“נפשי” שטעלט פאר א פראבלעמאטישן פאל פאר א פאנעל פון 5 מומחים בעיניני תורת הנפש, און אלע באטראכטן דעם קעיס פון זייער באזונדערן קוקווינקל און געבן זייערע אייגנארטיגע אנאליזן, פארשלאגן און לייזונגען – אריגינעל ערשינען אין נפשי #5
שאלה
איך ווייס נישט צי מיין שאלה קען ווערן אנגערופן א ‘פראבלעם’, ווייל באמת איז עס נישט קיין פראבלעם, עס איז פשוט “צו” גוט… אזוי מיין איך.
איך בין שוין חתונה געהאט פאר כמעט א יאר צום גוטן, די שלום בית איז ב”ה בעסער פון אלע ערווארטונגען, פון מיין זייט עכ”פ זיכער… וואס איך מיין צו זאגן איז אז איך מאך אייביג זיכער אז מיין ווייב שפירט אז איך בין נאר דא פאר איר; איך מיין נישט מיר, איך מיין איר טובה מיט יעדע זאך וואס איך טו, איך בין זעלטן געטריי און איבערגעגעבן עד אין לשער.
לעצטנס האב איך אנגעהויבן שפירן ווי איך ווער אויסגעברענט, פשוטו כמשמעו. מיין מדריך האט מיר אויסגעלערנט פאר די חתונה אז עס גייט כמים פנים לפנים, אויב בין איך געטריי פאר איר וועט זי זיין געטריי פאר מיר, למעשה קומט עס נישט אזוי אויס. זי איז ח”ו נישט שלעכט, אבער ווייט נישט אזוי געטריי צו מיר ווי איך צו איר.
עס איז נישט אז איך בין אויסן זי זאל זיין ווער ווייסט ווי געטריי צו מיר, איך וויל נאר פשוט וויסן צי מיין איבערגעגעבענע ארבעט פעלט אויס. איך האף אז מען פארשטייט מיין דרוקעניש.
י. ש.
הגה”צ ר’ דוד לעווי שליט”א
נשיא ארגון פלא יועץ ירושלים
א גוטן חשוב’ער יונגערמאן. איך שעץ זייער אייער אינטערעסע אין דער נושא פון שלום בית און אייער תשוקה מצליח צו זיין דערין. ווייל ווי עס שיינט מיר איז נישטא נאך א מקצוע אין דער וועלט ווי שלום בית, מיט דעם וואס מצד אחד וויל יעדער וויסן די ריכטיגע אינפארמאציע ארום דעם, אבער ווייניג נעמען די מי זיך אריינצולייגן.
אין דער וועלט איז אנגענומען אז בעפאר מען נעמט זיך אונטער סיי וואס, לערנט מען זיך קודם דעם פאך און נאר נאכדעם טוט מען למעשה. אזוי איז דער מנהג ביי פראפעסיאנאלן ווי דאקטוירים און ארכיטעקטן, און אזוי איז עס ביי דיינים און מורי הוראה, און אפילו ביי קלענערע זאכן ווי דרייוון און פירן א ביזנעס, אלץ לערנט מען קודם די מהלכים פונעם פאך און ערשט נאכדעם ריזיקירט מען אריינצוגיין דערין. ביי שלום בית איז עס צוליב א סיבה נישט אזוי. יעדער איינער האט חתונה, אבער נישט יעדער וואס האט חתונה ווייסט בכלל וואס חתונה האבן מיינט. ווייניג לייגן זיך אריין צו לערנען די יסודות אין שלום בית.
איך האב אמאל געהערט פון א דאקטאר אז בעפאר ער האט זיך געלערנט דאקטעריי האט ער זיך געוואונדערט פארוואס עס זענען ליידער פארהאן אזויפיל מענטשן וואס זענען נישט געזונט, די שפיטעלער זענען פול, די דאקטוירים האבן נישט קיין צייט, ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס אזויפיל מענטשן האבן פראבלעמען. שפעטער, נאכ’ן לערנען דאקטעריי האט ער זיך געוואונדערט פארקערט, וויאזוי עס קען זיין אז עס איז דא קע”ה אזויפיל געזונטע מענטשן אויף דער וועלט. ער האט געלערנט ווי קאמפליצירט דער גוף פונעם מענטש איז און וויפיל פראבלעמען עס קענען זיך מאכן אזש ער האט ווירקליך פארשטאנען דעם נס פון ‘געזונט’.
ביי שלום בית איז די זעלבע זאך. בעפאר א מענטש לערנט וואס שלום בית איז, וואונדערט ער זיך ווען ער הערט איבער מענטשן מיט פראבלעמען. מען טראכט וואס עס קען זיין די פראבלעם וואס האט גורם געווען זיי זאלן זיך נישט דורכקומען. אבער נאכ’ן לערנען שלום בית וואונדערט מען זיך פארקערט, וויאזוי קען זיין אז אזויפיל מענטשן האלטן אן דאס פארהייראט לעבן. עס איז ממש א נס.
בעצם איז בעצם פארהאן א גרויסע קשיא אויף די גאנצע מושג פון שלום בית (זעט אינטערוויו מיט ר’ דוד אין היינטיגן נומער וואו די פאלגנדע פאראגראפן ווערן צעלייגט באריכות). וויאזוי קען מען פארלאנגען פון צוויי מענטשן, איבערהויפט צוויי סארטן מענטשן, אז זיי זאלן זיך אייביג דורכקומען? חז”ל זאגן דאך ‘כשם שפרצופיהם אינן שוות כך דעותיהם’, קאמפליקאציעס איז נישט מער ווי ערווארטעט.
דער תירוץ איז אז מיר האבן א ‘טריק’, און דאס איז בעצם וואס מיר רופן שלום בית. דאס איז דער גאנצער יסוד און נאר אויב מען האט דאס ריכטיג איז מען מצליח אין שלום בית. דער יסוד הייסט ‘אהבה ואחוה ושלום ורעות’. עס דארף הערשן אהבה בין איש לאשתו, און ווי חז”ל זאגן אהבה מקלקלת את השורה. איינמאל צוויי מענטשן האבן זיך ליב פארציכטן זיי נאטירליך אויף זייערע אייגענע שאיפות און טוען אלעס כדי צו באפרידיגן זייער באליבטן.
דער וועג וויאזוי מען בויט אהבה איז דורך ‘געבן’, ווען מען געט ליבשאפט און אנערקענונג פאר’ן צווייטן געט יענער נאטירליך צוריק. און אז מען באקומט ליבשאפט און אנערקענונג פון איינעם האט מען יענעם ליב, עס ווערט כגלגל החוזר. אבער עס טאר נישט ארבעטן אז ‘מען געט נאך’, מען זאל נישט געבן בתורת ‘מוותר זיין’, מען דארף פארשטיין אז ווען מען געט יענעם ליבשאפט געט מען בעצם פאר זיך אליין, מען טוט זיך אליין א טובה, ווייל דורך דעם וואס מען געט וועט מען עווענטועל באקומען. און באקומען ליבשאפט, באקומען נאנטקייט, איז גאר א געשמאקע זאך.
מענטשן וואס האבן פראבלעמען אין שלום בית מיינען אפט אז דאס אדער יענץ איז זייער פראבלעם. מען הענגט אן די פראבלעמען אין כל-ערליי זאכן. “זי געט אויס געלט פאר אומוויכטיגע צוועקן”, “ער איז צו פרום פאר מיר”, “ער אנערקענט נישט מיין ארבעט אין שטוב”, “זי איז מיר נישט מכבד”, און אזוי ווייטער, איך קען אויסרעכענען א לאנגע ליסטע פון זאכן וואס מענטשן קוקן אן אלס ‘גורמים’ צו שלום בית פראבלעמען.
דער אמת איז אז די אלע זאכן זענען נישט קיין גורמים, זיי זענען תוצאות. קיינער האט זיך נאכנישט צעקריגט מיט איינעם ווייל יענער געט אויס געלט אדער איז נישט גענוג פרום, אדער גאר צו פרום. קיינער האט נאכנישט אפגעמאכט אז זיין ווייב איז אים נישט מכבד בלויז ווייל ער האט איינגעזען אז זי איז אים נישט מכבד. עס איז אייביג דא א טיפערע פראבלעם וואס מאכט דעם מענטש שפירן אז די שלום בית איז נישט בסדר, און אזויווי מען לערנט נישט קיין שלום בית כאפט מען נישט וואו דער פראבלעם שטעקט און מען פרובירט צו טרעפן זאכן פון אונטער דער ערד.
אדער זענען די אלע זאכן אסאך מאל שוין היינט יא עכטע פאבלעמען און נושאים וואס פאראורזאכן פירוד לבבות ביי דעם פארל. אבער די סיבה פארוואס אזעלכע זייטיגע נושאים קענען פאראורזאכן פירוד איז בלויז ווייל זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעבויט קיין ריכטיגע שלום בית. עס פעלט אין יסוד, די אלע זאכן זענען נאר דאס דרויסנדיגע בילד.
דער יסוד פון שלום בית איז ‘אהבה’. אן אהבה איז נישט מעגליך זיך אויסצוקומען, ווייל ווי געשמועסט, צוויי מענטשן איז צוויי דעות. אויב איז איינעם הייס איז פאר’ן צווייטן קאלט, איינער איז קארג און א צווייטער איז א פזרן, איינער איז פרומער פונעם צווייטן, עס זענען נישטא קיין צוויי מענטשן וואס זענען די זעלבע. אהבה איז אבער מפשר, אהבה נעמט אוועק קפדנות, עס מאכט דעם מענטש פארשטיין און נאכגעבן. עס נעמט אוועק אלע מחיצות המבדילים.
די אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן זענען נישט קיין אינדיווידועלע פראבלעמען, זיי זענען אלע תוצאות פון העדר אהבה, מען האט נישט געבויעט די ריכטיגע אהבה בין איש לאשתו. און דאס דארף מען בויען, מען דארף צולייגן אסאך קאפ צו דעם און לערנען ריכטיג די הלכות פון אהבה און די אינסטרוקציעס וויאזוי דאס צו בויען.
וויאזוי בויעט מען אהבה? לאמיר פרעגן אנדערש, ווען א מענטש איז געטריי צו זיין ווייב, וועם מיינט ער? ער מיינט זיך אדער איר? דער ענטפער איז פשוט, ער מיינט זיך. קיינער האט נישט חתונה געטרייערהייט. מען איז קודם געטריי מיט א מטרה צו קענען האבן שלום בית, שפעטער ווען די אהבה בויעט זיך אויף באקומט מען אן אמת’ע געפיל צו איר און דעמאלט הייבט זיך אן די ריכטיגע געטריישאפט.
אלזא, צו אונזער שואל, עס קוקט אויס ווי איר פרובירט טאקע צו בויען שלום בית, אבער אהבה האט איר קיינמאל נישט ריכטיג געבויעט. איר האט פרובירט, אבער מיט די אומריכטיגע מיטלען. איר שרייבט אז איר זענט געטריי צו איר און פרובירט ווי ווייט מעגליך איר צו ווייזן אז איר מיינט נאר איר. אנטשולדיגט, וועם פאפט איר דא? פארוואס זאל זי טראכטן אז איר מיינט נאר איר? עס איז דאך נישט מן המציאות. איר האט נישט געבויעט קיין עכטע אהבה, איר האט זיך איבערגעריסן מיט געטריישאפט וואס ענק ביידע ווייסן איז איבערגעטריבן און נישט אמת’דיג, ווייל עס וועט אייך קיינמאל נישט געלונגען איינצורעדן א מענטש אז איר זענט איר געטריי ווייל איר מיינט איר, אן קיין אייגענע נגיעות.
דער ריכטיגער וועג וויאזוי צו בויען שלום בית איז דורך זיין געטריי און מיינען ‘זיך’. עס איז נישט ‘סעלפיש’, עס איז פשוט נארמאל. חז”ל זאגן לא טוב היות האדם לבדו, עס איז נישט גוט פאר’ן מאן צו זיין אליין. די עצה? אעשה לו עזר כנגדו. דער מאן זוכט צו ערפילן א לאך, ער וויל אנפילן די פראבלעם וואס מאכט אים לא טוב, און וועגן דעם בויט ער שלום בית. ער איז געטריי צו איר מיט’ן חשבון אז זי וועט זיין געטריי צו אים, עס וועט ווערן א פריינטשאפט און אזוי ווערט ריכטיגע אהבה געבויט.
איר האט זיך אבער איבערגעריסן, איר האט פרובירט צו ארבעטן אויף זיך אליין זיך איינצורעדן אז איר זענט געטריי בלויז פאר איר אן קיין אייגענע נגיעות, קומט אויס אז אייער גאנצע געטריישאפט איז נישט געווען קיין נאטירליכע געטריישאפט וויאזוי שלום בית בויעט זיך. עס איז געווען געצווינגען. איר האט זיך אליין געצווינגען צו זיין געטריי און נאך מיינען איר אויך, און דאס איז אודאי נישט געשמאק, און וועגן דעם האט עס נישט משפיע געווען קיין געשמאקקייט.
נאכמער, איר שרייבט אז איר שפירט אז זי איז אייך נישט אזוי געטריי ווי איר זענט צו איר. מסתמא ווייל זי מיינט יא זיך אין דעם שפיל… איר שפירט ווי איר צווינגט זיך אויסצורייסן דעם ‘זיך’ פון בילד און זי געט צוריק אבער רייסט זיך נישט אליין ארויס, זי מיינט נישט אויסשליסליך נאר אייך. דער אמת איז אבער אז דאס איז ווייט פון א פראבלעם, דאס איז נאטירליך.
אייער עצה איז אנצוהייבן זיין געטריי צו איר, אבער יא מיט אייגענע נגיעות. זיי געטריי מיט’ן חשבון אויפצובויען אהבה, א זאך וואס דו דארפסט. און דורך דיין געטריישאפט וועט זי צוריקגעבן, און כמים פנים לפנים וועט די נאנטשאפט שטייגן און איר וועט קונה זיין אמת’ע פריינטשאפט.
הצלחה רבה!
*
הרה”ג רבי שמואל ניימאן שליט”א
מו”ץ ב’וויזניץ מאנסי
לכבוד האברך החשוב י. ש. נ”י,
אחדה”ט באה”ר:
בעפאר איך וועל אנהייבן די תשובה וויל איך ארויסברענגען די נחת וואס די שאלה איז מיר גורם, אז מען זעט ווי א פרישער יונגערמאן האט א רצון און א תשוקה צו האבן א שלום בית ווי עס דארף צו זיין. ווייל בדרך כלל הייבן מענטשן אן ארבעטן אויף שלום בית בלויז נאך וואס זיי זעען שוין נישט דעם וועג ארויס, און עפי”ר איז דאס א שיינע פאר יאר נאך דער חתונה ווען עס זענען שוין דא קינדער און עס איז שוין פארבינדן מיט צער גידול בנים און דאגת הפרנסה וכדומה.
צו זען א יונגערמאן וואס האלט דערווייל נישט ביי די אויבנדערמאנטע און דאך זוכט ער עצות וויאזוי ער קען פארבעסערן זיין שלום בית איז א זאך וואס איז נישט אזוי שכיח, און אשרי חלקך, בס”ד וועסטו קענען אנקומען צום אמת, ווייל דו האסט אזא שטארקע רצון, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
דיין שאלה איז אז נאך א יאר פון געבן שפירסטו אויסגעברענט, דו האסט אבער נישט געשריבן פארוואס דו שפירסט אזוי.
עס קען זיין אז עס קומט צוליב וואס דו זעסט נישט זי זאל זיין געטריי צו דיר, און בשלמא אויב זי וואלט יא געווען געטריי צו דיר וואלסטו נישט געשפירט אזוי, ווייל דו ביסט געטריי צו איר און זי צו דיר און עס לוינט זיך דאס געשעפט, אבער יעצט אז דו שפירסט אז עס איז נישט אזוי, עס גייט נאר אויף איין זייט, דו ביסט געטריי צו איר און זי נישט צו דיר, וועגן דעם שפירסטו ווי כאילו עס איז א שאד די גאנצע געטריישאפט פון דיין זייט אויב דו באקומסט גארנישט אויף צוריק.
אדער קען זיין אז דאס וואס דו שפירסט אויסגעברענט קומט נישט צוליב א ספעציפישע סיבה, נאר פשוט, מתחילה האסטו געטראכט אז דו וועסט זיין געטריי צו איר און טון אלעס פאר איר און זי וועט זיין נומער 1 אין דיין לעבן, אבער למעשה ביסטו געווארן אויסגעברענט און דו האסט מער נישט דעם שטארקן רצון צו טון פאר איר אלעס וואס דו קענסט.
הקב”ה האט אריינגעלייגט אין דער טבע פון דער וועלט אז מענער זאלן זיין ‘משפיעים’ און פרויען ‘מקבלים’, אזוי שטייט אין זוהר הק’ און דאס איז דער טבע במציאות ביי מענער און פרויען. אויב א מאנספערזאן וועט זיין א מקבל, אדער א פרוי א משפיע, וועט עס נישט זיין גוט פאר זיי ווייל זיי גייען אויף א וועג וואס איז קעגן טבע. דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די פרוי זאל זיין צוהילף פאר’ן מאן אין שטוב זאכן, ווי קאכן און רייניגן וועגן אים, דאס איז כדי דער מאן זאל זיין דער מלך, דער משפיע, און דורכדעם וואס די פרוי טוט די הויז ארבעט פאר אים געט זי אים כח צו זיין א גרעסערע משפיע.
יעצט, אויב דיין געטריישאפט גייט אריין אין די גדר פון קאכן און רייניגן דאס הויז קומט אויס אז דו ביסט ווי דער קנעכט אין שטוב, נישט דער משפיע, און דאס איז דאס פארקערטע פון וואס א מאן איז, און כאטש וואס א מאן דארף אוודאי אמאל העלפן אין שטוב, דאך דארף דאס נישט זיין מער ווי פון צייט צו צייט, דאס דארף נישט זיין די נארמאלע ארבעט פונעם מאן בלויז ווייל ער וויל זיין געטריי, דאס איז א רעצעפט צו ווערן אויסגעברענט.
דאס וואס דער מאן מוז זיין געטריי צו זיין פרוי איז בלויז אויף אן אופן וואס ער וועט נאכאלץ בלייבן דער משפיע און זי די מקבלת, און בדרך כלל ווען דער מאן געט פאר זיין ווייב אויף אן אופן וואס ער איז דער משפיע האט ער א תשוקה און א רצון צו דעם. עס איז נישט שייך ער זאל ווערן אויסגעברענט וויבאלד ער האט א גרויסע תשוקה צו געבן פאר זיין פרוי אויף אן אופן פון השפעה, און כאטש וואס דאס ווייב געט אים גארנישט צוריק דאך האט ער די תשוקה, ווייל די עצם זאך אז זי איז מקבל פון אים איז א נחת רוח פאר אים און ער דארף נישט מער.
וועגן דעם דארפסטו זען צו זיין געטריי צו איר נאר אין זאכן וואו דו בלייבסט דער משפיע און נישט קיין עבד צו איר. און אפילו אויב דו ווילסט עס טון צוליב וואס זי ארבעט און ברענגט פרנסה אין שטוב, אפילו אזוי דארפסטו וויסן אז נישט דאס איז דער אופן וויאזוי השי”ת האט באשאפן די וועלט, זאלסט עס נישט טון, זאלסט איר אבער יא העלפן אויף וועגן וואס מאכן דיר נישט אויס משפיע, דאס הייסט, מיט זאכן וואס זענען נישט קיין ווייבערישע תפקידים, ווי למשל קויפן עפעס א קלייניגקייט איר צו געבן ווען דו קומסט אריין אין שטוב, אדער א פאעמע לכבודה, און אזוי וועסטו הנאה האבן איר צו געבן. און עס וועט דיר מער נישט אויפקומען דער געדאנק אז זי איז נישט געטריי צו דיר אזוי ווי דו צו איר, ווייל דאס עצם געבן פאר איר וועט דיר זיין א געוואלדיגע הנאה, און דער פאקט אז זי איז מקבל פון דיר וועט דיר זיין פונקט אזא הנאה ווי ווען זי זאל ווען געבן בפועל די גרעסטע זאך וואס עס איז נאר שייך.
ידידך,
שמואל ניימאן
*
הרב מרדכי טייטלבוים שליט”א
מדריך לחתנים
טייערער שואל, פון אייערע שורות קומט ארויס שטארק דאס וואס איר שפירט אז איר קומט נישט צו צום ציל, די הרגשה איז אז עפעס פעלט דא אינעם ציל, איר פארשטייט אז דער ציל איז נישט מען זאל ארבעטן שווער און אויסברענען. אלזא, לאמיר צולייגן דעם ציל פון שלום בית, וואס מיר פרובירן אויפצוטון מיט געטריישאפט.
לאמיר אריינטראכטן אין דער מושג פון געזעלשאפט. איבעראל וואו מען גייט זעט מען מענטשן שמועסן צווישן זיך, מען פארברענגט און מען פארציילט, אונזער וועלט באשטייט אין גרויס טייל פון געזעלשאפט. ביזנעס פירט זיך דורך צוזאמענארבעט פון עטליכע מענטשן, און אזוי איז כמעט יעדע זאך אויף דער וועלט. אויב מען טראכט אריין וויאזוי געזעלשאפט בויעט זיך זעט מען אז דאס קומט פון די חסרונות פון מענטשן. יא, געזעלשאפט בויעט זיך אויף חסרונות.
וואס הייסט? לאמיר שטעלן א שאלה: ווען איינער קומט אריין אין בית המדרש און פארציילט א נייעסל פאר זיין חבר, פארוואס טוט ער דאס? ווייל ער וויל זיין חבר זאל זיין אינפארמירט? ווען איינער זאגט איבער א וויץ פאר זיין חבר, איז זיין כוונה בלויז יענעם פרייליך צו מאכן? דער ענטפער איז ניין. און דא קומט אריין דער מושג פון ‘צרכים’. מענטשן האבן געברויכן. יעדער האט געוויסע זאכן וואס ער האט ליב צו באקומען און מען קען עס נאר באקומען פון אנדערע מענטשן. דער נייעס פארציילער און דער וויצלער האבן א צורך וואס זיי ערפילן מיט’ן פארציילן די נייעסל אדער די וויץ.
געזעלשאפט איז געבויעט אויף א וועג אז יעדער געט און יעדער נעמט. אין ביזנעס איז עס פשוט, איינער געט סחורה און נעמט געלט, דער צווייטער נעמט סחורה און געט געלט. אבער פונקט אזוי איז עס ביי אנערקענונג. איינער געט א נייעסל און נעמט אנערקענונג און דער צווייטער ווערט אינפארמירט און געט אנערקענונג. קומט אויס אז אונזער גאנצע געזעלשאפט איז באזירט אויף צרכים מיט וואס מיר אלע זענען באשאפן געווארן.
און בעצם זעט מען דאס שוין אין דער תורה. דער אויבערשטער זאגט ‘לא טוב היות האדם לבדו’, און וועגן דעם ‘אעשה לו עזר כנגדו’. דער אויבערשטער האט געמאכט אז פאר א מענטש זאל נישט זיין גוט ווען ער איז אליין, אבער מיט’ן עזר ווערט אים גוט. אין אנדערע ווערטער, דער מענטש האט א צורך צו א געוויסע זאך וואס ער באקומט פונעם עזר כנגדו. און דאס איז וויאזוי שלום בית בויעט זיך, יעדער געט און נעמט.
א בהמה האט נישט דעם לא-טוב’דיגן חסרון, א בהמה שפירט נישט איינזאם, און וועגן דעם איז ביי זיי נישטא דאס מציאות פון געזעלשאפט. געזעלשאפט איז א תוצאה פון חסרונות. יעדער מענטש האט צרכים, יעדער האט זאכן וואס פעלן זיי, דער מהלך וויאזוי מען געט זיך אן עצה מיט די פראבלעמען איז דורך תשועה ברוב יועץ, מען גייט צו א חבר, מען מאכט קשרים, מען טרעפט פריינט און יעדער פון די חברותא פילט אן דעם צווייטנ’ס צרכים, זה נהנה וזה נהנה.
ווען עס קומט צו שלום בית איז וויכטיג צו וויסן אז עס זענען דא צרכים וואס מענער האבן און עס זענען פארהאן פרויענישע צרכים. די צרכים ווערן ערפילט דורך דעם בן זוג און דאס בויעט אויף א נאנטשאפט, די צרכים ברענגען שלום בית. קומט אויס אז צרכים זענען נישט קיין שוואכקייט, עס איז א מעלה, דורך דעם קויפט מען איין פריינט. דער אויבערשטער האט געגעבן די אלע צרכים דייקא פאר’ן מענטש, דער מבחר הבריאה, ווייל דאס איז אן אויסערגעווענליכע מתנה.
דער אויבערשטער האט אוועקגעשטעלט אז די צרכים פון מענער זאל זיין אנדערש ווי די צרכים פון פרויען. כאטש וואס דאס איז נישט קיין כלל, די צרכים זענען נישט אויסשליסליך אדער צום מאן אדער צום פרוי, עס איז נאר אויסגעשטעלט אז ביי מענער פארנעמט איין געוויסע צורך א גרויסע פראצענט פון זייערע שאיפות און ביי פרויען איז פארקערט, זיי האבן א צווייטע צורך וואס פארנעמט ביי זיי דעם אויבן-אן. אלזא לאמיר אביסל אויסשמועסן די צרכי האיש והאשה, כאטש וואס מען קען בעצם ארויסגעבן גאנצע ביכער אויב וויל מען צולייגן אלע צרכים פון מענער און פרויען, מיר וועלן זיך אבער קאנצענטרירן אויף די יסודיות’דיגע צרכים.
לאמיר אנהייבן מיט די צרכי האשה. דער חזון איש שרייבט בזה”ל: “אשה רצונה למצוא חן בעיני בעלה.” דאס איז דער יסוד החסרון פון די פרויען, זי וויל געווינען חן אין די אויגן פון איר מאן. זי גרייט אן עסן, עס געדויערט א שעה צייט, כאטש וואס זי ווייסט אז עס וועט אויפגעגעסן ווערן אין 10 מינוט, זי טוט עס אבער מיט דער האפענונג אז דער מאן וועט אנערקענען איר ארבעט און דאס וועט מאכן זי זאל אויסנעמען ביי אים.
די פרוי רייניגט די שטוב כדי דער מאן זאל עס באמערקן און דאס וועט ברענגען ער זאל איר מאכן שפירן אז ער האלט פון איר. וואס טוט זיך אבער אויב דער מאן האט עס נישט באמערקט, ער האט עס איגנארירט? אין אזא צייט האט ער פארלוירן א געלעגנהייט צו בויען זיין שלום בית. ערפילן אירע צרכים בויעט שלום בית; ווען ער האט אן אויסזיכט איר צו געבן וואס זי דארף און ער פארשפילט עס, האט ער פארשפילט א געלעגנהייט.
לאמיר אריבערגיין צו דער אנדערער זייט מחיצה: דער עיקר צורך פון א מאנספערזאן איז די פרוי זאל אים מחשיב זיין און זיין צופרידן פון אים. ווען זי ווייזט ארויס צופרידנקייט מיט אים שפירט ער גוט. וועגן דעם זעט מען אפט אז מענער קומען אהיים פון געשעפט און רופן אויס צו דער פרוי “קוק וואס איך האב דיר געקויפט!”, אפילו אויב איז עס נישט קיין זאך וואס ער האט געקויפט דייקא פאר איר, עס איז פאר’ן שטוב, דאך טוט ער דאס ווייל ער וויל זי זאל צופרידנגעשטעלט ווערן פון זיין טאט און עס ארויסברענגען מיט’ן מויל, דאס מאכט אים שפירן גוט.
ווען די פרוי זאגט אים ווי שטארק זי האט הנאה פון דעם וואס ער האט געטון פאר איר מאכט עס אים גוט שפירן, ער שפירט אז זי איז צופרידן פון אים. דאס וועט אים געבן חשק צו טון נאך גרעסערע זאכן פאר איר. ווייל ער באקומט דא עפעס מורא’דיג, ער באקומט דא וואס ער וויל אזוי שטארק. נעמליך, איר צופרידנקייט מיט אים.
אין קורצן: סיי דער מאן און סיי די פרוי האבן א צורך וואס זיי לעכצן די אנדערע צד זאל עס ערפילן. דער מאן וויל אז די פרוי זאל זיין צופרידן פון אים און די פרוי וויל געפינען חן אין זיינע אויגן, זי וויל אויסנעמען ביי אים. די זאכן זענען נישט חולשות, עס איז נישט פשט אז דער מאן האט א שוואכקייט און ער דארף אנקומען צו דער פרוי זי זאל אים שטארקן, פארקערט, דאס איז א גרויסע מעלה, ווייל אלס רעזולטאט פון דער שוואכקייט באקומט ער די מעגליכקייט צו האבן נאנטקייט מיט אנדערע מענטשן.
דא קומט נאך א נקודה: לויט ווי מיר שמועסן איז די ארבעט פון יעדן צד צופרידנצושטעלן דעם צווייטן דורך געבן דאס וואס איז יענעם’ס צורך. עס איז אבער פארהאן גרויסע זאכן און קליינע זאכן. למשל, דאס אז די פרוי וואשט וועש און רייניגט און גרייט אן עסן פאר די פאמיליע איז גאר א גרויסע זאך פון איר זייט, עס זענען אבער אויך דא קליינע זאכן, ווי למשל צונייען א קנעפל וואס איז געפאלן פונעם מאן’ס רעקל. אדער צוגרייטן ‘לאנטש’ מיטצונעמען ווען ער גייט ארויס צופרי.
די זעלבע זאל איז פארקערט אויך: דער מאן קען זיין פארנומען צו ברענגען ברייט פרנסה פאר די משפחה, ער קאמפלימענטירט איר כסדר און קויפט אפט מתנות, ער מאכט איר שפירן גוט און נעמט איר ארויס שפאצירן פון צייט צו צייט. ווען ער זעט אז דער מצב איז אנגעשטרענגט שלאגט ער פאר הילף. דאס זענען אלע גרויסע זאכן. די קליינע זאכן באשטייען פון, לאמיר זאגן, אראפנעמען די מיסט זעקל ווען ער גייט ארויס צו מעריב. אדער קויפן בלומען ערב שבת.
עס מאכט זיך זייער אפט ביי פארלעך אז די גרויסע זאכן ווערן אויסגעפירט מיט א שטארקע געטריישאפט, אבער דייקא ביי די קליינע זאכן, דארט פאלט מען אדורך. א פרוי קען זיין פארנומען מיט די הויז ווערטשאפט פון צופרי ביז ביינאכט, אבער אויסצואוועלן די לעכעריגע זאקן פון די גאנצע קומט זי עפעס נישט אן כאטש וואס ער האט איר שוין אפאר מאל געבעטן, זי פארגעסט כסדר און עס שלעפט זיך טעג און וואכן. אדער ביים מאן, ער טוט אלעס וואס ער דארף אבער ער פארגעסט פון איר געבורטסטאג, עפעס וואס איז איר זייער וויכטיג.
אסאך מאל ווערט די אנדערע צד זייער פרוסטרירט פון דעם וואס מען איז דורכגעפאלן מיט די קליינע זאכן, און מען פרעגט זיך אליין, פארוואס בין איך אזוי אומצופרידן פון אים? ער טוט דאך אזויפיל פאר מיר און פאר’ן שטוב? בסך הכל האט ער מיך נישט אויסגעהערט ווען איך האב זיך אויסגערעדט צו אים און גלייך אנגעהויבן שיסן עצות, מה כל הרעש? מען כאפט אבער נישט איין וויכטיגע נקודה.
די גרויסע זאכן וואס ביידע טוען זענען זייער פיין און וואויל, עס דארף געטון ווערן ואם אין אני לי מי לי. מען פארזעט אבער איין פאקט, נעמליך, אז די גרויסע זאכן זענען א טייל פון רוטין. פון ווען דאס מיידל געדענקט זיך האט זי אייביג געוואוסט אז די מאמע רייניגט און וואשט וועש, זי פארשטייט פאר א פשטות אז אין חתונה-געהאטן לעבן איז דאס איר פליכט. דאס מאכט דעם מאן שפירן – נישט באוואוסטזיניג – ווי די אלע זאכן ווערן נישט געטון ‘פאר אים’. עס ווערט טאקע געטון, און למעשה איז ער דער וואס האט הנאה, אבער דאך, זי טוט עס פון געוואוינהייט.
אן איינמאליגער פליכט פון צוגרייטן די עסן וואס זי ווייסט אז ער האט ליב ‘ווייל ער האט געבעטן’, איז עפעס וואס ווען עס ווערט געטון ווערט עס געטון עקסקלוסיוו פאר אים. ווייל ער וויל און ער דארף עס. עס איז נישט קיין רוטין, דאס הויז וועט זיך נישט איבערקערן אויב ווערט דאס נישט געטון. עס קוקט אויס ווי א קלייניגקייט, אבער למעשה איז דאס א זאך וואס זי טוט ‘פאר אים’.
די זעלבע איז פארקערט. דער מאן קען טון אלע גרויסע זאכן און שפירן ווי ער האט שוין יוצא געווען, ער טוט גענוג, ער פארזעט אבער די נקודה אז די גרויסע זאכן זענען ווי כאילו ערווארטעט פון אים. דייקא ביי די קלייניגקייטן, דארט קען ער ווייזן אז דאס טוט ער בלויז ווייל זי וויל אזוי, ווייל זי האט געבעטן, ווייל זי וועט הנאה האבן.
יעדער מאן און יעדע פרוי מאכט כאילו א ‘טעסט’ אויפ’ן בן זוג, מען באאבאכט צי יענער טוט קלייניגקייטן אויך אדער נאר רוטינע ארבעט, אויב טוט דער בן זוג בלויז רוטינע און נארמאלע זאכן ווייזט עס פאר’ן צווייטן אז נישט מיך מיינט מען דא. און דא מאכט זיך אסאך מאל דער לאך אומגעראכטן. א מאן קען גיין אין גראסערי ערב יו”ט און מאכן א ריזיגער ארדער, פארשטייט זיך אז עס איז א שטארקע הילף, אבער עס וועט נישט אנגענומען ווערן מיט אזא שמחה ווי אויב, לאמיר זאגן, ער קויפט באזונדער א שטיקל שאקאלאד ספעציעל פאר איר, נאכדערצו אויב עס קומט אומגעראכטן אין א גרינעם דינסטאג.
און אין דעם זענען נישטא קיין כללים, יעדער גלייכט עפעס אנדערש, עס זענען דא אפאר הויפט ‘ליבשאפט שפראכן’ וואס עס איז באקאנט אז די מענטשהייט איז צעטיילט אין דעם. איינער האט ליב ווען מען זאגט אים גוטע ווערטער און א צווייטער האט ליב ווען מען ‘טוט’ פאר אים. אין דעם איז יעדער אנדערש און מען טוט נישט צופיל אויף מיט צושטעלן זאכן צו וואס יענער האט נישט קיין ספעציעלע געשמאק.
לאמיר פארציילן א מעשה וואס איך האב געהאט אפאר וואכן צוריק. עס איז געקומען צו מיר א יונגערמאן און האט זיך אפגערעדט אויף זיין פרוי אז ער שפירט נישט גענוג געטריישאפט פון איר זייט. הערנדיג דאס האב איך זיך נאכגעפרעגט און געהערט אז זי האלט אז זי איז מורא’דיג געטריי! און זי האט געגעבן א דוגמא: “יעדן טאג גרייט איך צו א ‘5 קורס’ נאכטמאל פאר אים! אפילו אויב דאס הויז איז איבערגעדרייט לאז איך אלעס לויפן און איך מאך זיכער מיין מאן זאל האבן א נאכטמאל זיך צו באלעקן די פינגער. איך ארבעט אויף דעם יעדן טאג איבער צוויי שעה און מיין מאן אפרישיעיט עס נישט.”
אויף דער פראגע פון וואו זי ווייסט אז דאס איז וואס ער וויל פון איר, האט זי געענטפערט אז ער זאגט טאקע אייביג אז ער וויל ענדערש דאס הויז זאל זיין ריין און מסודר, אבער איר כלה טיטשער האט געזאגט אז ביי מענער איז די וויכטיגסטע זאך עסן…
האב איך איר געזאגט אז ווי עס שיינט איז דאס דער מצב ביי די כלה טיטשער אין שטוב… דאס איז אבער נישט קיין כלל אויף אלע מענער, און אודאי דארף מען יא זיכער מאכן אז דער מאן וויל דאס וואס דו שטעלסט צו.
אסאך מאל שאצט מען וואס יענער דארף לויט וואס מען וויל אליין. ווי איינער האט מיר דערציילט אז ער מאכט א קאווע פאר זיין ווייב יעדע שבת צופרי. ער האט ליב צו לייגן רויטע מילך אין זיין קאווע אבער זי האט דייקא ליב בלויע מילך. פארציילט ער אז יעדע מאל ווען ער מאכט די קאווע שפירט ער שלעכט פארוואס ער קען איר נישט מאכן קיין ‘גוטע קאווע’…
ביז א מענטש האט חתונה האט מען אסאך אנטוישונגען אין לעבן, זייער אפט ווארט מען אויף ‘נאך די חתונה’. אהה… דעמאלט וועט זיין א מחי’, מען וועט מיר צושטעלן וואס איך דארף, עקסקלוסיוו פאר מיר! וואס קען דען זיין בעסער? וואס טוט זיך אבער אויב דעמאלט באקומט מען אויך נאר וואס ‘יענער’ גלייכט, האט ער דאך גארנישט באקומען.
מען דארף געדענקען אז יענעמ’ס צורך און חסרון איז א געווינס פאר אונז! ווען יענער וויל עפעס מיינט עס אז מיר האבן א וועג אים צו באפרידיגן. אין אנדערע ווערטער, ווערן נענטער צו יענעם! מען דארף אויך וויסן אז יענעמ’ס צורך איז א הכרח פאר אים, ער וויל עס ווייל ער מוז עס, טראכט נישט אז ‘ער וויל אזוי און איך וויל אזוי’, ווייל זיין ווילן איז פאר אים א ‘מוז’.
מיר האבן געשמועסט אז צרכים ברענגט אהבה. באמת גייט דאס ביידע זייטן. פארקערט איז אויך פארהאן, עס זענען דא זאכן וואס מענטשן ווילן ‘דייקא נישט’, און אין דעם איז אויך יעדער אנדערש. יעדער האט זאכן וואס זיי דערליידן נישט. איינער איז אלערגיש צו כעס און איינער צו ‘עטיטוד’, איינער צו קארגשאפט און איינער צו פזרנות. אמאל וואונדערט מען זיך פארוואס יענער איז בייז און מען כאפט נישט אז ביי יענעם איז דאס דאס ארגסטע. דורך צולייגן קאפ כאפט מען צו וואס דער בן זוג איז אלערגיש און מען געט אכט אים/איר נישט צו שטיין אויף די הינער-אויגן.
לסיומא, ווען א יונגערמאן ליינט די אלע זאכן קען עס אויף אים פאלן זייער שווער. מען וואונדערט זיך וויאזוי מען ווערט געוואויר פינקטליך וואס יענער דארף און דארף נישט. וויאזוי קען מען זיכער מאכן נאכצוקומען אלע צרכים, און בפרט די ‘קליינע זאכן’ ווי געשמועסט, עס איז דאך נישט מעגליך נישט דורכצופאלן. אלזא, לאמיר אייך בארואיגן, טייערע ליינער, מען מוז נישט נאכקומען ‘אלע’ צרכים, מען דארף נאר אפאר מאל ווייזן אז מען איז דא פאר יענעם, אפילו ביי די קלייניגקייטן. דאס איז גענוג. ערפילן די קלייניגקייטן בויט שלום בית, אויב מען פארזעט אמאל א קלייניגקייט האט מען בסך הכל פארלוירן א געלעגנהייט, עס איז אבער נישט עק וועלט.
וויאזוי ווערט מען געוואויר יענעמ’ס צרכים? דער פשוט’ער וועג איז דורך פארברענגען מיט יענעם און שמועסן אפנהארציג. מען רעדט נישט פון שמועסן טעכנישע זאכן פון הויז ווערטשאפט וכדו’, מען דארף שמועסן פון זיך און פונעם צווייטן, פארציילן איבער זאכן וואס מאכן פרייליך, און וואס נישט. בקיצור: שמועסן ‘אפן’. אזוי, צוביסלעך, אויב לייגט מען צו קאפ, פארשטייט מען און מען כאפט וואס יענעם איז אינטערעסאנט און וואס יענעמ’ס צרכים זענען.
יעצט צו דער אריגינעלער פראגע. אונזער שואל האט דא געפרעגט א שאלה אז ער ווערט אויסגעברענט פון זיין אזוי געטריי. לויט ווי מיר שמועסן קען זיין אסאך טעותים דא וואס מאכן די מיספארשטענדעניש. עס קען זיין אז ער טוט בלויז גרויסע זאכן און כאפט נישט אז ביי די קלייניגקייטן איז דאס פלאץ וואו ער ווערט ‘געטעסט’. אדער קען זיין אז ער געט איר זאכן וואס זי דארף נישט, עס קען זיין אז ער געט איר זאכן וואס ער וואלט ליב געהאט צו באקומען אבער באמת איז איר צורך עפעס אנדערש. ווי געשמועסט, אפענע שמועסן וועלן העלפן געוואויר צו ווערן וואס עס הייסט ביי איר ‘געטריי’.
די זעלבע קען זיין פארקערט אויך. עס קען זיין אז דער מאן איז טאקע יא ריכטיג געטריי צו איר, איי ער שפירט נישט ווי ער באקומט עפעס צוריק? קען זיין אז זי געט באמת יא צוריק מלא חפניים, ער שפירט עס נאר נישט ווייל זי געט אים זאכן וואס זי וואלט געגליכן אין זיינע שיך, ווען ער, וואס ער האט אנדערע צרכים, כאפט גארנישט אז ער באקומט עפעס. אדער קען זיין אז זי פאלט אדורך מיט די קלייניגקייטן, ווי געשמועסט.
ווען דעם איז שטארק ראטזאם צו טון א זאך וואס איך האב איינגעפירט ביי מיר, אז נאך דער חתונה קומט מען צוריק צום מדריך. דאס איז א געלעגנהייט מדריך צו זיין דאס פארל צו די ספעציפישע צרכים פון זייער שותף און אזוי זיכער מאכן אז אלעס פארט כשורה בס”ד.
צום שלוס, דאס אז איר זארגט פאר די שלום בית און פרובירט צו טרעפן מהלכים עס זאל ארבעטן איז זייער א גוטער סימן און ווייזט אז איר וועט בעזהשי”ת מצליח זיין צו טרעפן דעם לאך און זוכה זיין צו שלום ושלוה מיט הרחבת הדעת, איר וועט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל לה’ ולתורתו. האלט נאר אן די ארבעט ווייטער אויך!
*
הרב יעקב משה גאנץ שליט”א
מדריך לחתנים
עס איז מורא’דיג שיין צו הערן אז א יונגערמאן פירט זיך אזוי אויף. די פראבלעם איז נאר, ווי יענעם וואס האט זיך אפגערעדט אז די גמרא זאגט דאך “כל הרודף מן הכבוד הכבוד רודף אחריו”, אויב אזוי פארוואס קומט עס נישט אן צו מיר? איך לויף דאך אזוי שטארק אוועק… דער תירוץ איז, ווען מען דרייט זיך כסדר אויס קוקן צו דער כבוד קומט טאקע, דעמאלט ארבעט עס נישט.
ווען א יונגערמאן איז געטריי צו זיין ווייב דארף עס זיין אויף דעם וועג ווי עס שטייט אין ערשטן פסוק וואס רעדט איבער שלום בית, “לא טוב היות האדם לבדו”, מען דארף ווערן ‘כבשר אחד’. ווען א מענטש וועט זאגן פאר זיין רעכטער האנט “קוק אהער, איך האלט אינאיין זיין געטריי פאר דיר, פארוואס ביסטו נישט אזוי געטריי צו מיר?” וועט מען אים אנקוקן ווי פון דער לבנה. דער יונגערמאן וואס איז געטריי דארף זיין געטריי פונקט ווי דער מענטש צו זיינע אייגענע איברים.
ווען א מאן איז אמת’דיג געטריי איז נישטא אזא מציאות עס זאל נישט ווערן כמים פנים לפנים. אבער הער אויף צו קוקן דערויף, דריי זיך נישט אויס זען צי די כבוד קומט טאקע נאך. טו ווייטער וואס דו טוסט, אבער טו עס מיט א חשק.
יא, עס איז מעגליך אז דיין ב”ב איז אביסל ווייניגער ווארעם ווי דיר, אדער נישט אזוי “עקספרעסיוו” ווי דיר, זי קען עס נישט אזוי ארויסווייזן, דאך, אויב וועסטו עס טון מיט א חשק, אן צוריקקוקן יעדע מינוט, וועט זי עס מיט דער צייט יא ארויסווייזן.
איר מיינט אז איר זענט געטריי פאר איר, באמת זענט איר געטריי פאר זיך! והא ראיה, איר האלט אין איין קוקן פארוואס זי איז נישט צוריק געטריי… איר “זאגט” אז איר טוט אלעס נאר פאר איר, אבער די צווייטע פאראגראף ווייזט איבער אז עס איז נישט וואר, איר טוט פאר זיך. דאס מיינט איר האט קיינמאל נישט חתונה געהאט.
וועט איר פרעגן, אפשר איז בעסער נישט חתונה צו האבן? פארוואס אין דער וועלט זאל איך זיך נעמען נאך אן עול אויפן קאפ? סתם זיין געטריי פאר א מענטש און גאר מיינען יענעם? דער ענטפער איז אבער פשוט. עס האט מיט די טבע וויאזוי דער אויבערשטער האט אונז באשאפן.
א מאן האט בטבע ליב צו “געבן”, ער זוכט פאר וועם ער קען געבן, און וואו איז נאך דא א בעסערע פלאץ צו געבן ווי פאר’ן אייגענעם בן זוג? ווייל בעצם דארף מען מסביר זיין וואס הייסט דאס א גוטער זיווג? די בעסטע מיידל אין שולע? נו אויב אזוי מיינט דאס אז אויב איך האב די בעסטע האט מיין חבר איינס ווייניגער ווי די בעסטע? און דער דריטער נאך ווייניגער?
די נשמה פון א מענטש איז בעצם א האלבע זאך. דער אויבערשטער נעמט די נשמות, ער צעטיילט עס אין האלב, און לייגט איינס ביי איינעם און איינס ביים צווייטן. ביידע ווערן געבוירן און נאך 20 יאר זוכט מען א שידוך און וועם טרעפט מען? די “אייגענע” זיווג. דאס איז איך. א חלק פון מיר. נו, איז דען דא א בעסערע פלאץ וואו צו געבן פון זיך אויב נישט פאר זיך אליין?
האסט שוין אמאל געזען א מענטש זאל זאגן “איך האב נישט ליב מיין נאז”? נישטא אזוינס, דאס איז “איך”, עס איז “מיין” נאז. און דאס האט אדם הראשון געזאגט פאר חוה: “עצם”, זעסט דיין ביין? “מעצמי”, דאס איז “מיין” ביין. און אזוי שטייט אין זוה”ק.
“על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו”, האסט שוין אמאל געהערט אזוינס? אפלאזן די אייגענע טאטע מאמע? יא! ווייל ווי לאנג דו ביסט מחובר מיט דיין טאטע מאמע קענסטו נישט ווערן איינס מיט עצם מעצמי. אויב אינמיטן נאכטמאל הייבסטו אויף דעם טעלעפאן ווייל דיין טאטע האט גערופן האסטו געוויזן פאר דיין ווייב אז עס איז דא איינער בעפאר איר – דיין טאטע מאמע. האט די תורה געזאגט לאז אפ דיין טאטע מיט דיין מאמע, ודבק באשתו.
“והיו לבשר אחד”, פלייש איז די איינציגסטע זאך אין דער וועלט וואס ווען מען שטעלט עס צוזאם וואקסט עס צוזאם און עס ווערט איינס. דאס פארלאנגט די תורה, דער חיבור זאל זיין פולשטענדיג.
איך האב נאך קיינמאל נישט געזאגט פאר מיין ווייב וואס איך וויל. איך קען עפעס בעטן זאכן? זי איז דען מיין משרתת? אויב איך וויל עפעס זאל זי עס שפירן. אויב זי שפירט נישט קומט מיר עס נישט. איך קען עפעס זאגן “געמער”?
ווען א טאטע געט פאר זיין קינד ווייל ער וויל זיין קינד זאל האבן וואס ער ברויך, וועט דער טאטע שפירן גוט און דאס קינד, פארשטייט זיך, אויך. אבער טאמער זיין כוונה איז כדי דאס קינד זאל אים ברענגען כבוד ווען ער וואקסט אויף, אדער העלפן אין דער ביזנעס, אדער סיי וואס, דאס הייסט אז זיין כוונה איז “זיך”, ער געט כדי דאס קינד זאל צוריקגעבן. אזא קינד וועט געווענליך נישט ליב האבן זיין טאטע, ער וועט קיינמאל קיין נחת נישט געבן פאר זיין טאטן. ביידע וועלן דערלייגן.
איר טוט די זעלבע זאך. ווען א יונגערמאן ענדיגט עפעס געבן פאר זיין ווייב דארף ער זיין דער פרייליכסטער מענטש אויפ’ן פלאנעט, אפילו אויב זיין ווייב געט אים גארנישט צוריק. ליב האבן מיינט געבן. אויב וואלט מען געווען בבחינת “בשר אחד”, וואלט מען קיינמאל אזא פראגע נישט געפרעגט. וועלכער מענטש וואלט אנגעשריגן זיין לינקע האנט ‘היתכן דו קומסט אייביג אן שפעט, פוילע שטריק!’ אזא מין מענטש דארף גיין צום דאקטאר.
חתונה האבן מיינט געבן און געבן. פאר וועם גיי איך געבן? פאר מיר! פונקט ווי מען געט זיך צו עסן. מענטשן פרעגן אפט “וויאזוי גיי איך וויסן וואס מיין ווייב וויל?” זייער פשוט: קוק וואס דו ווילסט, וועסטו וויסן וואס זי וויל.
*
הרב פנחס גוטמאן שליט”א
מדריך לחתנים
איך וויל קאמפלימענטירן דעם שואל וואס געט זיך ארויס מיט אזא ערנסטקייט כלפי דעם ענין פון שלום בית. ב”ה, מען זעט פון אייער שאלה אז איר שטייט אויף זייער א גוטע פלאץ אין אייער פארהייראט לעבן, וואס ווי דער שטייגער ביים לעבן צוזאמען דארף מען כסדר באוואסערן און פארשטארקערן דעם קשר בין איש לאשתו, ממילא קען דאס זיכער נישט ווערן אנגערופן א פראבלעם, ווייל דאס איז דער סדר פון א פארפאלק, מען טוט כסדר אדרעסירן און זען וואס מען קען מאכן בעסער.
פאר אלעם איז זייער וויכטיג אנצומערקן אז עס דארף נישט, און טאר נישט זיין, אז מען זאל שפירן אויסגעברענט פון דער געטריישאפט וואס מען ווייזט ארויס. פארקערט, דאס איז א מזון הנפש וואס באפרידיגט דעם מענטש נאטירליך. מען זעט עס גאנץ קלאר ביי א טאטע אדער מאמע וואס געבן זיך איבער פאר זייער קינד בלב ובנפש, דאך וועט מען נישט הערן זיי זאלן זיך אפרעדן אז זיי שפירן אויסגעברענט פון די איבערגעגעבנקייט. עס איז זייער גרעסטע שמחה אז זיי קענען זיין געטריי איבערגעגעבן צו זייערע קינדער.
אזוי זעט מען אויך ביי יעקב אבינו. ער האט געארבעט שווער זיבן יאר, אבער “ויהי בעיניו כימים אחדים”, די אהבה האט גרינג געמאכט די ארבעט. ממילא, אויב שפירט מען יא אויסגעברענט איז פשט אז דא איז פארהאן א פראבלעם וואס דארף אדרעסירט ווערן.
בנוגע אייער שאלה איז שווער צו דערגיין פינקטליך וואס דער פראבלעם דא איז, מיר וועלן פרובירן אפצושאצן אפאר שכיח’דיגע זאכן וואס זענען עלול גורם צו זיין אזעלכע שוועריגקייטן, און אויפ’ן שפיץ גאפל וועלן מיר ערקלערן די לייזונג צו דעם. אויבנאויף קען מען זאגן 2 סיבות וואס ברענגען דאס זיך שפירן אויסגעברענט.
- כאטש וואס די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פון אייער זייט איז זייער שטארק, דאך איז עס נישט גענוי דאס וואס איז פאר איר וויכטיג, ממילא אנערקענט זי נישט אייער געטריישאפט.
ווי למשל, אויב פאר דער פרוי איז וויכטיג מען זאל איר אוועקגעבן צייט און איר אויסהערן וויאזוי איר טאג איז דורכגעגאנגען, ווען פון דער אנדערער זייט, דעם מאנ’ס וויזיע אויף געטריישאפט באשטייט פון ארויסהעלפן און צאמנעמען די שטוב, א זאך וואס איז איר נישט ספעציעל וויכטיג. אדער אויב דער מאן הערט איר יא אויס, נאר ער שפרינגט כסדר אויף מיט עצות נאך בעפאר זי האט זיך אינגאנצן ארויסגעגעבן.
אין אזא מצב שפירט דער מאן אז ער איז געטריי בעת וואס די פרוי זעט עס נישט איין, וויבאלד די זאכן וואס ער טוט זענען איר נישט אזוי וויכטיג. אלס רעזולטאט שפירט דער מאן אויסגעברענט.
אויב דאס איז דער פאל דא, דאן איז די עצה צו ווארטן אויף א רואיגער מינוט ווען מען קען פירן אן אפענעם דיאלאג. דער אפענער שמועס זאל נישט גיין דורך באשולדיגונגען, נאר עס זאל ליבערשט זיין א פרואוו צו דערשנאפן וואס עס איז איר וויכטיג און וואס איר צו געבן.
איינמאל עס ווערט קלאר וואס זי ברויך, פארשטייט זיך אז דער מהלך וועט זיך דארפן טוישן זיך צוצושטעלן דערצו, און דורכדעם וואס ער וועט איר געבן דאס וואס זי שפירט פאר וויכטיג וועט דער מאן צוביסלעך אנהייבן שפירן אפטער א שלוות הנפש מיט זיין איבערגעגעבנקייט.
- עס קען אויך זיין אז ער געט יא די ריכטיגע געטריישאפט אויפ’ן ריכטיגן פלאץ, דער פראבלעם איז נאר אז זיין פרוי אנערקענט נישט אין אים קיין גברא. דאס הייסט אז ער נעמט נישט די ראלע אין איר לעבן אלס “מאן”, עס קען קומען ווייל ער פירט זיך נישט אויף מיט זעלבסטשעצונג אדער ווייל עס פעלט אים ערוואקסנקייט אדער פעסטקייט, און זי זעט נישט אין אים דעם טיטל “מלך”.
דאס ברענגט אז ווען ער געט איר געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט האט עס נישט קיין גרויסע משמעות ביי איר, זי אנערקענט עס נישט גענוג, צוליב דעם. דאס ברענגט דאס געפיל ביים מאן אז זיין געטריישאפט ברענגט נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן, עס ברענגט נישט קיין נאנטקייט צווישן זיי, און פארשטייט זיך אז ער ברענט אויס.
די עצה צו דעם איז אז דער מאן זאל ארבעטן ארויפצוברענגען זיין זעלבסטווירדע, זיך אנגארטלען מיט זעלבסטשעצונג און אנהייבן אנערקענען מער אין זיינע מעלות און כוחות, וויסן אז ער טראגט זייער א חשוב’ע ראלע. צוביסלעך וועט זיך עס אפשפיגלען אין זיין גאנצער באנעמונג, און אויטאמאטיש וועט עס הייבן זיין ווייב’ס גאנצע בליק אויף אים און איר מאכן מער צופרידן. עס קען זיין אז צו הייבן די זעלבסטשאץ דארף מען צוקומען צו א מומחה, והכל לפי הענין.
אין אנדערע, נישט אזוי שכיח’דיגע פעלער קען זיין די סיבה אז צוליב איר כאראקטער פעלט איר די געצייג וויאזוי ארויסצואווייזן אנערקענונג, און דאס מאכט אים שפירן ווי געצווינגען עס צו טון. אין אזא פאל דארף זי האבן הילף פון א מומחה וויבאלד דאס איז שוין א ‘פערסאנאליטי’ פראבלעם.