נאך א לאנגע שמועס מיטן היימישן ענקזייעטי ספעציאליסט הרב יושע לאנגסאם שטעלט בן מנחם פאר זיינע געפינסן פאר די נפשי ליינער. לערנט אייך אייגנארטיגע און עפעקטיווע מהלכים פאר ענקזייעטי אין OCD מבית מדרשו של ר' יושע. באקענט זיך מיט דעם מומחה וואס האט ביי די 20 יאר פארגעלערנט שיעורים פאר ספעציעלע בחורים. הערט אייך אונטער א פילפארביגער אינפארמאטיווער שמועס איבער אלעס ארום ענקזייעטי און OCD. – אריגינעל ערשינען אין נפשי #3 דורך בן מנחם

 

פראפעסיאנאל, קלוג און כאריזמאטיש, מיט א שארף און הומאריסטיש צינגל, זיצט ער אין ביורא טעגליך פון צופרי ביז ביינאכט ווען איין ציל שטייט אים פאר די אויגן. ראטעווען נפשות, העלפן און דערהייבן, היילן וואונדן, פארקורצערן דעם טונקעלן טונעל, און עפענען א וועג צו לעכטיגקייט. ענקזייעטי איז א שווערע סיטואציע, דאס ארויסצוהאבן איז א טאלאנט, ווער רעדט נאך פון באמת מיטשפירן און פארשטיין וואס דער באטרעפנדער גייט אדורך, ווייניג זענען די וואס צייכענען זיך אויס דערמיט.

הרב יושע לאנגסאם – א לייסענסד טעראפיסט מיט איבער 10 יאר עקספיריענס – איז מקיים דעם "ובשמחה תצאו" אין פולן זין פון ווארט. באקענט אייך מיט א ספעציאליסט וואס הומאר איז זיין באגלייטער, א שמועס מיט אים איז כולו שמחה, און ער נוצט זיין פון הימל-געשאנקענעם טאלאנט צו העלפן מענטשן ארויסקריכן פון זייער פעקל.

אלס געשולטער פאכמאן ווייסט ר' יושע וואס ער האט צו טון אין יעדן פאל, זיינע מעטאדן זענען פארשידנארטיג, אבער איין צד השוה פארבלייבט אייביג; יעדער באקומט די טעראפי וואס וועט אים דאס מערסטע ארויפברענגען, היילן און בויען. חידושים זענען אפטע געסט ביי ר' יושע אין ביורא, היינט וועט איר זיך באקענען מיט זיין חידוש פון נוצן טראומע טעראפי צו היילן ענקזייעטי, א בליץ וואס מומחים באוואונדערן. ווי אויך זיין אייגנארטיגער מהלך וויאזוי צו היילן OCD צוביסלעך, א צוזאמשטעל וואס ער האט אליין געשאפן און נוצט עס מיט א שטארקע סוקסעס.

ר' יושע איז אויפגעוואקסן אין מאנסי, היינט וואוינט ער אין לעיקוואד. נאך די חתונה האט ער זיך משלים געווען אפאר יאר אין כולל ווען אין די זייטיגע צייטן לערנט ער זיך "ספעשל עד און קאונסלינג".

"בעפאר איך האב זיך אריינגעלייגט אין דאס נעמען א דעגרי," הייבט ר' יושע אן זיין טעראפי געשיכטע, "בין איך געגאנגען פרעגן מיין רבי צו איך זאל גיין אין קאלעדש לערנען פסיכאלאגיע. האט דער רבי געענטפערט אז "פסיכאלאגיע" אליינס, די אלטע פסיכאלאגיע, איז מיוסד אויף אסאך כפירה און שמוץ. סתם אריינקריכן אין שיטות איז נישט אינטערעסאנט. אבער אז מען לערנט "קום ועשה" אויף למעשה וויאזוי צו העלפן מענטשן, דאס זאל איך זיך גיין לערנען. ממילא האב איך זיך געלערנט ספעשל עד.

"ווען איך האב געהאלטן ביים ענדיגן די לימודים אויף ספעשל עד האט זיך אנגעהויבן אין ניו יארק א נייע סארט דעגרי וואס הייסט "מענטל העלט קאונסלינג", די סארט דעגרי האט שטארק געשטימט מיט וואס דער רבי האט מיר אנגעזאגט נישט אריינצוקריכן אין שיטות פון פסיכאלאגיע און מער אריינצולייגן די כוחות אין לימודים וואס מען קען נוצן אויף למעשה צו העלפן מענטשן.

"איך האב גענומען א לייסענסינג טעסט סיי אין ניו יארק, וואו עס ווערט גערופן LMHC (Licensed Mental Health Counselor), און סיי אין ניו דזשערסי וואו עס הייסט LPC (Licensed Professional Counselor). דאס האט פארלאנגט צוויי גאנץ באזונדערע טעסטן וואס יעדע איינע האט פארלאנגט חדשים פון הכנה, און אזויווי איך ארבעט סיי אין לעיקוואד און סיי אין ברוקלין האב איך עס געמוזט אדורכגיין דאפלט."

פון די טאג וואס מען מאכט אפ אנצוהייבן די לימודים אויף צו ווערן א מענטל העלט פראפעסיאנאל ביז מען זעט דעם שיין ביים עק פון טונעל נעמט יארן פון ארבעט. מען דארף לערנען אפאר יאר אין קאלעדש, אריינלייגן שעות צו חזר'ן די לימודים, שפעטער ווען מען באקומט שוין די דעגרי דארף מען קודם ארבעטן אפאר יאר אונטער "סאפערוויזשאן" ביי א צווייטער טעראפיסט וואס איז עומד על גביו, און נאר נאכן דורכגיין די אלע יארן קען מען ענדליך אנהייבן אויפצונעמען מענטשן פריוואט.

ר' יושע זאגט: "צו באקומען לייסענס נעמט טאקע אפאר יאר, אבער צו זיין א 'גוטער טעראפיסט', דאס קען נעמען א גאנץ לעבן… וכולי האי ואולי.״

 

א יונגער מגיד שיעור

אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען ביי די 20 יאר האט ר' יושע באמערקט א קלאסיפייד פון א ישיבה פאר פראבלעמאטישע בחורים וואס זוכט אזעלכע וואס זאלן לערנען ביינאכט סדר בחברותא מיט בחורים. "די ישיבה דארט איז געווען צוטיילט אין צוויי, האלב פון די בחורים זענען געווען שוואכערע בעלי כשרונות און האבן נישט געקענט מיטהאלטן קיין געהעריגער סדר הלימוד, די צווייטע האלב איז באשטאנען פון בחורים מיט פארשידנארטיגע אנדערע שוועריגקייטן".

ר' יושע האט זעענדיג דעם קלאסיפייד אנגערופן דעם אנגעגעבענעם נומער און אויסגעדרוקט גרייטקייט אנצונעמען דעם פאסטן. נאכן זיין דארט א וואך האבן די בחורים פון די צווייטע פראקציע אין ישיבה אפגעטון עפעס א שפיצל פארן מגיד שיעור און דער מגי"ש האט געזאגט 'עד כאן' און פארלאזט דאס פלאץ בלי רועה.

בטבע איז ר' יושע זייער א צוגעלאזענער און געשמאקער מענטש און פאר ווער עס קען אים איז נישט קיין חידוש דער פאקט אז וויילנדיג דארט אין ישיבה פאר א קארגע וואך איז ער שוין גוט געווארן מיט אלע תלמידי הישיבה. זעענדיג אז זיי האבן דא איינעם וועם זיי גלייכן שטארק האבן זיי מפציר געווען ביים מנהל ער זאל אים אויפנעמען אלס דער נייער מגיד שיעור במקום דעם פאריגן וואס איז ארויס.

צו מאכן א קורצע מעשה נאך קערצער: ר' יושע לאנגסאם האט ביי די 20 יאר געדינט אלס מגיד שיעור פאר 15-16 יעריגע בחורים מיט גרויס הצלחה. ער האט אנגעהאלטן דעם פאסטן פאר א יאר צייט ביז דער ישיבה איז זיך צופאלן און עווענטועל פארמאכט.

דער הויפט שליסל צו הצלחה אין טעראפי ליגט לויט ר' יושע אין די 'חיבור', די קאנעקציע וואס דער טעראפיסט מאכט מיטן קליענט. "איך גלייך נישט קיין הויכע שיין-באשפרענקלטע ווערטער, מיין עיקר ציל איז זיך צו קאנעקטן מיטן קליענט און מיט זיין מצב און אזוי אים צו היילן בעזהשי"ת. מיין הצלחה מיט די בחורים איז באשטאנען פון אט דאס: א הארץ און אן אויער."

די מעשה האט געשפילט א גרויסע ראלע און זיין למעשה'דיגער באשלוס אריינצוגיין אינעם טעראפי פעלד. "איך האב אלץ געטראכט פון אריינגיין אין דעם פעלד זינט מיין מוטער איז אן אויסגעצייכנטע טעראפיסט שוין יארן לאנג, מיין ארבעט דארט אין ישיבה האט עס געגעבן א שטארקן שטופ, עס האט מיר געוויזן אז יא, איך האב ב"ה דעם טאלאנט."

 

זיך האלטן צו א ליניע

"ווען מען קומט ארויס פון קאלעדש גייט יעדער טעראפיסט אדורך א שלב ווען ער האלט אז 'ער' קען העלפן 'אלעס'…" לייגט ר' יושע אראפ דעם סדר הדברים וויאזוי א טעראפיסט געפינט זיין ליניע וואו ער קען מצליח זיין. "נאך אפאר חדשים אויף דעם אופן, נאכן מיטהאלטן אסאך פראבלעמען וואס זענען גאר פארדרייט און קאמפליצירט באקומט מען אזא יאוש געפיל  און מען שפירט אז מען קען נישט העלפן 'קיינעם'… אפילו זיך אליינס אויך נישט… און אזוי צוביסלעך הייבט מען אן צו זען וואו און אויף וואס מען טויגט.

"ווען איך האב אנגעהויבן האב איך מעיקרא געהאלטן אז איך וועל מצליח זיין צו העלפן פראבלעמען ביי קינדער, אבער נאך א שטיק צייט האב איך איינגעזען אז ב"ה מיט מיינע אייגענע קינדער געב איך זיך נאך אן עצה מזמן לזמן, אבער צו זיצן א גאנצן טאג און שמועסן די קינדערישע שפראך… עס גייט נישט.

"שפעטער האב איך אנגעהויבן אנצונעמען בחורים, אבער וואס עס איז געשען איז אז רוב מאל ווען דער בחור קומט און מען פרעגט "פארוואס ביסטו געקומען?" איז דער ענטפער, "איך ווייס נישט…". איי פארוואס ביסטו דא? "מיינע עלטערן האבן מיר געשיקט…" "דער מנהל האט מיר געזאגט אז איך קען נישט צוריקקומען אין ישיבה נאר אויב איך גיי צו איינעם…", קומט אויס אז דער בחור איז גלייך געקומען מיט א בליק ווי כאילו איך בין פון די אפאזיציע פארטיי, איך בין קעגן אים, איך שטיי אויף די זייט פון זיינע עלטערן, ווער רעדט נאך ווען עס איז דער מנהל… דאס האט געמאכט די ארבעט פילפאכיג שווערער, עס ווערט זייער שווער צו טון 'תכלית'.

"איך האב ליב צו ווייזן 'פראגרעס', א זאך וואס איז מיר שווער צו באווייזן ווען אויפן צווייטן זייט טיש זיצט א בחור. די ערשטע פאר סעסיעס זענען געשטעלט אויף צו געווינען זיין צוטרוי, און מען דארף כסדר אכטונג געבן דאס נישט צו פארלירן. סיי וואס מען טוט נאר איז פסול; אויב הייבט מען גלייך אן מיט די טעראפי וועט דער בחור שפירן ווי מען האט אים נישט גענוג אנגעווארעמט דערצו. ווידער אויב ווארעמט מען א שטיק צייט האט מען טענות אז מען רוקט זיך נישט. מען זיצט צווישן האמער און נאגל, עס איז א שווער פעלד.

"עס זענען דא טעראפיסטן וואס זענען מומחים אין דעם, זיי ווייסן וויאזוי מען גייט צווישן די טראפן. האנדלען מיט בחורים איז א טאלאנט, און איך שעץ זייער די וואס פארנעמען זיך דערמיט, אבער איך האב דווקא געזען א גרויסע הצלחה ווען עס קומט צו ערוואקסענע. היינט צוטאגס ארבעט איך בעיקר מיט מענטשן פון 17 – 18 יאר און העכער."

ווען עס קומט צו וועלכע סארט פראבלעמען מען זאל העלפן קומט אויך שטארק אריין די וויכטיגקייט פון זיך אויסשטעלן א ליניע. ווייניג זענען די וואס 'ספעציאליזירן זיך' אין יעדע סארט פראבלעם. אויב ארבעט מען אויף אלעס קען עס אסאך מאל מיינען אז מען איז נישט גענוג גוט אין גארנישט. דאס איז די סיבה פארוואס אסאך טעראפיסטן גייען אריין אין איין געוויסע פלאץ וואו מען ליגט ראשו ורובו. ר' יושע האב אויסגעוועלט ענקזייעטי, א באשלוס וואס האט אים בס"ד געמאכט פאר אן "ענקזייעטי ספעציאליסט" ווי זיינע קליענטן זענען לעבעדיגע עדות.

"די סיבה פארוואס איך האב אויסגעוועלט דייקא ענקזייעטי איז צוליב דעם דערמאנטן 'פראגרעס' טעאריע. ענקזייעטי איז איינס פון די פלעצער וואו מען קען זען קלארע פראגרעס. אמאל האבן מענטשן ליב געהאט צו זיצן ביים טעראפיסט, ער זאל אויסהערן, און צוביסלעך זיך אויסגעבן און אויסקלארן. עס איז געווען מער א 'לוקסוס' וואס רייכע מענטשן האבן זיך ערלויבט. היינט איז נישט אזוי, מענטשן ווילן זען פארשריט. רעזולטאטן. און מיט ענקזייעטי פאציענטן קען מען דאס די בעסטע צושטעלן.

 

ענקזייעטי פארטייטשט

זיצנדיג מיטן ענקזייעטי ספעציאליסט נוצן מיר אויס די צייט ארויסצובאקומען זיין וויזיע אויף דעם גאר פארשפרייטן דיסארדער. מענטשן האבן נישט ארויס דעם חילוק צווישן זארג און ענקזייעטי. וואס איז נארמאל און וואס נישט? ווען גייען זאכן אריבער דעם אומזעבארן גרעניץ צווישן געזונטע זארג צו אומגעזונטע ענקזייעטי?

"זארג באדייט אז א מענטש האט א דאגה איבער א געוויסע זאך." ערקלערט ר' יושע העפליך. "מענטשן קענען זיין באזארגט אז מען וועט פארלירן געלט, אדער אז מען וועט נישט אנקומען באצייטנס. דער פראיעקט וועט זיך נישט אויסארבעטן, מען וועט נישט קענען ביים פארהער. דאס זענען אלע געזונטע זארגענישן וואס שטיפן דעם מענטש צו טון זאכן וואס וועלן העלפן אז דער זאך אויף וואס מען זארגט זיך זאל נישט פארקומען, עס זאל טאקע בלייבן בלויז ביים זארג, ווי זיין וואונטש."

ווען דער בריאה וואלט באשטאנען פון אלעס חוץ 'זארג' וואלט זי באשטאנען פון גארנישט. זארג איז א וויכטיגע חלק פון די בריאה, דאס איז די גאזאלין וואס שטיפט דעם וואגן און מאכט מענטשן ארבעטן און אויפטון. דאס איז וואס ליגט אונטער יעדע סוקסעספולע זאך וואס איז נאר אמאל צושטאנד געקומען. און דאס איז די פשטות'דיגע טייטש פון "ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון". ווען נישט 'זארג' וואלטן מיר געפארן אויף 160 מייל א שעה. וואס עס וואלט געשען נאכדעם איז איבעריג אויסצושמועסן.

עס קען אמאל זיין אז א מענטש נעמט דעם 'זארג מתנה' מיט וואס ער איז באשאנקען און ער נוצט עס אביסל צו אפט. ער זארגט זיך צו שטארק און צו פיל. "דאס איז נאכנישט קיין ערנסטער פראבלעם. וואס איך זאג פאר אזא מענטש איז פשוט: אויב קענסטו עפעס טון צו די זאך דאן טו עס יעצט, ברענג נישט אן די צייט מיט זארג. און אויב קענסטו גארנישט טון איז דאך א שאד צו פארברענגען די טייערע צייט מיט זארג."

"ענקזייעטי" איז גאר עפעס אנדערש. ענקזייעטי איז א תוצאה פון נעמען אלגעמיינע זארג און דאס טראנספארמירן אלס א חלק פונעם "זיך". ווען דער מענטש ברענגט זיך אריין אין בילד. זארג איז נאר געזונט ווען דער מענטש שפירט נישט אז אויב וועט זיך די זאך אויף וואס ער זארגט זיך נישט אויסארבעטן וועט עס אים מאכן ווייניגער ווערד. דער 'יש' דארף בכלל נישט זיין קיין מחותן מיט די זארג.

א מענטש וואס וויל אויפשטיין פארטאגס איז געזונט. אויב זארגט ער זיך אז ער וועט אפשר פארשלאפן איז ער ווייטער געזונט. אבער אויב שפירט ער אז אויב וועט ער פארשלאפן, אפילו אביסל, וועט שוין זיין גאנצע טאג זיין 'קאפוט', דאס איז שוין א פראבלעם.

ווען דער מענטש נעמט "זיך" אריין אין דער בילד ווערט אלעס מער קאמפליצירט. יעדע אנטוישונג איז א טראגעדיע ווייל דאס האט דאך אומגעברענגט זיין "זיך". און דאס מאכט אפט אז דער מענטש זאל שטעלן זיינע סטאנדארטן זייער הויעך, ער וועט וועלן אויפשטיין 4 אזייגער פארטאגס ווייל אזוי וועט ער "עכט" זיין געלונגען. דער פראבלעם איז נאר אז אזא סטאנדארט איז זייער גרינג אדורכצופאלן, און ווען ער ערוועקט זיך 4:05 ווערט ער אינגאנצן צוקלאפט ווייל זיין "איך" איז יעצט מ'כלומר'שט א פארגאנגענהייט.

איינמאל זאכן ווערן גענומען אויף אזא וועג אז דער עצם מענטש איז אנגעהאנגען אין פארשידענע זייטיגע הצלחות וועט יעדע זארג נאטירליך ווערן אן ענקזייעטי, אן אנגעצויגנקייט. דער איך איז נישט גאנץ מיט זיך ווייל עס ווייסט דאך נישט צו זאכן גייען זיך אויסארבעטן לויט די פארגעשריבענע פלענער. מען איז כסדר אין די שרעקליכע געפאר פון ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא. עס איז די פחד פון סכנה וואס טרייבט מתחילה דעם מענטש צו שטעלן גאר הויכע און צומאל אומרעאליסטישע ערווארטונגען פון זיך אליין.

"ענקזייעטי באשטייט פון צוויי חלקים", איז ר' יושע מסביר ווען מיט איין האנט רוקט אביסל אראפ די גלעזער, "עס איז פארהאן די סימפטאמען פון ענקזייעטי וואס מען זעט ארויס. מען זעט אז דער מענטש איז אנגעצויגן און ער לעבט אין א מצב פון בבוקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בוקר. עס איז אן אלגעמיינער אומבאקוועמליכקייט. און עס איז דא די הונטערגרונד פון ענקזייעטי, די געפיל וואס שטעקט אונטער דעם.

"ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, טרעפט ענקזייעטי אפט אן שטארק געלונגענע און סוקסעספולע מענטשן. מען קען אפשר זאגן אז בעיקר טרעפט זיך עס ביי אזעלכע מענטשן. עס מאכט זיך אמאל אז א מענטש ווערט דיאגנאזירט מיט ענקזייעטי און ער ווערט שוין אינגאנצן פארלוירן אז ער ליידט אויף די נערוון און ער איז נישט אינגאנצן, דער אמת איז אבער נישט אזוי. ענקזייעטי באטרעפט עכט געלונגענע מענטשן.

"ווי עס שיילט זיך ארויס פון די יארן וואס איך אבזערוויר שוין ענקזייעטי פאציענטן הייבט זיך עס אן ווען די פארנומענע מענטשן שטעלן פאר זיך ריזיגע צילן וואו זיי ווילן גרייכן. דער פאקט איז נאר אז עס איז זייער שווער און אפטמאל אוממעגליך אנצוקומען צו די זאכן וואס זיי ווילן. און אויב בין איך נישט אנגעקומען בין איך שוין גארנישט ווערד, ווי דער אינגערמאן וואס האט געהאט א ציל אויפצושטיין 4 אזייגער פארטאגס וואס ביים אויפשטיין 5 מינוט שפעט האט ער שוין געשפירט ווי א דורכפאל כאטש וואס בעצם האט ער געלערנט 11 – 12 שטונדן אין טאג, פיל מער ווי א דורכשניטליכער מענטש. און ווי געשריבן באשטייט די הויפט סובסטאנץ אינעם ענקזייעטי געקעכץ פון דער פאקט אז מען שטעלט "זיך" אריין אין בילד, ובא נח אל התיבה, ער איז דא. דאס אויפשטיין פארטאגס איז ווי כאילו דער מעסטער וואס וועט קובע זיין צו דער "איך" איז עפעס ווערד בכלל."

וואס מאכט א מענטש ער זאל זיך אריינשטעלן אין בילד? ר' יושע איז מסביר אז דאס איז תלוי אין די אלטע שאלה וואס עס איז געקומען ערשט דאס הינדל אדער די איי… דער פאקט אז ער נעמט זיך אריין אין בילד ווייזט אן אויף א נידריגער זעלבסט-שאץ, ער שפירט אז אויב טוט ער נישט עפעס דראסטיש דאן איז ער גארנישט ווערד, דאס קען מיינען אז נידריגע זעלבסט-שאץ ברענגט דעם מענטש זיך אריינצוברענגען אין דעם ציל און דאס איז גורם ענקזייעטי. עס קען אבער זיין פונקט קאפויער; דאס וואס ער ברענגט זיך אריין אינעם בילד, און ער פאלט אדורך, דאס צוקלאפט זיין זעלבסט-שאץ. עס איז א ראד וואס דרייט זיך: שוואכע זעלבסט-שאץ ברענגט אים אריין אינעם בילד, דאס זיין אינעם בילד ברענגט ענקזייעטי וואס ברענגט שוואכע זעלבסט-שאץ וואס ברענגט זיך אריינצלייגן אינעם בילד וואס ברענגט… גענוג געזאגט?

מער אויסצוברייטערן: רוב מענטשן וואס האבן ענקזייעטי ליידן אויך פון א שוואכע זעלבסט-שאץ. וויאזוי עס הייבט זיך אן קען מען מסביר זיין אויף צוויי אופנים; אדער אז דאס וואס ער שטעלט גרויסע צילן קומט פון שוואכע זעלבסט-שאץ וואס מאכט אים שפירן ווי ער איז נישט ווערד אויב טוט ער נישט קיין דראסטישע זאכן, און איינמאל ער שטעלט פאר זיך די גרויסע צילן הייבט ער אן ליידן פון ענקזייעטי ווייל ער איז כסדר אנגעצויגן נאכצוקומען די שאיפות. עס קען אבער אויך זיין אז אלעס הייבט זיך אן מיט דעם וואס ער לייגט זיך זעלבסט אריין אין איין טאפ מיט זיינע שאיפות, און איינמאל ער פאלט אדורך פאלט זיין גאנצע זעלבסט-שאץ מיט, ווארום, עס איז דאך תלוי אין די קליינליכע הצלחות.

און דא קומט אריין נאך א גרויסן טעות וואס מענטשן מיט ענקזייעטי מאכן זייער אפט. זיי מיינען אז אויב וועלן זיי ארבעטן אויף די ענקזייעטי וועלן זיי מער נישט אנקומען צו וואו זיי ווילן. זיי שפירן ווי די ענקזייעטי איז זייער שטיפ וואס האלט זיי אויף די רעלסן. "דאס איז א טענה וואס איך הער כסדר פון קליענטן: אויב וועל איך פטור ווערן פון ענקזייעטי מיינט עס אז איך וועל שלאפן אגאנצן טאג?!"

דער אמת איז אבער פארקערט, יעצט האט ער א ריזיגער ענקזייעטי פעקל וואס ער שלעפט מיט זיך. ער שטייט אויף און וועקט אויף זיין ענקזייעטי. ער גייט אין שול און נעמט מיט די ענקזייעטי. ער גייט אין כולל אדער צו די ארבייט און ווייטער מאכט ער זיכער מיטצונעמען זיין ענקזייעטי. דאס איז דאך א געוואלדיגע עול אזוי אז דאס נוצט אים שוין אויס א גרויס חלק פון זיינע מענטשליכע כוחות. אויב וועט מען טראגן דעם פעקל צו נענטסטן מיסט קאסטן וועט זיך פלוצלונג שפירן אסאך גרינגער אויפצוטון. די ארבעט וועט געדויערן שנעלער און וועט זיין מער עפעקטיוו. און עס קומט נאך צו די עקסטער קרעדיט אז ער וועט שפירן גוט נאכן אנקומען צו א ציל. ווייל איינס פון די געוואלדיגע שיינע זאכן מיט וואס ענקזייעטי צייכנט זיך אויס איז אז וויפיל מען טוט איז מען נאכאלץ נישט צופרידן מיט זיך און מען לאזט זיך נישט הנאה האבן פון עררייכונגען.

עס ארבעט אז דער מענטש לייגט דעם ציל אלץ העכער און העכער ווי עס איז באקאנט אז אין די קאמוניסטישע רוסלאנד האט מען צוגעזאגט פאר די בירגער אז ווען מען וועט ארבעטן עפעס א געוואלדיגע סכום פון שעות א וואך וועט מען באקומען א 'באנוס'. למעשה אבער, אין די רגע וואס איינער האט דערגרייכט דעם פארלאנגטן סכום האט חבר סטאלין מחליט געווען אז אויב קען א מענטש אזויפיל טון דארף מען ארויפרוקן דעם סטאנדארט העכער. גענוי דאס טוען ענקזייעטי ליידנדע צו זיך אליין.

דער אינגערמאן וואס האט געוואלט אויפשטיין 4 אזייגער האט קודם איין פראבלעם אז ער האט געשטעלט די סטאנדארט צו הויעך. אפילו אויב שטייט ער אויף 4:30 איז ער דאך נאכאלץ פון די עשרה ראשונים אין ביהמ"ד, אבער אזויווי ער האט זיך קובע געווען אויף פיר אזייגער האט ער כמעט יעדן טאג געהאט צו ליידן פון זיך אליין ביים אויפשטיין 4:05 אז ער איז גארנישט ווערד, ער איז א דורכפאל, אייביג געווען און וועט אייביג זיין.

און אויב האט זיך יא געמאכט אמאל אז ער האט מצליח געווען אויפצושטיין 4 זערא זערא פינקטליך איז ער נישט געווארן צופרידן דערפון ווייל דאס איז דאך 'נארמאל', אזוי דארף עס ווען צו זיין יעדן טאג… קומט אויס אז ער האט קיינמאל נישט הנאה געהאט פון זיינע דערגרייכונגען. איין זאך האט ער יא אויפגעטון מיטן אויפשטיין פינקטליך אז די נעגאטיווע חלק פון די ענקזייעטי האט ער זיך איינגעשפארט. אבער! נישט אויף צו לאנג. ווארט נאר ביז ער וועט אנקומען אין ביהמ"ד 5 מינוט שפעטער ווי געראכטן, אוי וועט ער דעמאלטס ליידן.

דאס זעלבע איז מיטן ביזנעסמאן וואס ליידט פון ענקזייעטי בעפאר יעדן דיעל צו עס וועט געלונגען אדער נישט. נארמאל ווען א מענטש איז מצליח מיט א דיעל איז ער פרייליך ביז גאר, ער פאסמאקעוועט זיך דערמיט פאר אפאר טעג און שפירט א געשמאקע געפיל פון עררייכונג. דאס אלעס פאלט אוועק איינמאל דער מענטש ליידט אויף ענקזייעטי, דער גאנצער דאגה איז צו דער דיעל גייט חס וחלילה דורכפאלן. אויב גייט עס יא איז עס דאך נישט מער ווי געראכטן.

 

רפואת הנפש

איינס פון די מערסט באקאנטע מהלכים וויאזוי צו היילן נפשיות'דיגע פראבלעמען איז CBT וואס באשטייט פון קאגניטיוו ביהעיוויורעל טעראפי. עס גייט מיט די הנחה אז יעדע פראבלעמאטישע געפיל קומט פון אן אומריכטיגער מחשבה און ווען מען ארבעט אויף די מחשבות וואס ברענגען שווערע נעגאטיווע געפילן צוזאמען מיט די "ביהעיוויוער" וואס דער מענטש טוט אלס רעזולטאט פון די מחשבות קען עס העלפן אוועקצונעמען דעם פראבלעמאטישן צוגאנג צו זאכן.

ווען עס קומט צו ענקזייעטי איז דאס טאקע א שטארק באנוצטע מהלך. אומריכטיגע מחשבות ביי ענקזייעטי זענען נישט קיין זאכן וואס עס איז שווער צו טרעפן, רוב מענטשן וואס ליידן אויף ענקזייעטי דרייען זיך מיט אומריכטיגע מחשבות אין קאפ. דער אינגערמאן וואס מיינט אז ער איז א דורכפאל אויב שטייט ער נישט אויף פיר אזייגער פינקטליך טראכט אומריכטיג. א לויער וואס מיינט אז נישט געווינען יעדע קעיס מאכט אים ווייניגער ווערד איז נישט גערעכט. א מגי"ש וואס שפירט אז אויב איין בחור אין דער כתה האט נישט פארשטאנען זיין שיעור ווערט ער אויס געלונגענער שיעור זאגער לעבט אין א טעות, און דער ביזנעסמאן וואס זיין ביזנעס דיעל איז קובע אויב ער טויגט אדער נישט איז אומגערעכט.

אויפשטיין 5 מינוט שפעטער ווי געפלאנט זאגט גארנישט אויפן מענטש בעצם. צו טראכטן פארקערט איז אומרעאליסטיש. א לויער וואס פארלירט א קעיס איז אפטמאל אין א מצב וואס עס איז בכלל נישט געווען אין זיינע הענט דאס צו געווינען. און דער בחור וואס הערט נישט אויס ביים שיעור? ער איז פשוט געגאנגען שלאפן נעכטן שפעט און זיין קאפ שוועבט אין העכערע ספערן. ער קען שכל'דיג נישט קובע זיין איבער די קוואליטעט פון אונזער מגיד שיעור'ס שיעורים.

די אלע פאלשע נעגאטיווע מחשבות מאכן דעם מענטש שפירן צוקלאפט און פארווייטאגט אויף זיין מצב, עס וועט קיינער נישט שפירן גוט בשעת ער האט אזעלכע מחשבות אין קאפ. און די אלע נעגאטיווע און צוקלאפטע געפילן זענען די גורמים אויף אומריכטיגע ביהעיוויוער וואס דער מענטש טוט צוליב זיי, אמאל וועט ער וועגן דעם זיך איבערייסן נאכמער כאטש וואס עס איז נישט בידו, און אמאל וועט ער אויפגעבן אויף אלעס.

אין CBT דערגייט מען וואו עס שטעקט דער פראבלעם אין די מחשבות און מען ארבעט דערויף דורך טרעפן מער אמת'דיגע און ריכטיגע מחשבות. ווייל דער אמת איז אז ער איז נישט קיין דורכפאל צוליב די קליינליכע זאכן. עס זענען דא מענטשן וואס זענען 20 מאל אדורכגעפאלן די דרייווערס לייסענס און נאכדעם האבן זיי עס באקומען, דער פאקט אז זיי האבן למעשה דערגרייכט איז די גרעסטע הוכחה אז זיי זענען נישט קיין דורכפעלער.

דער צווייטער חלק אין CBT גייט אויף די ביהעיוויוער פונעם מענטש, אויף ענקזייעטי וועט מען אפט ארבעטן אויף דאס וואס דער מענטש קען נישט זיצן רוהיג, און אויף דעם זענען דא אסאך עקסערסייזעס וואס מען נוצט. אויך וועט מען ארבעטן אויף דעם וואס דער מענטש נעמט אויף זיך מער פון וויפיל ער קען בטבע, מען וועט אים לערנען וויאזוי צו שטעלן רעאליסטישע צילן, און וויאזוי הנאה צו האבן פון וואס ער טוט. ווען א מענטש האט מורא צו טון עפעס וועט מען עס צוברעכן אויף קלענערע חלקים און דער טעראפיסט וועט אים צואווייזן וויאזוי צו טון איין חלק אויפאמאל צוביסלעכווייז. דאס הייסט אז מען מאכט שטייטע 'עקספאוזשער'.

 

EMDR פאר ענקזייעטי

CBT הערט זיך זייער שיין אבער ר' יושע האט געשפירט אז 'עפעס' פעלט נאך דערפון. "מען ארבעט טאקע אויף די נעגאטיווע מחשבות, ווי אויך אויף די אומריכטיגע ביהעיוויוערס, אבער מען אדרעסירט נישט דעם "פארוואס", פארוואס האט ער אנגעהויבן ליידן פון שלעכטע מחשבות?"

אין יארע 1989 האט פראנסין שאפירא – א פסיכאלאג – שפאצירט אין וואלד ווען נאך אפאר מינוט האט זי געשפירט ווי אירע אייגענע נעגאטיווע מחשבות ווערן ווייניגער בשעת זי רוקט די אויגן פון זייט צו זייט. שפעטער האט זי געטראפן די זעלבע פאזיטיווע רעזולטאטן ביי פאציענטן. עס האט נישט לאנג געדויערט און א נייע טעראפי מעטאד איז ערשינען מיטן נאמען EMDR. מיט די יארן איז עס זייער צושפרייט געווארן און עס האלט היינט ביי 20,000 טעראפיסטן וואס זענען טרענירט אויף דעם.

"איך האב פאראיאר אנטיילגענומען ביי א טרעינינג פאר EMDR, און איך האב עס דעמאלטס אנגעהויבן צו נוצן מיט מיינע קליענטן זייט ביי זייט מיט CBT און געזען געוואלדיגע רעזולטאטן בס"ד. ממש ווי דער חילוק צווישן גיין צופיס ביז פארן מיט א קאר."

ווען א מענטש איז צוגעוואוינט צו טראכטן א געוויסע וועג דויערט אסאך צייט ביז מען לערנט זיך אויס וועלכע מחשבה עס איז דער גורם, און עס צו טוישן מיט מער בעסערע מחשבות. ווייל מען שווימט קעגן דעם שטראם אביסל, דא בין איך געווען צוגעוואוינט צו טראכטן אזוי און יעצט דארף מען עס טוישן מן הקצה אל הקצה. "פונקט נעכטן האט מיר איינער געזאגט: "א גאנצן טאג איבעראל וואו איך קוק זעה איך נאר נעגאטיוו, דא בשעת איך זיץ מיט דיר קען איך זען פאזיטיוו, אבער מיין מוח לויפט דאך נישט אזוי!". וואס מען טוט נארמאל אין אזא צייט איז אז מען גייט צוביסלעך, קודם זאל מען נאר טראכטן פאזיטיוו צוויי מינוט א טאג און אזוי גייט מען ווייטער און ווייטער. אבער דאס גייט זייער שטייט."

דער בליץ פון EMDR באשטייט פון א טעאריע אז ווען מען גייט צוריק און מען לעבט איבער א שווערע זאך וואס מען האט געהאט בשעת מען רוקט די אויגן אהין און צוריק, העלפט עס אוועקצונעמען די ווייטאג דערפון. עס ווערט בעיקר גענוצט פאר טראומע פאציענטן אז מען גייט איבער נאכאמאל די ווייטאגליכע טראומע און בשעת מעשה רוקט מען די אויגן און דאס בארוהיגט יענע איינגעגעסענע ווייטאגן.

ווען עס קומט צו ענקזייעטי שטייט מען אבער א שטאפל פריער ווייל מען ווייסט נאכנישט וואס עס איז די גורם פון די ווייטאג און וואס עס שטיפט אים אריינצושטעלן דעם "זיך" אין יעדע זאך. מען ווייסט נישט פארוואס זיין זעלבסטשאץ איז אין א כסדר'ידגע סכנה. איינמאל מען וועט וויסן וועלכע ווייטאג עס איז דער אנדרייער קען מען עס בארואיגן מיט EMDR.

"איך נוץ EMDR פאר ענקזייעטי דורך טרעפן די הויפט ווייטאג וואס שטעקט אונטער די ענקזייעטי." עס ארבעט אז מען נעמט, לדוגמא, א ביזנעסמאן וואס שפירט אז אויב פאלט דער דיעל אדורך איז ער שוין גארנישט ווערד, און מען בעט אים ער זאל אויסמאלן אין קאפ וויאזוי עס וועט אויסקוקן אויב דער דיעל פאלט דורך און ער זאל עס פרובירן צו באטראכטן צו זען וועלכע חלק אין דעם דורכפאל קוועטשט אים דאס מערסטע. איינמאל ער האט עס, בעט מען ער זאל אנהאלטן דעם בילד און זען וועלכע סארט געפיל עס ברענגט יעצט ארויף.

און דא קומט עס ארויף ביי יעדעם איינעם אנדערש; ביי איינעם וועט עס זאגן אז "איך בין גארנישט ווערד", א צווייטער וועט שפירן אז "איך קען קיינמאל נישט מצליח זיין", ווידער וועט זיין א דריטער וואס וועט שפירן אז "איך בין א בעיבי", "א דורכפאל".

איינמאל דער געפיל איז דא בעט מען דעם באטרעפנדער ער זאל אנהאלטן דעם געפיל און זיך לאזן צוריקפארן אין זיינע זכרונות פון דער עבר ווען ער האט אויך געשפירט א ענדליכע סארט הרגשה. עס קען מעגליך זיין אינגאנצן אן אנדערע מעשה, א באזונדערע פרשה וואס האט גארנישט איינגעלייגט מיטן ביזנעס דורכפאל. און איינמאל דער אמת שווימט ארויף מאכט מען EMDR מיט די אויגן צו בארואיגן יענע געפיל און עס ארבעט ווי א פידעלע.

יעדער קליענט זאגט אנהייב אז "ביי מיר גייט עס נישט ארבעטן". דערווייל האט עס אבער געארבעט ביי אלע פון מיינע קליענטן. ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער. חוץ ביי צוויי, איינער פון זיי האט נעבעך געליטן פון א "סייקאטיק דיסארדער", און דער צווייטער איז געווען אביסל צוריקגעשטאנען בכלליות. אבער היות 98% פון מיינע קליענטן זענען אלע עכט שטארק פינקציאנירנדע און געלונגענע מענטשן ארבעט עס ביי אלע.

און ר' יושע איז ממחיש דעם מהלך מיט א מעשה שהיה, "איך האב געהאט א געלונגענער אינגערמאן פון די גאר חשוב'ע אינגעלייט, וואס האט געשפירט זייער שלעכט, ער האט ממש נישט געקענט לערנען, ער האט נישט געקענט אנגיין מיטן טאג. ווען מיר זענען אריינגעגאנגען אביסעלע טיפער האט מען געזען אז ער שפירט אז ער איז א 'גארנישט'.

"איך האב געזאגט פאר דעם אינגערמאן, איך הער דיין געפיל, האלט עס אן און לאז עס צוריקגיין צו די פאריגע מאל ווען דו האסט אזוי געשפירט. נאכן טון אזוי אפאר מאל איז מען צוגעקומען צו א מעשה פון ווען ער איז געווען 3-4 יאר אלט, ביי א מומע, ווען איין קינד האט עפעס אויסגעגאסן און שמוציג געמאכט דעם קארפעט. מען האט אים חושד געווען דערין און מען האט אים שרעקליך אנגעשריגן פארנט פון יעדעם איינעם דארט. און דאס האט כסדר געשפילט אויף אים כאטש וואס לויט ווי ער זאגט האט ער שוין נישט געטראכט דערפון 10-15 יאר, און ווען מען האט עס יעצט ארויפגעברענגט איז אים געקומען טרערן אין די אויגן."

א צווייטע מעשה פארציילט ר' יושע איבער א קליענט וואס האט אייביג געשפירט אז ער קען נישט מצליח זיין, ער איז נישט דער מענטש וואס איז מצליח, נישט אין לערנען און נישט אינדערהיים. ער, קען, נישט. "ווען איך האב אים פארגעשלאגן צו פרובירן EMDR האט ער נישט געוואלט, זאגנדיג: נעע, איך בין נישט די סארט עמאציאנאלע טיפ, איך בין א דורכגעטראכטער מענטש, די גאנצע זאך מאכט נישט קיין סענס צו מיר."

למעשה האט מען אים איבערגערעדט און ער האט עס פרובירט. נאכן צוריקגיין אביסל צום עבר איז ארויסגעקומען א מעשה פון אלס קינד ווען ער איז געגאנגען אין קעמפ, און זיין טאטע האט באלאנגט צו די 'פארקערטע' חסידות פון די גאנצע קעמפ, מען האט אים גע'רודף'ט דארט, ער האט געשפירט איינער אליינס קעגן א באנדע בלוט צאפערס, זיין טאטע האט עס אוועקגעמאכט מיט א 'נעעע, מאך זיך נישט צוטוהן פון זיי'. און דאס האט אים אפעקטירט עטליכע אין צוואנציג יאר שפעטער אז ער האט געשפירט ווי פון אים גייט שוין גארנישט ווערן.

און פלוצלונג, דער מענטש וואס ווייסט נישט וויאזוי מען ברענגט ארויף געפילן, ער איז נישט קיין 'געפילן מענטש', האט פונקט דעמאלטס געהאט אזעלכע שטויבעלעך אין די אויגן… ער האט זייער אסאך געבלינקט גיי ווייס פארוואס…

"די רעזולטאטן ביים דעם אינגערמאן זענען נישט געווען אזוי גינסטיג ווייל א וואך דערויף איז ער צוריקגעקומען מיט א שטארקייט אז ער איז נישט קיין געפילן מענטש. אבער ביי דעם ערשטן אינגערמאן וואס די מומע האט אים אנגעשריגן ביי די דריי האט עס געארבעט ממש וואונדערליך, איך האב קודם געארבעט מיט אים דורך CBT א האלבע יאר און מען האט זיך געריקט שטייטעלעך, אבער איינמאל מען איז אריבער צו EMDR איז ער פארטיג געווארן נאך 4 סעסיעס אין וואס מען האט אדרעסירט דעם מומע, און נאך 4 סעסיעס האט ער פלוצלונג אומבאמערקטערהייט זיך געטראפן בארוהיגט און געזונט.

מען קען שמועסן מעשיות אויף מעשיות וואס איך האב געהאט מיט קליענטן וואס EMDR האט זיי געהויבן אויף אן אומגלויבליכער פארנעם. ביי איינעם איז מען אנגעקומען אז אלס קינד האט אים א שכן גע'רודף'ט נאר ווען קיינער האט אים נישט געזען און ווען זיי זענען געווען אין געגנווארט פון אנדערע מענטשן האט יענער זיך געמאכט העפליך צו אים אויף א וועג אז קיינער האט אים נישט געגלייבט אז יענער רודף'ט אים. ביי א צווייטן איז מען צוגעקומען צו א מעשה ווען א מנהל אין ישיבה וואו ער האט געלענט אלס בחור האט אים משונה'דיג שטארק אנגעשריגן און באזידלט אז ער האט ממש געשפירט פארכאפט. ער איז געווען ביי מיר 20 יאר שפעטער און ווען מען איז צוגעקומען צו דעם איז אים געקומען טרערן אין די אויגן.

 

OCD אדער ענקזייעטי?

ר' יושע ארבעט אויך מיט OCD און איז מסביר דעם חילוק צווישן פשוט'ע ענקזייעטי צו OCD: "ביידע זענען אן אנגעצויגנקייט וואס דער מענטש האט איבער א געוויסע זאך, דער חילוק איז נאר אז OCD באשטייט פון אן אבסעסיע אין מוח וואס גייט איבער איינמאל און נאכמאל אן אויפהער, עס שפילט זיך איבער ווי די אמאליגע רעקארד פלעיערס, וואס ווען עס האט געכאפט א קריץ האט עס געקענט איבערזאגן די זעלבע שורה הינדערטער מאל."

דער מענטש וואס ליידט פון OCD ווייסט אז זיינע חששות זענען זינלאז, עס לויפט אבער מיט אזא ריטעם פון "אבער אפשר", ביסט טאקע גערעכט אז עס איז נישטא פון וואס צו זארגן, אבער "אבער אפשר"… "מענטשן פרעגן מיר אסאך מאל וויאזוי קען מען וויסן צו עס איז טאקע OCD און נישט קיין אנדערע פראבלעם, מיין ענטפער איז אייביג אז דאס וואס מען פרעגט "אפשר" דאס מוז נאכנישט זיין קיין OCD, ווען מען פרעגט אבער "אבער אפשר" דעמאלטס ווייסט מען שוין קלאר אז עס איז OCD…"

ענקזייעטי ארבעט נישט אזוי. עס איז נישט אז עס שפילט איבער א ספק אדער א שאלה איינמאל און נאכאמאל, נאר עס איז רוב מאל באזירט אויף א בילד וואס דער מענטש האט אין מוח אז אזוי דארפן זאכן זיין און מען האט כסדר ענקזייעטי צו זאכן וועלן קלאפן פינקטליך לויט דעם חלום אדער נישט. מען קען נישט האבן קיין מנוחה נאר ביז מען ווייסט קלאר אז "איך" קום אן דארט וואו איך וויל, לויטן חלום.

 

ממדריגה למדריגה

מיט זיין געוואלדיגער כח החידוש איז ר' יושע אויפגעקומען מיט א מהלך וויאזוי צו היילן OCD צוטיילט און 6 שלבים. איינס קומט נאכן צווייטן און צוביסלעך גייט די קרענק א גאנג וכאשר בא כן הלך, ווי א שווייצער זייגער, בס"ד.

דער ערשטער שלב וואס איז זייער וויכטיג בעפאר מען הייבט בכלל אן צו ארבעטן אויף די OCD איז צו אנערקענען אז OCD איז נישט קיין חלק פונעם מענטש! עס איז דא דער "איך" וואס האט שכל און פארשטייט קלאר אז די שאלה איז קיין שאלה נישט. דער פראבלעם איז נאר אז פון דער אנדערער זייט שטייט עפעס א באזונדערע בריה, א פגע, וואס מאכט נערוועז און האקט יעדע מינוט אריין מיט נייע חששות.

עס דערמאנט פון די גויים וואס פלעגן זיך ארומדרייען מיט א גרויסן "בום-באקס" וואס האט אפגעהילכעט אינעם גאנצן ארום. דער שגץ האט קלאר נישט געקענט טראכטן גראד בשעת'ן זיך ארומדרייען אזוי, אבער עס מיינט נישט אז על הצד דער גוי האט ווען שכל האט ער עס יעצט נישט. ער האט ווייטער די שכל וואס ער האט, נאר די דרויסנדיגע גערודער וואס דער ספיקער מאכט לאזט אים נישט טראכטן. דאס זעלבע איז מיטן OCD ליידנדער, זיין שכל איז ווייטער דא, ער איז קלוג און געראטן, ער דרייט זיך נאר ארום מיט א "בום-באקס" וואס לאזט אים נישט 'נוצן' זיין שכל. אבער עס איז נישט ער, עס איז א באזונדערע מאשינקע מיט וואס ער דרייעט זיך.

עס מאכט זיך אפט וואס איך בעט פון מענטשן זיי זאלן דאס ארויסזאגן מיט די מויל, "עס איז נישט מיר עס איז די OCD", און איך פלעג אפילו אמאל געבן אזעלכע קליינע 'פינגער פאפעטס' צו האלטן אין טאש און יעדע מאל די OCD איז אריינגעקומען האט מען עס געקענט אנרירן און טראכטן אז עס איז די OCD און עס איז נישט מיר. ווייל אז מען קען עס ממחיש זיין ארבעט עס אסאך בעסער.

איינמאל מען האט זיך דערלערנט אז דער מענטש מיט די OCD זענען צוויי באזונדערע זאכן קען מען גיין צום צווייטן שטאפל וואס באשטייט פון צוויי חלקים, קודם, אויסצוהערן דעם ויכוח צווישן די נארמאלע שכל און די OCD. די נארמאלע שכל האלט אז עס איז נישט קיין שאלה בכלל און די OCD פרעגט יא איבער איינמאל און נאכאמאל. און די צווייטע חלק איז אנצוהייבן באמערקן וואס פאר א השפעה די ויכוח האט אויפן גוף, מען אבזערווירט ווי תיכף ווען דער ספק קומט אריין הייבט זיך אן צו שפירן אן אנגעצויגנקייט.

דער דריטער חלק פארלאנגט נישט מער און נישט ווייניגער ווי ווערן א שותף מיט די OCD. דער OCD קומט אן און מען איז אים מכבד מיט אן אויבנאן זיץ, און מען פאלגט וואס ער הייסט. ווילסט איך זאל וואשן די הענט? פיין, אפגעוואשן. נאכאמאל וואשן? נאכאמאל געוואשן. דאס איז א זאך וואס הערט זיך גרינגער ווי עס איז למעשה, ווייל רוב מענטשן וואס ליידן פון OCD האבן שוין א היסטאריע פון זיך שלאגן אקעגן איר. אמאל קומט עס נאטירליך און אמאל ווייל ער איז געווען ביי א טעראפיסט בעפאר מיר וואס האט געהייסן זיך שלאגן.

די חכמה דערפון איז ווייל בעצם איז OCD א געלערנטער שלעגער, אנצוהייבן גלייך זיך צו קריגן מיט אים איז א שטיקל רעצעפט אדורכצופאלן. אבער ווען מען גייט מיט א מהלך אז ער איז נישט קיין חלק פון מיר, ער איז א פרעמדע זאך וואס טיילט מיר איין וואס צו טוהן און מען פאלגט אים, באקומט מען אומבאמערקטערהייט א שטיקל בעלות אויף אים. ווייל עס איז נישט אז דו טיילסט מיר איין וואס צו טוהן, נאר איך טו עס ווייל איך וויל אזוי טון. און דא קומט צו נאך א א שלב וואס געהערט צום דריטן חלק, נעמליך, צו טון אזעלכע זאכן אפילו נאך בעפאר דער OCD הייסט. "מקדים זיין דעם למכה למכה…" ווי עס הייסט אין ר' יושע'ס לעקסיקאן.

איינמאל מען האלט שוין דא קען מען זיך שוין ערלויבן צו זאגן פארן OCD: הער זיך איין טייערע OCD, איך פארשטיי אז דו ווילסט איך זאל דיר אייביג פאלגן, אבער דו דארפסט פארשטיין אז איך האב אויך א דעה און איך בין נישט אייביג אין די גיסטע דיר צו פאלגן. אמאל וועט מען יא פאלגן און אמאל נישט.

און דא קומט דער שלב נומער 5, וואס ווען מען האלט שוין דא איז שוין דער OCD האלב צוקלאפט, די וואליום זיינע איז שוין ווייט נישט אזוי הויעך ווי די "בום-באקס" פון די שחורים, עס איז שוין היינט א קול וואס רעדט אין דער הונטערגרונד. און אויב אזוי ערלויבט מען זיך שוין צו זאגן פאר די OCD, דו ווילסט דא זיין? איך שטער דיר נישט, קענסט רעדן אויב דו ווילסט, אבער ביי דעם בלייבט עס. איך וועל טון וואס איך האב צו טון. דו קענסט בעטן איך זאל זיך וואשן 10 מאל, איך וועל אבער טון וואס מיר געפעלט, און איך האלט אז איינמאל איז גענוג.

ביי דער זעקסטער שלב, ווען דער OCD איז שוין באמת א רחמנות, גייט מען זיך אום מיט אים מיט א גוט הארץ, מען רעדט צו אים אזויווי מען וואלט ווען גערעדט צו איינעם וואס איז נעבעך כמעט מיט אלעמען… א גוטן ערעב OCD, גוט אז איר זענט געקומען, מאכט אייך ביטע באקוועם, זעצט אייך צום טיש. איר ווילט עפעס? איר ווילט זיך וואשן? אקעי, שיין, שיין… דער OCD האלט שוין ביי א בחינה ווייניגער ווי סתם קולות אינעם הונטערגרונד. "ווי איינער האט זיך מיר אמאל אויסגעדרוקט ווען מען האט געהאלטן ביי דעם שלב, עס איז נישט אז איך הער בכלל אויס וואס דער OCD זאגט מיר, עס קומט אן דער מעסעדזש אבער עס גייט גלייך אריין אין 'ספעם' און איך פארמעק עס…"

 

הכתב והמכתב

אויסער די כוחות עצומות וואס ער פארמאגט צו פארשטיין, ארויסהאבן, הייבן און בויען א מענטש, נוצט ר' יושע זיין פון הימל-געשאנקענעם שרייב טאלאנט צו פיטערן דעם ציבור מיט אינפארמאציע און הבנה איבער גייסטישע אספעקטן. זיינע ארטיקלען זענען מלא עצות וחכמת החיים. ארטיקלען וואו יעדער ליינער טרעפט א מקום וואס רעדט צו זיין נשמה. נישטא דער מענטש וואס גייט נישט ארויס מיט א שטאפל העכער ווי ער איז אריין נאכן ליינען ר' יושע'ס אן ארטיקל.

נאך די געוואלדיגע הצלחה און אויפוואכונג וואס זיינע וועכנטליכע שרייבווערק אין פארשידענע אויסגאבעס האבן געברענגט מיט זיך האט ר' יושע מחליט געווען צו גיין א טריט ווייטער און שרייבן א בוך וואס דינט אלס קוואל פון חיות און אמביציע פאר אירע ליינער. דער בוך, וואס איז ערשינען פאר בערך א האלב יאר צוריק, האט שוין געשאקלט א וועלט. פראפעסיאנאלן זענען באגייסטערט פון די עמקות וואס גיסט זיך פון יעדע שורה. און דאס אלעס אויף ר' יושע'ס הומאריסטישע שרייבן סטייל וואס מאכט דעם ליינער שפרונגען.

אלץ א שטיקל פערפעקציאניסט וואס געט נישט ארויס פון זיינע הענט א דבר שאינו מתוקן האט ר' יושע אריינגעלייגט כוחות עצומות אין דעם בוך עס זאל ארויסקומען גענוג קלאר, גוט, געשמאק און צום פינטל אז יעדער סארט ליינער זאל הנאה האבן דערפון. צום ביישפיל האט ער מקפיד געווען צו לייגן א בילד בעפאר יעדן קאפיטל וואס ברענגט ארויס די תוכן וואס גייט דא שטיין בבחינת 'א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער'. יעדע קאפיטל הייבט זיך אן מיט א מעשה וואס ברענגט ארויס דעם פונקט וואס ער וויל ארויסברענגען אינעם קאפיטל. יעדע קאפיטל ענדיגט זיך מיט א 'פאנטש ליין', אדער ווי ר' יושע גלייכט עס צו רופן א "זעץ ליניע"… וואס איז מיט אפאר טרעפליכע קורצע ווערטער מסכם די גאנצע קאפיטל. אזוי זענען פארהאן אסאך דעטאלן וואס דער ליינער באמערקט קוים, אבער עס געט צו א געוואלדיגער שלימות צום פראיעקט.

דער בוך איז א פראדוקט וואס קומט פון איבער א יאר ארבעט. אויף יעדן קוץ ותג איז מען געזעסן שבעה נקיים מיט מגיהים און מומחים, וואס יא און וואס נישט, וועלכע ווערטער וועלן בעסער ארויסברענגען די נקודה העמוקה וואס דארף דא קלאר ווערן. און דער ציבור באלעקט זיך די פינגער מיט די קורץ און שארפע הגיונות.

געזעגנענדיג זיך פון ר' יושע מיט זאפאסן פון אינפארמאציע געט ער אונז במתנה דעם בוך זיינע, Empowerment, מיר האבן שוין אנגעיאגט צו בלעטערן דא און דארט, זעיר פה וזעיר שם, עס ציט צו בלייבן זיצן אויף דעם ווילאנג עס איז אויסגעליינט מדאשקע לדאשקע, אבער היום קצר והמלאכה מרובה, דער אינטערוויו דארף גרייט ווערן באצייטנס. אלזא, לאמיר מסיים זיין דא און צוריקגיין ליינען ווייטער וואו מיר האבן געהאלטן אינעם בוך… והרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. ווען ר' יושע זאל ווען שרייבן א בוך פון דעם איינעם שמועס וואס מיר האבן היינט געהאט וואלט עס באשטאנען פון א שיינע פאר בענדער…

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!