דער מו"ץ וואס היילט, דער טעראפיסט וואס פסק'נט, דער דיין וואס מאכט אידישקייט פרייליך. "קל כנשר" איז זיין שלאגווארט, מאכן אידישקייט בא'טעמ'ט איז זיין פריאריטעט, געזונטע עובדי השם זענען די בעסטע פירות פון זיין לאנגיעריגע הארעוואניע.

וַיֹּאמֶר שְׁמוּאֵל אֶל הָעָם: נאך דעם העכסט אינפארמאטיוון ארטיקל איבער OCD אין פריערדיגן נומער ברענגען מיר ארויף ר' שמואל אלס דער סאמע גרעסטער ספעציאליסט ווען עס קומט צו OCD, ובפרט ווען הלכה ערשיינט אין בילד. א קלארן איבערזיכט איבער דער נושא מיט פארשידענע עפיזאדן וואס קומען צו זיין טיר אויף א טעגליכן פארנעם

אריגינעל ערשינען אין נפשי #4 דורך בן מנחם

 

ביז נישט לאנג צוריק האט כלל ישראל כמעט נישט פארמאגט קיין פראפעסיאנעלע טעראפיסטן. פארוואס דאס איז געווען אזוי איז א גרויסע מחלוקה, טייל האלטן אז דאס איז צוליב וואס אמאל האט מען נישט אזויפיל געליטן אויף גייסטישע פראבלעמען, א טעאריע וואס איז מוטל בספק און האט נישט ווייניג חולקים. אנדערע טענה'ן אז דאס קומט צוליב וואס היינט זענען נישטא קיין אמת'ע צדיקים וואס פלעגן היילן דעם נפש ברוחניות ובגשמיות.

שפעטער האט כלל ישראל צוביסלעך אנגעהויבן זען א טויש אין דעם הינזיכט ווען א היימישער טעראפיסט איז שוין מער נישט געווען קיין זעלטנהייט. עס זענען געווען טעראפיסטן און עס זענען אויך געווען דיינים, מורי הוראה בישראל וואס האבן אנגעוויזן פאר די פראפעסיאנאלן את המעשה אשר יעשון ווען טעראפי שטויסט זיך אן מיט הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן, הויפטזעכליך ווען עס קומט צו OCD.

איין זאך איז אבער אויך היינט א חידוש, א זאך וואס איז ביז ממש לעצטנס נישט געווען, און דאס איז א טעראפיסט א מורה הוראה! אדער: א מורה הוראה א טעראפיסט. ווענדט זיך צו וועם מען רעדט… הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א האט געבראכן א רעקארד מיט זיין ריזיקאלישער שריט פון זיך אוועקשטעלן אלס א פראפעסיאנאל וואס נעמט טעגליך אויף מענטשן וואס דארפן הילף כאטש וואס ער איז גלייכצייטיג א ברייט באקאנטער און רעספעקטירטער מו"ץ אין וויזניץ מאנסי שוין יארן לאנג.

באמת, אזא יצירה פעלט שוין לאנג אויס וויבאלד די דיינים אין אלגעמיין טוען נישט אין די נושאים פון "מענטל העלט", און די טעראפיסטן זענען נישט קיין דיינים. דאס האט כסדר געברענגט צום אויבערפלאך צוויי קעגנזייטיגע פראבלעמען; אדער האבן טעראפיסטן גע'פסק'נט פאר פאציענטן שלא כהלכה, אן ערשיינונג וואס האט געברענגט צו ערנסטע מכשולות אויף א טעגליכן פארנעם. אדער פארקערט, דיינים האבן נישט געהעריג פארשטאנען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט מענטשן וואס ליידן פון פראבלעמען, זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי צו דערקענען אויף א שואל אז ער ליידט, און זיי האבן נישט געהאט קיין ידיעה אין די נאטורן פון גייסטיגע פראבלעמען.

נאך א פראבלעם וואס איז אלץ געווען איז דער פאקט אז OCD ליידנדע האבן זיך אפט נישט געלאזט פון זייערע טעראפיסטן, און טיילמאל מיט רעכט, טענה'נדיג אז דער טעראפיסט האט נישט קיין רעכט צו פסק'ען הלכות פאר זיי – און פיל OCD פראבלעמען ביים היימישן ציבור זענען בנוגע פארשידענע הלכות. דאס האט זייער אסאך מאל געטראגן דעם טעראפי פראצעדור צו א גרידלאק.

הרה"ג ר' שמואל ניימאן איז א כל בו. אלס זון פון דעם בארימטן חשוב'ן דומ"ץ אין וויזניץ מאנסי הרה"ג ר' אברהם ניסן ניימאן שליט"א, האט ער יארן געלערנט הלכה והוראה ביי זיין פאטער, ער האט באקומען דארט שימוש און געוואקסן על במתי ההוראה ביז ער האט זוכה געווען צום פרס פון יורה יורה און איז מוכתר געווארן אלס א מורה הוראה בישראל. דאס איז געווען זיין אייביגע שאיפה אין לעבן, פסק'ען שאלות פאר אידישע קינדער.

איין פאסירונג האט גורם געווען א טויש אין ריכטונג, א זאך וואס האט למעשה געטוישט דאס לעבן פון הונדערטער, אויב נישט טויזנטער, אידישע קינדער, OCD ליידנדע, און מענטשן וואס האבן געליטן פון פיל אנדערע פראבלעמען, פון שלום בית ביז ענקזייעטי. דאן האט ר' שמואל געלערנט די פראפעסיאנעלע מעטאדן וויאזוי צו היילן גייסטישע קאמפליקאציעס.

און דאס איז וואס מאכט ר' שמואל אזוי אייגנארטיג. זיין שליטה אין הלכה, זיין פארשטאנד בעומק נפש האדם, און זיין צוגעלאזענער כאראקטער, האט פארמירט א זעלטענע רעצעפט און אים באקרוינט אלס דער אחד יחיד, דער איין-איינציגער מענטש וואס פארמאגט אין זיך די ריכטיגע געמיש פון באשטאנדטיילן וואס נעמען אוועק די אלע פראבלעמען וואס פלעגן זיך מאכן. ווען א שואל פרעגט אן ר' שמואל'ן א שאלה אין תורת הנפש דארף ער נישט חושש זיין אז דער טעראפיסט פסק'נט שלא כהלכה, דער OCD ליידנדער קען מיט דער פולסטער זיכערקייט אננעמען וואס דער דיין זאגט, און עס קומען נישט ארויס קיין מכשולות.

ווען עס קומט צו OCD בהלכה האט ר' שמואל די ערשטע און לעצטע ווארט. אלע פראפעסיאנאלן קענען זיין נומער, די 'ריליעף' ארגאניזאציע האט ווארשיינליך ר' שמואל'ן אויף "ספיד דייעל", וויבאלד ער איז דער איינציגסטער מורה הוראה וואס פראקטיצירט מענטל העלט.

בהמשך צו דעם שטארק אינפארמאטיוון ארטיקל איבער OCD וואס איז ערשינען אין פריערדיגן נומער (נפשי 3#) און האט געברענגט א פלייץ פון שאלות און אנפראגן איבער דער נושא, ברענגען מיר דא ארויף דעם מו"ץ אויסצוקלארן די נושא פון OCD בהלכה בכל פרטיה ודקדוקיה.

 

מיין חבר ליידט!

מיר אלע האבן חברים וואס ליידן, ווייניג זענען די וואס נעמען די רחמנות געפיל א טריט ווייטער צו למעשה. הרה"ג ר' שמואל שליט"א מיט זיין ווארעם הארץ איז פון די וואס קענען נישט צוקוקן צו די ליידן פון א אידיש קינד, און דאס איז וואס האט אים עווענטועל אריינגעברענגט אין דער וועלט פון רפואת הנפש.

"מיין געשיכטע גייט שוין צוריק 27 יאר ווען מיין חבר האט ליידער געכאפט א נערוון בראך," הייבט ר' שמואל אן פארציילן די השתלשלות הענינים וויאזוי פון א דיין איז געווארן א פראפעסיאנאל וועמענ'ס פריוואטע טעלעפאן הערט נישט אויף צו קלינגען מיט שאלות לעצה ותושיע פון איבער דער גארער וועלט.

"דער שורש פון דעם נערוון בראך איז געקומען צוליב וואס דער יונגערמאן איז געווען זייער 'איבערגעפרומט' – אזוי האב איך עס דעמאלט אפגעלערנט אין א צייט ווען OCD האט נאכנישט עקזיסטירט אין מיין לעקסיקאן… היינט באשטייט מיין ווערטער-בוך הויפטזעכליך פון דעם…" ווערטלט זיך ר' שמואל איבער דעם מצב צו וואס ער האט געגרייכט.

"דער יונגערמאן האט זיך אפגעהאלטן פון גיין אין דער גאס צוליב א חשש אז ער וועט ח"ו צוקומען צו זען נשים," שילדערט ער די סימפטאמען פון זיין חבר לויט ווי ער געדענקט עס פון יענע יארן ווען OCD איז נאך געווען א היפש אומבאקאנטער צושטאנד, ובפרט אין דער היימישער וועלט. "ער פלעגט כסדר האבן פארשידענע אומגעווענליכע חששות און ספיקות וואס האבן אים אוועקגענומען די ישוב הדעת.

"ער איז געווען א קלוגער און געראטענער," איז ר' שמואל מעיד אויף זיין חבר, פונקט ווי עס איז אפט דער פאל ביי אנדערע ענליכע פעלער, "אבער דאס אלעס איז ליידער פארשטעקט געווארן אונטער אן אומרואיגער קייט פון ספיקות און פיינפולע זעלבסט-באשולדיגונגען. מען האט דעמאלט ווייניג געוואוסט איבער דער עקזיסטענץ פון גייסטישע פראבלעמען בכלליות, און אוודאי נישט איבער אינדיווידועלע דיסארדערס א שטייגער ווי OCD. דאס האט רעזולטירט אין א מאנגל פון הילף פאר די סארט אנגעלעגנהייטן. און עס האט געקאסט נפשות.

"ביי מיין חבר האט דאס ליידער אויסגעקלאפט אויף די נערוון. דאס זיך כסדר עסן מיט ספיקות און חששות, ווען א רואיגע מינוט איז עפעס וואס ער האט שוין נישט מיטגעלעבט פאר לאנגע יארן, ווען א ליכטל פון הילף האט נישט געשיינט אויפ'ן פארטונקלטן האריזאנט, דאס האט אים ליידער צוגעטרעטן צו די נערוון.

"ווען איך האב געהערט די ביטערע נייעס בין איך אראפגעפארן צו אים, און נישט קענענדיג צוקוקן וואס עס פאסירט פאר מיינע אויגן האב איך זיך נאכגעפרעגט וואס עס איז שייך צו טון, און בס"ד בין איך אנגעקומען צו א גרויסן דאקטאר. איך האב אים דעמאלטס אפגענומען פון שפיטאל, ער איז נעבעך געווען אינעם אפטיילונג וואס איז געמאכט פאר מענטשן וואס זענען נישט ביים פולסטן זינען, און מיר זענען גלייך געגאנגען צום דאקטאר פאר אן אנאליז. דער דאקטאר האט דיאגנאזירט דעם יונגערמאן מיט א צושטאנד וואס ווערט באטיטלט מיט דריי בוכשטאבן, OCD, ער האט מיר דעמאלט מגלה געווען אז OCD מיינט "אבסעסיוו קאמפולסיוו דיסארדער", און ער האט געגעבן פאר דעם יונגערמאן מעדיצין און געזאגט אז מען דארף מאכן טעראפי.

"דער דאקטאר האט דאן געשיקט צו א גרויסן טעראפיסט, ער הייסט דאקטאר באלל, איך ווייס נישט צי ער לעבט נאך, ער איז דעמאלט געווען דער טעראפיסט בה"א הידוע, איך האב שוין זינט דעמאלט גערעדט מיט אסאך עסקנים און פראפעסיאנאלן און אלע האבן צוגעשטימט אז דער דאקטאר באלל איז בימים ההם געווען ממש דער גרעסטער פאכמאן אין דעם פעלד.

"איך בין געגאנגען צו דעם דאקטאר מיט מיין חבר. ווען מיין חבר האט אנגעהויבן מסביר זיין זיין פראבלעם אז ער טראכט כסדר גייענדיג אין גאס צי ער האט יא אדער נישט געזען עפעס וואס מען דארף נישט, האט דער דאקטאר געפרעגט מיט וואונדער 'נו, וואס איז דער פראבלעם? קוק געזונטערהייט!', ער האט נישט פארשטאנען אז מיר אידן זענען אן עם הנבחר און מיר האבן א תורה מיט א שולחן ערוך וואס איז נר לרגלינו צו יעדער צייט.

"איך האב פרובירט מסביר צו זיין פאר'ן דאקטאר אז די אידישע רעליגיע ערלויבט דאס נישט, אבער עס האט ווייניג געהאלפן. דער דאקטאר האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט דעם יונגערמאן. ער האט קיינמאל פריער נישט געהערט פון קיין אידישע זאכן און ער האט נישט געוואוסט וואו איין און וואו אויס, וואס יא און וואס נישט, ער האט עס נישט געקענט באהאנדלען.

"האט מיר דער דאקטאר געזאגט: 'איך זע דו ביסט זייער קלוג, איך וועל דיר אויסלערנען וויאזוי מען ארבעט מיט OCD, דו וועסט ארבעטן מיט אים, און מיר וועלן עס באהאנדלען אינאיינעם. וכך הוה, דער דאקטאר האט געלערנט מיט מיר טעראפי מעטאדן א שטייגער ווי CBT און עקספאוזשער, מיר זענען געגאנגען צו אים וועכנטליך און ער האט מיר מסביר געווען וואס איך טו יא גוט און וואס נישט, און אזוי האבן מיר צוביסלעך שטארק פארלייכטערט דעם מצב ביי מיין חבר.

"עס איז אויסגעקומען אז דער פאל האט מיר געברענגט ערנסטע ידיעות און פאקטישע ערפארונג ווען עס קומט צו האנדלען מיט OCD, איך האב באקומען טרענירונג פון א ריזיגן ספעציאליסט, און דאס האט מיר שטארק געעפנט צו דעם פעלד.

"נאכ'ן גיין צום דאקטאר וועכנטליך פאר א האלבע יאר האט מיר דער דאקטאר געזאגט אז ער וויל צושרייבן צו מיין 'דעגרי' אז איך בין א געוואלדיגער טעראפיסט! ווען איך האב אים געזאגט אז איך האב נישט קיין דעגרי, איז דער דאקטאר געווארן שאקירט און האט געזאגט 'עס קען נישט זיין! עס קען נישט זיין!', איך האב אים אבער געזאגט אז איך מיין עס ערנסט און איך פארמאג נישט קיין דיפלאמע אין מיין באזיס, האט ער געזאגט אז אויב האב איך א דעגרי שרייבט ער גלייך צו אז איך בין א מורא'דיגער מומחה אין טעראפי."

זייט ר' שמואל האט קענענגעלערנט די טעמע ביי יענעם דאקטאר איז ארויס א קלא דלא פסיק אז 'דער דיין' פארשטייט צו OCD. וויבאלד ער איז אלע יארן געווען א דיין האבן מענטשן צוביסלעך אנגעהויבן קומען פרעגן הלכה שאלות וואס זענען נוגע צו OCD. עס איז געגאנגען מענין לענין, פון יו"ד ח"ב צו בשר בחלב, און פון דארט צו הל' פסח, וואס אין די נושאים מאכן זיך אפטער OCD פראבלעמען. די שמועה איז געגאנגען פון רעכל צו מעכל, און דער גוטער נאמען איז געווארן אלץ מער פארשפרייט. פון OCD איז עס אריבער צו שלום בית, זינט עס איז אפט תלוי הא בהא, און פון דארט איז עס געגאנגען צו אדיקשאנס, אביוז, ענקזייעטי, ביז ר' שמואל האט מער נישט געקענט נאכקומען דעם פארלאנג, און ער האט עס אנגעהויבן טון אלס א שטיקל פרנסה.

דעם דיין-טעראפיסט'ס נאמען האט באקומען פליגלען, און אויך דאקטורים האבן אנגעהויבן שיקן צו אים, וויסנדיג אז דא באקומען זיי אלעס אויף איין טאץ. סיי זיין לאנגיעריגע ערפארונג מיט OCD פאציענטן איז אומפארגלייכבאר, און ווען עס גרעניצט זיך מיט הלכה ווייסט יעדער אז ר' שמואל איז דער ריכטיגער אדרעס. די "ריליעף" ארגאניזאציע שיקט שוין צו אים איבער 20 יאר, און פאר א סיבה, ווי ר' שמואל דערציילט איבער די רעזולטאטן וואס רעדן פאר זיך אליין: "דאקטוירים זאגן אז ראביי ניימאן האט די גרעסטע סוקסעס ראטע ביי אזעלכע פעלער." היינט האלט שוין ר' שמואל נאך 25 יאר פון הצלת נפשות, א פאקטאר וואס שפילט שטארק צו צו זיין אזוי אויך שטארק סוקסעספולע רעזומע.

 

חילול שבת?!

ר' שמואל איז א "תכלית מענטש". נישטא קיין ארום און ארום, קיין בערך, קיין מסתמא, ער גייט נישט אריין אין קיין לאנגע הקדמות, ווי נאר אונזער שמועס הייבט זיך אן, קוים וואס מען עספיעט זיך צו באקענען, אבער ר' שמואל רודערט שוין, ער האלט שוין אינמיטן א טיפע ערקלערונג איבער דעם עומק נפש האדם און וואו קאמפליקאציעס הייבן זיך אן. ר' שמואל רעדט קורץ און צום פינטל, מען דארף האלטן קאפ און ארויסנעמען די ים פון אינפארמאציע און ערפארונג וואס שפריצט ארויס פון יעדן ווארט.

"OCD באשטייט פון 'אדער גאר אדער גארנישט', עס מוז זיין הונדערט פראצענט, אזא נומער ווי ניין-און-ניינציג עקזיסטירט נישט אין זייער וואקאבולאר. דאס איז OCD בקיצור, און דאס איז וואס ברענגט די אבסעסיעס און אלעס ארום. א מענטש דארף קענען מסכים זיין אז עס איז פארהאן אזא זאך ווי 99 פראצענט, 98 פראצענט, אז נישט קען מען נישט אנגיין מיט'ן לעבן.

"באמת זעט מען שוין דעם יסוד אין דער תורה אויף זייער אסאך פלעצער," טוט ר' שמואל אן די דיינ'ישע ברילן. "עס איז דא אזא זאך ווי 'ספק ספיקא להקל', 'הולכין אחר הרוב', וואס הייסט דאס רוב? איך וויל זיין הונדערט פראצענט זיכער אז דא איז נישטא קיין פראבלעם, וויאזוי קען מען זיך פארלאזן אויף רוב? נאר וואס דען, א מלאך איז הונדערט פראצענט, ביי א מענטש איז נישט שייך קיין אבסאלוטע זיכערקייט, א מענטש דארף זיך באגנוגן מיט רוב.

"וועגן דעם ווען עס קומט צו הלכה ווערן זאכן אפט קאמפליצירט. מענטשן ווילן זיין אויסגעהאלטן עפ"י הלכה אויף א שלימות'דיגן אופן, מען וויל האבן א הונדערט פראצענט כשר'ע קאך, א הונדערט פראצענט כשר'ן פסח, און דער פראבלעם איז אז 'הונדערט פראצענט' האט נישט קיין גרעניץ, ווי עס איז גרינג צו זען פון דעם פאלגנדן עפיזאד.

"א פרוי האט מיך אנגערופן אמאל צוליב אירע OCD פראבלעמען. איינס פון די זאכן וואס זי האט מיר פארציילט איז געווען אז ווען ערב פסח איז אויסגעפאלן שבת האט זי נישט מער און נישט ווייניגער געוואשן די פלאר נאך דער סעודה! כדי צו זיין 'זיכער' אז עס בלייבט נישט חלילה קיין משהו חמץ. זי האט מחלל שבת געווען כדי דער פסח זאל זיין 'הונדערט מאל הונדערט פראצענט'!

"זי האט געוואוסט אז זי איז מחלל שבת, זי האט מיר אבער געזאגט אז זי קען נישט אנדערש! שוין צוויי חדשים וואשט מען און מען רייבט ווייל עס גייט קומען פסח, און דא ערב פסח לאזט מען ברעקלעך חמץ עמי בבית? זי האט עס נישט געקענט פארנעמען. איך האלט בשיטה אז זי איז אן אונס גמור, זי האט נישט עובר געווען קיין עבירה. די OCD איז אזא קאפ פארדרייער, עס נעמט אוועק דעם מענטש פון מאכן באשלוסן באזירט אויף שכל.

"איך האב איר דעמאלט מסביר געווען אז דער שו"ע הרב זאגט קלאר אז די ברעקלעך וואס בלייבן נאך דער סעודה ערב פסח איז גארנישט. אבער ווען מען האט OCD העלפט דאס נישט. וואס הייסט ס'גארנישט? נו האב איך דאך נישט געדארפט פסח'דיג מאכן? און באמת, גערעכט! מען האט טאקע נישט געדארפט…" ווערטלט זיך ר' שמואל באזירט אויף דעם וואס שטייט אין שו"ע אז וואס מען קראצט און רייבט פעלט נישט אויס עפ"י הלכה, אבער מען זאל נישט אפרעדן די נשים דערפון. "עכ"פ, דאס איז OCD."

אז מען האט דערמאנט די פסח מעשה דערמאנט זיך ר' שמואל אן ענליכע שאקירנדע עפיזאד וואס ער האט מיטגעהאלטן נישט מער ווי א וואך בעפאר אונזער שמועס. "א פרוי האט מיר אנגערופן און פארציילט אז זי האט מורא פון חמץ, אבער נישט נאר ערב פסח, נאר א גאנץ יאר! די קינדער טארן קיינמאל נישט ארויפגיין צו די שלאף צימערן אויבן אויפ'ן צווייטן שטאק נאר נאך וואס די מאמע קלאפט זיי אפ פון ברעקלעך וואס זענען אפשר פארבליבן אויף זיי נאכ'ן עסן.

"די מעשה ענדיגט זיך נאכנישט. א גאנצע וואך באגנוגנט מען זיך טאקע מיט בלויז אפפוצן די קינדער, אבער שבת, וויבאלד מען האלט נאך א סעודה ווען עס טוט זיך ברעקלעך און חלה אויף אלע זייטן, לייגט זי נישט די קינדער שלאפן בעפאר זי וואשט זיי אפ געהעריג! א זאך וואס נישט עס גרעניצט מיט חילול שבת נאר דאס איז דער טייוול אליין, חילול שבת לכל הדעות.

"בקיצור, די מעשיות זענען ענדלאז," קרעכצט דער טעראפיסט איבער דעם מצב פון OCD ליידנדע. "דער סטייפלער גאון שרייבט אין א בריוו אז אלע גלות'ן זענען געווען בבחינת גלות כללי, אבער היינטיגע צייטן איז דער גלות א גלות פרטי, יעדער ביי זיך. מען ליידט גייסטיש." ווען מיר שטעלן די פראגע צי היינט זענען די פראבלעמען טאקע מער ווי אמאל, ענטפערט ר' שמואל מיט א קלארן "יא! און עס איז זיכער אז עס ווערט ליידער נאר מער און מער."

 

דער שורש פון OCD

פון וואו קומט OCD? וויאזוי שאפט זיך דאס? וואס איז איר פארמירונג פראצעדור? ווער באקומט דאס? א זאק מיט שאלות אויף א פארוויקלטע נושא, אבער ר' שמואל האט קלאר ארויס דעם ענין און געט עס איבער זייער פשוט. "עס זענען פארהאן צוויי הויפט קאטעגאריעס אין OCD.

"לויט רוב מעדיצינישע וויסנשאפטלער האבן OCD ליידנדע א כעמישע אומבאלאנס, דאס הייסט אז עס הערשט ביי זיי א מאנגל אין א געוויסן כעמיקאל אינעם מוח. דאס איז וואס ברענגט מענטשן צו די החלטה אז OCD נעמט זיך פון א כעמישע אומבאלאנס, און לויט דעם איז מעדיצין די כמעט איינציגסטע מיטל וואס וועט לינדערן דעם פראבלעם בס"ד. די מעדיצין געט פאר'ן מוח פון דעם כעמיקאל וואס עס פעלט און דאס מאכט דעם מענטש נארמאל כאחד האדם.

"עס איז אבער נישט אינגאנצן אזוי," דרייט ר' שמואל מיט'ן פינגער ענליך ווי ער נוצט דאס ביים שווימען אין ים התלמוד. "עס איז אמת אז OCD קומט דאס שטארקסטע ארויס ביי מענטשן פון וועם עס פעלט דעם כעמיקאל, עס מיינט אבער נישט אז דער פעלנדער כעמיקאל איז דער גורם צו OCD, עס קען פונקט אזוי מיינען אז די OCD איז דאס וואס רעזולטירט צו האבן דעם מאנגל אינעם כעמיקאל. און פאקטיש זענען אויך פארהאן מענטשן וואס ליידן אויף OCD אבער האבן נישט יענעם כעמיקאל מאנגל.

"דער אמת איז אז ווי געזאגט קומט OCD אין צוויי באזונדערע פארמען. עס זענען פארהאן מענטשן וואס זייער OCD איז צוליב א כעמישע אומבאלאנס וואס איז א נאטור וואס ליגט אין זייערע גענעס, דאס פארענטפערט דעם פאקט וואס מען טרעפט אפט אז געוויסע משפחות זענען מער אפעקטירט ווי אנדערע. פון דער אנדערער זייט זענען פארהאן מענטשן וואס דרויסנדיגע זאכן זענען די גורמים צו זייער OCD. אין דער צווייטער קאטעגאריע אליין זענען אויך פארהאן צוויי קאטעגאריעס. עס זענען דא וואס איינמאל זיי באקומען OCD ברענגט דאס שוין אויך א כעמישע אומבאלאנס, און עס זענען פארהאן וואס מען כאפט די פראבלעם ביי א פריערן שטאפל, בעפאר עס ווירקט אויפ'ן מוח.

"די וואס האבן דעם פראבלעם אין די גענעס האבן נישט איין ספעציפישע אבסעסיע וואס יעדער ליידנדער אין דער משפחה פארמאגט. די כעמישע אומבאלאנס קלאפט אויס ביי יעדן אנדערש געוואנדן אין פיל דרויסנדיגע גורמים. איך האב געהאט אמאל א טאטע מיט א זון וואס האבן ביידע געליטן פון OCD אבער עס האט אויסגעקלאפט אויף צוויי קעגנזייטיגע זאכן. דער טאטע פלעגט כסדר לויפן אין ביה"כ, דאס האט אים געפירט צו נוצן די ביה"כ אין יעדן פלאץ וואו ער האט זיך נאר געפונען, אפי' אין עפנטליכע פלעצער ווי אין באן סטאנציע און עס איז געווען שמוציג און אומבא'טעמ'ט.

"ווידער זיין זון האט געהאט א פארקערטע אבסעסיע, נעמליך, קעגן שמוץ און דזשערמס. ער האט זיך געעקלט ארויסצוגיין אין סיי וועלכן פרעמדן פלאץ, ווען ער האט געדארפט גיין צו א דאקטאר האט ער דריי טעג פריער נישט געטרונקען כדי עס זאל ח"ו נישט אויסקומען צו דארפן ארויסגיין אין דער פרעמד. דארט איז שטארק ארויסגעקומען דעם דיפרענץ צווישן טאטע און קינד, כאטש וואס ביידע האבן געהאט דעם פראבלעם פונעם זעלבן שורש, די גענעס.

אז מען רעדט פון יענעם עפיזאד ענדיגט ער שוין די מעשה, "דער טאטע האט זיך דעמאלט אויסגערעדט צו מיר אז ער האלט עס נישט אויס, ער דארף יעדע מינוט ארויסגיין, עס קומט ראש השנה און ער דאוונט אין א גרויס ביהמ"ד וואו עס הערשט א מאנגל אין פלעצער און אז מען גייט ארויס ריזיקירט מען דאס פלאץ, און בכלל איז עס א גרויסע שטופעניש און עס איז זייער שווער. איך האב אין יענעם פאל ארויסבאקומען אז דער חשש וואס האט אים געשטופט ארויסצוגיין כסדר איז געווען צוליב דעם לאו פון בל תשקצו, האב איך אים געזאגט אז דער הייליגער שינאווער רב שרייבט אז פון ווען מען גייט ארויס איז ביז דריי שעה נישט פארהאן קיין בל תשקצו. ער האט מיר אנגערופן נאך יו"ט באדאנקען אז איך האב אים געראטעוועט דעם יום טוב.

"הכלל, אפילו אויב די OCD קומט פון די גענעס קלאפט עס אויס ביי יעדן אנדערש און אפטמאל מיט קעגנזייטיגע אבסעסיעס. ביי אידן קלאפט עס אפט אויס אין הלכה. דאס מיינט נישט אז ביי גויים איז נישטא קיין OCD אין די גענעס. זיי ליידן אויך דערפון אינגרויסן, נאר ביי זיי קלאפט עס אויס אין אנדערע זאכן.

"געווענליך די וואס ליידן צוליב וואס זיי האבן עס אין די גענעס דארפן נעמען מעדיצין, און נעמען מעדיצין איז נישט אזא 'ביג דיעל' ווי מענטשן מיינען. מענטשן פרעגן זיך נאך בעפאר'ן נעמען מעדיצין ווי כאילו מען רעדט איבער א הארץ אפעראציע. עס איז גארנישט, בסך הכל פעלט א געוויסע כעמיקאל און מען נעמט עס אריין פונדרויסן. דאס אלעס! איינמאל מען באקומט דעם כעמיקאל קען מען בעזהשי"ת פונקציאנירן כאחד האדם און עס פעלט זיי גארנישט.

"די צווייטע קאטעגאריע פון OCD גייט פארקערט; דער מענטש אנטוויקלט OCD און דאס ברענגט אפט צו א כעמישן אומבאלאנס. וויאזוי אנטוויקלט דער מענטש OCD? דאס קומט זייער אסאך מאל צוליב צעמישעניש און אומקלארקייט. ווען א מענטש איז אומקלאר צי די נעקסטע שריט וואס ער גייט נעמען גייט אים פירן אין שאול תחתית וועט ער זיך כסדר צוריקהאלטן פון מאכן דעם טריט. דער פחד פון נישט זיין קלאר וואו איין און וואו אויס, וואס יא און וואס נישט, וואס איז א סכנה און וואס נישט, וואס איז א דאורייתא און וואס איז אן איינרעדעניש, וואו איז דער גרעניץ צווישן הלכה און מנהג און צווישן מנהג און שיינע ענינים. דער נעפל, דאס ברענגט אבסעסיעס."

צו היילן די צווייטע סארט OCD פעלט נישט אייביג אויס מעדיצין, ווי ר' שמואל איז ממשיך צו ערקלערן. "מען זאגט נאך פון רבי נחמן ברעסלאווער אז פונקט ווי ביי א שניט אויב רירט מען עס אן און מען שפילט זיך דערמיט ווערט עס ערגער, ווידער אויב לייגט מען א באנדאזש און מען איגנארירט עס פארהיילט זיך עס. דאס זעלבע איז אויך ביי נפשיות'דיגע שניטן. אויב לערנט מען זיך אויס וויאזוי צו לעבן מיט די OCD היילט זיך צומאל די כעמישע אומבאלאנס פון זיך אליין, און איך זע עס אסאך מאל.

"וועגן דעם, ווען די OCD נעמט זיך נישט פון קיין משפחה'דיגע כעמישע אומבאלאנס וועט אפט זיין גענוג צו מאכן טעראפי, ווייל דער כעמישער אומבאלאנס איז נאר א תוצאה פון די אבסעסיעס וואס דער מענטש האט באקומען פונדרויסן. אסאך מאל דארף מען אפילו אין אזא פאל יא האבן מעדיצין, אבער אפטמאל וועט זיין גענוג צו נעמען די מעדיצין פאר א קורצע וויילע פון אפאר חדשים און נאכדעם קומען שוין די כעמיקאלן צוריק נאטירליך בס"ד. ווייל בעצם דער מענטש האט נישט דעם פראבלעם מתולדה, עס איז א צוגעקומענע זאך.

"מענטשן פרעגן מיר אפט, 'אויב וועל איך ארבעטן אויף מיין OCD וועל איך אינגאנצן פטור ווערן דערפון?' מיין ענטפער איז אייביג: 'דאס אליין איז א OCD שאלה…' וואס וועט דען זיין אז דו וועסט יא בלייבן מיט 10 פראצענט OCD? עס מוז זיין הונדערט פראצענט? אויב וויל מען הונדערט פראצענט נישט האבן OCD האט מען דאך ווייטער OCD. און אויב קען מען לעבן מיט 10 פראצענט OCD איז א סימן אז מען איז שוין ב"ה געהיילט, מען דארף שוין נישט אז זאכן זאלן זיין בשלימות…"

 

דער שליסל: בהירות בהלכה

"ווען די נושא איז איבער די ערשטע סארט OCD וואס נעמט זיך פון א כעמישן אומבאלאנס קען מען נישט זאגן אז ביי אונז אידן מאכט זיך דאס אפטער ווי ביי די גויים. דער אומבאלאנס איז אייניג צעשפרייט אין פארשידענע גענעס און דער צאל ליידנדע דערפון איז נישט צו שטארק תלוי אין דרויסנדיגע פאקטארן. דער חילוק איז נאר אז ביי אידן קומט עס ארויס אין אבסעסיעס וואס האבן מיט הלכה און, להבדיל, ביים גוי טרעפט זיך דאס ביי אנדערע זאכן.

"ווען עס קומט אבער צו OCD וואס ווערט פאראורזאכט דורך צעמישעניש און אומקלארקייט קען מען קלאר זאגן אז יא, עס טרעפט זיך אפטער ביי אונז ווי ביי דעם אלגעמיינעם המון עם. מיר אידן זענען אן עם הנבחר, מיר האבן א תכלית אויף דער וועלט, אונזער לעבן איז תלוי אין די תורה הק', און וואס די תורה פארלאנגט, דאס מאכט אונזער לעבן. וועגן דעם, אויב הערשט אן אומקלארקייט איבער וואס די תורה פארלאנגט איז עס א שטארקע גורם צו אבסעסיעס וואס רעזולטירן זייער אפט אין OCD און דאס ברענגט שפעטער ביי אסאך א כעמישע אומבאלאנס."

און ר' שמואל ווארפט א באמבע: "איך האב גערעדט מיט אפאר אפטייקער וואס באדינען די היימישע געגנטער, זיי זאגן אז אין די היימישע געגנטער ווערן באשטעלט פיל מער פון די 'סחורה' ווי אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ. און איך פארשטיי עס."

עס איז נישט גרינג אראפצושלינגען אזא סטעיטמענט און מיר זוכן א מליץ יושר, פרעגנדיג "אפשר איז דאס צוליב וואס ביים היימישן עולם זענען מענטשן מער אחריות'דיג און מען נעמט זיך מער אין דער האנט ווי ביי די אלגעמיינע מאסן?" זיין אנטווארט איז א קלארע: "אלעס קען זיין, אבער נישט דאס איז מיין ראיה, דאס איז בלויז א הוכחה צו וואס איך זע שוין לאנג.

"איך האלט מיט יעדן טאג ווי מענטשן ליידן זיך אן צרות יגון ואנחה יארן לאנג, אבסעסיעס מיט ספיקות, משוגעת'ן און איינרעדענישן, און עס וואלט געקענט פארמיטן ווערן מיט אביסעלע קלארע ידיעות אין הלכה." דאס נישט זיין קלאר אין הלכה ברענגט זייער אסאך פראבלעמען, און דער טעראפיסטישער דיין, וואס באגעגנט דעם בראך טעגליך, האט זיך גענומען פאר א ציל צו פארשפרייטן הלכות וואס זענען נוגע פאר מענטשן, ובפרט אין הלכות וואו עס הערשט אומקלארקייט.

מיט א שיינע פאר יאר צוריק איז ר' שמואל ארויסגעקומען מיט א ספר וואס הייסט "יצא אדם לפעלו", איבער די הלכות וואס זענען נוגע אין אפיסעס, ווי הל' יחוד וכו'. דער ספר איז שטארק פארשפרייט געווארן און ווערט געלערנט אין אלע שולעס וויבאלד עס איז נוגע יעדן טאג פאר די מיידלעך וואס ארבעטן מיט מענער אין אפיסעס. עס איז אויך ארויסגעקומען אין ענגליש אונטער'ן נאמען "9 to 5", און איז שוין איבערגעזעצט געווארן אויך אויף שפאניש. עס איז זייער מפורסם געווארן און עס זענען שוין געדרוקט געווארן טויזנטער שטיקלעך דערפון.

דער דיין זאגט גאר אסאך שיעורים א טאג, סיי אויף זיין טעלעפאן ליניע און סיי אין ביהמ"ד, ער האט שיעורים אין אלע הלכות וואס זענען נוגע אין טאג-טעגליכן לעבן, אפילו אין נושאים וואס עס איז נישט "פאליטיש קארעקט" צו זאגן דארטן דעם דעת תורה. "איך שרעק זיך נישט פון קיינעם," שטאלצירט ר' שמואל. "מענטשן זאגן אז איך בין א 'קל', מיין ספר הייסט גראדע 'קל כנשר'… אבער באמת, איך בין נישט מתיר קיין שום איסור, איך בין דא אויסצוקלארן די ריכטיגע הלכות. עס איז בבחינת אני הגבר ראיתי את עני עמי, איך זע יעדן טאג ווי דאס אומקלארקייט אין הלכה זייעט ליידער אן חורבנות, דאס איז ווי א מאסן מערדער, און איך האב גענומען פאר א ציל דאס צו פרובירן לינדערן עד כמה שידי מגעת."

ר' שמואל זיצט שוין יארן מיט מענטשן און העלפט זיי איבערקומען זייערע גייסטישע שוועריגקייטן, לעצטנס האט ער איינגעזען אז מ'קען אסאך מאל העלפן א ריזיגן ציבור מענטשן אויף איינמאל אנשטאט זיצן מיט יעדן באזונדער, און דאס, דורך טעלע-קאנפערענצן. "היינט, ווען איך נעם אן פאציענטן הייס איך זיי אפט הערן מיינע קאנפערענצן. עס מאכט די ארבעט גרינגער און שנעלער, זייער אסאך וויכטיגע אינפארמאציע וואס העלפן פאר OCD ליידנדע ווערן דארט געלופטערט."

און עס איז לאו דווקא OCD, זיין טעלעפאן ליניע איז פול מיט א ריזיגע אויסוואל פון שיעורים אויף גאר אסאך נושאים און מקצועות בהלכה. עס זענען דארט פארהאן שיעורים אויף שלוות הנפש וואס באציען זיך צו גייסטישע פראבלעמען און די וויכטיגקייט צו דערקענען דעם חילוק צווישן "יראת שמים" און א פראבלעם, טאקטיקן און עצות וויאזוי צו ארבעטן מיט אומרואיגקייטן, וויאזוי צו האנדלען מיט אנדערע מענטשן וואס ליידן פון אומרואיגקייטן און וויאזוי צו פארמיידן די קינדער פון אנקומען צו א מצב פון אומרואיגקייטן.

אזוי אויך האט ר' שמואל א שלל פון שיערים אויף "תכונות הנפש", וואו ער איז מסביר דאס אז יעדער מענטש האט אן אייגנארטיגן פערסאנאליטעט, די 9 אניאגראם נומערן פון די פארשידענע כאראקטערס וואס זענען פארהאן צווישן מענטשן און וויאזוי מען נוצט דאס אויף למעשה, די חילוקים אין נאטורן צווישן מענער און פרויען, וויאזוי צוויי אנדערע סארט פערסאנאליטי טייפס קענען האבן א גוטן שלום בית דורך ארויסהאבן די נאטור פון דעם אנדערן צד, און פערסאנאליטי טייפס און חינוך.

די גאר וויכטיגע שיעורים מיט'ן נאמען "ערך עצמי" רעדן איבער דער נושא פון אביוז, די אחריות פון עלטערן, וואס איז חינוך און וואס איז אביוז, די רעכטן און אחריות'ן פון א מאן און א פרוי אין שטוב, סימפטאמען פון אביוז און וויאזוי דאס אויסצומיידן.

"א קריטישע זאך וואס מען דארף מסביר זיין פאר מענטשן איז אז די תורה האט נישט פארלאנגט מען זאל זיין פערפעקט," זאגט ר' שמואל אין קורצן די שיטה וואס שיינט צו זיין דער מאטיוו וואס שטופט אים אונטערצונעמען די אלע גרויסע פראיעקטן וואו אלעס גייט מיט'ן ניגון פון 'וואס פארלאנגט די הלכה און וואס נישט'.

"מחמיר זיין איז זייער א גוטע זאך, פאר זיך. אומקלארקייט אין הלכה, איינרעדענישן און חומרות וואס מענטשן מיינען אז עס איז הלכה, זענען זאכן וואס לאדענען איין דעם פארנעפלטן וואלקן, זייען אן צעמישעניש, און זענען די הויפט אורזאך צו די OCD מגיפה וואס ווערט נאר שטערקער.

"די טעראפי וואס איך טו מיט מענטשן וואס זייער פראבלעם באשטייט פון אומקלארקייט פאקוסירט אויסצולערנען צוביסלעך אז 90 פראצענט איז גענוג, 80 פראצענט איז גענוג. מען דארף נישט צילן צו שלימות עד הסוף, ווייל קיין סוף צו שלימות איז נישט פארהאן.

"לאמיר געבן א גשמיות'דיגן משל. א מענטש וואס שטייט אויף פון בעט הונדערט מאל זיכער צו מאכן אז די טיר איז גוט פארמאכט. און ווען איך זאג הונדערט מאל איז עס נישט קיין גוזמא, דאס זענען ערשיינונגען וואס קומען צו מיין טיר טעגליך. אין אזא פאל פרובירט מען צו זען וויפיל מאל מען קען מאכן דער מענטש זאל זיך צוריקהאלטן פון פארמאכן די טיר.

"עס איז נישט שייך אים צו הייסן אינגאנצן אויפהערן גיין צום טיר ווייל דאס איז נישט מעגליך ווען מען האלט נאך ביי דער ערשטער פאזע פון די הילף פראצעדור, מיין ארבעט איז אייביג צו זען אינעם מענטש וויפיל קען ער ארבעטן און וויפיל גייט ארבעטן. ווייל תפסת מרובה לא תפסת."

ביי הלכה איז אפט גרינגער אפצושניידן און זאגן וואס עס איז נישט וויכטיג, וואס די תורה פארלאנגט נישט, וועלכע חלק איז סתם איינרעדענישן. "למשל ביי חציצה שאלות האב איך אפט מצליח געווען מסביר צו זיין וויפיל עס הייסט א חציצה עפ"י הלכה און וואס עס איז איבערגעטריבן. דער מענטש ווייסט אז ער האט געפאלגט א רב און דער רב האט געזאגט אז צו טון אזוי און אזוי איז גענוג. פארשטייט זיך אז ווען א מענטש וואשט זיך זיבן שעה צוליב חשש חציצה קען מען אים נישט גלייך אראפברענגען צו 10 מינוט, אלעס גייט לפי הענין ולפי המצב."

 

וכחלום יעוף

ר' שמואל טיילט מיט אן אייגנארטיגן עפיזאד וואס איז אנגעקומען צו אים, א געשיכטע וואס ווארפט א שטיקל ליכט און דעקט אויף פון די מעטאדן וואס ער נוצט צו העלפן מענטשן. די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט ווען א כלה האט אים אנגערופן צוויי וואכן בעפאר איר חתונה מיט א זייער נישט-שכיח'דיגער פראבלעם, נעמליך, אז ווען זי קוקט מיט די אויגן קוקט זי זייער "שטארק". זי לייגט אריין אלע אירע מוסקלען אין די אויגן אויף א וועג אז די אויגן גייען כמעט ארויס פון פלאץ.

"אויף מיין פראגע פארוואס זי טוט דאס, האט זי געזאגט אז ווען זי איז אומבאקוועם הייבט זי אן צו ציטערן מיט די אויגן, און זי האט מורא אז ביי איר חתונה וועט זי ציטערן מיט די אויגן און עס וועט זיין בזיונות, עס וועט נישט אויסזען גוט. און די סיבה פארוואס זי איז חושש אז זי גייט ציטערן, איז צוליב וואס זי ווייסט אז איר פאטער גייט זיך אויפשטעלן רעדן א דרשה און אזוי ווי ער רעדט אומקלאר און אביסל אינטערעסאנט וועט זי זיך שעמען.

"ווען איר טאטע רעדט ביי אנדערע חתונות גייט זי ארויס, אבער דא איז זי דאך די כלה, זי וועט נישט קענען ארויסגיין, זי וועט מוזן זיצן און אייננעמען בזיונות בשעת די דרשה ביי איר אייגענער חתונה, וועגן דעם פרובירט זי זייער שטארק אריינצולייגן די מוסקלען אין די אויגן און עס אנהאלטן עס זאל נישט ציטערן. די פראבלעם איז נאר אז עס איז געווארן זייער אינטערעסאנט, זי קוקט אויף מענטשן און זעט אויס ווי דער מלאך המות, זי גייט אין דער גאס און די אויגן שטעקן זיך ארויס. עס קוקט אויס זייער שלעכט.

"מיין ענטפער צו איר איז געווען מיט א פראגע, איך האב איר געפרעגט צי זי קען שרייבן. ווען איר ענטפער איז געווען פאזיטיוו האב איך איר געזאגט, הער מיך אויס, איך האלט אז דו גייסט ציטערן מיט די אויגן די גאנצע נאכט פון די חתונה און עס גייט זיין גרויסע בושות. עס גייט זיין די רעדע אין שטאט, יעדער גייט רעדן ווי אומנארמאל די כלה האט אויסגעזען מיט די ציטערדיגע אויגן. 'ניין! איך וויל נישט!' האט זי אריינגעהאקט מיט א געשריי, אבער איך האב געזאגט אז איך ווייס דו ווילסט נישט, אבער דו שרייב אראפ… שרייב עס יעדן טאג אויף אן אנדערן אופן.

"שרייב ווי איינער זאגט פאר'ן צווייטן 'דו ביסט געווען נעכטן ביי דער חתונה? עס איז געווען אזא שיינע חתונה, אבער איין זאך איז געווען אזוי אינטערעסאנט, די כלה האט נישט אויפגעהערט צו בלינקען און שאקלען מיט די אויגן דורכאויס די גאנצע חתונה נאכט…' אזוי האב איך גערעדט מיט איר יעדע פאר טעג און זי האט פארציילט די מעשיות וואס זי האט געשריבן.

"נאך א וואך שרייבן זאגט זי, 'דו ווייסט וואס? איך הייב אן צו טראכטן אז עס איז גוט אזוי; עס גייט קומען די חתונה, נו, זאל איך בלינקען מיט די אויגן, וואס וועט שוין זיין?' זאג איך איר, זייער פיין, אבער שרייב, שרייב ווייטער. יעדן טאג זאלסטו שרייבן א מעשה, אפילו אין יום החופה אליין זאלסטו שרייבן. און אזוי האט זי ווייטער יעדן טאג געשריבן אן אנדערע מעשה. זי האט געבלינקט מיט די אויגן, זיך פרובירט אוועקצודרייען פונעם עולם אן ערפאלג, אלע ערליי דמיונות אין צוזאמענהאנג מיט בלינקען די אויגן און איר בעפארשטייענדע חתונה זענען געלופטערט געווארן.

"נאך אפאר טעג שרייבן האב איך איר געזאגט זי זאל פרובירן נישט אריינצולייגן די מוסקלען אין די אויגן, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס דו לייגסט די מוסקלען איז דאך נאר ווייל דו ווילסט נישט בלינקען ביי די חתונה, דו גייסט דאך אבער ווי געשמועסט סיי-ווי בלינקען, נו, פעלט דאך שוין נישט אויס אנצושטרענגען די אויגן פאר גארנישט…

"נאך דער חתונה פרעג איך איר צי זי האט למעשה געבלינקט ביי דער חתונה? זאגט זי 'ניין! איך האב גארנישט געבלינקט! איך ווייס טאקע נישט פארוואס!'

"פארשטייסט וואס איך האב דא געטון?" פירט ר' שמואל אויס, "זי האט געליטן פון OCD און געהאט אן אבסעסיע נישט צו בלינקען, דוקא די אבסעסיע האט איר געמאכט אנגעצויגן און דאס האט גורם געווען זי זאל יא בלינקען, און אזוי איז אנגעגאנגען א מלחמה כבידה ביי איר אין הארץ און די רעזולטאט איז געווען ארויסגעשטופטע אויגן ווי א בת היענה.

"די עצה פאר אזא פראבלעם איז 'עקספאוזשער טעראפי', צו אויסשטעלן דעם מענטש צו אט די סיטואציעס פון וועלכן ער האט מורא, איך האב אבער נישט געקענט מאכן קיין עקספאוזשער דא, ווייל מען האט איר נישט געקענט אריינשטעלן אין א חתונה זאל און פארלאנגען צו בלינקען. וועגן דעם האב איך גענוצט דעם מעטאד פון עקספאוזשער אין דמיון. דורכדעם וואס זי האט געשריבן כסדר און גע'דמיונ'ט וויאזוי זי בלינקט מיט די אויגן און זי האט בזיונות איז די אומקלארע פחד דערפון פארשוואונדן געווארן ווי די רויך פון א קאווע."

 

שלמה המלך בזמנינו

נאך א גאר מערקווירדיגן עפיזאד דערציילט אונז ר' שמואל, זייענדיג מקיים דעם 'אז ס'רעגנט זאל שוין גיסן', האבנדיג אין באזיץ אן ענדלאזע שפע פון אינטערעסאנטע מעשיות פון לאנגיעריגער ערפארונג. "איין יאר ביי די הקפות שמחת תורה, איז געווען א פרוי וואס איז געווען ביי די הקפות אין א גרויס ביהמ"ד, עס האט זיך דארט געטון א שטופעניש, און נאך די הקפות, אויפ'ן וועג אהיים מיט די קינדער איז איר אריין א געדאנק אז זי האט בטעות גענומען איר חברטע'ס קינד און איר חבר'טע האט איר קינד…

"די ספיקות זענען צוביסלעך געווארן אלץ שטערקער. זי האט געקוקט אויפ'ן קינד און פרובירט צו טראכטן צי דאס איז איר קינד אדער נישט. אפשר זעט דאס אנדערע קינד אויס ענליך צו מיינס? וויאזוי קען איך וויסן אז דאס איז ווירקליך מיין קינד?

"נאך יום טוב רופט זי מיר אן און זאגט 'הרב ניימאן, פארזיכערט מיר אז דאס איז מיין קינד!' האב איך איר געהייסן צעשניידן דאס קינד אין צוויי…" ווערטלט ער זיך מיט חכמה. "עעעה, נאר א וויץ. איך האב איר געפרעגט, 'פארוואס? וואס איז שלעכט אזוי? דו האסט דיין חבר'טע'ס קינד און זי האט דיינס, דיין חבר'טע איז אן ערליך אידישע פרוי, וואס קען שוין זיין?'

"האט זי געענטפערט, 'הרב ניימאן, איר מיינט טאקע אז עס קען זיין? איך ווייס דאך אז עס איז מיין קינד, איך וויל איר זאלט מיר פשוט פארזיכערן איך זאל נישט האבן קיין ספיקות…' זאג איך איר: וואס איז דען? אפילו אויב עס איז יא דיין חבר'טע'ס קינד, פאסירט אויך גארנישט. בקיצור, עס איז געגאנגען אזוי אהין און צוריק און איך האב זיך נישט געלאזט.

"זי האט זיך געבעטן, 'הרב ניימאן, וואס איז דאס מיט אייך, איך האב אייך גערופן מיר צו פארזיכערן אז דאס איז מיין קינד און איר גייט און איר מאכט מיר מער ספיקות. היתכן?' זאג איך: טאקע, עס קען טאקע זיין. אין שו"ע שטייט, וויאזוי ווייסט א מענטש אז זיין קינד איז טאקע זיינס, דאס קומט ווייל מען גייט נאך רוב. קומט אויס אז עס איז נישט הונדערט פראצענט, עס איז 51 פראצענט.

"פארגאפט פרעגט זי, 'איר מיינט עס ערנסט? עס איז דא 49 פראצענט אז מיינע קינדער זענען נישט מיינע קינדער???' זאג איך, יא! מען גייט נאך רוב. עפ"י הלכה איז דאס אייער קינד ווייל עס איז דא א חזקה אז א קינד גייט נאך א מאמע. דאס איז דאס קינד וואס וועט זיצן שבעה נאך אייך, עס איז אייערס עפ"י הלכה. אבער נישט ווייל עס איז הונדערט פראצענט אזוי, נאר ווייל עס איז 51 פראצענט אזוי…

"אויף למעשה האב איך איר געזאגט, א גאנצן טאג קענט איר זיך משוגע מאכן און טראכטן ארויף און אראפ צי עס איז יא אדער נישט אייער קינד, איר קענט קוקן אלטע בילדער, נעמען בלוט, עקס-רעיס, טוט וואס איר ווילט… אבער אין דער האלבע שעה צופרי ווען איר שיקט דאס קינד אין חדר אריין זאלט איר אפמאכן קלאר אז עס קען זיין עס איז נישט מיין קינד; איך שיק דאס קינד אין חדר נאר ווייל עפ"י הלכה איז דאס מיין קינד…

"צוויי וואכן שפעטער רופט זי מיר אן: 'הרב ניימאן! איך בין א משוגענער? מען האט שוין דען אמאל געהערט אזוינס מען זאל אויפטוישן א קינד? איך בין א צעדרייטע פרוי!' איך האב איר בארואיגט: עס איז גארנישט, איר זענט נישט צעדרייט, ס'גוט. זי האט אבער געבעטן, 'הרב ניימאן, זייט מיר מסביר וואס דא איז געשען, פארוואס האב איך געטראכט אז דאס איז נישט מיין קינד?'

"איך האב איר נישט מסביר געווען, איך האב געזאגט אז ס'גוט און פארטיג. וואס דא איז געשען איז אז ווען זי האט מיר גערופן דאס ערשטע מאל האט זי געמוזט זיין זיכער הונדערט פראצענט אז דאס איז איר קינד. הונדערט פראצענט ווערט א פראבלעם. איינמאל זי האט א האלבע שעה אין טאג מסכים געווען אז עס מוז נישט זיין אז דאס איז איר קינד, איז די גאנצע אבסעסיע אוועקגעפאלן.

"איך האב איר נישט געוואלט זאגן שפעטער וואס איך האב געטון, ווייל דעמאלט וואלט זיך עס אנגעפאנגען נאכאמאל – אהה, הייסט אז עס איז יא הונדערט פראצענט מיין קינד, אבער אפשר נישט?…"

 

זייט נישט קיין חכם!

"עס איז זיכער אז מ'קען ארויסקריכן פון OCD," איז דער מומחה קלאר איבערצייגט און זאגט דאס אלעמאל פאר מענטשן, "מען דארף נאר טון די ריכטיגע השתדלות. אויב מען דארף נעמען מעדיצין זאל מען נעמען מעדיצין! זייט נישט קיין חכם. דאס איז דער וועג וואס דער אויבערשטער האט געגעבן זיך צו העלפן. מענטשן מיינען אז די מעדיצין זענען זאכן וואס מען געט פאר נערוון קראנקע. די איינרעדענישן האבן נישט קיין האפט!

"עס איז פונקט ווי צוקער ליידנדע דארפן נעמען אינסולין צוליב א מאנגל וואס זיי האבן פון דעם באשטאנדטייל, און קיינער גייט נישט זאגן אז איינער וואס ליידט אויף צוקער איז נערוון קראנק. דאס זעלבע איז מיט מעדיצין פאר OCD. עס פעלט א כעמיקאל, מען ערזעצט דאס מיט די מעדיצין, און אלעס פאלט צוריק אין פלאץ.

"דער איינציגסטער קשר וואס נערוון-מעדיצין האט מיט מעדיצין פאר גייסטישע פראבלעמען איז אז ביידע ווערן געגעבן אין פארעם פון א טאבלעט. און אויב אזוי איז טיילענאל אויך אין דעם כלל. די סטיגמע אויף מעדיצין דארף אראפגיין. מען קען אזויפיל מענטשן אויסלייזן פון זייער גלות פרטי, וואס ווי אויבנדערמאנט זאגט דער סטייפלער גאון אז דאס איז דער נסיון הדור. די סטיגמע דארף אראפגיין!" דערקלערט ר' שמואל מיט א פעסטקייט, ווי ער זאל האפן אז זיין וואונטש זאל זאפארט פארוואנדלט ווערן אין א מציאות.

"מען דארף זיך נישט דערקלערן אלס משוגענער ווען מען נעמט מעדיצין, מענטשן מיינען אז מען ווערט 'פארדאופט'. עס איז א טעות, ווער ווערט דען פארטייבט? עס איז סך הכל א כעמיקאל וואס יעדער פראדוצירט נאטירליך און דער וואס האט א מאנגל דערין דארף עס באקומען דורך א טאבלעט. עס זענען דא מענטשן וואס זענען שוין אזוי קראנק אז די איינציגסטע עצה איז זיי צו פארטייבן דורך געבן א גאר גרויסע דאזע, און דאס איז די איינציגסטע ברירה. אבער נארמאל א מענטש וואס ליידט אויף OCD ווערט נישט אנגעשטאפט מיט מעדיצינען און פארטייבט. עס איז אן איינרעדעניש.

"נישט נאר וואס מען ווערט נישט פארטייבט נאר עס דערקענט זיך בכלל נישט אז מען נעמט מעדיצין. דער מענטש פאר זיך ווייסט אז ער נעמט אבער עס דערקענט זיך נישט. ווען מען נעמט 'נישט' די מעדיצין, דעמאלט דערקענט זיך עס. ווי געשמועסט, די אפטייקער שיקן מעדיצין פאר גאר אסאך היימישע מענטשן און קיינער חוץ זיי ווייסט נישט דערפון. האט איר שוין באמערקט אויף א חבר אז ער איז פארטייבט?

"איך זאג זייער אפט אז דאס איז עבודת השם. אז מען נעמט נישט קיין מעדיצין ליידט יעדער איינער, די משפחה, די קינדער, די ארומיגע. צו וואס פעלט דאס אויס? מענטשן פאלגן מיך נישט און נאך אפאר יאר ווען מען מוז זיך שוין ברעכן וויינט מען צו מיר פארוואס איך האב זיי נישט געצוואונגען דריי יאר צוריק. פארוואס איך האב נישט געצוואונגען? איך קען דען צווינגען? איך קען נאר מסביר זיין און בעטן, איך קען נישט צווינגען, זאל איך עס אריינווארפן אין איינעמ'ס וואסער?…

 

מיר דארפן אפענע אויגן

"מלמדים דארפן וויסן וואס OCD איז און וויאזוי דאס צו דערקענען אויף א קינד," פסק'נט ר' שמואל מיט'ן כח ההוראה. "אמאל זעט מען א קינד איז ערליך, ער וואשט זיך ערליך, דאוונט לאנג און זאגט ארויס קלאר יעדע ווארט, און מען טראכט צו זיך אז עס איז גוט, ער איז וואויל, ער פירט זיך אויף ערליך, ער איז א צדיק'ל. אבער זייער אפט ליגט דא פארשטעקט א ביטערע קייט פון יסורים.

"איך זאג אוודאי נישט אז יעדע ערליכע יונגל האט OCD, אבער נישט יעדע ערליכע אינגל איז גוט צו לאזן לויפן. דער נסיון איז זייער גרויס, ווייל פון דער אנדערער זייט זענען דא די ווילדע קינדער, די וואס מאכן דעם מלמד ארבעטן פאר זיין געלט… און מען פרייט זיך אז דאס קינד איז ערליך און דרייט נישט אן קיין פראוואקאציעס, אבער אויב איז דאס א פראבלעמאטישע ערליכקייט דארף מען דאס כאפן בעוד מועד בעפאר עס ווערט מער קאמפליצירט.

"נישט אז א מלמד זאל ווערן א טעראפיסט, פארקערט, א מלמד זאל בלייבן א מלמד און א טעראפיסט זאל בלייבן א טעראפיסט, אבער עס איז אן אחריות אויף די מלמדים זיי זאלן וויסן וואס די זאכן באדייטן, און ווען זיי זעען סימפטאמען אויף א קינד זאלן זיי רופן די עלטערן איבערגעבן וואס זיי זעען און אנווייזן פאר די עלטערן וואו צו גיין ווייטער. מען קען ראטעווען דורות, אדער ח"ו להיפך.

און דאס איז נישט גילטיג בלויז אויף מלמדים, נאר על הכלל כולו יצא. מענטשן וואס טוען מיט מענטשן דארפן וויסן וויאזוי צו דערקענען סימפטאמען פון OCD. פשוט, אויב איז עס אזוי שכיח היינטיגע צייטן דארף מען זיין באהאוונט. מיט דעם ריכטיגן צוגאנג קען מען בע"ה פארמיידן איבעריגע יסורים און ראטעווען מענטשן!

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!