אריגינעל ערשינען אין נפשי #3, שאלה געענטפערט דורך הרב מנחם לעווי פון ריליעף

 

שאלה

א גוטן,

איך וויל פרעגן עטליכע שאלות אין דעם ענין פון גיין צו טעראפי.

1) וויאזוי קען א מענטש וויסן אויב זיין טעראפיסט איז געמאכט פאר אים? לאמיר זאגן דער טעראפיסט הייסט אים טון עפעס, אדער רעדט צו אים, אנדערש ווי געראכטן. אפשר איז דער טעראפיסט גערעכט? אפשר נישט? אפשר איז דער טעראפיסט נישט געאייגנט פאר אים? טא, וויאזוי ווייסט מען?

2) ווי לאנג דארף דויערן פאר א דורכשניטליכן מענטש פון ווען ער הייבט אן טעראפי ביז ער איז פיקס פארטיג? כ׳פארשטיי אז יעדער איז אנדערש, אבער זיך ארומקוקנדיג צווישן די וואס גייען פאר הילף, טרעפט מען זיך כמעט נישט מיט איינעם וואס איז געגאנגען, לאמיר זאגן, פאר א יאר, אדער אפילו מער, און יעצט איז ער שוין געזונט. עס קוקט אויס ווי מ׳הערט נישט אויף צו גיין אפילו נאך 10 יאר! כ'מיין, איז טעראפי געמאכט צו גיין ביז׳ן קבר? פארוואס זעט מען כמעט נישט איינעם וואס האט געהאט א פראבלעם, געגאנגען פאר הילף, און איז א געהאלפענער! פארוואס?

3) א מענטש דארף נישט זארגן אז דער טעראפיסט וועט אים נישט אינגאנצן ארויסהאבן? א מענטש איז נישט קיין מלאך, אפשר וועט נישט ארויסקומען עפעס וואס ליגט גאר טיף און דער טעראפיסט וועט נישט געבן ריכטיגע הילף.

אויב איר וואלט עס געקענט קלאר מאכן, וואלט איך אייך געווען דאנקבאר.

י. ש.

 

תשובה

 געענטפערט דורך הרב מנחם ישעי' לעווי הי"ו, דירעקטאר פון "ריליעף" אידיש-דעוויזשאן, אונטער "רידזשענאל ביקור חולים"

אין מיין פאזיציע אין "ריליעף" פאר'ן היימישן ציבור, וואס דינט אלס שדכן צווישן פאציענטן און טעראפיסטן, קומט מיר אויס צו הערן די סארט שאלות יעדן טאג.

דער ענטפער איז אין קורצן: פאר דעם זענען מיר דא בסייעתא דשמיא! די ארבעט פון "ריליעף" איז טאקע צו רעקאמענדירן דעם ריכטיגן טעראפיסט פאר יעדן באזונדער, לויט זיין מצב.

לאמיר עס אביסל פארברייטערן:

די ערשטע זאך וואס מען דארף קלאר זיין ווען מען זוכט הילף איז: 'פאר וועלכן פראבלעם זוך איך הילף?' איז עס ענקזייעטי? דעפרעסיע? OCD?

אסאך מענטשן ווייסן טאקע נישט וואס זייער פראבלעם איז. מען ליידט פון געוויסע שוועריגקייטן, מוטשענישן, אדער מען ליינט איבער א געוויסע צושטאנד און מען שפירט אז מען ליידט דערויף, מען הייבט אן חושד צו זיין אויף עפעס טיפער, אבער וואס, ווען און וואו זענען פראגן וואס בלייבן אומפארענטפערט.

אלזא, די ערשטע זאך ווען א איד רופט אריין אין אפיס, וועט דער קעיס איבערגעגעבן ווערן פאר איינעם פון אונזערע מומחים, וואס פרעגט אויס עטליכע פראגעס. דער מענטש איז מסביר וואס ער שפירט, וואס זענען די סימפטאמען, און דאס גיט פאר'ן מומחה א השגה בערך וואס דער פראבלעם איז, און לויט דעם קען מען בעז"ה צופאסן א ריכטיגן טעראפיסט.

אבער מיט דעם אלעס איז נישט מעגליך צו קענען קלאר פאראויסזאגן אויף 100% אז דער שידוך צווישן טעראפיסט און פאציענט גייט טאקע 'קליקן'. עס איז דא א מענטש וואס איז מער געפיליש, אזא איינער דארף איינעם וואס וועט זיך מער קאנעקטן מיט אים און אויסהערן און פארשטיין. ווידער איז דא איינער וואס איז מער פראקטיש, ער דארף פונעם טעראפיסט איין זאך, געב מיר די ריכטיגע סקילס און לאז מיך גיין ווייטער פון דא. וועגן דעם איז די ערשטע סעסיע ביים טעראפיסט אין צימער בעיקר געשטעלט אויף צו אויספרובירן אויב די צוויי מענטשן קענען בכלל זיצן אונטער איין דאך צוזאמען, צי מען פארשטייט זיך בכלל.

אין ריליעף פרובירן מיר זייער שטארק צו באקומען ווי מער אינפארמאציע אויפ'ן טעלעפאן כדי צו קענען טרעפן דעם ריכטיגן טעראפיסט וואס זאל פאסן פאר די פראבלעם און פערסאנאליטי פון דעם וואס רופט. אסאך מאל פרעגט מען א מענטש צי ער וואלט געדארפט מער א ווייכער טעראפיסט אדער ענדערש איינער וואס טוט פשוט צו דער זאך.

די עיקר שוועריגקייט איז אז "מענטל העלט" איז נישט קיין קלארער פעלד, מען קען נישט מאכן קיין בלוט-טעסט אדער עקס-רעי צו טרעפן די פראבלעם. די פראבלעמען קענען קומען פון אלע ערליי סיבות. אמאל איז עס צוליב א שווערע דורכגאנג, אמאל צוליב א גענעטישע אורזאך, עס מיינט נישט אז דער מענטש גייט זיכער זיין אנגעצויגן אדער דעפרעסט אבער ווען ער גייט אריין אין אן אנגעצויגענעם מצב קענען די גענעס העלפן 'אנצינדן' דעפרעסיע. אמאל איז די סביבה דער גורם צום פראבלעם, און אמאל עפעס אנדערש.

נאך דריי ביז פיר סעסיעס דארף מען שוין קענען אויפכאפן אויב דער טעראפיסט גייט אויף א גוטן וועג און צי ער האט א פלאן פאר אייך. פארשטייט זיך אבער אז דאס איז נישט קיין כלל איבעראל און עס איז שטארק תלוי אין וואס דער פראבלעם איז. נאך 6 סעסיעס דארף מען שוין צו קענען שפירן עפעס א סארט רואיגקייט און האפענונג אין דער סיטואציע אדער סימפטאמען. אפילו נאר אביסל, אבער עפעס.

אלזא, אונזער ארבעט אין "ריליעף" איז צו פרובירן ווי ווייט מעגליך צוצושטעלן דעם ריכטיגן טעראפיסט און ווייטער באגלייטן יעדע קעיס און האלטן חשבון אויף די טעראפיסטן. אזוי קענען מיר בס"ד זען צי דער פאציענט איז מצליח אדער מען דארף טוישן ריכטונג.

"ריליעף" האט ב"ה א גוטע היסטאריע מיט א הויכע סוקסעס-ראטע, סיי מיט'ן ארויסהעלפן הונדערטער אידן אין דער אלגעמיינער אידישער וועלט, און אויך אין אונזער נייע אפטיילונג, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין די לעצטע 2-3 יאר ספעציעל פאר'ן אידיש-רעדנדן ציבור, אונטער "רידזשענאל ביקור חולים", און האט שוין אויך ב"ה אסאך אויפגעטון ביים היימישן ציבור בס"ד.

*

 

צו די צווייטע שאלה, ווי לאנג דארף דויערן פון ווען מען הייבט אן טעראפי ביז מען גייט ארויס פולקאם געזונט בעזהשי"ת?

הלואי ווען מען וואלט געקענט ענטפערן פאר יעדן א קלארע צייט אז צווישן 12 ביז 14 סעסיעס ארום וועסטו נישט זיין צום דערקענען, עס גייט אבער נישט אלעמאל אזוי.

יעדער מענטש איז אנדערש ווען עס קומט צו טעראפי, און די צייט ווי לאנג טעראפי גייט נעמען טוישט זיך לויט דער סיטואציע. עס זענען דא פעלער וואס עס קען גיין 'אריין און ארויס' אין אזוי קורץ ווי 3 ביז 6 חדשים. צום צווייטן עקסטרעם זענען דא ערנסטע סיטואציעס, ווען עס פעלט זיך אויס לאנגטערמיניגע טעראפי, און אמאל דארף מען אויסלערנען דעם מענטש וויאזוי צו לעבן מיט'ן פראבלעם, ווייל עס איז ליידער נישטא קיין גענצליכע רפואה.

נאך א וויכטיגע זאך וואס שפילט א שטארקע ראלע אין די צייט-אפשניט ווילאנג טעראפי וועט נעמען איז וועלכע סארט מהלך מען נוצט. עס זענען דא אן א שיעור עפעקטיווע טעראפי מעטאדן, אבער בכלליות קען עס צעטיילט ווערן אין צוויי גרופעס:

די ערשטע גרופע איז אזעלכע מעטאדן ווי CBT, "עקספאוזשער טעראפי", ACT, וואס צילן בעיקר אנצוקומען צום ציל פון אויסהיילן דעם פאציענט פון די למעשה'דיגע "סימפטאמען", אדער ווי עס רופט זיך "גאָול אריענטעד" טעראפי. די סארט "תכלית'דיגע" טעראפי וועט נעמען רעלאטיוו שנעלער.

די צווייטע סארט טעראפי איז געשטעלט אריינצוקריכן טיף בעובי הקורה, און דערגיין וואס עס איז דער שורש פונעם פראבלעם און אזוי אויסראטן די סימפטאמען פון אונטן ארויף.

דער צווייטער סארט מהלך האט מעלות אז עס קלארט שטארק אויס דעם מענטש מיט זיך, עס העלפט אים פארשטיין זיינע געפילן און וואס איז דער אונטערליגנדער פראבלעם וואס שאפט די אלע סימפטאמען וואס זעען זיך אן פונדרויסן, אבער פון דער אנדערער זייט געדויערט עס פיל לענגער ווי די ערשטע סארט טעראפי וואס איר ציל איז בלויז אפצושאפן די למעשה'דיגע סימפטאמען וואס מען זעט יעצט.

דער פאציענט האט די רעכט אויסצוקלויבן מיט וועלכע פון די צוויי מהלכים ער וואלט געוואלט גיין.

נאך א פאקטאר וואס קען אויסמאכן ווי לאנג טעראפי וועט העלפן איז ווי טיף דער פראבלעם איז שוין מקושר מיט'ן מענטש. איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו כעס-אטאקעס איז געווען די נארמע האט די פראבלעם זייער טיף, און דאס צו טוישן נעמט נישט קיין 5 וואכן. 5 וואכן איז גענוג אים "אויפצוקלערן" וואס דער ריכטיגער וועג איז, אבער צו אייגנטליך טוישן א מענטש נעמט אסאך צייט.

אלזא, נעמענדיג אין באטראכט דעם דיפערענץ צווישן איין מחלה און צווייטן, און אזוי אויך דער חילוק צווישן איין מהלך אין טעראפי און דעם צווייטן, און בעיקר דאס אז יעדער מענטש איז אנדערש איינער פון אנדערן און דער וועג וויאזוי דער מענטש נעמט בטבעו אויף די טעראפי שפילט א ראלע, און די סיטואציע וואס האט געברענגט די פראבלעם איז אויך א מחותן אין דעם שפיל, קומט אויס אז עס איז אוממעגליך צו זאגן בכלליות ווי לאנג טעראפי דארף דויערן.

*

יעצט צו דער דריטער שאלה, ווער זאגט אז מיין טעראפיסט האט מיך גענוג טיף ארויס?

בעצם קען מען פרעגן א פראגע אויף דער פראגע. אויב שפירט איר אז איר זענט מצליח מיט'ן טעראפיסט און מען הייבט אן האבן א קשר, דאן למאי נפקא מינה? פארוואס דארף מען אריינגיין טיף? אויב איז ער מצליח אויסצוהיילן דעם פראבלעם איז דאך גוט!?

פון דער שאלה קוקט אויס אז דער שואל זוכט דעם צווייטן סארט טעראפי וואס מיר האבן פריער אויסגערעכנט.

לויט'ן צווייטן מהלך קריכט מען יא אריין טיף אינעם מענטשליכן פסיכיק ביז'ן סוף כדי אנצוקומען צו דעם יסוד וואס האט יעצט, אזויפיל יאר שפעטער אנגעצינדן, למשל, ענקזייעטי. אבער אויב גייט מען מיט די מהלך אז דער ציל איז למעשה אויסצוהיילן וואס עס שטערט יעצט אויף דער מינוט דאן איז באמת נישט קיין חילוק צי מען גייט אריין ממש ביז'ן אפגרונד.

קיינער גייט נישט פאר טעראפי פאר מען האט א פראבלעם. בעפאר'ן עפענען א נייע ביזנעס וואלט גאנץ גוט געפאסט צו גיין פאר טעראפי אויסצואיבן די חושים כדי צו קענען מצליח זיין, אבער מען טוט עס נישט. א מענטש גייט צו טעראפי ווען ער האט אומאנגענעמע סימפטאמען, דאס מיינט אז דער ציל פון טעראפי איז פטור צו ווערן פון די סימפטאמען וואס האט אים געשיקט אהער אין ערשטן פלאץ.

מיר קומען נישט דא ארויסהייבן איין סארט טעראפי מער ווי די צווייטע. רוב מומחים זענען היינט ביי דער מיינונג אז ביידע מיטלען קענען ארבעטן עפעקטיוו און עס זענען אפילו פארהאן וואס מישן אביסל פון ביידע, אבער צו ענטפערן די שאלה דא, וויאזוי איך קען וויסן אז דער טעראפיסט האט ארויס די ריכטיגע סיבה וואס האט געברענגט דעם פראבלעם, איז דער ענטפער אז עס איז לאו דוקא אז ער מוז עס אינגאנצן ארויסהאבן אויב מען מאכט פראגרעס אן דעם, ווייל נאך אלעם איז דער ציל פטור צו ווערן פון די יעצטיגע פראבלעמען.