"נפשי" שטעלט פאר א פראבלעמאטישן פאל פאר א פאנעל פון 5 מומחים בעיניני תורת הנפש, און אלע באטראכטן דעם קעיס פון זייער באזונדערן קוקווינקל און געבן זייערע אייגנארטיגע אנאליזן, פארשלאגן און לייזונגען – אריגינעל ערשינען אין נפשי #3

 

שאלה:

ליינענדיג אין נפשי איבער סאציאלע ענקזייעטי האב איך זיך שטארק געטראפן דארט. איך "פארגעס" אייביג צו קומען צו חתונות וואו איך האב מורא אז מען וועט מיך אבזערווירן, איך ווער אנגעצויגן בעפאר עס קומט צו פארמאלע סאציאלע סיטואציעס און אלס רעזולטאט פרוביר איך זיי אויסצומיידן ווען עס איז מעגליך.

די פראבלעם איז נאר אז איך בין שוין צוגעוואוינט דערצו, און כאטש וואס איך וואלט געקענט באשטיין פטור צו ווערן דערפון דאך האלט איך נישט אז דאס מאכט מיר שוין פאר א "פאציענט". איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וויאזוי איך קען אליין פארגרינגערן די סאציאלע ענקזייעטי, חוץ גיין צו טעראפי.

יישר כח פאר אייער הילף.

 

 

דער טעראפיסט פערספעקטיוו

הרב יושע לאנגסאם

LMHC

קודם כל וויל איך גראטולירן אייער שטארקייט ארויסצוקומען און שרייבן איבער אייערע שוועריגקייטן. אסאך מענטשן ליידן פון די זעלבע אדער ענליכע פראבלעמען אבער זיי האבן נישט די דרייסט דאס צו אנערקענען, אפילו צו זיך אליין. זיי ציטערן אז יעדע סארט באשטעטיגונג פון זייער שוועריגקייט קען שעדיגן זייער זעלבסטשאץ.

זיי גייען אזוי אן יארן מיט די בחינה פין 'מליבי לפימי לא גליא'. זיי קלערן, ווי וועלן מיר זיך קענען קוקן אין שפיגל וויסנדיג אז דער וואס קוקט זיי צוריק איז לא עלינו ולא עליכם א פעלערדיגע באשעפעניש. ממילא איז פאר אזעלכע מענטשן גרינגער זיך צו מוטשען א גאנץ לעבן מיט זייער פראבלעם אבי צו בלייבן איבערצייגט אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם.

ווידער זענען דא אזעלכע וואס האבן שוין נישט קיין כח צו פרובירן צו אנטלויפן פון זיך א גאנצן טאג. זיי האבן זיך שוין איבערצייגט אז דער 'זיך' איז אזא סארט פגע רע. ער גייט איבעראל מיט און ער האלט אינאיין דערמאנען פון די פראבלעם, עס איז פשוט אוממעגליך זיך אפצושאקלען פון אים! בלית ברירה, געבן זיי נאך און זענען מודה אז זיי פלאגן זיך מיט 'עפעס'. אבער עס ארויסצושרייבן בכלל און בפרט אין אן אויסגאבע (אפילו נאכ'ן פארדרייען אלע פרטים) איז דאך דא אן אמת'ער פחד אז איינער וועט כאפן ווער עס האט עס געשריבן און דעמאלט וועט ער מיט זיין גאנצע משפחה זיין אפגעזיגלט לדורות עולם. ממילא קומט אייך קרעדיט פאר אייער אפנקייט.

ווי איך פארשטיי קען די שאלה צעטיילט ווערן אויף צוויי חלקים. די ערשטע חלק איז זייער פשוט, וויאזוי קען איך פטור ווערן פון מיין סאציאלע ענקזייעטי. די צווייטע חלק שפיגלט אפ אייער טיפע שרעק פון זוכן פראפעסיאנאלע הילף.

בעפאר מיר גייען אדרעסירן די צוויי אספעקטן איז וויכטיג אויסצושמועסן פארשידענע פונקטן פון אייער שאלה וואס רעפלעקטירן געוויסע מיספארשטענדענישן וואס זענען ברייט פארשפרייט ביי אונזער ציבור.

איר הייבט אן אז צוליב אייער סאציאלע ענקזייעטי טוט איר אפט "פארגעסן" פון אייערע סאציאלע התחייבות'ן. דאס איז א שיינע דוגמא אויף די "אויסמיידן סטראטעגיע" וואס ווערט אפט גענוצט דורך מענטשן וואס ליידן פון סאציאלע ענקזייעטי. ווען איר מיידט אויס סאציאלע פלעצער וואו איר וועט זיך דארפן געפינען צווישן מענטשן האפט איר עס זאל אייך ראטעווען פון אומגעשמאקע סיטואציעס. אבער בשעת דאס קען אפשר מאכן שפירן בעסער אויפ'ן מאמענט איז דאס נישט קיין רפואה. עס איז א באנדאזש, נישט קיין היילונג.

אין צוגאב, דאס אויסמיידן סאציאלע סיטואציעס טראגט מיט זיך א טייערע פרייז. עס מאכט אייך מסתמא שפירן איינזאם, איר שפירט מעגליך אביסל 'אנדערש' צוליב דאס נישט קענען טון אזא פשוט'ע זאך ווי גיין צו א חתונה. און באזונדער קען צוקומען די שולד געפילן פאר'ן נישט טון וואס מען וואלט געדארפט. אלזא, איז "פארגעסן" די חתונה א רעאליסטישע לייזונג צו אייער פראבלעם? איך גלייב שווער.

נאכמער, בשעת וואס סאציאלע ענקזייעטי מאכט אייך אויסמיידן סביבה, האט די ענקזייעטי אליינס יא ליב סביבה, נעמליך, אנדערע דיסארדערס… ווי מיט אלע אנדערע ענקזייעטי דיסארדערס איז די ראטע אז איין פראבלעם זאל זיין פארבינדן מיט אנדערע פראבלעמען זייער הויך. קומט אויס אז ווען איר גייט מיט מיט די סאציאלע ענקזייעטי און איר מיידט אויס סאציאלע סיטואציעס, נישט נאר וואס איר טוט פיטערן דעם פראבלעם, נאר עס קען גאר זיין אז איר באוואסערט נאך א גאנצע גרופע פון אנדערע דיסארדערס וואס געפינען זיך אין די געגנווארט און וועלן אויפקומען אדאנק דעם. ווי צום ביישפיל אויב ליידט איר פון דעפרעסיע וועט עס זיכער בליען אין אייער איינזאמקייט. און אויב ליידט איר פון נידריגע זעלבסט-ווירדע וועט עס שפירן היימיש מיט אייער מורא פון גיין צו א שמחה. ווער רעדט נאך פון אנדערע ענקזייעטי דיסארדערס וואס וועלן שפירן זייער באקוועם אין דער סביבה פון סאציאלע ענקזייעטי.

דער קומענדיגער פונקט וואס איר ברענגט אויף איז דער פאקט אז איר זענט שוין ווי כאילו 'צוגעוואוינט' צו אייער סיטואציע. דאס איז זייער אן עלעגאנטער וועג איבערצופאקן די אלטע באקאנטע "דינייעל"… ווי איר שרייבט אז איר לעבט מיט א מורא פון ווערן אבזערווירט, איר זענט אנגעצויגן און מיידט אויס סאציאלע סיטואציעס. קען דאס זיין אז איר זענט צוגעוואוינט דערצו? וויאזוי וואלט עס שוין אויסגעקוקט אויב וואלט איר נישט געווען צוגעוואוינט דערצו? איך וואלט געצויגן אביסל אן אנדערע מסקנא דא, עס קוקט שטארק אויס אז דער פחד פון ווערן א "פאציענט" (ווערן באטראכט אלס א "פראבלעם") האט אייך אריינגעשטופט אין דעם אומבאקוועמען פאזיציע פון אזויגערופענע "אקצעפטירן" דעם פראבלעם.

יעצט, לאמיר צוקומען צו אייער עיקר שאלה. קען מען פטור ווערן פון סאציאלע ענקזייעטי אן גיין פאר פראפעסיאנאלע הילף? דער קורצער ענטפער: "ניין". און איך וואלט געזאגט אז דער לאנגער ענטפער איז: זיכער נישט… והא ראיה, איר פרובירט דאך שוין גענוי דאס צו טון פאר גאר א לאנגע צייט און איר האט נישט דערגרייכט צו ווייט. לאמיר עס אריינקוקן אין פנים: סאציאלע ענקזייעטי איז נישט קיין מינדערוויכטיגע אומבאקוועמליכקייט, עס איז אן אמת'ע דיסארדער.

עס זענען דא אסאך גוטע ביכער, און געלונגענע פראגראמען צו באקומען, אבער ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך זענען די טעראפיסטן נאך דערווייל זייער פארנומען. די זאכן זענען גוט צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דעם פראבלעם; עכטע טויש, קען אבער נאר געשען ווען איר האט איינעם וואס ארבעט מיט אייך אויף א פערזענליכן אופן וואס וועט ארבעטן פאר אייער ספעציפישע נאטור. עס איז כמעט נישט מעגליך פאר אייך עס צו טון אליין ווי חז"ל האבן שוין געזאגט: אין אדם רואה נגעי עצמו, אויב ארבעט מען אליין וועט מען גאנץ ווארשיינליך פארפאסן אסאך וויכטיגע פרטים (און כללים…). אסאך האבן שוין פרובירט און האבן געענדיגט פרוסטרירט. אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים.

איר זארגט אבער געוויס אז מען קען נישט בלייבן נארמאל אויב גייט מען פאר פראפעסיאנאלע הילף. איר מאכט א טעות. רוב פון די וואס גייען פאר הילף זענען נארמאלע און באזעסענע מענטשן, ווי למשל 98 פראצענט פון מיינע קליענטן זענען נישט נאר נארמאל נאר אויך עכט סוקסעספולע מענטשן. און, יא, זיי האבן אלע פרובירט זיך אליין צו העלפן פאר א לאנגע צייט בעפאר'ן נעמען די שטארקייט צו באשטעלן אן אפוינטמענט.

לאמיר זיך נישט פאפן. עס איז נאך דערווייל דא א שטארקע סטיגמע ביי אונזער ציבור ווען עס קומט צו דער נושא פון גיין פאר הילף. אסאך האבן מורא צו שמועסן מיט מיר אויף דער גאס ווייל מען וועט נאך מיינען אז זיי זענען מיינ'ס א קליענט…

עס איז באמת אן אויסוואל צווישן זיך איינרעדן אז מען איז שוין צוגעוואוינט דערצו און לעבן יארן פון קאמפליצירטע פראבלעמען אדער זיך שטארקן איבער די קורץ-טערמיניגע אומבאקוועמליכקייט און זיך גיין העלפן און נאכדעם בע"ה באמת הנאה האבן פון לעבן.

זאל אייך דער אויבערשטער געבן די קוראזש צו מאכן דעם ריכטיגן אויסוואל.

 

***

דער חינוך פערספעקטיוו

הרב חיים ארי' שווארץ

מחנך ומטפל

ר' יחזקאל האט חתונה געהאט בשעטו"מ, נישט לאנג דערויף איז געבוירן געווארן א קינד למזל טוב. ווען דאס קינד איז אלט געווארן 3 חדשים האט אים אנגעכאפט א שטארקע פיבער, און היות די עלטערן האבן נישט געהאט קיין ערפארונג אין דעם זענען זיי געגאנגען צום דאקטאר פרעגן וויאזוי מען קען פטור ווערן פון די פיבער, מען קען דאך נישט אייביג בלייבן אויף טיילענאל.

האט דער דאקטאר געפרעגט די עלטערן, איז פיבער א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך? האבן די עלטערן געפרעגט, וואס הייסט? זיכער א שלעכטע זאך, דאס קינד ליידט דאך, ער וויינט, עס איז אים נישט גוט. האט דער דאקטאר געזאגט אז ניין, פיבער בעצם איז א גוטע זאך, דער גורם דערצו, דאס איז די פראבלעם. דאס מיינט אז בעצם ווען א מענטש האט פיבער זענען דא צוויי פראבלעמען. איינס, די אומבאקוועמליכקייט וואס זי ברענגט מיט זיך. צוויי, איז שוין די אמת'ע פראבלעם, דער אונטערליגנדער גורם וואס האט געברענגט צום פיבער פראבלעם. די באהאלטענע פראבלעם איז אומבאקאנט, און דאס קען זיין סיי וואס.

אויב וועט מען אפשטעלן די פיבער מיט טיילענאל און זיך נישט קימערן איבער איר קען מען ח"ו אריינפאלן אין ערנסטע געזונטהייט קאמפליקאציעס, ווארום, דער פיבער איז א סיגנאל וואס ווארנט איבער עפעס טיפער. אמאל איז עס בלויזע 'סטרעפ' וואס ווערט געהיילט מיט אפאר טאג מעדיצין און אמאל זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואס עס קען ליגן דערונטער. פיבער איז דער סימן אז מען דארף זיך גיין אונטערזוכן.

סאציאלע ענקזייעטי איז די זעלבע זאך. עס איז ווי פיבער, טיילענאל קען העלפן עס זאל אויפהערן וויי טון, אבער דעמאלט וועט מען קיינמאל נישט וויסן וויאזוי צו היילן דעם פראבלעם. מיר זוכן צו היילן דעם אינערליכן פראבלעם. די גוטע נייעס איז אז רוב מאל איז מען מצליח צו טרעפן אז אונטער די סאציאלע ענקזייעטי ליגט נישט קיין עכט ערנסטע פראבלעם וואס מען קען נישט היילן נאר עס קען אי"ה געהיילט ווערן מיט אפאר סעסיעס. אלזא, צו אייער פראגע, איר ווילט טאקע נישט גיין פאר הילף, איך וואלט אייך אבער אנדערש געראטן, ווייל די ענקזייעטי קען אמאל זיין א סימפטאם.

די וועלט איז איינגעטיילט צווישן אלע ערליי סארטן מענטשן. עס זענען דא מענטשן מיט א הארטן כאראקטער און עס זענען פארהאן ווייכע מענטשן. עס זענען דא ווילדע און רואיגע מענטשן, פארמאכטע מענטשן און אפענע מענטשן, און אזוי ווייטער. עס קען אמאל זיין אז אן עצה וואס וועט העלפן פאר איין סארט מענטש וועט זיין סם המוות פאר'ן צווייטן, ווי לדוגמא, אן עצה וואס מען געט פאר א פארמאכטן מענטש, ווען עס ווערט גענוצט דורך אן אפענעם מענטש.

עס זענען דא מענטשן וואס זייער גאנצע קאפ און מוח ליגט נאר אין זיך, ער האט אין זיך אן אייגענע רעגירונג מיט אייגענע געזעצן, ער איז זיך נישט מקשר מיט מענטשן געהעריג. ווידער פון דער אנדערער זייט זענען דא מענטשן וואס קאנעקטן זייער שטארק מיט אנדערע מענטשן און לעבן נאר אינדרויסן פון זיך. אן עצה וואס דער ערשטער סארט מענטש וועט נוצן קען זיין שעדליך פאר'ן צווייטן סארט. אשע"כ איז זייער שווער צו געבן עצות דא ווען מיר ווייסן נישט דעם ליינער'ס כאראקטער. פונדעסטוועגן וועלן מיר געבן עטליכע עצות און יעדער זאל קוקן צי עס שטימט מיט זיין כאראקטער.

  • איר שרייבט אז איר מיידט אויס דאס קומען צו שמחות. ווי איך פארשטיי ווילט איר בעצם גיין נאר די סאציאלע ענקזייעטי בלאקירט. איך וואלט געראטן אז אפאר שעה בעפאר די שמחה זאלט איר זיך האלטן זייער פארנומען מיט עפעס, זאל עס זיין אין דער ארבעט, אדער מיט א בלאט גמרא, און זיך פולשטענדיג פארטיפן אין דער זאך וואס איר טוט. דאס וועט האלטן אייער קאפ פארנומען און געבן אן אינערליכן צופרידנהייט אויפ'ן מאמענט, אזוי אז ווען איר דארפט שוין גיין צו די שמחה וועט איר שפירן "פול" מיט זיך און די ענקזייעטי וועט נישט ארבעטן.

 

  • נאך א שטערקערע עצה איז אויב מ'קען אין די 24 שעה בעפאר די שמחה זיין מער ארומגענומען און פארברענגען צווישן מענטשן, נישט זיצן פאר זיך. דאס זיין מיט מענטשן געט א גוטע געפיל פאר'ן מענטש. אזוי אז ווען עס וועט קומען צו די גרויסע חתונה וואו ער וועט זיך דארפן טרעפן מיט אסאך מער מענטשן און מיט מענטשן וואס ער קען נישט, וועט עס נישט זיין אזוי שווער ווייל די טויש איז נישט אזוי גרויס, ער גייט נישט פון איזאלאציע צו סאציאלאציע, עס איז דא א בריק אינצווישן.

 

  • א עצה וואס וועט העלפן פארמינערן סאציאלע ענקזייעטי בכלליות איז אז די זאכן וואס דער מענטש טוט זאלן שטימען מיט זיינע נאטורן. ווי למשל א מענטש וואס ארבעט אין אפיס אינדערצייט וואס ער גלייכט מער פיזישע ארבעט, דאס מיינט אז ער האט נישט קיין הנאה פון די זאכן וואס ער טוט, און דאס בויעט אויף א צעקלאפטקייט אין זיך, און ווען דער מענטש טרעפט זיך מיט מענטשן וועט ער האבן ענקזייעטי.

 

איך וויל אבער ווידערהוילן מיינע פריערדיגע דיבורים אז דאס איז אלעס נאר טיילענאל, און נישט קיין פערמאנענטע הילף. די עצות מאכן אפשר גרינגער אויף דער מינוט אבער היילן נישט דעם פראבלעם אליין. די ריכטיגסטע שריט איז דייקא יא צו קומען צו א פראפעסיאנאל וואס ווייסט וויאזוי בייצוקומען די ענקזייעטי. אז עס איז פארהאן הילף אינדרויסן, בלייבטזשע נישט אינעווייניג. עס איז א שאד, דאס לעבן קען אייך ווערן אזויפיל גרינגער.

 

***

דער חינוך פערספעקטיוו

הרב שלום יעקב וואזנער

מחנך ורופא נפשות

כבוד השואל הנכבד,

פון דער שאלה זעט מען קלאר אז עס ליגט דארט באהאלטן סימנים און שטראלן פון האפענוג אויף אן ענקזייטי-פרייע לעבן בע"ה, ווייל לויט ווי איר שרייבט אין דער פראגע האלט איר שוין נאך די הכרה און איר ווייסט אז דאס וואס איר פארגעסט צו גיין צו דער חתונה איז א דירעקטע תוצאה פון ענקזייטי און דאס גייט אריין אינעם באקאנטן כלל אז ידיעת הצרה חצי רפואה [שליטה].

משא"כ רוב מער ערנסטע ענקזייעטי געפאנגענע זענען ניטאמאל גענוג וואכזאם צו וויסן אדער מודה זיין אז די "חתונה פארגעסעריי" קומט אלס דירעקטער שוחד פון אן איינגעגעסענער ענקזייטי אינפעקציע. און אדרבה, זיי קומען אויף כסדר מיט גאונ'ישע סברות שונות ומשונות פארוואס זיי טארן/דארפן נישט גיין צו די איינגעלאדנטע חתונה אדער מסיבה.

דאס איז פון די ערשטע חלק פון די שאלה. אבער מצד שני וואלטן מיר געווען נאכמער פרייליך ווען איר זאלט נישט האבן קיין ענקזייטי, אפילו טאמער פעלט אויס צו זיין פאר א שטיקל צייט אן אזויגערופענער 'פאציענט' אויב עס פעלט זיך אויס.

ווייל צו זיין אן ענקזייטי פאציענט וואס גייט צו א דאקטער ווען ער ליידט אויף ענקזייטי איז פונקט אזוי ווי איינער וואס וואלט געגאנגען צום דאקטער אלס א מאגן פאציענט, און אגב, צו ליידן אויף די מאגן קומט אסאך מאל פון א דירעקטע תוצאה פון ענקזייטי… אבער נחזור לעניננו.

אשר על כן, שואל הנכבד, לאמיר אייך פארשלאגן און געבן עטליכע עצות ווי איר קענט אויספרובירן זיך אליינס צו העלפן. די פאלגנדע עצות האבן מיר שוין געגעבן פאר אנדערע און עס האט זיי ב"ה געהאלפן זיך ארויסצוזען פון די ענקזייטי קייטן.

אבער קודם ווילן מיר זיך אויסנעמען איין תנאי, טאמער זעט איר אז די עצות העלפן אייך נישט, בעטן מיר אייך: טוט אייך זעלבסט א טובה און גייט יא פערזענליך אריבער צום ריכטיגן העלפער ער זאל אייך ארויסהעלפן צו ווערן "אויס" ענקזייעטי 'פאציענט' ווי איר זאלט ווערן באפרייט פון די אומשולדיגע יסורי הנפש ווי אמשנעלסטן.

לאמיר אנהייבן מיט א פערזענליכע מעשה: מיר זענען געפארן לדבר מצוה קיין לאס אנדזשעלעס ווען אויפ'ן וועג צוריק אהער קיין ניו יארק איז אויפ'ן עראפלאן געזעצן נעבן מיר א ווייסער גוי. במשך די גאנצע צייט איז אנגעגאנגען צווישן אונז א דערשטיקנדע און פארביסענע שטילשווייגעניש. וועלנדיג ברעכן די אייז דרייען מיר זיך אויס צום ערל און זאגן: איך קען איך פרעגן א שאלה?

"שור," איז געווען זיין קורצע ענטפער.

"לאז מיר דיך פרעגן, ווייסטו אפשר וואס איז די איינציגסטע און וויכטיגסטע זאך וואס ווען א מענטש איז דאס קונה קען ער דערמיט אנקומען צו אלעס אין לעבן, ווי געלט, כבוד, חברים, שלום בית וכו'?"

דער ערל מאכט אויף א פאר ווייסע אויגן מיט וואונדער און געט א פרעג אויף צוריק: "דו יו נאו די ענסער?" (דו ווייסט דעם ענטפער?)

"איך מיין אזוי," איז געווען מיין ענטפער, נאכגעפאלגט פון אן ערקלערונג:

צו קענען "הענדלען" און באהאנדלען אומבאקוועמליכקייטן. דאס הייסט צו קענען דערהייבן די 'אומבאקוועמע מינוטן'. א מענטש דארף זיך קענען אויסלערנען צו דערהייבן ווי מער אומבאקוועמע מינוטן און וויפיל ער לערנט זיך אויס צו דאס קענען דערהייבן אין לעבן אלץ מער קען ער האבן די שטארקייט צוצוגיין און מפייס זיין יענעם ווען עס פעלט אויס און אליינס מודה אז ער האט געטון א טעות און ער דארף אים באמת איבערבעטן.

ווען איינער לערנט זיך אויס צו קענען ספראווען זיך און באהאנדלען ריכטיג אומבאקוועמע מצבים קען ער ברעכן די 'באקוועמע' פוילקייטן אין לעבן. ער קען זיך, צום ביישפיל, אריינווארפן אין די ריכטיגע ביזנעס, עס אויפבויען פונעם ערשטען 'קריץ' און ארויפגיין אויפ'ן פליגער און פארן קיין כינע און טון וואס עס פעלט זיך אויס (אנשטאט זיך אריינלייגן אין כל מיני אומפארזיכערטע דריידל געשעפטן).

די זעלבע איז לגבי אונזער שמועס. ווען איינער קען דורכטראגן און באהאנדלען אומבאקוועמע מינוטן קען ער ווערן שנעלער בעל הבית אויף זיין פחד און ענקזייטי א.ד.ג.

כדי ארויסצוהאבן די נקודה פון דער מעשה דארף מען בעסער פארשטיין וואס ענקזייטי איז בכלל. דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין אונז בעלי בחירה אזא סארט מעכאניזים ווי א מענטש זאל קענען גלייך דערטאפן צי ער איז אין מקום סכנה צי נישט. דאס דינט ווי א חבר וואס טוט אפהיטן דעם מענטש פון אמת'ע סכנות.

צום ביישפיל, אויב עס מאכט זיך אמאל ווי איר גייט אריבער די גאס פארטראכטערהייט ווען פלוצלינג הערט איר א שארפע רעש פון רעדער וואס רייבן זיך אויפן ראוד און מאכט דערנאך א העפטיגן "שארט סטאפ" צוזאמען מיט א יאמערליכע פייפעריי פונעם פייפער, פּאאאאאאאאאאאאאפּ… וועט איר לכאורה אויטאמאטיש אויפשפרינגען אויף צוריק באדעקט מיט שווייס פון קאפ ביז פוס. דאס איז די "פראטעקשאן", אן אינסטינקטיווע אלארם וואס שרייט צום מענטש 'געב אכט, סכנה, גיי צוריק!'

דאס איז אין ארדענונג, אבער מענטשן וואס ליידן פון ענקזייטי דיסארדער, ביי זיי ווערט זייער אלארם צעבראכן, עס ארבעט און שרייט ווייטער, ווייל עס טוט פארטוישן צווישן א 'סכנה' און 'אומבאקוועמקייט'.

אין דער צייט וואס מיסטער "פראטעקשאן" דינט אלס א חבר צו באשיצן דעם מענטש פון א מקום סכנה ווערט ער פארוואנדלט אלס א שונא ווען ער קומט אונז מכלומרשט צו 'באשיצן' און מאכן שטארק שוויצן ווען מיר זענען אין א מצב פון נישט מער ווי בלויז אומבקוועם.

מיסטער פראטעקשאן שטערט דעם מענטש צו זאגן שלום עליכם פאר דעם נייעם שכן וואס האט אריינגעמופט טיר ביי טיר צו אים און דערנאך מיט דער צייט בויט זיך אויף צווישן זיי א נפשיות'דיגע וואנט.

אדער ווען א מענטש וואלט געוואלט אויסדרוקן זיינע אינערליכע געפילן פון שבח והודאה פאר'ן אייבערשטן ווען ער האלט ביי זיין עלטסטע קינד'ס שבת שבע ברכות. אבער מיסטער פראטעקשאן צינדט אן אן אלארם און ווארנט אים מיט אינערליכע קולות וברקים 'דערוואג דיך נישט!" ווייל ווער ווייסט צי איך וועל זיין אומבאקוועם אין דער צייט ווען איך וועל זיך טרעפן שטיין און רעדן צו 26 פרעמדע פאר אויגן.

אדער צו דער שאלה פון אונזער שואל הנכבד: ביים גיין צו א חתונה וועט מיסטער "אומבאקוועם" מייעץ זיין ענדערש צו פארגעסן פון דער חתונה ווי איידער גיין אהין ווייל אפשר וועסטו ח"ו דיך אראפזעצן נעבן א שוואגער פון דעם אנדערן צד און דו וועסט רח"ל זיין 'שרעקליך אומבאקוועם' און רבש"ע, ווי אזוי וועט מען דאס קענען דערהייבן?

ממילא די ערשטע זאך דארף מען געדענקען אז אויב מ'געט נאך אפילו נאר אביסעלע פאר מיסטער "באקוועם" ווערט מען שפעטער מיט דער צייט אסאך אסאך מער אומבאקוועם, ווייל מ'אנטוויקלט און מ'בויט צוביסלעך אינעם נפש א צען-שטאקיגן בנין פון ענקזייטי (און דערנאך קען מען ווערן אן אמת'ע פאציענט).

אשר על כן דארף מען ארייננעמען אין קאפ און געדענקען ביי יעדע אומבאקוועמליכקייט אין לעבן צוויי זאכן:

1) פרעג זיך אליינס, איז דאס גיין צו דער חתונה א 'סכנה' פאר מיר אדער בלויז 'אומבאקוועם'?

2) כדי איך זאל נישט זיין מער אומבאקוועם מיט דער צייט דארף מען שולט זיין און דערשטיקן די חיה (אומבאקוועמקייט בלע"ז) ווי לאנג זי איז נאך א בעבי און מען זאל זיך מאכן "עקסייטעד" צו אננעמען די שטארקייט פון אונטערברענגען די ענקזייעטי – "אומבאקוועמקייט" – צוביסלעך, ווי למשל, אפשמועסן מיט די בני בית אדער א נאנטן חבר.

ווען עס קומט צו דער אומבאקוועמער סיטואציע, טראכט, לאמיר זען ווי אזוי איך גיי מגביר זיין און שטארקן מיין יכולת, שליטה און קאנטראל איבער מיין אומבאקוועמקייט און לאמיר זען ווי שטארק עס גייט מיר היינט געלונגען. (עס איז בעסער צו אוועקשטעלן די שליטה קאנטראל און שפראך ווי עס איז א "קאנטעסט" און א "געים", ווייל דאס וועט דערהייבן די מעגליכקייט און מאטיוואציע עס דורכצופירן.) אבער די ערשטע זאך איז, גיי צו דו חתונה, 'פארגעס נישט' צו גיין.

אפילו די ענקזייטי האט אטאקירט און איר זענט למעשה נישט אריין אין זאל, פונדעסטוועגן די עצם זאך אז איר האט ארויסגעוויזן בעלות און יא געגאנגען צום זאל קומט זיך אייך שוין פאר דעם אליינס א הערצליכן מזל טוב. פאר די ערשטע פאר מאל ווען מ'מאכט דעם התגברות שפיל, קען מען אויך זיין א מסתפק במועט, ממילא גיי אריין צו די חתונה און דערנאך קענט איר ארויסלויפן ווי שנעל איר ווילט. און מאכט זיכער זיך צו קלאפן אין רוקן אויף יעדן מינדעסטן געווינס אין די נושא פון התגברות, אפילו מיט'ן קלענסטן רוק פאראויס.

געדענק דעם כלל: מענטשן וואס האלטן זיך פאר געווינערס וועלן געווינען, און מענטשן וואס האלטן זיך פאר דורכפעלער איז דאס א פתח ווייטער צו זיין א דורכפאל. אויך געדענק אז די מטרה לעת עתה איז בכלל נישט די הצלחה פון נישט צו שפירן די ענקזייטי און אומבאקוועמקייט. נאר די הצלחה איז צו באקומען עכ"פ א שליטה חיצוניות, אפילו אויב די ענקזייטי איז נאך דא אינעווייניג.

ממילא זייט שטאלץ און באמערקט ווי איר ווערט מיט דער צייט צוביסלעך מער און מער בעל הבית איבער די ענקזייטי, און פון דער אנדערער זייט זעט און באמערקט ווי די ענקזייטי ווערט מיט דער צייט ווייניגער און ווייניגער בעל הבית, ווייניגער באקוועם און היימיש ביי אייך אין הארץ, מח, געפיל, ער קען אייך מער נישט אפשטעלן אדער איינטיילן וועלכע חתונה איר זאלט פארגעסן אדער נישט פארגעסן צו גיין. ס'איז נישט זיין חתונה…

און אז איר זעט ביז עטליכע חדשים ווי די התגברות איבער דער ענקזייטי איז צוביסלעך געווארן שטערקער און שטערקער ביז עס איז געווארן א טבע שני, עד כדי כך אז איר גייט זיך שוין באטייליגן ביי מער ווי 70 פראצענט חתונות, קענט איר דאנקען דעם אייבירשטן און זיין שטאלץ אז איר האט זיך אליינס געקענט מתגבר זיין און העלפן און זוכה זיין צו דעם
שובי נפשי למנוחיכי כי ה' גמל עליכי.

 

***

דער טעראפיסט פערספעקטיוו

הרב לוי יצחק אבערלאנדער

LMSW, CASAC-T

אנדערש פון אנדערע ענקזייעטי דיסארדערס טוט סאציאלע ענקזייעטי גאר שטארק אפעקטירן די ליידנדע. מען ווערט איזאלירט, מען קען פארלירן די שמחת החיים און טיילמאל אפילו די פרנסה.

עס הייבט זיך אן מיט פשוט'ע מחשבה, "וויאזוי קוקט מען מיך אן ווען איך שפאציר אריין אין ביהמ"ד", און מען פאנגט אן צו פארמיידן אריינצוקומען ווען אנדערע באמערקן. דאס זעלבסט מאכט אים פאר א רייפע ציל פאר א באמערקונג, "אה, איך האב דיך שוין לאנג נישט געזען!" דא הייבט מען שוין אן באמת צו גלייבן, 'אהא! הייסט עס אז מען קוקט מיך טאקע נאך!' מען הייבט אן שטארקער צו פארמיידן די אומעקזיסטירנדע בליקן. וחוזר חלילה, און די וועלט ווערט קלענער און קלענער. דאס גיין אין גראסערי ווערט אן עסק ביש, אפילו די מחשבה אז מען דארף גיין אין גראסערי ברענגט אריין פאניק און שרעק. דאס זענען עקסטרעמע משלים אבער ברענגען צום אויבערפלאך וואס סאציאלע ענקזייעטי איז, וואס עס איז מער שכיח איז אז מען ליידט פשוט פון א גאר שטארקע פחד פון מענטשן.

סאציאלע ענקזייעטי קומט באופן כללי פון א טיפע מחשבה אז 'איך בין ווייניגער פון א צווייטן', 'מענטשן וועלן מיך אראפקוקן פאר דאס וואס איך בין', מען שפירט אומזיכער מיט זיך אליינס. פון די מחשבה ווערט א פחד און צו פארמיידן די פחד טוט מען די פעולה פון פארמיידן, דאס איז די גאזאלין וואס האלט דעם פייער פון פחד ברענען. (אדער טוט מען די פעולה פון צופרידנשטעלן יעדן און מען פארלירט דעם זיך).

ווי מער מען טוט די פעולה פון פארמיידן אלץ מער ווערן די מחשבות און פחדים. א מענטש וואס קומט נישט צו שמחות פון נאנטע קרובים טראכט שוין צו זיך אז איך בין 'טאקע' ווייניגער פון א צווייטן, 'איך בין נישט נארמאל'. דאס ברענגט מער פחד, וואס ברענגט אים נאכמער אויסצומיידן סאציאלע סיטואציעס, וחוזר חלילה.

די עצה דערצו איז צו ארבעטן אויף ביידע פראנטן, סיי אויף די מחשבות און סיי אויף די מעשים.

מחשבות: נעמען דעם עיקר (core) מחשבה, 'איך בין ווייניגער פון א צווייטן' און דאס קלאר און ברייט צענעמען. פארוואס טראכט איך אזוי? וואס זענען די סיבות פארוואס איך שפיר אזוי? איז עס אמת? קען זיין אז איך טראכט נישט ריכטיג? וויאזוי קען איך זען אז די מחשבה איז נאר א מחשבה? נישט יעדע מחשבה איז אמת.

פעולות: בעיקר דארף מען ארבעטן אויף די מעשה, ואחרי הפעולות נמשכים הלבבות. מען דארף טון "עקספאוזשער", גיין מיט א שטארקייט (אפי' געמאכטע), צו אלע פלעצער וואו מען האט א פחד צו גיין. ווען מען טוט איבער איינמאל און נאכאמאל די זאך פון וואס מען האט מורא גייט די פחד אוועק.

איך האב לעצטנס באגעגנט א שמעלצער וואס גייט אויף שמאלע ביעם-אייזנס 7-8 שטאק אין דער לופטן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, זאגט ער מיר אז די ערשטע 2-3 וואכן האט ער יעדן טאג געוואלט אויפגעבן, עס איז געווען א פחד א שרעק, אבער וואס א טאג עס איז אריבער אלץ שוואכער איז געווארן דער פחד. היינט, זאגט ער, איז גיין אויף דער גאס די זעלבע ווי גיין בין שמים לארץ, און ער דרייט זיך ארום אויף די ביעמס אן קיין שום פחד.

דאס איז אונזער הייל-מיטל. לעבן מיט דעם פחד, גיין אפי' איך בין שטארק דערשראקן. נישט אוועקלויפן פון מענטשן און סאציאלע סיטואציעס. מיט דער צייט וועט דער פחד ווערן שוואכער און שוואכער ביז מען וועט בס"ד איבערקומען דעם פחד.

עס איז וויכטיג צו אריינגיין אין די סיטואציעס און טון די "עקספאוזשער" מיט'ן גאנצן קנאק, מיט'ן לשם יחוד, "איך גיי דורכברעכן מיין פחד", "איך גיי אויסרייסן מיין שרעק".

צום שלוס, צוויי נקודות.

1) אויב די סאציאלע ענקזייעטי האט זיך אנגעהויבן נאך א טראומע (לדוגמא, איך האב געהאט א קליענט וואס האט אנגעהויבן צו ליידן פון דעם פחד "מה יאמרו הבריות" נאכ'ן פארלירן א נאנטן משפחה מיטגליד), דעמאלט איז כדאי צו גיין צו א טעראפיסט וואס איז טרענירט אויף טראומע טריטמענט, און מען זאל ארבעטן אויך אויף די טראומע. און די סאציאלע ענקזייעטי וועט פיל גרינגער אוועקגיין.

2) נאכ'ן פרובירן די זעלבסט-הילף מעטאדן אן ערפאלג איז כדאי צו נאכאמאל איבערקלערן די מחשבה פון נישט וועלן ווערן א "פאציענט", טיילמאל מיט אביסל פראפעסיאנאלע הילף קען מען איינשפארן אסאך צער און עגמת נפש.

הצלחה רבה!

 

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!