איך האב נישט געקענט מער ווי בעטן און וועלן. דער מיצר האט מיך געהאלטן אזוי פארשקלאפט, אז אפילו בעטן נישט אריינצופאלן אין יאוש האב איך נישט געקענט. ווען די שעה פון גאולה האט אבער געשלאגן, איז זי געקומען אומגעראכטן, אומדערווארטעט, און אויפאמאל איז אלעס געווען גוט און שיין – אריגינעל ערשינען אין נפשי #4 דורך שמואל דיאמאנט

 

איך געדענק נישט ווען דאס האט זיך אנגעהויבן, אבער אזוי לאנג צוריק ווי מיין זכרון גייט, זיצט אין מיין הארץ א "קניפ", א ווייטאג, אזא סארט איינגעצויגן שטיקל ענגשאפט. דאס קליין אבער שווער פעקל באשטייט פון שולד-געפילן, וואס נאגט און גריזשעט און לאזט נישט קיין רגע מנוחה.

אויף וואס פיל איך זיך שולדיג? פרעגט בעסער: אויף וואס נישט? די געפילן זענען דארט; זיי דארפן נאר עפעס ממשות'דיג אין וואס זיך אנצוכאפן. און אויף וואס זיך אנצוכאפן, פארשטייט איר מיך, איז אייביג דא.

דאס איז מיין געשיכטע שוין יארן לאנג. די שולד-געפילן וואוינען ביי מיר שוין לענגער ווי איך קען געדענקען. איך בין איבערצייגט אז איך בין א שלעכטער מענטש, א זינדיגער מענטש, א שווערער מענטש, עמיצער וואס האלט אין איין וויי טאן אנדערע, וואס שלעפט א פעקל חטאים שווערער ווי מיין געוויסן איז ביכולת צו טראגן.

די פיינפולע הרגשים זענען נישט נאר יסורי נפש, נאר האבן געשטערט מיך אנצוגיין מיט'ן לעבן – נישט נאר מיט אידישקייט, נאר אפילו מיט סתם אזוי געווענליכע טעטיגקייטן. זיי שטייען אויך אין וועג פון מיינע באציאונגען מיט מענטשן. עפעס אין מיר זאגט מיר כסדר אונטער, אז איך טו עפעס שלעכט.

ס'איז מיר יארן לאנג שווער געווען צו דאווענען. ווער דארף מיינע תפילות, פלעג איך צו זיך טראכטן. וואספארא הנאה קען שוין כביכול דער אויבערשטער האבן פון אזא חוטא ווי איך? אויך ווען ס'איז געקומען צו די בקשות מיט וועלכע דאס דאווענען איז פול, האבן מיר פון יענעם ווינקל ארויסגעווינקען די שולד-געפילן מיט גרויע אנצוהערענישן, אז ס'איז פשוט נישט מעגליך אז דער אויבערשטער זאל אויסהערן מיינע תפילות. נישטא און נישט שייך. די ספרים הק' זענען פול מיט מאמרים וועגן מענטשן ווי איך, וואס זענען באגאנגען די און יענע עבירות. די תפילות פון אזא מענטש גייען ניטאמאל ארויף אין הימל, און אפילו ס'זאל זיך יא מאכן אן אויסנאמליכער עת רצון, אפילו אויב עפעס א זכות זאל זיך באווייזן דורכצוברעכן א שפאלט אין דער וואנט דורך וועלכן מיינע א בקשה זאל זיך יא קענען דורכרייסן, וועט דער אויבערשטער מיין געבעט זיכער נישט אננעמען. פארוואס דען יא? עס קומט מיר נישט. מיין דעפיציט אינעם הימלישן חשבון איז אזוי גרויס, אז אפילו נאכ'ן מגולגל ווערן עטליכע מאל, וועל איך נישט באווייזן צו פאררעכטן דאס וואס כ'האב קאליע געמאכט.

א פשוט'ער דאווענען איז מיר אזוי ארום פארוואנדלט געווארן אין אן אומגעהויערער שוועריגקייט. דאווענען, האב איך געוואוסט, דארף איך ווייל וואס ס'זאל נאר נישט זיין בין איך א איד און א איד דארף דאווענען. ווען מען ווייסט אבער אז די תפילות האבן נישט קיין שאנס אנצוקומען אויבן, איז עס זייער שווער. דערצו האב איך זיך נאך געפילט ווי אזא מחוצף, כביכול, כלפי מעלה. ווי נעם איך דאס עזות זיך צו שטעלן פאר'ן מלך מלכי המלכים, וועלכער זעט און ווייסט אלעס וואס איך האב געטאן און אלעס וואס איך טראכט? דער רבונו של עולם ווייסט דאך אמת'דיג וואס עס טוט זיך ביי מיר אין הארצן. ער ווייסט אלעס וואס איך האב געטאן, און ער ווייסט אויך אז איך האב נישט אזוי ווייט חרטה אויף מיינע חטאים ווי דאס אז איך האב מער נישט קיין כוח צו די שולד-געפילן וואס זיי האבן מיט זיך געברענגט. וואס איז אזא חרטה ווערד? ווער דארף זי?

אזוי האב איך זיך געפייניגט און געמוטשעט מיט אלעם אין לעבן. יעדער דבר מצוה איז מיר אנגעקומען שווער. ווען כ'האב זיך אין די ערב-סוכות טעג ארויסגעלאזט זוכן א מהודר'דיגן סעט פון ד' מינים, איז די זעלבע שטימע אונטערגעקומען מיט די זעלבע טענות: 'וועמען פאפסטו? דיינע מצוות זענען ווערד א זעץ. קיינער דארף זיי נישט. יא, ס'איז אמת אז נאך אלע מעשיות ביסטו נאך אלץ מחויב צו האלטן די תורה און מקיים זיין די מצוות. אבער דעם הידור חלק? וועמען נארסטו? טיף ביי זיך ווייסטו דעם אמת, אז דו האלסט נאך אזוי ווייט פון זיך אפגעבן מיט הידור מצוה. קודם זע אז דיינע מצוות זאלן טראגן אין הימל כאטש א טראפן חשיבות, און דערנאך קענסטו זיך אפגעבן מיט די פרטי פרטים…'

די שטימע מיט אירע טענות האבן זיך צו מיר צוגעקלעבט ווי א שאטן און מיך באגלייט אויף טריט און שריט. וואו איך בין געגאנגען און וואס איך האב נאר געטאן, איז די שטימע דארט געווען. אפטמאל האט זיך מיר געדאכט אז זי לויפט פאראויס, און ווען איך קום ערגעץ אן איז זי שוין דארט און ווארט מיך אפ, כדי איך זאל ניטאמאל באקומען די געלעגנהייט פון טראכטן אנדערש ווי זי דיקטירט.

ס'איז נישט בלויז מיט דאווענען, לערנען, און קיום המצוות, נאר אפילו אין מיינע געווענליך-וואכנדיגע באציאונגען מיט אנדערע מענטשן האט די שטימע געהאט וואס צו זאגן. איך בין א שלעכטער; דאס איז קלאר. ווען איך וויל עמיצן טאן א טובה, איז עס נאר צו מאכן זיך אליין פילן בעסער. 'דו ווילסט דען טאן גוטס מיט אנדערע? דו זוכסט א וועג צו באגראבן דיין עבר, צו דערשטיקן די שולד-געפילן. אבער דיין עבר איז א מציאות און די שולד-געפילן זענען נישט מער ווי בארעכטיגט.'

נו, זי איז דאך גערעכט, די שטימע. איך בין דאך טאקע באמת נישט דער גוטער מענטש. און אויב דער גאנצער ציל מיט'ן טאן א טובה איז נאר כדי צו פארקירעווען דעם פאקוס פון מיינע אמת'ע פראבלעמען, איז דאך די טובה פשוט אן עוולה! איך טאר עס נישט טאן. ס'איז קלאר.

ווער רעדט נאך ווען איך בין טאקע באגאנגען אן עוולה כלפי מענטשן אדער אן עבירה כלפי דעם אויבערשטן. דעמאלט האט די שטימע געהאט שטאף אויפ'ן פאלגנדן יאר. 'נישט נאר וואס דו האסט דאס פעקל פון אלע אנגעקליבענע מעשים טובים, נאר יעצט האסטו דערצו נאך פארלוירן יעדן שאנס וואס דו וואלסט אפשר געהאט צו תשובה טאן און טוישן דיינע וועגן!' האט די שטימע ווידערהאלט איינמאל און ווידעראמאל און נאכאמאל.

און ווען זי פרעגט מיך, וואלט איך איר געזאגט אז איר ארבעט פון מיך איבערצייגן איז גענצליך איבעריג. כ'ווייס אליין אז ס'איז ביטער מיט מיר און כ'וועל מער קיינמאל נישט באווייזן מתקן צו זיין דאס כ'האב קאליע געמאכט.

איך בין נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט. איך האב זיך אויפגעזוכט ספרים און אויסגעהערט דרשות חיזוק, אבער מחמת איזה סיבה האט זיך גארנישט דערפון אנגעקלעבט אין מיר. יא, איך גלייב אין אלעם וואס די ספרים זאגן. איך גלייב אז דער אויבערשטער זעט און פארשטייט מיין פיין, אז ער האט ליב יעדן איד אפגעזען פון זיין מצב. כ'האב אפילו אויפריכטיג געגלייבט וואס כ'האב געהערט פון עמיצן פון די גרויסע משפיעים אין אונזער דור, אז דער אויבערשטער גלייבט אין יעדן מענטש מער ווי דער מענטש גלייבט אין זיך אליין.

פארט, ס'איז מיר נישט אריין אין קאפ. אייגנטליך, איך קאפ איז אלעס באקוועם אריין, אבער אין הארץ האט גארנישט דערפון באוויזן אריינצודרינגען. איך האב אלעס געגלייבט און געוואוסט; כ'האב פארשטאנען אז ווען מיר זאגן דורכאויס די ימים-נוראים תפילות "אמת כי אתה הוא יוצרם ואתה יודע יצרם" מיינט עס ממש דאס: דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש, מיך אריינגערעכנט, און האט אים געגעבן דעם יצר הרע מיט וואס איך דארף זיך ספראווען. כ'האב אויך געוואוסט אז איין אמת'ער קרעכץ איז גענוג אויפצוברעכן דיקע און שווערע ווענט.

כ'האב אלעס געוואוסט, אבער כ'האב נישט געפילט אז דאס מיינט מיך. בעסער געזאגט: איך האב געפילט – ניין: געוואוסט – אז די זאכן מיינען מיך בפירוש נישט! די אלע דברי חיזוק זענען געמאכט פאר מענטשן וואס זענען לעולם נישט אזוי שלעכט; זיי רעדן זיך נאר איין אז זיי זענען ערגער ווי זיי זענען באמת. דערפאר דארף מען זיי קלאר מאכן, אז זיי זענען כשר און גוט און דער אויבערשטער האט זיי ליב און דארף זייער תורה און מעשים טובים. אזא חוטא ופושע ווי איך? נע. מיינע מחשבות און שולד-געפילן קומען נישט פון קיין נסיון מיך אריינצופירן אין עצבות, ווייל זיי זאגן דאך נישט מער ווי דעם אמת! ס'איז שלעכט מיט מיר. איך דארף נישט קיין חיזוק, ווייל מיין מצב איז נישט קיין אילוזיע, נאר דאס ריינע, קלארע מציאות.

*

סוף כל סוף האט מען פון הימל זיך אויף מיר מרחם געווען. מיין ישועה איז נישט געקומען אין דער פארעם פון עפעס א דראמאטישער הכרה אדער השראה. ניין. אלעס איז געקומען פשוט און נאטירליך. דאס איז געווען ווען איך האב איין טאג ביי שחרית געפונען איין אזא תורה-בלעטל אויפ'ן טיש. איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס ס'איז מיר אינמיטן א וואכנדיגן שחרית איינגעפאלן צו לייענען אזא בלעטל, אבער אנשטאט אנטון די רבינו תם תפילין האב איך זיך געטראפן זיצן ביי דער הויכער שמונה עשרה און לייענען.

איז דארט געווען געברענגט א ציטאט פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס האט אינעם תוכן הדברים געזאגט עפעס אזוי: ווען נישט דעם פאקט וואס תשובה איז א מצוה אין יהדות, וואלט א מענטש נישט געטארט טראכטן וואס ס'איז געווען א רגע פריער. ווייל וואס איז דען א חילוק וואס ס'איז געווען? אלעס וואס איז געשען אינעם עבר, באלאנגט אינעם עבר. די איינציגע זאך וואס איז נוגע, איז וואס איז יעצט. אזוי, האט רבי יעקב מאיר געזאגט, וואלט עס געדארפט זיין ווען נישט די מצוה פון תשובה. און יעצט, אז ס'איז פאראן אזא מצוה, דארף דער מענטש טאן נאר דאס וואס דער חיוב פון תשובה פארלאנגט: דא און דארט ווידמען צייט פאר חשבון הנפש און דערביי תשובה טאן וואס איז געווען. אבער דאס איז עס! מער ווי דעם, ווי יענע באשטימטע צייט, האט דער מענטש נישט וואס צוריקצוקוקן.

כ'ווייס נישט וואס אזוינס אין די ווערטער האט מיך אזוי געכאפט, אבער דער געדאנק האט ווי א שטראל קאנצענטרירטער ליכט זיך דורכגעריסן אלע אנגעלייגטע שיכטן שולד און ווייטאג און איינגענומען מיין הארץ מיט א כוח וואס איך האב זיך נישט פארגעשטעלט קען בכלל עקזיסטירן אויף דער וועלט. עפעס אין מיר האט זיך אויפאמאל אויפגעלאזט און מיין קערפער האט ממש געציטערט פון התרגשות.

כ'האב זיך אויסגעטאן טלית-ותפילין, אריין אין קאר און קוים עספיעט צו פארמאכן די טיר איידער כ'האב אויסגעבראכן אין היסטערישן, אומקאנטראלירבארן געוויין. פאר א גוטע צוואנציג מינוט בין איך געזעצן און געוויינט, ביז איך האב זיך ענדליך באוויזן צו באהערשן.

כ'בין ארויס פון קאר, געגאנגען זיך אפוואשן דאס פנים, און צוריק אריין אין שול. איך האב זיך געפילט ווי ניי-געבוירן, מיט א ריינער, פריש-אויסגעוואשענער נשמה. ס'האט מיר אויסגעזען ווי צוואנציג יאר זענען דורכגעלאפן אין דער קורצער צייט זייט איך בין פריער ארויס פון בית המדרש.

דער מנין האט אינדערצווישן געענדיגט דאס דאווענען. איך האב שנעל מסיים געווען שחרית און צוזאמגעלייגט דעם טלית און די תפילין. כ'האב געעפנט א תהילים וואס האט זיך דארט געפונען אויפ'ן טיש, און מיינע אויגן זענען באלד געפאלן אויפ'ן פסוק, "לב טהור ברא לי אלוקים, ורוח נכון חדש בקרבי." די שכינה כביכול רעדט צו מיר, האב איך געטראכט. איבערגענומען פון התרגשות, האב איך אויפגעהויבן א פּאר דאנקבארע בליקן און זיי געוואנדן אין ריכטונג פונעם ארון קודש. כ'האב זיך אבער אליין צעשמייכלט: דער אויבערשטער איז דא, מיט מיר, נעבן מיר, אין מיר. כ'דארף נישט גיין ביז דער מזרח-וואנט. כ'קען צו אים רעדן שוין, יעצט, דא.

*

איך ווייס נישט פארוואס איך האב געדארפט דורכגיין די שווערע יארן ליידן, כ'ווייס אבער אז ווען די צייט איז געקומען, איז די ישועה געקומען אויגנבליקליך און אומדערווארטעט. גענוי ווי דעמאלט, מיט אונזערע אור-עלטערן אין מצרים, האט די ישועה זיך נישט פארזוימט קיין רגע לענגער ווי אנגעשריבן פון אויבן. ווען די צייט פון גאולה קומט, ווערט מען באפרייט כהרף עין. מען גייט ארויס פון גלות, פון דער אייגענער, אינערליכער ענגשאפט און מען איז זוכה צו דער גאולה פרטית.

פארוואס דער קישוי השעבוד פון ביז אהער? כ'ווייס נישט. און באמת: ס'אינטערעסירט מיך נישט, ווייל צוריק קוקט מען נאר דעמאלט ווען די מצוה פון תשובה איז מחייב. אנדערש לעבט מען אין דער געגנווארט מיט די אויגן געריכטעט צו דער צוקונפט…

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!