אריגינעל ערשינען אין נפשי #5 דורך בן מנחם

 

דאקטאר ראנען היזאמי וועלכער ווערט גענוצט דורך אסאך היימישע אידן וואס גייען אריבער שוועריגקייטן אין גייסטישן זין האט זיך אמאל שארף אויסגעדריקט שמועסנדיג איבער 'אספערגערס', ער האט געזאגט: "האבן דען נישט אלע פון אונז כאראקטער-שטריכן פון אספערגערס?" און מיט א טיפערן בליק, איז ער דען נישט גערעכט?

אספערגערס איז א געוויסע פארעם פון אויטיזם. אויטיזם איז א צושטאנד וואס האלט אפ דעם מענטש פון געזונטע קאמוניקאציע מיט דער סביבה. עס באשטייט פון א "ספעקטרום", א רעגנבויגן. עס גייט מן הקל אל הכבד, פון גרינג צו שווער, פון מענטשן וואס ליידן נאר פון אביסל אויטיזם ביז די וואס האבן עס אויף אן ערנסטן פארנעם. פארהאן וואס מיינען אז אויטיזם וועט אייביג שטערן דעם באטרעפנדן פון פירן א נארמאלן הלוך ילך, עס איז אבער נישט אמת, דער ספעקטרום איז ברייט און נעמט אריין פון מענטשן וואס קענען כמעט נישט פונקציאנירן ביז הויך-פונקציאנירנדע מענטשן, און לויט דעם דערמאנטן ווארט פונעם דאקטאר, יעדן.

ווען עס קומט צו כאפן וואס 'איך' וויל, זענען אלע דא, יעדער איז א בר הכי, אלע אויטיזם ליידנדע פארשטייען אקוראט וואס זיי אליין ווילן. אייביג הייבן זיך די קאמפליקאציעס אן ווען עס קומט צו פארשטיין יענעם. כדי צו האבן די מינדעסטע ווערטער אויסטויש מיט א צווייטן דארף דער מענטש האבן די מעגליכקייט אריינצוקריכן אביסל אין יענעם, וויסן וואס צו זאגן, וואס וועט ביי יענעם אויסנעמען יעצט. אדער אפילו, אויב וויל ער יענעם טשעפען דארף ער אויפכאפן וואס עס וועט יענעם שטעכן און וואס נישט, און אז עס זאל נישט באדערן טיפער ווי ער וויל יעצט.

נישט פארשטיין די חכמה עמוקה פון "דער צווייטער מענטש" איז אויטיזם. ווי ווייניגער מען פארשטייט דאס אלץ העכער אויפ'ן ספעקטרום שטייט מען. קיינער איז נישט קיין נביא, אבער אפט כאפן מיר נישט זאכן וואס מיט אביסל אפענע אויגן, א טראפ ווייניגער טראכטן פון זיך, וואלט מען עס אויפגעכאפט.

אין לעבן קומען אויף זייער אסאך סיטואציעס וואס הייבן דאס ארויס, זייער אפט קומט צום אויבערפלאך ווי מענטשן פארשטייען נישט יענעם, זיי ליגן אזוי שטארק אין זיך, אין זייערע אייגענע שאיפות ותאוות, אז זיי כאפן נישט ווי אנדערע מענטשן האבן אנדערע מטרות און אנדערע זאכן וואס מאכן זיי פרייליך.

מענטשן זענען בטבע גוט, וואויל און ערליך. כמעט קיינער גייט נישט בייזוויליג בארעדן, פארשעמען אדער דערנידערן א צווייטן. אבער זייער אפט טוט מען דאס יא, נישט ווייל מען מיינט דאס צו טון, נאר ווייל די חלק האויטיזם פונעם מענטש לאזט אים נישט כאפן אז דאס וואס ער טוט יעצט דערנידערט יענעם. אפילו אויב באמת ווייסט ער אז ער פארשעמט יעצט איינעם, אבער די אויטיזם, די איינגעגעסענע ליבשאפט צו זיך, דאס מאכט אים שפירן ווי דאס וואס ער זאגט, טוט, טראכט, איז נארמאל, יושר, גערעכט.

 

עושר קעגן ארעמאן

דער בית הלוי (פרשת וישלח) שמועסט אויס א פחד'יגע נקודה, ער זאגט אז אין הימל רעכנט מען נישט לויט וויפיל מעשים דער מענטש טוט, נאר מען רעכנט אויך לויט וויפיל זאכן זענען פועל יוצא פון זיינע מעשים. ער רעכנט דארט אויס אסאך משלים אויף דעם, א שטייגער ווי איינער וואס טרינקט חלב עכו"ם, אן איסור דרבנן, און דאס פירט אים נכשל צו ווערן מיט חלב טמא, א דאורייתא, רעכנט מען ווי כאילו ער האט עובר געווען אויף א דאורייתא כאטש וואס ער האט קיינמאל נישט געוואלט גיין אזוי ווייט.

א זיסער משל וואס דער בית הלוי ברענגט דארט איז שטארק נוגע אהער, ער שרייבט ווי פאלגנד: "עס מאכט זיך אמאל אז דער עושר שרייט אויפ'ן ארעמאן ווייל עס דאכט זיך אים אז דער ארעמאן האט עפעס געטון אומריכטיג, אדער האט ער פוגע געווען אין זיין כבוד, און וועגן דעם שרייט ער אויפ'ן ארעמאן און זיין גאנצע כוונה איז אים מצער זיין צוליב דער קלייניגקייט וואס דער ארעמאן האט געטון."

דער בית הלוי איז ממשיך במתק לשונו: "קומט אויס אז דער עושר וויל אים נישט מצער זיין נאר לויט דעם שיעור וואס ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז אזויפיל וויל ער אים מצער זיין, און נישט מער. טאמער וועט פאסירן אז דער צער פונעם ארעמאן וועט זיין שטערקער ווי דער עושר האט געוואלט, וועט ער אליין זיכער חרטה האבן אויף זיין טאט און זאגן אז דאס האט ער שוין נישט געוואלט."

דער בית הלוי נוצט דאס אלס נאך א דוגמא פון א זאך וואס ווערט געטון מיט א כוונה נישט צו גיין אזוי ווייט ווי עס איז למעשה געשען. אבער, לעניננו שטעלט זיך א קשיא אויף דעם בית הלוי. איז דען מעגליך אז א מענטש שיסט ארויס א קויל מיט א שוואכטשיגן 'ביבי-ביקס' און עס זאל האבן דעם זעלבן עפעקט ווי 10 קוילן פון א מיליטערישן מאשין-ביקס? עס איז דאך נישט שייך אזא זאך, די שטארקייט פון די קויל איז דאך מחליט וויפיל עס וועט שעדיגן. אויב אזוי, וויאזוי איז שייך במציאות אז דער ארעמאן זאל ווערן געשעדיגט מער פון וויפיל דער עושר שעדיגט אים? דער עושר געט אים בזיונות כשיעור כזית און יענער ווערט פארשעמט כביצה? וואו אויפ'ן וועג איז די גרויסקייט פון די בושה געשטיגן?

עס איז אבער נישט קיין קשיא, ווייל מענטשן זענען נישט מאטעריאליסטיש און קאלט ווי א ביקס. א רעוואלווער האט איר קראפט צו וואס זי איז געבינדן, עס האט איר גענויע קוואליפיקאציע ווי ווייט עס קען שיסן און דאס איז עס. ביים מענטש גייט עס אבער לויט וויאזוי דער מקבל נעמט עס. ווייל מענטשן זענען אויטיסטיש, לויט ווי מיר שמועסן דא. קומט אויס אז כאטש וואס דער עושר מיינט נישט צו גיין אזוי שארף ווערן זיינע ווערטער אבער יא אנגענומען שארף, פשוט ווייל דער ארעמאן איז צו אויטיסטיש צו האבן די מעגליכקייט אפצושאצן פינקטליך וואס דער עושר האט געמיינט. ער זיצט אין זיין שאכטל און קוקט אויף זיך, זעט נאר זיך, און אזוי ווי ער שפירט זיך קליין און מושפל'דיג קעגן דעם גרויסן עושר נעמט ער אן דעם שטאך ווי א זעץ.

דער עושר ווידעראום, איז פונקט אזוי אויטיסטיש. ווען ער וואלט גענומען די מי אריינצוגיין בעומק נפשו פונעם ארעמאן וואלט ער שוין גאנץ גוט געכאפט אז דאס וואס ער וויל זאגן איז צו שארף. זיצט ער אבער אין זיין קעסטל, ער כאפט נישט אז דער ארעמאן שפירט זיך אזוי מושפל'דיג קעגן אים. און וועגן דעם, זאגט דער בית הלוי, באקומט ער א שטראף אויף די 'אימפעקט' פון זיינע ווערטער, נישט אויף וואס ער האט געמיינט צו זאגן. ווייל א מענטש טאר נישט זיין אויטיסטיש. מען דארף ארבעטן יא צו פארשטיין די געפילן פון ארומיגע.

דער ארעמאן שטייט נישט צופיל בעסער, ער וואלט עס נישט געדארפט אננעמען אזוי שארף, אבער דער עושר, וויבאלד ער האט דא געטון 'עפעס שלעכט' ליגט שוין אויף אים די אחריות צו דערגיין וואס זיינע ווערטער וועלן אנמאכן. דער ארעמאן דארף זיך אבער זיכער אויך לערנען צו פארשטיין יענעם, נישט כדי ער זאל נישט טשעפען נאר כדי ער זאל קענען לעבן געזונט און נישט זינקען אין ווייטאג וואס באשטייט פון דמיון און הבל ווען די אויף וועם ער ווייטאגט מיינען בכלל נישט אים צו באטריגן.

דער הויפט סימפטאם פון אויטיזם איז דאס לעבן אין זיך, טראכטן פון זיך, פארשטיין נאר זיך, און נישט כאפן וואס די ארומיגע ווילן, מיינען, שפירן און זאגן. עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז מענטשן וואס ליידן באמת פון אויטיזם זענען נישט שולדיג אין זייער קרענק, זיי קענען זיך נישט העלפן, זיי זענען נישט שלעכט און סעלפיש, עס פעלט זיי פשוט די קוואליפיקאציע אין מוח ארויסצוגיין פון אייגענעם שאכטל און טראכטן פון יענעם. א ריכטיגער אויטיזם ליידנדער דארף גיין פאר הילף, און בס"ד וועט ער שטייגן און זיך צולערנען די ריכטיגע בין אדם לחבירו'דיגע סקילס.

מיר פארגלייכן דא דעם יסוד פון אויטיזם צו פארשידענע אויפפירונגען וואו יעדער מענטש ליידט דערויף, דער מדובר איז אבער פון מענטשן וואס אין רוב אספעקטן פעלט זיי נישט די אייגנשאפט פון פארשטיין אנדערע מענטשן און לעבן סאציאל מיט געזונטע קאמיוניקאציע. אויף זיי איז די תביעה, אז דו קענסט יא וואו ביסטו ביי אספעקטן וואו דו פאלסט יא דורך? מענטשן וואס זענען געזונט סאציאל פאלן דורך מיט אויטיזם שטריכן בלויז צוליב נישט אריינטראכטן, נישט צולייגן גענוג קאפ צו יענעם, ווייל ווען ער לייגט יא צו קאפ פארשטייט ער.

 

"אין וועלכן כולל לערנסטו היינט?"

ברוך, א 24 יעריגער יונגערמאן קומט פון א שטוב וואס באשטייט פון בני תורה, מען לערנט דארט אין כולל על פי רוב ביז איבער 10 יאר נאך דער חתונה. עס איז פארשטייט זיך שווער, מען האט קינדער און מען דארף זיי מפרנס זיין, אבער דער חינוך וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייערע חשוב'ע עלטערן איבער לערנען תורה מתוך הדחק וועגט איבער און זיי טרעפן זיך שוין מהלכים וויאזוי דורכצושוויצן די שווערע פינאנציעלע מצבים.

אונזער ברוך איז נישט אנדערש, זיין שאיפה איז אייביג געווען צו קענען זיצן על מי מנוחות איבער דער גמרא פאר ווי לאנג עס איז נאר מעגליך, ער האט אייביג מתפלל געווען ער זאל זוכה זיין צו 'שבתי בבית השם כל ימי חיי', און אזוי איז טאקע געווען, פון א טאג נאך שבע ברכות האט ער זיך אריינגעזעצט אין כולל מיט אן אימפעט און געלערנט מיט א חיות מקצוע נאך מקצוע שטייגנדיג אויפ'ן לייטער צו ווערן א שיינער תלמיד חכם.

דער באשעפער האט אבער אנדערש געפירט. נאכ'ן זוכה זיין צו 5 לעכטיגע קינדערלעך קע"ה, צוויי דערפון א צווילינג, האט די ב"ב אנגעהויבן קרעכצן אלץ אפטער איבער דער שמאלער מצב אין שטוב. דא דארף מען נייע קליידער, נייע שיך, ווינטערדיגע מלבושים פאר די קינדער, דער גראסערי ארדער איז צו קארג און ארעם, ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו צאלן רענט, און בכלל דארף מען זיך שוין ציען צו א גרעסערע דירה. בקיצור, עס קען נישט אזוי אנגיין ווייטער, ברוך, דו מוזט טרעפן א פרנסה!

ברוך האט עס אנגענומען זייער שווער, ער האט פרובירט צו שלעפן נאך אפאר חדשים, אבער זעענדיג אז זי האלט עס ממש נישט אויס, און נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט דעת תורה, האט ער מחליט געווען צו טרעפן אן ארבעט און ממשיך זיין די לימודים צופרי און ביינאכט אויף וויפיל עס איז שייך. ער האט אפגעמאכט צו ווארטן ביז ווען דער זמן הלימודים ענדיגט זיך, און טאקע דעם פאלגנדן ר"ח חשון האט זיך ברוך געטראפן אין אפיס אנשטאט זיין באליבטן כולל פון וואס ער האט זיך שווערליך געקענט שיידן. אנהייב איז אים שווער געווען צו שטיין קעגן דעם נייעם מציאות, דער סדר היום איז אים געווען אומהיימליך, אבער צוביסלעך האט ער משלים געווען מיט זיין מצב און פרובירט ארויסצונעמען זיין עיקר חיות פון די שעות וואס ער לערנט יא.

אפאר חדשים שפעטער, ברוכ'ס פאטער מאכט חתונה א קינד בשעטו"מ, די שמחה איז אין לשער, און, ענדליך שטייט מען שוין אין זאל ביים קבלת פנים. ברוך שוויצט און לויפט פון איין גאסט צום צווייטן און נעמט אלעמען אויף מיט א ברייטן שמייכל ווי זיין שטייגער, ווען ערגעץ וואו אינמיטן די טאראראם איז זיין שמייכל דראסטיש רעדוצירט געווארן צו א קליין געמאכטע עפענונג וואס פרובירט אומאויפהערליך איינצוהאלטן א יאמערליכן געוויין, מיט ווייניג ערפאלג.

געשען איז דאס ווען פעטער אלטר פון אויסלאנד, א פעטער וועם מען זעט נישט מחתונה לחתונה, האט אים געגעבן א ברייטן שלום עליכם און געפרעגט מיט א היימישער העפליכקייט "וואו לערנסטו היינט?". בום! טראך! זעץ! די וועלט האט זיך געענדיגט. ברוך האט קאלטערהייט געגעבן א זאג דעם נאמען פון דעם כולל וואו ער האט געלערנט בעפאר ער איז ארויס צו דער ארבעט, פארשטייט זיך אז די קומענדיגע שאלה איז געווען צי ער לערנט נאך מיט מאיר שלעזינגער, א יונגערמאן וואס דער פעטער קען גראדע. ברוך האט געגעבן א תירוץ אז ער דארף ארויסגיין און פארענדיגט דעם שמועס בכי רע.

דער דאזיגער מעשה שלא היה פאסירט זייער אפט. דאס איז א טיפישע דוגמא פון א מענטש וואס טראכט נישט קיין רגע בעפאר ער פרעגט עפעס פון א צווייטן. דער פעטער, א תלמיד חכם וואס לערנט נאך עד היום אין זעלבן כולל וואו ער האט אנגעהויבן נאך דער חתונה, לעבט אין זיין קעסטל, ער פארשטייט אז יעדער איינער לערנט, דאס איז די נארמע, ער חלומ'ט בכלל נישט פון קיין צד אז זיין באליבטער פלימעניק זאל זיין אנדערש. דער פעטער איז אויטיסטיש!

נישט לאנג צוריק האב איך שפאצירט אויף דער גאס מיט א חבר פון ישיבה ווען פלוצלינג טרעפן מיר אן אלטן חבר וואס האט חתונה געהאט קיין אויסלאנד און איז צופעליג דאהי געווען צוליב א שמחה אין דער משפחה. פארשטייט זיך אז מיר האבן אים געגעבן א ברייטן שלום עליכם און זיך שיין באגריסט. אינמיטן דעם שמועס רופט זיך מיין היזיגער חבר אן צום גאסט, "וויפיל קינדער האסטו שוין?" דער שמועס איז שנעל פארקירעוועט געווארן. איך האב גלייך געכאפט דעם ביטערן ענטפער.

שטעלט זיך ווידער די ווייטאגליכע פראגע, האסטו פארגעסן אז עס איז דא א פראצענט אין דער מענטשהייט ביי וועם קינדער איז א מיטמאכעניש וואס געדויערט אפאר יאר? פארוואס האסטו אנגענומען מיט א פשטות אז ער איז שוין געהאלפן געווארן? ווייל דו האסט ב"ה זוכה געווען צו האלזן א לעכטיג קינד אונטער א יאר פון דער חתונה? איז דאס נישט ריכטיג אויטיזם!

אויטיזם באשטייט פון נישט טראכטן איבער א צווייטנ'ס געפילן, נישט אפלערנען וואס פאר א השפעה מיינע ווערטער וועלן אפשר האבן אויף יענעם. פעטער אלטר און מיין חבר האבן ביידע נישט געוואלט וויי טון דעם צווייטן, זיי האבן פשוט נישט גענומען די איבעריגע סעקונדע צו טראכטן פאר'ן פרעגן. איי, וועט עמיצער פרעגן, קומט אויס אז מען טאר גארנישט פרעגן פון א מענטש וועם מען באגעגנט? אייביג קען זיין אז עפעס גייט נישט גוט ביי אים?

דער ענטפער איז אבער זייער פשוט. א מענטש מיט וועם מען האט נישט קיין אפטע פארבינדונגען איז געזעצליך פרעמד, כאטש וואס אין ישיבה ביסטו געווען זיין בעסטער חבר. די סיבה דערצו איז וויבאלד דו לעבסט נישט מיט אים, דו ווייסט נישט זיין יעצטיגן שטאנד, דו ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן ארום אים, דו ביסט פרעמד צו אים. די אהבת חברים צווישן ענק איז אפשר נאך אויף דער זעלבער מדריגה ווי אין ישיבה, אבער די אפענע שפראך קען נישט גענוצט ווערן נאכ'ן נישט זיין בקשר א שטיק צייט.

ווען מען טרעפט איינעם וועם מען האט שוין לאנג נישט געזען איז זייער נישט ראטזאם צו פרעגן פערזענליכע שאלות. אומאויטיסטישע מענטשן פארשטייען אינסטינקטיוו נישט אריינצוגיין אין אזעלכע ענינים. ווען מען טרעפט זיך קען מען רעדן איבער אלעס אין דער וועלט, אריינגערעכנט דאס אייגענע פערזענליכע לעבן אויב עס שמעקט, נאר נישט יענעמ'ס. ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וועלכע ווייטאג דו גייסט ביי אים אויפברענגען אומגעראכטן, און גיסן זאלץ אויף אפענע אדער האלב פארמאכטע וואונדן.

לעצטנס איז געווארן א מנהג אין פארשידענע בתי מדרשים אז ווען עס קומט א חתן פון ארץ ישראל נאך געלט פרעגט מען זיסליך "דו האסט זיך געשטעלט?" דער נותן וויל אפנים נישט נכשל ווערן אין געבן צדקה פאר א נצרך וואס פירט זיך נישט לויט ווי ער האלט פאר ריכטיג.

מיר ווייסן אלע אז ווען א איד איז א נצרך איז מען אים נישט בודק די ציצית. און די שואלים אין ביהמ"ד ווייסן דאס אויך, און זיי האלטן אזוי עפי"ר, דער פראבלעם איז נאר די אויטיזם שבו. ער איז פארנומען און הערט כסדר רעדן איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס, ער האלט מיט די פארשריט אין דער נושא און זיין בלוט קאכט און זידט, וועגן דעם, ווען עס קומט א איד פון ארץ ישראל זעט ער אין יענעם א לעבעדיגן גרוס פון דעם פלאץ וואו די גרויסע מהפיכה גייט פאר, דאס איז וואס מאכט אים ספאנטאן פרעגן די אומרעאליסטישע שאלה וואס איז בכלל נישט אין פלאץ ווען א איד גייט נאך געלט. ער ליגט אין זיך, אין די זאכן מיט וואס ער איז פארנומען, ער כאפט נישט אז דער חתן איז יעצט בא'דאגה'ט, ער דארף חתונה האבן ואין לו פרוטה לפורטה. ער דארף יעצט דיין הילף, נישט דיינע עצות און שיטות.

 

עס גייט ביידע זייטן!

און יעצט, א חידוש. מיינט נישט אז דער שואל איז דער איינציגסטער אויטיזם ליידנדער ביי די דערמאנטע עפיזאדן. פעטער אלטר און מיין היזיגער חבר האבן טאקע וויי געטון איינעם אלס רעזולטאט פון זייער אויטיזם, דער איד אין ביהמ"ד פארשעמט א נצרך אלס פועל יוצא פון אויטיזם, אבער דער פלימעניק ברוך און מיין אויסלענדישער חבר, ווי אויך דער חתן פון ארץ ישראל, זענען אויך אויטיסטיש אויב ווערן זיי געטשעפעט פונעם אויטיסט. זיי טוען נישט וויי יענעם, אבער זייער אויטיזם איז מזיק נישט קיין אנדערן ווי זיי אליין.

דא קומט אריין דער קאנצעפט פון אנערקענען די אויטיזם פון 'יענעם'. ווי מיר שמועסן דרייען זיך צווישן אונז גאר אסאך אויטיסטישע מענטשן, קומט אויס אז דער נישט אויטיסטישער מענטש, דהיינו דער וואס פארשטייט יא צו יענעם, דארף כאפן אז יענער איז אויטיסטיש. דאס איז איינס פון די פאקטארן וואס פארשטיין צו יענעם נעמט אריין. איינמאל ברוך וועט פארשטיין אז דער פעטער איז נישט דא אים צו שטעלן אויף א קרייץ פארהער, ער וויל פשוט טוישן א ווארט מיט זיין פלימעניק ביים זיך טרעפן נאך א לאנגער צייט-אפשניט, וועט די ווייטאג נישט זיין אזוי שארף און טיף. און ער וועט נישט פרובירן אזוי שטארק צו פארמיידן דעם אמת'ן ענטפער.

א נישט אויטיסטישער ברוך וואלט רעאגירט צום פעטער'ס פראגע מיט א צינישער "ווער זאגט אז איך לערן אין כולל?" אין בעסטן פאל, אדער העכסטנס, "איך לערן שוין נישט אין כולל היינט, איך ארבעט ביי דעם און דעם." מיט אזא ענטפער האט ער אויפגעטון אסאך זאכן. פאר זיך האט ער גרינגער געמאכט מיט דעם וואס ער דארף נישט זאגן קיין ליגנט און נאכדעם מורא האבן דער אמת זאל ארויפשווימען, ער קען ווייטער פירן דעם שמועס מיט א צוגעלאזנקייט, און די בעסטע חלק איז אז ער שענקט פאר'ן פעטער צידה לדרך אויפ'ן לעבן אז מיט אזעלכע שאלות קען מען זיך אפבריען.

שרייבנדיג די שורות איז אויפגעקומען א געדאנק, א פשט אין פסוק "ואהבת לרעך כמוך". די תורה רעדט צו יעדן איינעם, סיי א מענטש וואס רודפ'ט א צווייטן און אפילו צום נרדף. עס שטייט נישט דא קיין יוצא מן הכלל, דא זענען אלע אייניג, מען דארף יעדן ליבן ווי זיך אליין.

איי ווערט שווער, וויאזוי קען א מענטש ליב האבן איינעם וואס דערגייט אים די יארן? עס איז דאך א על מנת שתעלה לרקיע? דער ענטפער קען אפשר ליגן אין דעם ווארט "כמוך".

מענטשן זענען, ווי ערווענט, אויטיסטיש. וועגן דעם בעט מען צום ארעמאן "ואהבת לרעך", זאלסט ליב האבן אפילו דעם עושר וואס שטעכט דיר. איי עס איז נישט מעגליך? אויף דעם געט די תורה א וועג, די תורה זאגט, פארשטיי אז דער שטאך קומט נישט פון שלעכטיגקייט, עס קומט ווייל "כמוך", דער עושר איז פונקט ווי דיר, ער איז אויך אויטיסטיש געשטימט, און פונקט ווי דו נעמסט עס אן שווער צוליב דיין אויטיזם, ווייל דו פארשטייסט נישט אז דער עושר האט נישט געמיינט צו גיין אזוי ווייט, אזוי אויך טוט דאס דער עושר בלויז צוליב אויטיזם, ווייל ער פארשטייט נישט צו דיינע סענסיטיווע געפילן.

די תורה רעדט צום עושר אויך, "ואהבת לרעך", דו זאלסט ליב האבן דיין חבר און פארמיידן א קרום ווארט, דו ווייסט פארוואס? ווייל "כמוך"! ער איז אזוי ווי דיר. מיט וואס? מיט אויטיזם! פונקט ווי דו מיינסט אז דו שטעכסט קוים און באמת ווערט עס אנגענומען שווערער, אזוי מיינט דער ארעמאן אז דו שטעכסט אסאך כאטש וואס באמת איז עס נישט אזוי. פארוואס? ווייל ענק ביידע פארשטייען נישט איינער דעם צווייטן. אויף דעם בעט מען דעם עושר ער זאל פארשטיין צו די אויטיזם פונעם ארעמאן און נישט שטעכן אפילו מיט א קליינע קרום ווארט.

 

"איז נאך דא האפענונג?"

נאכ'ן שרייבן דעם ארטיקל האב איך עס געוויזן פאר א איד, ווארטנדיג צו הערן הגהות והערות. דער איד האט עס געליינט ווען צוביסלעך ווערט זיין שטערן מער און מער איינגעקנייטשט. ער האט נישט עספיעט צו ענדיגן די גאנצע און ער האט אנגעהויבן פארציילן: "דו געדענקסט ווען מיין ברודער ע"ה איז קראנק געווען?

"מען גייט דא צוריק 20 יאר. געווען איז דאס נאך סוכות ווען די שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען, די טעסטן האבן פארציילט שרעקעדיגע נייעס. פארשטייט זיך אז מען האט זיך גלייך אריינגעלייגט, מען האט איבערגעדרייט וועלטן צו טרעפן די בעסטע דאקטוירים, עס איז נישט איבערגעבליבן קיין אומאויספרובירטער מיטל.

"שפעטער, פסח צייט, איז עס ליידער געקומען צו א מצב אז די דאקטוירים האבן געהויבן הענט און אנגעזאגט דאס ערגסטע. פארשטייט זיך אז די משפחה איז געווען צעקלאפט און צעזעצט, די זארג פון וואס דער מארגן וועט ברענגען האט נישט געלאזט אנגיין מיט'ן טאג. מיר זענען ארומגעגאנגען ווי שאטנס אויף די גאסן ווען די אנגעצויגנקייט און הילפלאזיגקייט גייט ארויס פון די גבולים.

"מענטשן וואס זענען נאכנישט געווען אין אזא סיטואציע וועלן עס קיינמאל נישט פארשטיין. מען איז אין א מצב וואו מען וויל זיך נישט מייאש זיין, מען חזר'ט זיך די 'אפילו חרב חדה מונחת על צאוורו של אדם אל יתיאש עצמו מן הרחמים'. מען לערנט ספרי אמונה ובטחון, מען פארט צו קברי צדיקים, מען נעמט זיך פאר קבלות טובות, מען ווייקט אדורך דאס תהלימ'ל מיט זודיגע טרערן, מען פרובירט נישט צו טראכטן פון דעם פסק פון די דאקטוירים און זיך פארלאזן אינגאנצן אויפ'ן בורא עולם.

"דאס איז אלעס ביי די מענער. אין ווייבער שול איז דער מצב ווי פארשטענדליך פיל, פיל ערגער. מיין שוועסטער האט מיטגעהאלטן דעם מצב, מען האט ממש נישט געקענט רעדן צו איר. זי האט פרובירט נישט צו טראכטן, זיך צו שטארקן, זיך מחזק זיין, טון גוטע זאכן לטובת איר ברודער וואס ליגט על ערש דוי, און אלעס נאר מעגליך.

"דעמאלט, אין יענע אנגעצויגענע צייטן באקום איך א טעלעפאן רוף פון מיין שוועסטער, און זי רעדט זיך אויס מיט א געוויין: 'מענטשן פרעגן מיר אויב עס איז נאך דא האפענונג…' זי האט עס נישט אויסגעהאלטן. זי שטייט און פארארבעט מעשים א גאנצן טאג און אין די לאנגע שלאפלאזע נעכט זיך מחזק צו זיין אין אמונה, זיך נישט מייאש זיין, זי קעמפט מיט זיך אליין, זי בעט זיך אויס און וויינט און פרובירט ווי ווייט מעגליך נישט צו טראכטן איבער די גרויזאמע מעגליכקייטן, און דא קומט איינער און פרעגט אין פנים צי עס איז דא האפענונג?"

דער איד פירט אויס: "דער ארטיקל האט מיר פארענטפערט די קשיא מיט וואס איך דריי זיך ארום די לעצטע 20 יאר. וואס האבן די מענטשן געטראכט? זי האט געהאט נאנטע חבר'טעס וואס האבן זיך נישט געשעמט צו פרעגן אזא לייכטזיניגע פראגע, פארוואס? רבוש"ע, וואו איז געווען זייער הארץ? ווא איז געווען זייער זעקסטן חוש? האבן זיי טאקע אלע גענומען שכל מיט א גאפל? היינט איז מיר דאס פארענטפערט געווארן. די מענטשן זענען אויטיסטיש.

"מענטשן וואס האבן נישט מיטגעמאכט די טראומע פון האבן א נאנטן קרוב אין אזא הילפלאזע מצב קענען נישט פארשטיין די שטארקע געפילן וואס ברויזן, די מלחמה אין הארץ צווישן יאוש און תפילה, צווישן אמונה און געהויבענע הענט. זיי פארשטייען נישט אין וואס פאר א מינע-זאנע זיי טרעטן אריין. זיי שפירן ווי אלס גוטע חבר'טע וועלן זיי קענען הערן 'אינסייד אינפארמאציע' איבער דעם מצב מיטן קראנקן ברודער."

דאס האב איך געהערט היינט פון איינעם און דאס איז נאך א הארציגע דוגמא וויאזוי אויטיזם און טראכטן נאר פון זיך קען מזיק זיין מענטשן.

 

א 'זרעילי' אדער א בשר ודם?

"אךך… די 'זרעיליס' דרייען זיך דא אונטער די פיס ווי כפרות ערב יום כיפור ביים שוחט. ארץ ישראל האט זיך ווי עס שיינט אויסגעליידיגט לעצטנס…" איז א נארמאלע אויסדרוק פון נארמאלע מענטשן איבער וואוילע אידן וואס קומען קיין אמעריקע און זייער איינציגסטע חטא איז דאס וואס זיי גייען נאך געלט. טעות, זייער איינציגסטע חטא איז דער פאקט אז זייערע עלטערן האבן זיי געבוירן אין הייליג לאנד.

א מענטש וואס איז געבוירן געווארן אין יענעם קליינעם מיטל-מזרח לענדל, איז אויטאמאטיש אראפגעקוקט ביי אסאך אידן פון חוץ לארץ. מען רעדט איבער זיי, מען באהאנדלט זיי, און מען קוקט אויף זיי ווי דריטע קלאס בירגער וואס אטעמען אונזער לופט אן רשות. א איד פון ארץ ישראל איז א 'זרעילי'.

איי ער איז אפשר א גרעסערער תלמיד חכם ווי דיר? טוט מער מצוות ווי דיר? איז מער טאלאנטפול ווי דיר? איז ערליכער ווי דיר? האט א גרעסערע יחוס פון דיר? אלעס פיין און וואויל, אבער ער איז נאך אלעם א זרעילי… אפילו אן עושר וואס קומט פון ארץ ישראל ווערט געדענקט אלס זרעילי; ער האט טאקע געלט אבער זיין יחוס ווערט נישט אזוי שנעל פארגעסן. ער איז נישט קיין אויסגעביגלטער אמעריקאנער, "ער איז 'דאך' א זרעילי."

איך געדענק ווי לערנענדיג אין ישיבה אין ארץ ישראל האט עס ארויסגעשטארט אויף טריט און שריט. א בחור האט געקענט קומען צו אן ארץ ישראל'דיגן איד אין שטוב, עסן דארט א סעודת שלמה בשעתו חנם אין כסף, און נאך האבן א פראבלעם אז עס 'פאסט אים נישט' צו רעדן מיט'ן מכניס אורח. ביי די סעודה ביי יענעם אין שטוב האבן בחורים געקענט צווישן זיך חוזק מאכן פון יענעם, פון זיין הויז, פון די 'זרעילי פיש'…

ווען עס קומט ל"ג בעומר ווערט ארץ ישראל אנגעפאקט מיט אידן פון חוץ לארץ, וואלט דאך געווען נישט מער ווי רעכט אז די ארץ ישראל'דיגע אידן זאלן זיך אפרעדן אז אמעריקע איז ליידיג געווארן און די חברה נעמען איבער דאס לאנד, אבער ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך ווערן די אמעריקאנער געסט אויפגענומען דורך די ארטיגע תושבים מיט דעם בא'חנ'טן ארץ-ישראל'דיגן שמייכל, מען איז זיי מכבד, מען געט זיי צו עסן, מען העלפט זיי ארויס מיט אלעם, בו בזמן וואס דער גאסט לאכט פון די אידן וואס העלפן אים, ער קוקט אויף זיי און אויף זייער הלוך ילך אזוי פון אויבן אראפ. אויפ'ן טעלעפאן זאגט ער צו זיין ווייב אז אנקומענדיג אין זכרון משה האט אים א "זרעילי" געהאלפן טרעפן דאס געשעפט וואס ער האט געזוכט…

זענען די אלע מענטשן שלעכט? חס ושלום! זיי זענען פשוט אביסל אויטיסטיש, זיי כאפן נישט אז 'זרעיליס' זענען אויך געפארעמט פון בלוט און פלייש, הארץ און מוח, אקוראט ווי אונז. מען כאפט טאקע נישט, ווייל מען שטעלט זיך נישט אפ טראכטן. מען וואקסט אויף אין א סביבה וואו א איד פון ארץ ישראל איז א זרעילי, און די מושכל ראשון טוישט זיך קיינמאל נישט, עס בלייבט אין אונטערבאוואוסטזיין אז זיי זענען דריטע קלאס בירגער.

ווען דער איד פון ארץ ישראל פרעגט א פראגע וועט דער אינסטינקט גלייך מאכן דעם מענטש ענטפערן א קאלטן ענטפער אפצו'פטר'ן דעם פרישן זרעילי פון זיך. נישט ווייל מען האט נישט קיין איבעריג צייט יעצט צו העלפן א צווייטן איד, נאר ווייל די אויטיזם שטערט דעם מענטש פון כאפן אז דאס איז א צווייטער איד, א צווייטער מענטש. די אינסטינקטיווע געפיל צו א איד פון ארץ ישראל איז אז ער איז נישט ווערד די שפייעכץ פון מויל אים צו העלפן.

און די אויטיזם אין דעם פאל גייט אויך אויף ביידע וועגן, סיי דער אמעריקאנער וואס פארשטייט נישט די ארץ ישראל'דיגע איז אויטיסטיש און פארנומען מיט זיך, און סיי דער ארץ ישראל'דיגער וואס שפירט זיך באדראעט פון די געביגלטע אמעריקאנער איז אויטיסטיש און אריינגעטון אין זיין אייגענע השפלה וואס ער שפירט אלס רעזולטאט פון די משפילים. וואלט ער נישט געווען אויטיסטיש וואלט ער געכאפט אז די השפלה כלפי אים קומט פון אויטיזם.

 

פארשטיין די באבע

"א שאד אז ראש השנה און יום כיפור איז נאר 10 טעג אפגערוקט איינס פונעם צווייטן," האט זיך אפגערעדט א באבע, "ווען עס וואלט געווען א האלב יאר אינצווישן וואלט איך געזען די אייניקלעך יעדע האלבע יאר, איינמאל ראש השנה ביינאכט נאכן דאווענען און איינמאל ערב יום כיפור…"

"א 'ניקל' פון מיינע יוגנט יארן ווערט מער געשעצט ווי אונז," איז א באקאנטע באבע-לאזונג.

איך האב גערעדט צו יונגעלייט, אויסגעפרעגט אביסל איבער זייער קשר – אויב עס קען אזוי אנגערופן ווערן – מיט זייערע זיידעס און באבעס. זאכן זענען ארויסגעקומען זייער קלאר, ווייטאגליך. וויפיל מאל א טאג טראכסטו אז דו האסט א זיידע, א באבע? קיין איינס? וויפיל מאל א וואך? א חודש? בעיקר ווען מען דארף קומען צו א צווייטע קוזינ'ס חתונה צוליב וואס דער זיידע וועט הנאה האבן, און לאמיר נישט פארגעסן פון קיין יארצייט סעודות… ראש השנה און יום כיפור גייט מען צו דער באבע, אבער דארט ענדיגט זיך עס.

האט איר שוין אמאל געטראכט בכלל מיט וואס זיידי און באבי פולן אן דעם טאג? איז אייך בייגעפאלן זיך צו אינטערעסירן אין זיי? די ענטפערס זענען ליידער זייער אפט נעגאטיוו.

די צער פון איינזאמקייט איז ביטער שווער. יעדער וואס האט עס שוין געשפירט קען דערויף עדות זאגן, און יעדער האט עס שוין אמאל געשפירט. אבער איינזאמקייט איז ווייט נישט די איינציגסטע ביטערע געפיל פון וואס אונזערע זיידעס און באבעס ליידן.

שטעלט אייך פאר אז איר געט פאר אן ארעמען איד טויזנט דאלאר א וואך צו לעבן. עס איז נישט אז איר זענט אן עושר, איר מאכט נישט צופיל מער פון דעם, אבער דאך, די רחמנות געפילן האבן אייך באנומען און איר שטרענגט זיך אן אים אויסצוהאלטן. עס איז פארשטענדליך אז איר וואלט געווען זייער בייז אויב זאגט ער אייך אפ א קליינע טובה ווי אפטראגן א פעקל צו א פלאץ וואו ער גייט סייווי. די צער פון נישט באקומען קיין אנערקענונג, קיין הכרת הטוב, איז שרעקליך. איר וועט שוין טרעפן א צווייטן אופן וויאזוי אפצושיקן דאס פעקל, אבער דער צער איז צוליב די העדר פון אנערקענונג וואס דא ליגט.

די זיידע און באבע זענען אמאל געווען פאריאגטע עלטערן, זיי זענען פארנומען געווען מיט א שטוב פון קינדער וועם זיי האבן אויפגעצויגן, מען דארף נישט מסביר זיין פאר טאטעס און מאמעס פון קינדער וויפיל כח עס פארלאנגט זיך אין אויפציען א קינדער-געבענטשטן שטוב, עס באשטייט פון אומאויפהערליכע געטריישאפט און פלאג, הארץ און געפיל. די שטוב איז ביי יעדן נומער איינס, עס איז די נאנטסטע צום הארץ.

דאס איגנארירן די וואס האבן אזויפיל בלוט אריינגעלייגט אין אונז, אונזערע עלטערן, דאס פארגעסן די וואס וואלטן געדארפט באקומען די עיקר קרעדיט פאר'ן פאקט אז מיר זענען דא אויף דער וועלט, מיר לעבן, מיר זענען נתחנך געווארן אין אן אויפגעבויטן שטוב, איז ווייט נישט קיין שיינע זאך. און דער פאקט אז זיי האבן אזא גרויסן חלק אין אונז מאכט זייער צער נאר גרעסער, עס איז די אומ-אנערקענונג וואס דאס ווייזט זיי, זייער פלאג אלע יארן ווערט נישט באמערקט, עס איז נישט געשעצט.

פרעגט א יונגערמאן פארוואס ער ארבעט, פארשטייט זיך אז דער ציל איז צו ברענגען פרנסה, חתונה מאכן די קינדער רואיג, און אזוי ווייטער. אבער פארוואס ווילן מיר חתונה מאכן די קינדער? וועלן מיר נישט זיין איינזאם נאכדעם? דאס איז לכאורה א סתירה צו וואס מיר שרייבן דא, זיי זענען זיך אליינס שולדיג, זיי האבן אונז חתונה געמאכט!

די אונטערליגנדע סיבה פארוואס עלטערן מאכן חתונה זייערע קינדער איז ווייל די קינדער קומען ביי זיי בעפאר אלעם, אריינגערעכנט זיך! זיי איז אפט בעסער צו האבן די קינדער אין שטוב, אבער פאר די קינדער איז עס נישט קיין תועלת, וועגן דעם ארבעטן זיי א גאנץ לעבן צו קענען דעקן די הוצאות פון אוועקשיקן די קינדער וואס וועלן לאזן די שטוב ליידיג און אפטמאל וועט דאס זיי מאכן איינזאם און אומבאהאלפן.

גיין באזוכן און זארגן פאר די זיידעס און באבעס איז זייער וויכטיג, דער פאקט אז אסאך ליינער האבן אין די פריערדיגע שורות געכאפט אז די זיידע און באבע ווערן טאקע געזען פארנומען ווען מען טרעפט זיי ביי שמחות אבער וואס זיי טוען דורכ'ן טאג איז א מיסטעריע, און מען האט נישט געטראכט דערפון פריער, דאס דארף א ביאור. און עס האט א ביאור.

ווי געשמועסט זענען מענטשן בטבע זייער אריינגעטון אין זיך, מען זעט נאר וואס עס טוט זיך ארום זיך, מען איז אינטערעסירט נאר אין זאכן וואס וועלן בענעפיטירן דעם זיך. זאכן וואס מען דארף טון, זאכן וואס זענען וויכטיג צו טון, און זאכן וואס זענען וויכטיג פאר אנדערע, ווערן נישט באמערקט. מיר האבן אלע א שפאר ביסל אויטיזם אין די בלוט. מיר דארפן דאס אנערקענען און פרובירן עס איבערצוקומען.

כדי צו פועל'ן ביים עולם מען זאל אנהייבן באזוכן די זיידעס און באבעס איז דא זייער א פשוט'ער מיטל, נעמליך, שרייבן א לאנגן ארטיקל, ארויסברענגען וואס פאר א גרויסע רחמנות עס איז אויף זיי, דער גרויסער חיוב זיך צוצושטעלן, און די גרויסע זכות דערפון. מער וועט נישט אויספעלן, די אויפוואכונג וועט זיין גענוג און מענטשן וועלן כאפן די וויכטיגקייט דערפון. אבער לאמיר טראכטן א רגע, ווען דער ליינער וועט אראפלייגן די אויסגאבע און גיין באזוכן די באבע, פארוואס וועט ער דאס טון? ווייל ער האט אנערקענט אז די זיידע און באבע נויטיגן זיך אין זיין הילף? ער האט דאס נישט געוואוסט פון פריער? ער האט דען נישט געכאפט ביז היינט אז זיי לעכצן נאך די אייניקלעך? אי מלכא אנא, וואו ביסטו געווען ביז היינט?

עס איז נישט קיין חידוש אז די באבע וויל זייער שטארק מען זאל איר קומען באזוכן, און אפטמאל לענגערע באזוכן, עס איז א דבר פשוט ומובן מאליו, יעדער וואס האט גלעזער זעט עס אליין, עס איז נאר נישט צושטאנד געקומען ווייל דער אויטיסטישער מוח מיט וואס מיר זענען באשאנקען האט עס נישט אריינגענומען אין זיך, עס האט אוועקגעדרייט די נושא יעדע מאל וואס עס האט נאר געוואלט ארויפשווימען. דאס איז דער פראבלעם.

 

עפילאג

וואס וויל דער שרייבער פון מיין יונג לעבן האבן? איך הער זייער גוט, מיר זענען אלע אויטיסטיש. אלזא, וואס יעצט? אט הארכט. קוקנדיג פון אן אויטיזם פערספעקטיוו קען די מענטשהייט צעטיילט ווערן אין 4 גרופעס:

  1. מענטשן וואס ליידן נעבעך פון ריכטיגע אויטיזם.

פאר זיי העלפט נישט קיין ארטיקלען און קיין אויפוואכונג קאמפיין. זייער פראבלעם איז בכלל נישט די זעלבע ווי דאס וואס ווערט דא אויסגעשמועסט, און למען האמת, דאס וואס ווערט אין דעם ארטיקל גערופן "אויטיזם" איז קיין אויטיזם נישט, עס איז נאר אזוי אוועקגעשטעלט געווארן דא לשבר את האוזן.

  1. מענטשן וואס זענען בטבע בעלי גאוה וואס בלאזן פון זיך און זענען נישט סובל קיין אנדערע מענטשן.

פאר זיי וועט דער ארטיקל אויך נישט העלפן. זייער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דאס וואס זיי באמערקן נישט יענעם, עס איז מער אז דער "זיך" איז ביי זיי זייער גרויס.

  1. מענטשן וואס זענען בטבע וואוילע און הארציגע מענטשן וואס זארגן אייביג פאר אנדערע.

יא, עס זענען דא וואס ווערן געבוירן מיט א נטיה צו גוטס. עס זענען פארהאן די וואס מטבעם זוכן זיי אייביג וויאזוי זיי קענען יענעם גרינגער מאכן און באפרידיגן. פארשטענדליך אז דער ארטיקל איז נישט געוואנדן צו זיי.

  1. מענטשן וואס זענען בטבע גוט אבער כאפן אפט נישט די צרכים פון זייערע ארומיגע.

רוב מענטשן באלאנגען צו דער קאטעגאריע, דאס איז די נארמע, און פאר זיי איז דער ארטיקל געשריבן געווארן. דאס איז נאטירליכע אויטיזם וואס איז נארמאל. מען כאפט נישט וואס אנדערע מענטשן גייט באדערן, מען כאפט נישט וואס יענער וויל און וויל נישט. און פאר זיי איז די בעסטע זאך זיך אויפצואוועקן, ווערן אויפמערקזאם און פרובירן בעסער פאקוסירן אויף אנדערע.

דער מענטש ווערט געבוירן ווי א פרא אדם, זיין גאנצע שאיפה איז צו באפרידיגן זיך אליין. טראכטן פון א צווייטן איז נישט קיין חלק פון אונזער נאטירליכער לעקסיקאן, מען דארף דאס אליין אויפבויען. טראכטן פון א צווייטן ווען מען וויל עפעס באקומען דערפאר אין אויסטויש איז קיין קונץ, עס איז ווייטער דער 'איך, זיך, מיך' וואס שפילט די הויפט ראלע. מען דארף עפענען די אויגן צו א וועלט וואו עס לעבן נאך מענטשן חוץ אני ואפסי.

יא, מיר ווערן געבוירן אויטיסטיש. אונזער ארבעט איז צו מאכן 'טעראפי' מיט זיך. אדער, 'עבודת המידות'. רופט עס וויאזוי איר ווילט. מען דארף ארבעטן אויף זיך צו זען די וועלט מיט גלעזער פון א פרעמדן. קוקן בלויז פונעם אייגענעם קוקווינקל, פון א פערספעקטיוו וואס באשטייט פון 'וויאזוי קען איך בענעפיטירן דא', איז א קרענק.

דער באקאנטער טעראפי מעטאד פאר אויטיזם איז ABA, מען לערנט זיך אלעס פונדאסניי, יעדע מינדעסטע כלל אין לעבן ווערט געלערנט בפועל, "מעניועלי". מיר דארפן דאס נוצן אויף זיך, קוקן אויף דער וועלט מיט די ריכטיגע גלעזער און זיך צוביסלעך לערנען וויאזוי צו באטראכטן זאכן ארויס פונעם שאכטל וואס רופט זיך 'איך'. מיר וועלן דערביי ארויסקריכן פון דער איינגעבוירענער אויטיסטישקייט און פארוואנדלט ווערן אין געזונטע מענטשן וואס זענען נאה להם ונאה לעולם.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן