האנט ביי האנט: די קאמפליצירטע רעצעפט פון חברותא און געבינדנשאפט – וויאזוי צו אנהאלטן א געזונטן קשר און וויאזוי צו האנדלען ווען עס קומט צו אן איבערייס – אריגינעל ערשינען אין נפשי #5 דורך פיגא טענענבוים

 

חני איז אהיימגעקומען מיט גלאנציגע אויגן, די מאמע האט געזען אז זי איז פול – פול מיט איבערלעבענישן, מיט מחשבות, און געוויס אויך מיט געפילן. זי קען עס שוין, די מאמע, עס איז נישט קיין נייעס, זי ווייסט אז אלעס דרייט זיך ארום איין ווארט: בלימי. די לעצטע טעג און וואכן איז חני ממש פאר’שיכור’ט פון איר נייע חבר’טע. און זי? זי ווערט עפעס נישט אנגעשטעקט פון די התלהבות.

“אבער פארוואס???” – קען חני נישט פארשטיין. דער קשר טויג נישט? ניין, די מאמע זאגט עס נישט. אין אנהויב האט זי אפילו געמוטיגט די פריינטשאפט, אבער יעצט ווייזט איר פנים אז זי איז נישט פונקט צופרידן.

“דו ווילסט נישט איך זאל זיין בלימי’ס חבר’טע?”

“בלימי איז א פיינע מיידל, איך האב זיך אלעמאל געוואונטשן זאלסט האבן אזעלכע חבר’טעס, אבער איך מיין אז איר טרייבט איבער.”

“פארוואס זאגסטו אזוי, מאמי? איך רעד נישט מיט איר ביז די שפעטע נאכט-שעות, מיר מאכן עס נישט אויפ’ן חשבון פון די שטוב-ארבעט, און נישט אנשטאט דאס לערנען. וואס איז נישט גוט?”

גיי ערקלער עס פאר א יונג מיידל, אלע געדאנקען אויף פארפלאנטערטע חברותא’שאפט וועלן דא נישט העלפן. איר חבר’טע איז איר יעצט טייערער ווי טייער און זי איז גרייט צו טאן פאר איר אלעס, אויך זיך מאכן גרעניצן כדי נישט צו איבערציען די שטריקל. אבער די מאמע פילט אז די גרעניצן זענען נאר אויסערליכע, כדי מען זאל חלילה נישט שטערן דעם קשר, כדי קיינער זאל נישט קענען מוציא לעז זיין אויף זייער חברותא. זי האלט זיך טאקע איין פון קלינגען אין די נאכט-שעות, זי מאכט טאקע די שטוב-ארבעט איידער זי גייט צו בלימי, און דאס טוט זי פיל פלינקער ווי אמאל ווייל זי וויל דאך שוין גיין, אלעס גוט און פיין, אבער עס געפעלט איר נישט דער פאקט אז בלימי באנעמט איר מיט אלע חושים און אלע געפילן.

די מאמע טרעפט נישט קיין ווערטער צו אויסדריקן דעם פראבלעם, אויך זיך זעלבסט קען זי עס נישט גענוי ערקלערן, עס איז איר אבער קלאר ווי דער טאג אז אזא סארט קשר איז א פראגע פון צייט. די הארבערע שאלה איז, וואס קומט נאכדעם?

דאס איז א באקאנטע פלאנטערניש וואס פיל יוגנטליכע מאכן דורך, איינער לייכטער און אנדערע שווערער, געווענליך וואקסט מען שנעל אויס אט די שטורמישע צענערלינג-יארן, און מען ווערט רייף צו אנטוויקלען געהעריגע פארבינדונגען.

די קומענדיגע סיטואציעס דערציילן אונז אז אויך ערוואקסענע פלאנטערן זיך אמאל.

*

מרת גרינשטיין האט געפאנגען מיין הארץ פון די ערשטע רגע אן. די ארבעט איז געווען ניי פאר מיר, אלע מיטגלידער אומבאקאנט, זי האט אבער ארויסגעשיינט. איך האב געוואוסט אז זי וועט זיין פאר מיר עפעס מער ווי יעדע איינע. און אזוי איז טאקע געווען. איך האב געזען אין איר א מושלמ’דיגע פערזענליכקייט, אזא איינע וואס איך האב שוין לאנג געזוכט. מושלמ’דיג איז פארשטייט זיך איבערגעטריבן, ווייל קיינער איז נישט מושלם און איך האב עס געוואוסט, זי איז אבער געווען די אידעאלע, אויסגעצייכנטע פרוי וועמען איך האב גע’חלומ’ט צו געפינען.

א קלוגע, א הארציגע, מיט זעלטענע מדות. פוטער-ווייך פון איין זייט, און מיט א געזונטע אנטשלאסנקייט פון דער צווייטער זייט. ממש גינגאלד, אזוי האב איך איר באטיטלט, און איך האב א לאנגע צייט געטראכט אז זי איז ווערד דעם טיטל. איך האב איר געטרויעט, איך האב איר געשעצט, איר ווארט איז געווען אנגענומען ביי מיר, איך האב געוואוסט אז מען קען זיך פארלאזן אויף איר מיט פארמאכטע אויגן. איך פלעג איר פרעגן שאלות אין חינוך און אירע תשובות זענען געווען ביי מיר קודש. ווען מען האט מיר געפרעגט שאלות האב איך זיך געטראפן טראכטן ווי איר קאפ, איך האב פרובירט צו דערגיין וואס זי וואלט געזאגט אין אזא סיטואציע.

עטליכע יאר האבן מיר אנגעהאלטן די בעסטע פארבידונגען, איך האב זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט ווי ווייט מען קען באפריינדעט ווערן מיט אן ארבעט-קאלעגע. איך האב זיך נישט איינמאל געטראכט אז די ארבעט איז נאר דער דרויסנדיגער מיטל מיר צו ברענגען צו מרת גרינשטיין.

ביז עס האט מיר גענומען עפעס דריקן. איך ווייס נישט וואס, פארוואס, און ווי אזוי. אבער איך האב גענומען פילן אז איך זאג זאכן און איך מיין נישט, אז איך גלויב איר דעה און איך, איך ווייס אליין נישט וואס איך האלט, אז אייגנטליך בין איך געווארן מרת גרינשטיין, און איך, וואו בין איך? האב איך פארלוירן מיין פערזענליכקייט אויפ’ן וועג?

איך האב נישט געקענט ליידן די מחשבות. ווי זיי האבן מיר געדריקט, האב איך זיי פארטריבן, און זיי האבן נאכאלץ געדריקט, אבער איך האב זיך גענומען פיינט האבן פאר’ן טראכטן אזעלכע זאכן און פאר’ן נישט וויסן ווער און וואס איך בין.

איך האב איר אבער אלץ מכבד געווען וויסנדיג אז זי פארמאגט אין זיך אסאך.

איך קען נישט טייטלען אויפן פונקט ווען עס האט זיך אנגעפאנגען, אבער אין א גרינעם פרימארגן האב איך זיך געוואגט צו מודה זיין אז זי איז מיר גאנץ נמאס. מיין געטריישאפט צו אירע מיינונגען ווערט נישט איינערקענט און איך פיל זיך ליידיג דערפון.

איך האב זיך שטיל געמוזט זאגן, דער שיינער קשר איז זכרונו לברכה, כאטש אויסערליך פירט זיך אלעס היינט ווי נעכטן.

איך האב זיך געפילט צעטראסקעט און עס איז נישט געווען ווער עס זאל דערקענען מיין ווייטאג.

*

א שווארצע קאץ איז א דורכגעלאפן – דערציילט מרים – אזוי מוז מען זאגן. איך האב נישט קיין אנדער הסבר אויף וואס איז געשען.

אסתר, מיין שכנה, איז געווען אט די גוטע שכנ’טע וואס איז בעסער ווי א ווייטער ברודער ווי חז”ל ערקלערן. מיר זענען ביידע אנגעקומען אין דעם פרישן פראיעקט אלס יונגע ווייבעלעך, ווייט פון די עלטערן, ווייט פון משפחה, ווייט פון אלעס וואס איז באקאנט, און מיר האבן זיך געטרייסט מיט די גוטע שכנות’שאפט. דאס פארדעקט אלע שוועריקייטן, האבן מיר זיך אפט געזאגט. און עס טאקע געפילט. צוזאמען האבן מיר זיך געלערנט פון לעבן, צוזאמען ערצויגן די קינדערלעך, זיי געפיטערט אין גארטן, און גערעדט אויף זייער חינוך ביים הענגען די וועש.

מיר זענען געווארן זייער היימיש און עס האט געגעבן פאר אלע צדדים. אלע שיעורים אויף עמפינדליכע שכנים-באציאונגען זענען אונז געווען איבעריג, ווייל אונזער קשר איז באמת געווען א זעלטנהייט, מיר האבן מצליח געווען אנצוהאלטן דעם איידעלן באלאנס פון גאר א נאנטער קשר מיט די נויטיגע גרעניצן. איך האב קיינמאל נישט חושש געווען אז אסתר וועט מיר אויספרעגן אויף וואס איך וויל נישט. בכלל איז נישט געווען אזא זאך ווי אויספרעגן. און אויב מען האט געהערט אמאל עפעס איבעריג האט מען עס פארגעסן. פשוט אזוי, מיר האבן טאקע נישט געזוכט צו שמעקן יענעמ’ס טעפלעך.

דאס האט זיך געצויגן לאנגע יארן, און אונזערע פארבינדונגען זענען אלץ געווארן היימישער, הארציגער, און נאנטער. איך האב איר געפילט ווי א שוועסטער און נאכמער. די קינדער האבן קוים וואס דערקענט דעם אונטערשייד פון אונזער הויז און זייערע.

דאן, אין א ווייסע נאכט האט עס געקראכט. איך פארשטיי נישט פארוואס און ווי עס האט זיך אנגעפאנגען. די טעכנישע סיבה וואס האט געפירט דערצו מאכט ווייניג אויס, אבער די אנטדעקונג דערנאך איז געווען זייער ווייטאגליך.

מיין מאן האט אפגעאטעמט. אויך איך. עס איז געווען שווער דאס צו קוקן אין פנים אריין, אבער איך האב געפילט ווי נאך אן אפעראציע ווען דער שניט איז געבליבן אפן, מען האט ארויסגעשניטן א געוואוקס און מיר געלאזט בלוטיגן און אויך אנטוויקלען אן אינפעקציע.

*

די אלע פארשטעלונגען דערציילן אונז אז פארבינדונגען האבן זייער אייגענעם וועג ווי זיי אנטוויקלען זיך. זיי בויען זיך אין אלע עלטערס און מצבים, זיי ציען זיך ווי לאנגע פעדימער און טיילמאל פלאנטערן זיי זיך. פון מענטש ווערט געפאדערט א געזונטן קאנטראל זיי צו קענען באלאנסירן.

מיר דארפן זען צו האלטן דעם קשר אין די ראמען, און אים צילעווען צו די גוטע ריכטונגען.

לאמיר עס פרובירן טאן אינאיינעם, אין די קומענדיגע שורות.

***

קשר ווי אזוי?

פארבינדונגען זענען וויכטיג פאר’ן נפש, דער מענטש מוז דאס. דער ערשטער ברען-מאטעריאל איז ווארעמע געפילן. אבער אזוי ווי פייער קען אויפטאן נאר ווען מען קאנטראלירט אים, אזוי דארפן די געפילן צו יענעם זיין אין קאנטראל. פייער קען פארברענען, פארלענדן, און אפטאן פיל שאדנס, אבער ווען מען שטעלט א פלאם אונטער א טאפ מיט גרעניצן קען זיך אין טאפ קאכן א פיינעם געקעכטס. אזוי אויך מיט די גוטע געפילן צו יענעם. ליבשאפט, געטריישאפט, צוטרוי, טראסט, אלעס מיט א מאס.

קענסט שעצן יענעם, אים ליבן, אים הארכן, אבער מיט א מאס. אויף אונזער נידריגן עולם איז אלעס באגרעניצט. אויך אונזערע געפילן צו מענטשן, כאטש זיי זעען אויס רוחניות’דיג. נאר צו איין איינציגן מעגן זיין די געפילן אן א מאס און א גבול, און דאס איז אוודאי דער איינציגער באשעפער. נאר אים דארף מען ליבן ביז מסירות-נפש, און פארכטן פון אים א זיסע יראה וואס שטייגט אלץ עד אין לשער.

 

חבורתא צו וואס?

צו וואס דארף מען בכלל קשר? דאס וואלט געדארפט זיין די ערשטע פראגע, אבער בעסער איז צו זוכן דעם ענטפער אצינד, ווען מיר ווייסן שוין אז די געפילן דארפן גרעניצן. ווען מיר וועלן פארשטיין די סיבה פארוואס מיר זוכן חברותא וועט אונז קלאר ווערן אלע שאלות וואס מיר האבן אויף די גרעניצן.

“בורא נפשות רבות וחסרונן” – דער רבש”ע האט באשאפן די נפשות מיט חסרונות. “להחיות בהם נפש כל חי…” – די סיבה פארוואס דער רבש”ע האט אונז באשאפן פעלערדיג איז מיר זאלן משלים זיין איינער דעם אנדערן. מיר האבן עפעס וואס מיר דארפן געבן פאר יענעם, און יענער האט דאס וואס ער דארף אונז שענקען.

ווען מיר נעמען – דערמאנען מיר זיך ווי קליין מיר זענען, מיר זענען שטענדיג אנגעוויזן אין מקבל פון השי”ת.

ווען מיר געבן געדענקען מיר ווי גרויס אונזער יחוס איז. מיר זענען קינדער פון השי”ת, און מיר באהעפטן זיך אין זיינע וועגן.

יעדער צוזאמענטרעף מיט א צווייטן איז אויסגערעכנט פון הימל.

יעדע חברותא וואס אנטוויקלט זיך מיינט א געלעגנהייט, און עס קומט מיט א פינקטליכן חשבון.

דאס מיינט אז די צוויי חברים דארפן צוזאמען עפעס אויפטון, עס איז א שליחות.

און דאס מיינט אויך אז ווען דער בשותפות’דיגער תפקיד ענדיגט זיך לאזט זיך דער קשר אויס.

און דערפאר מוזן קומען גרעניצן.

דעריבער בלייבן נישט די פארבינדונגען זיך זאלצן אויף איין ארט. דער מענטש אנטוויקלט זיך כסדר, און אזוי זיינע פארבינדונגען.

דאס מיינט אז די פארבידונגען האבן אן אנפאנג און א סוף?

נישט אלע. מיר טרעפן חברותות וואס ציען זיך יארן לאנג, אבער א גרויסער טייל פון די פארבינדונגען, פאנגען זיך אן ערגעץ וואו, זיי אנטוויקלען זיך, קומען צו א הויכפונקט און פון דארט גייט עס פונאנדער צוביסלעך, ביז עס ענדיגט זיך.

דאס פאסירט דווקא ביי פארבינדונגען וואס זענען אונז זייער באדייטליך. מיר ווערן שטארק צוגעצויגן צו יענעם כדי צו ענטפערן אויף א געוויסן פעלונג. ווי לאנג דער דארשט איז נאך שארף ווילן מיר טרינקען נאך און מעגליך אז די געטריישאפט צום קשר האלטן נאר אין איין שטייגן. אבער דאן קומט א פונקט וואו מען ווערט אנגעפילט. דאס וואס יענער האט געגעבן האט שוין געטאן זיינס. און דאן איז דער געברויך פון מענטש זיך צו עטוואס אפרוקן. עס מעגן בלייבן גוטע באציאונגען, און ער וועט אלעמאל דאנקבאר זיין, אבער די שטארקע נאנטקייט מוז געקילט ווערן. דאס איז וואס דער נפש דארף.

דער חכם מכל האדם זאגט: “הוקר רגליך מבית ריעך פן ישבעך…” – פארמייד דיינע פיס פון צופיל קומען צו יענעם, טאמער וועט ער זאט ווערן און דיך פיינט האבן. דאס מיינט אז אויך פון א קשר ווערט מען זאט. ווען א מענטש קומט צום הויכפונקט און ער ווייס נישט צו אפציען ווערט ער פארפלאנטערט און די גרויסע אהבה קען גאר פארוואנדלט ווערן צו שנאה.

זעען מיר אז מיר דארפן א טאפלטע פארזיכטיגקייט.

צום ערשט דארף מען ליינען וואו מען האלט מיט זיך. אויב ביסטו ביים הויכפונקט דארפסטו קענען פארנעמען אז דער קשר וועט נישט אייביג אזוי בלייבן. דערשרעק זיך נישט אויב דער געברויך ווערט קילער, עס וועט דיר אפשר וויי טון אז באלד קומט א געזעגענונג, מוז נישט זיין אז איר וועט פאקטיש דערווייטערט ווערן, אבער די הייסע פארבינדונגען וועלן נישט זיין ווי געווען, און כאטש עס טוט אביסל וויי מוז מען עס קענען פארטראגן, דאס לעבן איז דינאמיש, פארבינדונגען גייען ארויף און אראפ.

אבער אויסער דיין אייגענעם ביזנעס, קוק זיך אום וואס טוט זיך מיט יענעם. אפשר וועט ער גאר זאט ווערן פאר דיר, קענסט דאך קיינמאל נישט מעסטן זיינע גרעניצן, דעריבער זאלסטו שטענדיג האלטן א מאס, נישט באזוכן אים צו פיל, נישט ערפילן דעם געדראנג ביז’ן סוף, קיינמאל איז נישט ריכטיג צו אוועקגעבן אלע געפילן פאר יענעם.

הוקר רגליך מבית רעיך – מיינט נישט נאר ווארענען פון דער צייט וואס דער קשר וועט ענדיגן זיין פליכט. עס רעדט איבערהויפט אויף דער תקופה ווען דער קשר איז נאך גילטיג, אויך דאן מוז עס קומען מיט א מאס, ווייל דער פריינט מוז הפסקות אינצווישן, כדי צו בלייבן שטיין איינציג פאר זיך, כדי זיין מיטלפונקט פון קשר זאל זיין פאר’ן רבש”ע. אויך דו מוזט אזעלכע הפסקות, ווייל ווי געזאגט איז די געזעלשאפט נאר א מיטל און עס טאר נישט פארוואנדלט ווערן אלס מטרה.

און אצינד לאמיר רעדן צו די ווייען ארום קשר.

מיר שטעלן דא ווייטאגליכע שאלות וואס מענטשן פרעגן זיך שטיל. מיר וועלן פארשלאגן עטליכע ענטפערס, געוויס האבן אלע אמת אין זיך, און צוזאמען קומט ארויס א פראקטישער מיטל.

 

  • וואו קויפט מען א פריינט? כאטש איינס פאר א רפואה.

עס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען ארומגענומען מיט געזעלשאפט, זיי זענען אפילו זייער פאפולער און ארויפגעקוקט, אבער די איינזאמקייט עסט אין זיי מיטן פולן מויל. אפילו איין פריינט האבן זיי נישט, אן אמתער.

ענטפערס:

  • מיט א טיפע געטריישאפט, זוך איינעם וועמען דו קענסט עפעס אויפטאן, גיב אים, טו פאר אים. נתינה ברענגט צו אהבה, דאס וועט דיר ברענגען צו אהבה שאינה תלויה בדבר.
  • מיט נאמנות. זיי געטריי, אמת’דיג און באגלויבט. רעדט צו אים אויפריכטיג, ארבעט נישט אויף אים, ווייל דעם אמת קען מען נישט פארנארן. אז יענער וועט פילן אז דו ביסט נאמן אויף דיין ווארט, און דו מיינסט טאקע אמת’דיג זיין טובה, וועט ער דיר אויך זיין באגלייבט און געטריי.
  • געבן און נעמען – דאס מיינט קשר. עס איז אוממעגליך צו אנהאלטן נאר איין זייט מטבע. מען דארף קענען אוועקגעבן פון זיך, און אויך באקומען פון יענעם, דאס איז א מצב אין נפש, און טיילמאל דארף מען ארבעטן דאס צו דערגרייכן, עס פאדערט אפנהארציגקייט אין דער זייט פון באגלויבטקייט. געטריישאפט, אבער אזא סארט וואס מעקט נישט אויס דעם זיך. ווען דער מענטש פארמאגט די תכונות און ער איז רייף דערצו, טוט אים שוין דער רבש”ע צושיקן דעם פאסיגן הארץ-פריינד.

 

  • קען מען נישט האלטן נאנטע פארבידונגען אן גורם זיין עגמתנפש?

איך שטרענג זיך אזוי פיל אן פאר איראיך גיי ממש ארויס פון די הויט עס זאל איר זיין גוט, זי זאל זיין צופרידן, זי ווייסט עס בכלל צו שעצן? זי זעט נאר די מאלן וואו איך האב זיך נישט צוגעשטעלט

  • עס איז אוממעגליך צופרידנצושטעלן כסדר. פאר ווייטערע, קען מען זיך נאך משתדל זיין; צווישן נאנטע, מאכן זיך קאנפליקטן. ווייל מען קען נישט לעבן כסדר אין שפיל, און מיר האבן דאך נאך פארבידונגען און פליכטן, עס איז נישט שייך צו יוצא זיין פאר אלעמען.
  • מען דארף בעטן אויף דעם, עס זאל נישט ארויסקומען קיין צער און קיין תקלה פון אונטער אונזערע הענט. אז מען וויל, העלפט דער אויבערשטער.
  • מען דארף קענען אונטערשיידן צווישן א פגיעה אויף וואס דו טראגסט אחריות צו עגמת-נפש וואס יענער נעמט זיך צוליב זיינע אייגענע פראבלעמען. א מענטש דארף זען צו מכבד זיין יענעם, זיך היטן אים נישט צו וויי טון, אבער נישט נעמען פערזענליך זיין אומבארעכטיגטער כעס אדער פארשעמונג.
  • אלע זענען ריכטיג, און דער שליסל וואס פירט צו דעם, איז געדענקען אז מען דינט דעם אויבערשטן און נישט קיין מענטשן. ווען די חשוב’סטע אינטערעס איז צו געפעלן דעם באשעפער און נישט קיין מענטשן, איז פיל לייכטער זיך צו פארמעסטן מיט די קאמפליצירטע מצבים.

 

  • ווי אזוי היט מען אויפ’ן באלאנס פון קשר?

צופיל מאל האט געטראפן וואס א קשר האט מיר שוין מיד געמאכט. פיל באקאנטע ווערן צוגעצויגן צו מיין ווארעמער נאטור, צו מיין אפענע טיר, צו מיין גרייטקייט צו אויסהערן און טאן טובות, מען שענקט מיר צוריק מיט ווארעמקייט און דאנקבארקייט, אבער אין א שיינעם טאג פיל איך זיך אויסגעניצט, אדער דערשטיקט

  • גרעניצן. א הויז מוז א טיר מיט א שלאס.
  • מען מוז קענען זאגן, ניין. און לאזן פלאץ פאר זיך זעלבסט.
  • פיר נישט אריין יענעם אין צענטער פון דיין לעבן, לאז נישט דעם קשר באהערשן דיינע מחשבות און החלטות. יעדע זאך וואס א מענטשן פארמאגט, ווערט געמאסטן מיט די אייביגע שאלה: ווער הערשט אויף וועמען? דו אויפ’ן קשר, אדער דער קשר אויף דיר? דו אויף דיינע געפילן, אדער די געפילן אויף דיר? פונקט אזוי ווי, דו אויף דיין געלט, אדער דאס געלט אויף דיר?

 

  • ווי האלט מען א קשר, עס זאל נישט קאליע ווערן?

איך קען זיך נישט פארשטעלן מיין לעבנסשטייגער אן מיין נאנטע חברטע, מיין טייערע שכנה. איך בין געווען עלנד, ווייט אפגעריסן פון דער משפחה, און זי האט זיך אריינגעצויגן נעבן מיר און מיר פשוט אויפגעמונטערט. לעצטנס זענען אונזערע קינדער אונטערגעוואקסן, מיר זענען שוין מער פארנומען און האבן קוים צייט צו שמועסן. אונזער קשר ווערט אויטאמאטיש שוואכער, עס איז אבער א שאד, עס האט מיר אזויפיל צוגעגעבן, ווי קען איך עס צוהאלטן?

  • זע צו האלטן ריכטיגע באציאונגען, זוכן געלעגנהייטן פאר קשר מיט א מאס.
  • אזוי איז עס אין לעבן, פארבינדונגען גייען אויס ווען די אומשטענדן טוישן זיך.
  • ביי פארשידענע קשרים מאכן זיך עליות און ירידות. אויב דער קשר איז אפגעקילט, שטארק זיך מיט דער האפענונג אז עס וועלן נאך קומען בעסערע צייטן.
  • געזעגענונגען איז א חלק פון לעבן, מיר דארפן זיך קענען פארמעסטן מיט דעם. אויך ווען דער קשר בלייבט עקזיסטירן אבער עס איז שוין נישט ווי געווען, איז מעגליך אז מען פילט אז מען האט פארלוירן. אויך ביי געזעגענונג איז שווער דאס געפיל פון פארלירן. מען דארף עס איבערארבעטן שטאפל-ווייז און משלים זיין אז וואס עס איז געווען, וועט שוין מער נישט זיין.
  • געדענק: יעדער קשר איז אן אויסגע’חשבונ’טע פון הימל און עס האט א צוועק. אמאל האט מען אנגעפילט דעם צוועק, אמאל האט זיך געטוישט א צוועק, אבער יעדנפאלס האסטו א כח זיך צו פארמעסטן מיט וואס דער קשר גיט דיר היינט, און דו ברויכסט מער נישט דעם קשר וואס האט דיר צונוצגעקומען נעכטן. אט די אמונה אין השגחה פרטית קען פיל העלפן צו אויסגלייכן די וועגן.

 

  • וואס טוט מען ווען א קשר האט זיך אפגעריסן, שארף און פלוצלינג מיט שווערע געפילן?

פרעגט איר מיר פאר איין יאר צוריק, וואלט איך געמיינט אז איך קען שווערן אז ביי מיר וועט עס נישט געשען, און עס איז געשען. א נאנטע פריינטשאפט האט זיך אויסגעלאזט מיט א מיספארשטענדעניש און א שטילער ברוגז. עמטליך זענען מיר בסדר איינע מיט די אנדערע, אבער אין הארץ ווייסן מיר גוט אז פאראיבל זיצט דארט, און עס איז געבליבן א שווערן נאךטעם.

  • מעגליך אז עס איז געקומען ווייל מען האט פארזען דעם פינטל ווען דער קשר האט זיך גענומען באהערשן. אדער האט זיך דער געברויך אנגעפילט און במילא איז יענער שוין געווען איבעריג ווי איבער די מאס, אדער איז מען סתם פארגאנגען פון די גרעניצן. און וויבאלד אז עס האט שוין פאסירט, דארף מען זען און האפן זיך צו איבערבעטן, עס זאל נישט בלייבן קיין שווער הארץ.
  • א צעריסענער קשר איז ווי אן אפעראציע און עס בלוטיגט פיל מער ווי סתם א פגיעה. א שניט וואס איז נישט פארנייט געווארן און נישט באנדאזשירט געווארן, קען שאפן אן אינפעקציע מיט ווייטע נאכפאלגן. דעריבער איז וויכטיג זיך צו איבערבעטן, נעמען די קוראזש צוצוגיין צו יענעם און נישט “ווארטן אויף כבוד”.
  • איבערהויפט איז וויכטיג זיך צונויפצורעדן. מיט’ן ארויסרעדן וואס עס דריקט ווערט שטענדיג לייכטער. דאס זעה מען פון די געבאטן פון די תורה הק’, “לא תשנא את אחיך בלבבך, הוכח תוכח את עמיתך ולא תשא עליו חטא” – זאג ארויס וואס קוועטשט דיר, וועסטו נישט האלטן א שנאה. פארשטייט זיך אז מען דארף עס טאן אויף א מכובד’דיגן אופן, צו מרבה זיין שלום און נישט פארקערט.
  • עס איז זייער וויכטיג צו שליסן ריכטיג א קשר. א קשר וואס האט זיך צעריסן ווייטאגליך, לאזט א שווערן וואונד אויפן נפש, און אויסער דעם פארלוסט אין בין אדם לחבירו, בלייבט דער מענטש מיט פארפלאנטערטע געפילן וואס ערלויבן אים נישט צו פאבריצירן נייע פארבינדונגען. עס איז וויכטיג צו איבערארבעטן וואס עס איז פארלאפן צווישן די צוויי צעריסענע פריינד. אויב מען קען זאל מען עס טאן פערזענליך, דירעקט צו אים. מעגליך אז עס וועלן אויפשיינען חלקים וואס וועלן געבן א נייעם בליק אויף די גאנצע זאך, און אויך ווען נישט וועט דאס ארויסרעדן זעלבסט אפשווענקען די געפילן. אויב מען קען נישט רעדן צו יענעם, זאל מען אליין איבערארבעטן די געפילן.
  • ווען א מענטש גייט אריבער א באדייטליכן פארלוסט גייט דער נפש אריבער א פראצעס פון געוויסע שטאפלען. דאס געשעט אין עקסטרעמע מצבים ווי ביי אבלות אויף א נאנטן, און עס געשעט אין א קליין פארמאט ביי יעדן איינפאכן פארלוסט. אויך ווען א קשר לאזט זיך אויס רעאגירט מען אויף דעם אופן. איינע פון די שטאפלען איז כעס, דאס קומט צוליב דעם וואס מען וויל נישט פארנעמען דעם פאקט אז די זאך איז מער נישטא און דערפאר ווארפט מען ארויף דעם שולד פון דעם מצב אויף יענעם. דער קשר איז נישט וואס עס איז געווען, דאס איז א פאקט. עס שאפט גרויס צער וויסנדיג אז וואס עס איז געווען וועט מער נישט זיין. דאכט זיך אמאל אז יענער איז שולדיג אין דעם מצב און מען איז אויפגערעגט. אז מען וועט דערהערן און אנערקענען אז ווייטאג ליגט ביי זיך און מען דארף זיך אויסלערנען צו משלים זיין, וועט מען צוביסלעך זיך בארואיגן און אויך די שווערע געפילן וועלן נעלם ווערן.

 

  • שליסן פארבינדונגען, ווי טוט מען עס ריכטיג?

לאמיר שליסן מיט עפעס פראקטיש און געשמאק און זיך אויפהויבן פון דעם ארטיקל מיט א גוטן טעם.

  • לאמיר זיך באציען צום שליסן א קשר ווי צו א סיום. יעדער סוף איז א סימן צו אן אנפאנג: מיר האבן ערפילט עפעס צוזאמען, און מיר שליסן עס מיט פרייד, כאטש מיט באדויער פון געזעגענונג. די גוטע בשורה איז אז עס וועלן קומען נייע פיינע געלעגנהייטן צו בויען און זיך אנטוויקלען.
  • די צייט וואס איז אריבער איז געשטארבן, אבער דאס וואס מיר האבן אנגעפילט אין איר, דאס איז דער ריכטיגער לעבן. אזוי איז אויך מיט פארבינדונגען.
  • כאטש וואס דער קשר וועט אפשר מער נישט זיין ווי געווען, איז עס אבער געבליבן אלס א פארמעגן. דאס וואס מיר האבן געטאן צוזאמען, די איבערלעבענישן, די לערע און אלעס וואס מיר האבן עררייכט אין די תקופה, בלייבט אונז אלס קנין. דאס פארלירן מיר קיינמאל נישט.
Nafshi Blog