ווען מיין נייגער נאך ידיעה און הבנה האט מיך פארטריבן צו אן ארט פון חשכות און ספיקות, בין איך געווען אויס מענטש. א רוח טהרה האט מיך ארומגענומען אויף אן אומדערווארטעטן פלאץ. – אריגינעל ערשינען אין נפשי #5 באשריבן דורך שמואל דיאמאנט

 

 

כ’בין בטבע א נייגעריגער מענטש. כ’בין געבוירן געווארן מיט דער דאזיגער אייגנשאפט, און נאך פון אלס קליין קינד האט מיך געצויגן צו זוכן, נישטערן און פרואוון פארשטיין יעדע זאך אין וואס כ’האב זיך נאר אנגעשטויסן. ווען איך האב געדאוונט, האב איך געזוכט דעם מקור פון די ווערטער און שטיקלעך, פון וואס דאס דאווענען איז צוזאמגעשטעלט. כ’האב אויך געמוזט וויסן ווער ס’איז דער מחבר פון יעדן פון די יוצרות און סליחות. כ’האב געוואלט וויסן דעם נאמען און כאטש עטליכע יסודות’דיגע ביאגראפישע שטריכן. דאס זעלבע איז געווען מיט לימודים. ווען כ’האב געלערנט א שטיקל גמרא, האב איך געוואלט גרינטליך פארשטיין דעם פשט. ספרים און זייערע מחברים זענען אויך געווען אין דעם כלל. דאס ערשטע זאך ביי יעדן ספר, האב איך געקוקט צי דאס אנטהאלט די “תולדות”, א קאפיטל מיט דער ביאגראפיע פונעם מחבר.

נאט אייך א מעשה-ילדות אילוסטראציע, ווי ווייט מיין נייגער האט מיך געטריבן. דאס איז געווען אין די פריע קינדערשע יארן, ווען כ’האב געהערט אז אינעם סוף פונעם ספר דניאל ווערט דערמאנט דער קיץ, דער גענויער צייט ווען דער יעצטיגער און לעצטער גלות וועט קומען צו א סוף. מיין נייגער איז אנגערייצט געווארן ביז א מאקסימום, און די ערשטע זאך וואס כ’האב יענעם טאג געטאן נאכ’ן אהיימקומען פון חדר איז געווען, צו נעמען א דניאל פון ספרים-שראנק און זען דעם וואונדער מיט די אייגענע אויגן. קיין סך האב איך נישט געדארפט זוכן, און עפענענדיג דעם ספר באלד צום סוף, האב איך געזען די ווערטער פון דניאל’ס געשפרעך מיט’ן מלאך גבריאל, וועלכער גיט דעם נביא זייער קלארע און כמעט-דורכזיכטיגע רמזים איבער יענער גרויסער תקופה, ווען ס’וועט קומען דער ענדגילטיגער קיץ.

יענע נאכט בין איך נאך לענגערע מאטערנישן איינגעשלאפן. דער קאפ האט זיך מיר געדרייט, אבער נאך מער ווי דער קאפ האט זיך געדרייט האט דאס הארץ אין מיר ווילד געקלאפט. א קלייניגקייט? כ’האב געפונען א בפירוש’ן פסוק, וואס דערציילט ווען משיח וועט קומען! גוט, ער דערזאגט טאקע נישט די פינקטליכע צייט; ער לאזט בכיוון אויס דעם אנהייב-פונקט, פון ווען גענוי דער חשבון הייבט זיך אן. אבער קוק אהער, כמעט דער גאנצער חשבון דערציילט אונז יא דער מלאך; די צוויי-דריי פרטים זענען שוין קלייניגקייטן. אז מ’וועט זיך געהעריג אריינלייגן אין דער זאך, וועל איך פריער צי שפעטער דערגיין דעם סוד.

נאכ’ן אהיימקומען פון חדר דעם פאלגנדן נאכמיטאג, האב איך געבעטן מיינע עלטערן רשות צו גיין אין בית המדרש לערנען. כ’האב עס באקומען און זיך ארויסגעלאזט שפאצירן די בערך-דריי גאסן פון מיין הויז ביז’ן שול מיט ווילדע הארץ-קלאפענישן. אט לאזן מיר אין גאנג די מיסיע פון דערגיין דעם סוד הקיץ!

אין שול האב איך אין צוגאב צו א “מקראות גדולות” תנ”ך אויך אפירגעזוכט יעדן מפרש וואס האט נאר אמאל עפעס געזאגט אויפ’ן ספר דניאל. צוזאמגענומען דעם בארג ספרים, האב איך זיך געוואנדן צום ווייבער-שול, וואו ס’איז געווען ליידיגער און שטילער. אין שול זענען געזעצן מענטשן און געדאוונט און געלערנט, וואס וועט דאך שטערן מיין קאנצענטראציע. אינעם פינסטערליכן ווייבער-שול זענען יעצט נישטא קיין מנינים און כ’וועל האבן דעם נויטיגן ישוב הדעת וואס פעלט זיך אויס צו דעשיפרירן די מיסטעריע.

כ’האב זיך באקוועם געמאכט אין א ווינקל, און ביז א קורצער וויילע בין איך געזעצן פארשטעלט הינטער א בארג צעעפנטע ספרים. כ’האב געקוקט און געזוכט, אבער מער ווי די געווענליכע פירושים אויף די ווערטער, מיט א צוגאב פון רמזים אויף די אריגינעלע רמזים, האב איך גארנישט געפונען.

כ’געדענק נישט ווילאנג כ’בין אזוי געזעצן פארטיפט און פארכאפט; אין זכרון איז מיר בלויז געבליבן דאס בילד ווי איך שפאן ארויס פון שול א דערמאטערטער און אנטוישטער. דער איינציגער ריוח וואס כ’האב יא מיטגענומען פון מיין פרוכטלאזער מיסיע איז געווען א קאמפלימענט, וואס מיין טאטע האט מיר געגעבן דעם נעקסטן טאג. עמיצער, האט ער מיר איבערגעגעבן מיט א נחת-שמייכל, האט מיך געזען נעכטן לערנען זייער פלייסיג…

כ’בין דא אביסל פארקראכן אין מיינע קיץ-דעשיפרירנדע אוואנטורעס. די נקודה וואס איך האב געוואלט דערמיט ארויסברענגען איז מיין אויסטערלישער נייגער נאך וויסן און פארשטיין. דאס, די דאזיגע אייגנשאפט, האט מיך געהאלפן אינעם לערנען און אויך אין פארשידענע פראקטישע אספעקטן פון לעבן. אבער ווי יעדע זאך אויף דער וועלט, וואס קען געניצט ווערן אויף גוטס און נישט-גוטס, קומט אזא דראנג נאך הסבר און הבנה אינאיינעם מיט זייטן-ווירקונגען. דער יצר הרע געפינט זיך א וועג אריין איבעראל, און אויך ביי מיר האט ער זיך באוויזן אריינצושלייכן – טאקע דורך דעם נייגער-שפאלט אין מיין וועזן.

דער יצר הרע איז געקומען מיט דעם גאנג וואס ווערט געשילדערט אין חז”ל. אנגעהויבן האט ער ווי א דין שטריקל – דקות’דיגע דמיונות און ספיקות על דא ועל הא. איך בין נישט געווען גענוג וואכזאם און אנשטאט זיין דער שטרענגער שומר הפתח ביים טויער אריין צו מיין געוויסן, האב איך ליידער די ערשטע אזעלכע בלבולים אריינגעלאזט אין קאפ. איינמאל דער שלעכטער מלאך האט באקומען צוטריט, האט ער פארזייט דארט זיינע קערנדלעך – קליינטשיגע, קוים-מערקבארע סימנים פון קשיות און ספיקות. קליין און לפנים-מינדערווערטיג, האבן אבער יענע זומען פארפלאנצט געוואוקסן און ביימער, און איידער כ’האב זיך אפילו געכאפט, האב איך זיך געטראפן מיט א גארטן פון געוואוקסן פון סם און דערנער איבער דער לענג און ברייט פון מיין מוח.

ווען כ’האב זיך געכאפט וואס מיט מיר איז געשען, איז דער יצר הרע שוין פארוואנדלט געווארן אין יענעם דיקן שטריק, פון וועלכן ס’איז שוין גארנישט אזוי גרינג זיך צו באפרייען. גוט און ערליך בין איך געווען; דערצו האט דער אויבערשטער מיך באשאנקען מיט א ריין הארץ, וואס האט געגלייבט מיט אמת און תמימות. דאס, מיין הארץ מיט דער אייגנשאפט פון פילן א קשר צום מקור, האב איך מסתמא באקומען בתורת “רפואה קודם למכה,” אלס א געצייג מיך צו העלפן זיך אן עצה צו געבן מיט די פראבלעמען וואס דער נייגער אין מיין קאפ וועט מיר ברענגען אין לעבן.

די בלבולים און הבלים האבן מיך זייער וויי געטאן, אבער כ’האב זיך נישט געקענט מיט זיי קיין עצה געבן. וואס מער איך האב זיי באקעמפט, אלץ שטארקער זענען זיי געווארן און מיט אלץ מער אייפער האבן זיי זיך געקאכט ביי מיר אין קאפ.

איך האב געדאוונט און געוויינט. כ’האב ביי יעדער געלעגנהייט געבעטן און מתפלל געווען, אז די מכה פון ספיקות זאל זיך פון מיר אפטאן. ס’האט אבער אויסגעזען אז מיינע תפילות דערגרייכן נישט דארט וואוהין זיי דארפן אנקומען כדי געענטפערט צו ווערן. איין זאך האב איך זיך געהאלטן פאר די אויגן אז מען טאר נישט אויפגעבן. א איד, האב איך זיך אומאויפהערליך גע’חזר’ט, טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין. ס’איז קיינמאל נישט צו שלעכט און נישט פאראן קיין פלאץ, וואו טיף און פארוויקלט ס’זאל נאר נישט זיין, פון וואו אן אמת’ער קרעכץ וועט נישט סוף כל סוף דורכרייסן דעם חושך און אנקומען צום כסא הכבוד.

מיינע קרעכצן האבן ווירקליך באוויזן דורכצורייסן דעם נעפל, וואס האט זיך אריינגעזעצט אין מיין אמונה טהורה. ווי רוב מאל ווען דער אויבערשטער שיקט די ישועה, קומט זי אומדערווארטעט און אומגערישט. געשען איז עס ווען כ’האב געזאלט אריינגיין אין א שותפות-געשעפט מיט א באקאנטן, וואס איז באשטאנען פון אנהייבן אימפארטירן פון ארץ ישראל א געוויסן סארט וויין. פאר דעם צוועק האבן מיר געדארפט אפפליען אהין, כדי צו באזוכן דאס פלאץ, זיך באקענען מיט די אייגנטימער, און קומען צו א פארשטענדעניש איבער דעם מסחר.

מיר, איך און דער שותף מיינער, זענען געפלויגן קיין ארץ ישראל אויף א קורצער הין-און-צוריק נסיעה. אנגעקומען, האבן מיר דעם נעקסטן טאג זיך ארויסגעלאזט צום באשטימטן פלאץ, וואו מיר זענען שיין און ווארעם אויפגענומען געווארן. מיר האבן זיך אוועקגעזעצט, געשמועסט, זיך אומגעקוקט אויף דעם “פלענט”, פארהאנדלט, געקומען צו א פארשטענדעניש, און גע’חתמ’עט אן אפמאך.

היות ס’איז זענען נאך פארבליבן עטליכע שעה, האט דער גאסטגעבער אונז פארגעשלאגן ארויסצונעמען אויף א שפאציר אין דער אומגעגנט.

דאס פלאץ וואו דער וויין ווערט געמאכט, געפינט זיך ערגעץ-וואו אין דער “שומרון”-געגנט פון ארץ ישראל, נישט צו ווייט פון דער “שכם”-געגנט. דער שומרון-ראיאן באשטייט פון זאמדיגע בערג און טאלן, אויף וועלכן עס געפינען זיך צעווארפן קלענערע ישובים און פארמס. דער גאסטגעבער האט אונז ארויפגעפירט צום שפיץ פון איין אזא בארג. אנקומענדיג אויבן, זענען מיר ארויס פונעם אויטאמאביל, און זיך אומגעקוקט. ווי ווייט דאס אויג האט נאר געקענט זען, האט זיך געצויגן א הערליכער אויסקוק פון בערג און זאמד. פון קעגנאיבער זענען שטאלץ און מאיעסטעטיש געשטאנען צוויי ריזיגע בערג.

“איר ווייסט וואו איר געפינט זיך?” האט אונזער גאסטגעבער-וועגווייזער געפרעגט, ווייזנדיג מיט’ן פינגער אויף די בערג. “דאס זענען הר גריזים און הר עיבל,” האט ער נישט ווארטנדיג אויף קיין ענטפער אויסגעפירט. “דארט אונטן,” האט ער צוגעלייגט נאך א רגע, “איז פאראן אן אויסגעטראטענע שטעגל, אויף וועלכן אונזערע אבות האבן לויט דער מסורה געשפאנט מיט יהושע בן נון צו די דאזיגע בערג, נאכ’ן אריינקומען קיין ארץ ישראל.”

דאס הארץ האט מיר אנגעהויבן ווילד קלאפן און דאס בלוט האט מיר ווילד אנגעהויבן לויפן אין די אדערן. עפעס אין מיר האט זיך איבערגעבראכן. כ’האב געפילט ווי א שטראם צעשאקלט מיר. א דראנג צום וויינען האט מיך איבערגענומען.

כ’האב געבעטן דעם איד אונז אראפצופירן מיט’ן קאר צו יענעם וועג. ער האט גערן מסכים געווען, און ביז עטליכע מינוט האבן מיר, דריי איינזאמע אידן, שטיל געשפאנט אויף יענעם אור-אלטן, זאמדיגן שטראז.

מיר זענען געגאנגען שווייגנדיג. דאס ארט ארום איז פוסט און שטיל. אפילו דער ווינט האט אין יענע מינוטן געכאפט א דרימל. אינמיטן האב איך געפילט ווי איך פארליר דאס בעלות אויף זיך אליין. איך האב אינסטינקטיוו זיך אוועקגעזעצט אויף א שטיין און די אויגן האבן מיר אנגעהויבן וואנדערן פון רעכטס צו לינקס, פון הר גריזים צום הר עיבל. דער מוח האט זיך מיר אפגעשטעלט און אויך דאס הארץ האט נישט אריינגערעדט. בלויז מיין קאפ האט זיך געדרייט פון דעם ברכות-בארג צום קללות-בארג און צוריק.

אין דער אבסעלוטער שטילקייט האב איך אויפאמאל געהערט אפקלאנגען פון טריט. כ’האב געזען מענטשן שפאנען צום מיטן, דעם טאל צווישן די צוויי בערג. דער עכא פון א הילכיגן “אמן” האט אפגעקלונגען אין מיינע אויערן.

די גאנצע זאך האט נישט געדויערט קיין גאנצע פינף מינוט. ווען כ’האב אראפגענומען די הענט פון מיין נאסן געזיכט, האב איך זיך באגעגנט מיט די פאר’חידוש’טע בליקן פון מיינע מיטגייערס.

“כ’האב געוואוסט אז דו ביזט א מענטש מיט שטורמישע עמאציעס,” האט מיין שותף זיך אנגערופן מיט א לייכטן פארשטאנד-שמייכל. “און דו ווייסט וואס כ’וועל דיר זאגן? יעצט איינמאל בין איך דיר מקנא. כ’וואלט געוואלט פילן דאס וואס מ’איז בכוח צו פילן אויף דעם פלאץ.”

ער האט אליין נישט געוואוסט ווי גוט ער האט געזאגט. ס’וואלט אים אין לעבן נישט איינגעפאלן ווי גורל’דיג די דאזיגע עטליכע מינוטן זענען געווען און וואס די קורצע אבער אינטענסיווע איבערלעבעניש האט מיט מיר געטאן.

מיר האבן זיך אפגעשטויבט, צוריק אריין אין קאר, וועלכער האט אונז געפירט פון דארט גלייך צום לופטפעלד. “ברוך אשר יקום את כל דברי התורה הזאת,” האב איך געהערט דעם ווייטן עכא אפקלינגען אין מיינע אויערן.

און כ’האב געענטפערט א שטילן אמן.

Nafshi Blog