אריגינעל ערשינען אין נפשי #3 דורך הרב פנחס גלויבער
אויב איז דא א צד השווה ביי גייסטיגע אישוס, איז עס אז דער שורש פון זיי אלע איז פארווארצלט אינעם מח. דער מענטשליכער געדאנק, די מחשבה, איז דאס פלאץ, דער מקור, וואו די פראבלעמען הייבן זיך אן.
“גייסטיגע פראבלעמען” איז זייער א ברייטער שם הכולל פאר יעדן סארט פסיכישער אומארדענונג. זיי קומען צום אויסדרוק אויף מערערע אופנים; יעדע אזא מחלה איז אנדערש, האט אן אנדערן נאמען און ברענגט אנדערע שוועריגקייטן. אלע פון זיי זענען אבער פארנעסטעוועט אינעם קאפ. זיי הייבן זיך אן אין קאפ, גייען פון דארט ווייטער אריבער צו די הרגשים, און פון דארט — צום עולם המעשה, וואו זיי דריקן זיך אויס אויף פארשידענע אופנים.
כמעט יעדער גייסטיגער פראבלעם קומט מיט דער מעגליכקייט פון א רפואה שלימה. “מענטל העלטה” אישוס קענען זיין כראניש און בלייבן מיט’ן מענטש דורכ’ן גאנצן לעבן. ס’איז נישט אזוי זעלטן, אז די וואס ליידן פון זיי זאלן דארפן בלייבן נעמען מעדיצין אדער אנדערע הייל-מיטלען פאר’ן גאנצן לעבן. פארט, אין רוב פאלן קומט די מחלה אינאיינעם מיט דער רפואה.
נעמען רפואות ווען דער דאקטאר פארשרייבט זיי איז די ריכטיגע און קלוגע זאך צו טאן. דאס איז די סיבה פארוואס דער רבונו של עולם האט באשאפן די היילמיטלען, אז מענטשן זאלן זיך קענען העלפן און פארגרינגערן. פראבלעמען זענען א חלק פון דעם עולם העשי’, שוועריגקייטן זענען א טייל פונעם מין מענטש, און מעדיצינען זענען די מיטלען וואס מיר האבן באקומען זיך לייכטער צו מאכן.
א פראבלעם — יעדער פראבלעם, נישט נאר מיט’ן גייסטיגן געזונט — דארף אדרעסירט ווערן. דאס איז א כלל אין לעבן, און איז אויך אמת מיט פסיכישע שוועריגקייטן. אבער פונקט ווי מיט אנדערע געזונט-אישוס, ביי וועלכע עס זענען אפטמאל דא זייטיגע מיטלען צו העלפן רעדוצירן די סימפטאמען און נאכווייען, דאס זעלבע איז אויך מיט גייסטיגע פראבלעמען, ביי וועלכע ס’איז כמעט שטענדיג דא וואס צו טאן כדי צו פארקלענערן דעם פראבלעם און לינדערן די מאס מוטשענישן. זעלבספארשטענדליך, אז גארנישט אויף דער וועלט מעג נעמען דאס פלאץ פון מעדיצין דארט וואו עס פארלאנגט זיך, און ווען א מומחה פארשרייבט א רפואה, דארף מען זי נעמען און נישט פרובירן איבערקלוגן דעם סיסטעם. פארט, קען מען זיך גרינגער מאכן און עס זענען דא פארשידענע פעולות וואס דער מענטש קען טאן צו העלפן דעם מעדיצין אויספירן זיין אויפגאבע.
ווייל געדענקען דארף מען, אז אין רוב פאלן ווען א מענטש מוטשעט זיך מיט א פסיכישן פראבלעם, הייבט זיך עס אן אין קאפ — מיט א סעריע מחשבות, וואס פירן דעם מענטש אנצוקוקן די וועלט און רעאגירן צו געשעענישן אויף א געוויסן אופן. אַנגסט (ענקזייעטי) און דעפּרעסיע קומען געווענליך אלס א תוצאה פון א סעריע נעגאטיווע מחשבות, פון קוקן אויף דער וועלט און געשעענישן אינעם מענטש’ס לעבן דורך שווארצע ברילן.
דער ליידנדער איז, ווי יעדער פארשטייט אליין, נישט “שולדיג” (אזוי צו זאגן) אויף דעם וואס ער טראכט אויף דעם אופן ווי ער טראכט. ווען עמיצער קומט אן צו אזא מצב, אז זיינע געדאנקען האבן אים אריינגעפירט אינעם מעדיצינישן ווערטערבוך, איז פשט אז ער האט פארלוירן דעם קאנטראל אויף זיין געדאנקען-געלויף. די מחשבות לויפן פראנק און פריי און פייניגן דעם בעל המחשבות קעגן זיין ווילן. דער מענטש איז פונקט אזוי שולדיג אין זיין מצב, ווי סיי וועמען מיט סיי וועלכן מעדיצינישן פראבלעם.
אבער דאס, אז דער בעל הפראבלעם איז דא אומשולדיג און נויטיגט זיך אין הילף פונקט ווי עמיצן מיט דער “פלו”, איז עפעס וואס דער ליידנדער אליין דארף זיך חזר’ן און געדענקען. א מענטש מיט א פסיכישן דיאגנאז וועט זייער אפט זיך אליין באשולדיגן אין זיין פראבלעם. אנדערש ווי ביי א פיזישן געזונטהייט-פראבלעם, פילט דער פסיכישער פאציענט ווי ער דארף און וואלט געזאלט “קענען” איבערנעמען דעם קאנטראל אויף זיין קאפ, און אים פירן אין דער געוואונטשענער ריכטונג.
ס’איז אבער נישט ריכטיג און דער ליידנדער זעלבסט דארף דאס כסדר חזר’ן. ער דארף וויסן אז אפילו דער פראבלעם ליגט ביי אים, מיינט עס נאכנישט אז ער איז שולדיג דערויף. יא, ס’איז זיין אחריות זיך אפצוגעבן דערמיט און עס באהאנדלען אויפ’ן בעסטן אופן, פונקט ווי ער איז בכלל מחוייב צו זארגן פאר זיין געזונט און וואוילזיין. אחריות מיינט אבער אויף קיין פאל נישט דאס זעלבע ווי שולדיג.
איז, דאס ערשטע זאך וואס עמיצער וואס פייניגט זיך מיט מרה-שחורה’דיגע, נעגאטיווע, אפשרעקנדע מחשבות איז, משלים צו זיין מיט זיי. משלים זיין מיינט נישט יאוש. בשום אופן נישט! עס מיינט נישט אויפהייבן די הענט און רעזיגנירן, נאר שלום מאכן מיט’ן מציאות אז די נעמליכע מחשבות זענען דא. זיי קומען אריין אין קאפ אינגאנצן אומגעבעטן, אומגעלאדנט, און ברענגען נאך מיט א גאנצע כאפטע מיט נעגאטיווע, שווארצע געדאנקען — וועלכע פיטערן זיך איינער דעם צווייטן, קנוילן זיך איינער אין צווייטן, און איידער דער מענטש האט אפילו די געלעגנהייט צו כאפן וואס דא איז געשען, צו אידענטיפיצירן די מחשבות, איז ער שוין אין תפיסה ביי עצבות, אנגסט, ODC, אא”וו.
משלים זיין מיט’ן פאקט אז די מחשבות זענען דא, איז דער ערשטער שריט אינעם באהאנדלונגס-פראצעדור. ווען עס מאכט זיך א לאך אינעם דאך העכער’ן שלאפצימער און עס מבול’ט פון דארט אריין בשפע איבער די בעטן, דארף מען פאר אלעם אנערקענען אז דער דאך איז צעלעכערט. הערשט דעמאלט קען מען זיך נעמען צו דער פאררעכטונגס-ארבעט — צו רופן א מומחה וואס ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען א צעשעדיגטן דאך. אויב דער מענטש פאלט אריין אין א פאניק, וועט דאס גאנצע געמויזעכץ — דאך, לאך, וואסער און דורכגענעצטע געוואנט — פארוואנדלט ווערן אין איין גרויסער, גרויער שטיק צרה. דעמאלט איז נישטא וואס צו טאן.
דער בעסטער אופן פון משלים זיין מיט’ן מציאות איז, דורכ’ן ארויסזאגן די ווערטער מיט’ן מויל און אויב מעגליך, הויך אויפ’ן קול: “איך פיל יעצט א דרוק אין האלז/בריסטקאסטן. איך טראכט יעצט אז איך בין זיכער אנגעשטעקט מיט עפעס אן ערנסטער קרענק. די מחשבות/געפילן זענען שטארקער ווי איך. ס’מוז אזוי זיין, ווייל איך וויל דאך זיי נישט האבן. איך האב דאך גארנישט דערפון אז איך פיל שלעכט/שווער/דערשראקן/אנגעצויגן. פארקערט, עס שטערט מיך אנצוגיין מיט’ן לעבן. די מחשבות — נישט מיינע, נישט עפעס וואס איך דארף און וויל — זענען אבער דא, און איך בין משלים מיט’ן פאקט. איך וויל זיי נישט, אבער זיי זענען שטארקער ווי מיר און כ’קען זיי אויף דער מינוט נישט באקעמפן. איך בין משלים מיט דעם מציאות.”
אזעלכע ווערטער קען דער מענטש זאגן צו זיך אליין, אדער זיך ווענדן צום אויבערשטן מיט א וואריאנט פון דעם זעלבן מענה לשון: “רבונו של עולם, כ’פיל א פחד. איך דארף עס נישט. ס’איז נישט איך. די מחשבות קומען נישט פון מיר; זיי נוצן נאר מיין קאפ, מיין גוף, מיינע געפילן. איך בעט דיר זאלסט זיי פון מיר אוועקנעמען, אבער אויב ס’איז באשערט זיי צו האבן אין זיך יעצט, בין איך מקבל די הימלישע גזירה. זאלן זיי זיצן אין מיר אזוי לאנג ווי זיי דארפן. איך וועל זיי נאר באטראכטן פאר אינטערעסאנטקייט צו זען וויאזוי פחדימ’דיגע מחשבות זעען אויס פון דער נאענט.”
משלים זיין איז דאס זעלבע ווי מסכים זיין — נישט מיט’ן פראבלעם גופא, נאר מיט’ן פאקט אז ער איז דא. ס’איז קעגן מיין רצון, אבער איך בין נישט באלעבוס אויף מיר אליין.
דאס אליין קען גרינגער מאכן פאר’ן מענטש. קודם כל, איז דאס משלים זיין די הקדמה פאר’ן זיך ווענדן נאך הילף. אויסער דעם, האבן די סארטן מחשבות אזא טבע, אז איינע ברענגט די אנדערע און ביז א קורצער צייט לויפט דער קאפ אויטאמאטיש אין יענער שווארצער, נעגאטיווער ריכטונג. דאס זיך אפשטעלן, אבסערווירן די מחשבות — נישט אפפרעגן, נישט באקעמפן, נישט זיך בייזערן, נאר פשוט אויף זיי קוקן און באטראכטן כאילו פון “דרויסן” — העלפט קודם זען וואו די צרה הייבט זיך אן. דאס אליין, דער עצם הכרה, נעמט אוועק אביסל פונעם מאמענטום. עס ווארפט אריין אביסל הארטן מציאות אין דעם געדעכטן, גרויען נעפל.
עס גייט אבער נאך ווייטער. ווען עמיצער פארלירט דעם קאנטראל איבער די געדאנקען, באקומט ער געווענליך א פחד פון זיינע מחשבות גופא. צום ביישפיל, ביי ענקזייעטי און פאָביעס, קען דער מענטש אנקומען צו א מצב פון מורא האבן פון דער עצם מחשבה. נישט גענוג וואס ער פייניגט זיך מיט דער אנגסט, אנטוויקלט ער אין צוגאב א פחד פאר דער מחשבה אליין — פאר דעם געדאנק וואס ברענגט די אנגסט. ווען מען שטעלט זיך אבער אוועק קעגן דער מחשבה, קעגן דעם פחד, און מען קוקט אים גוט אן, גראד אריין אין די אויגן, וועפט א גרויס חלק פון דער מורא אויס בלויז פון דעם אליין. די דאזיגע מחשבות, אזוי קלאר און אמת’דיג ווי זיי זעען נאר אויס, זענען בעצם פאפירענע טיגערס — שרעקעדיג-אויסזעענדע מאנסטערס, וואס באשטייען לעולם פון 95 פראצענט לופט. א גרויסער, ריזיגער באלון דארף בלויז איין קליין לעכל כדי ער זאל כמעט פארשווינדן ווערן פונעם מציאות. ער קען זיין אזוי גרויס ווי ער וויל נאר; איין קליינער שטאך פון א מינדערווערטיגער, קוים-עקזיסטירנדער שפיץ-נאדל טראגט אים ארויס פון ביזנעס.
די מחשבות ביים קרבן פון א פסיכישן מצב זענען נישט קיין סך אנדערש. דאס קומט חלילה נישט מינימיזירן אויף קיין האר די יסורי נפש וואס דער מענטש גייט דורך. די פיין איז אזוי אמת ווי נאר מעגליך, און ס’איז באקאנט אז די ווייטאג פון גייסטיגע יסורים זענען נישט זעלטן ערגער און שווערער איבערצוטראגן ווי פיזישע. די באלון-הגדרה, ובכן, קומט נישט פארוואסערן די שוועריגקייטן מיט וועלכע אזא איינער מוטשעט זיך, אזוי ווייט ווי זי וויל ברענגען צום מענטש’ס אויפמערקזאמקייט א געצייג וואס ער פארמאגט, וואס קען אים העלפן קאנפראנטירן דעם מאנסטער.
דאס עצם קוקן די שרעקעדיגע מחשבות אין פנים, קען היפש בייהילפיג זיין אינעם פראצעדור פון צוריקנעמען דעם קאנטראל אויפ’ן געלויף פון די געדאנקען. און מיט קוקן מיינט דער פסוק פשוט דאס, אבסערווירן די געדאנקען, די געפילן, אן דעם וואס דער מענטש זאל זיי באאורטיילן. מען דארף נישט אפשאצן די געדאנקען, זיי משפט’ן, אנאליזירן, פרובירן צו פארשטיין, זיי אפפרעגן, באקעמפן, צענעמען, אפ’חוזק’ן, אדער מיט זיי זיך קריגן. פארקערט, די אלע זאכן שטערן נאר. מיר רעדן דא פון בלויז קוקן אויף די מחשבות, ווי גלייך איר וואלט געווען א זייטיגער צושויער צו א נייטראלער געשעעניש מיט וועלכן איר האט נישט קיין שייכות. ס’איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע און מער ווי אלעם פאדערט זיך צייט און געדולד. מ’דארף נישט קיין גבורת הנפש, מ’דארף נישט זיין קלוג, מ’דארף נישט קענען קיין פסיכאלאגיע. פארקערט, וואס פשוט’ער מ’גייט צו דערצו, אלץ לייכטער קומט עס אן און אלץ מער פראגרעס וועט דער מענטש מאכן.
דער דאזיגער מיטל איז געווענליך צום מערסטנס ווירקזאם טאקע ווען עס האנדלט זיך פון פחדים און אנגסט, ווייל דעמאלט איז דער יסוד פון דעם פראבלעם ממש בלויז דער געדאנק. די שרעקעדיגע מחשבות פירן צו דער אנגסט, צו דער אנגעצויגנקייט, צו דער אומזיכערקייט. זיך שטייף אוועקשטעלן און גוטמוטיג קוקן די מאנסטער-מחשבות אין פנים, קען זיי מיט דער צייט צעפלאצן און אויסזויגן זייער מאמענטום. ‘אה, דער פחד פון יענער מחלה איז דא! ברוך הבא. קום אריין. לאמיר כאפן א שמועס…’
ווארט נישט דערשראקן אין א ווינקל ביז די נעגאטיווע געדאנקען קוילערן און קנוילן זיך איבער דער לענג און ברייט פונעם קאפ, נאר באלד ווי די ערשטע שפירן פון די מחשבה’לעך הייבן זיך אן באווייזן, זייט גרייט זיך מקבל פנים צו זיין — מיט גארנישט מער ווי זיי נייטראל אבסערווירן. נישט מורא האבן פון זיי; פארקערט, לאזט זיי זיך אויסשפילן מיט דער גאנצער קראפט. דערלויבט די געדאנקען אויסצומאלן די שרעקליכסטע היכי תמצא’ס, די טונקעלסטע סצענעס. דרייט נישט אוועק דעם קאפ און מאכט זיך נישט צו די אויגן. אויב דראען די געדאנקען אייך מיט דער מעגליכקייט פון שטארבן, דאן מאלט זיך אויס די סצענע אין קאפ, אבער אן מורא. געדענקט אז די מחשבה פאר זיך האט קיין שום כח נישט און קען גארנישט טאן למעשה. א מחשבה וועגן טויט בלייבט דאס, א מחשבה. מיט טויט האט זי גארנישט מער ווי די פאנטאזיע האט מיט’ן הארטן מציאות. איר קענט טראכטן וועגן טויט מיט די לעבעדיגסטע פארבן, אבער מיתה וועט לכבוד דעם נישט קומען קיין אינטש נאענטער.
ווי שווער ס’זאל נאר זיין, פרובירט אייביג לאזן א טראפן פלאץ ערגעץ-וואו אין קאפ פאר דעם געדאנק, אז די מחשבה פאר זיך אליין קען גארנישט טאן. די אנגסט איז שטארקער ווי דעם געדאנק און וועט ניצן כל’מיני טריקס בייצוקומען דאס פשוט’ע שטיקל לאגיק, אז א געדאנק איז הויל לופט וואס קען גארנישט טאן מער ווי א בער-באלון. א באלון אין דער צורה פון א בער קען ווייזן א הונגעריג-צערייצטע געזיכט מיט אן אפענעם פיסק פון וועלכן עס קוקן ארויס שארפע דראאנדע ציין; דער באלון בלייבט אבער א באלון, און א באלון בלייבט לופט.
געדענקט ביים באלד ביים אנהייב, אז דער פחד וועט בייקומען דעם דאזיגן פשוט’ן פאקט, און דערפאר איז כדאי דאס צו געדענקען בתורת אמונה פשוטה — אז פריער, איידער די אטאקע איז אונטערגעקומען, האב איך דאס פארשטאנען, און אפילו יעצט, ווען לאגיק האט זיך אונטערגעגעבן צום פחד, איז עס נאך אלץ אמת אפילו אויף דער רגע זעט עס נישט אזוי אויס.
בלייבט פאקוסירט צו קלאצן אויף דעם פחד, אויף די אנגסט-געדאנקען, אזוי לאנג ווי ס’פעלט זיך אויס. דער פחד וועט מיט דער צייט פארלירן פון זיין קראפט. עס וועט נעמען צייט און געדולד, אבער עס וועט בעז”ה ארבעטן. שטעלט זיך בשעת מעשה אויך נישט קוקן צי “ס’האט שוין געארבעט”, צי די אנגסט איז שוואכער געווארן, צי די אבסעסיווע מחשבות האבן שוין נאכגעלאזט. דאס אלעס זענען טריקס פון יענעם זעלבן מאנסטער אייך צוריק אריינצושלעפן אינעם מצב וואס ער האט אייך אפגעקאכט.
אויב ווילט איר דווקא וויסן וואו איר שטייט און שפירט אז איר מוזט בהחלט כאפן א זייטיגן בליק צו זען אויב אייער מוט האט אביסל אפגעשראקן דעם פחד, דאן גלייבט מיר אויפ’ן ווארט אנשטאט אליין קוקן: ער איז נאך דארט, דער מאנסטער, פונקט ווי פריער. אייגנטליך, ער איז דער וואס האט אייך אונטערגערייצט זיך אוועקצודרייען פון די שרעקליכע סצענעס און קוקן אויף אים, דער אנגסט, מ’כלומר’שט צו פשוט זען אויב ער איז נאך אין געגנט…
דאס איז נישט גרינג און נעמט צייט. ס’איז שווער, אבער כדאי. ווי מיט יעדער זאך, קומט די פראגרעס פאמעליך, שטאפלווייז, בהדרגה. צוויי סעקונדן פאקוס איידער’ן איבערגעקומען ווערן פונעם פחד איז אויך א געווינס. פינף סעקונדן איז נאך בעסער. ווען איר שטייט שוין ביי א מצב פון קענען קוקן אויף דעם פחד פאר א מינוט אן איבעררייס, שטייט איר שוין ביים שוועל ארויס פון תפיסה. איר זענט עטליכע שריט אוועק פון חירות.