“נפשי” שטעלט פאר א פראבלעמאטישן פאל פאר א פאנעל פון 5 מומחים בעיניני תורת הנפש, און אלע באטראכטן דעם קעיס פון זייער באזונדערן קוקווינקל און געבן זייערע אייגנארטיגע אנאליזן, פארשלאגן און לייזונגען – אריגינעל ערשינען אין נפשי #4

 

שאלה

איך בין א טאטע פון 5 קינדער קע"ה. מיין עלטסטער זון, א בחור אין ישיבה, ווייזט פארשידענע צייכנס וואס צינדן אן אן אלארם.

ער זיצט כמעט יעדע סדר אין ישיבה אליינס, אן א חברותא. און אפילו ווען ער איז שוין מצליח אנצוהייבן דעם זמן מיט א חברותא, וועט ער עס אלץ פארלירן ערגעץ אין די ערשטע צוויי חדשים פון זמן. אין קעמפ וויל קיינער נישט שלאפן מיט אים אין איין שטוב. ער האט נישט קיין חברים. ווען מען געט אים א קאמפלימענט שיסט ער אייביג צוריק חוצפה'דיג. ער קען נישט נעמען קיין קאמפלימענטן.

די סיבה פארוואס ער פארלירט חברים איז, ווייל ער קאאפערירט נישט. פון איין זייט וויל ער זייער שטארק האבן חברים, אבער פון דער אנדערער זייט, ווען ער האט א חברותא וועט ער אים אפט איגנארירן און לערנען אליין, אדער ארויסגיין פאר לאנגע שטונדן און לאזן דעם אנדערן צד לויפן.

זיין מגי"ש אין די ישיבה גדולה וואו ער לערנט איז שטארק צופרידן פון אים סיי ווען עס קומט צו לערנען און סיי פון זיין דאווענען. ער דאוונט זייער ערליך און ער האלט זייער גוט מיט ביים שיעור, ער שרייבט אפ וואס ער לערנט, ער שרייבט חידושי תורה און ער קומט נאך אלע שיעורי הישיבה, ער האט ב"ה א פיין קעפל. ער וועט אבער אייביג זיין 'פארקערט'; פארמיטאג לערנט ער וואס מען דארף לערנען נאכמיטאג, און נאכמיטאג וואס מען דארף לערנען פארמיטאג.

ער זוכט אלץ וואו ער קען בארעדן זיין מגיד שיעור, אן קיין שום סיבה, אויף זייער אן עקסטרעמען אופן. ער גלייכט צו פארציילן פאר די קינדער פון זיינע מגידי שיעור ווי 'שלעכט' זייערע עלטערן זענען, וכדומה.

ער איז זייער נאכגעלאזט ווען עס קומט צו ריינקייט, ובפרט פאר א בחור אין די יארן פון שידוכים.

מענטשן זאגן מיר אז ער האט אדער סאציאלע פראבלעמען, אדער א פערסאנאליטי דיסארדער. איך האב שוין פרובירט אסאך צו רעדן צו אים און אים צו העלפן, מיט גוטן און מיט בייזן, אבער אן ערפאלג.

די הנהלת הישיבה איז שוין זאט פון זיינע פראוואקאציעס, איך וואלט געוואלט וויסן וואס זיין פראבלעם איז און וויאזוי מען קען עס באהאנדלען, שנעל און ביליג.

(-)

 

 

די טעראפי פערספעקטיוו

הרב מרדכי וויינבערגער

LCSW

 

יישר כח אייך פאר'ן שיקן די שאלה. עס איז א שווערע שריט, אבער אין דער זעלבער צייט אויך א קלוגע שריט. עס איז זייער א שווערע שאלה. עס איז א ביישפיל ווי זאכן קענען אויסזען אויפ'ן ערשטן בליק אנדערש ווי עס איז באמת.

וואס איך דארף דא טון יעצט איז צו דיאגנאזירן דעם בחור, איך דארף אויפכאפן וואס זיין פראבלעם איז. ווען מען לערנט זיך צו דיאגנאזירן לערנט מען זיך אייביג צו טראכטן פון א צווייטער מעגליכקייט. די ארבעט פון דיאגנאזירן מענטשן איז זייער א שווערע, מען דארף זיכער זיין אז מען האט דעם ריכטיגן דיאגנאז, ווייל א טעות אין א דיאגנאז קען ברענגען זייער אסאך שברי לב, נאכדערצו ווען זייער אסאך מאל קען די אויפפירונג פונעם פאציענט אויסקוקן ענליך צו צוויי ערליי דיאגנאזן און מען דארף אויפכאפן וואס עס איז דער אמת. למשל, ADHD און ענקזייעטי קומען זייער אפט ארויס ענליך, ווען מען לערנט זיך די פאך פון דיאגנאזירן לייגט מען א שטארקן דגש וויאזוי צו אנערקענען די אלע חילוקים.

דאס קומט שטארק צום אויסדרוק מיט דער דאזיגער שאלה. איר זאגט עטליכע נקודות, יעדע נקודה קען פירן צו א צווייטע מסקנא, אבער אויב לייגט מען אלע נקודות צוזאמען קען ארויסקומען א דריטע זאך אינגאנצן. וועגן דעם דארף מען גיין צו איינעם וואס קען די מלאכה און האט ערפארונג אין דעם דיאגנאזירונג פראצעדור. כאטש איך גיי דא אויפברענגען פארשידענע געדאנקען איבער וואס עס קען זיין דער פראבלעם מיט אייער בחור, דאך זאל דאס נישט אנגענומען ווערן ווי א דיאגנאז, וויבאלד עס פארלאנגט זיך צו רעדן מיט'ן בחור פערזענליך צו הערן אלע דעטאלן מיט ישוב הדעת.

אבער, בעפאר איך גיי ענטפערן אויף אייער שאלה וואלט איך זיך אפגעשטעלט א מינוט ביי די לעצטע דריי ווערטער אין אייער בריוו: "שנעל און ביליג". איך וויל פארשטיין, אויב זוכט איר ח"ו א הארץ דאקטאר, וואלט איר אויך געזוכט שנעל און ביליג? וואלט איר גענוצט דעם הארץ דאקטאר וואס שטעלט זיך דאס בעסטע צו צו אייער סדר היום און געט א צייט ווען איר זענט פריי פון דער ארבעט, אדער וואלט איר געגאנגען צו איינעם וואס טויגט גוט אפילו אויב ער שטעלט זיך נישט צו אייערע צייטן? וואלט איר גענומען א הארץ דאקטאר וואס בעט ביליג? וואלט איר געזוכט דעם הארץ דאקטאר וואס אן אפעראציע נעמט ביי אים דאס שנעלסטע? איך גלייב איר וואלט זיכער געגאנגען פאר דעם הארץ דאקטאר וואס האט די גרעסטע סוקסעס ראטע.

טעראפי איז ענליך צו א ׳מעדיקל פראפעסיע׳, אלע געזעצן וואס זענען דא ביי דאקטוירים איז דא אויך שטארק לעגיטים.

יעצט צו דער עצם פראגע. אייער שאלה באשטייט פון א צאל נקודות ווי פאלגנד:

  1. ער איז אסאך אליין, דאס הייסט, ער איז נישט אינגאנצן געזונט סאציאל.
  2. ער קען נישט האלטן קיין חברותות, לכאורה ווייל ער האט נישט די ריכטיגע כלים דערצו לעת עתה.
  3. ער "וויל נישט" האלטן קיין חברותות, ער שטופט זיי אוועק.
  4. ער שטויסט אוועק קאמפלימענטן, ער קען נישט אננעמען קיין גוט ווארט.
  5. ער קען גוט לערנען, פארשטייט אן עסק, אבער ער איז נאר פאקוסירט צו וואס ער האלט ביים טון יעצט.
  6. ער גייט אייביג פארקערט פון דעם וועג וויאזוי יעדער גייט. לערנט אנדערע לימודים. געט אויס זיין רוגזה אויפ'ן מגי"ש'ס קינד.

ווי געשריבן, יעדע נקודה פירט בעצם צו אן אנדערן מסקנא. דאס אוועקשטופן חברים און זיין אליינס ברענגט שטארק אויף אז אפשר איז דער פראבלעם א חסרון אין סאציאלע סקילס. און ווי דער טאטע זאגט טאקע אז אסאך האבן שוין אויפגעברענגט די אפציע פון סאציאלע פראבלעמען. און עס שטימט גאנץ גוט מיט די שילדערונג, ווען איינער האט נישט קיין סאציאלע סקילס פעלט אים עפעס, זיי ווייסן נישט וויאזוי מען טוט געוויסע זאכן. רוב מאל האבן זיי געפילן, זיי זענען גוטע מענטשן, נאר זיי האבן מורא, זיי האבן נישט אלע סאציאלע כלים וואס רוב מענטשן האבן נאטירליך, עס פעלט עפעס. און דאס קומט דא שטארק צום אויסדרוק.

מען קען אבער זאגן אז ער ליידט פון אן אנדערן פראבלעם, נעמליך, כעס; דער מענטש איז בייז און אנגעצויגן. דאס קען קומען צוליב טראומע, אדער ווייטאג אינדערהיים. עס קען זיין אז ער שפירט אז ער איז נישט קלוג. עס קען זיין אז אונטער די אלע פראבלעמען שטעקט א טיפע כעס, ער איז פרוסטרירט צוליב סיי וועלכע סיבה און עס קומט ארויס דורך נישט אנהאלטן קיין חברים, גיין קעגן יעדן, זיך נישט צושטעלן, אראפווארפן סיי וועלכע סאציאלע קשר מיט מענטשן, און אזוי ווייטער.

מ'קען אים אזוי אריינלייגן אין זייער אסאך דיאגנאזן. אבער איך הער דא אן אנדערן דיאגנאז, עס פלעגט הייסן "אספערגער'ס" און זינט יארע 2013 רופט זיך עס ״סאציאלע (פרעגמעטיק) קאמיוניקאציע דיסארדער״. דאס איז פון די ASD ("אויטיזם ספעקטרום דיסארדער") משפחה. אין קורצן באשטייט עס פון א געוויסער פארעם פון אויטיזם.

ווי איך פארשטיי האט מען געטוישט דעם נאמען פון דעם פראבלעם פון אספערגער'ס צו סאציאלע קאמיוניקאציע דיסארדער ווייל דער עיקר פראבלעם איז אין סאציאלע באציאונגען. און מען האט צוגעלייגט דאס ווארט "פראגמאטיש", וואס דאס מיינט צו קענען צאמשטעלן פארשידענע יסודות צוזאמען. א מענטש מיט דעם דיסארדער קען שפירן ברוגז, ער קען אויך באמערקן ווי יענער איז ברוגז, אבער ער וועט שווערליך צאמשטעלן אז ווען יענער איז ברוגז פאסט ער זאל שפירן מיטלייד מיט יענעם. זיי שטעלן נישט צאם די נקודות.

מענטשן וואס ליידן פון דעם פראבלעם קענען האבן געפילן, אבער זיי ווייסן נישט וואס מען טוט דערמיט. נארמאל ווען א מענטש איז צופרידן זעט מען עס אויף זיין געזיכט, עס שיינט ארויס פון זיין באנעמונג, דאס זעלבע ווען א מענטש איז ברוגז קומט עס אויך ארויף אויפ'ן פנים. ביי זיי קומט עס נישט ארויף, אפילו אויב ער האט דאס געפיל ווייסט ער נישט וויאזוי מען ברענגט עס ארויס.

דאס זעלבע איז מיט דערקענען און פארשטיין די געפילן שפראך. זיי פארשטייען נישט קיין פנים-אויסדרוקן. ווען א מענטש ווייזט זיי א ברוגז'דיגן פנים שפירן זיי נישט אז איינער איז ברוגז אויף זיי, זיי פארשטייען נישט וואס די סימנים דארפן באדייטן. וועגן דעם וועלן זיי נישט כאפן ווען זיי ציען איבער דאס שטריקל אינדערצייט וואס ביי אנדערע מענטשן איז פארהאן א גרעניץ.

עס זענען דא בחורים וואס באלמוטשען זייערע חברותות, זיי שמועסן מיט אנדערע, גייען ארויס, וכדו', אבער אויב זענען זיי געזונט כאפן זיי ביז וואו זיי קענען ציען דאס שטריקל בעפאר דער חברותא גייט פלאצן, און דאס איז ביי יעדע חברותא אנדערש, געוואנדן אין זיין נאטור. דער וואס ליידט אבער פון "סאציאלע קאמיוניקאציע דיסארדער" כאפט דאס נישט. און וועגן דעם פארלירט ער טאקע זיינע חברותות כסדר. און די סיבה פארוואס ער כאפט נישט איז ווייל ער פארשטייט נישט די געפילן פון זיין חבר, ער באמערקט נישט די גרימאסן און צייכנס וואס דער חבר שיקט.

דאס איז אויך די סיבה פארוואס זיי לאזן אפט נאך ווען עס קומט צו ריינקייט. זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעכאפט און געשפירט די אומבא'טעמ'טע געפיל פון שמועסן מיט א מענטש פון וועם עס גייט אן אומאנגענעמער ריח. פאר סתם מענטשן שטערט עס, דאס געפיל וואס מען שיקט צו דעם וואס לאזט זיך נאך איז אן אומצוויידייטיגן מעסעדזש ער זאל זיך צאמנעמען אויב וויל ער אנהאלטן סיי וועלכע קשר. אונזער בחור כאפט אבער נישט דעם מעסעדזש. געפילן איז נישט זיין ספעציאליטעט.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז די מענטשן וואס ליידן פון דעם קוקן קיינמאל נישט אויס אנדערש פון יעדן, זיי זענען זייער אפט קלוגע און טיכטיגע מענטשן, זיי זענען מוצלחים און אפט רעספעקטירט. זיי זענען געהעריג ווי יעדן איינעם ביז עס קומט צו געפילן. דארט איז זייער שוואכקייט. מען קען רעדן צו זיי סיי וועלכע נושא געהעריג, אבער אלעס ביז געפילן קומען אריין אינעם שמועס, דארט פאלן זיי ארויס און זיי ווייסן נישט וואס מען וויל פון זיי.

אלס בחור איז אפט שווער אויפצוכאפן ווען איינער ליידט דערפון, ווייל אין ישיבה פעלט נישט אויס זיך צו באנוצן מיט געפילן כדי צו מצליח זיין. איינמאל ער לערנט און דאוונט און שטארט נישט צו שטארק ארויס, איז אלעס בסדר. דאס איז אבער א גרויסע פראבלעם, ווייל דאס ברענגט צו דעם אז די פראבלעמען זאלן ארויסקומען פון דער נארע הערשט נאך דער חתונה, וואס דעמאלט פארלאנגט זיך שוין יא אנצוהאלטן אן עמאציאנעלן קשר מיט נאך א מענטש, און דאן איז שוין אסאך מאל ליידער אביסל צו שפעט.

די מענטשן וואס ליידן אויף דעם קענען נישט אנהאלטן קיין עמאציאנעלן קשר מיט אנדערע מענטשן, וועגן דעם הערט מען ליידער זייער אפט אזעלכע מענטשן זאלן זיך דארפן צעשיידן נאך דער חתונה. און באמת איז עס תלוי ווי שטארק די אנדערע צד דארף דעם עמאציאנעלן חלק אינעם קשר, עס זענען דא וואס זענען נישט אזוי געפיליש, זיי וועלן גרינגער פארקוקן אויף דעם פראבלעם, און עס זענען דא די וואס דאס איז ביי זיי דער עיקר און אויב דאס פעלט איז גארנישט דא.

אין ביזנעס וועלן אזעלכע מענטשן זייער מצליח זיין אויב זייער ארבעט איז אין מאטעריאליסטישע זאכן, זיי קענען זיין סוקסעספולע אמאזאן סוחרים וכדו', אבער אויב פארלאנגט זייער ארבעט אנצוהאלטן קשרים מיט מענטשן וועלן זיי כסדר דורכפאלן, זיי קענען כמעט נישט מצליח זיין אין סעילס, ווייל דארט פארלאנגט זיך יא עמאציאנעלע מענטש-צו-מענטש באציאונגען.

די אמעריקאנער רעגירונג האט אין די לעצטערע יארן אונטערגענומען א גראנדיעזן פראיעקט צו העלפן די מענטשן וואס ליידן פון דעם. צווישן אנדערע טיילן זיי גרויסע געלטער פאר טעראפיסטן וואס העלפן אזעלכע קליענטן, זיי צאלן פאר אזלעכע סעסיעס פיל מער פון וויפיל זיי צאלן פאר טעראפי אויף אנדערע פראבלעמען. די רעגירונג שטופט שטארק די ABA טעראפי מעטאד וואס העלפט שטארק אוועקצושטעלן אזעלכע מענטשן.

די ABA מעטאד באשטייט הויפטזעכליך פון אויסלערנען פאר די מענטשן די אלע זאכן וואס אנדערע כאפן אויף נאטירליך, און מען לערנט אויס זאך ביי זאך: ווען א מענטש ווייזט די סארט צייכן אויפ'ן פנים מיינט עס אז ער איז בייז. ווען א מענטש דרייט מיט דער נאז אויף דעם וועג מיינט עס אז ער פארנעמט נישט דיין ריח. מען לערנט אויס זיך צו וואשן און טוישן וועש טעגליך. מען לערנט אלעס פונדאסניי ווי צו א קינד. און די מענטשן ווערן געהאלפן! שפעטער קומען זיי צוריק זאגן יישר כח פאר'ן זאגן די אלע זאכן וואס מען דארף טון צו זיין נארמאל. זיי האבן פשוט נישט געוואוסט.

די אפיציעלע פראטאקאל פארלאנגט צווישן 15 און 20 שעה א וואך פון ארבעט ווען עס קומט צו דעם פראבלעם. עס איז א לאנגע פראצעדור וואס נעמט אסאך צייט און געדולד, אבער למעשה נאך אפאר חדשים זעט מען די פירות פון די הארעוואניע ווען זיי ווערן ממש נייע מענטשן.

די שטאט וויל זיי העלפן ווייל מ'קען מיט זיי מורא'דיג מצליח זיין, זיי קענען זיין אנשים מוצלחים וואס דרייען א וועלט, אבער ח"ו אויב לאזט מען זיי נאך קענען זיי פאלן לדיוטא התחתונה און ווערן צו לאסט פון דער רעגירונג. די רעגירונג טראכט פונעם לאנגן טערמין; אויב באצאלט מען זיי 20 שעה א וואך פאר עטליכע חדשים (אדער טיילמאל מער, געוואנדן לויט די אינדיווידועלע קעיס) וועלן זיי זיך לערנען די ריכטיגע סקילס און האבן גוטע באציאונגען מיט מענטשן. טיילמאל קענען זיי זיין שטייטער מיט געפילן אבער זיי קענען זיך אן עצה געבן אין לעבן.

ווי פריער מען הייבט אן צו ארבעטן מיט זיי, אלץ בעסער גייט עס אריין. מען קען זאגן אז עס איז א שאד יעדן טאג וואס מען שלעפט בעפאר מען גייט פאר הילף. מען קען אזויפיל ראטעווען.

אלזא, צוריק צו אונזער שואל. איר האט געפרעגט וועגן אייער זון, לויט דעם וועג ווי איר לייגט עס אראפ לייגט זיך אויפ'ן שכל אז דאס איז זיין פראבלעם, כאטש וואס קיינער קען נישט דיאגנאזירן מיט א קלארקייט פון א בריוו, צופיל פאקטארן דארפן גענומען ווערן אין חשבון ווען מען דיאגנאזירט א מענטש, אבער איך שלאג דאס פאר אלס אן אפציע און אייער קומענדיגע שריט דארף זיין צו נעמען אייער קינד צו א טעראפיסט פאר א גרינטליכן אנאליז. איך וויל זיין זייער אפן, אויב דאס איז טאקע די פראבלעם און ער טוט וואס ער טוט יעצט וועט זיין זייער שווער אנצוהאלטן א פארהייראט לעבן. ומכלל לאו אתה שומע הן, אויב וועט מען זיך יא גיין העלפן וועט ער אי"ה חתונה האבן און לעבן א גליקליך און געמיטליך לעבן.

צו די ליינער וויל איך בעטן, ביטע נישט דיאגנאזירן אלע אייערע ארומיגע מיט דעם צושטאנד בלויז ווייל איך האב עס דא פארגעלייגט. דער צושטאנד נעמט אריין נאך פיל אספעקטן, עס פארמאגט פיל זייטן צו זיך, איך האב בעיקר אויפגעברענגט די חלקים וואס שטימען מיט די שילדערונג פון דעם בריוו, אבער עס ענדיגט זיך נישט דא.

איך וועל ענדיגן מיט א ברכה איר זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע קינדער א גאנץ לעבן, און איר זאלט טרעפן דעם ריכטיגן שליח צו העלפן אייער קינד.

 

*

די קאוטשינג פערספעקטיוו

הרב חיים מאיר פערל

לייף און ביזנעס קאוטש

קודם וויל איך אייך באגריסן פאר'ן ארויסקומען מיט אייער שאלה, און עס איז מערקבאר אז איר מוטשעט זיך מיט אייער זון, אבער מיט דעם ריכטיגם צוגאנג קען מען בע"ה טרעפן די לייזונג פאר זיינע פראבלעמען.

ווי אייביג ביי אזעלעכע סארט שאלות, איז זייער שווער צו קענען געבן א קלארע תשובה אן דעם וואס מען זאל זיך זען פון דער נאנט און קענען אויספרעגן געוויסע דעטאלן ארום דער נושא. עס זענען דא געוויסע פרטים וואס וואלטן געווען קלארער אויב מען וואלט דאס דורכגעשמועסט פון דער נאנט, דערפאר וועל איך אליינס מוזן ענטפערן אויף די אלע אומפארענטפערטע שאלות לויט וויאזוי איך פארשטיי מיט סייעתא דשמיא.

די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן איז, צו וועמען איז געצילט די שאלה? און דאס איז אביסל נישט אזוי קלאר. לאמיר צענעמען אביסל די מעשה דא. פון איין זייט שרייבט איר, אז דער מגי"ש איז זייער צופרידן פון אים, סיי פון זיין ערליכקייט, פון זיין לערנען און פון זיין דאווענען. וואס נאך קען מען זיך ווינטשן אויב די ישיבה איז צופרידן פון אים? אביסל פראבלעמען אין דער זייט ווילאנג ער שטערט נישט? אסאך ישיבות וואלטן זיך געוואונטשן מיט אזעלכע בחורים. איז די שאלה, ווער וויל זיך דא העלפן, איר אלס טאטע, אדער גאר דער זון, און מען קען טראכטן פון געוויסע וועגן וויאזוי מייעץ צו זיין דעם טאטן זיך אומצוגיין מיטן זון, אדער גאר טרעפן וועגן ארויסהעלפן דעם זון מיט זיינע סאציאלע פראבלעמען.

סוף בריוו שרייבט איר אבער עפעס אנדערש, אז די ישיבה איז שוין זאט פון זיינע פראוואקאציעס, און איך פארשטיי פון דעם אז די ישיבה זעלבסט האט דא א פראבלעם מיט'ן בחור. אבער איר שרייבט נישט קלאר וואס די ישיבה וויל אז ס'זאל זיך דא טוישן. פון וואס איז מען 'זאט'? אז ער לערנט פארקערט? אז ער האלט נישט אן קיין חברותא? אז ער בארעדט די מגי"ש? געווענליך אין אזעלעכע פעלער וועט די ישיבה זיך אפרעדן אז דער בחור קריגט זיך מיט אנדערע בחורים, אדער דרייט אן א רעדל און שטערט די סדר הישיבה. אבער איר שרייבט גארנישט פון דעם, דערפאר איז אביסל שווער צו פארשטיין די נקודה. מעגליך אז פאר דער ישיבה שטערט אז ער לערנט פארקערט זיינע סדרים, אבער ער לערנט דאך אליינס, איז וועמען זאל דאס שטערן?

איז אויף דערווייל וועל איך מיך בעיקר באציען אויף דעם ערשטן חלק וואס איז באמת צעטיילט אויף צוויי. וויאזוי זאל דער טאטע זיך מתייחס זיין צום בחור באופן כללי, און וויאזוי זאל מען קענען משכנע זיין דעם בחור צו ענדערן זיינע מעשים.

דער כלל איז אויך, אז צו ארבעטן אויף זיך, איז גרינגער ווי צו ארבעטן אויף יענעם. דערפאר וועלן מיר קודם אביסל ארומרעדן וויאזוי דער טאטע זאל זיך מתייחס זיין צום בחור, און אביסל אריינגיין אינעם בחור'ס וועלטל צו פרובירן פארשטיין מיט וואס ער מוטשעט זיך.

לאמיר ארויסנעמען געוויסע שטריכן וואס איר שרייבט אויף אייער בחור. 'ווען מען געט אים א קאמפלימענט שיסט ער אייביג צוריק חוצפה'דיג. ער קען נישט נעמען קיין קאמפלימענטן'. אויך שרייבט איר אז 'ער זיצט כמעט יעדע סדר אין ישיבה אליינס, אן א חברותא', ווען פון דער אנדערער זייט איז אויך אמת אז, 'פון איין זייט וויל ער זייער שטארק האבן חברים, אבער פון דער אנדערער זייט, ווען ער האט א חברותא וועט ער אים אפט איגנארירן און לערנען אליין'. באופן כללי שרייבט איר אויף אים אז, 'זיין מגי"ש איז שטארק צופרידן פון אים סיי ווען עס קומט צו לערנען און סיי פון זיין דאווענען'.

עס זענען דא בחורים וואס בטבעם זענען זיי נישט אינטערעסירט צופיל צו האבן מיט מענטשן, און דערפאר וועלן זיי נעמען זייער גרינג דאס זיין אליין, ווען פון דער אנדערער זייט וועט זיי נישט שאטן דאס האבן א חברותא בשעת'ן לערנען אויף וויפיל ס'פעלט זיך אויס. ווידעראום זענען פארהאן בחורים וואס בטבעם מוזן זיי האבן חברים, און אויב נישט איז עק וועלט. פאר זיי איז א חברותא א 'מוז', און אן דעם קענען זיי נישט לערנען און זיי וועלן זיך זייער גרינג האלטן מיט די חברותא.

אונזער בחור לעבט אבער אין צוויי פארקערטע וועלטן און דא הייבט זיך אן זיין מוטשעניש. פון איין זייט, ווי איר שרייבט, וויל ער זייער שטארק האבן חברים (עס וואלט אסאך ארויסגעהאלפן צו פארשטיין וויאזוי מען זעט דאס), ווען פון דער אנדערער זייט לאזט ער זיי צוביסלעך אפ. דאס זאגט אז דער בחור טראגט ארום אין זיך א גרויסע שוועריגקייט ווען עס קומט צו האבן מיט די געזעלשאפט. עפעס א שטארקע פחד לאזט אים דאס נישט טון, און די סיבות פאר דעם קענען זיין פילפאכיג, וואס געוויסע סיבות איז אפילו נישט שייך אראפצושרייבן ברבים.

דערפאר וועט דער בחור, ווי שטארק ער וויל יא האבן מיט חברים, זיך נישט קענען ברענגען זיך צו האלטן דערמיט און ער וועט זיי אפלאזן 'אומאפיציעל' ווי איר שרייבט, דורך ארויסגיין פאר א לאנגע צייט און זיך נישט וויסנדיג מאכן. די סיבה פארוואס ער טוט עס נישט דירעקט, איז טאקע דערפאר ווייל עכט וויל ער זיי נישט אפלאזן, ער קען זיך אבער נישט ברענגען צו בלייבן מיט זיי.

ווען א מענטש דרייט זיך ארום אונטער אזעלעכע אומשטענדן, פילט זיך דער מענטש ממש צעפליקט אין זיך, ער לעבט אונטער הויכע סטרעס. דערפאר וועט מען טרעפן אין אים פארשידענע פארקערטע אויפפירונגען וואס מאכן נישט קיין סענס פאר סתם מענטשן. איר שרייבט דא אז באופן כללי איז ער זייער א וואוילער בחור און דער מגי"ש האט זייער הנאה פון אים. איז פארוואס גייט ער אים בארעדן פאר זיינע קינדער? ווייל ער איז צעמישט אין זיך.

ער וויל זיין נאנט צום מגי"ש, אבער נישט צו נאנט. ווען ער בארעדט אים, גיט עס אים א געפיל אז ער איז בעצם נישט גוט מיט אים. און דאס זעלבע פאסירט ווען סיי ווער עס גיט אים א קאמפלימענט וועט ער עס צוריקווארפן מיט חוצפה, ווי צו זאגן 'מאך מיך נישט נאנט מיט דיר. ברענג מיך נישט אריין אין די געזעלשאפט'. (עס זענען פארהאן נאך סיבות פארוואס מענטשן ווארפן אוועק קאמפלימענטן, מיר שרייבן דא לויט וויאזוי מיר פארשטייען פון די טרוקענע פאקטן).

פון אייער שילדערונג זעט מיר נישט אויס אז ער האלט שוין ביים דרגא פון א פערסאנאליטי דיסארדער, ווייל ווי נישט ווי גייט ער אן און האלט אלעס מיט. ווען עס וועט ממש צע'הרג'ענען זיין טאג, דעמאלט וואלט דער מצב געווען סאך ערגער. אבער היות דער בחור וויל דאך בעצם קענען לעבן מיט חברים, וואלט געווען כדאי אים מסביר צו זיין אז עס זעט אויס ווי ער מוטשעט זיך צו האלטן זיינע חברים, און אים איבעררעדן זיך צו גיין לאזן העלפן ביי א מומחה. דער טאטע אליינס וועט דאס בפשטות נישט מצליח זיין צו קענען טון.

אבער אפילו דער בחור וויל דערווייל נישט גיין צו הילף, קען דער טאטע ארבעטן אויף צו מאכן א בעסערע זיכערע באציאונג צווישן אים און דעם בחור. ס'איז באקאנט, אז אפילו מיט ווילדע בעלי חיים קען מען מפתח זיין א געוויסע צוטרוי, אויב גייט מען צו צו זיי לויט זייער אייגנארטיגקייט. למשל, מ'קען ווארפן עפעס פארן לייב פון א ווייטע שטרעקע, און צוביסלעך צוביסלעך קומען נענטער צום לייב אן דעם וואס דער לייב זאל פילן א צורך צו אטאקירן דעם מענטש. דאס זעלבע קען מען מאכן א זיכערע באציאונג מיט א מענטש דורך שטיין פונדערווייטנס און זיך אזוי שטייטערהייט דערנענטערן. דאס וועט קענען בארואיגן די צעשרויפטע נערוון פונעם בחור אין זיין קשר מיט מענטשן.

לדוגמא, אויב האט ער נישט ליב קיין קאמפלימענטן, זאל אים דער טאטע נישט געבן קיין קאמפלימענטן, און אים כסדר פרובירן צו ווייזן ווי ער רעספעקטירט זיין פריוואטקייט. ווען ער קומט אהיים אויף שבת וכדו', קען אים דער טאטע פרעגן (פארשטייט זיך מיט רעספעקט און נישט ח"ו מיט א השפלה, וואס דאס וועט נאר ערגער מאכן דעם מצב), אויב ער וואלט געוואלט זיין אליינס ערגעץ אין שטוב וואו קיינער וועט אים נישט שטערן, וכיו"ב. דאס וועט געבן דעם מעסעדזש פאר'ן בחור אז זיין טאטע פארשטייט אים און איז דא אים צו העלפן, נישט אים צו דערווייטערן. במשך הזמן וועט דער בחור האבן מער צוטרוי צו זיין טאטן, און וועט מעגליך באקומען מער צוטרוי צו מענטשן באופן כללי, דורך דעם וואס ער באקומט דאס געפיל אז מען רעכנט זיך מיט אים, און זייער מעגליך אז עס וועט אויך זיין די רייפע צייט אים צו שיקן צו א מומחה.

הצלחה רבה.

 

*

די קאונסלינג פערספעקטיוו

הרב יושע לאנגסאם

LMHC

 

א גוטן חשוב'ער טאטע,

פון אייער בריוו דערקענט זיך אז דא רעדט זיך פון א געטרייען טאטן וואס געט זיך אפ מיט זיינע קינדער און איר זענט באזארגט איבער די אומגעווענליכע התנהגות'ן פון אייער עלטסטן קינד. אין אייערע ווערטער הערט זיך א טאן פון זארג און אנגעצויגנקייט און דאס איז גענצליך נארמאל און פארשטענדליך. איר האט דאך א קלוגן בחור וואס דאוונט ב"ה גוט און פארשטייט גוט לערנען, פונדעסטוועגן ווען עס קומט צו באציאונגען מיט אנדערע מענטשן, קוקט אויס ווי עס פעלט אים א דאזע. עס קען זיין זייער שווער פאר א טאטע צו זען ווי דער בן חכם און דער בן תם זענען ביידע אריינגעזעצט אין איין מענטש.

איר שטעלט צו פארשידענע ביישפילן איבער זיין אויפפירונג וואס באזארגן אייך. איר זאגט אויך אז מענטשן האבן אייך פארגעשלאגן פארשידענע מעגליכקייטן איבער וואס עס איז זיין פראבלעם. די אינפארמאציע וואס איר האט איבערגעגעבן אין דעם בריוו קענען פאקטיש אנדייטן אויף פארשידענע ערליי פראבלעמען און אומארדענונגען, און עס וואלט געווען אומ'יושר און אומפראפעסיאנאל אז איך זאל געבן א דיאגנאז אויף אייער קינד אן דעם וואס איך זאל אים האבן פערזענליך געזען און אנאליזירט. עס איז אין פלאץ צו דערמאנען וואס מען זאגט נאך פון איינשטיין: 95 פראצענט פון לייזן א פראבלעם, ליגט אין אידענטיפיצירן דעם ריכטיגן און אמת'ן שורש פון דעם פראבלעם.

איר שרייבט אז איר האט פרובירט רעדן צו אייער בחור און אים העלפן אויף פארשידענע אופנים. ס'איז אויך קלאר אז איר האט זיך שוין דורכגערעדט און באראטן מיט אנדערע מענטשן. עס קוקט אויס ווי איר האט שוין אריינגעלייגט אסאך קאפ און צייט צו העלפן אייער בחור. איז לאמיר דא פרובירן אויסקלארן אפאר זאכן.

קודם כל, אויב אייער חשוב'ער זון ליידט פון איין זאך אבער וועט באהאנדלט ווערן פאר א צווייטע זאך, דאן איז פארשטענדליך אז נישט קיין חילוק ווי לאנג ער וועט דורכגיין באהאנדלונגען און נישט קיין חילוק וויפיל געלט איר וועט משקיע זיין אים צו העלפן, וועלן די פראבלעמען נישט אוועקגיין. איין ביישפיל: מען האט מיר אמאל געברענגט עמיצן וואס דארף אנגעבליך הילף מיט פראבלעמען פון סאציאלע ענקזייעטי, אבער זיין אמת'ע פראבלעם איז געווען אספערגער'ס סינדראם. יענער וואלט געקענט לאנגע יארן דורכגיין באהאנדלונגען וואס ווערן גענוצט צו העלפן סאציאלע ענקזייעטי פראבלעמען, אבער ווי לאנג מען האט אים נישט דיאגנאזירט מיט אספערגער'ס, וואלט ער נישט געקענט געהעריג געהאלפן ווערן.

דעריבער, די שנעלסטע און מערסט ווירקזאמע אופן צו העלפן אייער קינד'ס מצב איז צו זען ער זאל דורכגיין א גרינטליכע און פראפעסיאנעלע אנאליזירונג צו באקומען א קלארן דיאגנאז וואס עס איז זיין אמת'ע פראבלעם. נאר דעמאלט ווען איר האט קלאר ארויס דאס בילד, וועט איר בכלל קענען אנהייבן טראכטן און מאכן א באשלוס וואס עס איז דער בעסטער שריט אים צו העלפן בס"ד.

מאכן א באשלוס מיינט אז מען ווייסט ערשט וואס די אפציעס זענען, אבער אזוי לאנג ווי איר טאפט אין דער טונקל און איר ווייסט נישט פון וואס דא האנדלט זיך, סיי וואס איר זאלט נאר טון וועט זיין כאילו איר פרובירט נאר צוצוטרעפן; נישט קיין קלארן באשלוס אז אט דאס קוקט מיר אויס ווי די ריכטיגע זאך צו טון. ווי ווייט איך קען זען פון אייער בריוו, האט איר שוין געטון גענוג אייער חלק פון פרובירן צוטרעפן, אבער, צום באדויערן, אן ערפאלג, אן פאזיטיווע רעזולטאטן. איז פארוואס זאלט איר ווייטער פארזעצן צו טון עפעס וואס טוט נישט אויף מער ווי נאר פרובירן צוצוטרעפן. נעמט די קוראזש צו גיין פאר א פראפעסיאנעלע אפשאצונג, און בעט דעם אויבערשטן ער זאל אייך העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס!

צווישן אייערע ווערטער דערמאנט איר, מיט קענטיגער פארצווייפלונג, אז איר האט שוין אליין פרובירט רעדן צו אים און אים העלפן מיט גוטן און מיט בייזן.

עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז מיט'ן רעדן קענען מיר פון יענעם כאילו ארויסקלאפן זיין משוגעת. אבער, לאמיר אייך פרעגן, האט איר שוין אמאל פרובירן העלפן א קינד מיט קאפ-ווייטאג אדער מיט א צעבראכענעם ביין אויף אזא אופן? פארוואס זאלט איר נישט פרובירן דאס 'ארויסצוקלאפן' פון זיין סיסטעם? איך גלייב אז אין אזא פאל וואלט איר אים באהאנדלט אויפ'ן ריכטיגן אופן לויט ווי דער ספעציפישער פראבלעם פארלאנגט צו באהאנדלט ווערן. די זעלבע איז גילטיג אויך ביי עמאציאנעלע און סאציאלע פראבלעמען.

צו 'ארויסרעדן' א מענטש פון זיין פראבלעם האט נאך קיינמאל נישט געהאלפן. אין געווענליכע אומשטענדן וואלט א בחור געדארפט זיך אליין האבן אויסגעלערנט, אדער לכל היותר מיט מינימאלע הילף, וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין באציאונגען מיט געזעלשאפט. פארשטייט זיך אז יעדער בחור דארף זיין אביסל קוריאז, 'אנדערש'. אויב נישט, איז עפעס נישט אין ארדענונג… פון נאטור אויס וועט א בחור טראכטן און טון זאכן אנדערש ווי לאנגווייליגע ערוואקסענע. אבער דאס איז נאר אזוי לאנג ווי זיין התנהגות גייט נאך אריין אין די גרעניצן פון דעם נארמאלן אנגענומענעם תחום המושב. ווידער אויב זאכן גייען טאטאל ארויס פון דעם נארמאלן סדר, דאן איז גאנץ קלאר אז עס איז דא פארהאן אן ערנסטע פראבלעם וואס דארף באהאנדלט ווערן אויפ'ן ריכטיגן אופן.

צו אילוסטרירן די נקודה, לאמיר בדרך משל זיך פארשטעלן ווי צעטומלט בלעם האט געמוזט ווערן ווען זיין אייזל האט פלוצלינג אנגעהויבן זיך אויפפירן ווי… א חמור. ער האט פרובירט מיט גוטן און מיט שלעכטן, אבער עס האט זילטש אויפגעטון. פלוצלינג האבן זיינע אויגן זיך אויפגעמאכט און ער האט אנערקענט אז דא איז באמת פארהאן א געוויסע זאך וואס שטייט אים אין וועג.

ווען א מענטש פירט זיך אויף גענצליך אנדערש ווי עס איז נארמאל אנגענומען, איז דאך זייער קלאר אז עפעס שטייט אין וועג. אזוי לאנג ווי דער "עפעס" ווערט נישט אנטדעקט און מען ווייסט נישט וואס דאס איז, וועט עס זיין א גאר שווערע מערכה צו מאכן סיי וועלכע פארשריט. ווי קען מען דען עלימינירן א שטרויכלונג, בשעת מען ווייסט בכלל נישט וואו און וואס דאס איז. איר דארפט נישט קיינעמ'ס חוות דעת צו הערן אז אייער זון האט סאציאלע פראבלעמען אדער אז ער מאכט דעם איינדרוק פון א שווערע נאטור; וואס איר דארפט איז אן ערפארענער פראפעסיאנאל וואס זאל אייך זאגן 'וואס' דאס איז.

נאכ'ן קלארשטעלן דאס אלעס, איז פארהאן א זאך וואס איז זיכער ווערד צו פרובירן. לויט ווי איך ליין אייער שילדערונג איבער אייער קינד'ס שוועריגקייטן, האב איך באקומען דאס געפיל אז ער באקומט אפשר נישט גענוג פאזיטיווע אויפמערקזאמקייט.

מיין כוונה דא איז אוודאי בכלל נישט צו פרובירן אנלייגן אלעס אויף דעם און זאגן אז דאס גאנצע וואס עס פעלט אים איז בלויז אטענשאן. ווי אויך פרוביר איך נישט צו באשולדיגן קיינעם פאר'ן אים נישט געבן גענוג אויפמערקזאמקייט. ווען א גרויסער בחור פירט זיך אויף אויף דעם אופן וויאזוי איר שילדערט, קען עס זיין אויסערגעווענליך שווער צו אננעמען די כוחות און טרעפן אין זיך גענוג פאזיטיווע געפילן צו קענען אים שענקען אמת'ע פאזיטיווע אטענשאן. פון דער אנדערער זייט, לאמיר א מינוט זיך אפשטעלן און אריינטראכטן איבער די אלע נעגאטיווע געפילן וואס אייער קינד באקומט צוליב זיין אומגעראטענע התנהגות.

מ'קען זיך גאנץ זיכער פארלאזן אויף די בחורים אז זיי באמערקן יעדע איינציגע פון זיינע משוגעת'ן און מאכן כסדר זיכער אים צו דערלאנגען א שפע פון פארציעס וואס ברענגען אים נעגאטיווע געפילן. די הנהלת הישיבה איז שוין געוויס אויך מיד פון זיינע שטיקלעך און געבן אים צו נאך אביסל נעגאטיווע 'קאנסטרוקטיווע קריטיק'. דאן קומט ער אהיים צו עלטערן וואס זענען שוין געוויס היפש אומגעדולדיג און ער שטייט אויס צו פרישע דירעקטע צי אומדירעקטע נעגאטיווע באמערקונגען. אפילו אויב מען פרובירט זיך איינצוהאלטן, איז כמעט אוממעגליך ער זאל עס נישט פילן.

אזא נאכאנאנדע מאס פון נעגאטיוויטעט קען זיין גאר שעדליך אפילו פאר א געווענליכן בחור, שוין אפגערעדט פאר איינעם וואס ליידט שוין אזוי אויך פון אנדערע אומבאהאנדלטע פראבלעמען. אייגנטליך, ווי קלוג אייער בחור זאל נאר זיין ווען עס קומט צום לערנען, האט ער מעגליך נישט קיין השגה איבער דעם פאקט אז ער איז גאר דער גורם צו די אלע נעגאטיוויטעט, און צו פרובירן דאס מסביר זיין פאר אים וועט קיין סאך נישט העלפן אויסער צולייגן פרישע נעגאטיווע געפילן.

דעריבער, צו געבן פאר'ן בחור א געזונטע דאזע פון אמת'ע פאזיטיווע אויפמערקזאמקייט קען העלפן ברענגען א פארבעסערונג אויף פיל פון זיינע סימפטאמען. דאס וואלט אויך געהאלפן אז סיי וועלכע פראפעסיאנעלע הילף זאל ווירקן פיל גרינגער און שנעלער.

פאלגנד זענען עטליכע נקודות וואס קענען אייך העלפן דערגרייכן א מער פאזיטיוון צוגאנג:

  • נעמט אין אכט אז אייער זון ליידט אויך און ער איז נישט סתם א "שלעכטער". פאקטיש איז ער גאר דער וואס ליידט די מערסטע; פיל מער ווי די הנהלת הישיבה און אפילו ווי זיינע עלטערן.
  • ארבעט אויף זיך צו באטראכטן אייער זון נישט ווי א 'פראבלעמאטיש קינד', נאר ווי א באליבט קינד וואס 'ליידט פון א פראבלעם'.
  • פרובירט זיך איינגעוואוינען צו אנערקענען און באמת אפשאצן זיינע מעלות און פאזיטיווע אייגנשאפטן.
  • אינוועסטירט אין א נענטערן קשר מיט אייער זון אויף זיין ניווא, אויף א וועג וואס ער האט הנאה, דורכ'ן פארברענגען צוזאמען אויף אן אופן וואס ער האט הנאה.
  • שטעלט אפ די נעגאטיווע שטימונג און אנגעצויגענע געפילן פון אייך צו אים. א הארץ שפירט א הארץ.

עס לוינט אוודאי צו פרובירן!

פיל נחת, הצלחה און סייעתא דשמיא.

 

*

די חינוך פערספעקטיוו

הרב חיים ארי' שווארץ

מחנך ומטפל

עס קען זיך דאכטן פון אייער בריוו ווי איר וואלט געוואלט ווערן א הארץ דאקטאר אן קיין שום פראקטיק פון פריער… א דענטיסט קען נישט פאררעכטן די ציינער בעפאר ער לערנט זיך דעם פאך אפאר יאר, א הארץ דאקטאר טאר נישט צורירן א מענטש אן באקומען די ריכטיגע טרענירונג דערצו. איר ווילט אבער אליין ארויסהאבן און פארשטיין די פראבלעם מיט אייער קינד, איר טראכט אז איר קענט אים אליין היילן. דאס איז א טעות.

איר שרייבט אז "איר האט שוין אלעס פרובירט" דערנאך רעדט איר זיך אפ אז עס ארבעט נישט. עס איז שווער, אבער איך דארף מודיע זיין אז אייער בחור ליידט פון א פראבלעם וואס עס איז כמעט ווי אוממגעליך אליין מסדר צו זיין. דער בחור נויטיגט זיך וויכטיג אין פראפעסיאנעלע הילף און נאר מיט די ריכטיגע מומחים וועט ער בעזהשי"ת געהיילט ווערן. זיין פראבלעם איז היילבאר, ער דארף אבער גיין צו א מומחה.

דער פאקט אז דער אויבערשטער האט אייך באשאנקען מיט דעם קינד מיינט בכלל נישט אז איר האט אליין די נויטיגע ארבעטסגעצייג צו היילן זיינע פראבלעמען. איר דארפט אים מחנך זיין, איר דארפט אים העלפן און בויען, אבער היילן זיינע פראבלעמען האט נישט מיט אייך. פונקט ווי ווען זיין ציין טוט אים וויי פרובירט איר נישט קודם אליין צו זען וואס מען קען טון. עס איז די אחריות פון עלטערן צו שיקן דאס קינד צו פראפעסיאנאלן און נישט פארלירן צייט מיט ארבעטן אליין.

און יעצט צום ענטפער. עס איז קלאר אז מען זעט פון די התנהגות פון אייער קינד אז ער ליידט פון סאציאלע פראבלעמען, מען דערקענט אויך געוויסע פערסאנאליטי דיסארדערס. זאגן אז די סיבה פון זיינע פראבלעמען איז ווייל ער קאאפערירט נישט, איז פאלש און נישט ריכטיג. דאס איז נישט די סיבה, זיינע פראבלעמען זענען דירעקטע תוצאות פון זיינע סאציאלע פראבלעמען און/אדער זיין פערסאנאליטי דיסארדער.

כדי צו העלפן דאס קינד איז לאו דוקא אז מען מוז דערגיין דער אונטערליגנדער סיבה וואס האט גורם געווען דעם פראבלעם. אסאך מאל, בעסער געזאגט, אין רוב פעלער, וועט א מומחה קענען העלפן דאס קינד דורך בלויז אויפבויען א גוטע פאזיטיווע און געזונטער קשר מיט'ן קינד, דאס קינד זאל האבן צוטרוי אין דעם מומחה וואס פארשטייט וויאזוי צו מאכן אזא קשר, דעמאלט קען דער מומחה העלפן דאס קינד מיט פשוט אויסלערנען די סאציאלע סקילס וואס אים פעלט און אויפבויען די סקילס לויט זיין סביבה, און ער קען אים אויסהיילן פון די שלעכטע פערסאנאליטי, אדער אין געוויסע פעלער אויסלערנען וויאזוי צו לעבן מיט די פערסאנאליטי אויף א געזונטן וועג.

יעדע קינד וויל, יעדער האט א רצון, און ווי איר ערווענט אינעם בריוו אז בעצם וויל ער, ער איז נאר נישט מצליח נאכצוקומען זיינע רצונות. אבער מיט די ריכטיגע קשר און דורך אויסלערנען די ריכטיגע סקילס קען מען אים העלפן אויספירן די זאכן וואס ער וויל אזוי שטארק.

איר שרייבט אז ער זוכט אייביג צו בארעדן אן קיין שום סיבה. דאס צינדט אן א רויט לעמפל. עס שיינט אז דא ליגן פארשטעקט פראבלעמען וואס מיר קענען נישט דערגיין בעפאר'ן זיצן מיט'ן בחור און אים אנאליזירן. אשע"כ איז זיכער נישט די עצה אליין צו פרובירן העלפן דעם קינד, מיר וואלטן רעקאמענדירט צו זען א מומחה ווי שנעלער.

בנוגע וועלכע מומחה צו זען איז באמת פארהאן צוויי סארט פראבלעמען, און צוויי סארט מומחים. עס זענען דא קינדער וואס עס פעלט זיי נאר אביסל סאציאלע סקילס, מידות, בויגזאמקייט, רואיגקייט, שטארקייט, זיי פארשטייען זיך נישט מיט אנדערע מענטשן, וואס מיט אביסל קאוטשינג, בלויז עטליכע סעסיעס געוואנדן לויט די פראבלעם, קען ער זיך טרעפן כאחד האדם.

עס זענען אבער דא אזעלכע וואס זענען יא אביסל קראנק, זיי האבן א פערסאנאליטי דיסארדער און זיי האבן זיך אליין נישט אין דער האנט, קאוטשינג וועט ביי זיי נישט ארבעטן ווייל זיי דארפן שטארקע טעראפי דורך א פסיכאלאג און פסיכיאטער, אפט מיט מעדיצין, כדי אויסצוהיילן זייער צעקלאפטע נפש אדער זייער פערסאנאליטי דיסארדער.

עס זענען דא עלטערן וואס גייען קודם באזוכן א דאקטאר מחמת חשש אז אפשר איז עס עפעס ערנסט, און אויב איז עס נישט ערנסט גייט מען פאר קאוטשינג, ווידער זענען דא עלטערן וואס שפירן אז זייער קינד איז נישט קראנק, און ווי איר ברענגט ארויס אז אייער קינד איז כאחד האדם אין רוב ענינים, און עס איז נישט געשמאק צו גיין צו א דאקטאר נאר ווען מען מוז, אזעכלע עלטערן פרובירן קודם א היימישן סוקסעספולן קאוטש וואס זאל אים אויפבויען.

צום שלוס געדענקט: די עיקר רפואה ליגט אין דעם קשר. און דאס פארלאנגט אז דער מומחה זאל זיין א היימישער וואס קען די ישיבה סיסטעם און פארשטייט אונזערע בחורים, אזא איינער דארף זיין א ווארעמער און געפילישער מענטש, וואס פארשטייט צו בחורים און קען אויפבויען א טיפן קשר דורך געווינען דעם בחור'ס צוטרוי.