וואס איז טראומא? וויאזוי פאסירט עס? וויאזוי באקומט מען עס? וואס זענען די סימפטאמען? וויאזוי ווייסט מען אויב מען ליידט דערפון? וויאזוי ווערט מען פטור דערפון? די דריי הויפט טעראפי מעטאדן פאר טראומא און פיל מער – אריגינעל ערשינען ווי א סעריע אין נפשי אויסגאבעס #6 ביז #9 דורך הרב יושע לאנגסאם, LMHC, LPC
וואס איז טראומא?
ער האט נאכאמאל אויפגעטאנצט. מר. און מרת בערנפעלד קוקן זיך צו מיט שרעק וויאזוי זייער באליבטער זון אברומי איז אויפגעטאנצן פון זיין בענקל אינמיטן נאכטמאל און אנטלאפן צו זיין צימער בשעת ער באדעקט ביידע אויערן מיט זיינע הענט ווי גלייך ער זאל זיך באשיצן פון שרעקליכע קולות. זיינע עלטערן ווייסן אז אברומי איז נישט אלץ געווען אזוי. איידער זיי האבן אים אפגעשיקט צו לערנען קיין ארץ ישראל, איז ער געווען א העכסט נארמאלער בחור אין יעדן הינזיכט. אבער זינט ער איז צוריקגעקומען, איז ער נישט צום דערקענען. עס האט זיך אלץ געשפירט אן אנגעצויגנקייט ארום אים און יעדע מינדעסטע גערודער האט אים געמאכט אויפטאנצן און אוועקלויפן באדעקנדיג זיינע אויערן מיט’ן גאנצן כוח. ער איז שוין געווען א בחור אין די יארן און זיין מאדנע התנהגות האט געדראעט צו זיין אן ערנסטן שטער פאר א נארמאלן שידוך. די עלטערן זיינע האבן פרובירן רעדן צו אברומי דערוועגן, אבער ער האט נישט געוואלט רעדן דערפון. מיסטער בערנפעלד האט זיך פארבינדן מיט אברומי’ס משגיח אין ארץ ישראל און האט פארלאנגט צו וויסן וואס די ישיבה האט געטון צו זייער זון אז ער איז גערירט געווארן. דער משגיח האט דאן דערציילט פאר’ן טאטן אז אברומי איז פונקט אנוועזנד געווען ביי א סצענע וואו א זעלבסטמערדער האט זיך אויפגעריסן. דער משגיח האט מסביר געווען פאר די באזארגטע עלטערן אז אברומי’ס מאדנע אויפפירונג איז מסתמא א דירעקטע רעזולטאט פון צוקוקן און מיטלעבן אזא שרעקליכע טעראר סצענע.
ווידער האט עס פאסירט. רחל האט געשפירט ווי עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט איר אטעם און הארצקלאפעניש. אבער זי האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס דאס זאל פאסירן. זי איז געווען אינדערהיים פארנומען מיט די געווענליכע זונטאג אויפגאבעס וואס זי דארף אניאגן ווען פלוצלינג איז איר זע-קראפט געווארן פארנעפלט און זי האט אנגעהויבן שפירן די מאדנע סימפטאמען וואס זי האט זיך אויסגעלערנט צו דערקענען אלס א פאניק אטאקע. רחל האט זייער גוט געוואוסט וואס די פאניק אטאקעס באדייטן; זיי האבן זיך באוויזן יעדן זונטאג נאכמיטאג. אבער ווי אומבאקוועם זי איז יעצט געווען, האט זי געוואוסט אז זי איז גליקליך זיך צו געפינען יעצט אין איר אייגענער רואיגער דירה און זי דארף נישט זיצן ביי דעם ‘זונטאג נאכטמאל’ מיט אירע עלטערן. נאר צו טראכטן איבער יענע נאכטמאלן האבן געמאכט איר קאפ זאל אנהייבן שווינדלען. איר טאטע האט זיך שטארק אפגעגעבן מיט “חינוך”, און דוקא אן אייגענעם ספעציעלן אופן פון ערציאונג, און זונטאג ביי נאכטמאל איז געווען זיין עיקר צייט ווען ער האט איבערגעגעבן זיין חינוך. זונטאג איז איר פאטער נישט אריין אין דער ארבעט, האט ער געווידמעט די צייט צו אויפקומען מיט נייע און ‘אינטערעסאנטע’ חינוך פראגראמען פאר דער קומענדיגער וואך. די ספעציעלע נאכטמאלן האבן זיך געצויגן א לאנגע צייט און די קינדער האבן געמוזט זיצן ווי מלאכים די גאנצע צייט. די אויסגעצויגענע מאלצייטן זענען געווען ווייט פון א גן עדן פאר’ן געזינדל וועלכע זענען דאן געווארן אויסגעשטעלט צו פיזישע און עמאציאנעלע ליידן.
מיט וואס זענען אברומי און רחל אייניג? זיי זענען אלע קרבנות פון טראומאטישע איבערלעבענישן און זיי ליידן יעצט פון “פאסט-טראומאטישע סטרעס דיסארדער” (PTSD).
דורכאויס די לעצטערע יארן האט זיך פילפאכיג פארמערט די ידיעות און באוואוסטזיניגקייט איבער פארשידענע גייסטיגע פראבלעמען. ביז נישט אזא לאנגע צייט צוריק, איז די גאנצע וועלט פון מענטל העלט מיט אלע אירע פארשידענע קאטעגאריעס און קאמפליצירטע חלקים געווען אריינגעשטופט אין איין פשוט’ע ווארט: ‘נערוון’. דאס איינע ווארט צוזאמען מיט איר באגריף – ‘ער ליידט אויף די נערוון’ – איז געווען סיי שרעקעדיג און סיי חוזק’דיג. די וועלט פון נערוון איז געווען הערמעטיש פארשלאסן און קיינער האט ניטאמאל געוואגט צוצוגיין נאנט דערצו און באטראכטן דעם שלאס, ווארום מ’קען נאך ח”ו ווערן אנגעשטעקט און אנהייבן אליין ‘האבן מיט די נערוון’. די ‘מעלה’ פון דער צוגאנג איז געווען אז עס האט געגעבן די לוקסוס פאר יעדן צו לעבן אין עולם הדמיון כאילו עס עקזיסטירט בכלל נישט – און מען האט נעבעך געליטן שטיל פאר זיך אליין.
אין די לעצטערע יארן, האט מען ב”ה אויפגעבראכן דעם שלאס וואס האט אונז צוריקגעהאלטן פון כאפן א בליק אויף די אזויגערופענע “נערוון”, און מיר האבן זיך געכאפט אז מיר האבן זיך אייגנטליך געפונען אין יענעם שטח פון שטענדיג אן. איינמאל מיר זענען געווארן מער באוואוסטזיניג איבער די שוועריגקייטן, האט מען אויסגעפונען אז עס זענען אייגנטליך אויך פארהאן וועגן זיך צו העלפן און פארגרינגערן. מען מוז בכלל נישט אנטלויפן פונעם מציאות און זיך איינרעדן אז עס עקזיסטירט נישט, ווייל עס זענען ווירקליך פארהאן פיל בעסערע און מער ווירקזאמע מעטאדן זיך צו העלפן.
איין תחום וואס איז נאך אלץ היפש אומפארשטענדליך צווישן די אלגעמיינע מאסן, איז טראומא. די סיבה דערצו קען זיין וויבאלד טראומא בעצם איז נישט קיין אפיציעלע דיסארדער אדער צושטאנד; ס’איז אן עקספיריענס וואס קען פאטענציעל גורם זיין אסאך פארשידענע דיסארדערס און שווערע צושטאנדן.
כדי צו בעסער פארשטיין וואס איז דאס טראומא, לאמיר ערשט כאפן א טיפערן בליק אויף דער הערליכער אבער קאמפליצירטער בריאה וואס הייסט מענטש. אין ווירקליכן מציאות איז די וועלט א פלאץ וואס האט נישט קיין פיזישע סטאביליטעט, קיינער ווייסט נישט באמת וואס דער מארגן, אדער די נעקסטע שעה, גייט ברענגען. עס זענען פארהאן אזויפיל פארשידענע פאקטארן און מעגליכקייטן וואס באאיינפלוסן די וועלט ארום אונז אז עס איז פשוט אוממעגליך צו שפירן באמת ווי אלעס ארום איז אונטער קאנטראל. אבער, כדי מיר זאלן קענען עקזיסטירן אויף דער וועלט און פירן א נארמאל לעבן, האט השי”ת מיט זיין גרויס רחמים אונז געגעבן אלס מתנה א געפיל פון סטאביליטעט און ווי מיר זענען אין קאנטראל פון אונזער לעבן, לכה”פ ביז א געוויסן זין. כאטש דאס איז, אין מציאות, בלויז אן אילוזיע, איז דאס געפיל גענוג שטארק אז מיר זאלן שפירן רואיג און קענען אנגיין נארמאל מיט’ן לעבן.
און דאן לאנדעט עס אויף אונזער קאפ! עס פאסירט עפעס וואס צעשאקלט די אילוזיע ביז’ן תוך אריין. פלוצלינג שפירן מיר ווי די ערד עפנט זיך אונטער אונזערע פיס. א טראומאטישע איבערלעבעניש איז אפט עפעס וואס האט געשטעלט אונזער לעבן אדער זיכערקייט אין געפאר, אבער באמת קען עס זיין סיי וועלכע סיטואציע וואס לאזט אונז איבער פילנדיג שטארק אומבאהאלפן, אפילו אויב עס האט גארנישט געהאט מיט קיין פיזישע יסורים. א טראומאטישע עקספיריענס איז נישט געוואנדן לויט די אייגנטליכע פאקטן וואס האט פאסירט, נאר ענדערש איז עס געוואנדן אין אונזער ‘עמאציאנעלע איבערלעבעניש’, וואס דאס איז דער הויפט שליסל וואס דעצידירט אויב א געוויסע פאסירונג איז געווען טראומאטיש. ווי מער דערשראקן און הילפלאז מיר האבן געפילט דורכאויס דעם אינצידענט, אלץ מער זענען די שאנסן אז עס וועט ברענגען א טראומא אינעם מענטש. דעריבער קענען מיר טיילמאל זען צוויי אדער מער מענטשן דורכגיין די זעלבע טראומאטישע געשעעניש, און איינער וועט גענצליך צעפאלן און אונטערברעכן בשעת דער אנדערער וועט זיך סתם אפשאקלען די פלייצעס און אוועקשפאצירן ווי גלייך גארנישט ערנסט האט פאסירט.
ווען עס רעגנט אין גאס, איז דאס א טראומא? ווענדט זיך. אויב איינער וואוינט נעבן א וואסער דאמבע וואס איז אין געפאר פון איבעררינען און עס גייט שוין א שלאקס רעגן פאר עטליכע טעג, וועט די דאמבע ווארשיינליך איבעררינען און דער רעגן וועט דעריבער פארוואנדלט ווערן אין א העכסט טראומאטישן עקספיריענס פאר די שכנים אין געגנט. ווידער אויב עמיצער וואוינט ווייט אוועק פון סיי וועלכער פאטענציעלער פארפלייצונג זאנע, אפילו אויב עס איז נאנט צו א דאמבע אבער די דאמבע האט א גוטן סיסטעם און קען פארנעמען אפילו שווערע פארפלייצנדע רעגנס, דאן וועט דער רעגן נישט זיין קיין טראומאטישע עקספיריענס פאר די ארומיגע איינוואוינער. די זעלבע זאך איז גילטיג מיט יעדער אנדערער איבערלעבעניש. מיטמאכן א טראומא איז געוואנדן לויט דעם מענטשנ’ס פעאיגקייט צו קענען קאנטראלירן און אינטעגרירן זיין עמאציאנעלע עקספיריענס אָן ווערן איבערגענומען פון די שטורמישע געפילן.
יאנקי און דניאל זענען איין יאר אפגערוקט און זיי זענען ביידע געווען אין קאר מיט זייערע עלטערן. אין אנהייב האבן זיי קוים באמערקט אז ס’האט זיך אנגעהויבן גליטשן אויף אייז, אבער דאן האט די אויטא אנגעהויבן ווילד גליטשן אויפ’ן שאסיי און זיך אריינגעגליטשט צו אנדערע ליניעס מיט שנעל-לויפנדע אויטאס. א גערוך פון טויט האט אנגעפילט די אויטא אבער זיי האבן דאס ניטאמאל געשמעקט ווייל זיי זענען געווען געפרוירן אין שאק. איינמאל די קאר האט געענדיגט איר שדים טאנץ, האט עס אריינגעשמעטערט אינעם אייזערנעם צוים, זייענדיג אין ערנסטן געפאר פון אראפטראסקען גלייך אריין אין דעם הייוועי וואס האט זיך געשלענגלט אונטער זיי. ברוך השם, זיי זענען אלע ארויסגעקומען פון דעם אינצידענט אן קיין ערנסטע פיזישע וואונדן. אבער, אינדערצייט וואס דניאל איז כמעט גלייך צוריק צו זיין געווענליכן לעבן און סדר היום, איז יאנקי קיינמאל נישט גענצליך ארויסגעקראכן פון יענעם צעשעדיגטן קאר. יעדעס מאל ער האט געהערט א קריטשענדיגע גערודער אדער הויכע קלאפעס, האט ער מיטאמאל באקומען א ווילד-צעשראקענעם אויסדרוק אויפ’ן פנים, דאן האט ער צוגעדעקט זיינע אויערן מיט זיינע הענט און פרובירט צו אנטלויפן. יענע בהלה’דיגע מינוטן איז געווארן יאנקי’ס שטענדיגער גאסט.
אלזא, ווער וועט ווערן טראומאטיזירט צוליב א געשעעניש און ווער וועט זיך קענען גרינג אפשאקלען דערפון?
ס’איז שווער צו וויסן. עס זענען דא פארשידענע פאקטארן וואס קענען זיין פאראנטווארטליך אז א מענטש זאל זיין מער אויסגעשטעלט צו ווערן טראומאטיזירט. ובתוכם: די אנוועזנהייט פון אנדערע דיסארדערס; דער מענטש איז שוין אזוי אויך אנגעצויגן און אונטער שווערע סטרעס; די אייגנארטיגע עמאציאנעלע צוזאמשטעל פונעם מענטש (ווי א מער סענסיטיווע טיפ); ער האט לעצטנס געליטן פון עטליכע פארלוסטן; אן עבר פון אביוז אדער נאכלעסיגקייט, איבערהויפט אין די יונגע יארן; אדער אנדערע אומבאקאנטע פאקטארן.
די יונגע קינדערשע יארן איז די צייט ווען א קינד באקומט זיין ספעציפישן אויסבליק אויף דער וועלט און אויף זיך זעלבסט. דעריבער קען א טראומא אין די יונגערע קינדער יארן האבן א פיל שטערקערע השפעה אויפ’ן מענטש און עס קען בלייבן אויף א לענגערער צייט. אויב די טראומא ווערט נישט געלייזט, קען דאס געפיל פון פחד און הילפלאזיגקייט בלייבן אויך אין די ערוואקסענע יארן, אנגרייטנדיג דעם באדן פאר ווייטערדיגע טראומא. קינדערשע טראומא קען מיינען יעדע שווערע דורכגאנג, פון שווערע איבערלעבענישן אינדערהיים ביז’ן ווערן צעטיילט פון טאטע אדער מאמע פאר א שטיק צייט (און מ’רעדט נישט דא פון טראגן צו א בעביסיטער).
ווען מיר טראכטן איבער טראומא וועלן מיר געווענליך טראכטן פון עפעס וואס איז א פיזישע זאך, ווי א סכנה צו איינעמ’ס זיכערקייט, אדער ווערן פארנאכלעסיגט. אבער דער אמת איז אז דאס ווערן אראפגעקלאפט און פארשעמט קען זיין פונקט אזא טראומאטיזירנדע איבערלעבעניש. חז”ל זאגן אז צו פארשעמען א מענטש איז אזוי ווי הרג’ענען. דער פארגלייך איז נישט סתם ארויסצוברענגען די הארבקייט דערפון, נאר דאס ווערן אראפגעקלאפט און ליידן בושות קען ווירקליך זיין פונקט אזוי טראומאטיש ווי אויסשטיין צו א טויטליכן געפאר! ווען עמיצער זאגט ‘איך האב זיך געוואלט באגראבן פאר בושה’, איז עס ווייל די טראומא האט אים באמת געקענט ברענגען צו שפירן ווי די ערד אונטער אים האט זיך געעפנט.
וויאזוי פאסירט עס?
ווען די אילוזיע פון זיכערקייט און סטאביליטעט פלאצט, קען דאס ערזעצט ווערן מיט א געפערליכן געפיל פון אומבאשיצטקייט, אומבאהאלפנקייט, אומסטאבילקייט און אומזיכערקייט. מיר האבן אפשר נישט די געצייג און/אדער ערפארונג וויאזוי צו האנדלען מיט אזעלכע אנשרעקנדע געפילן און דערפאר האבן מיר נישט די מעגליכקייט דאס צו פראצעסירן און זיך ספראווען דערמיט. דאס ברענגט אז די דאזיגע געפילן זאלן בלייבן רוען אינעם מענטש אזוי רוי ווי זיי זענען. ממילא וועט די דראמאטישע צעשאקלונג אין דעם קליינעם עולם מלא קענען האבן לאנגטערמיניגע עפעקטן אויפ’ן מענטש און זיין לעבן.
נאך א וואונדערליכע מתנה וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר א מענטש איז אז ווען עס פעלט זיך אויס זאל מען קענען פילן אז עס איז א מצב פון סכנה און מען זאל אריינגיין אין א ספעציעלע ‘עמערדזשענסי צושטאנד’. דאס איז א מיטל צו העלפן א מענטש צו קענען איבערלעבן געפארפולע מצבים. אין דעם ‘עמערדזשענסי צושטאנד’ גייט דער מענטש אריין אין א גוסטע ווי ער וועט טון איינס פון דריי זאכן: בלייבן געפרוירן (פאר שרעק), קעמפן, אדער אנטלויפן.
ווען מיר שפירן אז מיר זענען אין א סכנה, ווערט אונזער גאנצער סיסטעם שנעל איבערגעטוישט אויף א וואונדערליכן אופן. דער “היפאטאלאמוס” (דער ‘סיסטעם קאנטראל’ חלק אין מוח) אקטיוויזירט צוויי סיסטעמען: די “סימפאטעטישע נערוון סיסטעם” און די “אדרענאל-קארטיקאל סיסטעם”. די ערשטע ניצט דעם נערוו סיסטעם צו אנהייבן די נויטיגע רעאקציעס אינעם קערפער און די צווייטע ניצט די בלוט-שטראם. עס איז גאר וואונדערליך וויאזוי די צוויי סיסטעמען ארבעטן צוזאמען צו שאפן די “קעמפן אדער אנטלויפן” רעאקציע אינעם מענטש אין אזעלכע מצבים.
די צוויי סיסטעמען שיקן ארויס זייערע אגענטן און אקטיוויזירן א גאנצע רייע פון הארמאנען אין קערפער, ובראשם אדרענאלין, אויך באקאנט אלס “סטרעס הארמאן”. דער שטראם פון די הארמאנען ברענגען אז: די הארץ ראטע און בלוט פרעשור זאל ארויפגיין – צו ברענגען מער אקסיגען אין די בלוט (דאס ברענגט פארשנעלערטע קורצע אטעמען און הארץ קלאפעניש [זע רש”י און שפתי חכמים אויף מקוצר רוח אז די אידן אין מצרים זענען געווען אין פאניק]); די שווארץ-אפלען פון די אויגן ווערן פארגרעסערט – צו ארייננעמען ווי מער ליכטיגקייט צו קענען גוט זען; אדערן אין די הויט ווערן פארשמעלערט – צו שיקן מער בלוט צו די מוסקלען (דאס איז גורם די “טשיל” וואס מיר שפירן טיילמאל ווען מיר זענען אונטער פחד); דער בלוט-גלוקאס שטאפל ווערט געהעכערט – צוצושטעלן מער ענערגיע פאר’ן קערפער; מוסקלען ווערן צאמגעצויגן און פארשטייפט – צו זיין גרייט צו טון וואס אימער ס’פעלט זיך אויס (דאס איז גורם די האר זאל זיך אויפשטעלן, הנקרא בלע”זgoose-bumps ); אומוויכטיגע קערפערליכע סיסטעמען, ווי די פארדייאונג און אימיון סיסטעמען, שטעלן אפ זייער ארבעט – צו ערמעגליכן מער ענערגיע פאר די עמערדזשענסי פונקציעס וואס פעלן זיך יעצט אויס מער קריטיש (דערפאר קען מען שפירן ווי די קישקעס דרייען זיך).
די אלע זאכן פאסירן גאר שנעל אין דעם מצב ווען דער מענטש ווערט ‘געפרוירן’. דערנאך קומט דער שטאפל פון ‘קעמפן אדער אנטלויפן’, ווען דער מוח באשליסט צי עס איז יעצט בעסער צו קעמפן אדער ענדערש צו פרובירן אנטלויפן פונעם געפאר. דער קערפער ניצט אויס די ספעציעלע וואכזאמקייט און זייטיגע ענערגיע צו מאכן דעם באשלוס. איינמאל די סכנה איז פאראיבער, וועט דער קערפער צוביסלעך צוריקגיין צו איר נארמאלן צושטאנד.
אויב אבער א מענטש ווערט טראומאטיזירט דורך א געוויסער איבערלעבעניש, קען ער זיין גרינגער אויסגעשטעלט צו ווערן אנגעצינדן דורך די יעניגע “טריגערס” – סצענעס, קולות, מעשים – וואס ער פארבינדט מיט דער טראומא. דאס קען געבן פאר’ן מוח דעם מעסעדזש אז ער איז ווידער אין דער זעלבער געפארפולער סיטואציע ווי ער איז געווען בשעת דעם אייגנטליכן אינצידענט. דער מוח וועט דאן אריינגיין אין דעם ‘עמערדזשענסי צושטאנד’ און עס וועט אקטיוויזירן די נויטיגע סיסטעמען. אויך קען דער מענטש האבן צופעליגע זכרונות און בייזע חלומות פון יענער שווערער איבערלעבעניש, וואס וועט אויך אנצינדן די ‘קעמפן אדער אנטלויפן’ סיסטעם.
איינמאל דער סיסטעם איז געווארן אנגעצינדן, וועט דער מענטש געווענליך רעאגירן אין אן ענליכן אופן ווי ער האט רעאגירט דעמאלט בשעת דער אייגנטליכער טראומא; צי עס איז א געפיל פון געפרוירן און געלעמט, גרייט צו קעמפן מיט ציין און נעגל, אדער פרובירן צו אנטלויפן.
ווען אהרן דוד איז געווען יונג האט זיין עלטערע שוועסטער אים גענוצט אלס מיטל צו אויסשארפן איר טאלאנט פון ציפן. זיין שוועסטער איז געווען א מומחה’טע אים צו געבן א ציפ דוקא דעמאלט ווען ער האט עס די ווייניגסטע ערווארטעט און דאן האט זי ווייטער געטון וואס זי האט געהאלטן אינמיטן ווי גלייך גארנישט האט דא פאסירט. ווען אהרן דוד פלעגט שרייען, האבן זיינע עלטערן אים נישט געגלייבט אז זיין ‘וואוילע שוועסטער’ האט אים געפייניגט, און זיי פלעגן אים זאגן ער זאל אויפהערן זיין פאראנויע און זאל זיך אויפפירן ווי עס פאסט פאר א גרויס יונגל. אפילו ביז יארן שפעטער, ווען אימער עמיצער וואס איז גרעסער אדער עלטער פון אים איז געשטאנען צו נאנט צו אים, פלעגט ער זיך צוריקציען און איינקורטשען זיך גרייטנדיג פאר א געזונטן ציפ.
וועלכע איבערלעבענישן ברענגען דעם מענטש צו ווערן טראומאטיזירט און וועלכע נישט?
א מענטש גייט דורך אסאך פארשידענע זאכן אין לעבן, טייל מער אנגענעם און טייל ווייניגער. אן אומבא’טעמ’טע אדער אפילו שרעקליכע עקספיריענס, מוז נאכנישט ווערן א טראומא. אונזערע מוחות ארבעטן שווער צו אינטעגרירן אונזערע ערפארונגען אין אונזער אלגעמיינע ‘זכרונות באנק’. ווען די אויפגאבע ווערט סוקסעספול אויסגעפירט, וועלן די אינצידענטן, אפגעזען ווי שווער זיי זענען געווען, נישט פארוואנדלט ווערן אין א טראומא. ווידעראום, ווען דער אינצידענט שטעלט זיך ארויס צו זיין צו שווער פאר’ן מוח עס צו פראצעסירן, וועט עס בלייבן געפרוירן אין דעם זעלבן אריגינעלן ספעציפישן פארמאט. דאס מיינט אז עס וועט זיך נישט איינגלידערן אין אונזער זכרונות באנק, נאר וועט בלייבן געפרוירן אין צייט ווי גלייך דער געפאר איז נאך יעצט אקטועל און שטייט פאר די אויגן. אפילו א קליינע “טריגער” אדער דערמאנונג וועט גרינג אויפברענגען ענליכע געפילן צו דעם וואס מען האט געפילט בעת דעם אייגנטליכן אינצידענט. פארשטענדליך אז מען שפירט נישט באקוועם אין אזא מצב, דערפאר פירט מען זיך אויף אויף א געוויסן אופן וואס איז באמת א רעאקציע צו די אומבאקוועמע געפילן וואס זענען געווארן אנגעצינדן און נישט אזוי ווייט צו דעם יעצטיגן מצב.
וויאזוי באקומט מען דאס?
טראומא קען קומען אין פיל פארשידענע פארמאטן, טעמים, און געפילן. די פארשידנהייטן אין טראומא עקספיריענס זענען אזוי גרויס ווי די פארשידנהייטן צווישן די מענטשן וואס ווערן אפעקטירט דורך דעם. ס’איז נישטא איין כלל וואס איז גילטיג ביי יעדן. פאקטיש זענען נישטא קיין צוויי וואס זענען גענוי די זעלבע. פונדעסטוועגן, זענען פארהאן געוויסע אלגעמיינע שטריכן און רעאקציעס וואס זענען גאנץ אייניג ביי פארשידנארטיגע סטרעס פאקטארן און קרבנות. איין גרויסער פאקטאר וואס שפילט א ראלע צו דעצידירן ווי שטארק די טראומא זאל אפעקטירן, איז צי די זאך האט פאסירט איין מאל אדער אסאך מאל.
טראומא קען קומען דורכ’ן מיטמאכן א נאטירליכן אומגליק אדער עפעס וואס איז מעשה ידי אדם, אן עקסידענט צי א בייזוויליגער אקט. אבער, געווענליך, ווען די טראומאטישע פאסירונג איז געטון געווארן בכוונה דורך א מענטש, איז עס פיל שווערער צו איבערטראגן און דערפאר האט עס א גרעסערן שאנס צו שאפן א לאנג-טערמיניגע טראומא. גאנץ אויבן אויף דער שווארצער ליסטע זענען שלעכטע בייזוויליגע אקטן וואס זענען געטון געווארן דורך עמיצן וואס איז זייער נאנט צום קרבן. (אפשר איז דאס די סיבה פארוואס עס איז אזא שווערע זאך פאר אזויפיל ערוואקסענע צו גיין שלאפן צייטליך. זיי זענען נאך טראומאטיזירט פון די זכרונות ווי מען שיקט זיי שלאפן גיין. די “שלאפן גיין” טראומא איז געטון געווארן דורך זייער א נאנטן מענטש, בכוונה, און עס איז אנגעגאנגען במשך לאנגע יארן.)
נאך א שטארקער פאקטאר וואס מאכט אויס ביי טראומא איז וויפיל שטיצע דער מענטש האט באקומען נאכ’ן אינצידענט. אויב באקומט מען אסאך חיזוק און שטיצע, צו העלפן דעם מענטש באהאנדלען און זיך ספראווען נאכ’ן אינצידענט, איז מעגליך צו צעשטערן און אפהאלטן דעם אינצידענט פון פארוואנדלט ווערן אין א טראומא. עס איז פאקטיש דא אין ארץ ישראל א גרויסער פסיכאלאג וואס האט אנטוויקלט א פראטאקאל וויאזוי צו העלפן קרבנות אינטעגרירן די שווערע עקספיריענס באלד נאך ווי עס האט פאסירט. דאס שטעלט צו פאר די מענטשן ווי אן אונטערלאנונג סיסטעם וואס האלט זיי אין פלאץ אפילו נאכדעם וואס די ערד אונטער זייערע פיס האט זיך געעפנט. עס געט זיי די שטיצע אין וואס זיי נויטיגן זיך און די געצייג צו איינזאפן וואס ס’האט נארוואס פאסירט און דורכדעם עס אפהאלטן פון פארוואנדלט ווערן אין א טראומא וואס זאל נאגן און פלאגן פאר א לאנגע צייט. עס געט פאר די מענטשן די יכולת צו אינטעגרירן די עקספיריענס אין זייער קאלעקטיוון זכרון אזוי אז עס בלייבט נישט געפרוירן אין דעם ‘אריגינעלן ספעציפישן פארמאט’.
ווידעראום אויב א מענטש באקומט נישט די נויטיגע שטיצע, אדער נאך ערגער, מען גלייבט אים נישט אדער מען לאכט אים אויס ווען ער דערציילט דערוועגן פאר א מענטש וועמען ער געטרויט, קען עס נאך גאר פארשטערקערן זיין טראומא. (א געוויסער מומחה וואס ארבעט אסאך מיט שוואכע בחורים האט מיר געזאגט אז ווען קרבנות פארטרויען פאר א נאנטן מענטש זייער אביוז געשיכטע און יענער גלייבט זיי נישט, קען עס זיין נאך ערגער ווי די אייגנטליכע געשיכטע אליין.)
איציק’ס שווערע שטוב האט צוגעשטעלט גענוג געלעגנהייטן צו ווערן טראומאטיזירט. עס איז געווען א צעפארענע, פארנאכלעסיגטע היים און אלע האבן דארט נאכאנאנד געליטן פיזיש און גייסטיש. אלס רעזולטאט האט זיך איציק עווענטועל גענומען צום ביטערן טראפ און אנדערע שעדליכע התנהגות’ער. ער האט געזוכט עפעס וואס זאל אים העלפן דורכשטופן דעם טאג אן אראפגיין פון זינען. איציק האט אבער גלייכצייטיג געזוכט הילף און ער וואלט געוואלט אנהייבן לעבן ווי א נארמאלער בחור. ער איז געגאנגען צו זיין מגיד שיעור און אים אנפארטרויעט זיינע סודות, ער האט אים געעפנט זיין הארץ און דערציילט איבער זיין שווערן עבר און זיינע יעצטיגע מוטשענישן. דער מגיד שיעור האט אים אפגעמאסטן מיט בליקן וואס האבן געשריגן אז ער גלייבט נישט זיינע פאנטאסטישע מעשיות און ער האט אים געגעבן א שארפע פארציע ווי ווייט ער איז טיף אין שאול תחתית אריין. איציק האט פארלוירן זיין האפענונג, זיין מצב איז געגאנגען פון שלעכט צו געפערליך, ער האט גענצליך אויפגעגעבן און פארלוירן זיין ווילן צו לעבן.
וויאזוי קוקט עס אויס?
ס’קוקט בכלל נישט אויס גוט!
טראומא איז נישט קיין קרענק, אבער וויפיל מחלות טראומא קען אלץ אנמאכן קענען ווייניג אנדערע קרענק באווייזן. ס’איז נישט פארהאן קיין איין אנדערע איינציגע פאקטאר וואס איז אזא נאנטער מחותן מיט אזא ברייטע אויסוואל פון אלערליי דיסארדערס און פראבלעמען. פון מילדע פראבלעמען (ווי דעפרעסיע, ענקזייעטי, וכו’), ביז שווערע מענטל העלט דיסארדערס און פערסאנאליטי דיסארדערס, קען טראומא לאזן אירע פינגער אפדרוקן אומעטום. שווערע און לאנג-אנגייענדע טראומא קען פירן צו פארשידענע פסיכאטישע און/אדער פערסאנאליטי דיסארדערס. מער שוואכע, קורצערע און מילדערע טראומא איז זייער אפט דער שולדיגער גורם אונטער ענקזייעטי, OCD און א טוץ אנדערע ‘געווענליכע’ דיסארדערס.
טראומא קען ליידער באווייזן אלערליי ‘קונצן’, ווי: ברענגען אירע קרבנות צו עסן צו סאך אדער צו ווייניג; ווערן אגרעסיוו אדער פאסיוו; געטרויען מענטשן צו סאך אדער קיינעם נישט געטרויען; פארלירן די פעאיגקייט צו קענען פירן א נארמאלן לעבן אדער ווערן צו שטארק אבסעסירט צו פירן א נארמאלן לעבן. די סימפטאמען לויפן פון איין עק טאוול ביז’ן אנדערן, אנטהאלטנדיג אלע סארטן אומגעזונטע, פסיכאטישע, עמאציאנעלע, געזעלשאפטליכע און התנהגות’דיגע פראבלעמען.
משה איז געווען א נארמאלער בחור. ער האט געהאט זיינע ירידות און עליות אזוי ווי רוב בחורים, אבער מער-ווייניגער איז ער באטראכט געווארן ווי א נארמאלער, אדער אפילו פיינער, בחור. ס’איז נאר געווען א גרויסער סוד וואס משה האט ארומגעטראגן מיט זיך און האט געציטערט אימת מוות ס’זאל נישט אמאל ארויסרינען. אין דער פאריגער ישיבה וואו ער האט געלערנט האט עפעס א זעלבסט-דערקלערטער פרומער בחור באשלאסן צו בויען זיין הייליגקייט אויף משה’ס חשבון. מיט אזא כלומר’שט איבערגעפרומטע התלהבות האט יענער זיך גענומען פאר א מיסיע צו רודפ’ן משה’ן ביי יעדער מעגליכער געלעגנהייט פאר’ן אנגעבליך זיין נישט גענוג פרום. אזא הייליגע תפקיד פון א פאפולערן בחור האט שנעל צוגעצויגן נאך חסידים און ס’האט נישט גענומען לאנג ביז משה האט באקומען דעם נאמען אלס דער אויסוואורף פון ישיבה. פאר אסאך יארן האט משה געלעבט אין א שטענדיגן פחד אז קיינער זאל נישט אויסגעפינען איבער זיין נישט-אזוי-שטאלצער פארגאנגענהייט. ער האט זיכער געמאכט נישט זיך צו טרעפן אפילו אונטער איין דאך מיט קיין שום אמאליגן חבר און פלעגט אריינפאלן אין פאניק ווען אימער א קרוב אדער סיי ווער האט נאר אומשולדיג אנגעהויבן פרעגן אין וועלכע ישיבות ער האט געלערנט. דאס איז א ביישפיל פון א מילדערע סארט טראומא.
נפתלי דוב האט געליטן פון א שווערע OCD. זיינע אבסעסיווע מחשבות האבן אים נישט געלאזט קיין מנוחה. עס האט אים געשטערט פון זיין א נארמאלער גוטער מאן און טאטע. עס האט אים אסאך געשטערט פון ריכטיג אויספירן זיינע פליכטן ביי דער ארבעט. עס האט אים שרעקליך געשטערט אין זיין געזעלשאפטליכן לעבן. אין צוגאב, האט ער אויך געליטן פון פאראנויע און ער איז געווען זיכער אז יעדער פארלייגט זיך אויף אים – אריינגערעכנט זיין טעראפיסט. אויב דאס איז נישט גענוג געווען, האט ער אויך געהאט א פערסאנאליטי דיסארדער. נפתלי דוב האט רעאגירט זייער נעגאטיוו צו סיי וועלכע הילף אדער באהאנדלונג. צוריקקוקנדיג אויף זיין עבר האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט במשך א לאנגער צייט געליטן אין שטוב פון פיזישע און עמאציאנעלע ליידן. דאס איז אביסל אן ערנסטערע רעזולטאט פון טראומא.
די דריי דערמאנטע שילדערונגען, אזוי אויך די פיל אנדערע וואס ווערן געברענגט אין דעם ארטיקל, געבן א בליק אריין אין דעם ברייטן ספעקטרום פון פארשידנארטיגע רעאקציעס וואס קענען קומען פון די וואס האבן דורכגעלעבט א טראומא. זיי קענען זיין פון קוים-מערקבארע קלייניגקייטן ביז די שווערסטע גייסטיגע קראנקהייטן.
בעת עס איז נישט דא קיין פסיכאלאגישע דיאגנאז וואס הייסט “טראומא” זענען פארהאן צוויי דיסארדערס וואס זענען דירעקט פארבינדן דערמיט. זיי זענען: “אקיוט סטרעס דיסארדער (ASD) און “פאסט טראומאטיק סטרעס דיסארדער (PTSD). די צוויי דיסארדערס זענען גענוי די זעלבע מיט דער בלויזער חילוק אז עס ווערט אנגערופן ASD ווען די סימפטאמען האלטן אן ביז איין חודש נאך דער טראומאטישער איבערלעבעניש. איינמאל די סימפטאמען האלטן אן מער ווי א חודש ווערט עס גערופן PTSD.
די סימפטאמען פון PTSD פאלן אריין אין פיר הויפט קאטעגאריעס און קענען זיין אויף פארשידענע שטאפלען, פון מילד ביז גאר עקסטרעם.
- שטערערישע ווייטאגליכע מחשבות, ווי זכרונות וואס טאנצן ארויף, קאשמארנע חלומות, און/אדער פארלאפענע סצענעס פון דער איבערלעבעניש וואס לויפן פאר די אויגן. טיילמאל קענען די לעבעדיגע סצענעס זיין אויף אזא שטארקן פארנעם אז דער מענטש פילט ווי ער לעבט נאכאמאל איבער די טראומאטישע געשעעניש (ווי עס איז געווען דער פאל מיט דוד, דערמאנט אין אנהייב ארטיקל).
- פארמיידן זאכן וואס דערמאנען פון דער טראומאטישער געשעעניש. דאס שליסט איין דאס אויסמיידן מענטשן, פלעצער, אקטיוויטעטן, אביעקטן און סיטואציעס וואס קענען אויפברענגען פיינפולע זכרונות. עס שליסט אויך איין דאס פארמיידן צו רעדן, אדער אפילו טראכטן, איבער וואס עס האט פאסירט און/אדער וויאזוי ער שפירט דערוועגן (ווי עס איז געווען דער פאל מיט משה און זיין טראומאטישע ישיבה עקספיריענס).
- נעגאטיווע מחשבות און געפילן. דאס קען אריינרעכענען אנגייענדע און פארקרימטע מיינונגען איבער זיך אליין און/אדער אנדערע (‘איך בין שלעכט’, ‘עס קומט זיך מיר די שלעכטע זאכן’, ‘מ’קען קיינעם נישט געטרויען’), אנגייענדע פחדים, שרעק, כעס, שולד געפילן אדער בושה. דאס קען אויך ארייננעמען דאס פארלירן אינטערעסע אין אקטיוויטעטן וואס מען פלעגט ליב האבן, אדער שפירן א געפיל פון אפגעטיילטקייט און קאלטקייט צו אנדערע מענטשן (ווי עס איז געווען דער פאל מיט אהרן דוד און זיינע פחדים פון ווערן געציפט).
- ווילדע און רעאקטיווע סימפטאמען. דאס קען ארייננעמען צו ווערן נערוועז און האבן כעס אויסברוכן, זיך אויפפירן ווילד, אדער אויף אן אופן ווי ער שעדיגט זיך אליין, ווערן גרינג דערשראקן, אדער האבן פראבלעמען צו קאנצענטרירן אדער שלאפן (ווי עס איז געווען דער פאל מיט אברומי און זיין פחד פון א טעראר אטאקע און איציק מיט זיין טרינקען פראבלעם).
אסאך דענקערס האבן זיך שוין געמאטערט מיט דער אור-אלטער חקירה: ‘וואס איז קודם געווען אויף דער וועלט, דאס הינדל אדער דאס איי?’ ענליך דערצו איז די שאלה אויף PTSD, וואס מען האט באמערקט אז עס גייט אפט צוזאמען מיט אנדערע צושטאנדן, ווי דראג אביוז, דעפרעסיע, זכרון פראבלעמען און מענטל העלט פראבלעמען. נאר די שאלה איז, צי די פראבלעמען זענען א רעזולטאט פון דער טראומא אדער די טראומא איז געווען מער טראומאטיש צוליב די פראבלעמען וואס ער האט געהאט. דערווייל זענען נישטא קיין קלארע באווייזן וואס דער אמת איז.
כאטש ווען עס קומט צו אלגעמיינע טראומא קענען מיר נישט אלץ וויסן אויף זיכער וועלכע עס האט געברענגט וועלכע, האט מען אבער באמערקט אז די וואס האבן מיטגעמאכט אביוז האבן א הויכע ריזיקע צו אנטוויקלען א צוגעבינדנקייט צו דראגס, פערסאנאליטי דיסארדערס (איבערהויפט “באורדערליין פערסאנאליטי דיסארדער”), דעפרעסיע, דיסאסיאציע דיסארדערס (ווי פארלוירענע זכרון, אידענטיטעט, אא”וו), און עסן דיסארדערס.
וויאזוי קען איך וויסן אויב איך לייד פון דעם?
קודם כל: חוץ אויב דו ווייסט קלאר אז נישט, קענסטו רואיג אננעמען אז דו ליידסט פון טראומא…
די גוטע נייעס איז אז רוב טראומאס פארשווינדן אן צו איבערלאזן נאכווייען. דעריבער, אויב דו האלטסט אז דו לעבסט א פולקאם נארמאל לעבן און דו ביסט צופרידן וויאזוי דו ביסט, דארף מען בכלל נישט גראבן טיפער כדי צו טרעפן עפעס א פארגעסענע טראומא. פונדעסטוועגן, אויב דו טרעפסט זיך איין טאג אין דער גוסטע צו גריבלען אביסל אין איינע פון דיינע משוגעת’ן (אפילו נארמאלע מענטשן זענען בארעכטיגט צו עפעס משוגעת’ן), וועסטו מעגליך זיין איבערראשט צו אנטדעקן א טראומא וואס האט אנגעצינדן און איז געווען דער יסוד אונטער דעם משוגעת.
דער אלגעמיינער כלל איז אז דארט וואו מען געפינט א קוריאזע אדער אינטערעסאנטע התנהגות, איז געווענליך דא א סיבה דערצו. נארמאלע, באזעסענע מענטשן האבן געווענליך די פארשטאנד צו דן זיין ווען אן אויפפירונג גייט אריין אין דער קאטעגאריע פון נארמאל און ווען נישט. אויב אזוי, פארוואס וועלן מיר כסדר באגעגענען מענטשן וואס קוקן אויס צו זיין העכסט נארמאל אבער טוען עפעס וואס איז קוריאז? דער ענטפער ליגט זייער מעגליך אין איין ווארט: טראומא.
וואס? דאס הייסט אז מיר אלע זענען טראומאטיזירט?
אפשר!
אבער, איידער דו ווערסט טראומאטיזירט פון דער בשורה אז דו ליידסט מעגליך פון טראומא, לאמיר שנעל איבערגיין די כללים פון טראומא, און וויאזוי און פארוואס עס האט אונז מעגליך אפעקטירט. עס איז דא א פשוט’ע חילוק צווישן אן אומאנגענעמע עקספיריענס און א טראומאטישע עקספיריענס. א געווענליכע אומאנגענעמע עקספיריענס וועט ווערן אינטעגרירט און איינגעגלידערט אין מוח און אוועקגעלייגט צוזאמען מיט אונזערע ערפארונגען פון יענער צייט און וועט לאו דוקא אונז אפעקטירן. מיר וועלן אפילו אפשר קענען לאכן פון יענעם אינצידענט. אבער, טיילמאל באטרעפט אונז דער אינצידענט אויף א וועג וואס אונזער מוח, פאר סיי וועלכער סיבה, ווערט צו שטארק איבערגענומען דערפון און קען עס נישט פראצעסירן. דער אינצידענט/ן קען זיך עפעס נישט אינטעגרירן אין אונזער קאלעקטיוון זכרון און בלייבט געפרוירן אין דעם אריגינעלן ספעציפישן פארמאט.
שלומי איז געווען א פיינער געלונגענער ביזנעסמאן. סיי ווען ער האט געזען ווי עמיצער ווערט קאנטראלירט און מאניפולירט, באמת אדער אין זיין דמיון, פלעגט ער ווערן אינגאנצן צעשטורעמט און אויפגעברויזט אויף דעם מאניפולירער. דאס איז געווען לאו דוקא ווען ס’האט געהאט עפעס צו טון מיט אים; ער האט פשוט נישט געקענט צוקוקן ווי מענטשן ווערן מאניפולירט. שלומי אליין האט נישט פארשטאנען פארוואס ער נעמט עס אזוי פערזענליך צום הארצן. נאכ’ן גרינטעווען אין זיין עבר, האט ער זיך געכאפט אז עס איז געווען א געוויסע תקופה אין זיין לעבן ווען ער איז געווארן שטארק מאניפולירט. שלומי האט זיך דעמאלט נישט געקענט קיין עצה געבן און די מאניפולאציע האט אים געברענגט צו שפירן ווי א געפאנגענער טיגער וואס וויל גארנישט אנדערש נאר זיך ארויסרייסן פון שטייג און צערייסן די וואס פייניגן אים. ווען אימער ער האט געזען א סיטואציע ווי עמיצער ווערט מאניפולירט האט עס ארויפגעברענגט יענע שטארקע געפילן. איינמאל שלומי האט באגריפן די סיבה פארוואס ער שפירט די רוישיגע געפילן, איז אים געווען גרינגער צו ארבעטן דערויף און זיך ספראווען מיט אזעלכע מצבים.
ווען מרת שווארץ איז יעצט צום צווייטן מאל אריינגעקומען אין פעלד פון שידוכים, איז עס געווען גאר אן אנדערע מעשה ווי ביים ערשטן מאל. יעצט האט זי זייער שווער געקענט געטרויען סיי וועמען. צי עס איז געווען דער שדכן צי א פאטענציעלער שידוך, האט זי געפילט אז יענער קימערט זיך גאנץ ווייניג וועגן איר. סיי וואס מענטשן האבן געטון, האט זי עס געזען מיט אירע אומטרויבארע, פארדעכטיגנדע אויגן. עס האט זיך פארלאנגט אביסל ארבעט פון מרת שווארץ צו קענען אנהייבן זיך ערהוילן פון די עמאציאנעלע וואונדן וואס זי האט געליטן צוליב דער פארראט וואס האט גורם געווען איר גט. נאר נאכדעם האט זי געקענט משלים זיין מיט דעם געדאנק אז זי קען און דארף נאכאמאל אנהייבן צו געטרויען מענטשן.
אלזא, לאמיר געדענקען וואס חז”ל לערנען אונז: אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. דו זעסט עמיצן (אדער אפילו דיך אליין) זיך אויפפירן אויף אן אופן וואס שטימט עפעס נישט לויט די אומשטענדן. דו שטייסט און וואונדערסט זיך וואס גייט פאר מיט אים. אבער דער אמת איז, אפשר איז יענער בכלל נישט אין די זעלבע אומשטענדן ווי דיר! דו ביסט דא, אבער ער איז יעצט צוריקגעפלויגן צו א טראומאטישער איבערלעבעניש און ער רעאגירט צו יענעם אינצידענט. אויב דו וואלסט נאר געוואוסט וואס עס קומט יעצט פאר אין זיין קאפ, וואלטסטו זייער גוט פארשטאנען זיין רעאקציע און התנהגות.
אפילו אין מער ערנסטע סיטואציעס, קען זיין אז דאס וואס דו זעסט אלס ערנסטע סימפטאמען פון א דיסארדער, איז זייער מעגליך א התנהגות וואס יענער האט אנטוויקלט בלויז ווייל עס העלפט אים פארגרינגערן די טראומאטישע געפילן. דאס מיינט נישט אז מ’דארף נישט באהאנדלען דעם דיסארדער, נאר עס מיינט אז אזוי לאנג ווי די טראומא ווערט נישט באהאנדלט, איז פיל שוואכער די מעגליכקייט צו קענען סוקסעספול היילן די פראבלעמען וואס זענען ארויסגעקומען אלס רעזולטאט. ווי דאס שפריכווארט לויטעט: מ’קען נישט פארענטפערן א תירוץ. ווי לאנג די אונטערליגנדע טראומא ווערט נישט אדרעסירט, וועט דער מענטש ווייטער אנהאלטן מיט די התנהגות’ן וואס ער האט אנטוויקלט צו פרובירן איבערקומען די באגראבענע געפילן. (דאס איז געווען דער פאל מיט נפתלי דוב, וועלכער האט נישט געהאלטן ביים אננעמען די הילף צו היילן זיין OCD, ווייל דאס איז געווען זיין אופן פון באקומען אויפמערקזאמקייט. ווי לאנג מען האט נישט אדרעסירט זיין עבר פון נאכלעסיגקייט און עמאציאנעלע אביוז, איז געווען זינלאז צו פרובירן ארבעטן אויף זיין OCD.)
ווי אזוי ווערט מען פטור דערפון?
לאמיר אנהייבן מיט די מער כללית’דיגע שאלות. קען נישט טראומא אוועקגיין פון זיך אליין? אויב מען דארף גיין פאר הילף, ווען דארף מען גיין?
אזוי ווי מיט יעדן פראבלעם און נושא, זענען דא פארשידענע וועגן ווי אזוי צו באהאנדלען טראומא. טייל מהלכים זענען מער ווירקזאם און אנדערע זענען ווייניגער סוקסעספול. עס ווענדט זיך אויך וועלכע סארט טראומא און ווי טיף עס איז. דאס מיינט אז יעדער קעיס דארף ווערן באזונדער באהאנדלט און א פראפעסיאנעלער מענטש דארף גיבן אנווייזונגען ווי אזוי צו היילן די ספעציפישע טראומא. עס איז נישטא איין מהלך וואס העלפט פאר יעדן איינעם וואס האט דורכגעמאכט א טראומא.
דער אלטער אויסגעטרעטענער מהלך
טראצדעם וואס מיר האבן אונטערגעשטראכן אז יעדע טראומא דארף באהאנדלט ווערן באזונדער, זענען פארהאן פשוט’ע יסודות וואס מען קען נוצן ביי יעדן איינעם וואס ליידט פון טראומא. דאס באשטייט פון חוזק מאכן פון דעם ליידנדן און ווייזן אז מען קען נישט סובל זיין זיינע משוגעת’ן. מען קען אים זאגן אפן און גראב: “לאז שוין אפ!” “האסט שוין גענוג גערעדט וועגן די נארישע געשעעניש. שוין צייט זיך צו רוקן פאראויס!” “ווי לאנג מיינסטו וועלן מענטשן ליידן פון דיר בלויז ווייל דו ביסט דורך א טראומא?” “דאס איז א קלוגע וועג ווי אזוי צו באקומען אטענשאן אבער דאס וועט דיר נישט ברענגען אין ערגעץ!” “דו פארשעמסט יעדן איינעם מיט דיין אויפפירונג!”
די סארט “באהאנדלונג” איז גאנץ פשוט און גרינג אויסצופירן, און די רעזולטאטן זענען וואונדערליך. ממש יעדעס מאל וואס מען זאגט ארויס אזא זאץ פון מויל פארגרעסערט מען דעם ליידנדנ’ס צער און מען העלפט צולייגן נאך א ציגל צום טראומא. נאכ’ן באהאנדלען דעם מענטש אויף אזא אופן א שטיק צייט, וועט ער פילן גענצליך איזאלירט, אומפארשטאנען, און פארלוירן. דער מעטאד עקזיסטירט שוין אזוי לאנג ווי די וועלט שטייט, אסאך פאר מען האט ערפינדן די היינטיגע פסיכאלאגישע מעטאדן, אבער עס איז נאך פונקט אזוי אפעקטיוו היינט ווי ווען מען האט עס ערפינדן צום ערשטן מאל.
אברהם דוב, א איד אין זיינע פערציגער, איז א קלאסישע דוגמא פון איינעם וואס ליידט פון “פאוסט-טראומאטיק סטרעס דיסארדער”. ער איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען האט געפייניגט די קינדער. ער איז דורכגעגאנגען פיזישע און עמאציאנעלע אביוז. מען האט אים גערופן מיאוס’ע נעמען, אים פארשעמט ברבים, מען האט אים געשלאגן פאר גארנישט און זיך קיינמאל נישט אפגעגעבן פאר אים. זיינע עלטערן האבן קיינמאל נישט פארפעלט א געלעגנהייט אים צו וויי טון. אברהם דוב’ס עלטערן האבן נישט געקענט פארשטיין פארוואס נאכ’ן אריינלייגן אזויפיל כוחות אין אים איז ער נאכנישט געווען פערפעקט. נאך אזויפיל מכות און בזיונות וואלט ער זיך שוין געדארפט אויסלערנען, ניין?
דער “חינוך” פון אברהם דוב’ס עלטערן האט אים איבערגעלאזט מיט טיפע עמאציאנעלע וואונדן און עטליכע פסיכאלאגישע דיסארדערס. די “געטרייע” עלטערן רודפ’ן אים נאך ביז היינט און פרובירן צו קאנטראלירן זיין לעבן אלס אן ערוואקסענעם. זיי מאכן זיכער אים צו דערמאנען כסדר אז ער האט שוין באלד קינדער אין שידוכים, אבער קיינער וועט זיכער נישט וועלן נעמען אזא שלימזל און פעלערהאפטיגער מענטש אלס מחותן. דער צוגאנג האט געהאט דעם געוואונטשענעם אפעקט, און סיי וועלכע פאזיטיווע קוואליטעט וואס אברהם דוב’ס עלטערן האבן נישט באוויזן אויסצומעקן פון אים אלס קינד, האבן זיי יעצט באוויזן ארויסצורייסן כלחוך השור.
די מעלה פון דעם מעטאד איז אז מען דארף נישט האבן קיין פראפעסיאנעלן מענטש דאס צו דורכפירן, מען דארף זיך נישט לערנען דערצו און עס קאסט נישט קיין געלט. די חסרון איז אז מען וועט שפעטער אפט דארפן צוקומען צו עטליכע פראפעסיאנאלן און א הון תועפות צו באצאלן פאר טעראפי צו היילן די תוצאות פון דעם מעטאד. ממילא, פאר די וואס זענען נישט צופרידן מיט דעם מהלך זענען פארהאן אנדערע סארט, מער נוצליכע וועגן ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט א מענטש וואס ליידט פון טראומא.
איך האף אז יעדער וואס ליינט דעם ארטיקל וועט שטענדיג האבן בלויז גוטע און גליקליכע מאמענטן אין זיין אדער איר לעבן. אבער אויב עס מאכט זיך ח”ו אז א מענטש גייט דורך א שווערע דורכגאנג און ער בלייבט מיט צייכנס אויף זיין נפש, איז כדאי צו ליינען די פאלגנדע שורות כדי צו האבן א שטיקל אנונג ווי אזוי זיך אומצוגיין דערמיט.
אין דעם ארטיקל וועלן מיר דורכגיין עטליכע אויפגעוויזענע, ווירקזאמע מהלכים ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט א טראומא און בס”ד עס היילן אזוי אז עס זאל נישט שטערן אין טאג טעגליכן לעבן. מען זאל דאס אבער נישט נעמען אלס א אויסשליסליכע כלל אז בלויז די מהלכים זענען די איינציגע פאסיגע אופנים ווי אזוי צו באהאנדלען א טראומא. עס זענען פארהאן אנדערע מהלכים וואס איך בין נישט אנגעקומען אויסצורעכענען אין דעם ארטיקל.
עס איז באקאנט אז צומאל קען דאס גיין פאר טעראפי אליין זיין א טראומא. עס איז נישט עפעס וואס מענטשן רעדן דערוועגן אפן צווישן זיך. ווען מען קומט צו א שמחה וועט מען געווענליך נישט שמועסן איבער די פערזענליכע ערפארונגען מיט טעראפיסטן. די בושה און סטיגמע קען דעריבער זיין א גרויסע טראומא, און אויב מען האט נישט דאס געלט צו צאלן קען דאס זיין א “פיזישע” טראומא יעדעס מאל וואס מען נעמט ארויס דעם טשעק צו צאלן די ריזיגע סכומים וואס טעראפי קאסטן אפ. דערפאר וועל איך אנהייבן מיט עטליכע מיטלען וואס מען קען אליין נוצן אין א פארזוך צו פארמיידן דעם געברויך צו גיין פאר טעראפי בכלל (כאטש דאס איז באגרעניצט, ווי איר וועט ליינען שפעטער).
ווי מיר האבן שוין גערעדט אין ערשטן טייל פון דעם ארטיקל, איז דער מציאות אז ווען דער מענטש גייט דורך א טראומאטישע געשעעניש גייט דער קערפער אריין אין דעם “פייט אר פלייט” (קעמף אדער אנטלויף) מצב. כאטש דער מוח פון מענטש האט די וואונדערליכע מעגליכקייט אריינצושטעלן דעם קערפער אין דעם עמערדזשענסי מצב אין א רגע, האט עס נישט אייביג די מעגליכקייט צוריקצודרייען דעם קערפער צו דעם געווענליכן סדר באלד נאכדעם וואס די סכנה איז פאראיבער. דאס מיינט אז אפילו א לאנגע צייט נאך דעם אינצידענט, קען דער מענטש שפירן כאילו ער איז נאך אין געפאר, זיין קערפער קען ווערן פארפרוירן, אדער קען ער פילן א שטארקע פחד און זיין איבערפארזיכטיג און זייער אומרואיג. ווען די איינדרוקן פון די טראומא שפילט זיך איבער זיין קערפער, שפריצן די הארמאנען ארויס די אדרענעלין וואס לויפט אין זיין קערפער און דאס קען גורם זיין אז דער מענטש זאל שפירן כאילו ער איז ממש יעצט אין א טראומא.
כאטש עס איז נישט קיין שלעכטע געדאנק צו גיין פאר הילף יעדן מאל וואס מען גייט דורך א שווערע טראומא, כדי צו זיכער מאכן אז דער מענטש היילט זיך ווי עס דארף צו זיין, איז דער אמת אז מען מוז נישט אייביג צוקומען צו פראפעסיאנעלע הילף. אויב מען האט נאר געהאט איין אינצידענט פון א מילדע טראומא, וועלן די סימפטאמען געווענליך אנהאלטן פון עטליכע טעג ביז עטליכע מאנאטן, און צוביסלעך וועט דאס אוועקגיין מער און מער. ווי דער מאמר החכם גייט: מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. דער באשעפער האט באשאפן דעם קערפער מיט די וואונדערליכע מתנה אריינגעבויט אז עס זאל קענען קומען צו זיך פון א פיזישע אדער גייסטישע וואונד. אבער אפילו אין אזא פאל איז מעגליך אז עס וועט זיך נאך מאכן צייטן ווען די פיינפולע זכרונות קומען צוריק, בפרט ווען עס איז דא א ‘טריגער’, מען באגעגנט זיך מיט עפעס וואס האט א שייכות מיט יענעם טראומא, און דאן קענען די סימפטאמען ווערן ערוועקט אויף א קורצער צייט. א טריגער קען זיין אזא פשוט’ע זאך ווי א קאליר, א קול, א שמעק אדער אן אנדער קלייניגקייט וואס דערמאנט דעם מענטש פון דעם דעמאלטיגן מצב און ערוועקט די זעלבע רעאקציע אין מוח.
סיי ווען מען שפירט די אפעקטן פון מילדע “פאוסט-טראומאטיק סטרעס דיסארדער” באלד נאך דעם געשעעניש, און סיי ווען מען גייט אריבער דעם שטאפל און מען שפירט דאס שוין נישט אין טאג טעגליכן לעבן, נאר עפעס א טריגער האט ערוועקט די טראומא, פאסירט אין דעם קערפער די זעלבע רעאקציע. די גאנצע נערוון סיסטעם ווערט ‘שטעקן’, און פארפלייצט מיט אדרענעלין. אין אזא פאל איז כדאי צו טון פיזישע איבונגען מיט די הענט און פיס, ווי גיין שנעל, לויפן, שווימען, אדער אפילו טאנצן, וויבאלד דאס העלפט דעם מענטש ארויסגיין פון זיין פארפרוירענעם מצב. בשעת מען באוועגט די הענט און פיס ביים מאכן די איבונגען, איז וויכטיג זיך צו קאנצענטרירן אויף דעם קערפער און ווי אזוי עס שפירט בשעת מען באוועגט אים. פרובירט אויפצוכאפן די שפירונג פון דעם פוס וואס קלאפט אויף דער ערד, אדער ווי דער אטעם גייט אריין און ארויס. וואס מער מען קאנצענטרירט זיך אויף דעם קערפער, אלץ גרינגער וועט זיין אריבערצוגיין דעם פארפרוירענעם און אנגעצויגענעם מצב.
אן אנדער גוטע עצה איז צו ‘קאנעקטן’ מיט אנדערע מענטשן. די טראומא אפעקטן לעבט בעיקר אין איזאלירטע מצבים, ווען דער מענטש איז אליין און עלנד און פארלוירן מיט זיך. אין אזא צייט איז גרינג פאר די טונקעלע ווינקעלעך פון דעם מוח זיך צו ערוועקן און פארדרייען א קאפ. די צרה איז אז געווענליך איז דער נאטור פון מענטש אז נאכדעם וואס ער גייט אדורך א טראומא ווערט ער איינגעשפארט און פארמאכט אין זיך. צומאל רעדט ער זיך איין אז עס וועט אים זיין גרינגער צו האנדלען מיט דער טראומא אליין, אויף א פריוואטן אופן. דאס איז אבער א פאטאלער טעות. נאך א טראומא באקומט דער מענטש א פחד פון זיינע ארומיגע, און טאמער ער וועט זיך אונטערגעבן צו דעם פחד וועט דאס נאר שטערקער ווערן. די איזאלאציע וועט אים פירן צו גאר טונקעלע פלעצער, און ווען דער מענטש איז אליין ווערן די פחדים אנטוויקלט ווייטער און ווייטער.
עס איז אויך נישט גענוג צו רעדן אויפ’ן טעלעפאן אדער דורך אנדערע ווירטואלע אופנים. מען מוז זיך טרעפן מיט מענטשן פנים אל פנים, ווייל ווען מען זעט א באקאנטן מענטש אויפ’ן פנים איז דאס ממש א נאטירליכע בארואיגונגס מיטל. דאס מיינט נישט אז מען דארף יעצט אויספויקן די טראומא פאר כל העם ועדה. אינגאנצן נישט. מען קען דאס לאזן ווערן באהאנדלט אין טעראפי און מיט די גאר נאנטסטע מענטשן. דער עיקר איז מען זאל ארויסגיין און פארברענגען און רעדן מיט מענטשן פון זאכן וואס האבן נישט קיין דירעקטע שייכות מיט’ן טראומא. דאס אליין האט א כח ארויסצושלעפן א מענטש פון דער טראומאטישער ערפארונג.
עס איז אויך וויכטיג צו האבן עטליכע בארואיגונגס מיטלען וואס מען קען אייביג טון, אין פאל מען ווערט ‘אנגעצינדן’. די עצות וועלן נישט מאכן אז די טראומא זאל אוועקגיין, אזוי אויך וועלן זיי נישט העלפן ווען מען האט גאר א שטארקע טריגער. ווען מען לעבט דורך א טראומא פון פריש דורך א טריגער, קען זיך מאכן מען זאל אפילו נישט געדענקען דעם אייגענעם נאמען, ווער רעדט נאך פון א ליסטע פון בארואיגונגס איבונגען. דאס איז געאייגנט בעיקר זיך צו קענען צוריקכאפן נאך א מילדן אינצידענט. (אדער קען מען בעטן א נאנטן מענטש, ווי א טאטע/מאמע אדער א מאן/ווייב, זיך צו איינ’חזר’ן די ליסטע און דערמאנען דעם מענטש וואס ער דארף טון אין פאל א טריגער באפאלט אים.)
- זיך קאנצענטרירן אויפ’ן אטעמען. דאס איז א גוטע וועג זיך צו בארואיגן. מען דארף פשוט זיך קאנצענטרירן פאר עטליכע מינוט פולשטענדיג אויף יעדן אטעם – אריין און ארויס. מען אטעמט פאמעליך און מען פרובירט צו שפירן די טוישונגען אינעם קערפער, ווי די לופט גייט אריין אין די לונגען און ווי עס גייט ארויס פון קערפער.
- זיך בארואיגן דורך די חושים. רוב מענטשן האבן א ספעציפישע בילד, א שמעק, אדער א שפירונג, וואס בארואיגט זיי. פרובירט צו טרעפן דאס וואס בארואיגט דיר און נוץ עס ווען א טראומא קומט ארויף אין זכרון. וואס מער חושים מען נוצט דערביי, אלץ בעסער וועט עס ארבעטן.
- באפעסטיגן דיין פאזיציע. זעץ זיך אראפ און קאנצענטריר זיך אויף דעם געפיל פון שפירן ווי דיינע פיס דריקט אויף דער ערד און דיין רוקן אויפ’ן אנלאנער.
אין צוגאב, כדי צו העלפן דעם מענטש קומען צו זיך פון א טראומא, מוז זיין קערפער פונקציאנירן גוט פון א פיזישן שטאנדפונקט. פרוביר צו באקומען גענוג שלאף. דאס איז נישט אזוי גרינג נאך א טראומא, וויבאלד עס איז שווער איינצושלאפן נאך א טראומא. אבער מען טאר נישט אויפגעבן, און מען מוז זיכער מאכן אז מען שלאפט גענוג שעות במשך דעם טאג. אזוי אויך דארף מען זיין פארזיכטיג צו עסן א געזונטע, באלאנסירטע דיעטע. לאזט דעם רייכן ליל שישי טועמיה אויף דער צייט ווען איר בארואיגט זיך פולשטענדיג פון די טראומא.
אויב דאס העלפט נישט?
כאטש עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז די טראומא וועט זיך בארואיגן נאך א שטיק צייט, בפרט מיט די הילף פון די אויבנדערמאנטע טיפס, איז אויך מעגליך אז דאס וועט נישט פאסירן. בפרט אויב דער מענטש גייט דורך עטליכע טראומאס, איינס נאכ’ן צווייטן, אדער אויב מען גייט דורך א גאר שווערע טראומא ר”ל. אלזא, אויב דער מענטש האט פרובירט די אויבנדערמאנטע אנווייזונגען און עס האט נישט געהאלפן; דער מענטש איז געפאנגען אין די קייטן פון דער טראומא וואס לאזט אים נישט לעבן און גיט אים נישט קיין מנוחה. אין אזא פאל דארף מען זוכן פראפעסיאנעלע הילף.
איר דארפט אבער זיין געווארנט אז דאס גיין פאר טעראפי קען אליין זיין א טראומאטישע געשעעניש און ערוועקן שטורמישע געפילן אין דעם מענטש. די סיבות, צווישן אנדערע, זענען ווי פאלגענד:
- דער מענטש דארף זיך קוקן אין שפיגל און מודה זיין אז ער דארף הילף.
- מען דארף נעמען די קוראזש צו מאכן דעם טעלעפאן קאל און אפשמועסן דעם אפוינטמענט (כאטש מען קען בלאקירן דעם איי-די און מען מוז נישט ארויסגעבן דעם נאמען ביים ערשטן טעלעפאן קאל, דארף מען אבער זאגן דעם נאמען ווען עס קומט צו באשטעלן דעם אפוינטמענט).
- מען דארף זיך שטעלן פנים אל פנים קעגן א טעראפיסט און דערציילן די סענסיטיווע חלקים פון דער פרשה. (מעגליך אז איר וועט קודם וועלן זיך פארשטעלן פאר’ן טעראפיסט אלס א פולשטענדיגער פונקציאנירנדער מענטש וואס איז אין אלגעמיין שטארק אין קאנטראל פון זיין לעבן. דאס וועט אמאל העלפן דורכגיין די שוועריגקייט פון דערציילן דעם טעראפיסט די שוואכערע חלקים פון זיך.)
- דארפן ארויסנעמען געלט פון טאש צום סוף פון דעם סעסיע און צאלן דעם טעראפיסט.
- דער עיקר שוועריגקייט איז ביים דארפן איבערלעבן די טראומא און אלע אומאנגענעמע זכרונות ביים איבערגיין מיט’ן טעראפיסט וואס האט פאסירט. מעגליך אז איר וועט דאס נישט טון ביים ערשטן וויזיט אבער עווענטועל וועט איר דאס מוזן טון.
- נאכדעם וואס מען אנטוויקלט א קשר מיט’ן טעראפיסט און מען פארלאזט זיך אויף אים פאר עמאציאנעלע שטיצע, דארף מען עווענטועל ענדיגן דעם קשר ווען די ארבעט איז געענדיגט.
ווי איר זעט, טעראפי איז נישט קיין גרינגע עסק, אבער האלט אין קאפ אז עס איז פארט פיל גרינגער ווי צו לעבן מיט טראומא. טעראפי איז אויך א שווערע דורכגאנג, אבער דאס ווערט געטון מיט’ן ציל צו אויסמעקן די פריערדיגע וואונדן. אויב מען בלייבט מיט די פריערדיגע וואונדן אומפארהיילט וועלן זיי ווערן אנטצינדן און פאראייטערט און דאן קען שוין זיין גאר שווער דאס צו באהאנדלען. אסאך מאל וועלן טראומא איבערלעבער זיך אנטזאגן צו איבערגיין זייער טראומא נאכאמאל און וועלן דעריבער נישט וועלן גיין צו א טעראפיסט, אבער פרובירן אויסצומיידן א טראומא מאכט עס נאר ערגער און קען ברענגען צו פאטאלע תוצאות.
אין דעם ארטיקל וועלן מיר זיך קאנצענטרירן אויף דריי סארטן טעראפי וואס האבן א הויכן סוקסעס ראטע מיט’ן באהאנדלען טראומא. מיר וועלן אנהייבן מיט CBT, וויבאלד CBT האט אונטער זיך א רייע סייענטיפישע שטודיעס, און איז שטארק באפעסטיגט אלס א מהלך וואס איז געווארן אויפגעוויזן אז עס ארבעט. אבער כאטש CBT איז אפעקטיוו ביים פארריכטן פעלערהאפטיגע מחשבות, געפילן און אויפפירונגען, אדרעסירן זיי נישט אפטמאל די אונטערליגנדע פראבלעמען. דערפאר וועל איך אויך אויסשמועסן נאך צוויי מהלכים ווי אזוי צו באהאנדלען טראומא.
“טראומא-פאקוסירטע קאגניטיוו ביהעוויארעל טעראפי”
“טי.עף. סי.בי.טי.” איז די ראשי תיבות פון “טראומא-פאוקוסד קאגניטיוו ביהעיוויארעל טעראפי”, וואס איז פשוט’ע CBT, צאמגעשטעלט מיט פאמיליע טעראפיע און נאך אפאר קנייטשן כדי עס זאל זיין פאסיג צו באהאנדלען טראומא. ווי אין CBT בכללית, איז עס שטארק קאנצענטרירט צו לעזן פראבלעמען און איז געמאכט צו העלפן אין א רעלאטיוו שנעלן צייט אפשניט. די הויפט צילן פון CBT איז צו העלפן דעם מענטש פארשטיין בעסער זיינע ערפארונגען, זיך לערנען ווי אזוי זיך אפצוגעבן אויף א געזונטער אופן מיט שווערע געפילן וואס קומען פון טראומא, און ארויסברענגען די פיינפולע זכרונות אויף א פארזיכטיגע וועג. אן באהאנדלונג, קענען די זכרונות פון א טראומא פילן ווי א גרויסע צעמישעניש פון אומדערטרעגליכע בילדער, קולות און געפילן. דורך CBT קען דער ליידנדער ארגאניזירן זיינע זכרונות אז ער זאל זיי קענען בעסער באהאנדלען און פארמינערן די פיינפולע געפילן וואס זיי ברענגען ארויף.
TF-CBT איז געווארן געשאפן בעיקר פאר קינדער און יוגנטליכע ביז די אכצן יאר. מען דארף ארבעטן מיט די ליידנדע באזונדער, מיט די עלטערן באזונדער, און אויך מיט ביידע צוזאמען אויפאמאל (אבער דער הויפט געדאנק קען מען אויסארבעטן אז עס זאל זיין פאסיג פאר ערוואקסענע אויך, ווי מיר וועלן שפעטער שרייבן). די טעראפי מאדעל באשטייט פון אכט חלקים, וואס פארעמען דריי באזונדערע פאזעס.
די אכט חלקים קען ווערן גרינג געדענקט אויף ענגליש דורך די ראשי תיבות פון זייערע טערמינען, וואס פארעמען דעם ווארט “פ-ר-ע-ק-ט-י-ס” (practice). זייט מיר מוחל אז ס’איז נישטא דערויף קיין גוטע ראשי תיבות אין אידיש… דעריבער וועלן מיר עס שרייבן אויף ענגליש און דערנאך ערקלערן זייער באדייט.
P – psycho-education
R – Relaxation
A – Affective Regulation Skills
C – Cognitive Processing Skills
T – Trauma Narration and Processing
I – In Vivo Mastery of Trauma Reminders
C – Conjoint Child-Parent Sessions
E – Enhancing Safety
יעצט וועלן מיר איבערגיין יעדן פון די אכט חלקים, און מיר וועלן עס איינטיילן לויט די דריי שטאפלען.
ערשטע פאזע – סטאביליזאציע
טראומא דעסטאביליזירט א מענטש. די טראומא גיבט אים אריין א פחד, אן אנגסט, א צעמישעניש, ער פארלירט דעם טראסט אין מענטשן און אין לעבן. כדי עס זאל זיין א פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, וואו דער מענטש זאל זיך קענען אנהייבן היילן פון זיין טראומא, מוז ער קודם זיין סטאביל. אנדערש וועט דער מענטש בכלל נישט זיין גרייט אויף די ארבעט. ער וועט זיין אויף די לבנה בשעת די טעראפיע סעסיעס. דערפאר דארף מען אין דעם ערשטן שטאפל סטאביליזירן דעם קליענט און זיכער מאכן אז ער איז ‘דאהי’, איידער מען הייבט אן באהאנדלען די פאקטישע טראומא.
אין דעם פאזע דארף דער קליענט אנהייבן פארשטיין וואס א טראומא איז, און ווי אזוי דאס מאכט חרוב א מענטש, און ווי אזוי טעראפי וועט ארבעטן אים צוריק אויפצובויען ביז ער וועט קענען אליין זיך שטארקן.
פ – פסיכא-עדיוקעישאן. דאס וועט העלפן אראפנעמען די מיסטעריע פון די טראומא. די עלטערן און דאס קינד וועלן אויסגעפינען וואס טראומא באדייט און ווי אזוי מענטשן רעאגירן דערצו. מען וועט איבערגיין מיט זיי וואס פאוסט טראומאטיק סטרעס דיסארדער באדייט און ווי אזוי דאס אפעקטירט א מענטש. זיי וועלן זען אז די געפילן און די רעאקציעס זענען העכסט נארמאל. אזוי אויך וועלן זיי הערן אז עס איז פארהאן האפענונג פאר זיי, און אז מענטשן קריכן ארויס פון זייער טראומא. אין דעם שטאפל וועט מען אויך מסביר זיין אז פארמיידן די טראומא און אנטלויפן פון די אומאנגענעמע געפילן העלפט בלויז אויף די מינוט, אבער עווענטועל מאכט עס נאר ערגער. מען וועט אויך מסביר זיין אז ס’איז נארמאל צו פילן אומבאקוועם ביים רעדן וועגן א טראומא, אבער פארט איז עס קריטיש וויכטיג פאר דעם היילונג.
שניאור איז געווען זיכער אז ער איז משוגע געווארן. פארוואס ליידט ער אזויפיל? עס איז שוין גענוג אז מען האט אים געפייניגט, אבער דעמאלט איז ער כאטש געווען א נארמאלער מענטש. יעצט איז ער א טאטאלער משוגענער. ער שפרינגט אויף ביי יעדן קליינעם גערודער, און ביים גיין אויפ’ן גאס דרייט ער זיך כסדר ארום צו זיכער מאכן אז קיינער פאלגט אים נישט נאך. ער מאכט פארשידענע אומוועגן כדי צו פארמיידן גיין אויף געוויסע גאסן. ער האט געפילט ווי ער גייט צוגרינד און ער מוז האבן הילף איידער עס איז שוין צו שפעט און ער קומט אן אין משוגעים הויז. ווען ער האט געהערט פון זיין טעראפיסט אז דאס זענען אלעס נארמאלע סימפטאמען פון א טראומא, איז ער ממש געווארן אויפגעלאכטן. ער האט נאכנישט געוואוסט ווי אזוי מען וועט אים היילן, אבער קודם האט ער צוריק געשפירט ווי א נארמאלער מענטש.
ר – רילעקסעישאן סקיללס. א טראומא קען גורם זיין אז מען איז שטענדיג אנגעצויגן און קיינמאל נישט רואיג. ממילא די ערשטע זאך דארף מען אויסלערנען דעם קינד ווי אזוי זיך צו בארואיגן. די עלטערן וועט מען באזונדער לערנען ווי אזוי די בארואיגונגס מיטלען ארבעטן כדי זיי זאלן קענען ארויסהעלפן דעם קינד. די מיטלען רעכענען אריין: “מיינדפול אטעמען” (זע ביים אנהויב פון ארטיקל); מיינדפולנעס (אכטזאמקייט), דאס מיינט אז דער מענטש לייגט שטארק אכט אויף וואס ער טוט אין די איצטיגע מינוט און ווי אזוי דער קערפער שפירט צוליב דעם; פראגרעסיוו מוסקל רילעקסעישאן, דאס רעכנט אריין אויפלאזן און צוזאמדרוקן יעדע גרופע פון מוסקלען. זינגען, (מען מוז נישט קענען שיין זינגען, דער עיקר מען זאל הנאה האבן). טאנצן (דאס זאל מען נישט פרובירן אויב מען האט צוויי לינקע פיס…). בלאזן באבלס (אויב איר זענט אין שידוכים פרובירט דאס נישט אויס ברבים…). ליינען, און אנדערע אינטערעסאנטע און פאן אקטיוויטעטן.
עס איז זייער וויכטיג אז דער מענטש זאל האבן א צווייטן וואס זאל אים ארויסהעלפן מיט די בארואיגונגס טעכניקן, וויבאלד ווען דער מענטש פאלט אריין אין א פאניק איז זייער שווער זיך צו קאנטראלירן און ארויסנעמען פון קאפ די בארואיגונגס טעכניקן. דערפאר איז וויכטיג די עלטערן זאלן ארויסהעלפן. אוודאי קען מען נישט שטענדיג האבן איינעם צו דער האנט, אבער אויב מען גרייט אים גוט צו קען ער עס געווענליך אליין טון אן די הילף פון אן אנדערן.
חנניה איז זעכצן יאר און ער לעבט פון איין פאניק אטאקע צו די צווייטע. ער איז אדורך פארשידענע סארטן טראומא, און יעצט האט ער גאר אסאך טריגערס. אויף יעדן ווינקל און אויף יעדן ארט איז דא א צווייטע טריגער. די פאניק איז געווארן ביי אים א מהלך החיים.
ווען חנניה האט אנגעהויבן גיין פאר טעראפי, האט מען אים אויסגעלערנט צו אידענטיפיצירן ווען א פאניק אטאקע באפאלט אים. אין אזא פאל האט ער באלד ארויסגענומען די רילעקסעישאן טעכניק פון זיין ארסענאל, און אזוי האט ער זיך געקענט האלטן רואיג און קאנטראלירט ביז די אטאקע איז פאריבער.
א – אפעקטיוו רעגולעישאן סקיללס. דאס מיינט אז מען העלפט דעם קליענט זיך אויסלערנען ווי אזוי צו רעגולירן זיין גיסטע. עס זענען דא אסאך סארטן מהלכים דערצו. פאלגנדע זענען עטליכע:
- אויסלערנען ווי אזוי צו לעזן פראבלעמען.
- אויסלערנען ווי אזוי צו קאנטראלירן כעס געפילן.
- אויסלערנען זיך צו קאנצענטרירן אויף דעם הוה.
- זיך פארקימערן דעם קאפ מיט אנדערע, פאזיטיווע אקטיוויטעטן.
דוד האט פרובירט צו אנגיין מיט’ן לעבן. ער האט נישט געהאט קיין ברירה. ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו ווערן אפגעזאגט פון זיין דזשאב, און ער האט געמוזט זיין א נארמאלער מאן און טאטע צו זיינע קינדער. אבער ער האט קיינמאל נישט געקענט לעזן פראבלעמען און פאסן באשלוסן. ביי יעדע החלטה וואס ער האט געדארפט מאכן, סיי אויב דאס האט זיך געהאנדלט איבער טוישן א קאריערע אדער אויסוועלן א סארט סעלצער, איז ער געווארן אינגאנצן פארלוירן. יעדע קליינע פראבלעם איז געווארן א בארג וואס מען קען נישט איבערקריכן.
ק – קאגניטיוו פראצעסינג סקיללס. דאס איז די לעצטע חלק פון דעם ערשטן פאזע. גלייך ווי די פריערדיגע צוויי שטאפלען, איז דאס געאייגנט צו העלפן דעם קליענט אויפבויען די סקיללס וואס פעלן זיך אויס צו באקעמפט די סטרעס וואס קומט פון די טראומא, און ארויסצוהעלפן דעם היילונגס פראצעדור. דאס רעכנט אריין:
- אנערקענען ווי דעם מענטשנ’ס געפילן, מחשבות, און אויפפירונגען זענען אלע פארבינדן, און ווי נעגאטיווע מחשבות פירן צו נעגאטיווע גיסטעס און דערנאך וועלן נאכפאלגן די נעגאטיווע אויפפירונגען, וואס וועלן אוודאי ברענגען פרישע נעגאטיווע מחשבות, וחוזר חלילה. איין וועג ווי אזוי צו אנערקענען נעגאטיווע מחשבות איז זיך צו פרעגן צוויי פשוט’ע שאלות: 1. איז די מחשבה ריכטיג אדער ס’איז אביסל איבערגעטריבן? 2. אפילו אויב ס’איז ריכטיג, איז דאס בייהילפיג פאר מיר עס צו טראכטן און זיך קאנצענטרירן דערויף? מאכט מיר עס פילן בעסער אדער ערגער?
- זיך אויסלערנען ווי אזוי צו אריינשטעלן מער אקוראטע און הילפבארע מחשבות אין פלאץ פון די נעגאטיווע און שלעכטע מחשבות.
דניאל איז נישט געווען קיין פרעמדער צו דער וועלט פון טראומא. ער האט געליטן שווערע טראומא אלס א יונגער בחור, און זינט דעמאלט האט דאס אים באגלייט איבעראל. עס איז געשטאנען פארנט פון זיינע אויגן און ער האט ארומגעטראגן די זכרונות וואו אימער ער איז נאר געגאנגען. נישט אז ער איז געגאנגען אין צופיל פלעצער. ער האט געציטערט פאר זיין אייגענעם שאטן. עס איז געווען כמעט אוממעגליך צו ארבעטן מיט דניאל וויבאלד ער האט געהאלטן אין איין זאגן אז עס איז נישטא וואס צו מאכן מיט אים און ער וועט שוין קיינמאל נישט פונקציאנירן ווי א נארמאלער מענטש.
כדי צו דורכברעכן דעם מויער, האב איך פרובירט צו טשאלענדזשן דניאל ער זאל מיר זאגן אויב זיינע מחשבות זענען אקוראט. איז ער טאקע אין א געפאר? אפילו אויב זענען זיינע מחשבות ריכטיג, וועט אים דען דאס העלפן צו טראכטן דערוועגן א גאנצן טאג? איינמאל דניאל האט געקענט דורכברעכן דעם וואנט, האט מען געקענט ווייטער גיין און צונעמען די טראומא אליין און אים אויסלערנען ווי אזוי זיך אפצוגעבן דערמיט.
צווייטע פאזע
ט – טראומא נערעישאן און פראצעסינג. דאס איז די פלייש-און-ביין חלק פון דעם טעראפי. אין דעם חלק דערף דער קליענט איבערגיין און דערציילן די טראומא. עס קען זיך הערן זייער פשוט, אבער עס איז גאר ווייט דערפון. איבערגיין און איבערדערציילן די געשיכטע פון די טראומא קען זיין א גאר שווערע איבערלעבעניש. מען דארף זיין גרייט אז דאס וועט ארויפברענגען א מבול פון נעגאטיווע געפילן. די געפילן קענען באשטיין פון כעס, בושה, פחד, אומזיכערקייט, דיסטראסט, און אזוי ווייטער. דער מענטש קען שפירן איבערגעוועלטיגט פון די געפילן, און ער וועט מעגליך פילן אינמיטן אז ער קען נישט ממשיך זיין.
כדי עס צו גרינגער מאכן איז כדאי זיך צו קאנצענטרירן קודם אויף די טרוקענע פאקטן, און איבערגיין די פשוט’ע דעטאלן פון וואס און ווען האט פאסירט. דאס וועט אים העלפן זיך אריינברעכן אין די קעמערלעך פון זכרון, און דערנאך וועט ער שוין קענען צולייגן ווי אזוי ער האט געפילט בשעת מעשה. עס איז כמעט זיכער אז דאס וועט זיין א גאר שווערע פראצעדור, אבער עס איז קריטיש וויכטיג פאר דעם היילונג פראצעדור, און מיט די הילף און חיזוק פון דעם טעראפיסט דארף דאס זיין מעגליך צו באווייזן.
מען קען ערווארטן אז אין אנהויב וועט פעלן גאנצע שטיקער פון דעם געשיכטע, און שפעטער ווען דער קליענט וועט זיין מער באקוועם צו רעדן דערוועגן, וועט ער אנפילן די לעכער. עס איז אויך וויכטיג אראפצושרייבן די גאנצע געשיכטע און מען זאל כסדר צולייגן דעטאלן אין די שפעטערדיגע סעסיעס, בשעת דער קליענט דערמאנט זיך מער חלקים פון די געשיכטע. איינמאל די געשיכטע איז געענדיגט, דארף מען עס איבערארבעטן אז עס זאל שטימען אלס איין לאנגע מעשה פון אנהויב ביז’ן סוף. עס איז אויך וויכטיג צוצולייגן א פאראגראף צום סוף ווי אזוי דער מענטש פילט יעצט וועגן די טראומא, וואס ער האט זיך געלערנט פון די טראומא און ווי אזוי ער איז געשטיגן פון די דורכגאנג.
בשעת דאס קינד גייט איבער די געשיכטע פון די טראומא מיט’ן טעראפיסט, זאל דער טעראפיסט גיבן אפדעיטס פאר די עלטערן אין באזונדערע סעסיעס. איינמאל די טראומא געשיכטע איז געענדיגט איבערדערציילן, זאל מען שטופן דאס קינד עס צו מיטטיילן אליין מיט די עלטערן.
די ערשטע ווערסיע פון יחיאל’ס געשיכטע איז געווען אז ער איז געגאנגען אויפ’ן גאס און ער האט באקומען א גיפס אויף די האנט. מיט די צייט זענען ארויסגעשווימען מער און מער דעטאלן, ביז מען האט ארויסבאקומען א פולע געשיכטע, אז א קאר איז געקומען אין זיין ריכטונג און האט אים אראפגעקלאפט און מען האט אים אפגעפירט אין שפיטאל מיט צובראכענע ביינער. מען האט אים אויסגעפרעגט די פונקטליכע געפילן וואס ער האט געשפירט בשעת מעשה און נאכדעם, און אזוי האט יחיאל געקענט עראינערן די טיפסטע און שווערסטע חלקים פון די טראומא. ער האט זיך דערמאנט ווי ער איז געלעגן אין א טייך פון בלוט אויף דער גאס, מיינענדיג אז ער גייט שטארבן, און מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן זען וואס האט פאסירט. ווען יחיאל האט צום ערשט אנגעהויבן רעדן דערוועגן האט ער זיך געווארפן פאר פחד און ער האט זיך געדארפט שטארק אנשטרענגען ארויסצורעדן א ווארט פון מויל. אבער נאכ’ן ענדיגן דערציילן די געשיכטע, און עס העלפן אראפשרייבן, און איבערליינען עטליכע מאל, איז יחיאל געווען אסאך רואיגער ווען מען האט עס איבערגעשמועסט.
עס מאכט זיך אפט אז דער קליענט איז דורכגעגאנגען מערערע טראומאס, אדער איז דורכגעגאנגען א לאנגע היסטאריע פון פייניגונג. אין אזא פאל איז כדאי צו שרייבן א ‘לעבנס געשיכטע’ וואס ענטהאלט די גאנצע תקופה פון די אביוז.
דריטע פאזע
אין די פאזע איז דער ציל צו באפעסטיגן די זאכן וואס מען האט ביז יעצט געלערנט, און אויפבויען ווייטערדיגע סקיללס און צוגרייטן די גאנצע משפחה אז אלעס זאל צוריק אנהייבן פארן על מי מנוחות.
א – אין וויוואָ מעסטערי פון טראומאטישע דערמאנונגען. דער נאטור פון פאוסט טראומא איז אז עס קומט כסדר ארויף טריגערס וואס ערוועקן אלע פיינפולע געדאנקען און געפילן וואס זענען פארבינדן מיט די טראומא. עס איז אויך מעגליך אז די טריגערס וועלן תיכף אריינפירן דעם מענטש אין א פאניק אן דעם וואס ער זאל זיך אפילו כאפן אדער דערמאנען עפעס. דער טעראפיסט וועט דאן דארפן ארבעטן מיט ביסלעכווייזדיגע ערוועקונגען פון די טראומא. מען וועט אפשרייבן א ליסטע פון אלע זאכן אדער פלעצער וואס דער קליענט פרובירט צו פארמיידן צוליב די טראומא. מען וועט זיי אויסשטעלן אויף א דרגה פון די גרינגסטע און ערגסטע טריגערס, און דער קליענט וועט דארפן צוביסלעך אנהייבן קאנפראנטירן זיינע טריגערס, מן הקל אל הכבד.
לאנג נאכדעם וואס יחיאל’ס פיזישע וואונדן האבן זיך פארהיילט זענען זיינע עמאציאנעלע וואונדן געבליבן אפן און אומפארהיילט. ער האט געציטערט צו גיין אויפ’ן גאס, מורא האבנדיג אז ער וועט נאכאמאל ווערן אראפגעקלאפט פון א קאר. די ערשטע אויפגאבע איז געווען ארויסצוגיין אויף דער גאס, פארנט פון זיין הויז, אין באגלייטונג פון זיין טאטן. די שווערסטע, און לעצטע, אויפגאבע איז געווען צו גיין אויף דעם זעלבן סיידוואלק וואו דער עקסידענט האט פאסירט.
ק – קאנזשוינט קינד-עלטערן סעסיעס. פאראייניגטע קינדער-עלטערן סעיסעס זענען א וויכטיגע טייל אין דעם פראצעדור פון טעראפי. אין די סעסיעס דארף דאס קינד מיטטיילן זיין טראומא מיט זיינע עלטערן און ארבעטן צו פארבעסערן זייער קשר און קאמוניקאציע איבער די טראומא און בכללית.
(כאטש דאס הערט זיך זייער גוט אויף פאפיר, האלט איך אז דאס איז א נאאיווע צוגאנג. איך קען נישט זען ווי אזוי דאס זאל ארבעטן, בפרט מיט עלטערע צענערלינגען. ווי שטארק אלע עלטערן ווילן שטאלצירן אז זיי האבן אן אפענעם קשר מיט זייער קינד, האב איך נייעס פאר איך. הערט אויף חלומ’ן! איר דארפט לעבן אין רעאליטעט. דער מציאות איז אז יעדעס קינד, בפרט א צענערלינג באהאלט זאכן פון זיינע אדער אירע עלטערן. פאקטיש האב איך זיך איבערצייגט מערערע מאל אז וואס מער עלטערן שפירן זיך זיכער אז זיי האבן אן אפענעם קשר מיט די עלטערן, אלס מער זענען דא שאנסן אז דאס קינד באהאלט עפעס פון זיי. מעגליך אז איר זענט אן אויסנאם, אבער איך גלייב נישט. די סיבה איז ווארשיינליך וויבאלד עלטערן האבן שטענדיג הויכע ערווארטונגען פון זייערע קינדער, און די קינדער ווילן נאטורליך צופרידנשטעלן די עלטערן, ממילא וועלן זיי פרובירן צו אנשטעלן א בעסערן פנים פאר זייערע עלטערן, וואס דאס ברענגט אז זיי זאלן נישט זיין גענצליך אפן מיט זיי. אלזא, האלט דאס אין קאפ יעדעס מאל וואס איר שטויסט זיך אן אין א פראבלעם מיט אייערע צענערלינגען).
א – אינהענסינג סעיפטי (פארשטארקערן זיכערהייט). דער חלק גיבט זיך אפ מיט דעם טייל ווי אזוי צו נעמען אלעס וואס מען האט זיך געלערנט אין טעראפי און עס איינפירן אין די משפחה כדי מען זאל זיך קענען רוקן פאראויס. דאס מיינט אז מען דארף פרובירן צו פארמיידן און פארזיכערן דעם קינד אויף וויפיל ס’איז שייך פון ווייטערדיגע טראומאס. דאס רעכנט אויך אריין סטראטעגיעס ווי אזוי צו באהאנדלען דעם מצב ווען טריגערס שווימען ארויף.
טי עף-סי בי טי איז געווארן ערצייגט פאר יונגערע קליענטן, און עס קאנצענטרירט זיך שטארק אויף די עלטערן, אבער די הויפט סטרוקטור קען ארבעטן זייער גוט מיט ערוואקסענע. דאס רעכנט אריין אלע דריי פאזעס פון פסיכא-עדיוקעישאן און רילעקסעישאן, טראומא נערעטיוו, און עקספאוזשור-ריספאנס פארמיידונג.
דער וואונדערליכער טעראפי מעטאד פון EMDR
ווען מיר רעדן מיט מענטשן איבער CBT (“קאגניטיוו ביהעוויארעל טעראפי”), שפירן זיי באקוועם. אסאך האבן שוין געהערט עפעס איבער דעם טעראפי מעטאד און אפילו אויב נישט, איינמאל מען ערקלערט זיי וואס דאס איז און וויאזוי עס ארבעט איז עס גרינג צו מקבל זיין, ווייל עס לייגט זיך אויפ’ן שכל. אבער ווען איך רעד איבער דער מעגליכקייט פון EDMR (Eye Movement Desensitization and Reprocessing) קומט געווענליך אן אנדערע סארט רעאקציע. קודם איז די ערשטע פראגע: ‘וואס איז דאס?’ און אפילו נאכדעם וואס איך פרוביר לויט מיינע בעסטע מעגליכקייטן צו מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט, בלייבן אסאך סקעפטיש דערצו. ‘עס מאכט עפעס נישט קיין סענס, איך גלייב נישט עס קען ארבעטן’, טענה’ן זיי. איך בין גראדע מסכים אז עס מאכט נישט קיין סענס. דא טראגט זיך שוין דער מענטש ארום מיט זיין שווער פעקל פון עמאציאנעלע יסורים פאר לאנגע יארן און עס שטערט אים דאס לעבן אויף אזויפיל וועגן, און יעצט נאך אפאר אזעלכע סעסיעס פון אן אזויגערופענע “ביילעטערל סטימולאציע” וועט עס פלוצלינג סתם פארשווינדן ווערן? דאס איז אדער א שיינע אויפגעבלאזענע הבטחה, אזוי ווי געוויסע אנדערע טעראפי מעטאדן וואס קומען און גייען, אדער ארבעט עס מיט כישוף…
למעשה איז דאס נישט קיין איינס פון די צוויי. בשעת עס איז טאקע נישט אינגאנצן קלאר גענוי וויאזוי EMDR ארבעט, האט זיך עס במציאות ארויסגעשטעלט צו ארבעטן וואונדערליך און ברענגען געוואלדיגע רעזולטאטן. אין טייל פלעצער איז עס דער בעסטער אויסוואל צו באהאנדלען טראומא. איין שטודיע נאך אן אנדערע האבן געוויזן אז EMDR טעראפי קען אפטמאל דערגרייכן אין עטליכע סעסיעס די זעלבע בענעפיטן וואס עס וואלט גענומען יארן צו דערגרייכן דורך געווענליכע פסיכא-טעראפי. און עס איז שווער דאס צו באצייכענען אלס א כישוף ווייל עס האט נישט קיין שום פארבינדונג צו סיי וועלכע רעליגיעזע פראקטיצירונג אדער סיי וועלכע מיסטעריעזע כוחות פון עפעס א מזרח קולטור. איך וואלט ענדערש געזאגט אז עס איז א מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז ברוב חסדיו אנטפלעקט אין די לעצטע יארן צו העלפן פארגרינגערן די פלאג פון אונזער שוואכן, גייסטיש-געפלאגטן דור.
חנניה איז שוין דורכגעגאנגען די גאנצע ערפארונג פון געווענליכע טעראפי. ער האט געוואוסט אז זיינע געפילן ווערן געטריבן דורך זיינע מחשבות. ער האט געוואוסט אז די מחשבות וואס צינדן אן זיינע נעגאטיווע געפילן זענען נישט קיין אמת’ע מחשבות. ער האט אפילו געוואוסט וואס צו טון ווען ער האט זיך געטראפן אריינגעשלעפט אין א זומפ פון נעגאטיווע מחשבות און געפילן. אין אנדערע ווערטער, חנניה האט געהאט אין זיין באזיץ א פולן שאכטל מיט די ריכטיגע געצייג אים צו העלפן זיך ספראווען מיט זיינע פראבלעמען. ער האט ב”ה געענדיגט די טעראפי סעסיעס מיט סוקסעס. נאר איין זאך האט געבאדערט פאר חנניה: וועל איך דארפן זיך ספראווען מיט דעם א גאנץ לעבן?
אנשטאט צו איינשפאנען נאך געצייג וויאזוי צו האנדלען מיט דעם נודזשענדיגן געדאנק, האט חנניה באשלאסן צו פרובירן EMDR. די רעזולטאטן זענען געווען וואונדערליך. ווי חנניה שילדערט: “איך האב געמיינט אז א גאנץ לעבן וועל איך דארפן זיך ספראווען מיט מיינע מחשבות. איך וועל אלץ דארפן האבן גרייט מיינע געצייג אין פאל איך וועל אטאקירט ווערן דורך בייזע, נעגאטיווע מחשבות און געפילן. איך האב דאס נישט געוואלט; איך האב געוואלט לעבן ווי אנדערע נארמאלע מענטשן וואס דארפן נישט אלץ זיין פארנומען צו פאררעכטן זייערע נעגאטיווע מחשבות. דורך EMDR, האב איך אויסגעליידיגט דעם מקור פון די מיסט און די אלע נעגאטיוויטעטן זענען א פארגאנגענהייט.”
וואס איז EMDR?
דער אקראנים פון EMDR איז “איי מאוומענט דיסענסיטיזעשאן ענד פראסעסינג” (Eye Movement Desensitization and Reprocessing). דאס באדייט, אין אידיש, אז דער טעראפיסט וועט ניצן די אויגן באוועגונג, אדער אן אנדערן חוש, צו סטימולירן ביידע זייטן פון דעם מוח, בשעת דער קליענט טוט ווידער דורכלעבן דעם טראומאטישן זכרון.
פאר אסאך יארן איז געווען די אנגענומענע מיינונג אז טראומא קען נישט עכט געהיילט ווערן. “צייט היילט אלע וואונדן” איז געווען דער סלאגאן, און עס האט באמת געארבעט – ביז א געוויסן פונקט ביי א געוויסע צאל פון מילדע טראומאטישע עפיזאדן. און די איבעריגע? האט מען געראטן זיך אויסצולערנען צו לעבן מיט דעם ווייטאג און זיך צוגעוואוינען צו אנגיין ווייטער מיט’ן לעבן.
דאן איז EMDR אנגעקומען אויף דער ארענע און מען איז געוואויר געווארן אז פונקט ווי פיזישע וואונדן קענען זיך אויסהיילן, די זעלבע זאך איז ביי עמאציאנעלע וואונדן. מען איז געקומען צו דער הכרה אז עס איז נישט געווען די אייגנטליכע טראומאטישע געשעעניש וואס האט גורם געווען די שווערע ליידן, נאר דער פאקט אז דער מענטש האט נישט געקענט פראצעסירן און ריכטיג פארדייען דעם אינצידענט דעמאלט ווען עס האט פאסירט. דאס האט געברענגט דעם זכרון פונעם אינצידענט צו בלייבן געפרוירן אין פלאץ און אין צייט אינעווייניג אינעם מענטשנ’ס מחשבה. אין יענעם קליינעם ווינקל פון מוח, איז צייט ווי געבליבן שטיין. דער ריכטיגער גורם וואס וועט קומען וועט דאן אנצינדן יענעם ווינקל און דינען אלס א צייט-מאשין וואס וועט צוריקפירן דעם מענטש גלייך צוריק צו דער צייט און פלאץ פון דעם טראומא און ער וועט שפירן ענליכע געפילן צו דעם וואס ער האט געהאט דעמאלט בשעת דער אייגנטליכער טראומא. יארן וועלן אוועקגעשיילט ווערן אין א מינוט.
די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש אליין וועט אפילו נישט אלץ געדענקען דעם אייגנטליכן אינצידענט; עס איז בלויז זיין מוח וואס פירט אים צוריק צו יענעם פלאץ און צו די געפילן וואס האבן געבוזשעוועט אין יענער צייט. צוליב דעם, קען אפילו א נארמאלער, קלוגער מענטש זיך אויפפירן אויף א העכסט אומפאסיגן אופן, וויבאלד דער גורם האט געברענגט זיין מוח צוריקצושפרינגען צו דעמאלט ווען ער איז געווען אן אומערוואקסן, פארלוירן קינד. יענער גורם, הייסט עס, האט כאילו געברענגט דעם קלוגן מענטש צו אפטרעטן אין א זייט און דאס קינד נעמט יעצט איבער די לייצעס.
ווי לאנג מען האט געהאלטן אז דער עצם אינצידענט איז דאס וואס ברענגט אלע פראבלעמען, איז נישט געווען קיין סאך שייך צו טון עס צו טוישן. נאך אלעם, את הנעשה אין להשיב, צייט לאזט זיך נישט צוריקרוקן. אבער, ווי נאר מען איז דערגאנגען אז דער פראבלעם קומט פון אלט-געפרוירענע און טעות’דיגע זכרונות פון דעם אינצידענט, דארף מען דאך בלויז אויפלאזן די יעניגע זכרונות און זיי שטעלן אויפ’ן ריכטיגן פלאץ – און אט איז די לייזונג!
גענוי דאס זוכט מען צו דערגרייכן דורך EMDR. דער קליענט האלט קאפ אויף די “ביילעטערל [צוויי-זייטיגע] סטימולעשאן” (Bilateral Stimulation) בשעת’ן האלטן דעם ספעציפישן זכרון אין געדאנק. דאס ברענגט דעם מוח צוצולייגן א נייע דימענסיע (די יעצטיגע סטימולאציע) צו דעם אלטן זכרון און עס הייבט זיך אן אויפלאזן. אין צוגאב, ווערט דער זכרון איבערגעריסן יעדע קורצע וויילע בשעת דער טעראפיסט פרעגט דעם קליענט וויאזוי ער פילט און דערביי ברענגט ער צוריק דעם קליענט צום יעצטיגן הווה. דאס העלפט ווייטער דעם זכרון (און דעם קליענט) צו ווערן אפגעריסן פון דעם עבר וואו ער איז שטעקן געבליבן. מען גלייבט אויך אז די “אויג באוועגונג דיסענסיטיזעשאן” האט עפעס א שייכות מיט די “שנעלע אויגן באוועגונג” (REM – “רעפיד איי מאוומענט”) וואס איז א טייל פון שלאף. עס זענען אויך פארהאן נאך פארשידענע מעגליכע הסבירים וואס ווערן געפארשט. אבער אפגעזען וואס עס איז די סיבה, איז די אונטערשטע שורה אז עס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו ארבעטן.
וויאזוי ארבעט עס?
EDMR טעראפי איז אויסגעשטעלט צו ערמעגליכן דעם קליענט צו אויפברענגען און פראצעסירן די טראומאטישע זכרונות אויף א פארזיכערטן אופן. נאך די טריטמענט, איז די ענגשאפט פון די זכרונות אוועק, די נעגאטיווע מחשבות זענען איבערגעשריבן אויף א ריכטיגן אופן, און די אויטאמאטישע קערפערליכע רעאקציעס זענען רעדוצירט. אין אנדערע ווערטער, די זכרונות זענען נישט אויסגעמעקט. דער מענטש וועט געדענקען אלעס וואס האט פאסירט צו אים, נאר די זכרונות ווערן מער נישט באגלייט פון סיי וועלכע נעגאטיווע געפילן. פונקט ווי עמיצער קען זיך דערמאנען פון א פיזישע וואונד פון וואס ער האט געליטן אן דעם וואס ער זאל יעצט שפירן סיי וועלכע יסורים, די זעלבע איז מיט אן עמאציאנעלע וואונד וואס איינמאל עס ווערט פראצעסירט אין מוח אויפ’ן ריכטיגן אופן, וועט דער מענטש קענען טראכטן דערפון אן דעם וואס ער זאל שפירן סיי וועלכע עמאציאנעלע יסורים בשייכות מיט’ן זכרון פון יענעם אינצידענט. יענער צייט-מאשין וואס פלעגט טראנספארטירן דעם מענטש צוריק צום עבר ווערט עלימינירט און דער מענטש קען בלייבן דא אין דעם יעצטיגן הוה. (אויב עמיצער האט דוקא יא ליב זיך צו פארבינדן מיט’ן עבר און שפירן די עמאציאנעלע ווייטאג פון אמאל, דאן זאל ער אוועקשטיין פון EMDR, ווייל עס קען נאך רואינירן זיין דראמאטישע אוואנטורע.)
דער גאנצער געדאנק פון EMDR איז אן אינטערעסאנטע און דער פראצעדור איז אויך אינטערעסאנט. אנדערש ווי ביי אנדערע טעראפי מעטאדן, איז דער טעראפיסט הויפטזעכליך נישט אקטיוו פארמישט אין צושטאנד ברענגען דעם טויש. די הויפט ראלע ווערט איבערגעגעבן צום קליענט’ס מוח זעלבסט. גענוי דער זעלבער מעכאניזם וואס האט געברענגט די פראבלעמען און אלעס קאליע געמאכט איז אט דער וואס באקומט יעצט דעם תקפיד עס צו מתקן זיין, אין א בחינה פון כבולעו כך פולטו. די זכרונות וואס קומען ארויף און דער אופן וויאזוי דער קליענט רעאגירט צו די “ביילעטערל סטימולאציע” וועט זיין דער הויפט וועגווייזער צו אנצייגן וויאזוי צו גיין ווייטער. אין צוגאב, דער קליענט דארף אפילו נישט מיטטיילן די פרטים פון די זכרונות מיט’ן טעראפיסט, אזוי לאנג ווי ער קען האלטן אן אויג און קאנטראלירן זיין עמאציאנעלע רעאקציע צו די זכרונות. דאס איז געוויס גוטע נייעס פאר אלע מענטשן וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן פן גיין צו טעראפי אויס זארג אז זיי וועלן דארפן דערציילן אלע זייערע פריוואטע סודות.
אבער פארוואס רעדן ארום און ארום ווען מ’קען אין דער זעלבער צייט דערציילן א מעשה… אנשטאט איבערגעבן פארשידענע טעכנישע פרטים און לאנגווייליגע דעטאלן בנוגע EMDR, לאמיר באגלייטן יצחק דוב אין זיין רייזע מיט EMDR טעראפי. די געשיכטע פון יצחק דוב אנטהאלט פיל פארוויקלטע דעטאלן און וועט דעריבער געבן דעם ליינער א שטיקל אריינבליק אין די פארשידענע אספעקטן פון EMDR. (כאטש די געשיכטע איז נישט פון קיין ערנסטע טראומא, האב איך דאס אויסגעקליבן צוליב די פארשידנארטיגע באשטאנדטיילן וואס זענען דערין פארמישט.) אלזא, גארטלט זיך אונטער און מיר לאזן זיך ארויס אויף דער פסיכאלאגישער נסיעה.
*
נאכ’ן ווארטן אומגעדולדיג פאר לאנגע יארן איז ענדליך אנגעקומען די רייע פון יצחק דוב צו טועם זיין פון דעם ‘בן ארבעים לבינה’. ער האט געהאפט אז די פריש-צוגעקומענע חכמה וועט אים ענדליך העלפן אפשאקלען די קינדערישע אומזיכערקייטן און געקלאפטקייטן מיט וואס ער האט זיך אזוי געדולדיג ארומגעשלעפט אלע יארן. אבער דאס מציאות פאטשט אין פנים, די פערציגערס זענען אנגעקומען און ס’האט זיך גארנישט געטוישט. די בינה האט זיך גראדע גאנץ שיין באוויזן, אבער זיין געקלאפטקייט און שוואכע סעלף-עסטים רירן זיך נישט אוועק פון זייער מקום קבוע. ר’ יצחק דוב האט אנערקענט אז עס לייגט זיך נישט אויפ’ן שכל צו ווארטן נאך פערציג יאר ביז ער וועט גרייכן די ‘בן שמונים לגבורה’ און דעמאלט אוועקשטויסן די נאגנדע געפילן. דער פרישער שכל הישר האט אים געלאזט הערן קלאר און דייטליך אז ער דארף אננעמען די קוראזש און גיין צו טעראפי, און אזוי האט ער געטון.
די ערשטע חלק פון טעראפי איז צו האבן א קלארן בליק אויפ’ן עבר, אפשאצן דעם קליענט’ס גרייטקייט פאר טריטמענט און אידענטיפיצירן מעגליכע פונקטן וואס מען וויל צילן מיט די EMDR. דער טעראפיסט באקענט זיך מיט דעם קעיס צו פארשטיין וועלכע פראבלעם עס האט געברענגט דעם קליענט צו טעראפי. דער טעראפיסט וועט דאן אויספרעגן פארשידענע פרטים וואס זענען נוגע כדי צו באקומען א בעסערע און קלארערע בילד איבער דעם מצב פונעם קליענט. דער טעראפיסט וועט אויך האלטן אן אויג צו זען אויב ער כאפט אויף עפעס זייטיגע אישוס וואס דער קליענט האט, ווילנדיג אדער אומווילנדיג, פארגעסן צו זאגן. די זאכן וואס דער קליענט ברענגט אויף אדער ברענגט נישט אויף און וויאזוי ער רעדט איבער זיינע פארשידענע ערפארונגען קענען זייער אסאך דערציילן פאר’ן טעראפיסט און העלפן געבן א בילד איבער וואס עס גייט דא באמת פאר.
איינמאל דער טעראפיסט האט ארויס דעם גאנצן בילד פונעם עבר, איז צייט צו פארשטעלן פאר’ן קליענט דעם חשוב’ן גאסט הנקרא EMDR און מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט און וואס מען גייט דא טון. דאן וועט דער טעראפיסט אהערשטעלן א ‘פארזיכערטע פלאץ’. דאס איז א קורצע EMDR עקסערסייז אין וועלכן דער קליענט וועט טרעפן א געוויסע צייט אדער פלאץ וואו ער האט אמאל געשפירט רואיג/באשיצט/פארזיכערט, און איך, דער טעראפיסט, וועט עס אויך באשטעטיגן אלס א גוטע מקום מנוחה. צוליב די פאזיטיווע געפיל וואס דאס שאפט, איז עס אן אויסגעצייכנטע וועג וויאזוי א קליענט זאל אנהייבן די EMDR פראצעדור, ווייל עס געט אים א פאזיטיווע געפיל איבער דער ארבעט און עס איבערצייגט אים אויך אז עס טוט ווירקליך ארבעטן. עס דינט אויך אלס א וועג צו העלפן דעם מענטש זיך בארואיגן שפעטער ווען די ארבעט קען צייטנווייז ווערן היפש אנגעצויגן.
איך האב געבעטן יצחק זיך צו דערמאנען א צייט ווען ער האט זיך געשפירט פארזיכערט און קאנפידענט. ער האט אויסגעקליבן א צייט ווען ער איז אמאל געווען אויף וואקאציע אין אייראפע און ער האט שטאלץ געטראגן זיינע חסידישע מלבושים אפילו ער האט באקומען שטילע אבער בייסיגע בליקן פון די ארומיגע ‘וואוילע גוים’. איך האב אים געבעטן אנצוהאלטן אט דאס בילד און דאס פאזיטיווע געפיל בשעת’ן נאכקוקן מיינע פינגערס מיט זיינע אויגן. מיר האבן געטון צוויי אזעלכע סעטס און זיינע פאזיטיווע געפילן זענען אביסל שטערקער געווארן אבער נישט צופיל.
איך האב געפרעגט יצחק דוב וועלכע אנדערע מחשבות עס קומען אים ארויף בשייכות מיט דעם בילד. האט ער געזאגט אז ווען ער טראכט פון יענער וואקאציע, שווימט אים ארויף אין זכרון זיין טאטע, וועמען ער קען הערן ווי ער מוסר’ט אים אז א חסידישער איד דארף נישט גיין אויף אזעלכע וואקאציעס. דאס האט אים ווארשיינליך געשטערט פון קענען שפירן פולקאם גוט און צופרידן איבער יענער וואקאציע.
זעענדיג ווי וויכטיג עס איז פאר אים זיין טאטנ’ס הסכמה און צושטימונג, האב איך פארגעשלאגן פאר יצחק דוב אז ער זאל טרעפן א צייט ווען זיין טאטע איז געווען זייער צופרידן מיט אים. נאכ’ן טראכטן אביסל, איז ער אויפגעקומען מיט דעם בילד ווי ער האלט א דרשה ביי זיין זונ’ס בר מצוה און זיין פאטער קוקט אויף אים מיט צופרידענע אויגן. מיר האבן געטון אביסל “ביילעטערל סטימולאציע” צו פארשטערקערן דאס בילד און נאך עטליכע מאל, האט ער געקענט אנקומען צו א הויכע לעוול פון שפירן אמת’ע קאנפידענץ געפילן. דא האב איך געבעטן יצחק דוב צו אויפקומען מיט א פאזיטיווע ווארט אדער קורצע פראזע צו שילדערן און באצייכענען זיינע יעצטיגע געפילן. ער איז אויפגעקומען מיט “איך טויג” צו באפעסטיגן דאס געפיל. פון יעצט און ווייטער האט שוין בלויז דאס זאגן די צוויי ווערטער אויפגעברענגט דעם דערמאנטן בילד און געפיל.
איינמאל דער חלק איז פערטיג, איז צייט צוריקצוגיין צו אונזער ‘היינטיגן פראבלעם’ און פרעגן דעם קליענט וועלכע געפילן דער פראבלעם ברענגט אויף. איינמאל מען טרעפט דאס געפיל, וועט מען זאגן דעם קליענט זאל זיך אנהאלטן דערין און ערלויבן זיין זכרון אים צוריקצופירן צו אנדערע צייטן ווען ער האט געשפירט אן ענליכע געפיל. “ביילעטערל סטימולאציע” קען באווייזן אמת’ע וואונדער ווען עס קומט צו דורכזוכן דעם זכרון אלבום אין מוח. ביי דער דאזיגער פאזע טוט מען אויך פיל מסביר זיין און ברענגען דעם מענטש צו שפירן באקוועם מיט דעם געדאנק אז עס איז הונדערט פראצענט נארמאל צו ווערן געפיליש איבער זאכן וואס האבן פאסירט א לאנגע צייט צוריק כאטש עס מאכט נישט קיין סענס פאר דעם ערוואקסענעם מוח. עס איז אויך וויכטיג אנצואווייזן אז די אלטע מעשיות מוזן בכלל נישט זיין ענליך צו דעם היינטיגן פראבלעם. אויב דער מוח ברענגט עפעס ארויף בשייכות צו יענעם געפיל דאן האט דער מוח געוויס א גוטן חשבון פארוואס זיי זענען יא פארבינדן אויף עפעס אן אופן.
יצחק דוב’ס היינטיגער פראבלעם איז געווען זיין שטארקע אומבאקוועמקייט יעדעס מאל וואס ער האט געדארפט גיין אין שול. ער האט זיך פארגעשטעלט אין געדאנק ווי ער גייט אריין אין שול בשעת וואס איינער קוקט אויף אים מיט שפאטישע בליקן כאילו ער איז די שטאט’ס נאר. ער האט געזאגט אז דאס בילד האט אים אויפגעברענגט געפילן כאילו ער איז גארנישט ווערד. ער האט זיך אנגעהאלטן אין דעם געפיל און איז צוריקגעפארן אין זיין זכרון צו דער פריסטער צייט ווען ער האט געשפירט אן ענליכע געפיל. יצחק דוב איז אויפגעקומען מיט א גאנצע הויפן זכרונות ווי ער ווערט אראפגעקלאפט דורך זיין מוטער. זי האט קענטיג געהאט אירע אייגנארטיגע מעטאדן וויאזוי אים צו מאכן שפירן ווי א שטיקל מיסט, און זי האט עס גענוצט אויף א רעגלמעסיגן אופן און האט דערמיט באוויזן צו איבערצייגן איר יונגן זון אז ער איז באמת גארנישט ווערד.
מיט נאך אביסל “ביילעטערל סטימולאציע”, האט יצחק דוב באוויזן אויפצומישן אלט-פארגעסענע זכרונות און צוריקצוגיין צו דעם גאנצן ערשטן עפיזאד וואס ער האט געקענט געדענקען ווען ער האט זיך געשפירט געטראפן פון זיין מאמען. מיר האבן געארבעט צו פראצעסירן יענעם זכרון און עס איז פיין געגאנגען, אבער די געפילן פון ווערדלאזיגקייט האט נישט אזוי גוט געארבעט. האבן מיר זיך גענומען גריבלען ווייטער צו זוכן וואס עס איז דער פיינפולסטער זכרון.
יצחק דוב האט זיך ווידער אריינגעלאזט אין א שפאציר טיף אריין צווישן די בלעטער פון זיין אינערליכן ספר הזכרונות בשעת וואס זיינע אויגן פאלגן נאך דעם פעדער וואס איך האב געהאלטן. נאך א וויילע, האט ער זיך באגעגנט מיט א רעלאטיוו קליינע אינצידענט פון ווען ער איז געווען א דרייצן יעריג בחור און איז געכאפט געווארן שפילן מיט אנדערע קינדער אין הויף. ער האט געקענט געדענקען דעם גענויען פלאץ וואו זיין מאמע איז געשטאנען ביים פענסטער און וויאזוי זי האט אים געוויזן אהיימצוקומען. איינמאל ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער געכאפט א געזונטן שטופ און זיין מאמע האט אים דערלאנגט א פארציע אז בר-מצוה בחורים פארברענגען נישט די צייט מיט נארישע קינדערישע שפילערייען.
דער זכרון האט אויסגעזען גאנץ פשוט און מיר האבן עס אנגעהויבן צו פראצעסירן. אבער אנשטאט די געפילן זאלן זיך בארואיגן און מסדר זיין, האבן זיי בלויז אנגעהויבן קאכן אלץ מער ביז יצחק דוב האט אויסגעבראכן אין א געוויין. יענע סצענע האט אנטהאלטן און אריינגענומען אין זיך אלע זיינע געפילן פון ווערן מאניפולירט און גייסטיש דערשטיקט דורך זיין מאמע. מיר האבן דאן פרובירט צו דערגיין ביי וועלכן פלאץ אויפ’ן קערפער ער האט געשפירט די ווייטאג און מיר האבן עס פרובירט פראצעסירן אויף דעם אופן, אבער עס האט נישט געשיינט צו ארבעטן. (דער אינצידענט וואס האט אויסגעקוקט ווי א מינדערוויכטיגע אינצידענט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א טראומאטישע איבערלעבעניש.)
זיצנדיג ביים טעראפיסט קען זיך מאכן אז די באשטימטע סעסיע צייט איז פשוט נישט גענוג צו ענדיגן וואס מען האט אנגעהויבן. אין געוויסע פעלער קען דער קליענט אפילו זיין אין אן ערגערן מצב ווי ביים אנהייב פון דער סעסיע אבער די צייט איז אויסגעלאפן. ווען דאס פאסירט, וועט דער טעראפיסט ניצן דעם ‘פארזיכערטן פלאץ’ צו ברענגען דעם קליענט זיך צו בארואיגן איידער’ן אוועקגיין.
ווען דער זכרון לאזט זיך נישט בייגן אפילו נאכ’ן מאכן עטליכע סעטס פון “ביילעטערל סטימולאציע”, איז צייט צו טוישן צו אנדערע מעטאדן. אדער קען מען טוישן דעם אופן פון סטימולאציע, ווי טוישן פון אויגן באוועגונג צו קלאפן, אדער דורכ’ן קאנצענטרירן אויף דעם אייגנטליכן פיזישן געפיל וואס דער קליענט שפירט צוזאמען מיט דעם זכרון. זייער אפט וועט עס ווירקן און זאכן וועלן זיך אנהייבן רוקן פאראויס. אויב דאס ארבעט אויך נישט, איז מעגליך צייט צו פרובירן אן “אינטערוויוו” (אריינפלעכטן). דאס איז א פראצעדור וואו מען געט פאר’ן מוח עטליכע אויסוואלן וואס זאלן העלפן זיך ספראווען מיט דעם פיינפולן זכרון. ביי EMDR אין אלגעמיין איז דער קליענט דער וואס פירט דאס רעדל און דער טעראפיסט פרובירט זיך האלטן ווי מער אינדרויסן, ווידער ביי די “אינטערוויווס” וועט דער טעראפיסט יא נעמען א מער אקטיווע ראלע.
ביי דער קומענדיגער סעסיע, האב איך געבעטן יצחק דוב צו אויפברענגען נאכאמאל יענעם פריערדיגן בילד. אין א סעקונדע זענען די אלע געפילן געווען צוריק לעבעדיג. ער האט עס קוים געקענט אויסהאלטן און האט געוואלט ארויסשטורעמען פון צימער. מיר האבן געמאכט געוויסע איבונגען צו בארואיגן און דאן איז מען געווען גרייט צו גיין ווייטער.
איך האב געזאגט פאר יצחק דוב ער זאל זיך אויס’משל’ען ווי ער אליין, זיין ערוואקסענע וועזן, קומט אריין אין צימער און טראגט אן צו געבן חיזוק און שטיצע פאר זיין יונגערן וועזן. אין אנהייב האט ער זיך אויסגע’משל’ט ווי ער זאל סתם שטיין דארט. דאן האט ער ווייטער זיך פארגעשטעלט ווי ער בייגט זיך אראפ הארט נעבן דעם יונגן יצחק דוב’עלע און ער האלזט אים ארום און געט אים ווארעמע חיזוק רייד. מיר האבן דאס געטון פאר א וויילע און די ווייטאגליכע געפילן זענען געפאלן אלץ נידעריגער און נידעריגער ביז עס איז פארשווינדן געווארן. דאן האבן מיר דורכגעסקענט זיין קערפער צו זען אויב ער שפירט נאך סיי וועלכע אומבאקוועמקייט ווען ער האט אויפגעברענגט יענעם זכרון. ער האט באריכטעט אז ער שפירט נישט קיין ווייטאג און ער האט געזאגט אז ער שפירט זיך באפרייט.
די קומענדיגע וואך, האט יצחק דוב דערציילט אז ער האט שוין נישט געשפירט אזוי גוט אין א לאנגער צייט. ער האט געפילט ווי א שווערע עול איז אראפ פון זיינע פלייצעס. כדי צו זיכער מאכן אז עס איז טאקע הונדערט פראצענט בסדר, האבן מיר ווידער אויפגעברענגט יענעם בילד און עס זענען נישט ארויפגעקומען קיין שום געפילן פון צעקלאפטקייט. ווי מיר האבן אים דורכגעסקענט האבן מיר באמערקט אן אומבאקוועמקייט אין זיינע פויסטן. מיר האבן פרובירט דאס צו פראצעסירן, אבער דאס געפיל איז בלויז געווארן שטערקער. איך האב געבעטן יצחק דוב זאל בלייבן שפירן די שפירונג און זען וועלכע געפילן עס זענען פארבינדן דערמיט. ער האט געזאגט אז ער האט געפילט א מורא’דיגע אויפברויז קעגן זיין מאמען פאר דעם אומאנגענעמען אופן וויאזוי זי האט אים באהאנדלט, עמאציאנאל און פיזיש. מיר זענען געווען צוריק צו דעם בילד פון אלס דרייצן-יעריג בחור’ל, אבער דאסמאל איז עס געקומען באגלייט פון כעס ווי איידער זעלבסט-געקלאפטקייט.
מיר האבן פרובירט צו פראצעסירן די מחשבה, אבער די כעס האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן. יצחק דוב איז יעצט געווען א זידיגער טאפ וואס האט געהאלטן ביים שוועל פון אויפרייסן. איך האב אים געזאגט אז אין זיין קאפ זאל ער זיך יעצט ערלויבן צו זאגן און טון סיי וואס ער שפירט. עס איז נישט געווען אנגענעם, מילד גערעדט, אבער אוממעגליך צו דערשטיקן אדער אפשטעלן. געדעכטע קנוילן פון כעס און צארן האבן זיך ארויסגעריסן מיט דער קראפט פון אן אטאמישן אויפרייס. עס איז אזוי אנגעגאנגען פאר עטליכע רונדעס פון פראצעסירונגען און דאן האבן די געפילן זיך אנגעהויבן בארואיגן.
עס האט גענומען נאך צוויי סעסיעס ביז ער איז געווען באפרייט פון די כעס’יגע געפילן. צום סוף האט יצחק דוב מיר געזאגט אז ער האט נישט קיין שום שלעכטע געפילן קעגן זיין מאמען און אז ער אנערקענט יעצט אז איר באנעמונג איז געווען צוליב אירע שווערע מצבים אין לעבן אבער בעצם איז זי באמת נישט קיין שלעכטע און האט נישט קיין בייזע כוונות. ווי וואונדערליך, האט ער אפילו אנגעהויבן שפירן סימפאטיע צו זיין מאמע. נאך יארן פון האבן גאר קאלטע באציאונגען מיט איר, האט יצחק דוב אנגעהויבן צוריק באנייען זיין קשר מיט זיין מאמע.
אן “אינטערוויוו” איז גוט צו ניצן ווען א קליענט בלייבט שטעקן. אבער, איינמאל דער זכרון איז געווארן פראצעסירט ניצנדיג דעם “אינטערוויוו”, איז וויכטיג צוריקצוגיין און עס ווידער-פראצעסירן אן דעם “אינטערוויוו”. כאטש ס’וועט אפשר נישט געשען תיכף נאך דער “אינטערוויוו” פראצעדור, דארף עס צו זיין רעלאטיוו גרינג צו טון א וואך אדער צוויי שפעטער. עס איז א וויכטיגע זאך וויבאלד אין מציאות האט דער אינצידענט פאסירט אן די “אינטערוויוו” און דער מענטש דארפן קענען פילן באקוועם מיט דעם זכרון אזוי ווי עס איז געווען אין דער ווירקליכקייט.
נאכדעם וואס א זכרון איז פראצעסירט און דאס אריגינעלע נעגאטיווע געפיל ווערט פארשווינדן, וועט טיילמאל אפירקומען אן אנדערע געפיל וואס איז פארבינדן דערמיט. דאס איז וויבאלד דער מוח פראצעסירט אינצידענטן פון פיל פערספעקטיוון און איין עפיזאד קען ברענגען פארשידענע רעאקציעס ביי פארשידענע טיילן פון דעם מענטשנ’ס פערזענליכקייט. דעריבער, נאכדעם וואס אן אינצידענט איז סוקסעספול פראצעסירט געווארן, איז וויכטיג צו מאכן א סקען צו פארזיכערן אז עס איז נישט ארויפגעשוואומען קיין אנדערע געפיל.
כאטש EMDR ארבעט פאר מילדע און שווערע טראומאס, וועט אפט זיין זייער שווער פאר א מענטש זיך צו ברענגען איבערצולעבן נאכאמאל אן ערנסטע טראומא. אין אזא פאל וועט ארויסהעלפן צוצולייגן א געוויסע “מחיצה”, א שטייגער ווי דער קליענט זאל כאילו אבזערווירן די געשיכטע פון הינטער א גלאז אדער דורך א סקרין. פונקט ווי ביי די “אינטערוויוו” איז דאס גוט ביים אנהייבן די פראצעסירונג אבער שפעטער דארף מען עס פראצעסירן אויף דעם אריגינעלן אופן.
א מענטש וואס האט געליטן שטארקע אביוז אדער פארנאכלעסיגונג, וועט טיילמאל האבן אויפגעבויט אין הארץ א דיקע מויער צווישן זיך און דעם בייזן מענטש/אינצידענט און זיין גענצליך אפגעריסן דערפון, אלס שוץ-מיטל קעגן זיך דארפן ספראווען מיט די שווערע זכרונות. צו פרובירן ברענגען אזא מענטש צו אריינשפרינגען גראד אין דער טראומאטישער געשעעניש קען ברענגען א געוואלדיגע שאדן ווי דער קליענט וועט מעגליך פארפלייצט ווערן פון צער און ווייטאג און וועט נישט קענען צוריקקומען צו דעם הווה און פראצעסירן די ווייטאג. עס פארלאנגט אסאך ערפארונג און פארזיכטיגקייט צו ארבעטן מיט אזעלכע סארט קאמפליצירטע טראומאס.
מיין זיידע האט מיטגעמאכט זעקס יארן פון דעם שרעקליכן האלאקאסט און ער האט עס ב”ה איבערגעלעבט צו קענען דערציילן די געשיכטע, און נאך ווי ער האט דערציילט. ער האט פיל גערעדט דערוועגן אבער אלץ מיט א גלייכגילטיגקייט; כאילו ער זאל פארליינען א לאנגווייליגע מעשה וואס האט גארנישט מיט אים פערזענליך. ער פלעגט שילדערן וויאזוי מען האט אים אמאל געגעבן אזעלכע מכות אז ער האט ממש געהאלטן א שפאן אוועק פון טויט און ער האט זיך בלויז צוריק אויפגעוועקט צום לעבן צוליב די יסורים פון א דייטשן הונט וואס איז געזיצן און געביסן זיין פוס. ער האט גערעדט איבער אנדערע קאשמארנע מיטמאכענישן, אבער אלעס בלויז מיט א גאר אומפערזענליכן טאן. דאס אז ער האט איבערגעריסן דעם קשר צווישן זיך און זיינע אמאליגע צרות האט אים ערמעגליכט צו בלייבן נארמאל און פאזיטיוו אין לעבן. איך בין נאך דעמאלט נישט געווען טרענירט אין דעם EMDR מעטאד, קען איך נישט וויסן וויאזוי ער וואלט עס אויפגענומען און רעאגירט דערצו.
איינמאל די ארבעט איבער דעם עבר איז געענדיגט, איז צייט צו קאנצענטרירן אויף דעם הווה און זען וויאזוי דער קליענט באגייט זיך מיט דעם “היינטיגן פראבלעם” און אנדערע פארבינדענע אישוס. אפטמאל, האט דער קליענט שוין געליטן אזא לאנגע צייט אז ער האט נישט קיין השגה וויאזוי עס קוקט אויס און/אדער עס פילט זיך אויפצופירן ווי געווענליך; זיין “נארמאל”. אין אזא פאל, וועט העלפן צו מאכן “טעמפלעיטס” ווען דער קליענט פירט זיך אזוי ווי מען דארף און דאן עס באפעסטיגן מיט “ביילעטערל סטימולאציע” אז עס זאל ווערן אריינגעקריצט אלס זיין געווענליכע לעבנסשטייגער.
EMDR עפילאג
איין זאך איז קלאר: EMDR ארבעט נאר אויב דער מענטש וויל עס זאל ארבעטן. וויבאלד עס איז, ווי געזאגט, נישט קיין כישוף, דארף דער קליענט באמת מיטארבעטן און געבן זיין פולסטע קאאפעראציע. אויב נישט, איז א שאד בכלל צו פרובירן.
אסאך מאל איז דער קליענט אזוי צוגעוואוינט צו וועלן געפעלן און זיך צושטעלן צו יעדן איינעם אז ער מיינט ער מוז אויך צופרידנשטעלן דעם טעראפיסט. דער קליענט וועט פרובירן צוצוטרעפן וועלכע ענטפערס און אויפפירונגען עס איז ‘ערווארטעט’ פון אים און לויט דעם וועט ער געבן זיין רעאקציע. למעשה, אבער, די איינציגסטע זאך וואס מען ערווארט ביי טעראפי איז אז דער קליענט זאל זיין נאטירליך. דא איז נישט דער ציל מען זאל זיך צושטעלן; דער ציל איז עס זאל ווירקן און העלפן דעם מענטש.
צבי איז געווען א זייער שטילער בחור און האט געזוכט צו געפעלן יעדן איינעם. ער וואלט געטון אלעס אין דער וועלט צופרידנצושטעלן זיין טאטן און מיך. אריגינעל איז ער געקומען ווייל ער איז געווען צוריקגעצויגן און עס האט אים געפעלט זעלבסט-זיכערקייט. טראץ וואס ער האט באמת נישט געוואלט קומען, ווייל גיין צו טעראפי האט געמיינט אז ער ליידט פון א פראבלעם, איז ער געקומען כדי צופרידנצושטעלן זיין טאטן.
ער האט זייער שיין קאאפערירט און האט געזאגט אלעס וואס ער האט געדארפט זאגן. ער האט געשפילט ווי ער טוט פולקאם מיטארבעטן מיט די EMDR און האט אנגעגעבן אז ער מאכט פארשריט. נאך א שטיק צייט ווען איך האב געזען אז די פארשריט ביי די סעסיעס ברענגט אבער נישט קיין פארשריט אין זיין טאג-טעגליכן לעבן, האב איך געהאט דערוועגן אן אפנהארציגן שמועס מיט צבי און ער האט מודה געווען אז ער האט בלויז געמאכט דעם אנשטעל. ער האט פשוט נישט געהאלטן ביים גיין צו טעראפי אבער ער איז געווען צו איידל עס צו זאגן אפן.
נאך א זאך וואס איז ווערד צו באמערקן איז דאס מציאות אז ביי אונזערע קרייזן איז מען נישט אזוי געוואוינט צו באטראכטן – און געוויס נישט אנאליזירן – די אייגענע געפילן, און טייל מאנגלען אין פשוט’ע “עמאציאנעלע אינטעליגענץ”. ווען מען פרעגט וויאזוי זיי שפירן איבער א געוויסע זאך בלייבן זיי קוקן מיט אן אפן מויל. געפילן, קלערן מאנכע, זענען געמאכט פאר קינדער און פרויען. רעדן פון געפילן – דאס קען זיך שוין גרעניצן מיט א שאלה פון לא תלבש…
צום שלוס איז וויכטיג צו באטאנען אז כאטש EMDR איז ב”ה אן אויסגעצייכנטע פסיכא-טעראפי מעטאד, איז עס אבער נישט קיין כישוף טאבלעט וואס וועט אלעס אויסהיילן. אסאך מאל זענען פארהאן אנדערע שוועריגקייטן וואס דארפן אדרעסירט ווערן דורך געווענליכע טעראפי.
דער מעטאד פון “ניורא-לינגוויסטיק פראגראמינג” (NLP)
NLP (“ניורא-לינגוויסטיק פראגראמינג”) האט געוויסע ענליכקייטן צו EMDR, וואס מיר האבן אויסגעשמועסט אין פריערדיגן טייל פון דער סעריע, אבער מיט געוויסע זאכן זענען זיי אנדערש. פונקט ווי EMDR, ארבעט דער NLP מעטאד צו עלימינירן די נעגאטיווע געפילן און געדאנקען וואס זענען פארבינדן געווארן מיט די בילדער וואס ליגן אין מוח פון טראומאטישע געשעענישן. אבער אינדערצייט וואס ביי EMDR לאזט מען דעם מוח אליין טון די ארבעט און דער טעראפיסט טוט זיך כמעט נישט אריינמישן, וועט ביי NLP דער טעראפיסט יא שפילן א מער אקטיווע ראלע צו ארויסהעלפן אין דעם פראצעדור. NLP ווערט אויך טיילמאל באצייכנט אלס עפעס וואס האט ענליכע כוחות צו היפנאזיע (hypnosis) אבער מיט א פיל מער איינפאכע צוגאנג.
אשר זעליג איז געווען אכצן יאר אלט, אבער אין א געוויסן זין איז ער נאך שטעקן געבליבן ביי די צוועלף יאר. אלס צוועלף יעריג קינד, האט אשר זעליג עטליכע מאל דורכגעמאכט א פיינפולע איבערלעבעניש אין א געוויסן עפנטליכן בנין. וויפיל ער האט נאר פרובירט, האט אשר זעליג נישט געקענט פטור ווערן פון די בילדער אין זיין קאפ. די זכרונות פון דער געשיכטע האט אים געמאכט פילן גאר שלעכט. א קורצע וויילע נאך וואס עס האט פאסירט, האט אשר זעליג געהאט פרובירט צו אנפארטרויען זיין טאטן דערוועגן, אבער אנשטאט העלפן, האט עס געטון דאס פארקערטע. זיין פאטער האט געוואלט זיינע קינדער זאלן זיין פערפעקט און דער פאקט אז זיין קינד איז געשעדיגט געווארן אין אזא פיינפולע מעשה האט אים געברענגט שווערע געפילן. דאס קינד האט געפילט די אומליבליכקייט און עס האט אים געמאכט שפירן נאך ערגער. ער איז געווען דער קרבן און ער האט יעצט וויכטיג געדארפט ליבשאפט און שטיצע; ער האט זיך שוין אליין גענוג געצימבלט און באשולדיגט, און עס האט בכלל נישט אויסגעפעלט די פרישע דאזע פון נעגאטיוויטעט. אויסער די גייסטיגע יסורים זענען אויך געווען פראקטישע שוועריגקייטן. אשר זעליג פלעגט אריינפאלן אין פאניק ווען אימער ער איז דורכגעגאנגען די גאס וואו די מעשה האט זיך אפגעשפילט אדער ווען עס האט זיך אים נאר געדאכט אז ער האט געזען דעם רודף.
דאס איז געווען א קלארע פאל פון “פאוסט-טראומאטיק סטרעס דיסארדער” (PTSD). איידער’ן זיך נעמען צו דער ארבעט און ארבעטן אויף דער עצם טראומא, וועט דער טעראפיסט פרעגן דעם קליענט וויאזוי ער וואלט זיך אויפגעפירט, געטראכט און געשפירט אויב די פראבלעם זאל געלייזט ווערן. איינמאל די פראבלעם איז געלייזט, וואס נאך וואלט זיך געטוישט אין דעם קליענט’ס לעבן? וועט דאן אלעס זיין אין ארדענונג פאר אים? אויב נישט, וואס דארף ער האבן צו פארזיכערן אז אלעס זאל אים זיין בסדר? די פראגעס קענען העלפן געבן א מער ברייטערן בליק איבער וויאזוי די טראומא טוט אפעקטירן דעם קליענט’ס לעבן און איבער אנדערע מעגליכע אישוס וואס שטערן אים פון א פולשטענדיגן, צופרידענעם לעבן.
איינמאל מען האט אויסגעקלארט די אנדערע חלקים, איז צייט צו באהאנדלען און פראצעסירן די טראומא. די ערשטע שריט איז צו באקענען דעם קליענט מיט דעם קאנצעפט אז זכרונות ווערן אוועקגעלייגט אין קאפ אלס בילדער און דער מענטש האט די מעגליכקייט צו ניצן זיין כוח הדמיון זיך ארומצושפילן מיט די בילדער.
דער ערשטער חלק פון די NLP טריטמענט איז צו אויפבויען און אהערשטעלן אינעם קליענט’ס מוח אן אינזל פון רואיגקייט און זיכערקייט וואס דארט זאל ער שפירן גענוג פארזיכערט צו באזוכן די זכרונות פון דער טראומא. די ערשטע וועט מען פרובירן צו בעטן דעם קליענט ער זאל זיך דערמאנען פון א צייט און/אדער פלאץ ווי ער האט זיך געשפירט רואיג און פארזיכערט. אויב דער קליענט קען זיך נישט דערמאנען פון אזא צייט, קען מען אים באשאפן אזא פלאץ באזירט אויף דעם קליענט’ס דמיון וויאזוי ער שטעלט זיך פאר אזא פלאץ וואלט אויסגעקוקט ביי אים. איינמאל מען האט אויסגעקליבן און אוועקגעשטעלט אזא פלאץ, וועט מען אנווייזן דעם קליענט צו ניצן זיין דמיון און גיין צו דעם פארזיכערטן פלאץ. כדי צו מאכן אז דאס זאל זיך שפירן ווי עכט נאר מעגליך, פרובירן מיר צו איינשפאנען אלע פינף חושים. ווען ער געפינט זיך שוין דארט, וועט דער קליענט, מיט הילף פונעם טעראפיסט, קענען פיל גרינגער האבן צוטריט צו די לעדלעך פון זיין זכרון און צו פרובירן מאכן סדר מיט די טראומאטישע זכרונות.
אשר זעליג האט זיך דערמאנט ווי ער האט אמאל געשפירט זייער רואיג און פארזיכערט אין זייער באנגעלא קאלאני. ער האט אויסגעקליבן א פלאץ נעבן א פליסנדיגע טייך וואו ער איז געזיצן באקוועם אויף א ליגנדיגן בענקל און האט גענאסן פון דער הערליכער ארומיגער נאטור. איך האב געבעטן אשר זעליג צו פארמאכן זיינע אויגן און פריש איבערלעבן יענע געפיל מיט וויפיל דעטאלן עס איז אים נאר שייך. ער האט געפילט ווי זיין קערפער דריקט אראפ אויף דעם אויסלייג-בענקל. מיט זיינע פינגער האט ער, אין זיין פאנטאזיע, אנגעכאפט די צוויי הענטלעך. ער האט געשפירט א לייכט ווינטל אויף זיין פנים. ער האט זיך ארומגעקוקט אויף די ביימער און דעם טייכל. ער האט זיך צוגעהערט צום גערודער פון דעם פליסנדיגן וואסער. ער האט געשפירט דעם ריח פון די געוויקסן. ער האט זיך דאן פארגעשטעלט ווי ער זופט פיינע קאלטע לימאנאדע. ער איז געווארן פולקאם איינגעזונקען אין יענעם געפיל פון רואיג זיצן אין קאנטרי ביים וואסער.
איינע פון די געווענליכע שוועריגקייטן ביים ארבעטן מיט מענער איז זייער באהויפטונג: ‘איך בין נישט גוט אין דמיונ’ען און זיך פארשטעלן זאכן אין קאפ.’ ווען דאס פאסירט, בעט איך פשוט דעם קליענט צו פארמאכן זיינע אויגן און זיך פארשטעלן זיין דיינינג רום. איך בעט אים דאס צו שילדערן מיט אלע פרטים. דאן בעט איך אים צו שילדערן די פארגאנגענע שבת סעודה מיט אלע פרטים. דאן דארף ער זיך פארשטעלן ווי ער שפאצירט ארום דעם דיינינג-רום טיש. ווען מיר האלטן דא, קען קיין שום קליענט מער נישט פרובירן טענה’ן אז ער איז נישט גוט אין פאנטאזירן. מיר גייען דאן ווייטער אן מיט’ן זוכן א רואיגן פלאץ.
איינמאל דער קליענט האט באוויזן אנצוקומען צו א רואיגקייט פאזע, איז צייט צו אפירזוכן דעם זכרון פון דער טראומאטישער געשעעניש. פארשטייט זיך אז דאס איז גרינגער געזאגט ווי געטון. נאך אלעם, דאס אויסמיידן דעם טראומאטישן אינצידענט שפילט א הויפט ראלע אין PTSD. כדי צו גרינגער מאכן אויסצופירן דעם חלק, וועלן מיר העלפן דעם קליענט זיך אפצוזונדערן פון די טראומאטישע בילדער. דאס קען געטון ווערן אויף פארשידענע אופנים, א שטייגער ווי די פאלגנדע ביישפילן:
- שטעל דיך פאר כאילו דו זעסט די געשיכטע אויף א סקרין
- זע ווי כאילו א בילד פונעם אינצידענט הענגט אין א פרעים אויף דער וואנט
- זע די געשעעניש אין שווארץ-און-ווייס
- זע עס דורך א פענסטער בשעת דו געפינסט זיך א פארזיכערטער אין דיין הויז
- שטעל דיך פאר ווי דו זעסט עס פון א העליקאפטער
אין פאל וואס די טראומא איז גאר ערנסט, קען זיך אויספעלן צו שאפן עטליכע שטאפלען דורך וועלכע צו אפזונדערן דעם קליענט פון די זכרונות ביז ער שפירט גענוג באקוועם און פארזיכערט צוריקצוגיין צו יענעם אינצידענט. די אפזונדערונג וואס ווערט געטון בכוונה העלפט דעם קליענט צו קענען אויפשפילן די טראומא און עס הייבט אויך אן דעם פראצעדור פון אוועקנעמען די יסורים פארבינדן מיט דער טראומא.
צומאל קען דער קליענט פילן צו שוואך און אומזיכער צו ווידער מיטלעבן די טראומא נישט קיין חילוק וויפיל מען פרובירט עס אפזונדערן און דערווייטערן פון אים. אין אזעלכע פעלער לוינט אריינצוברענגען אין בילד (בלויז אין דמיון; נישט במציאות) א פיגור וואס וועט העלפן שטארקן און צוגעבן כוחות פאר’ן קליענט. עס קען זיין א משפחה מיטגליד אדער זיין רבי און מורה דרך. עס דארף ניטאמאל זיין עמיצער וואס לעבט, עס קען זיין א צדיק פון א פריערדיגן דור. וויבאלד עס איז דאך אלעס נאר וואס מען משל’ט זיך אויס אין קאפ, קען עס זיין סיי ווער עס קען נאר מאכן דעם קליענט פילן שטערקער.
ווי אשר זעליג איז געזיצן רואיג און הנאה געהאט פון דער אנגענעמער אטמאספערע נעבן טייכל, האב איך אים געבעטן זיך פארצושטעלן ווי עס הענגט א גרויסע סקרין אין פארנט פון אים אויף די ביימער. אויף דעם סקרין, האב איך אים געזאגט ער זאל זען א בילד פון זיך אליין תיכף נאך דעם אינצידענט. אשר זעליג איז געווארן אויפגעטרייסלט צו הערן אז ער וועט דארפן אויפברענגען דעם אינצידענט. אויף דער פראגע וועלכן מענטש ער וואלט אויסגעקליבן וואס זאל אים געבן די כוחות און העלפן דאס דורכגיין, האט ער אויסגעוועלט דעם רבי’ן זכרונו לברכה. ער האט זיך אויסגע’משל’ט ווי דער רבי שטייט נעבן אים און שמייכלט צו אים מיט חיזוק. (עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אשר זעליג’ס גאנצע באנעמונג האט זיך געטוישט ווען ער האט זיך פארגעשטעלט ווי דער רבי איז אים מחזק. מען האט געקענט אנזען אז ער האט זיך געשפירט שטערקער און מער גרייט פאר’ן קומענדיגן שטאפל.) יעצט האט ער נאכאמאל זיך פארגעשטעלט ווי דער סקרין עפנט זיך, אבער האט נאך אלץ געשפירט אומבאקוועם, דעריבער האב איך אים געזאגט ער זאל זיך פארשטעלן ווי ער שטייט הינטער א גלאזערנע וואנט און ער קוקט אויף זיך זיצנדיג און קוקנדיג אויפ’ן סקרין. מיט די אלע מחיצות צווישן אים און די בילדער פון דער טראומא, איז אשר זעליג ענדליך געווען גרייט צו אויפוויקלען דעם טראומאטישן אינצידענט.
עס מאכט זיך זייער אפט אז דער קליענט זאל נאך אלץ פילן אומבאקוועם און אויך זיך אפצורעדן אז דאס אלעס איז סתם נארישקייטן און פאנטאזיע. ווען דאס פאסירט, פארזיכער איך דעם קליענט אז עס מאכט בכלל נישט אויס אויב דאס איז אלעס שטותים. וואס קען שוין זיין שלעכט אויב מיר קענען פארברענגען מיט נארישקייטן און אין דער זעלבער צייט אים העלפן צו פטור ווערן פון אלע נעגאטיווע געפילן וואס זענען פארבינדן מיט דער טראומא?
יעצט בעטן מיר דעם קליענט זיך פארצושטעלן ווי עס לויפט א שנעלע ווידיא פון דעם אינצידענט אויף צוריק, אנגעהויבן ביים סוף און געענדיגט ביים אנהייב. דאס הייסט אלעס וואס עס האט פאסירט נאר אויף א פארקערטן סדר. מיר קענען אויך אריינשטעלן עפעס קאמישע דעטאלן, אזוי ווי זען א “קלאון” וואס מאכט קונצן אין דער הינטערגרונט. מיר קענען אויך מאכן א “סלייד-שאו” פון דעם אינצידענט און זיך פארשטעלן וויאזוי די סליידס קומען ארויף אויפ’ן סקרין און דאן גייען זיי אוועק אויף פארשידענע אופנים. די זאכן זענען גורם אז די אריגינעלע בילדער זאלן ווערן צעמישט און אויטאמאטיש ווערן זיי ווייניגער פיינפול.
ווען די ווייטאג איז מער נישט אזוי שטארק, איז צייט צו אנהייבן אוועקנעמען די מחיצות און צו ברענגען דעם קליענט נענטער צו די בילדער. ווען מיר האלטן שוין ביי דער לעצטער מחיצה, איז צייט צו זאגן דעם קליענט צוריק אריינצוגיין אין זיין קערפער און אליין ווידער מיטלעבן די געשעעניש און באגרייפן ווי ער האט שוין נישט די נעגאטיווע רעאקציעס.
אשר זעליג איז פארזיכטיג ווייטער אנגעגאנגען, בשעת דער רבי זצ”ל שטייט ביי זיין זייט. ער האט זיך פארגעשטעלט ווי ער הערט מאדנע מוזיק און די ווערטער פונעם מזיק זענען אומקלאר און קוים פארשטענדליך. מיר האבן דאס איבערגעשפילט און כסדר צוגעלייגט פארשידענע זאכן ביז אשר זעליג האט עס געקענט מיטהאלטן פונדערנאנט אן אריינפאלן אין פאניק. אבער, ווי נאר זיין פאניק האט נאכגעלאזט, האט ער אנגעהויבן פילן א מורא’דיגן כעס אויף דעם רודף. מיר זענען צוריק צו דעם פלאץ נעבן טייך און איך האב געמוטיגט אשר זעליג’ן צו אויסלאזן זיין כעס אויפ’ן רודף, אין זיין פאנטאזיע. ס’איז נישט געווען אנגענעם, מילד גערעדט. עס האט גענומען עטליכע סעסיעס און אשר זעליג האט זיך באנוצט מיט די ד’ מיתות בי”ד און איך ווייס נישט וואס נאך. ווען ער האט זיך אויסגעגעבן זיין ווייטאג און אויפברויז און איז געווען פערטיג, האט ער אייגנטליך געקענט גיין צו דעם בנין (נישט אין זיין פאנטאזיע נאר במציאות) וואו דער אינצידענט האט פאסירט אן קיין שום פחד.
ווען דער קליענט האט פולקאם פראצעסירט די טראומא, איז וויכטיג צו נעמען אין אכט אז די טראומא האט אין דער פארגאנגענהייט געקענט צושטאנד ברענגען געוויסע סארט התנהגות’ן אין געוויסע אומשטענדן. ס’איז מעגליך אז דאס איז אזוי אנגעגאנגען פאר א וויילע און דער קליענט געדענקט ניטאמאל וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט אנדערש איידער ער איז געטוישט געווארן צוליב דער איבערלעבעניש. דערפאר קען עס זיין א שטארקע הילף פארצושטעלן א סצענע וואו דער קליענט איז אפעקטירט געווארן פון דער טראומא. בעט דער קליענט זאל זיך אויס’משל’ען ווי ער געפינט זיך אין דער סיטואציע און וויאזוי ער וואלט רעאגירט יעצט אז ער ליידט מער נישט פון דער טראומא. טעראפיסט און קליענט קענען דורכגיין איין סיטואציע נאך אן אנדערע ביז דער קליענט שפירט באקוועם מיט זיין נייע מציאות.
*
א קורצן סך הכל פון די דריי מהלכים וואס מיר האבן אויסגעשמועסט אין דער סעריע: TF-CBT (Trauma-Focused Cognitive Behavioral Therapy) ניצט פראקטישע מעטאדן צו העלפן דעם מענטש אינטעגרירן די ווייטאגליכע מציאות אין זיין באוואוסטזיניגן מוח און זיך אויסלערנען וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט. EMDR און NLP זענען ענליך איינס צום אנדערן לגבי דעם ציל וואס זיי דערגרייכן, נאר זיי ספראווען זיך מיט דער טראומא דורך עטוואס אנדערע סטראטעגיעס. EMDR העלפט די געפרוירענע בילדער זאלן ווערן אויפגעלאזט און אינטעגרירט זיי אין דעם מענטשנ’ס אלגעמיינעם זכרון. NLP נעמט אוועק דעם ביטערן טעם פון די זכרונות און זיי ווערן ווי סתם געווענליכע זכרונות.
וואס קען איך טון אויב א צווייטער ליידט פון טראומא?
ווען דו זעסט ווי א צווייטער ליידט פון א טראומא, קענסטו אויך זיין יענעם צו הילף. נאך מער, דיין הילף קען זיין קריטיש וויכטיג אין זייער ערהוילונג. פאלגנד זענען עטליכע פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי דו קענסט זיין בייהילפיג.
געדולד. צו ווערן אויסגעהיילט און ערהוילט פון א טראומא קען נעמען אסאך צייט אדער זייער אסאך צייט. עס איז זייער שווער צו געבן א שפרונג פאראויס און כאילו מיטאמאל ארויסטאנצן פון דער טראומאטישער איבערלעבעניש. זיי געדולדיג מיט די פארשריט וואס יענער מאכט און געדענק אז יעדער איינער רעאגירט אנדערש צו טראומא און צו דער ערהוילונגס פראצעדור. אפילו אויב דו וואלטסט זיכער אנדערש רעאגירט אין אן ענליכן מצב, איז זייער מעגליך אז יענער האט אן אנדערע נאטור.
שטיצע. דיין חיזוק און שטיצע וועט פיל צוהעלפן אז יענער זאל זיך ערהוילן און צוריקקומען צו א נארמאל לעבן. שטיצע קען באדייטן פאקטישע הילף צו ארויסהעלפן מיט וואס יענער דארף אדער בלויז צו זיין אן אפענע אויער וואס איז שטענדיג גרייט צו אויסשמועסן אדער אויסהערן.
אנוועזנהייט. כאטש איך בין זיכער אז דו קענסט אייגנטליך העלפן דיין נאנטן זיך היילן, איז מעגליך אז די טראומא האט גורם געווען אז יענער זאל נישט זיין אזוי איבערצייגט אז דו קענסט איר/אים העלפן זיך היילן. אין אזא פאל איז עס געווענליך נישט קיין הילף צו דריקן יענעם צו זיך עפענען און רעדן. פאר טייל טראומא איבערלעבער איז שווער צו רעדן איבער דער שווערער איבערלעבעניש וואס זיי האבן מיטגעמאכט. דעריבער צווינג נישט יענעם זיך צו עפענען פאר דיר, נאר לאז זיי וויסן אז דו ביסט שטענדיג גרייט פאר זיי ווען אימער זיי ווילן רעדן. אדער אפילו סתם צו פארברענגען צוזאמען. געדענק, עס מיינט גארנישט פערזענליך קעגן דיר.
חברותא’שאפט. מוטיג יענעם צו פארברענגען מיט אנדערע מענטשן וויפיל מעגליך. און זיי זאלן אויך זיך פארנעמען מיט אנדערע פארוויילונגען אדער סיי וועלכע אקטיוויטעטן פון וואס זיי האבן הנאה. טו עס צוזאמען מיט זיי, אויב נויטיג.
דערווייטערונג. טראומא סימפטאמען קען איינשליסן כעס, אנגעצויגנקייט, אפגעזונדערטקייט, אדער עמאציאנעלע קאלטקייט און דערווייטערונג פון אנדערע. געדענק אז דאס איז א רעזולטאט פון דער טראומא און עס מוז בכלל נישט האבן קיין שייכות פערזענליך מיט דיר אדער דער קשר צווישן אייך.
טעראפי. כאטש עס איז אמת אז טעראפי קען זיין גאר שטארק בייהילפיג פאר מענטשן וואס ליידן פון טראומא, איז עס אבער נישט קיין הילף צו פרובירן צווינגען א צווייטן צו גיין צו טעראפי. עס איז א באשלוס וואס דארף געמאכט ווערן דורך דעם מענטש אליין. דו קענסט עס פארשלאגן אויף א פארווע אופן און דאן לאז געמאך. דארפסט אפילו נישט שפעטער אויפברענגען נאכאמאל וואס ער/זי זאגט צו דיין פארשלאג. איינס פון די אינטערעסאנטע זאכן איבער דער נאטור פון מענטשן איז אז אפילו ווען מיר ווילן אמת’דיג טון א געוויסע זאך, אויב ווערן מיר געשטופט דערצו וועלן מיר אנטוויקלען א נעגאטיווע געפיל צו יענער זאך. דעריבער האלט זיך אפ פון שאפן א נעגאטיווע געפיל איבער טעראפי.
עס איז מעגליך אז אונזער דור ווערט געפלאגט פון עמאציאנעלע שוועריגקייטן אויף א פארנעם ווי קיינמאל פריער, האט אבער השי”ת, מיט זיין גרויס חסד, אונז אויך געשאנקען פארשידענע מיטלען וויאזוי זיך צו קענען ספראווען מיט די פראבלעמען. אסאך סוקסעספולע באהאנדלונגס מעטאדן זענען געווען אומבאקאנט ביז נישט לאנג צוריק און זיי זענען בהשגחה פרטית צוגעשטעלט געווארן פאר’ן היינטיגן שוואכן דור. אויב עמיצער קען געהאלפן ווערן דורך זיי, פארוואס דען נישט אויסניצן די מתנה וואס השי”ת האט געשאנקען און מיט’ן אויבערשטנ’ס הילף זיך פארבעסערן דאס לעבן.
הרב יושע לאנגסאם איז א טרענירטער טעראפיסט מיט אפיסעס אין וויליאמסבורג, בארא פארק און לעיקוואד וואס האט שוין געהאלפן אסאך אידן ארויסקריכן פון טיפע גייסטישע ליידן. אלס טאלאנטפולער שרייבער איז ר' יושע אן אפטער גאסט צווישן די "נפשי" שפאלטנס מיט ארטיקלען און טיפזיניגע סעריעס אויף אלעס מענטל העלט.