דער גרויזאמער ווארעמ'ל וואס בויערט אומאויפהערליך אין קאפ מיט אבסעסיעס וואס זענען גורם קאמפולסיעס. וואס איז OCD, וויאזוי אפעקטירט זי די ליידנדע און וואס קומט פאר אין טעראפי צימער? – אריגינעל ערשינען אין נפשי #3 דורך הרב לוי יצחק אבערלאנדער LMSW

 

"דאס פאלגנדע איז אן ארטיקל וואס איך גיי אמאל שרייבן," הייבט זיך אן א בריוו וואס איך האב נישט לאנג צוריק ערהאלטן פון מיינס א קליענט, "איך וועל עס רופן 'פון שטילע גיהנם צו פרייהייט'. איך קען שרייבן און שרייבן און שרייבן וואס איך גיי אדורך און קיינער וועט מיך נישט פארשטיין. נאר איינער וואס האט עס מיטגעמאכט קען פארשטיין. איך רעד דא פון טיפע עמאציאנעלע פיין, עס איז אוממעגליך צו דערטראגן, מען שפירט ווי מען פארלירט דעם קלארן דעת, עס איז ווי מען וואלט געווארן פשוט משוגע.

"איך האב נישט הנאה פון קיין איין סעקונדע אין קיין איין טאג, 365 טעג א יאר. איינער פון די עיקר שוועריגקייטן פון מיין OCD איז אז אנדערש ווי א מענטש וואס איז קראנק וואס באקומט כסדר חיזוק און פארשטאנד, און קיינער באשולדיגט אים נישט, הער איך נישט אויף צו ווערן אטאקירט ווען מענטשן באמערקן וואס עס גייט פאר מיט מיר. און ווען מען באמערקט נישט דארף איך לעבן א טאפלט לעבן; פון איין זייט דארף איך לערנען, דאווענען און אנגיין מיט מיין סדר היום, אבער פון אינעווייניג בין איך צעריסן אויף שטיקער. ווען איך זאל נישט דארפן אנגיין מיט מיין סדר היום וואלט געווען א האלבע ישועה.

"די סטרעס פון מורא האבן אז מען גייט צאמפאלן פון דעם עול איז איום ונורא. נישט נאר וואס איך שפיר אז די OCD רייסט שטיקער פון מיר לעבעדיגערהייט נאר דאס באהאלטן און אנשטעלן א פנים כאילו אלעס איז גוט, דאס וועגט איבער אלעס. איך שפיר ווי איך הענג אויף א בריק מיט איין האנט, און מיינע כוחות לאזן זיך אויס, די האנט גליטשט זיך וואס א מינוט מער און מער…

"יעדע צופרי ווען איך זאג מודה אני איז מיין ערשטע מחשבה וויאזוי איך גיי ענדיגן דעם טאג אונטער די יסורים. איך בין גענצליך אליינס.

"איך פארלאז זיך אויפן אייבערשטן אז ער גייט מיר העלפן און איך האב בטחון אז אלעס איז לטובה."

ביז דא איז דער בריוו.

OCD איז א צושטאנד וואס בארויבט דעם מענטש אויף אלע פראנטן. עס צערייסט אים צווישן זיך אליין, ווען א חלק מוח ציט רעכטס בשעת די אנדערע חלק וויל דייקא גיין לינקס. אט זענען אפאר דוגמאות פון אונזער פראקטיק.

*

יאנקעלע, א תמימות'דיגער 13 יעריג בחור'ל, קומט אהיים פון חדר, און יעדע צוויי מינוט שטעלט ער אלעס אפ מיט די אויסרייד אז ער דארף יעצט קאנצענטרירן. נאך א שטיק צייט אויף דעם אופן איז ער געגאנגען א טריט ווייטער און איינגעהאנדלט א וועקער זייגער וואס ער האט אנגעשטעלט צו קלינגען יעדע צוויי מינוט. אויף דער פראגע פון זיינע עלטערן וואס עס גייט פאר, און וואס איז פשט פון די אלע נייע מאדנע מנהגים, האט יאנקעלע געענטפערט מיט א תמימות:

"מיין רבי האט לעצטע וואך פארגעלערנט א נועם אלימלך וואס פרעגט אויפ'ן פסוק אין פרשת בהר "וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית", לכאורה זייט ווען שטייט אין די תורה א קשיא? נאר די תירוץ איז אז בעצם האט יעדער איד השפעות פונעם אויבערשטן אלעס גוטס, און דאס איז איינגעשטעלט געווארן אז עס קומט אראפ נאטירליך. אבער דאס איז אלעס נאר ביז מען פרעגט שאלות, ווען מען הייבט אבער אן צו פרעגן "מה נאכל", מען הייבט זיך אן צו זארגן, די בטחון איז נישט גאנץ, דעמאלט דארף קומען א באזונדערע ציווי השם פון "וצוויתי את ברכתי", ווייל די נארמאלע השפעה שטעלט זיך ח"ו אפ."

האט יאנקעלע ארויסגענומען פון דעם אזוי: כדי מיין משפחה זאל זיין געזונט, עס זאל זיין פרנסה בריווח, און עס זאלן זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען ח"ו, דארף איך דאך האבן בטחון. מען טאר נישט האבן קיין שאלות אפילו פאר א רגע, ווייל אויב יא וועט דאך געשען א טראגעדיע. די איינציגסטע עצה דאס אויסצופירן, האט יאנקעלע געהאלטן, איז דורך אנשטעלן א וועקער זייגער וואס זאל קלינגען יעדע צוויי מינוט צו דערמאנען אז אלעס קומט פון השי"ת.

יאנקעלע איז שפעטער געווארן מיין קליענט. זיין דיאגנאז איז געווען "OCD".

*

א יונגערמאן, 40 יאר אלט, איז געקומען צוליב א צווייטע סיבה. אייגנטליך, די זעלבע סיבה, OCD, נאר פארשטעלט אונטער אן אנדער שלייער. ער האט קיינמאל נישט אריינגענומען קיין געסט ביי זיך אינדערהיים. ווייל ער האט געהאט אן אינטערעסאנטן מנהג וואס ער האט נישט געוואלט אז אנדערע זאלן באמערקן.

אין זיין הויז איז נישט געווען צו באקומען קיין שארפע זאכן, א שטייגער ווי מעסערס, שערלעך, גאפלעך, און אזוי ווייטער. אלע שארפע פראדוקטן זענען געווען פארשפארט אין א לעדל צו וואס זיין ווייב איז געווען די איינציגסטע וואס האט געהאט צוטריט. די סיבה דערביי איז געווען דער פאקט אז ער האט געהאט א חשש אז אויב וועט ער האבן א מעסער אדער א שערל וועט ער ח"ו שעדיגן זיינע קינדער.

מיינט נישט אז די רעדע איז פון איינעם וואס איז עלול אפצוטון אזעלכע זאכן, מען רעדט פון איינעם א צדיק א בן תורה, ער וואלט נישט געטשעפעט קיין פליג אויפן וואנט. עס איז אים פשוט אריין אין קאפ א פאביע אז מעסערס און גאפלעך קענען שעדיגן זיינע קינדער און אלס רעזולטאט האט ער דעזיגנירט א פארשפארטע לעדל פאר דעם צוועק.

שבת פלעגט ער מאכן א קריץ אויף די חלה מיט א פלאסטיק מעסער און פון דארט און ווייטער האט מען געריסן שטיקער מיט די הענט. דאס איז פארשטענדליך געווען בזיונות, און וועגן דעם האט ער זיך אפגעהאלטן פאר 20 יאר נישט אריינצונעמען קיין געסט ביי זיך אין שטוב.

אבער ווי לאנג קען מען זיך דען ארויסדרייען? האט זיך געמאכט אמאל וואס ער האט געמוזט ארייננעמען א גאסט, דער גאסט האט מיטגעהאלטן דעם וועג וויאזוי זאכן גייען דארט צו און ער האט אים איידעלערהייט גערופן אין א זייט און מסביר געווען אז עס זענען דא וועגן וויאזוי ער קען זיך העלפן.

*

הרב ווייס פלעגט ארויסגיין פון זיין שלאף שטוב אפאר מאל א נאכט כדי זיכער צו מאכן אז זיינע 8 לעכטיגע קינדער דערשטיקן זיך ח"ו נישט פון זייערע דעקעס. ער פלעגט ארומגיין פון בעט צו בעט זיכער מאכן אז די פנימ'ער זענען נישט פארדעקט, ווען אין קאפ האט ער א בילד ווי ער שטייט אויף צופרי צו 8 לוויות, רח"ל.

שמואל, א גאר געלונגענער בחור פלעגט טעגליך אנטרינען ווערן ביי "ובא לציון" נאך שחרית צו אן אומבאקאנט ארט. ער איז נישט געווען פון די סארט בחורים וואס זוכן צו ענדיגן דאווענען שנעל, און די סיבה צו זיין ארויסלויפן איז וועגן דעם געווען א חידה סתומה ביי זיינע מחנכים אין ישיבה.

א קורצע אויספארשונג האט זיי געוויזן אז ער לויפט נישט מער און נישט ווייניגער עסן פרישטאג פריער פון יעדן – א זאך וואס האט איבערגעלאזט די ישיבה באערדע שאקירט. נאכן אנשרייען דעם בחור איז אבער ארויסגעקומען דער אמת אז ער טוט עס צוליב וואס דאס עסן צוזאמען מיט יעדן האט אים דערשראקן מחשש אז איינער וועט אריינשפייען אין זיינע מאכלים אינמיטן רעדן און ער וועט קראנק ווערן דערפון רח"ל.

א צווייטער בחור האט יעדע פאר וואכן געמוזט קויפן נייע שוך, ווייל ער האט נאך יעדע פאר טריט מורא געהאט אז ער האט אריינגעטרעטן אין עפעס נישט גוט און האט כסדר געריבן די שיך אין דער ערד זיכער צו מאכן אז די שמוץ גייט אראפ.

 

"אבסעסיוו קאמפולסיוו דיסארדער"

אסאך האבן שוין געהערט איבער OCD – איינס פון די מערסט באקאנטע דיסארדערס ביים היימישן ציבור, נישט אלע ווייסן אבער די ווערטער וואס ליגן אונטער דעם "קאוד", און נאך ווייניגער ווייסן אז OCD האט גארנישט מיט וואשן די הענט, כאטש וואס עס קומט אפט ארויס אויף דעם וועג.

צו מסביר זיין וואס OCD באדייט דארף מען קודם אויסטייטשן די ווערטער פון דעם דיסארדער: "אבסעסיוו", "קאמפולסיוו". 'אבסעסיעס' זענען מחשבות אדער ספיקות וואס גייען איבער און איבער אינעם מוח פונעם מענטש אן אויפהער, "אפשר דאס און אפשר יענץ," אפשר האב איך נישט צוגעמאכט די טיר? אפשר גיי איך ח"ו פארברענט ווערן? אפשר, אפשר, און אפשר. 'קאמפולסיעס' זענען די מעשים וואס דער מענטש טוט כדי צו בארואיגן די אבסעסיעס.

אלס דוגמא קען מען נוצן די אויבנדערמאנטע עפיזאד פון הרב ווייס וואס פלעגט ארויסלויפן פון בעט זיכער צו מאכן אז די קינדער דערשטיקן זיך נישט ח"ו אונטער די דאכענעס. דא איז געווען אן אבסעסיע, דאס הייסט א מחשבה וואס דערקוטשעט און ברענגט אויף א צד אז די קינדער קענען זיך דערשטיקן, און כדי צו בארואיגן די מחשבה גייט מען קוקן צי די קינדער זענען מסודר, דאס איז די קאמפולסיע.

"אפשר גיי איך ח"ו שעדיגן מיין קינד?" איז די אבסעסיע, צושפארן די מעסערס איז די קאמפולסיע. "אפשר בין איך טמא?" לאמיר זיך נאכאמאל אפוואשן. "אפשר גיי איך ח"ו פארגעסן אז אלעס קומט פונעם אויבערשטן?" לאמיר אנשטעלן א וועקער זייגער וואס וועט כסדר דערמאנען.

אבסעסיעס קומען אויף ווי ווילדע געוויקסן אין וואלד. קיינער רופט זיי נישט, מען געט זיך א דריי און מען כאפט אויף אז עס זענען אויפגעקומען אבסעסיעס. וויאזוי און פארוואס זיי קומען איז אומבאקאנט, און איז תלוי במחלוקת. רוב עקספערטן נעמען אן אז דאס קומט פון פארשידענע כעמיקאלן אין דעם מוח וואס דרייען אן קאטאוועס.

די הויפט נקודה פון OCD איז אז דער מענטש קען נישט פארנעמען קיין ברעקל אומזיכערקייט, ער מוז זיין טויזנט פראצענט זיכער, ספיקות זענען נישט קיין אקצעפטירטע ווארט אין זיין וואקאבולאר. דאס אליינס וואלט אפשר נישט געווען קיין פראבלעם, די עיקר צרה איז אבער אז מיר לעבן אין אן אומזיכערע וועלט. גארנישט איז נישט זיכער, עס איז נישט מעגליך זאכן זאלן אלץ זיין פארזיכערט. ספיקות זענען א חלק פון אונזער טאג-טעגליכן לעבן, און אלס רעזולטאט וועט אן אלערגיע צו ספיקות שטערן אין טאג-טעגליכן לעבן.

 

פארשידענע קאמפולסיעס

עס זענען פארהאן 4 ערליי קאמפולסיעס וואס מענטשן נוצן אין א פרואוו צו בארואיגן די אבסעסיעס: די ערשטע איז "גיין בפועל זיכער מאכן". ער גייט צו די טיר צו זיין זיכער אז עס איז טאקע פארשלאסן, ער גייט צו די קינדער צימער זיכער צו מאכן אז זיי אטעמען געהעריג.

די צווייטע סארט קאמפולסיע איז "זוכן זיכערקייט". רופן כסדר דיינים פרעגן שאלות כדי צו זיין פארזיכערט אז מען גייט אויפ'ן ריכטיגן וועג. פרעגן אנוועזנדע צי מען האט צוגעמאכט די טיר, געמאכט א ברכה, אויסגעלאשן די לעקטער. איך האב מיטגעהאלטן מיט איינעם וואס האט אמאל געמאכט אן עקסידענט מיט די קאר, אן ערשיינונג וואס האט ביי אים אויפגעבויעט אן אבסעסיע לגבי עקסידענטן. פארנדיג אין די קאר האט ער כסדר געפרעגט די מיטרייזנדע צי דער קול וואס מען האט יעצט געהערט איז ווייל מען האט געמאכט אן עקסידענט. ער האט געזוכט די זיכערקייט אז מען פארט דערווייל אן קיין שטרויכלונג.

די דריטע מהלך וויאזוי OCD ליידנדע פרובירן צו בארואיגן זייערע אבסעסיעס איז דורך "אויסמיידן". ער וועט פרובירן נישט אנצוקומען צו א מצב וואס מאכט אים פראבלעמען. א שטייגער ווי דער יונגערמאן וואס האט אויס מורא פון שעדיגן די אייגענע קינדער באהאלטן די מעסערס. ער האט געטראפן א וועג וויאזוי אויסצומיידן די שרעקעדיגע געפיל פון האלטן א מעסער, א זאך וואס ברענגט מיט זיך א חשש. אזוי אויך, דער בחור וואס פלעגט ארויסלויפן ביים דאווענען צו עסן פרישטאג בעפאר יעדן, ער האט פרובירט אויסצומיידן דאס עסן מיט יעדן צוזאמען ווייל דאס לייגט אים אריין אין אן אומבאקוועמער פאזיציע, ווארום ער איז חושש אז די אנדערע בחורים וועלן אריינשפייען אין זיין עסן בשעת'ן רעדן.

צום לעצט, די פערטע קאמפולסיע איז אנדערש פון די ערשטע דריי מיט דעם וואס עס קלאפט נישט אויס אויף למעשה, עס איז נישט קיין פעולה וואס מען טוט, עס איז א מחשבה. דער מענטש פרובירט צו בארואיגן די אבסעסיע דורך א קעגנזייטיגע מחשבה. ער טראכט אז ער האט נישט געקויפט די ריכטיגע קאר, קומט די קאמפולסיע און בארואיגט מיט א סברא, ווי למשל, אז אלע חברים קויפן דאך דעם קאר. און אויף דעם ארויף קומט צוריק די אבסעסיע מיט א צווייטע טענה, און די קאמפולסיע בלייבט אויך נישט שטיל, און אזוי שלאגן זיך די מחשבות אהין און צוריק.

די לעצטע סארט קאמפולסיע איז דאס שווערסטע צוליב וואס עס איז זייער שווער אנצוכאפן, און וועגן דעם אויך שווערער צו היילן, כאטש פון דעם קען מען זיך אויך בס"ד ארויסדרייען. ווען מען ווייסט וואו די פראבלעם קלאפט אויס קען מען ארבעטן דערויף, ווי לדוגמא, אויב וויל מען מאכן "עקספאוזשער טעראפי", דאס הייסט מאכן דעם מענטש טון די פארקערטע פון וואס ער טוט אומריכטיג, קען מען דאס זייער גוט מאכן ווען איינער טוט א געוויסע אקט, ער עסט נישט צווישן מענטשן, מיט עקספאוזשער טעראפי וועט מען אים הייסן דייקא יא צו עסן צווישן מענטשן. ווען עס קומט אבער צו מחשבות איז שווערער קלאר אנצוכאפן וועלכע מחשבה איז פראבלעמאטיש און נאך שווערער איז צו קאנטראלירן די מחשבות וואס דערקוטשען. עס זענען דא ספעציעלע עפעקטיווע מהלכים פאר די סארט OCD, וואס ארבעטן עטוואס אנדערש ווי די טריטמענט פאר די ערשטע דריי סארט OCD.

 

לעבן מיט דעם "אפשר"

עס איז אוממעגליך צו העלפן דעם OCD ליידנדן דורך אים "פארזיכערן". ווי געשריבן זענען ספיקות א טייל פון דער בריאה און דאס קען מען נישט טוישן. דער ציל ביים העלפן די ליידנדע דארף זיין געשטעלט אים אויסצולערנען וויאזוי צו "לעבן מיט ספיקות".

יא! עס קען טאקע זיין אז איינער גייט אריינשפייען אין מיין זופ, עס קען ח"ו געשען א טראגעדיע אז א קינד זאל זיך דערשטיקן פון די דאכענע, עס קען ח"ו געשען אן עקסידענט אינמיטן וועג, עס קען אויך זיין אז מיין שיך איז שמוציג געווארן. אלעס קען זיין. איך קען זיך נישט פארזיכערן דורך גיין קוקן יעדע מינוט צי די קינדער לעבן, עס גייט קיינמאל נישט זיין טויזנט פראצענט זיכער! ענדערש לאמיר לעבן אין א וועלט פון שרעקעדיגע ספיקות!

עס זענען דא אזויפיל שווארצע און אומאנגענעמע מעגליכקייטן. מיר וועלן אבער ווייטער לעבן מיט די אלע מעגליכקייטן, ווייל מיר קענען זיך סייווי נישט פארזיכערן פון זיי. מען דארף לעבן מיט דעם "אפשר". אין אנדערע ווערטער, עס איז טאקע דא אן אבסעסיע, אבער מיר גייען נישט וועגן דעם מאכן א קאמפולסיע. מיר וועלן ענדערש לעבן מיטן ספק און נישט טון דערצו גארנישט. אבער גארנישט.

 

נעגאטיווע בארואיגונג

עס איז דא א באקאנטע מיטל וויאזוי צו מאכן קינדער זאגן "אמן" הויך אין שול, נעמליך, דורך געבן קענדיס פאר ווער עס שרייט הויך אויפן קול… שטודיעס ווייזן אז דער מיטל העלפט באמת. וויסנשאפטלער האבן דורכגעפירט שטודיעס אויף ראטן, וואס זייערע מוחות ענדלען אין געוויסע הינזיכטן צו דעם מוח פון א מענטש, די תוצאה איז געווען איבערראשנד.

מען האט גענומען 3 גרופעס פון ראטן. פאר איין גרופע האט מען אויסגעלערנט וויאזוי צו שפילן "בעסקעט באל" און יעדע מאל וואס זיי האבן אריינגעווארפן דעם באל אינעם נעץ זענען זיי באלוינט געווארן מיט עסן. עס האט נישט לאנג געדויערט ביז זיי זענען געווארן געשולטע באל שפילער, אינדערצייט וואס די צווייטע גרופע וואס מען האט אויך אויסגעלערנט בעסקעט באל האט נישט מצליח געווען, ווייל מען האט זיי נישט באלוינט פאר זייערע הצלחות.

דער חידוש איז אבער אז די דריטע גרופע איז געלערנט געווארן צו טון א נעגאטיווע זאך פאר א באלוינונג און עס האט אויך געארבעט. יעדע מאל וואס די ראטן האבן זיך ארומגעשלאגן האבן זיי באקומען עסן, נאך א קורצע שטיק צייט זענען זיי פארוואנדלט געווארן אין ווילדע חיות, ממש נישט צום דערקענען.

דאס ברענגט שטארק ארויס אז ווען דער מענטש באקומט א גוטע באלוינונג אויף א זאך וואס ער טוט וועט עס אים מאכן טון די זאך נאכאמאל, כאטש וואס ער ווייסט אז בעצם איז עס א נעגאטיווע שריט. ווי די טעאריע ווערט גערופן אין ענגליש "positive reinforcement" (פאזיטיווע פארשטארקונג).

די טעאריע איז מסביר אביסל וויאזוי OCD בויעט זיך אינעם מענטש. עס הייבט זיך אן מיט א קליינע אבסעסיע, א ספק, א שאלה. לאמיר זאגן אז ער הייבט אן חושש זיין אז ער איז טמא געווארן, דאס ברענגט אים צו גיין וואשן די הענט, כאטש וואס ער ווייסט אז באמת איז נישטא פארוואס דאס צו טון יעצט. די פעולה פון אפוואשן די הענט ברענגט א בארואיגונג, עס נעמט אוועק דעם נאגנדן ספק צי ער איז יא אדער נישט טמא.

איינמאל די פעולה פון וואשן די הענט האט געברענגט א גוטע געפיל האט דער מענטש ווי כאילו באקומען א באלוינונג פאר דעם נעגאטיוון טאט, און דאס ברענגט אים עס איבערצוטון נאכאמאל, און ער שפירט נאכאמאל בעסער, טוט ער עס אפטער, און דאן מער אפטער, ביז עס נעמט אינגאנצן איבער דעם מענטש, ער ווערט צוגעבינדן צו דער קאמפולסיע ווי לופט צו אטעמען.

די טעאריע איז אויספרובירט געווארן אויף אן אינטערעסאנטן וועג דורך סטודענטן אין א שולע. זייער לערער האט געהאט א מנהג אז בשעת'ן רעדן פלעגט ער ארומשפאצירן פון רעכטס צו לינקס, אהין און אהער, האבן די סטודענטן אפגעמאכט צוזאמען אז ווען דער לערער קומט אן צו דער רעכטער זייט וועט יעדער קוקן אויף אים און מאכן אויגן קאנטאקט, זאכן וואס מאכן א לערער שפירן גוט אז דער עולם האלט מיט וואס ער זאגט, ווידער ווען ער וועט שטיין אויף דער לינקער זייט וועט יעדער אראפקוקן צו דער ערד און נישט געבן די גוטע געפיל אז מען איז מיט אים.

איבערראשנד האט עס נישט געדויערט מער ווי דריי וואכן און דער לערער האט זיך געטראפן שטיין א גאנצן צייט אויף דער רעכטער זייט… און ער האט אפילו נישט געכאפט. זיין אונטער-באוואוסטזיין האט געשפירט א געוויסע הנאה און הצלחה פון שטיין אויף דער רעכטע זייט און דאס איז גענוג געווען. אבער עס האט זיך נישט געענדיגט דא.

נאכן זען די הצלחה פון די ערשטע דריי וואכן האבן די סטודענטן אפגעשמועסט צו מאכן פארקערט, יעצט וועט מען טוישן און קוקן נאר צו דער לינקער זייט בשעת די רעכטע זייט וועט איגנארירט ווערן כאילו עס עקזיסטירט נישט בכלל. נאך דריי וואכן איז דער לערער געשטאנען דורכאויס די גאנצע לעקציע אויף איין פלאץ. וואו? אויף דער לינקער זייט פון קלאס צימער…

ווען דער מענטש האט אן אבסעסיע אז עס קען זיין אז די טיר פון די הויז איז אפן ברענגט עס אים אן ענקזייעטי, א שרעק, אפשר איז די טיר אפן?! א בליק אויף די פארשפארטע טיר איז זיין קענדי, א בארואיגונגס בליק, א בליק וואס נעמט אוועק די ענקזייעטי און פארלייכטערט די אנגעצויגנקייט. נו, איז נישט קיין וואונדער אז ער בליקט איבער נאכאמאל.

ער האט געציטערט אז מעסערס קענען שעדיגן זיינע קינדער האט ער פארשפארט די מעסערס אין א לעדל. דאס האט אים געגעבן א גוטע געפיל אויף דער מינוט, האט עס די אונטער-באוואוסטזיין געוואלט נאכאמאל שפירן, האט זי געשיקט דעם מענטש באהאלטן די שערלעך, און פון דארט איז עס געגאנגען צום האמער, און אזוי ווערט דאס לעבן צוביסלעך שמעלער און שמעלער ביז מען בלייבט קוים מיט לופט צום אטעמען.

 

אין טעראפי צימער

לויט ווי מיר שמועסן אז OCD בויעט זיך דורך די צוקערלעך וואס די אבסעסיע באקומט פון די קאמפולסיעס וואס דער מענטש טוט זיך צו בארואיגן קומט אויס אז די עצה צו העלפן דעם מענטש איז דורך אויפהערן דאס טיילן זיסווארג צו אומריכטיגע אדרעסן.

אויב די קאמפולסיע איז א למעשה'דיגע סארט, א שטייגער ווי די ערשטע דריי פון די 4 ערליי קאמפולסיעס וואס זענען פריער דערמאנט געווארן, וועט מען נוצן "עקספאוזשער טעראפי" צו מאכן דעם מענטש טון פונקט פארקערט ווי דאס וואס ער וואלט ווען געוואלט. ער וועט אויפהערן פיטערן די אבסעסיע און אנשטאט דעם מאכן פארקערט פון וואס די אבסעסיע פארלאנגט.

דער בחור וואס עסט נישט צווישן אנדערע מענטשן ווייל אפשר וועט איינער אריינשפייען אין זיין עסן ווערט געפירט צו א פובליק לאנטש רום מיט גרויס פאראד און ווערט געבעטן צו עסן די אייער-שפייז וואס ער האט בעצם ליב, כאטש וואס ער וויל עס נישט עסן ווייל ער האט דאך מורא. דאס מאכט דעם בחור אויסגעשטעלט צו די זאך פון וואס די אבסעסיע ציטערט אזוי שטארק. קומט אויס אז אנשטאט פיטערן די אבסעסיע מיט די גוטע געפיל פון עסן פריוואט אן מורא פון אריינשפייערס ווערט די אבסעסיע נישט געפיטערט, זי באקומט נישט איר אומפארדינטע צוקערל.

ווען אן OCD פאציענט קומט אריין צום טעראפיסט אין צימער וועט מען באופן כללי מאכן א שטיקל סדר פון וואס דא גייט פאר. מען וועט קלאר ווערן פון וויפיל אבסעסיעס די רעדע איז, און מען וועט אנהייבן ארבעטן מן הקל אל הכבד, פון די גרינגסטע אבסעסיע ביז די שווערסטע. רוב מענטשן וואס ליידן אויף OCD וועלן באופן כללי האבן בעיקר איינס אדער צוויי ערליי פחדים אויף וואס אלעס איז באזירט.

דער וואס האט געהאט א פחד אז זיינע קינדער וועלן זיך דערשטיקן פון אונטער די דעקעס האט געהאט איין כלליות'דיגע אבסעסיע פון "דערשטיקן". דאס האט אויסגעקלאפט אויף אפאר זאכן, מען האט עס געזען ביים זיכער מאכן ביינאכט צי די קינדער דערשטיקן זיך נישט, און מען האט עס געקענט זען ביי אנדערע פלעצער וואו א פחד פון דערשטיקן קען שפילן א ראלע. מען האט אבער קיינמאל נישט געטראפן ביי אים אן אבסעסיע איבער סיי וואס ארום טמא ווערן. עס איז אומבאקאנט פארוואס, אבער פאקטן ווייזן אז די אבסעסיעס גייען געווענליך ארום איין סארט חשש.

איינס פון די שווערע חלקים ביים העלפן דעם ליידנדן איז צו דערגיין וואס עס איז די שורש פון דער אבסעסיע. ארום וואס דרייען זיך די קאמפולסיעס. ווייל די קאמפולסיעס, די מעשים וואס דער מענטש טוט, דאס זעט מען דאך, די פראבלעם איז נאר אז נישט אייביג איז אזוי קלאר וואס עס איז די צענטראלע נקודה המרכזי וואס שטופט דעם מענטש צו טון די קאמפולסיע, און אויב מען האט אן אומריכטיגע הבנה אין די אבסעסיע וועט די טעראפי נישט ארבעטן ווייל דאס צווינגען דעם מענטש צו טון זאכן קעגן דעם אומעקזיסטירנדן אבסעסיע וועט נישט היילן די עכטע אבסעסיע.

עס זענען דא צוויי ערליי "עקספאוזשערס" וואס מען קען נוצן קעגן די אבסעסיעס. איינס איז "פאסיווע עקספאוזשער" און די צווייטע איז "אקטיווע עקספאוזשער". דער חילוק איז אז פאסיווע עקספאוזשער מיינט אז דער מענטש טוט 'נישט' דאס וואס ער איז געוואוינט צו טון. אויב איז ער געוואוינט צו קוקן כסדר אויב די טיר איז פארשפארט וועט די עקספאוזשער זיין נישט צו קוקן אויפן טיר. דאס איז אבער ווייט נישט אזוי מאכטפול ווי אקטיווע עקספאוזשער, וואס מאכט דעם מענטש טון פונקט דאס פארקערטע פון וואס די אבסעסיע וויל; אין אונזער פאל, עפענען דעם טיר ברייט.

פאסיווע עקספאוזשער מאכט דעם מענטש ווארטן אויף די אבסעסיע, און ווען עס קומט אן דארף ער זיך איינהאלטן פון אן אינסטינקטיווע קאמפולסיע, ווידער אקטיווע עקספאוזשער לויפט נאך די אבסעסיע און ווארט נישט עס זאל אנקומען נאר מען טוט גלייך א פעולה וואס קאנקורירט און גייט קעגן די אבסעסיע.

 

אומריכטיגע הילף

אסאך מענטשן ווילן העלפן דעם OCD ליידנדן דורך א מהלך וואס קוקט אפשר אויס ווי עס דארף צו ארבעטן א מחי', אבער למעשה פארערגערט עס נאר דעם מצב. מען רעדט מיט דעם מענטש לאגיק, מען זאגט אים, צום ביישפיל, אז הלכה'דיג ווערט מען נישט טמא ווען מען רירט אן א זאך וואס האט אנגערירט א זאך וואס האט אנגערירט א זאך וואס איז געווען נעבן די שיך. די פראבלעם איז אז כאטש וואס ער בארואיגט זיך אויף דער מינוט האט מען נאכאלץ נישט געהיילט די אבסעסיע און א מינוט שפעטער וועט די אבסעסיע קומען מיט א נייע שאלה, וואס טוט זיך אויב מען רירט אן א זאך וואס האט אנגערירט א זאך וואס האט אנגערירט די שיך? איז דאס נישט לכאורה הארבער?

ווען מען גייט זאגן פארן מענטש וואס האט מורא פון יענעמ'ס שפייעכץ אין די עסן אז עס איז בכלל נישטא קיין פראצענט אז ער וועט קראנק ווערן דורך דעם, אדער מען וועט מסביר זיין פאר דעם יונגערמאן וואס האט באהאלטן די מעסערס אז עס איז וואנזיניג זיך אליינס חושד צו זיין אין אזעלכע מעשים, נאכדערצו ווען ער ווייסט אליינס אז ער איז אן ערליכער יונגערמאן, וועט עס נישט העלפן אויף צו לאנג. זאת ועוד, דער וואס רעדט די שפראך ווערט א חלק פון די קאמפולסיע. די אבסעסיע איז קאי וקיים און דער מענטש וואס איז מסביר איז דער וואס בארואיגט כסדר נאכאמאל און נאכאמאל. אבער ער היילט נישט, ער בויעט.

אפטמאל קען אויך ווערן א פראבלעם ווען די עצם עקספאוזשער ווערט א קאמפולסיע! ווי למשל, אויב דער טעראפיסט זאגט פאר דעם יונגערמאן וואס מאכט שטענדיג זיכער אז די טיר איז צוגעשפארט ער זאל עפענען די טיר יעדן טאג פאר א שעה, וועט דער ליידנדער טאקע עפענען די טיר, זיך קריגן מיט זיך אליין, און קוקן אויפן זייגער זיכער צו מאכן אז עס איז פינקטליך א שטונדע און נאך א שעה וועט ער גלייך פארמאכן, און… יוצא געווען. בארואיגט פאר אביסל. די אבסעסיע וועט נוצן די פינקטליכע אנווייזונג אלס א קאמפולסיע.

די עצה צו דעם איז דייקא נישט צו זיין פינקטליך, נישט מאכן די טעראפי פערפעקט. איינמאל צופרי, דריי מאל ביינאכט, נישט יעדע דריי שעה נאר 'אין די געגנט פון 4 ביז 7 מאל א טאג.' קלארקייט און געזעצן פיטערן די OCD. דער יסוד פון טעראפי דאס צו היילן בע"ה איז דוקא וואס מער אומפינקטליכקייט, נישט קיין קלארע אינסטרוקציעס.

Nafshi Blog