אינפארמאטיוון שמועס מיט’ן בארימטן פסיכיאטער וואס באדינט כסדר דעם היימישן ציבור. באקענט אייך מיט זיין ערפארונג און עקספערטיז אין דעם שווערן פעלד, הערט זיינע אנווייזונגען וויאזוי צוצוגיין צו א פראבלעם און ווען מעדיצין איז נויטיג, און פארשטייט דעם קשר צווישן גייסטישע פראבלעמען און גענעטיקס – אריגינעל ערשינען אין נפשי #5 דורך בן מנחם
עס איז מיטוואך פרשת ויצא אינדערפרי ווען איך לאז זיך ארויס אין ריכטונג פון דאקטאר היזאמי’ס אפיס אין פלעטבוש. ‘איך דארף היינט אויסנוצן די געלעגנהייט’, טראכט איך צו מיר גייענדיג. זיצן מיט א בארימטן, הויכגעשעצטן דאקטאר איז נישט קיין טעגליכע ערשיינונג, ווער רעדט נאך ווען ער איז פון די איינציגע דאקטוירים מיט אסאך יארן ערפארונג דא ביי אונז, עמי בבית, מיט דעם היימישן עולם.
דאקטאר ראנען היזאמי איז שוין היינט א ‘היימישער’, כאטש וואס ער רעדט נישט קיין אידיש. ער רעדט איבער אזעלכע מושגים ווי ‘געפילטע פיש’ און פארטיי אפיליאציעס אינערהאלב אונזערע קהילות, ער ווייסט מחלק צו זיין צווישן דעם רבי’ן זי”ע פאר’ן סטראוק און נאכדעם… ער קען אונזער עולם פונדערנאנט, האנדלענדיג מיט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן. ווען מיר האבן אים געפרעגט צי היינט איז א גוטע צייט צו נעמען בילדער פון אים האט דער דאקטאר קאמיש רעאגירט: “איך האב אבער נישט מיטגעברענגט מיין שטריימל…”
אלס אן ארטאדאקסישער איד פון ספרד’ישן אפשטאם איז דער דאקטאר באקאנט מיט זיין יראת שמים, ער רירט זיך נישט פון הלכה. עס קומט כסדר אויס אז דאקטאר היזאמי רופט אן רבנים פרעגן ראט און טאט אין הלכה’דיגע אנגעלעגנהייטן וואס זענען נוגע זיינע פאציענטן. דער דאקטאר ווייסט זייער קלאר פונאנדערצושיידן צווישן ‘געזונט’ און ‘הלכה’. שמועסנדיג מיט אים דערציילט ער ווי דער רב אינעם ביה”מ וואו ער דאוונט האט אים אמאל מכבד געווען צו זאגן א שיעור פאר דער קהילה, “איך האב געזאגט פאר’ן רב אז די וועלט ארבעט די בעסטע ווען יעדער ווייסט זיין פלאץ – איר זאלט זאגן דרשות און איך וועל היילן פאציענטן בס”ד.”
אונזער שמועס איז אפגעשמועסט אויף 11:45. איך מאך זיכער אנצוקומען אין צייט, עס איז אן אחריות, יעדע מינוט ווייניגער מיינט ווייניגער אינפארמאציע פונעם דאקטאר וואס האט אונז געעפנט א קורצע ‘סלאט’ אין זיין פארנומענעם סדר היום וואס באשטייט פון אויפנעמען און באלייכטן פארנעפלטע מצבים וואו די באטרעפנדע האלטן שוין אפט לאחר יאוש. מיר ווילן נישט אוועקנעמען פון די ליינער די געלעגנהייט פון נאך א מינוט מיט’ן דאקטאר.
עס איז 11:35, 10 מינוט פרי און איך שטיי שוין ביים טיר. איך דערמאן זיך פון מיין מנהל אין חדר וואס האט מיר אלץ אנגעשריגן פאר’ן אנקומען שפעט צופרי, ביז איינמאל ווען איך בין אנגעקומען א האלבע שעה פרי כדי זיכער צו זיין אז דאסמאל וועל איך נישט זוכה זיין צו קיין נזיפה, דער מנהל האט זיך אבער אן עצה געגעבן, פרעגנדיג: “דו קענסט נישט קומען ווי א נארמאלער מענטש? מען דארף דא זיין אכט אזייגער, נישט האלב אכט און נישט האלב נאך אכט…”
הכלל, שטיי איך דא ביים טיר פון דאקטאר און איך קלונג אן איידל. דער דאקטאר אליין עפנט און איז מיר מכבד אריינצוגיין אין א צימער. ער פארגעסט נישט זיכער צו מאכן אז מיין טיר איז פארמאכט וועלנדיג היטן אויף די פריוואטקייט פונעם קליענט מיט וועם ער האלט יעצט ביים ענדיגן.
נאך קורצע 5 מינוט הער איך ווי די טיר פונעם דאקטאר’ס ביורא עפנט זיך, ער געזעגנט זיך מיט יענעם און א מינוט שפעטער קומט ער צו מיין צימער און באגריסט מיר מיט א העפליכן שלום עליכם, ער אנטשולדיגט זיך פאר’ן לאזן ווארטן און נעמט מיר אריין ביי זיך אין ביורא.
‘וויאזוי הייבט מען אן?’ טראכט איך צו מיר שנעל. עס איז דא אזויפיל צו פרעגן, איך וויל נישט אויסלאזן די וויכטיגע שאלות. עס איז אבער נישטא קיין צייט זיך מיישב צו זיין, דעם דאקטאר’ס אויגן זענען שוין געוואנדן צו מיר, ווי צו זאגן, ‘נו?’. און, איך טרעט צו צו דער ערשטער שאלה.
דער דיאגנאז פראצעדור
ווען א מענטש קומט דא אריין, ווען מאכט איר אפ אז אים דארף מען מיט עפעס דיאגנאזירן און וויאזוי מאכט איר אפ וואס דער דיאגנאז זאל זיין?
עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן א פסיכיאטער (דאקטאר) און א טעראפיסט. א פסיכיאטער איז טרענירט צו קענען פארשטיין אין גאר א קורצע צייט וואס דער פראבלעם איז, און אויפקומען מיט א ‘טריטמענט פלאן’. ווען מיר נעמען דעם טעסט פאר פסיכיאטריע דארף מען קודם מאכן א געשריבענעם טעסט און נאכדעם דארף מען זיצן מיט צוויי געלערנטע דאקטוירים אין א שטוב און אינטערוויואירן א פאציענט.
מען דארף שמועסן מיט דעם פאציענט פאר 30 מינוט און נאכדעם דארף מען רעפרעזענטירן דעם גאנצן קעיס צו די אנדערע צוויי דאקטוירים וואס זענען אויך געזעצן דארט, מען דארף אויפקומען מיט א דיאגנאז און א טריטמענט פלאן. אלעס אין א האלבע שעה.
ווען א מענטש גייט צו א טעראפיסט, ווידעראום, פרובירט דער טעראפיסט צו פארשטיין וואס עס גייט פאר, אבער פיל שטייטער. טעראפיסטן געבן פאר’ן מענטש מער צייט און פרייהייט זיך אנצואווארעמען צוביסלעך.
ווען איינער קומט צו מיר געב איך אים אביסל צייט צו רעדן, אבער נאך 5 ביז 10 מינוט הייב איך אן פרעגן זייער ספעציפישע שאלות צו פארשטיין פינקטליך וואס דער פראבלעם איז. איינמאל איך פארשטיי דעם פראבלעם מוז איך מאכן אן החלטה וואס צו טון מיט דעם מענטש, צי מען זאל שיקן צו טעראפי, פארשרייבן מעדיצין, אדער ביידע, צי אפשר דארף מען שיקן פאר ספעציעלע טעסטן ווי בלוט טעסטן, קעט סקען אדער MRI, צי זיי דארפן זען א ניוראלאג אדער גאר האספיטאליזירט ווערן. דאס אלעס פאסירט אין די ערשטע פאר מינוט ווען מען הייבט אן טראכטן פון א פלאן פון א דיאגנאז. און אויב זענען שייך אפאר דיאגנאזן דארף מען שמאלער מאכן די ליסטע.
איינמאל מען האלט דא ווענדט זיך אין דעם דיאגנאז וואס די קומענדיגע שטאפל גייט זיין. ווי למשל, ביי OCD איז די לכתחילה נישט צו געבן מעדיצין. לכתחילה וועל איך שיקן פאר CBT טעראפי. פאר ADHD איז יא די ערשטע זאך מעדיצין, און נאכדעם טעראפי, אויב שייך. יעדע דיאגנאז האט א מהלך, אבער מען האט נישט קיין מהלך ביז מען מאכט א דיאגנאז.
עס מאכט זיך אפט אז איך זיץ מיט א פאציענט וואס קומט שוין פון א טעראפיסט ביי וועם ער איז געווען לאנג, און ווען איך רעד נאכדעם מיט’ן טעראפיסט איז ער איבערראשט פון וויפיל איך ווייס שוין אויף דעם מענטש נאך איין באזוך ווען פאר אים האט עס גענומען א לאנגע צייט. מיר זענען אבער ספעציפיש טרענירט טאקע אויף דעם. מען פרובירט נישט צו מאכן שפירן אומבאקוועם, אבער איך וועל פרעגן זייער האקעלע און פערזענליכע פראגן גאנץ שנעל.
עס זענען דא מענטשן וואס האבן ערנסטע פראבלעמען אזש ביז האספיטאליזאציע און עס זענען דא מענטשן מיט מילדע פראבלעמען וואס שטערן זיי נאר, אבער זיי פונקציאנירן געהעריג. איז עס נישט שווער זיך צו האלטן צום מענטש מיט וועם מען רעדט יעצט און נישט צו שפרונגען צו שווערע דיאגנאזן אפילו ביי איינעם וואס ליידט נישט אזוי שטארק?
איך וועל דיר פארציילן א מעשה. א חבר מיינער וואס איז א דאקטאר איז געזיצן שבעה נאך זיין שוועסטער וואס האט געליטן פון קענסער רח”ל, ווען איך בין אנגעקומען צו ניחום אבלים האט זיך געמאכט אז אלע אנוועזנדע זענען געווען דאקטוירים. נו, עס זיצן א ציבור דאקטוירים אין צימער, פון וואס וועט מען רעדן? וויאזוי איז זי אוועק, פארשטייט זיך.
מען האט דארט געשמועסט אז זי איז געווען אין א גרויסן שפיטאל, און איר דאקטאר איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער הויפט פון שפיטאל, דער גרעסטער דאקטאר פון גאנצן שפיטאל. למעשה איז זי אוועק פון גאר א קליינע טעות, עפעס וואס איז פארזען געווארן טאקע דורך דעם גרויסן דאקטאר. מען רעדט פון עפעס וואס אפילו א פרישער סטודענט וואלט געווענליך געכאפט. דעמאלט זענען מיר, אלע דאקטוירים, געקומען צו דער מסקנא אז ווען דער באשעפער וויל אונז מאכן זען לאזט ער אונז זען, אבער ווען עס איז אנדערש באשערט, לייגט ער אונז צונאר… דער אויבערשטער איז אין קאנטראל, נישט אונז.
אבער מיר טוען אונזער השתדלות, מיר גייען אדורך אסאך טרענירונג, אסאך שטודירונג, מיר דארפן אייביג וויסן די פרישסטע אינפארמאציע און מעטאדן, מיר זענען טאקע נישט ‘פערפעקט’, מיר טוען אבער די בעסטע וואס מיר קענען. נאך אלעם איז הקב”ה מחליט צי מיר זאלן מצליח זיין. אבער ב”ה, רוב מאל פארשטייען מיר ריכטיג.
ווען איך פרוביר צו ליינען דעם DSM (דאקטאר‘ס אפיציעלע דיאגנאזירונגס בוך) קוקט עס מיר אויס ווי כינעזיש… עס טוט זיך דארט אן אויסוואל פון ארום דריי הונדערט דיסארדערס! איך ווייס נישט פון מער ווי 10 אדער 15. נעמט מען טאקע די אלע זאכן אין באטראכט ביים אינטערוויואירן א פאציענט?
דו דארפסט פארשטיין פון וואו די גאנצע סוגיא פון DSM קומט, און יעצט, ווען מען לערנט ספר בראשית איז די ריכטיגע צייט דאס אויסצושמועסן. וואס איז געשען מיט מגדל בבל? דער אויבערשטער האט מבלבל געווען די לשונות. ממש אזוי פלעגט זיין מיט מענטל העלט. עס האט געקענט זיין אז א מענטש זאל זען א דאקטאר אין אמעריקע און דיאגנאזירט ווערן מיט איין ספעציפישער דיסארדער, און שפעטער אין אייראפע וואלט ער דיאגנאזירט געווארן מיט א צווייטע זאך אינגאנצן. דער פראבלעם איז געווען אז עס איז נישט געווען איין שפראך, די דאקטוירים האבן נישט געהאט קיין אוועקגעשטעלטע וועג וויאזוי מען רופט יעדע זאך.
ווען מען גייט צו א רב מיט א שאלה איז נישטא דער פראבלעם, עס גייט נישט אז איין רב נוצט שו”ע און איינער עפעס אן אנדערן ספר, יעדער נוצט די זעלבע שפראך, א ‘טפח’ איז ביי יעדן א טפח, און כאטש וואס עס איז דא חילוקי דעות ווייסט אבער יעדער איינער פון וואס מען רעדט. יעדער ווייסט וואס חמץ איז.
די גאנצע DSM איז געקומען אוועקצונעמען דעם פראבלעם. צו געבן איין שפראך פאר אלע דאקטוירים און מענטל העלט פראפעסיאנאלן. איינמאל מען מאכט דעם זעלבן לשון (נישט לאקשן… “לשון”) איז וויכטיג אריינצולייגן אלעס אין ספעציפישע דיאגנאזן. ווייל איינמאל איך און אלע אנדערע דאקטוירים רופן אן זאכן אויף דעם זעלבן וועג קענען מיר אלע נוצן די זעלבע ריסוירטש און אינפארמאציע וואס איז דא אויף יעדע צושטאנד.
צום ביישפיל, ווען איך האב איינעם וואס זיין האלז טוט אים וויי, די מאמע קען זאגן ער זאל עסן ווארעמע זופ, טרינקען וואסער, צוריקגיין שלאפן, מען קען פרובירן אזויפיל זאכן, אבער למעשה, וואס טוט מען? איינמאל איך קען דיאגנאזירן אז זיין פראבלעם איז א ‘סטרעפ’ איז אלעס מסודר, ווייל אויף דעם איז שוין דא פינקטליכע אנווייזונגען וויאזוי עס צו באהאנדלען. וואס צו פרובירן קודם און וואס צו טון אויב די ערשטע עצה ארבעט נישט, וכו’, עס איז דא אן אויסגעטראטענער מהלך. אלע פארש ארבעט וואס זענען דא אויף דעם ספעציפישן פראבלעם זענען יעצט גרייט גענוצט צו ווערן דא אין דעם פאל. ווידעראום, אויב האב איך נישט קיין ספעציפישע דיאגנאזן קען איך האבן וויפיל פארש ארבעט עס לאזט זיך, איך ווייס אבער נישט ווען מען דארף נוצן וואס.
ווען מען מאכט אז יעדער זאל נוצן די זעלבע שפראך, קען יעדער נעמען די אינפארמאציע און שטודיעס וואס זענען פארהאן, און נוצן די אינפארמאציע דארט וואו עס קומט. א מענטש קען בעטן די מאמע: ‘מאמי, איך בין הונגעריג’, דאס איז אבער נאכנישט גענוג פאר די מאמע אים צו קענען העלפן מיט גענוי וואס ער דארף, ווידער ווען מען רעדט ספעציפיש און מען בעט: ‘מאמי, איך דארף פלייש, איך דארף ברויט’, דא ווייסט שוין די מאמע פינקטליך וואס זי האט צו טון און קען גלייך העלפן אן פרובירן קודם צוצוטרעפן און דורכפאלן.
יעצט, די באקאנטע דיסארדערס זענען די דיסארדערס וואס זענען דאס מערסטע פארשפרייט. ווען א מענטש קומט דא אריין טראכט איך נישט דוקא פון ‘אלעס’, ווען עס קומט א 5 יעריג יונגל וועל איך נישט טראכטן דעמאלטס פון אלצהיימערס… אלעס פירט זיך לויט דעם צו וועם מען רעדט, מען קוקט אויף דער סיטואציע און מען באטראכט די זאכן וואס קענען אפשר שפילן א ראלע און לויט דעם איז מען דן. איך וועל נישט טראכטן פון OCD אויף נטילת ידים ווען עס קומט צו מיר איינער פון אינדיע, ווייל ער קען נישט אזא סוגיא.
וויאזוי גייט צו די אנאליזירונג אויפ’ן פאציענט צו אנקומען צום ריכטיגן דיאגנאז?
ווען א מענטש קומט אריין איז דא א גרויסע ליסטע פון דיסארדערס וואס מען קען באטראכטן, אבער פון ווען ער זאגט זיינע ערשטע פאר ווערטער הייבט די ליסטע אן שרומפן. עס איז אינטערעסאנט, ווען איך האב געלערנט מעדיצין איז געווען איינס פון די לערער א פרייער איד, זייער א קלוגער מענטש, ער פלעגט קומען איינמאל א וואך געבן א לעקציע. עס האט געארבעט אז די סטודענטן האבן געדארפט רעפרעזענטירן א קעיס צו אים, ער איז געשטאנען ביי א גרויסע ‘בלעק בארד’ און געווארט מען זאל אים פארשטעלן דעם קעיס.
די סטודענטן האבן אנגעהויבן: “עס איז דא אן אפרא-אמעריקאנער וואס איז 48 יאר אלט און קומט אריין מיט ‘טשעסט-פעין’.” דא האט ער אפגעשטעלט די סטודענטן און אנגעהויבן שרייבן אלע מעגליכע זאכן וואס וואלטן דאס געקענט ברענגען אין דער ספעציפישער סיטואציע. ער האט אראפגעשריבן אלע מעגליכקייטן, ווי “הארץ אטאקע”, “נעמאניע”, וכו’. ווען ער האט געענדיגט האט ער געזאגט אז מען זאל זאגן די קומענדיגע שורה. נאך די קומענדיגע שורה האט ער אפגעשטעלט און אנגעהויבן אויסמעקן ווערטער פונעם בלעקבאורד; דאס איז נישט שייך, דאס אויך נישט, און דאס אויך נישט. ביי דער צייט וואס די דאקטוירים האבן געהאלטן נאך בלויזע 3-4 פראזן איז ער שוין געבליבן מיט ארום 1 ביז 3 מעגליכקייטן.
דאס וואס ער האט דעמאלטס געטון שפילט זיך אפ אינעם דאקטאר’ס קאפ ווען ער פראקטיצירט מעדיצין. נישט נאר אין פסיכאלאגיע. מען לערנט אונז אויס א וויכטיגן כלל אינעם ערשטן טאג פון מעדיקל-שולע: “אויב עס האט פעדערן ווי א קאטשקע, און עס גייט ווי א קאטשקע, און עס האט א מויל ווי א קאטשקע, דאן מסתמא איז עס נישט קיין זשיראף…”
ווען איינער קומט אריין באטראכט מען די גאנצע סיטואציע ארום און ארום. למשל, ווען עס קומט צו מיר א 5 יעריג קינד פון א היימישע הויז, עס איז נישטא קיין טעלעוויזיע אין שטוב, יא? און ער קומט אריין מיט א פראבלעם, וועל איך נישט טראכטן אז ער האט געטראפן זיין ברודער’ס אומלעגאלע סובסטאנצן און עס גענומען בטעות… עס איז נישט שייך, ווייל עס איז נישט דא קיין עלטערער ברודער וואס נוצט דראגס אין א היימישע, ערליכע שטוב.
און איך וועל דיר פארציילן א מעשה וואס איז א גוטער משל אויף דעם: א מיידל איז געקומען צו מיר פאר ארום 10 יאר צוריק, זי איז אלס צענערלינג פלוצלינג זייער ‘צעמישט’ געווארן. זי איז געווען א היימיש מיידל פון אן עכט ערליכע הויז. זעענדיג איר צעמישעניש האט מען איר גענומען אין שפיטאל פאר טעסטן, און דארט האבן די דאקטוירים רעאליזירט אז איר ‘סאדיום’ שטאפל איז צו נידריג. דער פראבלעם קען געשען צוליב אפאר אנדערע זאכן, איינס דערפון איז ווען מען נוצט א געוויסע אומלעגאלע סובסטאנץ.
איך טראכט אז דער דאקטאר דארט אין שפיטאל איז געווען שיכור… ער האט איר אהיימגעשיקט זאגנדיג אז דאס עכט היימיש מיידל וואס איז אלץ געווען וואויל און איידל נוצט דעם סובסטאנץ. א דאקטאר דארף פארשטיין דעם גאנצן בילד בעפארן געבן א דיאגנאז. אוודאי קען זיך אמאל ליידער טרעפן אויך ביי אונז היימישע אידן אז מען פאלט אדורך מיט שעדליכע געווירצן, מען דארף אבער נוצן די אייגענע שכל און קוקן אויף דעם קעיס צו פארשטיין צו וועם מען רעדט דא.
ביישנות אדער ענקזייעטי?
מיר ווילן הערן פון אייך, אלס דער דאקטאר פון אונזער עולם…
איינס פון די דאקטוירים…
ערלעדיגט… אלס איינס פון די דאקטוירים וואס העלפן אונזער ציבור מיט נפשיות‘דיגע פראבלעמען, וואס איז אייער מיינונג איבער גייסטישע פראבלעמען ביי אונז, זענען דא פראבלעמען פון וואס מיר ליידן אפטער אדער ווייניגער ווי די אלגעמיינע גאס?
עס הערט זיך ווי אן אינטערעסאנטע זאך, ווען מען מאכט אן ‘עקס-רעי’ קוקן אלע ביינער אויס די זעלבע… אויף א ‘קעט סקען’ פון איין מענטש קען מען נישט זען צי ער איז א היימישער איד אדער א גוי. די זעלבע זאך איז דא אויך. די אלע דיסארדערס זענען ‘עכטע’ זאכן. עס איז באזירט אויף גענעטיקס, עס איז באזירט אויף אונזערע ערפארונגען און נאך זאכן. די סטאטיסטישע ראטעס זענען לויט מיין אינפארמאציע נישט אנדערש ביי אונז פון דער אלגעמיינער וועלט. פארשטייט זיך אז פלעצער אין אפריקע וואו מען לעבט אין מלחמה און אנדערע אומשטענדן זענען אנדערש ווי דא, אבער אויב מען שטעלט צו צוויי מענטשן וואס וואוינען אין די זעלבע פלאץ איז נישטא קיין חילוק לגבי דיסארדערס.
און דאס קען געזאגט ווערן אפילו ביי אזעלכע זאכן ווי OCD. ביי אלעס. איך זע אסאך פאציענטן מיט OCD אויף זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט אידישקייט. און איך העלף אויך גענוג גוים מיט OCD.
הייסט אז ס’איז נישט ריכטיג דאס וואס געוויסע זאגן אז אידישקייט שפילט א ראלע אין OCD?
לאו דוקא.
דו ווייסט, דארט וואו עס שטייט די סימנים פון די יחוס פון אידישע קינדער צו אברהם יצחק און יעקב, ווערט נישט אויסגערעכנט OCD אלס א סימן… חוץ אויב איך האב עס נישט ריכטיג אפגעלערנט…
ביישנים איז גראדע יא איינס פון די אידישע סימנים, אבער מיש עס נישט אויס מיט ענקזייעטי…
וואס איז טאקע דער חילוק צווישן בושה און סאציאלע ענקזייעטי?
דו פרעגסט א גוטע שאלה וואס קען געפרעגט ווערן מיט נאך ביישפילן אויך. וואס איז דער חילוק צווישן טרויער און דעפרעסיע? וואס איז דער חילוק צווישן א קינד וואס האט פראבלעמען מיט לערנען און ADHD?
ביי אלע דיסארדערס איז דא איין וויכטיגע נקודה וואס מיר נעמען אין באטראכט ביים דיאגנאזירן א מענטש. מיר שאצן אפ צי דער פראבלעם שטערט אים פון פונקציאנירן. יעצט, צו דיין ביישפיל: ביישנות איז א מידה, סאציאלע ענקזייעטי איז נישט קיין מידה, עס איז א פסיכאלאגישע דיסארדער וואס שטערט, און עס קען זיין א מענטש זאל זיין א ביישן און ‘אויך’ ליידן פון סאציאלע ענקזייעטי.
עס איז נישט נארמאל נישט צו קענען רעדן פארנט פון אנדערע מענטשן, נישט צו קענען דאווענען פאר’ן עמוד אדער ארויפגיין פאר אן עליה אן א פאניק אטאקע מיט הארץ קלאפענישן וואס מאכן שפירן ווי דאס הארץ גייט אט ארויסטאנצן פון ברוסטקאסטן.
א ביישן איז איינער וואס איז נישט אזוי שטארק סאציאל, ער קען אבער פונקציאנירן סאציאל. ער וועט לכתחילה נישט אננעמען צוצוגיין צום עמוד, אבער ער קען עס טון. סאציאלע ענקזייעטי ליידנדע האבן א געוואלדיגע קאמפליקאציע, און באקומען פיזישע און עמאציאנעלע סימפטאמען ביים ארויסשטיין סאציאל און דאס שטערט זיי פון פונקציאנירן.
איך קען זאגן אז איך האב נישט ליב צו זיין אין דער טונקל. דאס מיינט אבער נישט אז איך קען נישט פונקציאנירן ווען עס איז טונקל. איך וועל נאכאלץ ארויסגיין ביינאכט דאווענען מעריב, איך וועל טון וואס איך האב צו טון, כאטש וואס איך האב נישט ליב די טונקלקייט. דאס איז ווי א ביישן, ער האט נישט ליב ארויסצושטיין סאציאל, ער איז נישט אזוי באקוועם, אבער עס שטערט אים נישט פון פונקציאנירן.
עס איז אזוי ווי מיר מיט די געפילטע פיש; איך האב עס נישט ליב, אבער אויב איך האב נישט קיין אנדערע אויסוואל וועל איך עס עסן. נישטא צופיל אידן וואס גלייכן נישט קיין געפילטע פיש…
ביי מענטשן וואס ליידן פון סאציאלע ענקזייעטי איז דער מצב אינגאנצן אנדערש, עס איז אינטערעסאנט ווי אסאך מענטשן קומען פאר הילף ווען זיי ווערן א ‘חיוב’ און דארפן צוגיין צום עמוד. מען קען אויסמיידן סאציאלע אנשטרענגונג זייער לאנג. ביי די חתונה ווען מען דארף זאגן ‘הרי את’ זענען אסאך נערוועז, אבער עס איז נישט אזא גרויסע זאך. ווען עס קומט צו דאווענען פאר’ן עמוד קען מען זיך נישט באהאלטן. זיי פרובירן און זוכן א מנין וואס באשטייט פון נישט מער ווי 10 מענטשן, און אפילו דעמאלט זענען זיי אנגעצויגן.
אסאך מאל בעפאר מען געט זיך א דריי עקספלאדירט עס. מען ווערט א חיוב און מען טראכט, ‘וואס קען איך טון? איך מוז זאגן קדיש, איך מוז דאווענען פאר’ן עמוד, איך קען עס נישט טון’. דעמאלט ווערט עס אן ערנסטער פראבלעם.
דא קומט אויך אריין אן ענליכע פראבלעם, “סעלעקטיוו מיוטיזם”. דאס מאכט זיך אפט ביי קינדער, עס באשטייט פון ‘נישט רעדן’ אין געוויסע סיטואציעס. עס קען זיין אז אינדערהיים שמועסט ער געהעריג מיט די עלטערן און משפחה, אבער ווען ער גייט ארויס פון הויז, ער גייט אין חדר, קען ער נישט עפענען דאס מויל. דא פארשטייט מען זייער גוט מיט וואס עס איז אנדערש פון ביישנות, עס האלט זיי ממש צוריק אין טעגליכן לעבן. זיי קענען זיצן און לערנען און קענען און פארשטיין, זיי ווייסן צו ענטפערן אויף דעם מלמד’ס פראגע, אבער זיי קענען זיך נישט ברענגען עס צו זאגן.
אמאל און היינט
איז היינטיגע צייטן דא מער גייסטישע פראבלעמען ווי פאר 50 אדער הונדערט יאר צוריק?
איך בין נישט געווען קיין דאקטאר פאר 50 יאר צוריק. אייגנטליך, איך בין נאכנישט 50 יאר אלט צו קענען געדענקען יענע צייטן. וואס איך קען דיר יא זאגן איז וואס איך האב געהערט פון אנדערע. צו וועלכע חסידות באלאנגט איר?
סאטמאר.
איך בין געווען זייער נאנט מיט גאר א חשוב’ער עסקן, ר’ ראני גרינוואלד ז”ל, ער איז אוועק ארום 2-3 יאר צוריק. ער האט אסאך געארבעט מיט קינדער וואס האבן געגליטשט פון אידישן וועג, מיט ערנסטע פראבלעמען ווי דראגס וכו’, ער האט גאר אסאך אויפגעטון אין יענע הינזיכטן. איך פלעג דאווענען מיט אים שבת און אסאך שמועסן מיט אים.
האט ער מיר פארציילט אז ער איז אמאל אריין צו רבינו יואל [הרה”ק מסאטמאר זצ”ל], קורץ בעפאר ער האט געהאט א סטראוק, צו רעדן מיט אים איבער גאר ערנסטע פראבלעמען מיט סאטמארער בחורים. דאס איז געווען דעמאלט, לאנגע יארן צוריק. ראני האט מיר געזאגט אז לדעתו האט זיך גארנישט געטוישט. וואס עס האט זיך יא געטוישט איז אז עס איז דא מער אינפארמאציע און אויפוואכונג צו מענטל העלט, און עס איז דא מער וואס צו טון היינט.
20 יאר צוריק וואלסטו געדארפט גרויס מזל צו טרעפן א טעראפיסט אדער א פסיכאלאג וואס גייט אנגעטון און קוקט אויס ווי דיר. איך האב געהאט אפאר לערערס וואס זענען געקומען פון א מער ישיבה’שן אפשטאם, אבער צו טרעפן א היימישער איד? עס איז נישט געווען. היינט קע”ה איז דא אסאך. און נישט אזעלכע וואס זענען האלבוועגס פארגליטשט נאר דוקא אזעלכע וואס לעבן אן עכט היימישע לעבן און גייען אנגעטון מיט’ן גאנצן חסידישן לבוש.
עס גייט אזוי ווייט אז עס איז שוין אפילו דא היימישע פסיכיאטערס, געלערנטע דאקטוירים וואס זענען פולקאם חסידיש.
למשל, ווער?
דו האסט שוין געוויס געהערט פון ראביי טווערסקי. ר’ אברהם טווערסקי, איינער פון די ‘אלטע זיידעס’ פון פסיכאלאגישע דאקטעריי, ער איז א גרויסער אדיקשאן עקספערט. ער איז זייער גרויס, ער האט שוין געשריבן אסאך ביכער אויך. צי עס איז דא נאך היימישע? איך ווייס נישט, אבער פרומע זענען דא אסאך.
היינט דארף א מענטש נישט מורא האבן צו נעמען א קינד, אדער גיין אליין, צו א מענטל העלט פראפעסיאנאל. מען דארף נישט מורא האבן אז דער פראפעסיאנאל ווען נישט פארשטיין פון וואו דו קומסט.
ווען איך האב אנגעהויבן מיין ‘רעזידענסי’ (די ערשטע פאר יאר נאכ’ן באקומען א דעגרי ווען מען דארף נאך ארבעטן אונטער אבזערוואציע) האב איך געארבעט אין א שפיטאל וואו איך בין געווען דער איינציגסטער דאקטאר מיט א קאפל אויפ’ן קאפ. עס איז אינטערעסאנט, ווייל דער שפיטאל הייסט ‘לאנג איילענד אידישע מעדיקעל צענטער’ און איך בין געווען דער איינציגסטער ארטאדאקסישער איד דארט.
ב”ה אז היינט איז אנטשטאנען א שטארקע שינוי לטובה אין דעם הינזיכט, ובפרט דא אין ניו יארק וואו אפילו די אלגעמיינע דאקטוירים פארשטייען שוין בעסער דעם היימישן ציבור, און ווען נישט וועלן זיי אפט פרעגן. איך באקום כסדר רופן פון דאקטוירים און טעראפיסטן וואס פרעגן שאלות אין אידישקייט וואס איז נוגע זייער ארבעט.
גענעטיקס איז דער יסוד
זענען גייסטישע פראבלעמען א תוצאה פון ביאלאגישע פראבלעמען אדער קומט עס פון די סביבה? על הצד אז גענעטיקס איז דער גורם, איז דען שייך עס זאל זיין א חילוק צווישן אמאל און היינט אדער צווישן לענדער און פראקציעס?
מען פלעגט אמאל האלטן אז עס איז אדער/אדער, היינט ווייסט מען אז דאס איז נישט ריכטיג. היינט איז אנגענומען אז אלעס איז באזירט אויף גענעטיקס. אפילו אונזער רעאקציע צו זאכן פון די סביבה.
איך האב נישט געזאגט אז עס איז דא א חילוק צווישן אמאל און היינט, אבער אי משום הא איז עס נישט קיין ראיה אויף נישט. און איך וועל דיר געבן א משל. לאמיר זאגן אז מען נעמט א גרופע ארבעטער אויפצובויען צוויי בנינים, אויף די זעלבע גרויסע פלאץ, מיט די זעלבע פלענער, אלעס זאל זיין די זעלבע. נאר איין זאך אנדערש, איין בנין ווערט געבויעט אין מאנטריאל אינמיטן יאנואר, ווען עס איז אונטער 20 דעגריס אינדרויסן, און דער צווייטער בנין ווערט געבויעט אין מיאמי אין סאמע אויגוסט ווען עס איז 120 דעגריס און זייער יומיד.
די זעלבע ארבעטערס, מיט די זעלבע כלים, און די זעלבע פלענער – אבער די בנינים וועלן נישט אויסקומען פינקטליך די זעלבע, ווייל די סביבה האט אן השפעה פינקטליך וויאזוי די צעמענט זעצט זיך וכו’ וכו’. די זעלבע זאך איז דא, דאס אז דער מענטש רעאגירט צו זאכן אויף א פראבלעמאטישן אופן קומט צוליב א גענעטישער פראבלעם. פארשטייט זיך אבער אז דער פלאץ וואו ער געפינט זיך האט אן עפעקט, די סביבה מאכט אים רעאגירן. א נעגאטיווע סביבה וועט מאכן אז א מענטש זאל רעאגירן נעגאטיוו, אבער די סיבה פארוואס ער רעאגירט נעגאטיוו צו א נעגאטיווע סביבה קומט ווייל זיינע גענעס זענען אויסגעשטעלט אז ווען עס קומט אזא סיטואציע זאל ער אזוי רעאגירן.
לויט דעם קען זיין אז אן אמאליגער מענטש מיט א היינטיגער מענטש וואס האבן אקוראט די זעלבע גענעס זאלן אבער ארויסקומען אינגאנצן אנדערש, עס קען זיין אז ביידע האבן די גענע וואס מאכט דעם מענטש רעאגירן נעגאטיוו צו א געוויסע ‘טריגער’, אבער דער טריגער איז א היינטיגע זאך און וועגן דעם איז דער אמאליגער מענטש געבליבן געזונט כאטש ער איז געבויעט פון די זעלבע מאטריאל ווי די היינטיגע, פשוט ווייל ער האט נישט געהאט דעם טריגער וואס זאל אנצינדן די נעגאטיווע זייט פון זיין גענע.
די רעאקציע פון א מענטש איז געוואנדן אין זיינע גענעס?
די DNA איז נישט ‘סימפל’. מה רבו מעשיך השם. די גענעס זענען די ‘בלו-פרינט’ פאר’ן גוף זיך צו בויען. לאמיר עס אוועקשטעלן אזוי: לאמיר זאגן אז איך נעם די גאנצע תורה, און איך נעם אוועק די פלאץ צווישן אלע ווערטער, ווי די מקובלים טוען… וועט אויסקומען אז אויב איך הייב אן פון איין פלאץ וועל איך ליינען איין זאך און ווען איך הייב אן פון א צווייטע פלאץ וועל איך ליינען א צווייטע זאך.
די DNA איז די זעלבע זאך, עס אנטהאלט אין זיך גאר אסאך אינפארמאציע וואס זענען אומשטאנד צו בויען דעם מענטש, אבער וויאזוי דער מענטש זאל למעשה געבויעט ווערן ווענדט זיך פון וואו דער גוף הייבט אן ליינען די גענעס. דער גוף בויעט זיך פון די גענעס דורך ליינען די גענעס, די גענעס האבן אבער גאר אסאך אינפארמאציע, נאר די גענעס וואס ווערן פאקטיש אפגעליינט דורכן גוף, זיי האבן אן השפעה אויפ’ן מענטש. וויאזוי מאכט דער גוף אפ פון וואו צו ליינען? דאס ווערט מושפע פון אסאך פארשידנארטיגע פאקטארן וואס ‘סביבה’ איז צווישן זיי.
עס איז דא א נייע טעסט, אסאך דאקטוירים נוצן עס נאכנישט, איך נוץ עס שוין דריי יאר. דער טעסט קוקט אויף די DNA פונעם מענטש און העלפט געבן אן איידיע וועלכע מעדיצינען וועלן אים העלפן און וועלכע וועט ברענגען ‘סייד אפעקטס’. ווי למשל, עס איז דא איין זאך וואס מען קוקט ביים טעסט און דאס איז אויף א פראפיל אין די גענעס וואס הייסט: slc6a4. אויב האט מען א גוטן פראפיל פון דעם גענע איז דא מער שאנסן מצליח צו זיין מיט ‘זאלאפט’ און ‘פראזעק’ און ענליכע סארט מעדיצינען. ווידער אויב האט מען דאס נעגאטיוו, איז דא מער שאנסן אז די מעדיצין וועט נישט העלפן און ברענגען זייטיגע אפעקטן.
מענטשן וואס האבן א שלעכטן פראפיל ביי דעם דערמאנטן גענע האבן אויך מער שאנסן צו האבן א פראבלעם נאך א טראומא. געב א קוק אויף די סעפטעמבער 11 טראגעדיעס, און קוק אויף די אידן וואס זענען דארט געווען, צווישן זיי הצלה אינגעלייט. איך האב געזען אפאר פון זיי, עס איז ארויסגעקומען זייער אינטערעסאנט ווי יעדער האט אנדערש רעאגירט צו די טראומא. געוויסע האבן אנגעהויבן ליידן פון PTSD, אנדערע זענען געווארן דעפרעסט. און עס זענען געווען אזעלכע וואס עס האט זיי בכלל נישט אפעקטירט. וויאזוי איז מען דאס מסביר?
יעדער איז דורכגעגאנגען איין און דער זעלבער טראומע. וויאזוי קען זיין אז איינער איז מסודר און איינער נישט, איינער האט אזא רעאקציע און איינער א פארקערטע רעאקציע? נאר, ווי מיר ווייסן שוין, די גענע slc6a4 איז אחראי אויף דעם, און אויב האט מען די נעגאטיווע סארט פון דעם האט מען מער שאנסן צו ליידן פון PTSD נאך א טראומא. און אויב האבן זיי געהאט טראומא אלס קינד איז דא מער שאנסן אז עס וועט האבן אויף זיי א שלעכטע השפעה שפעטער.
קומט אויס אז אפילו די רעאקציע פון מענטשן צו טראומא איז תלוי אין די גענעס. טראומא איז א זאך וואס האט זיכער מיט דער סביבה, דאך ווערט עס אנגענומען לויט וויאזוי די גענעס פונעם מענטש זענען.
אבער, עס מיינט אוודאי נישט אז וועגן דעם זענען מיר אן אונס. דאס אז אונזערע גענעס מאכן אונז האבן געוויסע נטיות מיינט נישט אז מיר זענען נישט אחראים אויף זיך אליין. א מענטש וואס עסט זיך איבער מיט דער טענה אז זיינע גענעס זענען אזעלכע מיט נטיות צו דיקליכקייט איז נישט גערעכט, ער קען און דארף זיך היטן נישט אריינצוגיין אין א מצב וואס איז נישט געזונט. ווען א מענטש ווייסט זיינע נטיות איז עס א געלעגנהייט צו ארבעטן דערויף. אויב ווייסט ער אז ווען ער הייבט אן עסן אייז-קרעם ענדיגט ער דעם גאנצן שאכטל, זאל ער אנהייבן קויפן קליינע שאכטלען.
טאבלעטן און מעדיצינען
וואס האלט איר איבער נעמען מעדיצין? איז עס א לכתחילה‘דיגע זאך? שטופט איר צו נעמען מעדיצין פערמאנענט, אדער נאר פאר א שטיק צייט?
עס ווענדט זיך אין דער פראבלעם. עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז ביי רובא דרובא פראבלעמען טוט מעדיצין נישט ‘פאררעכטן’ דעם פראבלעם. אנטיביאטיק פארניכט אינפעקציעס, קימא טעראפי פארטיליגט קענסער בס”ד, אבער הארץ מעדיצינען היילן נישט דאס הארץ, בלוט פרעשור ווערט נישט ‘פארראכטן’ מיט מעדיצין. מען דארף עס נעמען, און עס העלפט, אבער אויב הערט מען עס אויף צו נעמען הערט עס אויף צו ארבעטן. עס איז ווי א טיילענאל. און אזוי איז אויך רוב מאל ביי מעדיצין פאר מענטל העלט.
עס זענען דא דיסארדערס אויף וואס מיר האבן מעגליכקייטן צו טון זאכן וואס וועלן העלפן דעם מענטש זיך רוקן פאראויס, פארשטייט זיך אז אין אזעלכע פעלער וועלן מיר קודם וועלן טון דאס. אין אזעלכע מצבים וועלן מיר פרובירן צו נוצן מעדיצין נאר פאר א קורצע צייט. א דוגמא אויף דעם איז OCD. ביי OCD איז מעדיצין נישט דער לכתחילה, ווייל CBT טעראפי אליין איז מער עפעקטיוו ווי מעדיצין אליין. און ווען מען נוצט ביידע צוזאמען איז די בעסטע.
עס מאכט זיך אמאל וואס מען זאל דארפן קודם נוצן בלויז מעדיצין, אפילו פאר OCD. ווי למשל אויב דער מענטש קען ממש נישט פונקציאנירן, אדער אויב איז עס אויף א שטאפל וואס מען קען נאכנישט מאכן קיין טעראפי. מען וועט אבער פרובירן צו געבן די מעדיצין בלויז צייטווייליג, דהיינו א יאר אדער צוויי (דאס איז דער אפטייטש פון “טעמפארערי” אין פסיכיאטריע).
עס זענען דא דיסארדערס ווי סקיצאפרעניע און בייפאלער דיסארדער, וואס דער מענטש מוז יא בלייבן אויף מעדיצין. און עס זענען דא אסאך דיאגנאזן וואס זענען אינצווישן. א מענטש דארף עכט רעדן מיט זיין דאקטאר צו וויסן דער נאטור פון די פראבלעם און צי עס איז דא עפעס וואס מען קען טון עס ממש צו ‘פאררעכטן’, און אויב נישט, וויאזוי קען מען האלטן זאכן סטאביליזירט. מען דארף הערן פונעם דאקטאר צי מען דארף האבן מעדיצין אדער נישט.
נאך א וויכטיגע זאך וואס מען דארף פרעגן דעם דאקטאר איז ווי לאנג מען דארף האבן די מעדיצין, ווייל אפטמאל פארגעסן דאקטוירים וואו מען האלט מיט’ן פלאן, מען דארף יעדע שטיק צייט פרעגן צי מען דארף נאכאלץ נעמען אדער מען קען שוין אראפגיין. מען דארף פרעגן צו די מעדיצין דארף מען נעמען ביז די הונדערט און צוואנציג, און אויב נישט, ווי לאנג יא. אויב זעט מען זאכן גייען צו בעסערונג דארף מען פרעגן צי אפשר יעצט קען מען אנהייבן טראכטן פון אראפגיין.
מעדיצין איז א קאנטראווערסיאלע זאך ביי אונזער ציבור. טייל מענטשן האבן מורא אז זיי זענען נישט ‘זיך‘; די מעדיצין איז דאס וואס פירט זיי.
מעדיצין איז שוין היינט נישט קיין קאנטראווערסיאלע זאך ביים היימישן ציבור.
צו דיין פראגע, לאמיר דיר פרעגן א שאלה: ווען דו זעסט, איז דאס דיינע גלעזער וואס זעען, אדער דו?… עס איז די זעלבע זאך.
די גלעזער איז נישט מיין ‘איך’, דאס זען איז נישט עפעס וואס ברענגט מיך ארויס. ווידער די מענטל חלק איז דער עצם מענטש.
עס ווענדט זיך איבער וועלכע מעדיצין און דיאגנאז דו רעדסט. עס זענען פארהאן מעדיצינען וואס האבן א שטארקע עפעקט אויף די פערסאנאליטי פון א מענטש, און עס זענען דא וואס נישט. איך דארף וויסן מער ספעציפיש איבער וואס דו פרעגסט.
לאמיר אנהייבן מיט OCD מעדיצינען.
ווען דו רעדסט פון OCD איז די ערשטע מעדיצינען וואס מיר נוצן פאר מענטשן אזעלכע זאכן ווי ‘פראזעק’ און ‘זאלאפט’, די סארט מעדיצינען הייסן SSRI. די סארט מעדיצינען ווערן זייער זייער גוט טאלערירט אינעם מענטש און אפעקטירן נישט דעם מענטשנ’ס פערסאנאליטעט.
וואס דען טוט די מעדיצין?
די סארט מעדיצינען הייבן די ‘סעראטאנין’ (א כעמיקאל אין מוח) שטאפלען ווען עס איז צו נידריג. עס באלאנסירט א כעמיקאלע אומבאלאנס. יעצט, מיר ווייסן נישט פארוואס דאס מאכט מענטשן שפירן בעסער. עס נעמט אפאר וואכן פאר די מעדיצין צו ארבעטן, און עס קומען פאר צענדליגער טויזנטער שטאפלען אין די מוח פון ווען דער מענטש הייבט אן נעמען די מעדיצין ביז עס הייבט אן ווירקן אויף אים. מיר ווייסן נישט וועלכע שטאפל איז דער שליסל וואס מאכט דעם מענטש שפירן בעסער. ווען מיר וואלטן געוואוסט וואלט מען פרובירט אויפצוקומען מיט א מעדיצין וואס טוט דעם שטאפל גלייך. וואס מיר ווייסן יא איז אז די מעדיצינען באלאנסירן אן אומבאלאנס.
פאר ענקזייעטי געט מען אויך די זעלבע סארט מעדיצינען.
און ADHD?
ADHD איז אנדערש.
דער מח האט א ‘גבאי’ מיטן נאמען prefrontal cortex וואס איז פלאצירט אינעם פאדערשטן חלק פונעם מוח. ווען דער גבאי ארבעט שטייט, קומט ער נישט אן מסדר צו זיין אלעס אינעם מוח. די מעדיצינען וואס מיר נוצן פאר ADHD איילן אונטער דעם גבאי’ן אזוי אז ער זאל קענען קאנטראלירן דעם מוח.
דער חלק פונעם מוח וואס מיר רופן ‘גבאי’ איז קאנטראלירט דורך צוויי באזונדערע כעמישע סיסטעמען. איינס הייסט dopamine און די אנדערע הייסט norepinephrine. די סטימיולענט מעדיצינען ווי ‘ריטאלין’ ארבעטן דורך ארויפברענגען די דאופעמין שטאפלען, וואס דאס מאכט די דאופעמין זאל אונטעריאגן דעם גבאי וואס וועט מסדר זיין דעם מוח. די נאן-סטימיולענט מעדיצינען ווי ‘אינטוניוו’, ‘קעפוועי’ און ‘סטרעטערע’ ארבעטן אויף די צווייטע כעמיקאל סיסטעם, נעמליך די ‘נארעפינעפרין’.
ביי די מעדיצינען פון ADHD פארשטייען מיר בעסער פארוואס עס ארבעט, און דאס נעמט זיך ווייל מיר פארשטייען אויך בעסער וואס דער פראבלעם איז.
עס זענען דא מענטשן וואס האבן מורא צו נעמען מעדיצינען צוליב סטיגמע וכדו‘, וואס זאגט איר פאר אזעלכע מענטשן?
דאס איז זייער זעלטן. זייער זעלטן אז מענטשן זאלן נאך היינט האבן אזא סארט פראבלעם מיט מעדיצין. יעדער ווייסט אז די פראבלעמען זענען פיזישע פראבלעמען. גייסטיגע פראבלעמען זענען נישט ווייניגער פיזיש ווי סיי וועלכע אנדערע קרענק.
עס איז דא א טעאריע אז קלוגע מענטשן וועלן ענדערש ליידן פון פראבלעמען ווי ענקזייעטי וכדו‘. איז דאס אמת?
לאו דוקא.
עס איז דא אזא זאך ווי יוסיף דעת יוסיף מכאוב, אבער איך גלייב נישט אז מען רעדט דא פון דיאגנאזן, מען רעדט פון נארמאלע זארגענישן און פחדים. אבער ווען מען קוקט אויף פסיכיאטרישע דיאגנאזן ספעציפיש וואלט איך געזאגט אז עס איז נישטא קיין חילוק צווישן קלוג און נישט קלוג.
בעפאר מען האט געמאכט דעם DSM האט מען געקענט נעמען א מענטש פון א רייכע משפחה און א מענטש פון אן ארעמע משפחה וואס האבן באמת געליטן פון די זעלבע זאך און זיי געבן צוויי אינגאנצן אנדערע דיאגנאזן. ווייל ווען דער דאקטאר האט געזען דעם ארעמאן האבן זיך גלייך אריינגעכאפט די נעגאטיווע חלקים פון אים אין די דיאגנאז. היינט איז פיל קלארער אוועקגעשטעלט די פארשריפטן וואס א דיאגנאז דארף האבן. עס איז שוין נישטא די איינזייטיגקייט.
אז מען רעדט פון קלוגשאפט, וואס מאכט איין מענטש קלוגער פונעם צווייטן?
קודם דארפסטו דעפינירן, איבער וועלכע סארט קלוגשאפט רעדסטו? ווייל עס זענען דא פארשידענע מיני קלוגשאפטן. מיר ווייסן אז עס זענען דא פארשידענע חלקים אינעם מוח וואס זענען אחראי אויף אנדערע סארטן קלוגשאפטן. עס קען זיין א מענטש וואס איז אן ‘עילוי’ אין איין זאך, אבער דום מיט אלעס אנדערש. וואס איז פשט? ווייל עס איז דא איין זאך אין וואס זיי זענען שטארק און אין אלע אנדערע זאכן זענען זיי שוואך. און דאס איז תלוי אין די חלקים פונעם מוח.
טעראפי און דאקטעריי
לאמיר אריינגיין אין דער סוגיא פון טעראפי. יעצט אז מיר ווייסן אז די פראבלעמען זענען גענעטיש, וואס טוט טעראפי אויף?
עס זענען דא פארשידענע סארטן טעראפי, און פארשונגען ווייזן אז טעראפי טוט אויך טוישן דעם מוח. טעראפי טוט אויף עפעס וואס איז זייער, זייער וויכטיג. מעדיצין קען מאכן א מענטש ‘שפירן’ בעסער, טעראפי קען אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו ‘זיין’ בעסער. טעראפי קען אפט נעמען א טראומא פון עפעס וואס איז זייער גרויס צו עפעס מיט וואס עס איז פיל גרינגער צו באהאנדלען. פון עפעס וואס שטערט שטארק פאר’ן מענטשנ’ס לעבן און פונקציאנירונג צו עפעס וואס איז נאכאלץ דארט אבער עס איז מער נישט אזא גרויסע פראבלעם, עס שטערט שוין נישט דאס לעבן אזוי שטארק.
למשל, ווען איינער פארלירט רח”ל א קינד קען טעראפי נישט צוריקברענגען דאס קינד, און מעדיצין קען אויך נישט, עס וועט אייביג זיין עפעס וואס וועט זיי פעלן, אבער טעראפי קען זיי העלפן לעבן, עס קען זיי העלפן צו פונקציאנירן, און דאס איז עפעס וואס איז א געוואלדיגע מתנה. אן דעם קען א מענטש לעבן אין די זעלבע צער ווי לאנג ער לעבט, און די צער שפרייט זיך אויס צו אנדערע אין דער פאמיליע און צו די סביבה.
ווען א מענטש זעט א פראבלעם ביי זיך אדער ביי די קינדער, וואו זאל מען די ערשטע גיין?
די שאלה איז זייער כלליות’דיג, ווייל עס זענען דא אזויפיל פראבלעמען וואס קענען זיין.
דו ווייסט, א מענטש קען אייביג גיין צו זיין רב, אבער איך רעדט פון א רב וואס פארשטייט צו מענטל העלט. היינטיגע צייטן זענען דא אסאך רבנים וואס קענען די סוגיא און פארשטייען דערצו. עס זענען אויך דא רבנים וואס פארשטייען נישט דערצו און מאכן אמאל ערגער דעם פראבלעם צוליב אומוויסנקייט. עס זענען דא דיינים וואס ווען איינער רופט זיי איבער איינמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע שאלה וועלן זיי פארשטיין אז דאס איז א סימן פון OCD און זיי וועלן אים שיקן פאר הילף. עס זענען אבער דא וואס וועלן ענטפערן און פסק’ענען און רוף מיר צוריק און ענטפערן נאכאמאל, נישט כאפנדיג אז זיי מאכן דעם פראבלעם מער פארוויקלט.
דעריבער ווען א מענטש גייט זיך דורכרעדן מיט זיין רב איבער מענטל העלט זאל ער זיכער מאכן אז דער רב פארשטייט דערצו. עס זענען היינט דא אסאך דיינים וואס נישט נאר זיי פארשטייען צו מענטל העלט נאר זיי זענען עכטע ספעציאליסטן אין דעם פעלד.
נאך א פלאץ וואו עס איז אייביג גוט צו גיין איז צו דעם געווענליכן דאקטאר. כאטש וואס זיי זענען נישט קיין פסיכיאטערס האבן זיי אבער טרענירונג אין די זאכן. קומט אויס אז אדער דער רב אדער דער געווענליכער דאקטאר קען העלפן א מענטש אפמאכן צי עס איז טאקע א פראבלעם און צו מען דארף זען איינעם.
אבער כדי דאס זאל ארבעטן מוז א מענטש זען צו האבן א גוטע פארבינדונג מיט א רב. נישט אז יעדע מאל מען האט א שאלה זאל מען רופן א ‘הלכה האטליין’ צו פרעגן די שאלה. ווען מען רעדט צו א רב מיט וועם מען קען זיך קען ער אפשאצן דעם מצב און געבן א גוטן ענטפער. די זעלבע זאך איז מיטן דאקטאר, אויב דער דאקטאר קען דיך שוין פאר א לאנגע צייט און ער קען די פאמיליע קען ער פיל בעסער העלפן, ווייל ער ווייסט צו וועם ער רעדט.
אבער, אויב א מענטש שפירט אז ער האט א פראבלעם וואס שטערט אים פון פונקציאנירן ווי נארמאל, דעמאלט זאל ער זיכער יא גיין רעדן צו א פראפעסיאנאל. פארשטייט זיך אז מען דארף זיך נאכפרעגן אויף דעם צו וועם מען גייט און נישט גיין בלינד. ב”ה היינט איז דא אסאך ביקור חולים ארגאניזאציעס, און מענטשן וואס געבן רעקאמענדאציעס און קענען זאגן ווער עס איז גוט פאר וועלכע זאך.
עס איז דא אן ארגאניזאציע וואס הייסט ‘ריליעף’. זיי זענען וואונדערבאר! זיי העלפן טויזנטער, טויזנטער מענטשן א יאר. זיי געבן רואיג צייט אויפ’ן טעלעפאן צו רעדן צום מענטש, הערן די פראבלעם, און זיי זענען זייער ספעציפיש איבער ווען זיי וועלן שיקן צו וועם. ווען זיי שיקן איינעם צו מיר, איז עס צוליב א ספעציפישע סיבה.
ווען הייבט מען אן מיט א דאקטאר און ווען הייבט מען אן גלייך מיט א טעראפיסט?
דער כלליות’דיגער ענטפער אויף דעם איז אז ווען דער פראבלעם שטערט פון טעגליכן הלוך ילך אויף אן ערנסטן אופן זאל מען גיין צו א פסיכיאטער ערשט. דאס נעמט אריין מענטשן וואס דער פראבלעם שטערט זיי פון פונקציאנירן ווי נארמאל, דאס נעמט אריין מענטשן מיט מחשבות צו שעדיגן זיך אדער אנדערע, מענטשן וואס שפירן צעשרויפט און נישט ביי זיך, וכדו’.
מער ספעציפיש, וויאזוי איז דער דין ביי ענקזייעטי?
די בענעפיט פון אנהייבן מיט א דאקטאר ביי ענקזייעטי איז אז מען באקומט א קלארע דיאגנאז מיט א טריטמענט פלאן זייער שנעל, ווי געשמועסט פריער. מיט א טעראפיסט קען עס דויערן פיל לענגער ביז מען ווערט קלאר אין די גאנצע פראבלעם. נישט ווייל זיי זענען נישט טאלאנטפול נאר ווייל דער מהלך און דער ציל פונעם ערשטן באזוך איז אנדערש.
ביי ענקזייעטי וועלן אבער רוב מענטשן יא אנהייבן מיט א טעראפיסט, חוץ ווען עס שטערט ממש פון פונקציאנירן אדער אויב עס גייט שוין אן פאר זייער א לאנגע צייט.
דו דארפסט פארשטיין, אויב יעדער וועט אפמאכן צו נוצן א פסיכיאטער וועט קיינער עס נישט קענען האבן, פשוט ווייל אמעריקע האט א מאנגל אין מענטל העלט דאקטוירים. ובפרט איז דא א מאנגל אין דאקטוירים פאר היימישע אידן. און קינדער פסיכיאטערס, ווי מיר, איז זיכער נישטא גענוג.
אלטערנאטיווע מעדיצין
אינדרויסן פון דאקטוירישן חדר איז דא א גאנצע וועלט מיט רפואות, אנגעהויבן ביי ענערדזשי מהלכים, וואס איז א וועלט פאר זיך, ביז כינעזער אקיופאנטשער, און אלעס אינצווישן. איז דא א ממשות אין די אלע זאכן?
קודם כל, מ’דארף וויסן אז געוויסע פון די זאכן האבן שאלות פון עבודה זרה. פארהאן רבנים וואס פסק’ען להיתר און פארהאן וואס אסר’ן.
עס שטייט אין די גמרא ‘אין ספק מוציא מידי ודאי’, אסאך פון די זאכן זענען תלוי אין ספיקות, מיר ווייסן נישט צי זיי ארבעטן אדער נישט, צי זיי זענען זיכער אדער נישט. דאס אז עפעס איז ‘נאטירליך’ מאכט עס נאך נישט פארזיכערט.
מיר ווייסן אויך אז דאס אז עפעס האט נישט קיין ריסוירטש און באווייזן אז עס העלפט, מיינט נישט אז עס העלפט נישט. פאר 200 יאר צוריק איז נישט געווען קיין פארשער וואס האבן געקענט איבערווייזן אז ‘מאמי’ס ווארעמע זופ’ העלפט פאר פארקילעכץ, עס האט אבער יא געהאלפן. עס נעמט אויך צווישן 10 און צוואנציג יאר פאר עפעס אלטערנאטיוו צו ווערן גענוג אנגענומען עס זאל ווערן א נארמאלע טריטמענט.
עס זענען דא ‘געוויסע’ פון די זאכן וואס קענען מאכן בענעפיטן פאר ‘געוויסע’ פראבלעמען. איך וויל נאר איין זאך ווארענען: יעדע טריטמענט וואס גאראנטירט צו היילן ‘אלעס’, לויף אין די אנדערע דירעקציע דערפון. איך זאג קיינמאל נישט פאר מענטשן אז איך בין דער ענטפער פאר ‘אלעס’. איך שיק מענטשן אפט צו רבנים, צו אנדערע דאקטוירים, צו אנדערע סארט דאקטוירים. סיי ווער עס זאגט אז ער האט דעם ענטפער פאר אלעס, האט דעם ענטפער פאר גארנישט. עס איז נישטא אזא זאך. אנטלויף.
עס איז אויך נישטא אזא זאך ווי עפעס אן קיין ‘סייד-עפעקטס’. אויב איז עס ווירקליך א טריטמענט אדער אן אויפטו, דארף עס האבן נעגאטיווע ווירקונגען אויך. אויב האט עס א ממשות דארף עס קענען טון גוט און שלעכט, און אויב טוט עס גארנישט נעגאטיוו אויך, דעמאלט וואס טוט עס? עס איז סתם א פלאסיבא.
מענטשן דארפן זייער אכט געבן, עס איז נישט נאר דאס געלט וואס מען פארלירט ווען עפעס העלפט נישט, נאר עס איז אויך זייער טייערע צייט. עס זענען דא צושטאנדן וואס ווי לענגער מען לאזט עס לויפן בעפארן אנהייבן ארבעטן דערויף אלץ שווערער ווערט ארויסצושלעפן יענעם פונעם פראבלעם. עס איז נישט נאר דאס געלט. עס איז די צייט וואס איז אזוי טייער. און די יאוש וואס מען האט ווי לענגער מען ליידט פון א פראבלעם.
עס זענען דא מענטשן וואס האבן מורא צו גיין צו א דאקטאר ווייל זיי מיינען אז זיי גייען אויטאמאטיש באקומען א פרעסקריפשאן. איך זאג אייביג פאר מענטשן, קום אריין צו מיר, עס איז נישט מחייב אז דו וועסט דארפן נעמען מעדיצין, איך געב נישט אייביג מעדיצין. און אפילו ווען איך געב, גרייט איך נישט צו קיין חופה און קידושין דערמיט… מען דארף נישט געבן קיין גט פאר’ן אויפהערן נעמען מעדיצין.
גיין צו א דאקטאר איז א צוזאג פונעם פאציענט צום פאציענט, צו זיך אליין, אז מען איז אויסן צו פארשטיין וואס עס באדערט, צו אידענטיפיצירן דעם פראבלעם, און צו הערן א טריטמענט פלאן. דאס איז וואס עס איז.
פארשטייט זיך אז אויב א מענטש איז אין א סכנה וועלן מיר אים מוזן האספיטאליזירן, אבער דאס איז זייער נישט שכיח, און ווען יא וויל דאך דער פאציענט אויך דאס, ער וויל נישט ח”ו צוקומען זיך אליין צו שעדיגן אדער צו שעדיגן אנדערע.
פעלט אויס לייסענס?
וואס האלט איר איבער טעראפיסטן וואס האבן נישט קיין לייסענס? אסאך מענטשן ווילן גיין צו זיי ווייל זיי זענען היימיש און פארשטייען אפט בעסער צו אונזער עולם, ווי למשל, וואס א ‘בחור אין ישיבה‘ באדייט.
מער נישט, צדיק. דאס איז געווען פאר 10-20 יאר צוריק, נישט היינט. היינט זענען ב”ה דא אסאך היימישע און ישיבה’שע טעראפיסטן.
איך וועל דיר זאגן די פראבלעם. דו קענסט האבן א גרויסן תלמיד חכם וואס לערנט זיין גאנצן לעבן, אבער אויב ער נעמט א הינדל און שעכט עס מיט א מעסער, וואלסטו עס געגעסן אויב איז ער נישט קיין שוחט?
דו וואלסט עס נישט אנגערירט. פארוואס? ווייל צו זיין א שוחט דארף מען האבן 3 זאכן: 1. לערנען די הלכות. 2. לערנען וויאזוי צו שעכטן. 3. מען דארף האבן ‘שימוש’. עס איז נישט גענוג צו זיין קלוג, עס איז נישט גענוג צו האבן א חוש. צו זיין א מענטל העלט פראפעסיאנאל מוז מען אדורכגיין שולע, מען דארף לערנען וויאזוי עס צו טון, און מען דארף האבן גאר אסאך שימוש.
עס זענען דא טעראפיסטן אן לייסענס מיט וועם איך ארבעט זייער נאנט, און איך האב זיי אייביג פרובירט צו שטופן זיך צו גיין לערנען. צווישן זיי זענען פארהאן זייער טאלאנטפולע מענטשן, אבער איך האב שוין אויך מיטגעהאלטן אסאך שרעקליכע טעותים און פראבלעמען.
איך זאג נישט אז עס זאלן מער נישט זיין קיין משגיחים אין ישיבות וואס פרובירן ארויסהעלפן, איך זאג נישט אז נאר איינער מיט לייסענס קען העלפן מענטשן. עס וועלן אייביג זיין רבנים, און זיי וועלן אייביג בלייבן די פירער פון אונזער קאמיוניטי. אבער יעדער האט זיין פלאץ. איך וואלט קיינמאל נישט גע’חלומ’ט פון פסק’ען הלכה, אפילו אויב איך ווייס דעם ענטפער – פאר א הלכה’דיגע שאלה שיק איך צו א רב. און צו זיין א רב דארף מען נעמען בחינות און האבן שימוש. עס איז נישט גענוג צו האבן א ‘חוש’.
איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן טראכטן אז עפעס וואס איז אזוי סענסיטיוו און דעליקאט ווי מענטל העלט זאל קענען פראקטיצירט ווערן אן שימוש. איך האב גראדע פאר אפאר יאר צוריק געגעבן צייט און טרענירט אפאר אנלייסענסד טעראפיסטן, איך האב זיי געוואלט געבן די פונדאמענטאלע אינפארמאציע אויף מענטל העלט. און איך האב געזען ווי וואונדערליך זיי זענען, אבער אויך געזען וויפיל קריטישע ‘בעיסיק’ אינפארמאציע זיי פארפעלן.
דאס איז אזא קאמפליצירטע און סענסיטיווע נושא, איך טראכט אז די איינציגסטע וועג וויאזוי א מענטש קען עכט וויסן וואס ער האט צו טון איז דורך באקומען גוטע טרענירונג. עס קומט זיך פאר מענטשן די העכסטע מדריגה פון הילף, און עס איז אומריכטיג ווען זיי באקומען עס נישט. איך זאג נישט אז עס ארבעט נישט אנדערש, אפט ארבעט עס יא, אבער עס זענען אויך פארהאן זייער מסוכנ’דיגע מענטשן וואס זייען אן מער פראבלעמען ווי הילף.
יעצט, עס זענען אויך דא טעראפיסטן מיט לייסענס וואס זייען אן פראבלעמען, איך זאג נישט אז נישט. אבער עס איז דא א סיסטעם וואס איז אוועקגעשטעלט זיכער צו מאכן אז מען האט די ריכטיגע עדיוקאציע. כאטש גארנישט איז נישט מושלם און פארזיכערט, איז דאך דא מער שאנסן מצליח צו זיין מיט איינעם וואס איז דורכגעגאנגען שולע, טרענירונגען און באקומען שימוש.
מיין קומענדיגער פאציענט איז דא, איז נאך דא עפעס וואס דו ווילסט פרעגן?
איך מיין אז מיר האבן ב”ה ברייט געדעקט די נושא, איך האב נאר איין זייטיגע פראגע. ליינענדיג דעם אינטערוויו וועלן אונזערע ליינער וועלן וויסן וויאזוי מען ווערט א ‘דאקטאר היזאמי‘… וואס דארף מען דורכגיין ביז’ן ווערן א פסיכיאטער?
איך בין א פסיכיאטער פאר קינדער, צענערלינגען און ערוואקסענע. דאס מיינט אז נאך הויך שולע בין איך געווען אין קאלעדזש, נאכדעם אין מעדיקל סקול, נאכדעם איז “רעזידענסי” (שימוש). יעצט, צו זיין א דאקטאר דארף מען גיין אין מעדיקל סקול וואס דארט לערנט מען אלעס איבער דאקטעריי, נישט דוקא פסיכיאטריע. פאר פסיכיאטריע דארף מען האבן 4 יאר פון רעזידענסי, און צו זיין א קינדער-פסיכיאטער דארף מען נאך צוויי יאר.
איך בין געווען אין א ספעציעלן פראגראם וואס האט יעדע יאר אויסגעוועלט 20 מענטשן פון גאנץ אמעריקע, וואס אנשטאט גיין 4 יאר אין קאלעדזש און פיר יאר אין מעדיקל סקול האב איך נישט געדארפט מער ווי 7 יאר פאר ביידע צוזאמען, נאכדעם האב איך געדארפט 6 יאר רעזידענסי, ווי דערמאנט. קומט אויס אז פון ווען איך האב געענדיגט הויך שולע ביז איך בין געווארן א קינדער-פסיכיאטער האט געדויערט 13 יאר. עס איז א לאנגע צייט, אבער ב”ה עס איז א געוואלדיגער זכות צו קענען העלפן מענטשן.
אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן