די סוגיא פון “וויזשען טעראפי” און פריזם לענסעס איז לעצטנס שטארק פאפולער, ווייניגער ווייסן איבער דעם דירעקטן קשר צווישן פסיכאלאגיע, זעלבסטשאץ און וויזיע אנגעלעגנהייטן. מיר האבן אפגעהאלטן אן אויסשליסליכן שמועס מיט איינעם פון די גרעסטע מומחים אין דעם פעלד, דר. יואל ווארשאווסקי פון ODA, וואס האט שוין אין די לעצטע צענליגער יארן געהאלפן הונדערטער קינדער איבערקומען פיזישע און גייסטישע שוועריגקייטן דורך היילן זייערע וויזיע פראבלעמען נוצנדיג “וויזשען טעראפי” און פריזם גלעזער צוזאמען. – אריגינעל ערשינען אין נפשי #6 דורך יעקב רייז
דר. ווארשאווסקי איז אן עלטערער דאקטאר מיט א קענטיגער חכמת החיים אויסער זיין לאנגיעריגער עקספערטיז אין מעדיצינישן פעלד. ער איז ערנסט, גאר ערנסט. זיינע אויגן זענען שארף און קאנצענטרירט אויף דעם צוהערער. נאך עטליכע מינוט איז גרינג צו זען אז די נושא פון “וויזשען טעראפי” איז ביי אים נישט בלויז א פראפעסיע, נאר עס איז אויך דאס בלוט וואס פלוסט אין זיינע אדערן.
אויף אונזער ביטע, הייבט דר. ווארשאווסקי אן צו דערציילן זיין געשיכטע.
“ווען איך בין געווען א קינד בין איך געווען די שוואכסטע אין קלאס. איך האב נישט געקענט ליינען, איך האב נישט געקענט לערנען, איך האב קוים געקענט רעדן. דאס אלס פינף-זעקס יעריג קינד. יעדע יארגאנג אין מיין שולע אין קווינס איז געווען איינגעטיילט אין דריי קלאסן: די בעסערע קינדער, די דורכשניטליכע קינדער, און די שוואכערע קינדער. איך בין שטענדיג געווען אין די דריטע קלאס.”
“איינמאל,” דערציילט דר. ווארשאווסקי ווייטער, “בין איך אהיימגעקומען פון שולע מיט א טעסט אין דער האנט, וואס איז געווען געצייכנט צווישן 65-70%. מיין מאמע האט דאס גענומען אין האנט און מיר געזאגט, ‘דזשאול, דאס איז אויסגעצייכנט!’ עס האט מיר זייער וויי געטון אז מען האט שוין אויפגעגעבן האפענונג אויף מיר און מען באטראכט מיר אלס דער שוואכער סטודענט וואס מען קען כמעט גארנישט ערווארטן פון אים. איך האב באשלאסן זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
“איך האב אנגעהויבן אויפצוקומען מיט אייגענע מעטאדן ווי אזוי צו ווערן בעסער אין די לימודים אין שולע. צום ביישפיל, איך האב זיך אויסגעלערנט אז ווען איך שפאציר ארום די גאס בשעת’ן חזר’ן אויף די טעסט געדענק איך דאס בעסער. היינט ווייסן מיר שוין אז פיזישע באוועגונג העלפט צו געדענקען און זיך לערנען נייע זאכן, וויבאלד די זכרונות ווערן איינגעקריצט פיזיש אין די מוסקלען. פארוואס, מיינט איר, שאקלט מען זיך בשעת’ן לערנען?” פרעגט דער דאקטאר רעטאריש, נוצנדיג דעם אידישן ווארט “שאקלען”.
עס איז שווער צו גלייבן אז דער בארימטער דאקטאר איז אמאל געווען א שוואך קינד אין שולע, און דר. ווארשאווסקי שטרייכט אונטער פארוואס ער דערציילט די פערזענליכע פרטים פון זיין לעבן. “איך וויל איר זאלט וויסן אז איך האב אליין בייגעוואוינט אויף דער אייגענער הויט וואס דאס באדייט אז צוליב זייטיגע שוועריגקייטן קען מען נישט מצליח זיין. איך האב דאס אליין מיטגעמאכט און דעריבער ווייס איך גענוי וואס דאס מיינט. דאס באגלייט מיר אין מיין טאג טעגליכע פראקטיצירונג, ווען איך קען מיך אריינלייגן אין די שיך פון די קינדער וואס קומען צו מיר פאר באהאנדלונג.”
דער דאקטאר זעצט פאר מיט זיין געשיכטע:
“איך האב גראדואירט פון קאלעדזש מיט שוואכע צייכענונגען. איך האב שטארק געוואלט אריינגיין אין מעדיצין, אבער קיין איין מעדיצינישע שולע וואלט מיר נישט אנגענומען. איך האב פרובירט צו ווערן א דענטיסט, אבער איך בין דורכגעפאלן דעם טעסט. איך האב באשלאסן אז איך וועל זיך אריינלייגן אין קאנטאקט לענסעס, און איך וועל ווערן א מומחה אין אויסשלייפן די גלעזער.
“עס האט זיך דאן געעפנט די נייע SUNY שולע פאר אפטאמאטריע (אויגן מעדיצין). און וויבאלד ס’איז געווען א נייע שולע האבן זיי מיך אנגענומען טראץ מיינע שוואכע צייכענונגען. זייענדיג דארט האב איך געטראפן חן אין די אויגן פון דעם הויפט פון דער אפטיילונג, א דאקטאר מיט’ן נאמען נעיט פלאקס, וועלכער איז א פיאנער אין דעם פעלד פון וויזשען טעראפי, און ער האט מיר גענומען אונטער זיינע פליגל.
“אין אנהויב בין איך געווען סקעפטיש איבער וויזיע טעראפי. איך האב געהאלטן אז ס’איז נארישקייטן. איין טאג בין איך געקומען צו דר. פלאקס מיט א שווערן פאציענט. דער דאקטאר האט מיך אויסגעלערנט די מעטאדן פון ראיה-טעראפי און מיר געוויזן ווי שטארק דאס קען זיין בייהילפיג. און זייט דעמאלט בין איך געווארן פארקויפט דערפאר. איך בין צוריקגעגאנגען צו שטודיעס פון אלטע אפטאמאטרישע ליטעראטור און איך האב זיך אויסגעצייכנט אין דעם געביט. שפעטער האב איך באקומען מיין דעגרי און איך בין געווארן אן אויגן דאקטאר. זינט דאן פראקטיציר איך וויזשען טעראפי און איך האב שוין בס”ד געהאלפן טויזנטער מענטשן.”
וויזשען טעראפי
“וואס איז וויזשען טעראפי,” פרעג איך קורץ און צום פונקט.
“וויזשען טעראפי איז א סעריע פון אקטיוויטעטן וואס איז געווידמעט צו איבערפלאנצן דעם מעסעדזש פון די אויגן,” ענטפערט דר. ווארשאווסקי.
איך קוק אויף אים צעמישט.
דער אויגן מומחה נעמט ארויס א געשטאלט פון א גרויסן “אויג”, וואס איז נאכגעמאכט פון דעם מענטשליכן אויג. דער דאקטאר ווייזט אן אויף צוויי מוסקלען ארום דעם אויג. עס איז פארהאן איין סעט מוסקלען וואס זענען געווידמעט זיך אפצוגעבן מיט די קאנצענטראציע, די “פאקוס” פון דעם אויג. ארום דעם איז פארהאן נאך א דרויסנדיג סעט מוסקלען וואס זענען געווידמעט צו רוקן דעם אויג אז עס זאל קענען זען. אבער כדי דאס זאל אלעס ארבעטן צוזאמען פעלט אויס אז דער מוח זאל שיקן דעם ריכטיגן “מעסעדזש” צו די מוסקלען. אויף דעם פעלט אויס וויזשען טעראפי.
ווי אזוי קען דער מענטש אליין טוישן דעם מעסעדזש?
דר. ווארשאווסקי גלייכט דאס צו צו א מענטש וואס לערנט זיך טאנצן. “ווען א מענטש לערנט זיך טאנצן, טוישט ער נישט די מוסקלען דירעקט. דער מענטש פארמאגט די זעלבע מוסקלען ווי פריער. דער מענטש לערנט זיך אויס ווי אזוי צו שיקן די ריכטיגע מעסעדזשעס צו די מוסקלען, ווי אזוי צו קאנטראלירן זיינע מוסקלען פון זיינע הענט און פיס אויף א ריכטיגן אופן, אזוי אז ער זאל קענען טאנצן מיט שיינע, באלאנסירטע טריט. דאס זעלבע איז ביים אויג. וויזשען טעראפי לערנט אויס דעם מענטש ווי אזוי זיך צו באנוצן מיט די מוסקלען פון דעם אויג אויף דעם ריכטיגן אופן, אזוי אז ער זאל זיך צוגעוואוינען צו קענען זען ריכטיג.”
איך בעט פון דר. ווארשאווסקי א ביישפיל פון א פאל וואס ער האט געהאלפן דורך וויזשען טעראפי, און עס שטעלט זיך גאנץ שנעל ארויס אז דר. ווארשאווסקי איז פיל מער ווי א טיפישער אויגן דאקטאר.
“עס איז אריינגעקומען צו מיר א יונג קינד, און איך האב אנגעהויבן אים צו טעסטן. בשעת’ן טעסטן האב איך אנגעהויבן זען ווי אזוי דעם קינד’ס מוח לויפט, און איך פרעג די מאמע, ‘איז ער א קאנטראלער? האט ער ליב צו קאנטראלירן אינדערהיים און אין חדר?’ די מאמע איז געווען אויסער זיך. ‘פון וואו ווייסט איר דאס?’ האט זי זיך געוואונדערט. איך האב זיך געוואנדן צום קינד און געפרעגט, ‘איז ריכטיג וואס איך זאג?’ און דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען.
“איך האב מסביר געווען פאר די מאמע אז וויבאלד דאס קינד קען נישט קאנטראלירן די וויזיע פון זיינע אויגן, פרובירט ער צו קאנטראלירן אנדערע און אזוי ארום האלטן עפעס א שטיקל שליטה אויפ’ן מצב. איך האב זיך אפגעגעבן מיט’ן קינד און אים פארגעשריבן פארשידענע אנווייזונגען. אבער איר קענט זיך פארשטעלן אז דאס קינד וואקסט אויף אזוי, מיט א קאנטראלירנדע נאטור? ער האט חתונה און ער ברענגט קינדער אויף דער וועלט, ער הייבט אן ארבעטן און צוגעבן צו די קאמיוניטי, און אלעס מיט א קאנטראלירנדע נאטור? מיט דער הילף פון אונזערע מעטאדן קענען מיר אים העלפן בליען און אויסוואקסן א פריינטליכער ליבליכער מענטש וואס אלע זאלן געניסן צו זיין ארום אים.”
“איר הערט זיך ווי א פסיכאלאג,” ווארף איך אריין א באמערקונג, האלב שפאסיג האלב ערנסט.
“מיין פעלד איז ‘ביהעיוויאראל אפטאמעטרי'” ענטפערט דר. ווארשאווסקי. “איך שטודיר ווי אזוי די זע-קראפט פונעם קינד האט א השפעה אויף זיין/איר טאג טעגליכע אויפפירונג. מיין שיטה איז אז ווען עס האנדלט זיך אין אזעלכע פראבלעמען, מיט קינדער וואס קענען נישט ליינען געהעריג, לאזן אויס ווערטער, זעען טאפלט, וכדו’, דארף מען דאס באהאנדלען ווי א גאנצער מענטש צוזאמען, און מען מוז זען וואספארא השפעה די פעלערדיגע ראיה לאזט אויפ’ן פסיכישן מצב פון קינד, און אזוי אויך פארקערט, ווי אזוי די הרגשים און גייסטיגע געפילן פון מענטש טוישן דעם וועג ווי אזוי ער זעט. מען קען נישט אפטיילן די צוויי.”
“וואס איז אייער סוקסעס ראטע?” פרעג איך דר. ווארשאווסקי.
“הונדערט פראצענט,” ענטפערט ער מיט זיכערקייט.
זעענדיג אונזערע עטוואס סקעפטישע בליקן, איז דער דאקטאר זיך בעסער מסביר.
“ווען איך זאג הונדערט פראצענט רעד איך בלויז פון די פעלער וואס באלאנגען טאקע אין דעם פעלד פון וויזשען טעראפי. אמאל איז פארהאן א פאל וואס דאס קינד האט אן אנדער סארט אויגן פראבלעם וואס דאס קען נישט באהאנדלט ווערן דורך וויזשען טעראפי, אדער זענען פארהאן פעלער וואס דאס קינד האט א “לערנען דיסעביליטי” און מען דארף דאס באזונדער באהאנדלען. אבער אין די פעלער וואס וויזשען טעראפי איז געאייגנט דערפאר זע איך א כמעט הונדערט פראצענטיגע סוקסעס…
“מיט איין תנאי,” לייגט דר. ווארשאווסקי צו. “דאס קינד און די עלטערן מוזן זיין גרייט צו קאאפערירן פולשטענדיג. דא רעדט זיך פון שווערע קאנצענטראציע און מוח ארבעט, און מען מוז זיין גרייט צו קומען איינמאל א וואך, וואך איין וואך אויס, און מיטארבעטן מיט דעם טעראפיסט. אויב מען פארפעלט סעסיעס און מען איז נישט געהעריג דערביי האט דאס נישט דעם זעלבן אפעקט.”
צו דעמאנסטרירן ווי אזוי די טעראפי ארבעט האט דר. ווארשאווסקי מיר אליין גענומען אויף א קורצע “באהאנדלונג”. ער האט מיר צוגעפירט צו אזא שטריק מיט קליינע באליס וואס פארן ארויף און אראפ. ער האט מיר געהייסן זיך קאנצענטרירן אויף איין באלי. ער האט עס גערוקט אויף אראפ און מיר געפרעגט, “וויפיל באליס זעסטו?”
“איינס,” האב איך געענטפערט.
ער רוקט עס אויף ארויף און ער פרעגט מיר ווידער: “וויפיל באליס זעסטו?”
“צוויי,” האב איך געענטפערט.
ער האט מיר מסביר געווען אז די צוויי אויגן זעען באמת צוויי באזונדערע בילדער, נאר דער מוח לערנט זיך אויס דאס צוזאמצושטעלן אלס איין בילד, און אויב מען שפילט זיך ארום אביסל קען מען מאכן אז מען זאל זען צוויי באזונדערע בילדער. ביי א קינד וואס די פונקציע ארבעט נישט, און ער זעט טאפלט, וועט זיין מוח ‘אראפדרוקן’ איין בילד, כדי ער זאל דאס נישט זען. און דאס וועט אים מאכן אינגאנצן צעמישט, און ער וועט זיך אפילו נישט כאפן פון וואס דאס קומט. דורך וויזשען טעראפי קען מען דאס פארריכטן און אויסלערנען דעם מוח צו זען א גאנצע און פולע בילד.
“איך הייס פאר דעם קינד אז ער זאל באטראכטן דעם ‘אראפגעדרוקטן’ אויג ווי א לעקטער סוויטש וואס צינדט אן די אויג,” ערקלערט ער.
דר. ווארשאווסקי איז מסביר אז כדי א מענטש זאל באקומען א געזונטע ‘סענס אוו סעלף’, דאס הייסט ער זאל וויסן וואו ער שטייט אויף דער וועלט, פעלט זיך אויס אז ער זאל קענען האבן א ריכטיגע בילד פון זיין ארומיגע סביבה. אז זיין מוח שפירט אז עס באקומט נישט די ריכטיגע מעסעדזשעס, און עס ווייסט נישט מיט א קלארקייט ווי אזוי די סביבה זעט אויס, פארלירט עס די מעגליכקייט צו וויסן וואו דער מענטש אליין געפינט זיך. ווייל דער מענטש קען בלויז וויסן וואו ער געפינט זיך ביחס צו זיין סביבה. און וואס פאסירט ווען א מענטש ווייסט נישט וואו ער שטייט אויף דער וועלט, פשוטו כמשמעו? אלע סארטן פראבלעמען שפראצן ארויס.
דר. ווארשאווסקי איז מסביר אז די ראיה פון א מענטש איז איינגעטיילט אין דריי חלקים: די אינפארמאציע וואס קומט אריין, פראצעסירן די אינפארמאציע, און ארויסגעבן די אינפארמאציע. ווען אינפארמאציע קומט אריין אין מוח דורכ’ן חוש הראייה, דארף דאס זיין ווירקזאם, אפעקטיוו, און לייכט. (אויף ענגליש זאגט זיך דאס גרינגער, באשטייענדיג פון דריי ווערטער efficient, effective, effortless וואס הייבן זיך אלע אן מיט דעם בוכשטאב e). דאס מיינט אז די אינפארמאציע וואס קומט אריין אין מוח דארף זיך אריינבאקומען אויף א געזונטן און אפעקטיוון אופן, און דאס דארף אנקומען לייכט פאר’ן מענטשן. דער חוש הראייה איז גאר א לייכטער חוש און עס פאדערט נישט געווענליך קיין שום אנשטרענגונג – אויב דער חוש ארבעט ווי עס דארף צו זיין.
“וואס פאסירט אויב די וויזיע איז אומווירקזאם, אומאפעקטיוו, און אנשטרענגנד?” פרעגט דר. ווארשאווסקי רעטאריש. “די אינפארמאציע וואס דער מענטש באקומט אין מוח וועט זיין פעלערדיג. דאס פראצעסירן וועט זיין פעלערדיג, און דער מענטש וועט גרייכן פאלשע מסקנות און ארויסגעבן פאלשע רעאקציעס, אלעס צוליב דעם וואס ער האט נישט באקומען די ריכטיגע מעסעדזשעס פון די אויגן.”
“זענען פארהאן שטודיעס צו באשטעטיגן אייערע מעטאדן?” פרעגט דער סקעפטיק אין מיר.
“עס זענען דא הונדערטער, אפילו טויזנטער קלינישע שטודיעס וואס באשטעטיגן די ווירקזאמקייט פון וויזיע טעראפי,” ענטפערט דר. ווארשאווסקי. “אבער איך האב אייגענע חידושים אין דעם פעלד, וואס איך האב זיך געלערנט ביי די פריערדיגע פראפעסיאנאלן מיט צענדליגער יארן צוריק. איך בין צוריקגעגאנגען צו אלטע ביכער וואס מען לערנט שוין נישט היינט און ארויסגענומען פון זיי די מהלך וואס איך נוץ און אויף וועלכן איך גיי, אז דער אויפפירונג פונעם מענטש איז ענג פארבינדן מיט דעם חוש הראייה.”
פריזם גלעזער
“וואס איז מיט פריזם גלעזער? וואס איז דער ציל דערפון?” פארקירעווען מיר דעם אויגן שמועס צו אן אנדערע חלק אין וועלכן דער דאקטאר איז אן ערנסטער מומחה.
דער דאקטאר נעמט אפיר א געבויגענער גלאז וואס ליגט פארנט פון אים אויפ’ן טיש און הייסט מיר אריינקוקן. איך זע ווי דער גאנצער ארום גיט זיך אזא רוק אראפ ווי נאר איך שטעל דעם גלאז פארנט פון מיינע אויגן. ער גיט מיר א צווייטע גלאז און די גאנצע סביבה גיט זיך א רוק ארויף.
“מיט די פריזם גלעזער קען מען קאנטראלירן די קאארדינאציע, די צוזאמארבעט, פון די אויגן,” ערקלערט דער אויגן דאקטאר. “אז מען טוט דאס אן אויף די אויגן קען דאס טוישן דעם וועג ווי אזוי מען קוקט. דער פריזם טוישט די ריכטונג פון די ליכט שטראלן אזוי אז מען זעט פון אן אנדערער ריכטונג.
“איך בין געווען דער וואס האט אריינגעברענגט פריזם גלעזער,” גרויסט זיך דר. ווארשאווסקי. “זייענדיג אין אוניווערזיטעט בין איך צוריקגעגאנגען צו די אלטע מעדיצינישע ליטעראטור און איך האב געזען ווי זיי רעדן וועגן פריזם גלעזער. איך האב אנגעהויבן ארבעטן דערמיט, און קיינער האט נישט געהאט קיין אנונג וואס איך טו. איך געדענק אז איינמאל איז דער פרעזידענט צוגעקומען צו א קאלעגע מיינער און געפרעגט, ‘וואס טוט דזשאול?’ מיין קאלעגע האט געצויגן מיט די פלייצע און געזאגט, ‘פרעג אים’… ער האט מיך קיינמאל נישט געפרעגט למעשה…
“רוב דאקטוירים וועלן נישט פארשרייבן פריזם גלעזער,” זאגט דר. ווארשאווסקי. “אבער איך האב פעסטע שטודיעס און אלטע מעדיצינישע ליטעראטור וואס באווייזן די ווירקזאמקייט פון פריזם גלעזער, און רובא דרובא פאציענטן וואס קומען אריין צו מיר וועל איך פארשרייבן פריזם גלעזער.”
“און פארוואס איז די פריזם אליין נישט גענוג?” פרעג איך אים. “פארוואס פעלט אויך אויס צוריקצוקומען פאר וויזשען טעראפי?”
דר. ווארשאווסקי איז מסביר אז דאס איז א גרויסע מחלוקת וואס ער האט מיט אנדערע דאקטוירים. פארהאן מומחים, א שטייגער ווי דר. אלעקסאנדער פון לאנדאן, וועלכער האלט אז מען דארף בלויז אנטון פריזם גלעזער און דאס איז גענוג. אבער דר. ווארשאווסקי איז קאטעגאריש מחולק. ער האלט אז פריזם אליין איז נישט גענוג און מען מוז גיין פאר וויזשען טעראפי א שטיק צייט אויב וויל מען זען ווירקזאמע רעזולטאטן.
“איך בין געווען אין לאנדאן א שטיק צייט צוריק און געהאלטן א רעדע.” דערציילט דר. ווארשאווסקי. “נאך די רעדע איז צוגעקומען צו מיר דר. אלעקסאנדער, וועלכער איז געזעסן דארט די גאנצע צייט, און ער האט מיר פארגעהאלטן אז מיין שיטה איז נישט ריכטיג. איך האב אים מסביר געווען די יסודות פון מיין גאנג און פארוואס איך האלט אזוי. דער ציל פון פריזם איז אראפצונעמען דעם ‘עול’ פון די אויגן. דער ציל פון די וויזשען טעראפי איז צו טוישן דעם מעסעדזש וואס מען שיקט דורך די אויגן. מענטשן זאגן מיר אז זיי גייען צו אנדערע דאקטוירים ווייל זיי געבן בלויז נייע פריזם גלעזער און שוין. דאס איז אבער קלאר נישט די ריכטיגע צוגאנג.”
“דאס דערמאנט מיר אביסל פון די מענטל העלט פעלד,” רוף איך זיך אן. “פארהאן ספעציאליסטן וואס האלטן אז מען דארף בלויז געבן א טאבלעט און פארטיג. אבער אנדערע פראפעסיאנאלן זאגן אז מעדיצין אליין איז נישט גענוג און מען מוז אויך האבן טעראפי צו טוישן דעם וועג ווי אזוי דער מענטש באטראכט זיך אליין און דער וועלט ארום זיך.”
“דאס איז ריכטיג,” זאגט דר. ווארשאווסקי. “הלוואי זאלן אלע פראפעסיאנאלן דאס אנערקענען. איך האב שוין אראפגענומען מערערע קינדער פון ריטאלין, וואס זיי האבן זיך פשוט געמוטשעט מיט די אויגן און א דאנק דעם האט דאס אויסגעקלאפט אין זייער אויפפירונג. ווען פסיכיאטערס וואלטן זיך מער אפגעגעבן מיט זייערע פאציענטן און נישט סתם פארשריבן טאבלעטן רעכטס און לינקס וואלט דער פעלד שענער אויסגעזען.
“איך האב לעצטנס ארומגעשיקט אן אויספרעג צו פארשידענע קינדער פסיכיאטערס, וועלנדיג וויסן אויב זיי פאלגן נאך די פארשריפטן וואס מען פארלאנגט ביים באהאנדלען אויפפירונג פראבלעמען ביי קינדער. דער פראטאקאל לויטעט אז זיי מוזן קודם אנאליזן דאס קינדס זען און ליינען מעגליכקייטן בעפאר מען דיאגנאזירט מיט אנדערע פראבלעמען. און ערשט נאכדעם קען מען פארשרייבן מעדיצין. בערך צוואנציג פראצענט האבן געענטפערט דעם אויספרעג. און איר ווייסט וויפיל האבן טאקע נאכגעפאלגט דעם פראטאקאל? בלויז איין דאקטאר!”
דער דאקטאר האלט אין איין דערמאנען ‘זעלבסט זיכערקייט’ און ‘זעלבסט שאץ’ און עס האט מיך אנגעהויבן וואונדערן אז אן אפטאמאטריע דאקטאר קאנצענטרירט זיך אזוי שטארק אויף דעם מענטשנ’ס זעלבסטשאץ. איז נישט די אויפגאבע פון א דאקטאר בלויז צו אנאליזירן דעם פאציענט’ס מצב פון אן אפטאמאטרישן שטאנדפונקט און באהאנדלען לויט דעם? ווען איך האב דאס ערווענט פאר’ן דאקטאר האט ער תיכף אויסגעקלארט וויאזוי ער פארשטייט דאס מציאות.
“אכציג פראצענט פון דעם מענטשנ’ס ‘סענס אוו סעלף’ קומט דורך די זע-קראפט. דער מענטש באזירט זיין עיקר פארשטאנד פון זיך אליין לויט זיין כח הראייה. דאס קען מען נישט אפטיילן פון דעם גייסטיגן מצב פון מענטש. אן אויגן דאקטאר איז נישט קיין שוסטער וואס דארף צופאסן א קלייד צום מענטש. אן אויגן דאקטאר דארף העלפן דעם מענטש קענען זען די וועלט און זען זיך אליין,” טענה’ט דר. ווארשאווסקי.
“וויפיל סעסיעס דארף מען האבן אין א טיפישע פאל?” פרעג איך.
“צווישן זעכציג און זיבעציג סעסיעס,” ענטפערט ער.
“ווי לאנג נעמט א סעסיע?”
“א האלבע שעה. מען טוט דאס איינמאל א וואך און אויסער דעם איז דא היימארבעט.”
דער דאקטאר שטרייכט אונטער אז ער זיצט אויף יעדן קעיס און ער גיט זיך אפ דערמיט. ער האלט מיט די פארשריט פון יעדע סעסיע. יעדן טאג גייט ער דורך די פיילס פון אלע קינדער וואס קומען צו זיין אפיס. אזוי אויך מאכט ער זיכער צו זיצן מיט יעדן פאציענט יעדע עטליכע וואכן כדי צו זען אין וועלכע דירעקציע זאכן רוקן זיך.
א מאדנע אנעקדאט האט פאסירט אינמיטן דעם שמועס ווען דר. ווארשאווסקי האט דערמאנט “מיינע קינדער” און עס האט זיך מיר געדאכט אז ער רעדט פון זיינע אייגענע קינדער. איך האב אים געפרעגט וויפיל קינדער ער האט, און ער האט מיר געענטפערט, “בערך פינף הונדערט.” איך האב געקוקט אויף אים מיט שאק און ער האט זיך צעלאכט און ערקלערט אז ער באציט זיך צו די קינדער וואס קומען אין זיין אפיס ווי אייגענע קינדער.
(דר. ווארשאווסקי’ס אפיס באהאנדלט בלויז קינדער, נישט ערוואקסענע, כאטש ער מערקט אן אז אפטמאל בשעת א באזוך וועלן די עלטערן זיך כאפן אז זיי אליין קענען אויך נוצן א באהאנדלונג און אומוויסנדיג מוטשען זיי זיך שוין יארן אן דעם וואס איינער זאל דאס אויפכאפן).
א כשר’ער דאקטאר
בלויז פון די פילע היימישע ווערטער און אויסדרוקן פון ברוך ה’ און בעזרת ה’ וואס דר. ווארשאווסקי ווארפט כסדר אריין, זעט מען אז ער איז א מאמין און א שומר תורה. מיר פרעגן אפן דעם דאקטאר איבער זיין אידישקייט.
“איך בין א בעל תשובה,” ענטפערט דר. ווארשאווסקי מיט שטאלץ. דערביי דערציילט ער א מערקווירדיגע מעשה ווי אזוי ער איז צוריקגעקומען צו אידישקייט. זייענדיג אין ארץ ישראל אויף א באזוך מיט ארום צוואנציג יאר צוריק האט א נאנטער חבר זיינער אים געשטופט ער זאל גיין באזוכן א גרויסן ליטווישן ראש ישיבה בימים ההם. אין אנהויב האט ער נישט געוואלט אבער זיין חבר האט אים גאר שטארק געשטופט דערצו.
דער ראש ישיבה איז שוין דעמאלט געווען אין די טיפע ניינציגער יארן, אבער זיין מח איז געווען שארף און קלאר ווי א יונג בחור’ל. דר ווארשאווסקי איז אריין צום עלטערן ראש ישיבה און אים געגעבן די האנט. דער ראש ישיבה האט אים אנגעקוקט און געפרעגט, “דו ביסט ‘כשר’?” דר. ווארשאווסקי איז געווארן אינגאנצן צעטומלט און נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. צום סוף האט ער געגעבן א שאקל מיט’ן קאפ און ער האט זיך געזעגנט פון אים.
“בשעת’ן שאקלען זיין האנט און באטראכטנדיג דעם ראש ישיבה’ס אויסגעאיידלטע צורה מיט די שניי ווייסע בארד, בין איך געווארן אזוי איבערגענומען, אויף א פארנעם וואס איך האב נישט געהאט מיין גאנץ לעבן.” זאגט דר. ווארשאווסקי.
די פראגע פון דעם ראש ישיבה, “דו ביסט כשר?” איז אים נאכגעלאפן און האט אים נישט געגעבן קיין מנוחה. ביז עווענטועל האט ער באשלאסן צו ווערן ‘כשר’ און אנהייבן פירן אן אידיש לעבן. כאטש דר. ווארשאווסקי איז נישט ממש א היימישער איד, איז ער א מאמין בה’ ובתורתו און ער פירט א אידיש לעבן, זייענדיג א שומר שבת און א שומר תורה. אויפ’ן וואנט אין זיין אפיס הענגט מיט שטאלץ א גרויס בילד פון דעם ראש ישיבה.
עס קען זיך אפשר דאכטן אז דאס איז נישט נוגע ביי א דאקטאר. צו א דאקטאר גייט מען ווייל ער איז א מעדיצינישער מומחה, נישט צו שעפן יראת שמים, אבער ביי דר. ווארשאווסקי איז אלץ געקניפט און געבינדן. די שכל און די אויגן, די נשמה און דער גוף – אלץ האט איין שורש און דארף אייניג באהאנדלט ווערן, איז טאקע כדאי צו וויסן אז דר. ווארשאווסקי איז ‘כשר’…