ADHD פראגן און ענטפערס – אריגינעל ערשינען אין נפשי #4 דורך יקיר שלום ווי א המשך צו זיין פריערדיגע ארטיקל אויף ADHD

 

אונזער ארטיקל איבער ADHD אין נפשי וואס איז געליינט געווארן פארגאנגענעם יו"ט שבועות דורך אנשים נשים וטף וואס האבן זיך געשפיגלט דארטן, האט געברענגט א פלייץ פון שאלות און קאמענטארן וואס זענען ווערד אויפצוברענגען כדי צו בארייכערן די ידיעות פון די ליינער איבער דעם באקאנטן, דאך אזוי אומבאקאנטן, אזויגערופענעם דיסארדער.

אט זענען מיר צוריק לכבוד חג הסוכות מיט א רייכע פראגן-און-ענטפער סעסיע, באזירט אויף די קאמענטארן פון די חשוב'ע ליינער, וואס וועט האפנטליך אויסקלארן די נושא פון ADHD, און העלפן די ליידנדע זיך אליין צו פארשטיין, און די ארומיגע צו פארשטיין זייערע נאנטע.

 

וואס זענען די 'עכטע' ADHD אויפפירונגען?

ווען מען האנדלט מיט ADD קען מען ווערן צעמישט פון אירע אייגנשאפטן וואס זעען טיילמאל אויס נישט קלאר און ווי סתירות. קודם הערט מען אז ADD קען קומען אינאיינעם מיט "הייפעראקטיוויטי", אבער נאכדעם הערט מען אז ס'מוז נישט זיין פארבינדן. פארקערט, ADD קומט צומאל מיט א שטילע פאר'חלומ'טקייט. מען הערט אז מיט ADD ווערט די קאנצענטראציע שנעלער געשטערט, און נאכדעם הערט מען אז מען קען טיילמאל קאנצענטרירן אויף א זאך ווי די גאנצע וועלט וואלט ווען געשטארבן, אפילו מיט מער פאקוס ווי אנדערע מענטשן.

טייל דאקטוירים רופן ADD "דער סינדראם פון פאראדאקסן". און דאס איז עס טאקע. עס זענען דא נאך פילע פאראדאקסן וואס עלטערן קענען זען ביים זעלבן קינד מיט ADD. פון איין זייט באמערקט ער יא, ווערט פארשלעפט מער ווי געווענליך פון דרויסנדע זאכן. און פון דער אנדערער זייט ווען ער איז פארטון אין זיינע באליבטע ענינים באמערקט ער גארנישט. פון איין זייט איז דאס קינד ספעציעל ווארעמהארציג און סענסיטיוו צו א צווייטנ'ס געפילן, אין דער צייט וואס אין אנדערע פעלער קען אויסזען ווי ער איז הארצלאז. פריער אן אנגעצויגענער און פארמאכטער, און א שעה דערויף א לעבעדיגער און לייכטער. אפטימיסטיש איין שעה און פעסימיסטיש די קומענדיגע שעה. ווארעם איין טאג, קאלט דעם אנדערן טאג.

עס ווענדט זיך אין דעם מצב. ווען זיי האבן ישוב הדעת, זענען זיי בטבע גוטהארציג און סענסיטיוו, דאס איז אבער נאר ווען זיי זענען 'דאהי'. ווען זיי זענען נישט פארלוירן געווארן פון עפעס וואס האט זיי צעשטורעמט. ווען יא, ווערן זיי מער-ווי-געווענליך ארויסגענומען פון די כלים, און זייער שנעל לויפנדער מוח ווערט ארויפגעשרויפט צו א קלימאקס וואס פארשווערט זיי צו טראכטן. זיי זענען אפטמאל "נישט דא" און טוען זאכן וואס זענען נישט זיי. רוב פון די פראבלעמען געשעען לכאורה ווען זיי פארלירן זיך.

 

וואס זענען די סימפטאמען פון ADD ביי ערוואקסענע?

די סימפטאמען ביי ערוואקסענע קען זיין אנדערש ווי ביי קינדער. ערוואקסענע מיט ADD האבן ענדערש שוועריגקייטן מיט אויסניצן די צייט ריכטיג, א צעפלויגענע סדר היום, און קענען "זיך פארלירן" און אוועקבלאנדזשען אויפ'ן וועג צו דערגרייכן א ציל, אדער ביי זייער ארבעט. אויך קען דאס טיילמאל אפעקטירן זייערע באציאונגען מיט מענטשן, צעקלאפטקייט (זיך האלטן פאר א שמאטע, א דורכפאל), און ברענגען פארשידענע אדיקשאנס.

אין צוגאב, אויב ווערט נישט די ADD אדרעסירט, קען דאס אויסקלאפן ביי א רייע זאכן. אריינגערעכנט:

  • א שטארקע פארשלעפטקייט, און שפעטיגונגען
  • אנגעצויגנקייט
  • שפירן אומצופרידן מיט זיך – אפילו ווען מ'איז מצליח
  • פראבלעמען ביי דער ארבעט
  • שוועריגקייטן זיך צו באהערשן אין אנגעצויגענע מאמענטן
  • אימפולסיוו (מאכן איבערגעאיילטע באשלוסן, טון/זאגן זאכן אן זיך אפשטעלן פריער טראכטן)
  • ווערט שנעלער 'נמאס' און פארלירט דעם חשק אינמיטן וועג עפעס אויסצופירן
  • צעפלויגנקייט. שווער זיך צו ארגאניזירן
  • שוועריגקייטן זיך צו קאנצענטרירן ביים ליינען אדער וועלן עפעס טון אליין
  • עקסטרעמע טוישונגען אין דער גוסטע
  • פראבלעמען און באציאונגען מיט מענטשן און אין שטוב

ביי יעדן מיט ADD קלאפט דאס אויס אנדערש. ביי איינעם איז עס מילד און ער קען ביי געוויסע זאכן זיך אויסשטעלן צו זיין אייביג אין צייט. טייל ערוואקסענע קענען זיך קאנצענטרירן ווען זיי זענען אינטערעסירט אין וואס זיי טוען, אנדערע קענען האבן שוועריגקייטן אין אלע הינזיכטן. ביי טייל מאכט דאס זיי א ווילן צו זיין אליין, און טייל זענען געווענליך מער אנגעוויזן זיך צו געפינען מיט אנדערע.

 

קען מען אלס ערוואקסענער "באקומען" ADD?

ניין. עס איז נישטא אזא זאך ווי באקומען ADD שפעטער אין לעבן. דאן איז עס נישט קיין מעדעצינישע פראבלעם און מען רופט עס "די טעכנאלאגישע ADHD לעבן". די מאדערנע כלים און לעבנסשטייגער וואס מאכט אומאיינרוענדיג, אימפולסיוו און אומקאנצעטרירט. אין אזא פאל איז די עצה צו צוימען די פארגעשריטענע כלים וואס פארגרינגערן דעם פיזישן לעבן און פארזשאווערן דעם קאפ. טעקסט מעסעדזשעס וואס קומען אריין יעדע פאר מינוט און האקן ווילד איבער די מחשבות וואס האלטן אינמיטן לויפן, געוואוינט דעם מוח צו אן אינסטינקט פון שנעלע אומ'מיושב'דיגע טראכטן. מען קען טרעפן אסאך מענטשן, די מענטשן וואס זענען "אייביג ביזי", מיט אלע סימפטאמען פון ADD, כאטש עס פליסט נישט באמת אין זייערע אדערן. זיי האבן עס אליינס אויפגעבויעט אינעם מאדערנעם לעבנסשטייגער אין וואס מיר לעבן היינט. דאקטוירים רופן אונזער וועלט די ADD וועלט.

 

וואס ברענגט ADD ?

ס'איז נישט קלאר וואס פינקטליך ברענגט ADD, אבער אזויפיל ווייסט מען אז עס לויפט אין משפחות.

מען שאצט אז ערגעץ צווישן 5 און 10 פראצענט קינדער האבן ADD. אויב איינע פון די עלטערן האבן עס גייען ארויף די שאנסן פאר ADD ביים קינד צו בערך 30 פראצענט. ווען ביידע עלטערן האבן עס, קענען די שאנסן דערגרייכן ביז אזויפיל ווי 50 פראצענט.

גענעטיקס פארציילט אבער נישט די גאנצע געשיכטע. דאקטוירים שרייבן אויך צו טייל אייגנשאפטן פון ADD צו אקסעדזשין מאנגל ביים געבורט אדער פון א קלאפ אין קאפ און מסתמא זענען פארהאן נאך סיבות וואס זענען דערווייל אומבאקאנט.

 

איז ADD א נייע זאך?

ניין. ווארשיינליך איז ADD א ירושה וואס גייט שוין אן פאר לאנגע דורות, כאטש אן א מעדעצינישן נאמען דערפאר. מענטשן מיט ADD האבן אלעמאל – אזוי ווי היינט – געקענט גאר שיין מצליח זיין אין לעבן, לויט זייער תכונות הנפש. אונזערע זיידעס זענען אבער נישט אייניג אריינגעשטעלט געווארן אינעם זעלבן שאכטל. עס האט נאכנישט עקזיסטירט דער באגריף אז יעדער דארף אריינפאסן אייניג אינעם "סיסטעם".

א קינד מיט ADD וועמען עס איז שווער געווען, איז נישט פארלאנגט געווארן איינצוזיצן פאר צוויי און א האלב שעה אין א גרויסע קלאס און אויסהערן "אזוי ווי יעדן". דער מלמד האט געלערנט מיט אים און מיט נאך אפאר קינדער אויף מער א פריוואטן אופן און דאס קינד האט אריינגעפרעגט און מיטגעלעבט. היינט, מיט 30 קינדער אין א כתה, איז דאס לערנען אין חדר מער א 'שיעור' וואס די קינדער דארפן בלויז אויסהערן און האלטן קאפ א שעה ברציפות צו וואס דער מלמד רעדט. רוב מענטשן מיט ADD האבן היינט נישט די איינגענעמסטע זכרונות פון די קינדער יארן אין חדר. ווען זיי ווערן עלטער, און זיי פארשטייען צו זייער אייגנארטיגקייט, קענען זיי בעסער אויסשטעלן זייער סדר היום לויט די אייגענע נאטורן און אייגנשאפטן.

ביי ערוואקסענע איז ענליך דער מצב. די היינטיגע מאדערנע לעבנסשטייגער ווי פיל ארבעטס פאזיציעס פאר די קלוגערע שיכטן זענען מער מיט אפיס ארבעט און עלעקטראנישע כלים וואס מ'דארף דערצו זיין געאייגנט איינצוזיצן שעות, און זיין מסודר און צוזאמגענומען, מיט געדולד צו מסדר זיין 'לאנגווייליגע' פרטים, אנשטאט די אמאליגע מער פיזישע ארבעט, גיט אויך היפש צו צו די שוועריגקייטן מיט וואס מענטשן מיט ADD דארפן זיך פארמעסטן. און דאס איז פארוואס רוב ADHD ערוואקסענע וועלן טרעפן זייער פלאץ אלס ביזנעס פירער אדער ריעל עסטעיט סוחרים, דארט דארף מען נישט זיצן אין אן ארגאניזירטע אפיס שעות ארוכות.

וואס עס איז יא היפש ניי, איז די היינטיגע וויסנשאפט וועגן ADD, ווי פילע אנדערע רפואות אויף וואס מיר דאנקען דעם רבש"ע פאר'ן צושטעלן אין אונזער שוואכן דור. לדוגמא, ווען עס קומט צו דיסלעקציע, אויגן פראבלעמען, און נאך, וואס א קינד מיט דעם פראבלעם פלעגט ווערן אפגעסטעמפלט אלס א גולם און צו א זיכערע דורכפאל, און היינט איז שוין ב"ה באקאנט די הילף מעטאדן דערפאר. דאס האט געראטעוועט אומצאליגע קינדער וואס זענען ניצול געווארן פון "ארויספאלן" ח"ו. און בכלליות ווען עס קומט צו גייסטישע און עמאציאנעלע פראבלעמען זענען היינט דא ב"ה אזויפיל הילף מעגליכקייטן, מער ווי אין די פריערדיגע יארן.

ספעציפיש איבער ADD, וויאזוי מען האט געקענט דורכלעבן אן וויסן אז מען ליידט דערפון, האבן מיר געפרעגט אמאל הגה"צ אבד"ק שאץ שליט"א אט די קשיא, האט ער געענטפערט בערך אזוי: "קינדער מיט ADD האבן געוואלדיגע כוחות, כאטש נישט באלאנסירט. אז דער אייבערשטער העלפט וועט א קינד מיט ADD דערהערן די גליקליכקייט פון תורה און זיך אריינלייגן שטארק אין לימוד התורה, און דארט אריינלייגן זיינע כוחות און זיין אומבאלאנסירטע הייפעראקטיווע מוח. יגעת ומצאת תאמין. ער וועט קונה זיין תורה און שטייגן טאקע אויסערגעווענליך.

"ער וועט אבער בכל אופן זיך שטארק מוטשען זיך צו קאנצענטרירן למשל אויסצוהערן א שיעור, זיך צו מסדר זיין אין די סוגיא, ווי אויך וועט זיין התמדה זיין אויף אן עקסטרעמען וועג, און אפטמאל וועט אזא קינד זיין אויסגעשטעלט צו כסדר'דיגע עליות און ירידות. אין אנדערע פעלער וואקסן אזעלכע קינדער אויס שטארק אקטיווע עסקנים און וועלן מיט זייערע שטארקע כוחות צוזאמהעלפן א וועלט, אבער אויב ווערן נישט זייערע ADD כוחות באלאנסירט, זיי ווייסן נישט דערפון, וועט עס זיין אויף אן עקסטרעמען אופן און זיי וועלן זיך נישט קענען מסדר זיין אז אלעס זאל גיין מיט א מאס, אן אפעקטירן די שטוב וכו'.

"און נאך א זאך," לייגט צו דער ראש ישיבה שליט"א, "בעיני ראיתי, בחורים וואס זענען שוין געווען 'ארויסגעווארפן' פון ישיבה, טייערע בחורים, נאר נישט קענענדיג זייערע שוועריגקייטן און באקומען די הילפס מעגליכקייטן דערפאר, זענען זיי – צו זייער אייגענע ווייטאג – געווען דאס פארקערטע וואס זיי האבן אזוי שטארק געוואלט זיין. איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי נאכדעם וואס מ'האט זיך בס"ד אפגעגעבן מיט זייערע שוועריגקייטן און זיי ארויסגעהאלפן אויף זאכן וואס זענען נישט געווען פולקאם בידם, גאר אפט מיט די ריכטיגע מעדיצינען, האבן זיי אויפגעלאכטן און טיילמאל געווארן ממש פון די מצוינים אין ישיבה." דאס איז פארוואס אמאל האט מען גרינגער געקענט לעבן מיט ADD, ווי געשמועסט האט די גאנצע סדר היום אמאל מער געשטימט מיט די ADD נאטורן ווי היינט, וועגן דעם איז עס זעלטן ארויסגעקומען אלס "פראבלעם".

 

קען ADD אוועקגיין במשך די יארן פון זיך אליין?

יא. די שוועריגקייטן פון ADD ווערן כמעט ווי פארשוואונדן ווען מען ווערט עלטער ביי 30 ביז 40 פראצענט פון קינדער.

ווען דער מח ווערט ערוואקסן טוישט זיך עס אפטמאל אויף א וועג אז די שוועריגקייטן פון ADD ווערן נעלם. אין צוגאב קענען טיילמאל קינדער אין די צענערלינג יארן אויסניצן זייערע כשרונות און ארבעטן אזוי שטארק אויף די שוועריגקייטן, אז עס קוקט אויס ווי ADD איז פארשוואונדן געווארן. מיט דעם אלעם, אויב וועט מען וועט קוקן אויף דעם קינד פון דער נאנט, וועט מען טרעפן אז די סימפטאמען פון ADD זענען נאך אלץ דארט, נאר ער מוטשעט זיך דערמיט – מיט הצלחה – זיי צו קאנטראלירן. אזעלכע מענטשן האבן ADD און וועלן בענעפיטירן פון די שטארקייטן וואס ADD ברענגט מיט זיך.

 

טוט מען היינט צופיל דיאגנאזירן ADD?

ווענדט זיך וואו. אין טייל פלעצער געט מען דעם דיאגנאז איבער דער מאס. עס זענען דא שולעס וואו יעדעס קינד וואס בלינקט שנעל מיט די אויגן קען ווערן באטיטלט מיט ADD, ווידער אין אנדערע מקומות ווייסט מען נאכנישט צופיל פון ADD.

ADD איז נישט קיין זאך וואס האט צוטאן מיט א געוויסע געגנט, חסידות אדער קרייז, ס'איז א מעדעצינישע אנגעלעגנהייט, אונטערגעשטיצט דורך פעסטע באווייזן און פון גענעטישע שטודיעס, מח סקענס, און שטודיעס איבער דער וועלט. עס איז נישט צום געפינען א דאקטער וואס זאל נישט "גלייבן" אין ADD. דער צושטאנד פון ADD איז א מציאות, און מענטשן וואס גלייבן נישט דערין, מיינט עס אז זיי האבן עס פשוט נאכנישט געשפירט און זעט אויס נאכנישט געלערנט דערוועגן.

עס איז קריטיש וויכטיג אז מלמדים, עלטערן און מנהלים זאלן זיך באקענען מיט ADD צו קענען בעז"ה ניצן די ריכטיגע צוגאנג צו אויפבויען –על פי דרכו – מיט די שוועריגקייטן פון דעם קינד.

עס מאכט זיך אפט ווען א מענטש ווייסט נישט פון זיין ADD ביז ער ווערט אן ערוואקסענער, זיך אפמוטשענענדיג (אינאיינעם מיט זיינע מלמדים…) אין זיינע קינדער יארן. דאס נישט וויסן אז מען רעדט פון ADD, קען ברענגן גרויסע פראבלעמען. צווישן זיי די כסדר'דיגע זעלבסט באשולדיגונגען וואס צעקלאפט אינגאנצן דעם מענטש, איינמאל פריער און איינמאל שפעטער. אפילו ADD האט נישט געשטערט אין די לימודים, און זיין אימפולסיווע אויפפירונג און שטיפערישקייט איז נאך אקצעפטירבאר אין חדר אדער ישיבה קטנה, קען ער נאך דארט דורכשוויצן.

אפטמאל הייבן זיך אבער אן די פראבלעמען אין ישיבה גדולה, צי אפילו אין כולל, אדער אין דער אייגענער שטוב וואו ס'איז שוין די העכסטע צייט צו ערווארטן פון אים אז ער זאל זיך 'מסדר זיין', 'ניצן זיינע כשרונות', און 'זיין ווי יעדן(!)'. אז ער ווייסט נישט אז דאס איז ADD, מיינט ער און אנדערע אז דאס איז זיין אומ'אחריות אדער שלעכטיגקייט. דאס גיט נישט צופיל צו פאר הצלחה און קען אפט מאל חלילה צוגרונד לייגן דעם מענטש.

 

וויאזוי דיאגנאזירט מען ADHD?

אין אמת'ן אריין, איז שווער צו זאגן פינקטליך וואו די 'ליין' פון ADD איז. וואו 'געווענליך' ענדיגט זיך און ADD הייבט זיך אן. ס'איז ווי דער צווישנשייד פון נאכט און טאג, ס'איז אומקלאר ווען גענוי אין די 18 מינוט פון בין השמשות ענדיגט זיך דער טאג און די נאכט נעמט איבער, כאטש ס'איז קלאר דא א חילוק צווישן נאכט און טאג.

ווען מען נעמט א קינד צום לאקאלן דאקטאר פאר האלז וויי, וועט א שנעלע טעסט קענען זאגן אויב ס'איז "סטרעפ", אים ארויפלייגן אויף אנטיביאטיק און געענדיגט. דאקעגן ווען עס קומט צו אידענטיפיצירן ADD איז זעלטן דער פראצעדור שנעל אדער גרינג.

ס'איז פארהאן עטליכע וועגן וויאזוי צו דיאגנאזירן ADD. די שטערקסטע "טעסט" איז אייער אייגענע געשיכטע, וואס דאקטוירים רופן "אייער היסטאריע". דאס איז די וויכטיגסטע טייל צו קענען אידענטיפיצירן אויב דער מענטש האט ADD. זיצן און רעדן מיט איינעם וואס האט וויסנשאפט אין דעם פעלד. עס קלינגט ווי אן אמאליגע סארט מעדעצינישע באהאנדלונג, אן מאשינען, דער דאקטער רעדט צום פאציענט, פרעגט פראגעס, הערט צו ענטפערס, און נאכ'ן קענען דעם פאציענט, רעכנט צוזאם די רעזולטאטן.

דורכאויס אייער געשיכטע וואס איר פארציילט וועט דער דאקטער צוהערן צו דערקענען אויב עס זענען פארהאן סימנים פון ADD. מענטשן גלייכן היינט סאפיסטיקירטע טעכנאלאגישע מאשינען, אבער פאר ADD איז "אייער געשיכטע" די שטערקסטע טעסט. געווענליך, ווען עס איז נישטא עפעס אויסערארדנטליך חושד צו זיין, איז אומווירקזאם און עס פעלט נישט אויס די קאמפליצירטע און טייערע מוח טעסטן און סקענס.

 

וויאזוי גייט מען איבער די פארגאנגענהייט אויף אן אקוראטן וועג?

דער וועג צו א דיאגנאז וועט זיך ווענדן. עס זענען נישטא קיין כללים איבער וויאזוי דאס דארף ווערן געמאכט אדער וויפיל צייט דאס דארף נעמען. אמאל קען אן אפשאצונג נעמען א שעה, אין אנדערע פעלער קען עס נעמען וואכן אויף צו קלאר ארויסהאבן דאס בילד. עס ווענדט זיך ווי קאמפליצירט דער צושטאנד איז. א היפשע פּאר ענליכע "קאנדישאנס" דארפן גענומען ווערן אין חשבון איידער דער דאקטאר מאכט א באשלוס אז ס'איז ADD.

די ערשטע זאך איז, ווי דערמאנט, זיך אראפזעצן מיט'ן דאקטער און דורכגיין די פארגאנגענהייט, אייער ביז יעצטיגע לעבנסגעשיכטע. בשעת'ן דאס אדורכגיין, וועט דער דאקטאר פרובירן צו פארשטיין דעם מענטש דורכאויס, סיי די שטארקייטן און טאלאנטן און אויך די געביטן וואו ס'איז דא שוועריגקייטן. אידענטיפיצירן די שטארקייטן איז וויכטיג, א סוקסעספולע באהאנדלונג איז געבויעט אויף שטארקייטן און טאלאנטן.

דער ספעציאליסט וועט פרעגן פאר די סימפטאמען פון ADD. יעדער מענטש האט אסאך פון די סימפטאמען. אויף צו קענען עס באטראכטן אלס ADD דארפן די סימפטאמען אויף סיי וואספארא וועג ערנסט שטערן אין לעבן. אויב שטערט עס נישט, איז ADD א גענצליכע געשאנק.

א וויכטיגע נקודה ווען מען גייט דורך די פארגאנגענהייט: מענטשן מיט ADD זענען שוואך אין זיך אליינס אבזערווירן ריכטיג. די געשיכטע איבער אייער פארגאנגענע היסטאריע וועט זיין אסאך מער קראנט ווען נאך א נאנטער וועט עס פארציילן אין זיינע אייגענע ווערטער אדער זאגן זיין געפיל וויאזוי עס זעט אים אויס. ווען ס'קומט צו קינדער איז גוט אז די היסטאריע פונעם קינד זאל געגעבן ווערן דורך כאטש צוויי מענטשן: די עלטערן, אדער מלמדים דורכ'ן טעלעפאן, און פונעם קינד זעלבסט.

בעפאר איר גייט צום ספעציאליסט, איז גוט צו באאבאכטן דעם קינד'ס התנהגות אויף די שאלות פון דעם פאלגנדן טעסט אויף וואס דאקטוירים באזירן זייער שאצונג. זיך פארקוקן פאראויס וועט מאכן אז איר זאלט זיין קלארער מיט די ענטפערס ווען איר זענט שוין אינעם דאקטער'ס אפיס.

דער טעסט איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי זאמלונגען פון פראגעס אויף אפצושאצן ADD. איינס באציט זיך אויף די סימפטאמען פון אומקאנצענטראציע, די אנדערע אויף סימפטאמען פון זיין הייפער-אקטיוו און אימפולסיוו. צו באקומען א פאזיטיווע ענטפער פאר ADD דארף מען זיך טרעפן אין איינס אדער ביידע פון די צוויי גרופעס, ווי פאלגנד:

זעקס אדער מער פון די פאלגנדע סימפטאמען פון אומקאנצענטראציע וואס זענען באמערקט געווארן פאר כאטש זעקס חדשים, אויף א מאס וואס שטערט דעם קינ'ס הצלחה:

א) אומקאנצענטראציע

  • פארפעלט אפט צוצולייגן קאפ צו דעטאלן אדער מאכט אומ'אחריות'דיגע טעותים אין היימארבעט אדער אנדערע אקטיוויטעטן.
  • האט אפט שוועריגקייטן צו האלטן קאפ אויף א זאך אדער שפילעריי אקטיוויטעטן.
  • זעט אויס אפט ווי ער הערט נישט אויס צו וואס מען רעדט צו אים דירעקט.
  • טוט אפט נישט נאכפאלגן אינסטרוקציעס און פארפעלט צו ענדיגן היימארבעט, חזרות, א.ד.ג. [אבער נישט צוליב שלעכטע אויפפירונג, ס'גייט אים נישט אן, אדער ווייל ער פארשטייט נישט די אינסטרוקציעס].
  • האט אפט שוועריגקייטן צו ארגאניזירן זאכן אדער אקטיוויטעטן.
  • פארמיידט אפט, גלייכט נישט, אדער איז אומגעדולדיג אין זאכן וואס מען דארף צולייגן קאפ.
  • פארלירט אפט וויכטיגע זאכן.
  • ווערט אפט שנעל געשטערט דורך דרויסנדיגע זאכן פון ארום.
  • איז אפט פארגעסליך אין טעגליכע אקטיוויטעטן.

 

ב) הייפעראקטיוויטעט און אימפולסיווקייט

הייפער-אקטיוו

  • שאקלט אפט זיינע הענט אדער פיס אדער רוקט זיך ארום אויף זיין זיץ.
  • ווען פארלאנגט צו זיצן אויפ'ן פלאץ, האט ער שוועריגקייטן דאס צו טון.
  • לויפט און שפרינגט ארום וואו ס'איז נישט פאסיג, מער ווי אנדערע קינדער אין זיין עלטער.
  • האט אפט שוועריגקייטן צו שפילן אדער טון באשעפטיגונגען אין פרייע צייט מיט אנדערע קינדער שטילערהייט.
  • איז אפט אקטיוו איבער דער מאס און שפירט ווי עפעס יאגט אים, ווי ער וואלט געטריבן געווארן דורך א מאשין.
  • רעדט אפט איבער דער מאס.

אימפולסיווקייט

  • פלאצט אויס מיט אן ענטפער נאך פאר דער פראגע איז געענדיגט.
  • האט שוועריגקייטן צו ווארטן אויף זיין רייע.
  • מוטשעט און שטערט אנדערע מער ווי געווענליך.

אן ADD דיאגנאז פארלאנגט:

  • אז מען האט געזען די ערשיינונגען כאטש 6 חדשים.
  • אז שפורן פון די סימפטאמען זאל מען שוין האבן געזען איידער די זיבן יאר אלט.
  • אז די סימפטאמען ערשיינען אין צוויי אדער מער פלעצער אין לעבן (ווי ביי קינדער, אינדערהיים און אין שולע), און האט געקאסט ערנסטע שוועריגקייטן.

אויב נאכ'ן דורכגיין דעם עבר באשליסט דער דאקטער אז (1) איר האט די סימפטאמען פון ADD, (2) איר האט עס נישט לעצטנס 'באקומען' נאר איר זענט אזוי פון שטענדיג אן, (3) די אייגנשאפטן זענען אויף א קענטיג שטערקערן אופן מער ווי אנדערע אין דעם יארגאנג, און (4) עס איז נישטא קיין אנדערע ענליכע דיאגנאז וואס קען פארשטיין געבן די סימפטאמען, דאן איז דער ADD דיאגנאז באשטימט.

 

אנדערע פראבלעמען עקזיסטירן צוזאמען מיט ADD?

א רייע פון אנדערע דיסארדערס וואס זייערע שוועריגקייטן קענען בטעות פארמישט ווערן מיט ADD דארפן, ווי געזאגט, ווערן גענומען אין באטראכט. לדוגמא, בייפאלער דיסארדער. טייל עקספערטן גלייבן אז געבן פאר א קינד מיט בייפאלער דיסארדער די סטימיולענט מעדיקעשאן וואס מען גיט פאר ADD, קען אנמאכן ערנסטע שאדנס. דאס קינד קען ווערן ווילד, דעפרעסט און נאך ערגער. דאס איז נאך א סיבה פארוואס עס פעלט אויס א גוט טרענירטע פראפעסיאנאל וואס קען אלעס נעמען אין חשבון.

אנדערע עקזיסטירנדע קאנדישאנס קענען פארשטעלן דעם וועג צו באהאנדלען די שווערע זייט פון ADD און אנטדעקן די וואונדערבארע מעלות וואס אין הארץ פון יעדן מיט ADD.

די מערסט באקאנטע זענען ענקזייעטי, דעפרעסיע, אדער גאר בייפאלער דיסארדער, און אפטמאל אויך דיסלעקציע.

ענקזייעטי דיסארדערס גייט אפט צוזאמען מיט ADD, מ'קען זאגן אז רוב ערוואקסענע מיט ADD מוטשען זיך מיט א מילדע ווערסיע פון ענקזייעטי. דאס איז וויבאלד אויפוואקסן מיט ADD אומדיאגנאזירט און אדרעסירט, פירט געווענליך צו אסאך עפיזאדן פון אנגעצויגנקייט און טראומע, עפיזאדן פון ווערן אויסגעשלאסן און פון דורכפאל. דאס האבן ADD אליין קען אמאל זיין דער דירעקטער גורם פון ענקזייעטי, ווען מענטשן מיט ADD שפרינגען בטבע אפטמאל אריין אין סיטואציעס וואו טראומע ערשיינט.

אויך דעפרעסיע קען זיך איינווארצלען אין מענטשן מיט ADD, האבנדיג געשפירט אזוי צעבראכן און אנטמוטיגט יאר נאך יאר פון נישט דערגרייכן און אנקומען וואס זיי האבן אלץ נאר פרובירט און געארבעט אנצוקומען. איינמאל די ADD ווערט באהאנדלט און זיי ווערן מער קאנצענטרירט, הייבן זיי אן צו ווערן מער אפעקטיוו, זעען זיך דערגרייכן אין זייער ארבעט, און די דעפרעסיע ווערט פארשוואונדן. דאס זעלבע ביי אן אדיקשאן פון וואס מען האט נישט געקענט זיך ארויסזען דערפון. איינמאל די ADD ווערט באהאנדלט קענען זיי עס גרינגער אויפגעבן. ווייל די אדיקשאן איז בלויז געווען א חלק פון די ADD פאזל, און אפטמאל אויך גענוצט געווארן זיך צו בארואיגן פון די אומבאהאנדלטע ADD.

פון דער אנדערער זייט, ווען מען באהאנדלט ADD קען צומאל טייל אנדערע קאנדישאנס ווערן ערגער. ווי למשל, דעפרעסיע קען צומאל שטייפער ווערן ווען ADD ווערט באהאנדלט. דאס איז וויבאלד ווען א מענטש פארמערט זיין קאנצענטראציע, קען ער קלארער באטראכטן וואספארא צעפלויגענע לעבן ער האט אנגעווירטשאפט. אויף אזא פאל דארף די דעפרעסיע ווערן באהאנדלט צוזאמען מיט די ADD.

דאס וויכטיגסטע איז האלטן פאר די אויגן אז די אלע קאנדישאנס פארבעסערן זיך בע"ה מיט די ריכטיגע באהאנדלונג. עס נעמט צייט, קיין איינס פון דעם ווערט נישט פארשוואונדן איבערנאכט, אבער במשך אפאר חדשים קען מען בעז"ה ערווארטן א פארבעסערונג נישט נאר אויף די סימפטאמען פון ADD, נאר אויך אויף די קאנדישאנס וואס זענען אין צוגאב און האבן א שייכות דערצו.

וואס איז דער חילוק צווישן ADD און ADHD?

זייער אפט רופן מענטשן אן דעם צושטאנד מיטן אומריכטיגן טיטול, מען איז נישט מקפיד דערויף ווייל זייט 1994 האבן דאקטוירים אפגעמאכט אז אפילו ADD זאל אויך גערופן ווערן ADHD. באמת איז אבער דא א חילוק צווישן די צוויי; ADD מיינט אטענשאן דעפיציט דיסארדער, דאס הייסט אז דער עיקר פראבלעם פונעם מענטש איז דער פאקט אז עס קומט אים אן שווער צו געבן אטענשאן, זיך קאנצעטרירן.

ADHD האט נאך אן אות, דער H קומט פאר "הייפעראקטיוויטעט", דאס מיינט אז חוץ פון די אטענשאן דעפיציט האט ער אויך א הייפעראקטיוועטי אין זיך, ער זיצט נישט רואיג און קען שווער איינרוען. היינט נוצט מען די ADHD טערמין אפילו ווען מען רעפערירט צו איינעם וואס ליידט נישט פון קיין הייפעראקטיוויטעט.

Nafshi Blog