אריגינעל ערשינען אין נפשי #4 דורך יקיר שלום

 

די קומענדיגע פאסירונג געבויעט אויף א מעשה שהי', שטעלט פאר א קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין א ווארעמע שטוב, א היימישע גוטע תלמוד תורה אין מאנסי מיט דער פולסטער אויפמערקזאמקייט פון זיינע געטרייע מלמדים, נאר זיין ADD איז נישט אנטדעקט געווארן ביז ווען ער איז געווען אין כולל. דא זענען די געשריבענע קאמענטארן פון חיימ'ס מלמדים אויף די 'תלמידים רעפארט'. און פון וואס זיין טאטע האט געהערט פון חיימ'ס מלמדים במשך זיינע קינדער יארן פון נוירסערי ביז ישיבה לצעירים.

באמערקט אין די קאמענטארן פון די מלמדים וויאזוי מ'האט נישט געקענט אידענטיפיצירן ADD, זייענדיג אומבאקאנט וועגן דער עקזיסטענץ פון דעם סארט אייגנארטיגן מח וואס ADD שטעלט פאר. די פינגער אפדרוקן פון ADD שטארן דא ארויס דורך און דורך. באמערקט אין די קאמענטארן סימנים אין חיים וועגן זיין אימפולסיווקייט און וועגן 'נישט אנהאלטן', הויכע ענערגיע, געדאנקען-רייך און ענטוזיאסטישקייט. זעט די סימנים פון נעמען ריזיקעס, און איבער אלעם פון אומדערגרייכונג, טראץ וואס די כשרונות פון חיים וואלטן אים געדארפט ברענגען פיל דערגרייכונגען. פארצייכנט אייך וויפיל מאל זיינע געטרייע מלמדים און מחנכים האבן געגעבן אינפארמאציע וועגן חיימ'ס נישט זיך קענען קאנצענטרירן אדער דאס זיין אומארגאניזירט. הערט וויפיל מלמדים האבן אים געגליכן פאר זיינע טיפע געדאנקען און הומאר, אבער וויפיל מאל זיי האבן געשפיגן בלוט אים צו זען פארן אויף די שינעס…

*

נוירסערי, תשנ"א: חיימ'ל איז א לעבעדיג, פריינטליך קינד מיט קלוגע בליציגע בייפאלן. ער שפילט זיך שיין און האט הנאה פון חדר מיט זיינע חברים. רוב צייט איז חיים פארטיפט מיט דראמאטישע שפילערייען מיט זיין בעסטן חבר שמואלי.

קינדערגארטן: חיים האט הנאה פון זיין אקטיווע שטאנד אין קלאס. ער איז באליבט ביי אלעמען. חיים איז פול מיט געדאנקען. ער פאנטאזירט געלונגענע בייפאלן. עס קען אים זיין א מעלה, עס קען אויך זיין א שטער פאר אים צו מיטהאלטן מיט יעדן וואס מען טוט.

כיתה ב': חיימ'ס כשרונות העלפט אים קענען דארט וואו ער לייגט אריין ארבעט. ער קען פיין די עברי און פארשטייט גוט וואס ער ליינט. פון דער צווייטער זייט איז ער היפש פארשלעפט ווען מען מאכט אומאינטערעסאנטע זאכן, און עס נעמט אים לענגער ווען עס קומט צו ענדיגן שרייבן, אדער ענטפערן און צוריקגעבן די שאלות וואס מ'הייסט. אינדערצייט וואס זיינע בייפאלן זענען געלונגען און ער "זאגט גוט", איז נאך זיין ווערטער שפראך היפש אומערוואקסן.

טיילמאל קען ער ארבעטן זעלבשטענדיג, ווען אין אנדערע צייטן טוען אים זיינע שמועסערייען פארשלעפן פון וואס ער דארף טון. ער גיט נישט אכטונג אויף זיינע מאטעריאל. ער דארף זיך בעסער אויסלערנען צו אויסהערן מער פינקטליך וואס מען הייסט.

כיתה ד': חיים האט אנגעהויבן דאס יאר מיט א לעבעדיגקייט און התלהבות צו לערנען גמרא. פון דער אנדערער זייט איז זיין אויפפירונג זייער שוואך. ביים פארלערנען קען ער זיך נישט האלטן רואיג און אויסהערן די גאנצע צייט. חיים דארף אריינלייגן מער ארבעט צו קענען ארויסברענגען זיינע כשרונות.

כתה ה': חיים איז א גוטע און צומאל אויסגעצייכענטע תלמיד. מיט א מער אנהאלטנדע אנשטרענגונג וועט ער זיין גאר אויסגעצייכנט אין אלע הינזיכטן. ער מוז פרובירן צו פארמינערן די שטערונגען פון לערנען צו וואס ער כאפט זיך אזוי שנעל צו אין קלאס.

כיתה ו': חיים וואלט שטארק געשטיגן אויב ער זאל נאר אנהאלטן רעגלמעסיג צו חזר'ן אינדערהיים וואס מען האט געלערנט… עס איז אין זיינע הענט צו זיין א מצוין מיט די העכסטע צייכענונגען אויב ער זאל זיך נאר נעמען אין די הענט אריין.

כיתה ז': דאס יאר איז חיים אסאך געשטיגן. זיין גרעסטע פראבלעם איז יעצט צו אנהאלטן די דרגה פון זיין גוטע ארבעט אויף ווייטער און נישט נאכלאזן און ווערן, ווי עס פאסירט טיילמאל, פארנאכלעסיגט און אומ'אחריות'דיג.

כיתה ח': חיים איז אפט אומגעדולדיג ביים שיעור. עס קוקט אויס ווי ער ווערט זייער באהערשט פון גוסטעס. עס איז דא צייטן, א שטייגער ווי אנפאנג זמן, ווען ער איז זייער פלייסיג און קומט בעז"ה אן. און אין טייל צייטן איז ער נאר דא צו מאכן "לעבעדיג" אין כתה, אן א ברעקל רצון צו ארבעטן.

*

מיר וועלן נישט דורכגיין זיינע אלע קינדער און בחור'שע יארן. די צד השוה פון אלע יארן איז געווען א בילד פון א קינד וואס האט לאו דווקא געהאט א לערנען פראבלעם, אדער געווען עפעס אויסערגעווענליך הייפער אדער חוצפה'דיג, נאר אן אנגענומענע, באליבט קינד, מיט צייטן פון דערגרייכונג און צייטן פון שוואכקייט, וואס האט זיך ארויפגערוקט א כיתה נאך א כיתה אנדעם וואס איינער זאל וויסן אדער אויפפאסן דאס מינדעסטע.

ווען חיים האט שוין געהאלטן ביי ישיבה איז ער שוין געווען היפש אראפגעקלאפט. ער האט אויפגעכאפט אזעלכע געדאנקען ווי "איך בין א שלימזל", "א פוילער", "קינדערישע שיך", און "א דורכפאל" וואס קען נישט איינמאל פאר אלעמאל "זיך נעמען אין די הענט אריין".

די קאמענטארן פון זיינע מלמדים שפיגלען ליידער שטארק אפ אזוינע אפטע פאסירונגען. עס ווייזט די געלונגענע קלוגע קליין יונגל וואס איז שוין אזוי פרי ווי אין קינדערגארטן געווארן געשטערט פון זיין געדאנקענספולער און וואנדערנדיגער מוח. עס ווייזט די ערווארטונגען פון זיינע מלמדים וואס האבן געוואוסט אז ער קען זיין בעסער און האבן געשפירט אז דאס ווענדט זיך אויב ער וואלט נאר מער פרובירט, ווי זיי האבן דאס ארויסגעברענגט אויף אזויפיל מיני וועגן.

עס ווייזט א קינד וואס מ'האט הנאה אים צו האבן אין כיתה, אבער אין אנדערע צייטן קען ער ארויסנעמען די מארך פון זיינע מלמדים, נישט טראכטנדיג וואס ער טוט… עס ווייזט די אומאנהאלטנדע הצלחות, די אוואנטוריזם און זוכן הייסע איבערראשונגען ווי איידער ארדענונג און דיסציפלין. זיין אפטע פארגעסן, און אויך ווי טייל מלמדים האבן אויפגעגעבן אויף אים. ווי אנדערע זעען יא זיין אנשטרענגונג וואס ברענגט הצלחה. אבער ערגעץ אויפ'ן וועג ווערט פארלוירן דער אפעטיט און איז מער נישט דא.

עס איז קיינעם נישט צו באשולדיגן פאר'ן נישט אויפכאפן די מעגליכקייט פון ADD. אויב עפעס, דארפן זיינע עלטערן און מלמדים ווערן אויסגערימט פאר'ן אנהאלטן, געדולדיג אינוועסטירן, און אים צוהעלפן ארבעטן צו מצליח זיין. דאס האט געמאכט די שאדן אסאך קלענער. מיט די היינטיגע וויסנשאפט האט דאס קינד מער פאטענציאל זיך צו פארשטיין און צו ווערן פארשטאנען, אויף א וועג וואס העלפט אים צו שטייגן און צו נוצן די ספעציאליטעטן צו גרייכן הויך בס"ד.

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!