכלל אפשר איינווארפן די גאנצע ביהמ"ד געביידע און אנהייבן א נייע בלאט. לוי האט נישט ליב געהאט דעם קאליר פון די האנטוכער; 'אז מען קויפט שוין יא זאל כאטש זיין צו דער זאך', האט ער גע'טענה'ט.

דער חילוק צווישן די צוויי גרופעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווי פון הימל ביז ערד. און דאס האט מיר איבערגעלאזט מיט חומר למחשבה. עס האט ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די מענטשהייט טיילט זיך אין צוויי קאטעגאריעס. עס זענען פארהאן פאזיטיווע אינדיווידועלן און נעגאטיווע.

פאקטן ווייזן אז די מענטשן וואס טראכטן און רעדן אייביג פאזיטיוו לעבן א פאזיטיווע לעבן. זיי זעען אייביג נאר די פולע זייט פונעם גלאז און דאס מאכט זיי הנאה האבן פון זאכן וואס זיי באקומען. פון דער אנדערער זייט, די מענטשן וואס זענען נעגאטיוו, האבן למעשה נישט הנאה פון גארנישט.

די וועלט איז נישט געווען און וועט נישט זיין פערפעקט. שלימות איז א זאך מיט וואס נאר איינער צייכנט זיך אויס, און דאס איז דער אויבערשטער אליין. אויב מען זוכט וועט מען איבעראל טרעפן זאכן וואס זענען נישט קיין שלימות, און דער וואס טרעפט עס און כאפט נאר דאס וועט קיינמאל נישט עכט הנאה האבן פון גארנישט.

שמועסנדיג מיט הרב יושע לאנגסאם (זעט לענגערן שמועס אין דעם נומער) איבער ענקזייעטי האט ער ארויסגעברענגט אז דער ענקזייעטי ליידנדער וועט קיינמאל נישט הנאה האבן פון וואס ער דערגרייכט. וויבאלד ער האלט שוין נאך צוויי וואכן ענקזייעטי צי דער דיעל גייט געלונגען אדער נישט, און ווען עס געלונגט למעשה בארואיגט ער זיך פשוט. אההה, נאך א מזל עס איז געלונגען. פון דער אנדערער זייט, ביי מענטשן וואס ליידן נישט פון ענקזייעטי איז יעדע עררייכונג א מתנה, מען שפירט דעם גוטן געפיל פון הצלחה.

דאס זעלבע איז אויך דער חילוק צווישן מענטשן וואס טראכטן נעגאטיוו צו מענטשן וואס טראכטן פאזיטיוו. דער פאזיטיווער מענטש האט הנאה פון אלעס, דער נעגאטיווער מענטש האט נישט קיין הנאה פון גארנישט. די וועלט האט אין זיך ביידע חלקים, יעדער האט די בחירה ארויסצוהייבן און צו נוצן דאס וואס ער וויל. מען דארף נאר האבן דעם דעת צו בלייבן אויף דער פאזיטיווער זייט.

מענטל העלט פראבלעמען נעמען זיך פון – אייגנטליך, פון וואס? עס איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים. אבער עס זענען פארהאן זאכן וואס פארגרעסערן די שאנס. נעגאטיוויטעט ציילט זיך צווישן זיי. ווי געשמועסט אין ערשטן נומער פון נפשי ("גייסטישע פראבלעמען אמאל קעגן היינט") האט די סביבה פון א מענטש א גרויסע השפעה אויף זיין גייסטישן געזונט. ווען א מענטש דרייט זיך אין א סביבה וואו יעדער האלט אן אויג אויף יעדן און יעדער פרובירט צו געפעלן פאר יעדן וועט ער אויך פרובירן צו געפעלן פאר יעדן. ווען דאס גאנצע לעבן ווערט איבערגעדרייט צו א ראד פון "וואס וועט יענער זאגן", באקומט מען מער נישט קיין סיפוק פון סיי וואס מען טוט, ווייל איך טו עס דאך צוליב יענעם. דאס איז וואס ברענגט אנגעצויגנקייט צו געפעלן פאר'ן עולם, און דעפרעסיע נאכ'ן שפירן אז מען לעבט אן קיין אייגענע מאטיוואציע.

דאס זעלבע קען געזאגט ווערן ווען א קינד וואקסט אויף אין א נעגאטיווע אטמאספערע. אויב איז דער טאטע אדער די מאמע כסדר פארנומען צו רעדן איבער אלעס וואס ווערט נישט געטון ריכטיג, ווערט אומדירעקט אינסטאלירט ביים קינד אין מוח מאלווער און ווירוסן. ער באקומט א בליק אויף דער וועלט ווי כאילו אלעס איז שווארץ. ער באקומט א משונה'דיגע לחץ איבערצוקומען די אלע ערליי קריטיק וואס ווערן געווארפן צו אלע ריכטונגען. דאס הייסט, ער פרובירט זיך אויפצופירן אויף א וועג וואס זאל זיין דאס מערסטע 'אנדערש' פון די זאכן אויף וואס ער האט געהערט קריטיק א גאנץ לעבן. און ווי מער קריטיק ער הערט אלץ מער קאמפליצירט איז זיין ארבעט.

דאס קינד וואקסט אויף צו א שווארצע וועלט. קיינער האט אים נישט אויסגעלערנט וויאזוי מען קוקט אן א זאך גוט – א סקיל וואס פעלט שטארק אויס אין לעבן. מען נעמט אים אוועק די נאטירליכע לעבנסלוסט וואס א נארמאלער מענטש פארמאגט, ער זעט נישט קיין גוטס אין גארנישט – א פאקטאר וואס שפילט שטארק צו צו דעפרעסיע. און אויב פרובירט ער צו זיין בעסער פון די אלע הונדערטער מענטשן וואס זענען שוין געווען אויפ'ן טיש ביי זיי אינדערהיים קען עס ברענגען ענקזייעטי זאל זיך אנטוויקלען. ער וועט כסדר זיין אנגעצויגן צי ער קומט טאקע ארויס בעסער ווי די וואס ווערן בארעדט.

א קינד'ס מוח איז א מאשין וואס קען נאר דרוקן שווארץ אויף ווייס. קאלירפולע טינט ביים מענטש אין מוח איז א מתנה וואס רוב פון אונז באקומען ערשט ווען מען ווערט עלטער. ווען א קינד הערט א מילד-נעגאטיווע אדער זלזול'דיגע אפשאצונג אויף סיי וואס, באקומט ער דערויף א שווארץ בילד. און די זעלבע איז פארקערט אויך, א קליינע פאזיטיווע באמערקונג מאכט דעם קינד אפמאכן אז די זאך איז זייער פיין.

קאמענטארן וואס ביי ערוואקסענע זענען זיי נישט מער ווי קאמענטארן, ווערטער וואס מיר נעמען נישט ערנסט וויסנדיג אז דער וואס זאגט עס מיינט עס אויך נישט, נעמען די קינדער אן ווי עס ווערט געזאגט. "מיין ברודער גייט נישט חתונה האבן פאר די 24 יאר," הער איך א קליין יונגל פארציילן פאר זיין חבר. אפירנעמענדיג דאס קינד איז ארויסגעקומען אז זיין ברודער, וואס איז שוין אין די 'יארן', האט זיך אויסגעדריקט פאר'ן טאטן אז פון זיין זייט וואלט ער געפארן לערנען אין ישיבה אין ארץ ישראל ביז די 24 און ערשט נאכדעם אנגעהויבן טראכטן פון א שידוך… א מילביג וויצל וואס איז אנגענומען געווארן ביים קינד מיט דער גאנצער ערנסטקייט.

און דא קומט אריין א נושא וואס אסאך ווילן וויסן. נעמליך, וויאזוי קענען מיר, אלס עלטערן, פארמינערן די שאנס אז אונזערע קינדער זאלן אנטוויקלען א נפשיות'דיגע אומארדענונג ווען זיי וואקסן אויף. און דער תירוץ אויף דעם דארף ווערן צעטיילט אויף צוויי. איינס וואס נישט צו טון און איינס וואס מען קען יא טון. לגבי דעם ערשטן חלק קען מען זאגן אז אנהאלטן א פאזיטיווע לופט אין שטוב איז א שטארקע מיטל צו פארמיידן שפעטערדיגע קאמפליקאציעס.

איי, וויאזוי טוט מען דאס? למעשה בין איך נישט צופרידן פונעם שכן וואס לייגט זייער קינדער וועגעלע פונקט פארנט פון מיין טיר. די גראסערי האט געשיקט אין די ארדער אפאר אומריכטיגע פראדוקטן. אין בית המדרש האט איינער אוועקגענומען מיין זיץ. און ווער ווייסט וואס נאך.

דער מהלך אויף דעם איז זייער פשוט, לערנט אייך פונעם בעיבי. די הויפן "פראבלעמען" מיט וואס א ניי געבוירן קינד קומט ווערט ניטאמאל באמערקט, וויבאלד עס איז די נארמע. מיר דארפן אנהייבן כאפן אז די אלע אנדערע פראבלעמעלעך זענען אויך נארמאל און א חלק פון לעבן. די גראסערי ארדער, דער שכן, און די מענטשן אין בית המדרש, זענען קיינמאל נישט געווען און וועלן קיינמאל נישט זיין, פערפעקט. נישטא קיין שלימות אין עולם העשיה. פארגעס דערפון! די אלע דורכפעלער זענען א חלק פון לעבן און זענען נארמאל!

אנשטאט פאקוסירן אויף וואס מען האט נישט, לאמיר באטראכטן די אלע גוטע זאכן וואס קומען פאר אין אונזער לעבן. עס וועט אריינברענגען פאזיטיוויטעט אין אונז, אונזער משפחה און ארומיגע. מיר וועלן הנאה האבן פון לעבן. מיר וועלן הנאה האבן און געניסן פון יעדע געשמאקע זאך וואס קומט פאר.

אסאך אויבנאויף נעגאטיווע מענטשן באשטייען פון דעם סארט וואס 'רעדן' נעגאטיוו כאטש זיי מיינען עס נישט צו ערנסט און נעמען נישט פערזענליך די זאכן וואס זיי בארעדן. עס האט לכאורה מיט א געוויסע געפיל פון חכמה ווען מ'קען זאגן וואס עס איז "נישט" דא. א מענטש האט ליב צו רעדן חידושים. וואס עס איז דא זעט דאך יעדער, וואס עס איז נישט דא, דא איז א נייעס… וואס מען "וואלט געקענט" אדער "געדארפט" מאכן איז זיין אייגענע יצירה וואס ער שפירט פאר ראוי צו פארקויפן פאר זיין ברייטן קרייז פון צוהערער.

איך האב א נייעס צו דערציילן. רבותי! איר ווילט דער עולם זאל זיין אינטערעסירט אין וואס איר האט צו זאגן? איר ווילט פארדינען שעצונג און אנערקענונג אין די אויגן פון אנדערע? איר ווילט שפירן ווי איר ברענגט עפעס צום טיש שמועסנדיג מיט חברים? זייט וויסן אז פאזיטיוויטעט איז אייער ענטפער!

די טבע פון מענטשן איז אז מען ציט צו געמיטליכקייט. מענטשן גלייכן א סביבה וואו מענטשן זענען צופרידן, וואו מען דארף נישט זיין באזארגט אז אויב וועט מען טון סיי וואס וועט מען האבן צו הערן א רייע פון אומאנגענעמע קאמענטארן דערויף. מענטשן האבן ליב ווען דער גייסט איז פאזיטיוו. ווי מער סחורה איר וועט צושטעלן פון דעם קוואליטעט אלץ מער מענטשן וועלן הנאה האבן אין אייער סביבה.

איבערהויפט אינדערהיים. אויב וועלן די קינדער אויפוואקסן אין א שטוב וואו זאכן ווערן באטראכט פאזיטיוו. א שטוב וואו קריטיק און נעגאטיווע באמערקונגען ווערן געלאזט פאר נאר עכט אומאנגענעמע סיטואציעס. האבן זיי שטארקערע שאנסן פאר א געבויטע און געזונטע כאראקטער.

דאס זעלבע איז ווען עס קומט צו שלום בית. עס זענען פארהאן שטיבער וואו יעדע מאל וואס דער מאן/ווייב רופט הערט מען פונעם צווייטן צד: "דו ווילסט נישט הערן וואס עס איז יעצט געווען! אברהם האט איבערגעדרייט א גאנצע שאפע, יצחק הערט נישט אויף צו וויינען אין קאפ, יעקב'ס פוס טוט אנגעבליך וויי, משה'לע מאכט שוין ווייטער שמוציג די נארוואס אויפגעוואשענע פלאר, און מיין בויך דרייט זיך ווי נישט נארמאל."

אויב דאס איז דער געווענליכער סך הכל פון יעדע טעלעפאנישע שמועס צווישן די צוויי זייטן וואס דארפן ווען אין פרידנסצייטן אנהאלטן אן אזויגערופענע 'שלום בית', איז עס א גרויסע רחמנות. אויב דער שלום בית צווישן מאן און ווייב דרייט זיך בלויז ארום נעגאטיווע זאכן איז דאס קיין שלום בית נישט. ווייל קיינער גלייכט נישט צו הערן נעגאטיוו א גאנצן טאג. דאס מיינט אז מען גלייכט נישט דעם קשר וואס מען האט מיט דעם מענטש. זייער אן אומאנגענעמע סיטואציע.

יעדער מענטש האט א באזונדערע קשר מיט יעדן אויף זיין קאנטאקט ליסטע. ווען איינער רופט קוקט מען אויפ'ן "קאלער איי-די", אויב זעט מען א פרעמדן נומער הייבט מען אויף מיט א פארווע "העלא?", און ווען יענער אידענטיפיצירט זיך טוישט זיך דער טאן אינגאנצן, געוואנדן לויט וויאזוי דער קשר מיט יענעם ארבעט.

עס זענען פארהאן מענטשן מיט וועם מען שפירט גוט צו זאגן וויצלעך, מיט א צווייטן רעדט מען נאר 'תכלית', א דריטער איז גוט אין פאליטיק, און עס זענען פארהאן די וואס מען דרוקט אויף זיי אפט דעם "איגנאריר" קנעפל וואס קומט אריינגעבויט אין יעדן טעלעפאן. נעמליך, צו די נעגאטיווע מענטשן.

לאמיר פרובירן זיכער מאכן אז ווען יענער זעט אונזער נומער אויפ'ן איי-די, זאל ער אויפהייבן אין א פאזיטיווע שטימונג.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן