אריגינעל ערשינען אין נפשי #4, געענטפערט דורך הרב מנחם לעווי פון ריליעף

 

 

שאלה:

מען הערט יעדן טאג מענטשן גייען צו טעראפי, מען גייט און מען קומט, און מען גייט נאכאמאל. איך וואלט געוואלט הערן פון אייך, אלס די ארגאניזאציע וואס שיקט צו טעראפי יעדן טאג, איר הערט אודאי די רעזולטאטן פון די טעראפי, וואס איז די "סוקסעס ראטע" פון טעראפי? וויפיל פראצענט מענטשן וואס גייען צו טעראפי קומען אהיים געהאלפן?

(-)

 

תשובה:

דער תירוץ אויף דער שאלה צי טעראפי העלפט, איז "יא!" א גרויסע פראצענט מענטשן וועלכע גייען דורך א געהעריגע טעראפי-סעסיע ווערן בעז"ה געהאלפן.

פונקט יעצט האב איך באקומען א מעסעדזש פון א פרוי וואס מיר האבן געשיקט צו טעראפי. זי איז געקומען פון א שווערע שטוב און אסאך מיטגעמאכט. זי איז געגאנגען צו עטליכע סעסיעס, און יעצט האט זי געלאזט א מעסעדזש אז זי שפירט זיך ווי א נייער מענטש, מען האט איר געגעבן א נייעם לעבן.

לאמיר עס צעטיילן אזוי: עס זענען דא אפאר הויפט סיבות פארוואס מענטשן גייען צו טעראפי. די מערסט פאפולערע זאך איז ענקזייעטי און דעפרעסיע. מיט דעפרעסיע מיין איך נישט 'קלינישע דעפרעסיע', נאר דעפרעסיע וואס מחשבות און געפילן טראגן אריין צו א טונקעלער וועלט.

די מענטשן גייען צו טעראפי, און מען ווערט ווי "נייע מענטשן". טעראפי לערנט אויס דעם מענטש וויאזוי צו האנדלען אין שווערע סיטואציעס, וויאזוי איבערצוקומען שווערע געפילן און מחשבות, און אויטאמאטיש הייבט מען אן צו קוקן מיט ליכטיגע ברילן אויף דער וועלט.

נאך א גרויסע סיבה פארוואס מענטשן גייען צו טעראפי איז, טראומע. מען רעדט פון מענטשן וועלכע זענען דורכגעגאנגען א שווערע איבערלעבעניש; א פארלוסט פון א נאנטן ר"ל; אן עקסידענט ח"ו; אדער אונטערדריקט געווארן אויף א שווערן פארנעם וכדו'. רוב מענטשן קומען אהיים פון טעראפי אויסגעהיילט. אויסגעהיילט ביי דעם מיינט אז זיי ווייסן שוין וויאזוי איבערצוקומען די שווערע געפילן, זיי אנערקענען שוין אז עס איז נישט זייער שולד, און קענען אנגיין מיט א רואיגע און צופרידענע לעבן.

OCD ליידנדע ווערן געהאלפן כסדר. עס איז לאו דוקא אז די אבסעסיעס זענען גענצליך אוועקגעגאנגען, אבער עס שטערט אים נישט דעם טאג-טעגליכן לעבן, ער ווייסט וויאזוי זיי איבערצוקומען און נישט בלייבן געשטראנדעט אין די מחשבות. ער לערנט זיך וויאזוי צו לעבן געזונט 'אין' די אומזיכערקייט.

איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א פאל וואס דער מאן איז געגאנגען צו טעראפי 25 יאר נאך דער חתונה. די פרוי האט געליטן פון א פערסאנאליטי דיסארדער, און דאס האט געשאפן ערנסטע שוועריגקייטן אין שטוב, און זי האט נישט געוואלט גיין צו טעראפי, אבער 'ער' איז געגאנגען, און ער האט באקומען א נייע לעבן. מען האט נישט אויסגעהיילט די פרוי, אבער ער האט זיך געלערנט וויאזוי עס צו באהאנדלען, און וויאזוי צו דרוקן די ריכטיגע קנעפלעך מיט איר, און עס האט געברענגט א רואיגקייט אין שטוב.

דער סך הכל איז, א מענטש וואס גייט צו א גוטן טעראפיסט, מען פאלגט וואס דער טעראפיסט זאגט, זעט ער בעז"ה סוקסעס. מען דארף זיך נאר לאזן העלפן. אז א מענטש שפירט אז ער איז געשטראנדעט, ער קען נישט פטור ווערן פון שווערע מחשבות און געפילן, עס שטערט אים אין לעבן, זאל מען גיין צו טעראפי און בעז"ה וועט ער קונה זיין די כלים וויאזוי זיך צו באגיין מיט די שוועריגקייטן. נישט אייביג קען מען גענצליך אוועקנעמען די "טריגערס" וואס האבן אנגעברענגט די פראבלעמען, אבער דער מענטש באקומט א פנים חדשות. טעראפי לערנט דעם מענטש וויאזוי צו באהאנדלען פראבלעמען וואס שטערן די מנוחה.

אין די לעצטערע יארן איז ב"ה אנטשטאנען א שטארקע שינוי לטובה, ווען מענטשן ווערן מער אויפמערקזאם צו שוועריגקייטן וואס האלטן צוריק אין לעבן, און מען ווייסט אז עס איז דא הילף צו באקומען, און בס"ד זעט מען געוואלדיגע הצלחה.

*

 

שאלה:

ווען איז נישט גענוג טעראפי אז מען דארף צוקומען צו מעדיצין? נאך אלעם, מעדיצינען קענען האבן זייטיגע ווירקונגען, מעדיצין איז א זאך וואס דער מענטש קען אמאל שפירן אז עס מאכט אים זיין א 'פאלשע מענטש'. אויב טעראפי איז אזוי גלענצנד, ווען וועט מען הייסן א פאציענט זיך נעמען צו מעדיצין, וואס דאס איז שוין לכאורה א שטאפל ווייטער?

 

תשובה:

זייער א שטארקע שאלה. לאמיר נעמען "פאניק אטאקעס" אלס א משל. א פאניק אטאקע איז ווען דער גוף פונעם מענטש רעאגירט צו זאכן וואס זענען באמת נישט קיין קריזיס ווי גלייך עס וואלט געווען א קריזיס. ווען דער מענטש גייט אריין אין א פאניק אטאקע וועט ער שפירן די זעלבע שרעק און קורצן אטעם ווי ווען איינער טרעפט זיך פאקטיש שטיין פארנט פון א זעקס-פיסיגן פארשוין מיט א רעוואלווער.

אסאך מאל איז דער מענטש אזוי פארפאניקט אז עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן. מען קען נישט אנהייבן מיט טעראפי, ווייל מען דארף קודם זען אז ער זאל נארמאל פונקציאנירן. מען דארף קודם סטאביליזירן דעם מצב, און דערנאך קען מען טראכטן וועגן טעראפי.

ווען א מענטש רופט ריליעף זיך אפרעדן אויף פאניק אטאקעס, ענקזייעטי, דעפרעסיע, וכדו', וועט די ערשטע פראגע זיין, צי קען דער ליידנדער פונקציאנירן? וויפיל שטערט עס אים פונעם טאג-טעגליכן נארמאלן סדר החיים? האלט ער זיך צוריק פון ארויסגיין צווישן מענטשן אדער טון סיי וועלכע נארמאלע פעולה צוליב דעם איבערגאנג?

אויב איז דער מצב אזוי געפערליך דאן שיקט מען צו א פסיכיאטער וואס וועט פארשרייבן מעדיצין צו ראטעווען אויף דער מינוט, פארמאכן די לאך אין שיף. דער פסיכאלאג וועט אפטמאל שיקן צו טעראפי כדי מען זאל נישט דארפן בלייבן אויף מעדיצין.

ווען עס קומט צו "בייפאלער דיסארדער" און ערנסטע "דעפרעסיע", וואס די צוויי זענען "מוד דיסארדערס", דארט וועט מען געווענליך יא לכתחילה גיין מיט מעדיצין, ווייל דאס שטאמען פון פיזישע אומבאלאנסירטע כעמיקאלן אין מח וואס דארף צוקומען צו מעדיצינען זיי צו היילן. פארשטייט זיך אז טעראפי קען העלפן דעם מענטש צו ווערן רואיגער און פארגרינגערן, אבער מען מוז אויך צוקומען צו מעדיצין. די זעלבע איז אויך מיט ADHD, וואס איז א דיסארדער וועלכע פארלאנגט געווענליך יא צו דארפן צוקומען צו מעדיצין.

און מען דארף קלארשטעלן אז באמת איז יעדע פאל אנדערש. עס איז נישט ווי פיזישע פראבלעמען וואס דער דאקטאר ווייסט אז פאר א צעבראכענעם ביין לייגט מען א קעסט, און פאר אן אינפעקציע גיט מען אנטיביאטיק. גייסטיגע פראבלעמען זענען קאמפליצירט, זיי זענען תלוי אין געפילן, און מען דארף גוט ארויסהאבן יעדן אינדיווידועלן פאל בעפאר מען שיקט סיי וואו צו קענען בע"ה ברענגען די בעסטע רעזולטאטן.