וויאזוי א מאמע קען גרינגער מאכן פאר זיך און פאר'ן קינד וואס ליידט אויף ADHD – אריגינעל ערשינען אין נפשי #3 דורך מרת ח. לויפער ABD / DIY / S.B.T. / NARATUVE

 

ביי דער טעמע פון ADD און ADHD, אזוי ווי ביי יעדע זאך, זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען. פיל פארשונגען האט מען שוין איבער דעם געמאכט. טייל האלטן אז עס איז א גענעטישע קרענק, דער מח פון ADHD ליידנדע געט ארויס הארמאנען, ווי אדרענעלין, סעראטאנין, דאפעמין, אין א גרעסערן מאס, וואס די זאכן געבן פאר'ן מח קראפט צו זיין וואך און טעטיג. עס זענען אבער פארהאן אזעלכע ביי וועם די זאכן ווערן שנעלער איינגעזאפט, דעריבער פארלירן זיי פיל פון די וויכטיגע קרעפטן.

פארהאן פיל פסיכאלאגן און טעראפיסטן וואס האבן אנערקענט אז דער פראבלעם שאפט זיך גאר אין די יונגע יארן אלס קינד, צוליב א מאנגל פון ליבשאפט און ווארעמקייט (לויט די מאס וואס אים פאדערט) אדער אלס רעזולטאט פון שטארקע פרעשור.

לויט דער מיינונג שטימט עס אויך מיט די ערווענטע טעאריעס, וויבאלד א קינד וואס אנערקענט נישט (אדער באקומט נישט אנערקעננוג) אין זיין אייגנארטיגקייט, לעבט אייביג אין דרוק, געפינענדיג זיך אין אונטערשטן טייל פון מח וואס ווערט אנגערופן "מח שטאם", וואס דארט פארנוצט זיך זייער שנעל די כעמיקאלן, ווי אדרענעלין און סעראטאנין, וועלכע שוואכן אפ דעם מענטש. די רעזולטאטן דערפון זענען: שוואכע קאנצעטרירונג, איבעריגע באוועגונג, א.ד.ג.

עלטערן וועלכע האבן באקומען אן אנאליז איבער א קינד וואס פארמאגט דעם ADHD פראבלעם, ספראווען זיך צוערשט מיט די שוועריגקייט אויפצונעמען אין געדאנק דעם פאקט אז מיין קינד איז א ליידנדער, ער ליידט פון א קרענק.

מיר ווילן ברענגען א באלאנס אין דער טעמע, וויבאלד דער באשעפער האט בטובו הגדול צוגעשטעלט דעם "חכמה בגוים תאמין" – די וויסנשאפט וועלט איז ברייט פארצווייגט, עס העלפט פיל ארויס, אבער מיר דארפן עס אננעמען אלס א הילף מיטל זיך צו קענען דערהייבן, ארויסגיין מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף פון דעם פראבלעם ווי ווייט מעגליך.

דא זענען מיר אנדערש ווי די וועלט, "והבדילנו מן התועים", מיר גלויבן אז יעדעס אידיש קינד, וועלכע פראבלעם עס זאל נאר נישט זיין, קען ער זיך בעז"ה דערהייבן. מיר וועלן ח"ו נישט איגנארירן קיין שום שוועריגקייט, נישט אוועקמאכן קיין פראבלעמען, אבער גלייכצייטיג טאן אלעס כדי זיך ארויסצוהעלפן און ארויסצוגיין פון דער שוועריגקייט.

פאלגנד זענען נוצליכע ווערקצייג וועלכע ווייזן בעז"ה גרויסע סוקסעס מיט ADHD שוועריגקייט.

 

  1. אן "אינפעקציע קינד"?!

יעדעס אידיש קינד איז טייער, א חלק אלוק ממעל, יעדער פארמאגט זיינע אייגנארטיגע אייגנשאפטן, מיר קענען נישט פארגלייכן איינעם צום צווייטן. דער כח וואס א אידיש קינד פארמאגט איז גרויס, די דרויסנדיגע שוועריגקייט וועלכע זעט זיך אן איז נאר ווי א שאלעכץ, וואס וועט זיך בעז"ה אפשיילן פון זיך אליין ווען דאס קינד וועט באקומען אנערקענונג, צוטרוי אין זיינע פאזיטיווע טיילן.

צוערשט דארפן מיר זיך פארמיידן ווי ווייט מעגליך אנצורופן דאס קינד מיט'ן טיטל "ADHD". ריכטיג ער האט די שוועריגקייט, אבער ער פארבלייבט נאך אלץ דער זיסער יאסעלע, די זיסע חני. מיר קלעבן נישט ארויף קיין סטיגמע ח"ו אויפ'ן קינד: "דאס איז מיין ADHD אוצר'ל".

מיר באציען זיך צום פראבלעם מיט באלאנסירונג. פון איין זייט אנערקענען מיר דערין, מיר ווייסן אז דאס קינד האט א שוועריגקייט, אבער פון דער צווייטער זייט גלייבן מיר אז דאס איז נאר א טייל פון זיין פערזענליכקייט, ער האט פיל פאזיטיווע שיינע חלקים ווי א גוטע הארץ, אמת'דיגקייט, און נאך פיל גוטע מעלות וואס אויב מיר וועלן זוכן וועלן מיר געוויס טרעפן.

דער חובת התלמידים ערקלערט, ווען פיל מאל זעען מיר די חסרונות פון א קינד, דארפן מיר עס אננעמען ווי א יונגע הארטע אתרוג, וועלכע וועט אויסוואקסן שמעקעדיג און שיין.

דער כח פון צוטרוי, ווירקט וואונדערליך אויפ'ן קינד. ווען ער זעט אז מיר גלייבן אז ער קען (נישט מיט קיין עקסטרעמע פאדערונגען אדער ערווארטונגען), מיר אנערקענען זיינע גוטע מעלות, דאס העלפט אים זיך שטארקן איבער דער שוועריגקייט.

דער חזון איש האט גע'עצה'ט א מנהל פון ישיבה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט תלמידים: "מיר זענען געוואוינט צו רעדן שטענדיג איבער דעם חסרון פון דעם מענטש, אבער פון אזויפיל זוכן דעם פעלער, ערוועקט דער מענטש דוקא דעם חסרון. די שלעכטע מידות, זענען טיילמאל איינגעקנייטשט, פארשלאפן אין אונז, אויב רירסטו זיי פון זייער פלאץ ווערן זיי אויפגעשטורעמט.

ווען מיר מאכן אן איבערקערעניש ארום דעם קינד'ס פראבלעם, לויפנדיג פון איין אנאליז צום צווייטן, מיר באטייליגן די גאנצע פאמיליע און יעדן באקאנטן איבער דער שוועריגקייט, ערוועקט עס די נעגאטיווע טייל פון קינד. עס העלפט אים נישט ארויסגיין דערפון, נאר שאפט א מויער, פארמאכט מאטיוואציע. דאס נישט מאכן א גרויסער עסק ארום דעם, מיינט נישט איגנארירן דעם קינד'ס שוועריגקייט, נאר מיר קאנצענטרירן זיך ווי מער אין דעם "עשה טוב", זוכן, הערן און לערנען צו טאן דאס בעסטע פאר'ן קינד, אבער געבנדיג דערביי צוטרוי, א שאנס זיך צו קענען ערהוילן.

מיר דארפן אנקוקן דאס בילד די זעלבע ווי מיר גייען מיט א קינד צום דאקטאר צוליב אן אויער ווייטאג, אדער האלז ווייטאג. דער דאקטאר באשטעטיגט אז דאס קינד האט אן אינפעקציע. וועלן מיר פון היינט אנרופן דאס קינד, "מיין משה'לע איז אן אויער-אינפעקטירטע קינד"?! עס הערט זיך זייער איראניש. מיר הערן דעם דאקטאר'ס אנאליז, מיר נעמען אן מיט באלאנסירונג דאס בילד, "יא, דאס קינד האט אן אויער אינפעקציע, ב"ה מען האט אויסגעטראפן די פראבלעם, נאכ'ן געבן פאסיגע מעדיצין וועט ער זיך בעז"ה אויסהיילן."

ריכטיג, ווען עס רעדט זיך איבער זעלישע פראבלעמען איז דאס בילד ווייניגער קלאר, צומאל גאר צעמישט, עס נעמט אויך א לענגערע פראצעדור, אבער מיר דארפן עס אננעמען אלס א צייטווייליגע שוועריגקייט וועלכע וועט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף זיך אויסהיילן (פארשטענדליך באהאנדלענדיג די פראבלעם מיט די פאסיגע הילף און ווערקצייג).

זיי שטייען אין א רייע, ווארטנדיג מען זאל מעלקן זייער מילך. איין קו נאכ'ן צווייטן ווערן געברענגט צו די מילך פעסער, ווען דערנאך שטעלט מען זיי אין א באזונדערער זייט, כדי נישט צו פארבייטן מיט די אנדערע… ווי אזוי דערקענט מען יעדע קו ווער ער איז? וואס איז זיין נאמען? א צעטעלע מיט א נומער דערציילט פינקטליך ווער די קו איז. יא, דאס איז ער – צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע ציפערן און נישט מער…

יעדעס אידיש קינד טראגט א אידישן בא'חנ'טן נאמען, "כשם שפרצופיהם שונים כך דיעותיהם שונות", יעדעס קינד מיט זיין געזיכט, מיט זיינע נאטורן און אייגנשאפטן. ווילן מיר דען ארויפקלעפן אויפ'ן קינד א טריקענע צעטעלע מיט א סטעמפל?

חני האט א שוועריגקייט פון ADHD. לאמיר איר נישט באטיטלען אלס א ADHD. שמואלי איז אנאליזירט געווארן מיט א פראבלעם פון PDD, לאמיר אים נישט פארוואנדלען אלס א PDD קינד!

ער האט טאקע א שוועריגקייט, א פראבלעם, אבער "ער 'איז' נישט קיין פראבלעם!" א אידיש קינד איז נישט צוזאמגעשטעלט פון A.B.C. און נישט פון קיין ציפערן, ער איז פיל העכער און אומשאצבאר.

 

  1. באדינגונגען צוגעפאסט צום קינד!

א קינד וואס איז אקטיוו קען זיך אפט אנטרעפן אין זאכן וואס פאלן, ווערן צעבראכן, צוליב זיין שנעלע באוועגונג און שוועריגקייט אין פלאנירונג.

עלטערן דארפן זען ווי ווייט מעגליך אויסמיידן דאס קינד פון זיך אנצוטרעפן אין שטערונגען, ווי גלאזערנע געצייג, וואזעס, וכדו'.

לאמיר פארקוקן אויפ'ן אייגענעם געשמאק און שיינקייט, לטובת פון דעם קינד – וואס איז למעשה אונזער טובה…

פיל רעגענישן, קריטיק, פאלן אומזיסט צום קינד. "גיי נישט דא!" "טשעפע נישט דעם טיש, עס איז פון גלאז, עס קען זיך צעברעכן!" "שלעפ נישט די פירהאנג, עס ווערט שמוציג!"

לאמיר באקוועם מאכן פאר זיך און פאר'ן קינד, אויסשטעלן די שטוב עס זאל זיין וואס ווייניגער קריסטאל געצייג, וואס ווייניגער זאכן וועלכע קענען אונז אריינברענגען אין דרוק.

ווען דאס קינד קען זיך שפילן, ארומדרייען פריי, אן קיין איבעריגע דרוק, איז עס א האלבע רפואה. עס פארמיידט קריטיק, כעס, און ערמעגליכט דעם קינד ארויסצוגעבן ענערגיע אויף א פאזיטיוון וועג.

עטליכע זאכן וואס זענען ראטזאם צו געבן פאר'ן קינד:

טרעמפאלין! – דאס טאנצן ברענגט אריין דעם מח אין אקט, עס ברענגט די באלאנסירונג. עס איז געוואונטשן צו האלטן דעם טרעמפאלין אין א נוצליכן פלאץ וואו די קינדער פארברענגען רוב שעה'ן פון טאג, כדי דאס קינד זאל זיך קענען ארויסגעבן אפט.

"סיליפוטי" – זייער וויכטיג צו געבן פאר'ן קינד יעדע סארט פליסיגקייט, ווי סילי-פוטי אדער זאמד.

"וואסער" – שווימען קען זייער בארואיגן. אין גארטן קען מען געבן צו שפילן מיט וואסער, אדער זאמד.

 

פארוואס טראכסטו נישט?

וויבאלד א קינד מיט אט דער שוועריגקייט איז אין א נאכאנאנדיגע באוועגונג, ברענגט עס אים צו טאן זאכן אן אריינצוטראכטן בעפאר דעם. פיל מאל האט ער נאכדעם חרטה – אבער דאן איז שוין צו שפעט.

דא ווילן מיר ברענגען א גוטע בשורה. נאך פיל ערפארונג מיט קינדער האבן מיר געזען א גרויסע סוקסעס, אויך ביי שווערע פעלער, דורכ'ן ארויפברענגען דאס קינד צו א העכערן ניווא פון אויסארבעטן די געדאנקען, טראכטן בעפאר ער טוט עפעס. וואס איז דער פאטענט?

דער פאך פון שטעלן פראגן!

דא ליגט באהאלטן דער פונדאמענט.

א פראגע צום קינד עפנט זיין מח, עס ברענגט אים אריינצוטראכטן. כאטש לויט זיין אנטוויקלונג איז ער ווייניגער רייף אריינצוקלערן אין א געשעעניש, בעפאר און דערנאך, עס איז אים שווער צוזאמצושטעלן דאס גאנצע בילד, ארויסלערנען איינס צום אנדערן, דווקא צוליב דעם וועלן מיר אים העלפן אנטוויקלען אט דעם קענטעניס דורכ'ן אים אפשטעלן, שטעלנדיג א פראגע.

וואספארא פראגע?

א. מיט פראגן קענען מיר זיך באנוצן בשעת מעשה, ווען מיר ווילן אויפקלערן דאס קינד א זאך. אנשטאט צו רעדן גאנצע דרשות וועלן מיר ווארפן צו אים די אחריות דורכ'ן לאזן הערן די שאלה. צ.ב.ש. חני האט באקומען אן אייסעס, זי וויל האבן נאך איינס.

פראגע צום קינד: "אויב דו וועסט יעצט עסן די אייסעס וואס וועסטו האבן פאר שבת?"

אדער: "אויב דו וועסט עסן די אייסעס וואס וועט בלייבן פאר די אנדערע קינדער?"

ערקלערונג: ווען מיר פרעגן אזעלכע פראגן צום קינד, פאנגט ער אן טראכטן אויף שפעטער.

מעגליך אין אנפאנג וועט ער ענטפערן באלד אן ענטפער (מערסטנס מאל אן איבערצוזייען). דעמאלט וועלן מיר ווידער מיט א רואיגקייט ענטפערן: "איך פארשטיי אז דו ווילסט גאר שטארק, דו האסט ליב אייסעס, אבער וואס וועט זיין פאר שבת?" (מיר געבן צוערשט מיטגעפיל וואס איז גאר וויכטיג ער זאל וויסן מען פארשטייט אים).

נאך א ביישפיל פון א פראגע בשעת מעשה: חיים גרייט זיך צום שלאפן, אבער ער נעמט נישט קעיר פון זיינע וועש, די ציצית איז פארשטעקט אונטער'ן בעט, איין שוך ליגט אין ווינקל פון קאך, דער צווייטער שוך איז צווישן די שפילערייען. אנשטאט זיך צו רעגן און אים הייסן איין מאל און נאכאמאל אוועקלייגן די שיך און ציצית, וועלן מיר אים שטעלן א פראגע וואס וועט ענדליך צוברענגען דאס קינד צו קעיר נעמען.

פראגע: "חיים, וואס קען מען טאן מען זאל נישט דארפן זוכן מארגן די שיך?"

אדער, "אויף וועלכע פלאץ קענסטו לייגן די ציצית אז זאלסט עס קענען טרעפן מארגן?"

ערקלערונג: ווען מיר קומען צום קינד, נישט מיט קריטיק ("דו געסט נישט אכטונג אויף דיינע שיך, נאכדעם זוכסטו עס אזוי לאנג") נאר מיר זוכן צוזאמען מיט'ן קינד אן עצה, מיר פרעגן די שאלה אויף א וועג, פון 'קום זען וואס קען מען טון?' אן צו באשולדיגן, אן צו קריטיקירן. דעמאלט וועלן מיר צום גרויס וואונדער זען ווי דאס קינד טרעפט באלד א גוטע פלאץ פאר זיינע ציצית, ליייגט אוועק די שיך אין א זייט, נעמענדיג די אחריות אויף זיך.

דאס זעלבע ווען דאס קינד דרייט זיך ארום, נישט טרעפנדיג קיין באשעפטיגונג, ער איז לאנגווייליג, וויבאלד עס איז אים נישט גוט, פאדערט ער נאכאנאנד נאשעריי אדער קויפן שמאנצעס. לאמיר זען ווי מיר קענען אים העלפן טרעפן א באשעפטיגונג.

פראגע: "איך זע אז דו זוכסט עפעס צו טאן, וואס קענסטו טאקע שפילן?"

אויך אויב דאס קינד ענטפערט "איך ווייס נישט", אדער "איך האב גארנישט צו שפילן," קענען מיר אים געבן מעגליכקייטן, אויסצואוועלן, ווי צ.ב.ש. ווילסט מאלן? שפילן קליקס? א.ד.ג.

ווען דאס קינד זעט אז מיר גלייבן אז ער קען אליין זיך באשעפטיגן, וועט ער צום סוף טרעפן וואס צו טאן.

ב. נאך דער געשעעניש, וועלן מיר אויך זיך נוצן מיט פראגעס כדי דאס קינד זאל ארויסלערנען אויף א קומענדיגע מאל. מיר וועלן נישט שטעלן קיין פראגעס באלד נאך דער געשעעניש, וויבאלד דאס קינד פילט דעמאלט באדראעט, נאר אין א צייט ארום וועלן מיר פרעגן דאס קינד.

צום ביישפיל, שלומי איז געלאפן האלטנדיג דאס גלאזערנע פלאש.

פראגע: "ווי אזוי קען מען קעיר נעמען דאס פלאש זאל זיך נישט צעברעכן?"

אויב דאס קינד טרעפט באלד דעם ענטפער איז זייער גוט.

טאמער נישט, קענען מיר אים פרעגן מער א ספעציפישע פראגע, ווי: "עס איז בעסער צו גיין פאמעליך – אדער לויפן?"

דא וועט דאס קינד באלד צוקומען צו אן ענטפער.

אויב פרעגנדיג אזעלכע פראגן ענטפערט דאס קינד פונקט דאס פארקערטע, ווי צ.ב.ש. "מען דארף לויפן מיט די פלאש", איז עס א רויט לעמפל אז דעם קינד'ס זעלבסט-ווערד איז נידריג, דעריבער באשיצט ער זיך, ענטפערנדיג די שאלה נעגאטיוו. דא איז דער צייכן אז מען דארף אינוועסטירן אין דעם קינד'ס זעלבסט-שאץ, דערהייבן זיין ווערד דורך אנערקענען זיינע גוטע מעלות, צוביסלעך וועט ער פילן גענוג זיכער צו קענען מודה זיין אין א פעלער און פארבעסערן אויף ווייטער.

מיר דארפן אבער וויסן אז כאטש דאס קינד ענטפערט אן ענטפער נישט אויפ'ן פלאץ, דאך האט ער אין מח אויפגענומען די פראגע און פארשטאנען דעם ענין.

 

טעראפי ערציילונג

א שטארקע ווערקצייג אין דער טעראפי וועלט – וועלכע קען אויך נוצן אלס טאג-טעגליכע הילף פאר עלטערן מיט קינדער – איז די טעראפי ערציילונג.

מיר רופן עס אן די "וואונדערליכע ערציילונג", וויבאלד די ווירקונג דערפון איז ממש וואונדערליך.

געווענליך ווען א קינד (ווי אויך ערוואקסענער) האט געטאן א פעלער, אדער איז איבערגעפלייצט מיט געפילן, איז אים זייער שווער צו הערן וואס מען רעדט צו אים. דעמאלט ווען ער פילט א דראנג אין יעדן ווארט, ברענגט דאס אים בלויז זיך צו בארעכטיגן, נישט וועלנדיג אננעמען די ווערטער. דא האבן מיר די ווערקצייג פון דער ערציילונג. אנשטאט צו זאגן פאר'ן קינד "דו האסט אראפגעווארפן די בעיבי, זי האט באקומען א שטארקע קלאפ!" דערציילן מיר די געשעעניש, ווי א ערציילונג: "א יונגעלע האט געהאלטן די בעיבי, און די בעיבי איז אראפגעפאלן, זי האט זיך אזוי שטארק צעקלאפט. עס טוט איר וויי!"

דא הערט זיך עס פיל ווייניגער מיט דראאונג, פארשטענדליג פאר'ן קינד מיט קלארע פארבן די געשעעניש.

אויך דא ווי ביי די פראגן צעטיילן מיר די ערציילונג מעטאד אין צוויי הויפט טיילן: ערציילונג בשעת מעשה, און ערציילונג נאך דער געשעעניש.

 

1) ערציילונג בשעת מעשה

נחום האט באקומען אויסצייכענונג קארטלעך פון חדר. די קארטלעך זענען אים זייער טייער. ער האט פארגעסן עס אוועקצולייגן אין לעדל. די בעיבי שפילט דערמיט, עס קען זיך פארלירן.

מיר קענען אים דערמאנען, הייסן עס אוועקלייגן, ערקלערן אז עס וועט זיך פארלירן. מעגליך עס וועט העלפן, מעגליך אז נישט. אויך ווען עס העלפט, איז עס בלויז פאר'ן יעצטיגן מאל, נעקסטע מאל וועלן מיר ווידער דארפן אים הייסן עס אוועקלייגן.

דא קענען מיר זיך באנוצן מיט ערציילונג: "איינמאל איז געווען אן אחריות'דיג יונגל (שטענדיג אנפאנגען מיט א גוט ווארט), ער האט באקומען זייער טייערע קארטלעך. וואס קען ער טאן עס זאל זיך נישט פארלירן?" (געווענליך ביי דער ערציילונג נוצן מיר זיך אויך מיט פראגן).

מיר וועלן באלד זען ווי דאס קינד לייגט אוועק די קארטלעך און היט אויף זיי מיט אחריות.

מיט דער צייט וועלן די קינדער אויפכאפן די טריק, און אפילו נישט צואווארטן ביז צום ענד פון די ערציילונג, נאר באלד טאן וואס מען דארף.

אזוי אויך אין יעדער צייט בשעת ווען עס געשעט א געשעעניש וועלכע דארף א טויש, וועלן מיר רעדן צום קינד מיט'ן לשון פון א יונגל/א יונגעלע, אדער א מיידל/א מיידעלע.

צום ביישפיל: "א אינגל איז פלינק, ער הייבט שנעל אויף די שפילערייען"! אנשטאט "דו הייבסט שנעל אויף די שפילערייען!"

אדער: "א מיידל וויל גיין צו איר חבר'טע, אבער די מאמע לאזט נישט. וואס וועט זי אנדערש טון?" אנשטאט "איך לאז דיר נישט גיין, וואס וועסטו אנדערש טון?"

 

2) ערציילונג – צו פארבעסערן אן אויפפירונג

אויב עס איז געשען א נישט גוטע געשעעניש, וועלן מיר נישט מוסר'ן דאס קינד באלד דערנאך, וויבאלד ער איז נישט גרייט דעמאלט אנצונעמען די תוכחה (אין ספר נעימות נצח ווערט געברענגט אז ווען א מענטש טוט א נישט גוטע זאך הערשט איבער אים דער יצר הרע, און לאזט אים נישט פארבעסערן זיינע מעשים). אבער עס איז זייער וויכטיג אין א צייט ארום (אמאל אין אן אנדערן טאג) ארומצורעדן איבער דער געשעעניש, עס ברענגט דעם קינד אריינצוטראכטן און זיך פארבעסערן.

צום ביישפיל,

  1. א קינד פארזוימט זיך צו לייגן שלאפן.
  2. א קינד שפעטיגט אין חדר.
  3. א קינד נעמט נישט צוזאם די שפילצייג.
  4. א קינד וויל נישט געבן פון זיין שפילצייג, נאש, א.ד.ג.

פארשטענדליך אז ביי יעדע פון די דערמאנטע ביישפילן דארף מען נאכגיין די אורזאך פון דער אויפפירונג און דערויף זיך באנוצן מיט דער ערציילונג.

ערציילונג אויף ביישפיל 1: "אמאל איז געווען א מיידל, זי איז געווען זייער פלינק און אחריות'דיג. זי האט ליב צו שפילן און ליינען. ווען עס איז געווארן ביינאכט און זי האט זיך געוואלט צוגרייטן צום שלאפן, האט זי זיך דערמאנט אז זי דארף נאך ענדיגן אויפגאבן, אדער שפילן א שפיל. דאס מיידל איז קלוג און פארשטייט אז אויב זי וועט זיך לייגן פרי וועט זי האבן כח מארגן אויפצושטיין פרי, ארויסגיין רואיג צו סקול, און נישט געיאגטערהייט. וואס קען זי טאקע טון זיך צו לייגן באצייטנס?"

ערקלערונג: ווען מיר דערציילן אן ערציילונג איז עס אייביג אויף א פאזיטיוון וועג. מיר באצייכענען בלויז די מעלות פונעם קינד (וועלכע זענען אפט מאל פונקט דאס פארקערטע פון וואס מיר זעען). ביים פארענדיגן וועלן מיר אויך ארויסברענגען דאס ווילן פון קינד צו זיין גוט, ווי ביי דער ערציילונג: "זי פארשטייט אז אויב זי וועט זיך לייגן פרי וועט זי האבן כח מארגן אויפצושטיין פרי."

ווען מיר דערציילן פאר'ן קינד מיט אן אויסדרוק פון "דאס מיידל וויל זיך לייגן פרי" געט עס איר מוט און מאטיוואציע זיך צו ארויסהעלפן, דערנאך קענען מיר אויפברענגען – צוזאמען מיט'ן קינד – פארשידענע עצות, איידיעס, וועלכע וועלן ארויסהעלפן צו דעם ענין.

אזוי קענען מיר ארויפברענגען נאך ערציילונגען אויף די אנדערע ביישפילן. מיר לאזן פריי אייער פאנטאזיע צוזאמצושטעלן די ערציילונג.

אין קורצן, די וואונדערליכע ערציילונג וועלן מיר דערציילן, ווען? אין א רואיגע מינוט (נישט באלד נאך דער געשעעניש). ווי אזוי? אראפלייגן די פאקטן, קאנצענטרירן איבער די מעלות און ווילן פון קינד. וויפיל? איין מאל אין א שטיקל צייט, נישט טאג טעגליך די זעלבע ערציילונג.

באמערקונג: יעדע ערציילונג לאזט א שטארקע ווירקונג אויפ'ן קינד, דעריבער דארפן מיר זיך נישט שרעקן טאמער דאס קינד ווייזט אן אומצופרידנקייט הערנדיג די ערציילונג (געווענליך מער ערוואקסענע, אדער קינדער וועלכע שפירן א דראאונג). מיר קענען מיטפילן מיט זיי דורכ'ן זאגן: דאס יונגל האט נישט ליב צו רעדן דערפון, אבער ער פארשטייט אז ער וויל זיך העלפן…

 

גרעניצן

א קינד וואס איז אנאליזירט מיט א שוועריגקייט, אזוי ווי ADHD און נאך, ברענגט געווענליך רחמנות געפילן אויף זיך. די עלטערן ווילן נישט פאדערן פון אים, וויבאלד ער איז נעבעך אן אומשולדיג שעפעלע וואס ליידט אזויפיל, דעריבער פארקוקט מען אויף דעם און יענץ. צומאל דערגרייכט עס אזוי ווייט אז דאס קינד ווערט געצערטלט, טוט וואס עס גלוסט אים, באקומט באלד ווי ער פאדערט, און די שאדן דערפון דארפן מיר נישט דערציילן…

ווי מער דאס קינד איז באפרייט אן קיין שום אפהאלט, אלץ מער ווערט ער צעמישט, נישט קענענדיג באהערשן קיין שום גלוסטעניש. נישט קיין וואונדער אז ער ווערט מער ווילד און צעלאזט.

עס איז קריטיש וויכטיג די גרעניצן פאר'ן קינד. די פריער ערווענטע ווערקצייג קען ווירקן אינאיינעם מיט'ן אוועקשטעלן גרעניצן. נישט מער ווי 2-3 מאל א טאג, אבער דאס קינד דארף דעמאלט הערן דעם "ניין!", וויסן אז דאס קען ער נישט טאן, נאר דארף אויספירן די פאדערונג וועלכע מיר שטעלן מיט א פעסטקייט.

ווען מיר שטעלן גרעניצן, אין דער צייט וואס פון דער צווייטער זייט ערלויבן מיר פיל מעגליכקייטן פאר'ן קינד (ווי פריער ערווענט), שאפט עס אים א רואיגקייט, א קלארקייט. ער שפירט 'איך האב שטארקע עלטערן, איך קען זיך בעז"ה אויף זיי פארלאזן.' עס ברענגט אים מאטיוואציע צו זיך אויפפירן גוט, א ווילן צו שטייגן, אן די מינדערוויכטיגע געפיל אז איך בין אנדערש פון אנדערע, איך קען נישט. פארקערט, דאס קינד אנערקענט אז ער קען יא, והא ראי' מען פאדערט אויך פון אים (פארשטענדליך נישט עקסטרעמע פאדערונגען). מיט אט דעם ריכטיגן באלאנס וועט דאס קינד בע"ה אויסוואקסן אויפ'ן ריכטיגן אופן און ברענגען פיל נחת.

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!