אריגינעל ערשינען אין נפשי #6 דורך בן מנחם

 

“ברוכ’ל איז ‘אמאל’ געווען א לעכטיג קינד,” האט זיך די מאמע ביטערליך אויסגערעדט צום עסקן. “היינט,” איז זי ממשיך מיט א קול געשטיקט פון טרערן, “נישט נאר וואס ער איז מער נישט אונזער זיסער ברוכ’ל, נאר ער ווידערשפעניגט אין אונז ווי מיר וואלטן געווען זיינע גרעסטע שונאים. ווי כאילו נישט איך מיט מיין מאן זענען געווען די וואס האבן אים אלץ געגעבן פון יונגווייז אן.” צעבראכענערהייט פארענדיגט די מאמע איר אויפשיס, “ער איז שוין מער נישט ברוכ’ל – ער איז א הארטער ברוך.”

איין זאך האט דער עסקן געוואוסט פון ערפארונג, די לעצטע זאך צו ענטפערן פאר צעבראכענע עלטערן אין אזא פאל איז “נו! מען רעדט נישט אזוי”. ער פארשטייט ליידער דאס הארץ פון עלטערן וואס זעען ווי זייער לעכטיג קינד מיט וועם זיי האבן זיך געטשאטשקעט און געהאפט ער וועט אויסוואקסן א ר’ עקיבא איגר, פאלט בארג אראפ.

ווי דער עסקן פארציילט אונז אפאר יאר נאך וואס די געשיכטע איז געשליכטעט געווארן קומענדיג צו א פרייליכן ענדע, האט ברוך ווידערגעשפעניגט אין זיינע עלטערן, אבער בגדול. די מאמע, נישט נאר וואס זי האט נישט מגזים געווען, זי האט עס נאך געמאכט אויסקוקן ווייניגער ווי עס איז באמת געווען. דאס האט ער געהערט פון ברוכ’ל אליין, זיצנדיג מיט אים כדי צו דעשיפרירן דעם מיסטעריעזן קאוד און דערגיין וואס אזאנס האט צו דעם אמאל לעכטיג קינד, פאסירט.

אנגעהויבן האט זיך עס פלוצלינג. קיינער האט עס נישט ערווארטעט. מען קען נישט זאגן אז ברוך איז געווען דער גרעסטער מצויין אין זיין כתה אין ישיבה קטנה, ער איז אבער געווען א מער ווייניגער מוצלח’דיגער בחור וואס האט מיטגעהאלטן די לימודים, געהאט א גוטן שטאנד צווישן חברים, און איז געווען א געשמאקער און ערליכער בחור, לשמים ולבריות.

דער ערשטער סימן פון טויש איז פארגעקומען אין זייער אן אינטערעסאנטן פלאץ. דער ערשטער וואס האט עס באמערקט זענען נישט געווען די באערדע אין ישיבה, נישט די עלטערן, און אויך נישט זיינע חברים. דוקא דער ארבעטער אין דער לאקאלער שיך געשעפט, ער איז געווען דער ערשטער דאס צו כאפן. ער האט געזען א חסידיש’ן בחור, אזא איינער וואס מאכט א רושם ווי ער קומט פון א גאר פרומער שטוב, קויפט גלאנציגע, שפיציגע און “סטיילישע” שיך. א בליק אויף די שיך וואס ער האט געהאט אויף זיך אריינקומענדיג אין געשעפט האט אנגעזאגט דעם סוד אז דער טויש קומט פאר יעצט.

די מאמע, וואס האט געשיקט איר צדיק אין געשעפט קויפן שיך נאכדעם וואס ער בעט שוין דערפאר די לעצטע פאר וואכן, האט זיך ווייט נישט פארגעשטעלט מיט וואס פאר אן איבערראשונג איר בחור קומט אהיים. דאס וועט איר אויך פארענטפערן פארוואס ער האט פלוצלינג אפגעמאכט אז ער נויטיגט זיך עקסטרעם וויכטיג אין נייע שיך, כאטש וואס ער איז קיינמאל נישט געווען דער טיפ אזאנס צו בעטן. מען פלעגט אים דארפן נאכלויפן ער זאל זיך מאכן צייט צו גיין אין געשעפט איינהאנדלען שיך ווען עס האט טאקע אויסגעפעלט.

קיין טענות און מענות האבן נישט געהאלפן ווען ברוך האט זיך באוויזן אינדערהיים מיט זיין נייע אוצר. פאררויטלט האט ער געפאלגט דעם פארלאנג פון דער מוטער צו זען וועלכע שיך ער האט אויסגעוועלט. ווען זי איז אריינגעפאלן אין א היסטערישן שאק האט ער מיט א געמאכטער קאלטקייט פארמאכט דאס קעסטל און אריינגעגאנגען אין זיין שלאף צימער לאזנדיג דעם מצב זיך בארואיגן.

די פאלגנדע וואכן האבן געברענגט מיט זיך שטענדיגע קריגערייען. די עלטערן האבן פרובירט געוואויר ווערן וואס אזאנס איז צו זייער זון געשען. די רעזולטאטן זענען אבער צוריקגעקומען ליידיג. זיי האבן בלויז געהערט מער און מער אלארמירנדע באריכטן וואס האבן זיי אויסגעשעפט, נישט וויסנדיג וואו מען גייט פון דא ווייטער.

פון דער ישיבה האבן זיי געהערט אז חוץ וואס ער לערנט שוואכער ווי ביז היינט איז ברוכ’ל לעצטנס גוט געווארן מיט די שוואכערע קליקע אין ישיבה. בחורים מיט וועם ער האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות זענען היינט זיינע בעסטע חברים. אינדערהיים האט זיך עס נישט געענדיגט ביי די שיך, ער האט אנגעהויבן פארלאנגען נייע גלעזער, און טאקע די מאדערנסטע סטיל וואס איז נאר פארהאן. לאזנדיג די עלטערן פלאצן.

צוביסלעך איז דער מצב געווארן מער עקסטרעם ווען ברוכ’ל האט אנגעהויבן מאנעוורירן נישט צו גיין אין גאס צוזאמען מיט’ן פאטער. אין שול איז ער געגאנגען שפעטער ווי דער טאטע, אהיימקומענדיג האט ער אייביג פארלאנגט אז ער וויל גיין אליין, נישט אנגעבנדיג קיין סיבה צו זיין פרישסטן משוגעת.

אין נויט האבן זיך די עלטערן געוואנדן צו דעם דערמאנטן עסקן, בעטנדיג ער זאל זיי געבן הדרכה אויף ווייטער. דער עסקן, מיט א ספעציעלן טאלאנט צו ווייך מאכן פארהארטעוועטע הערצער, האט געזאגט אז ער וויל רעדן צום בחור. מאכן ברוך גיין צום עסקן איז געווען א פרשה פאר זיך. מען האט עס דורכגעפירט וויסנדיג אז בדרך כלל דארף עס נאר איין מאל געלונגען – נאך איין מאל רעדן מיט’ן עסקן וועט ער שוין אליין וועלן גיין נאכאמאל.

*

וואס איז געשען מיט דעם בחור? דער עסקן פארציילט עס אונז גענוי וויאזוי ברוכ’ל האט עס צו אים אראפגעלייגט.

ברוכ’ל זיצט אין ישיבה ביי א מסיבה, וועלכע איז פאררופן געווארן לרגל א גרויסן סיום מסכת וואס קומט פאר אין ישיבה נאכדעם וואס דורכ’ן יאר האבן א גרויס חלק פון די בני הישיבה געלערנט און זיך פארהערט איינס פון די שווערסטע מסכתות הש”ס. עס איז אינטערעסאנט ווי דוקא די בחורים וואס האבן זיך נישט פארהערט, זיי קוקן אויס די פרייליכסטע פון דער גאנצער איבערקערעניש. פשוט, זיי האבן א טאג פריי פון זיצן ביי שיעורים און לערנען די נארמאלע סדרי הישיבה.

עס זיצן צוזאמען איבער הונדערט בחורים, אונזער ברוך איז פון די יונגערע דארט, אבער זיין טיש גרעניצט זיך דוקא מיט דעם טיש פון די עלטסטע כתה. די עלטערע בחורים האבן צופעליג נישט געהאט יעצט קיין ספעציעלע נושא פון וואס צו רעדן, לאנגווייליג ווילן זיי דאך נישט זיין, איז ברוך, צו זיין שלעכט מזל, גענומען געווארן אויפ’ן צימבל. זיי האבן זיכער געמאכט אז ברוך, צוזאמען מיט נאך א צוויי-צענדליג פאר אויגן, זענען געוואנדן אין זייער ריכטונג.

“וואס זאגסטו צו דעם קליינעם רויטן דארט?”

“אה, ער? האסט שוין אמאל געזען זיין טאטע?”

“יא… אזא אפגעריסענער כאניאק…”

“איך האב אמאל געהערט ווי ער רעדט צו איינעם אויפ’ן טעלעפאן, ער האט א ‘ליספ’…”

“ער קוועטשט די באנק אין כולל איבער צוואנציג יאר, וואס ווילסטו פון אים…”

“נעבעך אן ארעמער שלעפער, אפשר קען מען זען תומכי שבת זאל זיי אנהייבן שיקן פעקלעך?”

“נישט קיין וואונדער אז זיין זון קוקט אזוי אויס…”

דער רשעות’דיגער שמועס האט זיך נישט געענדיגט דא. דער אלץ מער פאררויטלטער פנים פון ברוכ’ל האט זיי נאר צוגעגעבן אפעטיט. ענדליך איז ברוך ארויסגעלאפן און מער האט ער זיך נישט באוויזן ביי יענעם מעמד.

די פאלגנדע טעג און וואכן האבן געברענגט מיט זיך אן אנגייענדן ציקל פון מחשבות, טרערן און פלענער. דער דאזיגער אונטער-5-מינוטיגער דורכגאנג האט געטוישט ברוכל’ען אויף אייביג. זיין פערספעקטיוו אויף זיך, אויף זיינע עלטערן און פאמיליע, אויף ווירדן וואס ער האט ביז היינט געשעצט, אלעס האט געמאכט א שארפע דריי און געטוישט ריכטונג.

“עס איז מבהיל על הרעיון וויאזוי א מענטש קען אזוי שנעל געטוישט ווערן פון אונטן ארויף און פון אויבן אראפ,” איז אונז דער עסקן מסביר יארן שפעטער. “אין איין מינוט האט זיך אלעס איבערגעדרייט. פון א בחור מיט א הייליגן ציל אין לעבן איז געווארן איינער וואס זיין איינציגסטע ציל איז נישט צו זיין אזוי פאנאטיש ווי זיינע עלטערן. פון א מתמיד איז געווארן א שוואכער בחור. זיינע אלטע חברים זענען מער נישט אינטערעסאנט געווען, די אלטע האפענונגען און מטרות זענען צעגאנגען ווי א וואלקן. אלעס איז געקומען צו אן אפשטעל, ענדע.”

נישט לאנג דערויף האט זיך ברוך געטראפן קויפן נייע שיך, לאזנדיג זיינע עלטערן ערשיטערט. זיין פראבלעם פון גיין אין גאס מיט’ן פאטער איז געווען די שרעק אז די וואס זעען שוין היינט אין אים א ‘בעסערער בחור’ וועלן צוריקגיין צום “דע מאין באת”.

*

יעדע מעשה איבער גייסטישע דורכגענג ביי יונג און אלט איז ווערד אן אפשאצונג. שטענדיג קען מען ארויסנעמען יסודות אויפ’ן לעבן, מען קען זיך לערנען פרישע אבזערוואציעס און חידושים אינעם מאשין וואס הייסט “מענטש”. מען קען ארויסנעמען אן א שיעור פרטים און אריינטראכטן וויאזוי עס איז שייך זיך אויסצוהיטן, אויף וויפיל עס איז אין די הענט פון א מענטש, פון ענליכע פראבלעמען.

אונזער מעשה – וואס איז דוקא אן אמת’ע – איז ווייט נישט אנדערש. עס איז א טיפער סיפור וואס דערגייט ביז די עומק הנפש פון יעדן מענטש. עס זענען דא אזויפיל לעקציעס צו לערנען דערפון, אזויפיל בענעפיטן אויף ווייטער, אז עס איז שווער אנצוהייבן, נאך שווערער איז צו ענדיגן. מיר וועלן זיך קאנצענטרירן אויף איין וויכטיגע נקודה: דער כח און מאכט פון בזיונות.

ברוך איז קיינמאל קיין נאר נישט געווען, ער האט אלץ געוואוסט און פארשטאנען אז די שוואכערע בחורים קוקן נישט אויף אים מיט א גוט אויג. נאך אלעם איז ער פרומער פון זיי, מער מצליח פון זיי, און גייט אנגעטון אנדערש פון זיי. דער חינוך וואס ער האט באקומען, צו צילן צו אמת’ע משמעות אין לעבן, האט אים אייביג געמאכט שפירן גוט מיט זיין מצב. אלעס האט זיך אבער געטוישט ווען די נייע אידעאלאגיעס זענען אריינגעקומען צו אים מיט דעם שארפן “בושה איינשפריץ”. דער כח פון אינפארמאציע וואס קומט בייגעלייגט צו א דאזע פון בושה איז עפעס וואס קען אוועקנעמען דעם מוח און מאכן פון דעם מענטש א קאליקער אויפ’ן לעבן.

עס איז אנגענומען אז שלעכטס דערווייטערט. ווען א מענטש געט א פאטש פאר א צווייטן טוט עס וויי; אלס רעזולטאט וועט דער צעשלאגענער פרובירן צו שטיין וואס ווייטער פונעם שלעגער. אינטערעסאנט איז אז בושה איז אפטמאל אנדערש. ראובן קען פארשעמען און דערנידערן שמעון, אבער אנשטאט דאס זאל דערווייטערן שמעון פון ראובן קען עס מאכן שמעון זאל גאר ווערן נענטער צו אים.

ווען א מענטש ווערט פארשעמט צוליב א זאך וואס ער טוט וועט ער אפטמאל, געוואנדן אינעם מענטש און זיינע נאטורן, נאטירליך שפירן ווי יענער זאגט עפעס, ער וועט זיך פרובירן טוישן נישט ווילנדיג נאכאמאל דורכגיין די בזיונות – אפילו אויב באמת איז ער פארשעמט געווארן אויף זאכן וואס זענען העכסט נארמאל און ערווארטעט.

ווען א קינד אדער יונג בחור ווערט פארשעמט האט עס א פיל שטערקערע השפעה. דער מענטש איז יונג, ער האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען. א בושה ווען מען האלט אין דער פאזע פון לעבן ווערט איינגעקריצט פיל טיפער.

מען קען פרעדיגן און לערנען שיטות און טעאריעס. זיי וועלן געהערט ווערן, אבער נישט אלעמאל דערהערט ווערן. אפילו אויב יא וועט עס אפט נישט אנהאלטן צו לאנג. עס איז ווי שרייבן מיט א פעדער אויף פאפיר. איין וועג איז דא וויאזוי מען קען אריינבאקן עפעס טיף טיף בעומק נפש האדם, דאס איז דורך לערנען דעם מענטש מיט בזיונות. בזיונות איז ווי אן אייזן וואס גליט און מאכט איבער דעם גאנצן סטרוקטור.

דער באשעפער האט גארנישט באשאפן אומזיסט, און בושה און בזיונות זענען אויך וויכטיג. דער אטאמישער קראפט פון די בושה וואפן איז עפעס וואס שטייט און העלפט דעם מענטש פון געבוירן אן. דאס איז א וויכטיגער באשטאנדטייל אינעם מענטשליכן אנטוויקלונג און דאס איז איינס פון די שטערקסטע און מערסט ווירקזאמע וועגן וויאזוי מענטשן לערנען נייע זאכן. א מענטש דארף נאר איינמאל טון דעם טעות צו שפירן א טוץ פון זאפטיגע בזיונות, איינמאל דאס פאסירט איז א פרישער יסודות’דיגער מעסעדזש איינגעקריצט געווארן אין זיין נפש. פון היינט ווייסט ער אז דאס טוט מען נישט.

א מענטש דארף נאר איינמאל כאפן א געזונטן פסק ברבים אין א פרעמד ביהמ”ד פארנט פון זיינע קינדער צוליב זיין שמועסן ביים דאווענען – מער וועט עס דארט נישט פאסירן. דאס קינד דארף זיך איינמאל באגעגענען מיט די בליקן פון זיין פאטער נאכ’ן נישט קענען דעם פארהער, דאס וועט זיין די זאך וואס וועט אים שטופן א גאנצע וואך.

מיר, מענטשן פון בלוט און פלייש, פארמאגן אין באזיס מאשין-געווער, ווייטגרייכנדע מיסילס, שרעק-אנווארפנדע באמבעס, וואס מיר קענען נוצן צו הרג’ענען אנדערע. יא, הרג’ענען. די מאכט פון בושה איז אזוי גרויס אז פארשעמען יענעם איבער עפעס וואס איז זיין נאטור וועט אים מאכן פרובירן ארויסצוקריכן פון זיין אייגענעם נאטור, עפעס וואס וועט דעם מענטש פארקריפלען אויפ’ן לעבן.

אין ברוכ’ס פאל איז עס געווען זיין משפחה וואס איז גענומען געווארן אויפ’ן צימבל; מ’קען זיך אבער נישט גט’ן פונעם פאטער. ברוך האט אבער געטראפן כמו מהלכים וויאזוי זיך אפצורייסן פון בוים און זיך פולשטענדיג אפצושאקלען פון זיין בלוט און פלייש, לאזנדיג נאך זיך אש און פארעך.

פארשעמען יענעם איז א שפיל מיט פייער. נישט אומזיסט זאגן חז”ל אז גיין אין פייער איז א בעסערע אויסוואל ווי פארשעמען יענעם. ווען דו ביסט איינעם מבזה ליגט זיין גורל ביי דיר אין האנט. ווען מען באנוצט זיך דערמיט אומריכטיג קען מען לאזן נאך זיך אן ערנסטע קאטאסטראפע. ברוך איז עדות.

 

אז מען לערנט איבער דעם שטארקן קראפט פון בושה דארפן מיר ארויסנעמען דערפון כללים אויפ’ן לעבן:

  • ווען מען ווערט פארשעמט איז עס א רעצעפט אויף טויש. אסאך מאל צום גוטן.
  • פארשעמען יענעם איז עפעס וואס קען לאזן ווייטגרייכנדע נעגאטיווע אפעקטן.
  • מחנך זיין די קינדער צו היטן אויף כבוד הזולת, זיי פארשטייען נישט די מאכט פון ווערטער.
  • ווען מען זעט א מענטש וואס פירט זיך אויף אומנאטירליך און אינטערעסאנט איז ער גאנץ ווארשיינליך א קרבן פון ביטערע בזיונות. הוי דן לכף זכות.

זאלן מיר אלע שוינען און פארשוינט ווערן, און אויב איז יא באשערט אביסעלע בזיונות, פארגעסט נישט צו זאגן “ראה עניי ועמלי ושא נא לכל חטאתי”, זאל מען שוין בענעפיטירן דערפון לעולמי עד.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at נפשי | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Nafshi Blog