אן אויספירליכע געשפרעך מיט דר. דוד ליבערמאן, אן ארטאדאקסישער איד און אינטערנאציאנאלער מומחה אויף פסיכאלאגישע ענינים און מענטשליכע באציאונגען, וועמענ’ס ביכער, אנגעפילט מיט השפקות וואס דער עקספערט שעפט פון דער תורה, ווערן איבערגעזעצט אין צענדליגער שפראכן און פארקויפן זיך אין מיליאנען עקזעמפלארן, איבער די גורמים צו פסיכישע פראבלעמען ביים היימישן עולם, וועגן אן אומהיימליכער אנגסט און פרעמדע קולות פון דער גוי’שער גאס, און דעם איבערבאניץ פון אלקאהאל און אנדערע אומגעזונטע אנגעהעריגקייטן; זיין מיינונג אויף מעדיצין, ווען זיך צו ווענדן דווקא נאר צו א היימישן טעראפיסט, און דער וויכטיגקייט פון באזוכן מער ווי איין מומחה; דער תהום-טיפער חילוק פון געזונטער זעלבסשאץ ביז אויפגעבלאזענעם עגא, דער כסדר’דיגער געראנגל צווישן עגא און נשמה, און דער חירות וואס א באלאנסירטע פסיכיק גיט דעם מענטש; און וועגן דעם יסודות’דיגן פראבלעם פון ענדגילטיגער מנוחה און אבסאלוטער באקוועמליכקייט, וואס פירן די היינטיגע געזעלשאפט צום ראנד פון שגעון – אריגינעל ערשינען אין נפשי #6 דורך יעקב יודא טויב

 

דר. דוד ליבערמאן איז א וועלט-בארימטער עקספערט, שרייבער, רעדנער און קאמענטאטאר איבער פערזענליכע פסיכאלאגישע ענינים, הויפטזעכליך מענטשליכן התנהגות און צווישן-מענטשליכע באציאונגען. דר. ליבערמאן האט געשריבן עלף ביכער, אריינגערעכנט צוויי וואס זענען באקוועם געזעצן אויפ’ן אויבנאן פון דער ‘ניו יארק טיימס’ בעסט-סעלער ליסטע, וואס זענען אויך איבערגעזעצט געווארן אויף צענדליגער שפראכן און זיך פארקויפט אין מיליאנען עקזעמפלארן.

דר. ליבערמאנ’ס עקספערטיז אין מענטשליכער אויפפירונג און באציאונגען מיט אנדערע, האבן אים מיט די יארן ארויפגעפירט צום אויבנאן פון מומחים אין די באטרעפנדע מקצועות, און ער דערשיינט כסדר אויף פילע מידיע פראגראמען און קאנאלן, און ווערט ארויפגעברענגט אלס אפטער גאסט דורך נאציאנאלע מידיא-פערזענליכקייטן, וועלכע זוכן זיין איינבליק און פערספעקטיוו אויף א ריי טעמעס.

דעיוויד ליבערמאן איז אן ארטאדאקסישער איד, וועלכער טראגט מיט שטאלץ די פאן פון אידישער השקפה, מיט וועלכער זיינע קענטעניסן אין דער מאדערנער פסיכאלאגיע ווערן אונטערגעבעט. דער מומחה באניצט זיך מיט דער אור-אלטער חכמה פון אונזערע חכמים זכרונם לברכה צו באלייכטן ניי-אויפגעקומענע פראבלעמען, ווי אויך אלטע שוועריגקייטן וואס נעמען אין אונזערע צייטן אן נייע לבושים.

געבוירן צו א פרייער אידישער משפחה אין לאנג איילאנד, א פאָרשטאט פון ניו יארק סיטי, איז דעיוויד אויפגעוואקסן אינעם גייסט פון דער טיפישער אידיש-סעקולערער סביבה, מיט כמעט קיין שום שייכות צו אידישקייט און דער מסורה. א בר מצוה האט ער געהאט, אבער מיט דעם האט זיך זיין אידישער חינוך אנגעהויבן און אויך מער-ווייניגער פארענדיגט.

אין די צוואנציגער יארן, איז זיינער אן עלטערער ברודער נתקרב געווארן צו אידישקייט. דער ברודער איז געגאנגען לערנען אין דער ‘אש התורה’ פיליאלע פון דער אָפּער וועסט סייד אין מאנהעטן, און דאן פארגעשלאגן פאר דעיוויד צו באזוכן דאס פלאץ און עס ‘אויסשמעקן’. דעיוויד האט זיך פארשריבן אויף א קלאס, און דער ‘גערוך’ איז אים הפנים געפאלן. “איידער וואס-ווען-ווי, האב איך זיך געטראפן שניידן אשר-יצר פאפיר ערב שבת פאר’ן זמן,” כאראקטעריזירט ער דעם שנעלן וועג וואס ער האט געמאכט צו יהדות.

מיט זיין פראפעסיאנאלער הינטערגרונט און זיין שפעטערדיגער זיך אינגאנצן איבערגעבן צו א לעבן פון תורה און מצוות, שטעלט דר. ליבערמאן מיט זיך פאר א שיינעם שילוב פון ביידע וועלטן. א מומחה אין פסיכאלאגיע, זענען זיינע לעקציעס און שריפטן דורכגעוועבט מיט אידישקייט און יסודות פון חז”ל. זיינע אלגעמיינע ביכער, געווידמעט פאר דער נישט-אידישער גאס, דעקן אזעלכע טעמעס ווי עצות פאר הצלחה אין די הויכע עשאלאנען פון דער ביזנעס-וועלט (“עקזעקוטיוו פּאַוער”), וויאזוי צו דערשמעקן ווען עמיצער פארפירט א צווייטן מיט שקרים (“נעווער בי לייד טו עגען”), עצות שלום צו מאכן מיט שונאים און שווערע מענטשן (“מעיק פּיעס ווהיט עניוואָן”), הדרכה פאר א מענטש זיך מקבל צו זיין און נישט פארפאלן ווערן אין א מבול פון זעלבסט-קריטיק און נידעריגער זעלבסשאץ (“איף גאַד וועיר יור טערעפּיסט”), און נאך – אלע פון וועלכע זענען שטורעמיש אפלאדירט געווארן דורך מאסן מענטשן, אריינגערעכנט אויסגערופענע עקספערטן און אנערקענטע פערזענליכקייטן.

דר. ליבערמאן האט אויך פארעפנטליכט עטליכע ביכער געווידמעט ספעציעל דער פרום-אידישער וועלט, ווי “ריעל פּאַוער”, עצות און אנווייזונגען וויאזוי איבערצוקומען די נאטירליכע שוואכקייטן און זיך אויפבויען אלס א געזונטער, באלאנסירטער מענטש על-פי תורה; א בוך וועגן לעבן בשלום מיט אנדערע, לייזן קאנפליקטן און פארענדיגן מחלוקת און קריגערייען בין איש ובין אחיו און צווישן קרובי משפחה; און זיין לעצטן בוך, וואס באהאנדלט דעם ענין פון בחירה און דעם כוח פון תפילה, וואספארא ראלע זי שפילט אין בייטן און אנטשיידן א מענטש’ס גורל.

דער דאזיגער עקספערט איז אן אפטער גאסט ביי אידישע צוזאמקונפטן און ווערט כסדר פארבעטן דורך כל’ערליי ארגאניזאציעס, ווי אגודת-ישראל קאנווענשאנס, שבת קרבתנו, פּראַדזשעקט אינספּייער, און נאך.

מיט זיין עקספערטיז און תורה’דיגע קענטעניסן, האט דר. ליבערמאן א סך דערפארונג מיט’ן היימישן ציבור, וועמענ’ס אייגנארטיגן מהלך המחשבה און לעבנסשטייגער ער קען גוט.

 

היימישע פראבלעמען

די סאמע ערשטע פראגע וואס פאסט זיך צו שטעלן פאר אן עקספערט וואס קען ביידן, אונזער וועלט און די געזעלשאפט אינדרויסן פון די חרדי’שע חומות, איז וואס עס זענען די זאכן וואס פלאגן ספעציפיש אונזער געזעלשאפט.

אין דערווארטונג אויף א עפעס א שטרענגען, שארפן מענה-לשון וועגן די קרימקייטן וואס זענען פארווארצלט אין אונזער מחנה, האב איך איינגענומען א טיפן אטעם און זיך באקוועם געמאכט אויפ’ן בענקל. דער ענטפער איז געקומען, אבער ער איז געווען סך פשוט’ער ווי איך האב זיך גערישט: “גארנישט באזונדערס. מיר מוטשען זיך מער-ווייניגער מיט די זעלבע שוועריגקייטן ווי אלע אנדערע מענטשן,” הגם א שיינע צאל פסיכישע פראבלעמען זענען ביי אונז בכלל, אדער כמעט נישטא.

די דברים הצריכים תיקון זענען בדרך כלל פארבינדן מיט חינוך, שלום בית, און אלגעמיינע באציאונגען פון איין מענטש צום צווייטן און, ברייטער ארומגענומען די זאך, פון איין גרופע מענטשן צו דער אנדערער.

וואס יא, די גאנגבארע פסיכאלאגישע שוועריגקייטן, וואס זענען בנמצא בשפע ביי מענטשן בכלל, נעמען ביי אונז אפטמאל מאל אן אנדערע צורה, אן אייגנארטיגן פארמאט, וואס פארלאנגט שוין יא ספעציעלע עקספערטיז.

אבער בכלל אזוי זענען מיר נישט ווייניגער געזונט ווי מענטשן אין אלגעמיין. אויב עפעס, איז דער מצב דווקא פארקערט.

פאראן איין פסיכישער פראבלעם וואס פלאגט לויט דר. ליבערמאנ’ס אויפפאסונג יא מער אונזערע מענטשן ווי אין אלגעמיין. אביסל אנדערש פארמולירט: דער פראבלעם שפילט ביי אונז א גרעסערע ראלע און איז עלול צו צעשאקלען די יסודות פונעם מענטש, פונעם היימישן איד, אויף אן ערגערן פארנעם ווי ביי אנדערע. דער נעמליכער פראבלעם רופט זיך מיט’ן שם הכולל ‘ענקזייעטי’, וואס פארטייטשט זיך אלס ‘אַנגסט’, אנגעצויגנקייט, א פארשטייפטער מצב רוח.

אנגסט איז א מצב פאר זיך, אבער חוץ זיין א פראבלעם כשלעצמו, האט ענקזייעטי א טענדענץ זיך איבערצוגיסן אין אלע אנדערע מצבים פונעם לעבן, און אריבערטראגן שווערע סיטואציעס אויף שלעכטע שינעס, וועלכע פירן פראבלעמען פון שלעכט צו ערגער.

“שלום בית, חינוך, באציאונגען מיט זיך און אנדערע מענטשן – אלעס ווערט מער צעשאקלט און צעבלאזן, ווען ענקזייעטי באווייזט אריינצוקריכן אינעם מענטש,” ווייזט דר. ליבערמאן אן.

ליבערמאן איז איבערצייגט, אז דער עיקר סיבה וואס האט אריינגעפירט אזויפיל אנגסט אינעם חרדי’שן לעבן אין די לעצטערע צייטן, האט צוטאן מיט’ן פאקט וואס די נישט-אידישע קולטור האט זיך לעצטנס מער אריינגעריסן אינעם היימישן לעבנסשטייגער.

“אונזער לעבן איז אויסגעשטעלט אזוי אנדערש ווי דעם מהלך החיים אינדרויסן,” זאגט דר. ליבערמאן. “און ווען דער גוי’שער שטראם רייסט זיך אריין אין אונזערע שטיבער, ברענגט ער מיט אן אנגעצויגנקייט.”

דער איבערפלוס פון לוקסוס און מותרות, דאס לייגן א דגש אויף חיצוניות, אויף די אויסערליכע חלקים פונעם לעבן, האט אמאל נישט פארנומען אזא וויכטיג ארט אין אונזערע קרייזן. דאס האט זיך אבער געביטן, און וואס א דור שפעטער, זענען אלץ מער מענטשן, אלץ מער פארנומען מיט גשמיות, מיט מאטעריאליסטישע געברויכן, וועלכע זענען בעצם נישט וויכטיג פאר קיינעם, אבער רייסן זיך אלץ נאנטער צום אויבנאן פון לעבנס-פריאריטעטן.

שיינע הייזער און טייערע אויטאמאבילן, אויפרייסערישע שמחות און טייערע וואקאציעס – דאס זענען זאכן וואס ווערן אלץ מער געטאן בתורת ‘מוז’, אלס א טייל פונעם רוטין, ווייל ‘אזוי טוט מען’. מען טוט אזוי, נישט ווייל מען דארף עס באמת אדער ווייל זיי קומען דינען באשטימטע נויטיגע צוועקן, נאר ווייל זיי האבן פון איבעריגע זאכן זיך אריבערגעטראגן צו דער קאטעגאריע פון נויטווענדיגקייטן.

“דער חרדי’ש-ארטאדאקסישער לעבנסשטייגער קומט נישט אויס ביליג און אונזערע ספעציפישע געברויכן קאסטן א מטבע. ווען צו דעם אלעם קומט נאך אריין דאס פארשווענדערישע לעבן פון דער דרויסנדער גאס, טרעפן מיר זיך מיט אויסגאבן וואס קאסטן א מאיאנטעק, און רוב-רובם פון אונז קען זיך נישט דערלויבן.”

דער היימישער סדר החיים קאסט א סך, און אפילו ווען א חרדי’שער איד לעבט אויף א פשוט’ן סטאנדארט, זענען די אויסגאבן העכער ווי דעם דורכשניט. ווען די השגות, און מיט זיי אינאיינעם די הוצאות פון לוקסוס און שוואוילטאג, קריכן אריין אינעם לעבן און בערזל, טרעפט מען זיך דערשטיקט. פארשידענע זאכן וואס באלאנגען נישט אין אונזער לאגער האבן זיך אזוי באקוועם אריינגעזעצט אין אונזערע רייען, אז די גרעניצן פון ‘מוז’ און ‘מהיכי-תיתי’ ווערן ביסלעכווייז צעשוואנקען, און מ’ווייסט שוין אליין נישט ווי מ’וואלט געקענט – אייגנטליך געדארפט – שניידן. אלעס ווערט פארוואנדלט אין איין גרויסן שטיק שווארץ-גרוי, און דער מענטש ווערט גייסטיג צעדריקט.

ומכאן, אן אנגסט וואס מ’האט ביי אונז אין פריערדיגע דורות נישט געזען.

 

א כוואליע פון גערודער

ווער איז שולדיג אינעם גוי’אישקייט-פלעק, וואס האט ווי א צעשפרייטנדער נגע זיך באוויזן אויף די אידישע מלבושים? דר. ליבערמאן האט דעם ענטפער: דער פענאמען פון דער קאמפיוטער-וועלט און קלוגע טעלעפאנען.

“אמאל,” איז ער מסביר, “איז די דרויסנדע וועלט געווען – אינדרויסן. כדי זיך איינצוטינקען אין גוי’אישקייט, האט זיך געפאדערט ארויסצוגיין פון דער חומה, וואס האט באשיצט אונזער לעבן.” היינט זיצט די פרעמדע קולטור ביי דער ארבעט, אין טאש, און אפילו אין שטוב. מענטשן ארבעטן און מיט דער ארבעט קומט א סך מאל דער קאמפיוטער און מיט אים – די ווירטואלע וועלט. דער גרינגער צוטריט צו דער גוי’שער וועלט האט גורם געווען, אז פארשידענע אספעקטן פון יענער פרעמדער קולטור האט זיך אריינגעריסן צו אונז – צו אונזערע קעפ, שטיבער, און השגות.

און די רעדע איז נישט דווקא פון דער סאמע טונקעלער זייט וואס געפינט זיך פארשטעקט דארט ווייט אינדרויסן פון אונזער לאגער, נאר אפילו סתם פרעמדע השקפות און אומהיימליכע השגות. “מען דארף פילטערן דעם אינטערנעט, נישט נאר פון די אומריינע ענינים, נאר אויך פון דער גוי’אישקייט,” וואס איז בהכרח אריינגעוועבט אינעם אינטערנעט. דער אינטערנעטישער אינפארמאציע-פלייץ שלעפט אין בעסטן פאל מיט די דרויסנדע קולטור, די ווערטן און פריאריטעטן פון דער אלגעמיינער געזעלשאפט.

“מיר דארפן פילטערן אונזער וועלט, כדי צו פארזיכערן אז מיר פארבלייבן מיט אונזערע יסודות’דיגע ווערטן, מיט די ריינע אידישע השגות. אנדערש ווערן מיר בהדרגה פאר’גוי’אישט.”

דער ‘דרויסן’ שטייט אין שארפן קאנטראסט צום אינעווייניג, און ווען די צוויי שמעלצן זיך צונויף, טרעפט מען זיך מיט צוויי גרופעס השגות, וואס זענען זיך סותר איינע די אנדערע. ווען צוויי קעגנגעזעצטע כוחות רייבן זיך אן איינער אין אנדערן, מאכט זיך א שפאנונג, אן אנגעצויגנקייט – אן אנגסט. אין געאלאגיע, די חכמה פון פארשן די ערד, ווייסט מען אז אן ערדציטערניש איז די תוצאה פון צוויי ריזיגע שטיינערנע פּלאַטעס טיף אונטער דער ערד, וואס שטויסן זיך אן איינע אין דער צווייטער. מיר זיצן היינט אויף א ראיאן וואס זיצט זיך צווישן צוויי קעגנגעזעצטע קולטורן. וואס נאנטער עמיצער רוקט זיך צום שפאלט, אלץ מער שפאנונג פילט ער, אלץ טיפער דער ריס, אלץ פארשטייפטער די אנגסט, און אלץ שארפער פילט ער די טרייסלען.

אבער ס’איז נישט נאר די גוי’אישקייט. די קאמפיוטער-וועלט האט אריינגעפירט די וועלט בכלל אין א נייער עפאכע פון ‘באלדיגער אינפארמאציע’ און ‘אויגנבליקליכער קאמוניקאציע’. אלעס געשעט שנעל. יעדע אויפגאבע דארף גיך אויסגעפירט ווערן. די קלאר-אנגעצייכנטע גרעניצן וואס פלעגט דורות-לאנג זיצן צווישן די פארשידענע פאראנטווארטליכקייטן פונעם לעבן, ווערן שנעל פארשווינדן. אלעס געשעט אויפאמאל; דאווענען, עסן, ארבעטן, פארברענגען מיט דער משפחה, זיך אויסלופטערן, רעדן מיט אנדערע מענטשן אא”וו האבן פון באזונדערע אויפגאבעס, וואס ווערן אויסגעפירט אין באזונדערע צייטן, זיך צוזאמגעגאסן אין איין גרויסן געשפענסט, וואס באשטייט בעצם פון אלעם און גארנישט בבת אחת.

דער פועל יוצא פון דעם דיגיטאליזירטן לעבנסשטייגער איז, א מין שגעון וואס האט ארומגעכאפט די גאנצע וועלט. “מענטשן האבן היינט זערא פאקוס. דאס כסדר זיין מקושר האט אזוי אויסגעשטעלט דעם מוח, אז ער דערווארט כסדר’דיגע סטימולאציע. ער מוז זיין פארנומען מיט עפעס יעדע רגע. אנדערש וועלן די נערוון זיך צעשפילן.”

מענטשן ווערן נערוועז פון דעם מינדסטן ריר. מען טוט כסדר עטליכע אויפגאבעס אויפאמאל, און ווען עס קומט אונטער א מצב וואס פארלאנגט קאנצענטראציע, ווערט דער מענטש ארומגענומען מיט א געפיל פון הילפלאזיגקייט און ער טרעפט זיך א פארלוירענער. “עמיצער וואס גייט ארום מיט א סמארטפאון אין טאש און לעשט עס נישט אויס דא און דארט, וועט פריער צי שפעטער משוגע ווערן, אויב איז ער נאכנישט געווארן,” פסק’נט דער דאקטאר.

די בעסטע רפואה צו דער אינפארמאציע-פלייץ צרה איז, צו דווקא יא פאקוסירן אויף איין זאך אויפאמאל. ווי שטארק דער דראנג זיך אפצושטעלן אינמיטן און זיך ווענדן צו עפעס אנדערש, דארף דער מענטש זיך אויסלערנען צו פאקוסירן דעם קאפ און חושים אויף יעדער אויפגאבע באזונדער. “ס’איז פשוט נישט מעגליך צו טאן אלעס אויפאמאל און בלייבן ביים קלארן זינען.”

דער איבערפלוס פון היסח-הדעת און פיזור הנפש פלאגט די גאנצע וועלט, נישט נאר אונזער מחנה. ביי אונז קומט אבער צו דער פאקט, וואס אונזער לעבן איז אויסגעשטעלט אזוי אנדערש ווי דעם סארט וואס די ‘קלוגע’ וועלט דיקטירט, אז די באגעגעניש צווישן די צוויי ברענגט אזויפיל רייבערייען און סתירה’דיגע כוחות אינעם נפש, אז א טיפע אנגסט איז נישט מער ווי א נאטירליכע תוצאה פון א רעש’יגן צוזאמשטויס פון קאנטראסטן.

דא קומט נאך צו דער אידישקייט-פאקטאר, וואס פאדערט דווקא יא קאנצענטראציע אויף א לענגערער צייט. “א גוי קען לעבן אן דארפן פאקוסירן אויף עפעס אויף צו לאנג,” ווייזט דר. ליבערמאן אן. “ער דארף נישט דאווענען און פארמאגט נישט די מצוות און חיובים פונעם איד. ער פילט אויך נישט די וויכטיגקייט פון האבן א קשר מיט’ן רבונו של עולם.” אזא מענטש קען טאקע אנגיין מיט’ן לעבן, אפילו אויב ער טרעפט זיך פארקויפט פאר א געצייג, וואס רויבט אים צו די מנוחה און באשרענקט אלץ מער זיין מעגליכקייט פאר קאנצענטראציע.” וואס קען שוין געשען: וועט ער נישט צולייגן קאפ פאר לענגער ווי אנדערטהאלבן מינוט…

מיר זענען אנדערש. און אונזער אנדערשקייט דערהייבט נישט דעם צעהאקטן פאקוס און צעקאליעטשעטע קאנצענטראציע. א איד דארף דאווענען און ‘עוסק’ זיין און פארשידענע מעשים און פעולות, וואס בעטן זיך פאר’ן מענטש’ס אויפמערקזאמקייט.

אט די שפאנונג פירט צו א וואקסנדער מאס אנגסט אין אונזערע רייען. שפאנונג איז ממש א ברודער מיט אנגסט, און אנגסט איז דער בעסטער אינגרידיאנט צו פארשארפן יעדן אנדערן פסיכישן, גייסטיגן, אדער עמאציאנעלן פראבלעם.

“שבת איז ממש א ברכה,” ווייזט דר. ליבערמאן אן. עס גיט אונז די געלעגנהייט זיך אויסצושאלטערן פונעם טומל און דרוק-געמיש, וואס לויפט אונז נאך און פאראויס דורכאויס דער וואך. די ברכה פון שבת איז אייביג געווען שייך; אין אונזער צעטומלטער תקופה קומט אבער די מעלה פון שבת על-פי פשוט-פשט נאך שארפער ארויס. די טעלעפאנען ווערן פארמאכט, און דער מענטש באקומט די ברירה צו געניסן פון דער שבת’דיגער מנוחה, אינאיינעם מיט די נאנטסטע און טייערסטע וואס א מענטש פארמאגט אויף דער וועלט.

 

אלקאהאל און אדיקשאנס

ס’קען זיין אז דאס איז צום פארדאנקען די שפאנונג און אנגסט, און מסתמא זענען פאראן נאך גורמים וואס פירן דערצו, אבער די דערשיינונג פון אנגעוויזנקייט, ‘אדיקשאנס’, צו אויסערליכע מעשים און סובסטאנצן, איז אויך געווארן אן אפטערער גאסט אין אידישע שטיבער.

ס’איז נישט נאר אלקאהאל, א משקה צו וועלכער אלץ מער היימישע אידן ווערן לעצטנס צוגעבינדן, נאר אויך אנדערע ‘זאכן’, אריינגערעכנט פּרעסקריפּשאן דראגס מכל המינים, און אפילו גלאט אזוי דראגס.

דאס זענען בעצם זאכן וואס פאלן באקוועם אריין אין דער קאטעגאריע פון מכת מדינה. א ריזיגער פראצענט פון דער באפעלקערונג אין די פאראייניגטע שטאטן איז קשורה ככלב אין איינעם, צי מער ווי איין, פון די גאנגבארע אדיקשאנס – אינטערנעט, דראגס, אלקאהאל, אא”וו. ביי אונז איז דער מצב אומפארגלייכליך בעסער, ב”ה, אבער דער פראבלעם איז פארט א מציאות און אויב ער איז דא און ווערט נאר גרעסער, איז ווארשיינליך צייט צו טאן עפעס דערוועגן.

נו, וואס קען מען טאן?

“די ערשטע זאך איז, צו זיין באוואוסטזיניג וועגן דעם פראבלעם. מ’דארף רעדן און עס אויסשמועסן. זאלן די וואס ווייסן נישט געוואויר ווערן פון א מעגליכן מציאות, אז זייערס א נאנטער – עס קען חלילה זיין אן אייגן קינד – קען אין דעם אטמאספער וואס הערשט היינט אויף דער גאס, אריינפאלן אין אן אדיקשאן-פאסטקע.”

דאס רעדן וועגן די זאכן אין דער עפנטליכקייט ברענגט אבער אויף אן אנדערן פראבלעם, אז עס ברענגט ‘אהיים’ ידיעות וועלכע א סך פון אונז ווייסן נישט. דער עצם וויסן קען פאר זיך צומאל נאנטער ברענגען דעם פראבלעם צו אזעלכע וואס וואלטן, מחמת חסרון ידיעה, זיך דערמיט קיינמאל נישט אנגעשטויסן.

דר. ליבערמאן אנערקענט אז דאס עסק איז נישט אזוי פשוט, אבער האלט פארט אז לכל הפחות די עלטערן און מחנכים דארפן יא וויסן. זיי, די אין וועמענ’ס הענט די וואוילזיין און צוקונפט פון אונזערע קינדער געפינען זיך, דארפן וויסן וואס עס טוט זיך אויף די הינטער-געסלעך פון אונזערע היימען, און די איבלען מיט וועלכע אונזערע קינדער קענען זיך אפשר אנשטויסן. די מעגליכקייט קען זיין א ווייטע, אבער אזוי לאנג ווי ס’איז אן אפשר, דארפן עלטערן און מחנכים וויסן דערוועגן.

זעלבסטפארשטענדליך, אז א נאנטן קשר מיט’ן קינד איז נאך אלץ די בעסטע באווארענונגס-מיטל, ווי אויך דער גרינגסטער אופן צו כאפן א פראבלעם פון דעם מין גענוג פרי. מיטהאלטן מיט’ן קינד’ס לעבן, ווידמען צייט צו רעדן און פארברענגען מיט זיי, וועט געבן די עלטערן נישט נאר א געלעגנהייט צו אנטוויקלען אן אזוי-וויכטיגן אינטימען קשר מיט’ן קינד, נאר אויך די מעגליכקייט צו באמערקן שינויים אינעם קינד’ס אויפפירונג.

“דאס, א נאנטן שייכות מיט’ן קינד, איז א כלל גדול אין חינוך בכלל,” פירט דר. ליבערמאן אויס.

דערנאך דארפן די עלטערן פשוט ווייזן די קינדער דעם וועג דורך דעם אייגענעם התנהגות. טרינקען איבער דער מאס, וואס איז כולל זיך אנ’שיכור’ן ביי א קידוש, גיט א שלעכטן מעסעדזש פאר’ן יונגערן דור. ווען זיי זעען די גרויסע פארפאלן ווערן אין אלקאהאל און זיך אויפפירן אויף דעם אופן ווי שארפע געטראנקען קענען פירן דעם מענטש זיך אויפצופירן, נעמען די קינדער און בחורים ארויס אן אומגעוואונטשענעם דוגמא, וואס זיי וועלן זייער מעגליך נאכמאכן ווען די געלעגנהייט וועט אונטערקומען.

 

מעדיצין און פראפעסיאנאלע הילף

עס זענען פאראן מצבים און אומשטענדן, וואס פארלאנגען פון א ליידנדן זיך צו לאזן פארשרייבן מעדיצינען. מעדיצין בכלל, שוין אפגערעדט די וואס קומען באהאנדלען פסיכישע מצבים, איז א קאמפליצירטע סוגיא מיט צדדים און צדי צדדים לכאן ולכאן ולהלן.

מעדיצין איז אפשר נישט די ערשטע ברירה, אבער צומאל איז זי די איינציגע. אין אזעלכע פאלן, דארף מען טאן וואס ס’פעלט זיך אויס צו פארבעסערן דעם מצב. “אויב עמיצער ליידט, איז ער מחויב זיך צו העלפן,” טראגט דער דאקטאר ארויס דעם פסק. “ס’זענען פאראן עלטערן, וואס פרובירן אויסצומיידן די מעדיצין-מעגליכקייט, צוליב דער סטיגמא וואס באגלייט דעם פענאמען, אבער א מענטש מוז האנדלען מיט אחריות.”

און, ווי געזאגט, עס זענען פאראן נאך זאכן, עצות, און מיטלען וואס קענען צוהעלפן. פארשידענע נוטרישאן-צוגאבן קענען צולייגן א פלייצע; איבונגען איז בכל אופן געזונט, נישט נאר פאר’ן פיזישן געזונט נאר אויך דעם גייסטיגן. דערצו זענען פאראן פארשידנערליי עסנווארג פון וועלכע ס’איז גוט אוועקצושטיין, און זיי רעדוצירן פון דער דיעטע קען אויך העלפן דעם מענטש פילן בעסער.

איין זאך איז זיכער: די וועלט פון גייסטיגן געזונט איז פיל מער קאמפליצירט ווי א מעדיצינישע פראפעסיע. דר. ליבערמאן, אליין א געשולטער מומחה אין פסיכאלאגישע ענינים, איז איבערצייגט אז די סוגיא פון גייסטיגן געזונט איז נישט קיין ‘סייענס’, אן ענין וואס באלאנגט אויסדריקליך אינעם תחום פון דער וויסנשאפט, נאר א קאמבינאציע פון סייענס און קונסט.

“און דערפאר זאל מען אייביג זוכן כאטש צוויי מיינונגען, פון צוויי אומאפהענגיגע פראפעסיאנאלן,” ווייזט ער אן. “אויב זאגט אייך א פסיכאטער אז ס’פעלט נישט אויס צו זוכן א ‘סעקאנד אפּיניאן’, זאלט איר פון יענעם תיכף אנטלויפן…”

וויאזוי ווייסט מען וועלכע פון די צוויי מיינונגען אויסצוקלויבן?

דר. ליבערמאן האט אויף דעם צוויי נישט-כללית’דיגע כללים. איין זאך וואס איז גוט צו נעמען אין חשבון ביים פאסן דעם באשלוס, איז צו פאלגן דעם פראפעסיאנאל וואס פארלאנגט ווייניגער, אדער א שוואכערן מעדיצין. די דאזיגע דראגס זענען דאך, ווי געזאגט, נישט אייביג די ערשטע און בעסטע ברירה; איז אפטמאל ראטזאם צו גיין מיט’ן מהלך פון דעם וואס שלאגט פאָר ווייניגער, אדער א קלענערע דאזע פון מעדיצין.

“דערנאך דארף מען אייביג אפן לאזן די מעגליכקייט פון גיין צו א דריטן.” דער דריטער קען אויפקומען מיט זיין אייגענעם דיאגנאז און רפואה, אבער ער קען אפשר אויך אנטשיידן צווישן די ביידע פריערדיגע מיינונגען – וועלכע פון די צוויי לייגן זיך אים מער אויפ’ן שכל.

וואס טוט זיך מכח היימיש קעגן א נישט-היימישן טעראפיסט: איזהו מהם עדיף?

אין דעם זענען פאראן חילוקי דעות, אבער דר. ליבערמאן האלט אז אויב האנדלט זיך עס אין א פראבלעם וואס האט פאר זיך נישט קיין שייכות מיט אידישקייט אדער אונזער לעבנסשטייגער, איז כדאי זיך צו ווענדן צום בעסטן טעראפיסט וואס מ’קען נאר באקומען. אויב איז עס א כללית’דיגער צושטאנד, וואס איז אומאפהענגיג פון השקפה און מסורה, איז דעם טעראפיסט’ס פערזענליכער הינטערגרונט און מיינונגען ווייניגער נוגע, ווי ווען עס האנדלט זיך אין עפעס וואס איז יא פארוויקלט אין אונזער מהלך החיים. קאמפליקאציעס מיט OCD, אדער אומשטענדן וואס נעמען אריין זאכן ווי כיבוד אב, שלום בית, און ענליכס, דארפן יא אדרעסירט ווערן צו א מומחה וואס פארשטייט אונזערע השקפות און וועג פון לעבן. אנצוכאפן OCD אלס ביישפיל, זענען פאראן מצוות און מנהגים וואס זענען הייליג און טייער, אבער עמיצער פון דרויסן וועט זיי נישט פארשטיין, און אנשטאט פונאנדערוויקלען און אפטיילן צווישן דעם פסיכישן פראבלעם און דעם עצם חלק אידישקייט וואס איז פארכאפט געווארן אין דעם OCD, איז ער אומשטאנד אוועקצומאכן און מזלזל זיין אין דער גאנצער זאך.

מען דארף אין אזעלכע פאלן ניצן שכל און אביסל דעת, און, ווי פארשטענדליך, דורכשמועסן די פרטים מיט א דעת תורה.

 

דער געראנגל צווישן עגא, נפש, און נשמה

פסיכישע פראבלעמען, ווי סתם אזוי בכלל מענטשליכע שוואכקייטן, זענען אבער אין א וועג נישט מער ווי שטארקע סימפטאמען פון מער-כללית’דיגע יסודות פונעם מין מענטש, באשר הוא אדם. א מענטש איז באשאפן געווארן מיט שוואכקייטן און פערזענליכע שוואכקייטן, וואס יעדער יחיד דארף אויסארבעטן, אויסשלייפן, און אויסבעסערן. דערפאר זענען מיר דאך אראפגעקומען אויף דער וועלט, כדי צוריק אהיימצוגיין נאך די הונדערט-און-צוואנציג בעסער ווי מיר זענען געווען ביים אנקומען אהער.

לאמיר אריינטראגן דעם געדאנק אין ווירקליכן, טאג-טעגליכן לעבן און דאן זיך אומקערן צום גרונט-ענין שבו.

ס’מאכט זיך ביי יעדן מענטש, אז ער שטייט אויף, ווי מ’זאגט, ‘אויף דער לינקער זייט’. דער מענטש וועקט זיך אויף, און נאך איידער ער האט די געלעגנהייט צו זאגן ‘מודה אני’ און אפגיסן נעגל-וואסער, איז ער שוין צערייצט און גערעגט, גרייט צו אטאקירן וואס און ווער ס’וועט אים נאר אונטערקומען. דער יענער, אדער עפעס, דארף גארנישט טאן; דער נארוואס-דערוועקטער מענטש וועט שוין טרעפן די סיבה אויף וואס ארויפצוקריכן. ער ווארט ממש אויף א געלעגנהייט זיך אנצוטשעפען אין עפעס אדער עמיצן, אויף וואס אדער וועמען ער זאל קענען אויסגיסן דאס פעקל נעגאטיווער ענערגיע, וואס האט זיך אים אנגעזאמלט דורכאויס דער נאכט.

פון דער אנדערער זייט, טרעפן מיר זיך צומאל מיט א פארקערטן היכי-תמצא, פון זיך אויפוועקן אינדערפרי גענצליך גוטמוטיג, פריש, און פאזיטיוו געשטימט, אז ס’איז א מחי’. מיר פילן זיך אין אזא פאל פולשטענדיג גרייט צו אנטפאנגען דעם טאג און אלעס וואס ער וועט נאר ברענגען. מיר זענען אפילו גרייט זיך צו טרעפן אלס דעם צילברעט פון עמיצן וואס איז יא אויפגעשטאנען אין א שלעכטער שטימונג, און מיר שפירן אז יענער קען אונז בשום אופן נישט מיטשלעפן מיט זיין נעגאטיוון געמיט. זאל ער זאגן וואס ער וויל, און מיר וועלן בלייבן גוט געלוינט, צופרידן, קלאר און פעסט ביי זיך.

פארוואס איז דאס אזוי? וואס איז די סיבה פארוואס אמאל טרעפן מיר זיך אויף דער רעכטער זייט, און אין אנדערע פאלן שטייען מיר אויף גערעגט און צע’ברוגז’ט? פארוואס זענען אונזערע גוסטעס נישט קאנטראלירט? פארוואס פעלט די דאזיגע קריטישע איינהייטליכקייט אין אונזערע שטימונגען?

די פראגע האט אן ענטפער, אבער איידער די תשובה ווערט געגעבן, איז כדאי זיך אפצושטעלן אויף נאך אן ענין אין דער סוגיא פון שטימונגען. איר קענט יענעם אוממענטש, וועמען איר האט אריינגעלאזט אין אייער ליניע אויפ’ן הייוועי, אבער האט זיך נישט גענומען די מי אייך צו געבן דאס האנט-שאקל לסימן ‘יישר כח’? אדער, עמיצער וואס האט זיך אריינגעדרייט פון א זייטיג געסל אין פראנט פון אייך, און גורם געווען אייך צו פארלאנגזאמען דעם געלויף פון אייער אויטאמאביל?

פארוואס פילן מיר אין אזעלכע פאלן דעם דראנג יענעם אנצויאגן, און אראפלאזן צוויי פייערדיגע פעטש? פארוואס צעבייזערן מיר זיך אויף מענטשן וועמען מיר הייבן נישט אן צו קענען און וועלן זייער מעגליך קיינמאל מער נישט באגעגענען אין לעבן, וואס האבן אונז ‘פוגע בכבוד’ געווען אויף א מינדערוויכטיגן אופן, אן קיין שום ממשות’דיגע, פראקטישע אויסווירקונגען?

דעם ענטפער אויף די פראגעס וויקלט דר. דעיוויד ליבערמאן איין אין א גרעסערן הסבר, וואס קריכט אריין אין די קישקעס פון דער מענטשליכער פסיכיק.

קודם, א כלל. יעדער מענטש ווערט באשאפן מיט א טענדענץ פון זיך אליין ליב האבן. “אדם קרוב אצל עצמו,” זאגן אונז חז”ל. דאס איז א פשוט’ע מציאות, אויף וועלכן יעדער קען מעיד זיין פון אייגענער דערפארונג: ‘איך קום פאר יענעם’. יעדער ווייסט וויאזוי ער שפירט כלפי זיך אליין. יעדער יחיד ווייסט, אז אפגעזען פון דער מאס זעלבסווירדע וואס ער האט, בלייבט ער מיט’ן געפיל פון ליבשאפט צו זיך אליין – אפילו ווען דאס ווערט פארשטופט און באהאלטן אין די טיפענישן פון זיין וועזן.

דר. ליבערמאן שטעלט אוועק א הנחה, אז יעדער מענטש באשטייט פון דריי עיקר חלקים: דעם גוף, דעם עגא, און דעם נפש. יעדער פון די דריי פארמאגט זיינע אייגענע נטיות און רצונות, וואס זענען נישט דווקא מסכים איינער מיט’ן צווייטן. דער קערפער שטופט דעם מענטש צו טאן וואס עס פילט גוט. דער עגא – א מאדערנער טערמין פאר אונזער אלטן, באקאנטן יצר הרע – וויל אז דער מענטש זאל טאן וואס ס’זעט אויס גוט. דער נפש – די נשמה, צי יצר טוב – שטרעבט אז דער מענטש זאל טאן וואס איז באמת גוט.

אין א ווארט: א מענטש טראגט זיך ארום מיט דריי קעגנגעזעצטע כוחות, וואס שטופן אים אין דריי אנדערע ריכטונגען: טאן וואס פילט גוט (גוף), וואס זעט אויס גוט (עגא/יצר הרע), אדער וואס איז באמת גוט (נשמה).

“ווען דער זייגער צעקלינגט זיך אינדערפרי,” איז דר. ליבערמאן מסביר, “און דאס באוואוסטזיין קערט זיך צוריק צום מענטש, הייבט זיך באלד אן א קריגעריי צווישן די דריי, ווער ס’זאל נעמען דעם קאנטראל איבער’ן באלעבאס – וועמען דער מענטש זאל פאלגן און וויאזוי זיינע ערשטע שריט אריין אינעם נייעם טאג זאלן אויסזען.” ווען דער מענטש טרעפט זיך אין א צערייצטער, צעבייזערטער שטימונג, איז דער פשט אז דער עגא האט זיך אריינגעזעצט ביים דרייווער’ס זיץ און פירט די זאך לויט זיין געשמאק. פון דער אנדערער זייט, ווען דער מענטש פילט גוט מיט זיך אליין און האט די קראפט צו האנדלען מיט אונטערקומענדע מצבים אויף א געזונטן אופן, מיינט עס אז די ריינע נקודה אין אים, די נשמה, האט גענומען דעם קאנטראל.

 

דאס חירות פון זעלבסט-חשיבות

דאס ווייסן מיר פון אייגענער דערפארונג, אז זיך צושטעלן צו די דיקטאטן פונעם גוף און עגא, פילט צום סוף נישט צו גוט. ווען עמיצער גיט זיך אונטער די רצונות פונעם קערפער, עסט זיך איבער אדער שלאפט ביז שפעט, פילט ער זיך דערנאך ווי א שמאטע. דאס זעלבע איז מיט’ן עגא – וועמענ’ס עיקר ציל, אגב, איז זיך אהערצושטעלן כלפי חוץ אנדערש ווי דער מענטש איז באמת. לאזן פאלן א גוטן וויץ אויף א צווייטנ’ס חשבון, גיט דעם גוטזאגער א באלדיגן הרגש פון מאכט און כוח, וואס וועפט אבער פריער צי שפעטער אויס, און לאזט איבער דעם מענטש מיט א שלעכט נאכגעפיל.

דאס איז וואס דער עגא האט ליב צו טאן, און וואס גרעסער דער חילוק צווישן וויאזוי דער עגא פירט דעם מענטש זיך אהערצושטעלן און וואס ער איז באמת, אלץ שווערער קומט עס אן צו טאן, אלץ מער גייסטיגע כוחות קאסט עס, און אלץ מער ענערגיע שעפט עס פונעם מענטש.

די ביידע קרעפטן וואס ווירקן אינעם מענטש, גוף און עגא, לאזן איבער דעם יחיד מיט א געפיל פון פוסטקייט. זיך אונטערגעבן צו איינעם פון די צוויי אימפולסן, גיט אפשר אויף דער מינוט א גוט געפיל – וואס וועפט אבער שנעל אויס און לאזט דעם מענטש איבער זיך פילן פוסט און ליידיג.

“די איינציגע זאך וואס בויט אויף עמיצנ’ס זעלבסווירדע איז, דאס פאלגן די אנווייזונגען פון זיין נשמה. ווען עמיצער טוט וואס טיף ביי זיך ווייסט ער איז גוט און ריכטיג, פילט ער דערנאך שטארק, אין קאנטראל, און זיין דרך ארץ צו זיך אליין הייבט זיך,” ווייזט דר. ליבערמאן אן, און ציטירט פונעם בארימטן ‘קירוב’-פיאנער, הרב נח וויינבערג ז”ל, אז דער אונטערשייד צווישן א אידישן און נישט-אידישן אויסקוק אויפ’ן לעבן ליגט אין דעם, וואס דער נישט-אידישער זאגט דעם מענטש צו טאן וואס ס’פילט גוט, און דער אידישער דיקטירט צו טאן וואס דער מענטש וויל באמת טאן, וואס איז באמת גוט, טראץ די אימפולסן וואס שטופן צו טאן וואס פילט גוט.

“דאס הייסט אמת’ע חירות; דאס איז דער אופן וויאזוי אויפצובויען א געזונטע זעלבסווירדע.”

יעדער יחיד, ווי געזאגט, ווערט געבוירן מיט אן אינסטינקט, וואס וויל זיך אליין ליב האבן. וואס פאסירט ווען עמיצנ’ס געפיל כלפי זיך אליין איז געשעדיגט און פעלערהאפטיג – ווען ער איז נישט בכח זיך צו רעספעקטירן אויף דעם אופן ווי זיין געוויסן זאגט אים אונטער ער וואלט געדארפט? “ער ווענדט זיך צו דער וועלט אינדרויסן,” ווייזט דר. ליבערמאן אן. דער מענטש לאזט זיך ארויס זוכן די געפאדערטע אנערקענונג אז ער איז ‘גוט’ און ‘מסודר’ ביי אנדערע מענטשן. ווען ער באקומט עס נישט, פילט ער אנטוישונג און פרוסטראציע, וואס טייטשט זיך איבער אין א ריי נעגאטיווע געפילן וואס הייבן אן פלאגן דעם מענטש, ווי רוגזה, כעס, אנגסט, דעפרעסיע, און לבסוף, אנגעגעסנקייט.

אין איין ווארט: ווען א מענטש ווערט אנגעוויזן אויף אנדערע כדי צו פילן גוט מיט זיך אליין, וועט ער פריער צי שפעטער אנטוויקלען די נעגאטיווע געפילן וואס קומען דערמיט.

מיט א געזונטער מאס פון זעלבסרעספעקט און זעלבסווירדע, ווערט דער מענטש נישט קיין סך בארירט ווען עמיצער קרימט אויף אים אדער קוקט אים אן אזוי צי אנדערש. ס’איז קיין צינישער צוגאנג פון ‘ס’אינטערעסירט מיך נישט וואס אנדערע זאגן אויף מיר’ – וואס איז א סך מאל מער אזא צודעק צו באהאלטן די געפילן פון א שוואכן ‘איך’. א געזונטער מענטש ווערט נישט צעשאקלט פון קריטיק און א נעגאטיווער באמערקונג אויף זיין חשבון, ווייל זיין אינעווייניג איז געזונט און שטארק און פעסטגעבויט. ער דערהייבט א שאקל, און זיין אינערליכע ‘איך’ ווערט נישט דערפון צעפלאצט, ווייל ער איז לכתחילה נישט אנגעוויזן אויף דער הסכמה פון אנדערע.

יעדן שמעקט א קאמפלימענט און יעדער געזונטער מענטש וויל אז אנדערע זאלן האבן א פאזיטיוון בליק אויף אים. ס’איז אבער א ריזן חילוק צי דער קאמפלימענט קומט אנפילן א חלל, אדער פארצוקערן א געזונטן, אינערליכן ‘איך’. אינעם ערשטן פאל, איז דעם מענטשנ’ס גייסטיגן מציאות תלוי בדעת אחרים; אינעם צווייטן, דינט עס ווי א באנוס. אז ס’קומט אונטער איז דאך אוודאי גוט, און אויב נישט, איז אויך גוט.

דער תמצית הדברים איז, אז דער אופן וויאזוי דרויסנדע געשעענישן רופן זיך אפ ביים מענטש אינעווייניג, איז דער סך הכל פון וויאזוי מיר פילן כלפי זיך אליין. א געזונטער, אויפגעבויטער מענטש וועט זיך נישט קיין סך צעקראצן פון יענעמ’ס א נעגאטיוון קוק, בעת עמיצער וועמענס זעלבסט-חשיבות איז באזירט אויף וויאזוי ער ווערט געזען דורך אנדערע, וועט גרינג ארויסגיין פון די כלים ווען א צווייטער גיט אים א שטאך אדער קריטיק.

 

די פסיכאלאגיע פון “ראָוד רעידזש”

לאמיר נעמען דאס גאנצע פשעטל און עס אריינטראגן אין ווירקליכן לעבן. מיר אלע קענען דעם באגריף וואס איז באקאנט אלס רעדל-רוגזה – “ראָוד רעידזש” בלע”ז. צום ביישפיל, איר יאגט זיך אנצוקומען ערגעץ-וואו, און אין פראנט פון אייך, דווקא אויף דער סאמע לינקער ליניע, שטעלט זיך אוועק א קליין, ווייס קארעלע און שפאצירט זיך געמיטליך גענוי אויפ’ן ספיד לימיט (דהיינו, 55 אין א 50 מייל-פער-שעה זאנע, להוציא מלבן של וכו’). לאמיר זיין אפנהארציג און מודה זיין, אז דאס ערשטע געפיל וואס קומט אונטער איז אזא דראנג יענעם אנצוכאפן ביים מאָפלער און איבערדרייען אים, אינאיינעם מיט די זיסע טשאטשקעלעך וואס טאנצן אים אזוי חנ’עוודיג אויפ’ן הינטערשטן פענסטער, אזוי אז דער מאטאר מיט אלע קישקעס זאלן נתגלה ווערן בבושתם לעיני כל חי. (איך רעד שוין נישט ווען ביי יענעם בלייבן די לינקע בלינקערס אקטיוו נאכ’ן בניחותא אינוואדירן דעם לינקן “לעין”. די לפום-ריהטא’דיגע בלינצלען געבן נאך צו דעם טעם פון א פיינטליכן ווינק מיט די אויגן פון דער טאראסע אויפ’ן זיבעטן שטאק, בעת איך ליג אויסגעשטרעקט אין בלאטע בבגדי יום טוב.)

די סצענע און רוגזה וואס זי שפילט אויף איז אייך מסתמא נישט פרעמד. און – לאמיר בלייבן אויפריכטיג מיט זיך אליין פאר נאך א מינוט – די ערשטע זאך וואס מיר טוען געווענליך אין אזא פאל איז, אנצויאגן יענעם ‘צעדרייטן דרייווער’ און כאפן א בליק אויף יענעמס צורה. וואס ס’געשעט אבער פון דא און ווייטער, איז זייער אינטערעסאנט. אפטמאל נאכ’ן אריבערקרויזן צו דער רעכטער ליניע, איבעריאגן דעם קריכנדיגן קאר דורך דריקן אויפ’ן פאָרערל מיט דער פולסטער רציחה, שטעלט זיך ארויס אז יענער פגע רע ווערט געטריבן פון אן אומשולדיגן ישן-נושן דרייווער, וואס זיצט פארזינקען טיף אינעם זיץ ווי א איד ביי די קינות, און געדענקט בכלל נישט פון אזא כלל ווי “פעסט לעין”. דער כעס, לאמיר מודה זיין, לאזט אביסל נאך. ס’איז דאך קלאר, אז יענער האט גארנישט געמיינט.

גאר אנדערש איז אבער די הלכה, ווען עמיצער שניידט אייך אריין אינמיטן הייוועי, און נאכ’ן דעריאגן דעם שניידער טרעפט איר זיך קוקן אויף א ‘קילן’ יוגנטליכן, מיט א פארקערטן בעיסבאל-היטל אויפ’ן קאפ און א ברענענדן ציגארעטל, וואס זיצט אין א האנט וואס שטעקט זיך באקוועם ארויס פון פענסטער. ‘א מין צעדרייטע בריאה. ווער מיינט ער איז ער?…’

זייער א סך מאל זענען מיר בייז נישט אזוי ווייט אויף דעם עצם אקט פון יענעם – דאס מיך אפהאלטן פון אנקומען צום ציל מיט א פאר מינוט פריער – ווי די “חוצפה”, יענעמס נישט זיך רעכענען מיט א צווייטן. ווילסט פארן פאמעליך? געזונטערהייט. פארוואס אבער מוזטו עס טאן אין לינקן לעין? אויב אבער יענער האט בכלל נישט מיך געמיינט, איז דאך שוין א צווייטע מעשה.

אן אנדערער אזא ביישפיל איז דאס ווינקן מיט די “היי-ביעמס” צום קאר אין פראנט פון אייערס. ווען צוויי מענטשן ווילן צווישן זיך קאמוניקירן, ניצט מען שפראך אדער פנים-גרימאסן. ווען אן אויטאמאביל האט עפעס צו זאגן פאר’ן שכן, אבער, איז דאך דער כלל נישט שייך. ווערן ווערטער און געזיכט-קנייטשן ערזעצט מיט פייפן און בלינצן מיט די קאר-לעמפ. דער פראבלעם איז נאר דאס, אז קאר-שפראך קומט נישט באגלייט מיט פירוש רש”י. דארט האבן מיר נישט אזעלכע זאכן ווי דעם טאן מיט וועלכן די דיבורים ווערן געזאגט און די אויסדרוקן אויפ’ן פנים, וואס דערציילן דעם צוהערער אביסל מער וועגן אייער כוונה. דערפאר מאכן זיך אפט מיספארשטענדענישן צווישן קארס. ווען איך בלינצע צום אויטאמאביל אין פראנט פון מיר, מיינט דער פסוק צו זאגן עפעס ווי, ‘זיי נישט ברוגז: קענסט זיך, אפשר, רוקן א רגע?’ ווידעראום ווען דער קאר הינטער מיר בלינצט מיר, נעמט עס אן א דראאענדע פארעם, א בייז געברום: ‘רוק זיך שוין פון דארט, דו יוצא-דופן!’

דער פראבלעם, פארשטייען מיר דאך, נעמט זיך דערפון וואס מיר זעען נישט דאס פנים פונעם שכן און ווייסן נישט אין וואספארא גוסטע ער געפינט זיך יעצט. דערפאר נעמען מיר יענעמ’ס ווינק אויף גענוי אזוי וויאזוי מיר זענען דערביי געשטימט. אויב מיר זענען דעמאלט אויף דער מינוט צעבייזערט, צע’ברוגז’ט, אנגעצויגן, וועט דער פייף פון שכינות’דיגן קאר אפגעטייטשט ווערן אויף דעם אייגענעם שטייגער: אנגעבלאזן, גערעגט, אומגעדולדיג.

די אונטערשטע שורה דא איז, אז דער אופן וויאזוי מיר נעמען אויף יענעמ’ס אויפפירונג האט ווייניגער צוטאן מיט וואס יענער האט באמת געטאן און א סך מער מיט וויאזוי מיר פילן זיך מיט זיך אליין. אנדערש, איז שווער צו טרעפן א הסבר פארוואס מיר רעאגירן אזוי אנדערש צו דער זעלבער געשעעניש, אין דער צייט וואס דער אקט פאר זיך בלייבט דער זעלבער, אפגעזען פון וואס יענעמ’ס כוונה איז געווען.

אין אנדערע ווערטער, דאס ווערן צערייצט און צעבייזערט איז א תוצאה פונעם אייגענעם עגא, וועמענ’ס צעשאקלטע אידענטיטעט איז באזירט אויף וואס אנדערע זאגן און מיינען. אויב יענער רעכנט זיך נישט מיט מיר – ער ווייזט מיט זיינעם אן אקט אז איך און מיינע אינטערעסן זענען ביי אים נישט חשוב, פילט זיך דער עגא אונטער אטאקע און רעאגירט אויף אזא אופן.

 

עגא און זעלבסשאץ

אבער עס גייט נאך ווייטער ווי דעם. ס’איז נישט נאר אז דער עגא און זעלבסט-חשיבות זענען נישט איין-און-די-זעלבע זאך, נאר זיי שטייען גאר ביי צוויי עקסטרעמען. וואס געזונטער דעם מענטש’ס זעלבסשאץ ביי זיך אליין, אלץ קלענער וועט דער עגא זיין, וכן להיפוך: וואס גרעסער דער עגא, דער פאלשער ‘איך’, אלץ איינגעשרימפענער וועט די זעלבסשאץ זיין. כללו של דבר: כשזה קם, זה נופל.

“אויב דארף מען דאס אלעס אריינשטעלן אין איין ווארט,” מאכט דר. ליבערמאן דעם סך הכל, “וועט עס זיין, ‘פערספעקטיוו’.” ס’איז דאך נישט, ווי אויסגעשמועסט אין די פריערדיגע ביישפילן, דער עצם געשעעניש, נאר דער אופן ווי מיר נעמען זי אויף. מיט’ן ריכטיגן פערספעקטיוו, וועט דער מענטש בלייבן באלאנסירט; מיט א פארקרימטן פערספעקטיוו, וואס נעמט זיך פון באטראכטן די וועלט וכל אשר בה דורך עגאצענטרישע ברילן, באקומט דער מענטש א פארטושט בילד פון דער וועלט.

אזוי קאמפליצירט ווי דאס קען נאר אויסזען, באהאלט זיך אין דעם גרונט געדאנק דער שליסל צו פרייהייט, ווייזט דער רופא נפשות אן. “כמעט אלע פראבלעמען וואס מאכן זיך אין צווישן-מענטשליכע באציאונגען, קומען פון פארטייטשן זאכן אויף א צעבלאזענעם, פארטושטן אופן – וואס נעמט זיך ביים יסוד פון אן אומגעזונטן עגא.” אויפנעמען זאכן אויף א געזונטן אופן, ברענגט קלארקייט, וואס פירט צו האנדלען ריכטיג און באלאנסירט, וואס פירט צו א געזונטערן וועג פון זיך אויסקומען מיט אנדערע, וואס טראגט דעם מענטש צו מער זעלבסט-צופרידנקייט.

דעם געדאנק זעט מען צום קלארסטן אין דער פארוויילונגס-וועלט, אין די פאלאצן פון האליוואוד און די לוקסוריעזע ‘ריהעב’-אינסטיטוציעס וואס דינען די ‘שטערנס’ פון דער גוי’שער שוואוילטאג-וועלט. ס’איז א פאקט, אז יענער סעקטאר איז געפלאגט מיט דעפרעסיע און פסיכישע פראבלעמען. “וויאזוי קען עס זיין, אז עמיצער וואס פארמאגט אלעס וואס א מענטש מיט דער סאמע אנטוויקלטער פאנטאזיע קען זיך נאר ווינטשן, זאל שטעקן בלייבן אין א פינסטערן לעבן פון דראגס, מרה שחורה, און אפילו פראבעס צו נעמען זיך דאס לעבן?” דאס פאסירט אבער ווען עמיצנ’ס אומשטענדן פירן אים צו שעפן חיות און סיפוק פון דעם אופן וויאזוי ער נעמט אויס ביי אנדערע. יענעמ’ס עגא ווערט אזוי אויסטערליש צעבלאזן, אז דער גאנצער ‘איך’ ווערט פארלוירן און פארפאלן. דער מינדסטער שאקל צעווארפט ביי אזא איינעם די באלאנס.

דער רבונו של עולם האט באשאפן די וועלט אויף אזא אופן, אז א מענטש זאל ניצן וואס ער האט צו טאן וואס איז ריכטיג, ווי איידער אוועקצושטעלן זיין גאנצן ‘איך’ אויף וואס ער האט, און “דער שליסל דערצו איז דער כוח הבחירה” מיט וואס יעדער יחיד ווערט געבוירן.

 

איזהו גיבור?

אין ‘פרקי אבות’ ערקלערן אונז חז”ל דאס משמעות פון פיר קאטעגאריעס: איזהו גיבור, איזהו עשיר, איזהו חכם, און איזהו מכובד. דער אופן ווי אונזערע חכמים פארטייטשן די ווערטער איז אינגאנצן אנדערש וויאזוי זיי ווערן פארשטאנען במושכל ראשון און טאקע וויאזוי די וועלט פארשטייט זיי. ווער איז א גיבור? דער וועמענ’ס הענט זענען באלאדנט מיט אנגעבלאזענע מוסקלען. אזוי לערנט די וועלט אפ דעם פירוש פונעם ווארט ‘גיבור’. קומען חז”ל און זאגן אונז, אז אן אמת’ער גיבור איז דער, וואס פארמאגט די כוחות זיך צו שטארקן אויף זיינע אימפולסן.

דער כלל מיט גבורה גילט אויך מיט די אנדערע ‘איזהו’-ביישפילן, און דער חילוק ליגט בעיקר אין איין עיקר זאך. דער וועלטליכער פירוש אויף גבורה איז תולה די זאך אין אנדערע, אין דרויסנדע פאקטארן. יענער איז א גיבור, ווייל ער איז מיט אזויפיל שטארקער ווי אנדערע, ווי דעם דורכשניט. די נקודה, אין אנדערע ווערטער, ליגט אין דעם קאנטראסט צווישן מיר און יענעם. וואס גרעסער דער אונטערשייד, אלץ מער גיבור בין איך. ווען דער נעמליכער גיבור טרעפט זיך אין א גרופע גיבורים, פאלט דאס חשיבות פון זיין סטאטוס מיט דער זעלבער מאס פון דעם פארקלענערטן קאנטראסט צווישן מיר און די אנדערע.

להבדיל, דער תורה’ס קוק אויף גבורה נעמט דעם מענטשנ’ס מעגליכקייט זיך אויפצוהייבן העכער זיינע נטיות און רצונות. דאס האט נישט קיין שייכות מיט יענעם – אפגעזען ווען דער ‘יענער’ איז. ס’איז אינעם מענטש, מיט’ן מענטש, און וועגן דעם מענטש. גבורה מעסט זיך לויט דער מאס וויפיל דער מענטש ארבעט זיך אויס צו באהערשן זיינע נטיות. וואס מער אין קאנטראל דער מענטש איז אויף זיך, אלץ א גרעסערער גיבור איז ער.

דער חילוק איז נישט נאר אין דעם, וואס יענע גבורה באשטייט פון פארגלייכן און קאנטראסטן, בשעת וואס אונזער מיינט דעם מענטש אליין. ס’איז סך טיפער ווי דעם, ווייל די נישט-אידישע גבורה איז ביסודה גארנישט ווערד. אויב די וועלט וועט זיך איין שיינעם אינדערפרי אויפוועקן און באשליסן אז פיזישע שטארקייט איז בכלל נישט אזא מעלה, וועט דער ‘גיבור’ אינגאנצן צעבראכן און צעקלאפט ווערן. אנדערש איז עס מיט דער גייסטיגער גבורה, וואו יענעמ’ס מיינונג און געשמאק מאכט נישט אויס קיין כי הוא זה.

דאס זעלבע איז עס מיט אלע אנדערע מידות וואס ווערן אויסגערעכנט אין דער משנה, און ביי אלעמען גילט איין יסודות’דיגער כלל: ס’האט גארנישט מיט וואס טוט זיך אינדרויסן פון דיר, און ס’איז כל-כולו אנגעוואנדן אין דיר אליין, אין דעם אופן וויאזוי דו רעאגירסט צו דער וועלט, צו די געשעענישן ארום דיר; וויאזוי דו באנעמסט דיין מציאות החיים. אן עושר איז דער, וואס איז ‘צופרידן’; א מכובד איז עמיצער וואס רעספעקטירט אנדערע מענטשן; א חכם איז דער וואס פארשטייט אז ער קען שטענדיג קונה זיין עפעס פון אנדערע.

א שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן איבער די געווינערס פון אינטערנאציאנאלע אלימפּיק-ספּארט פארמעסן ווייזט, אז דער איינציגער צווישן די געווינערס וואס קומט ארויס צופרידן, איז נאר דער וואס געווינט דעם ערשטן פרייז – דעם ‘גאלד’ מעדאל. די נעקסטע צוויי, די געווינערס פון די ‘זילבער’ און ‘בראָנז’ מעדאלן גייען געווענליך אוועק פון דארט פּראסט און פּשוט אומצופרידן. איי, דו האסט איבערגעשטיגן כמעט יעדן איינעם און באוויזן צו געוואונען א ריזן-פארמעסט? אמת, אבער כ’בין פארט נישט געווען דער ערשטער.

דאס איז פשוט פירוש רש”י אויף דעם מהלך המחשבה, פון מעסטן מענטשליכע דערגרייכונגען אין פארגלייך צו אנדערע.

 

צוויי קעגנגעזעצטע צעטלעך

ווייסן מיר שוין, וואס עס זענען די עיקר גורמים וואס קענען אויפבויען אדער אראפקלאפן עמיצנ’ס זעלבסשאץ – זיין געפיל פון ווי חשוב און וויכטיג ער איז אין דער בריאה.

דא שטעלט זיך דר. ליבערמאן אפ און מאכט אביסל סדר אין דעם כללית’דיגן נעפל אין וועלכן דער אזוי-ברייט-באניצטער ‘סעלף עסטים’ איז איינגעהילט.

“רוב פאלן פון נידעריגער זעלבסשאץ,” איז ליבערמאן מסביר, “פאלן אריין אין איינער פון די פאלגנדע פיר קאטעגאריעס,” הגם ער האקט זיך באלד איבער מיט א כמו-התנצלות, אז ער רעדט דא זייער ברייט און בתורת אלגעמיין. “אוודאי זענען פאראן נאך פרטים און פרטי פרטים; אבער מיר רעדן דאך דא צו א ברייטן ציבור, און דערפאר איז פשוט פראקטישער צו רעדן כללית’דיג.”

דער ערשטער סוג פון זעלבסשאץ איז אויך דער געזונטסטער: אן אויפגעבויטן בליק אויפ’ן אייגענעם חשיבות, וואס קומט מיט א געצוימטן, כפי-ערך נידעריגן עגא.

ביים אנדערן עקסטרעם שטייען די מיט אן אויפגעבלאזענעם עגא און נידעריגער זעלבסשאץ. מיר קענען די סארט מענטשן אלס עגאצענטריש. אלעס דרייט זיך ארום זיי און זייערע מיינונגען, געשמאקן און אינטערעסן. ס’איז אזא מגלה-פנים-בתורה-שלא-כהלכה’דיגער פשט אינעם “בשבילי נברא העולם”. דאס זענען געווענליך די, וועלכע ווערן געזען ווי אראגאנטע, ‘שווערע’ מענטשן.

די דריטע קאטעגאריע באשטייט פון מענטשן, ביי וועמען ביידע, עגא און זעלבסשאץ, שטייען אויף א נידעריגן שטאפל. זיין זעלבסשאץ, ‘סעלף עסטים’ בלע”ז איז שוואך, אבער זיין עגא איז אויך צעקאליעטשעט. אזעלכע מענטשן קענען נישט זאגן קיין ‘ניין’, און זענען שטענדיג גרייט צו געבן, העלפן, און זיך אפילו אונטערבייגן ווי המן צו מרדכי הצדיק אויפשטייגנדיג אויף יענער גורל’דיגער פערד-רייזע. דאס געבן א כסדר’דיגע ‘יא’ אויף יעדער בקשה קומט אבער נישט פון גוטסקייט, נאר פון הילפלאזיגקייט. יענער איז ביי זיך נעבעך אזוי צעקלאפט, אז דער איינציגער קוואל פון זעלבס-חשיבות קומט פון אנדערע מענטשן. אפזאגן א ביטע אדער פארלאנג קומט באגלייט מיט שולד-געפילן און א הרגשה פון ווערדלאזיגקייט. אזא איינער טוט נישט קיין טובות נאכ’ן ניצן דעם כח פון בחירה און קומען צו א באשלוס אז דאס, נאכגעבן יענעמ’ס בקשה, איז יעצט די ריכטיגע זאך, נאר ווייל ער האט מורא צו זאגן דעם ניין. ער האט נישט אין זיך די מאס קוראזש וואס פאדערט זיך, אפצוזאגן עפעס וואס ער דארף נישט – אדער גאר טאר יעצט נישט – טאן.

“די פערטע קאטעגאריע, וואס ווערט אין דער מעדיצינישער וועלט באצייכנט ווי ‘עוואָידענט פּערסאָנאַליטי’ – עמיצער וואס פרובירט מיט אלע כוחות אויסצומיידן יעדן נאענטן קאנטאקט אדער אינטימען שייכות מיט אנדערע מענטשן – איז שוין א מער זעלטענער פענאמען, און כ’וועל עס יעצט לאזן אין א זייט,” פירט דר. ליבערמאן אויס.

זיך אומקערנדיג די צו די עיקר דריי כללים פון דער סוגיא, ציטירט דער דאקטאר דעם באקאנטן חסיד’ישן ווארט וואס זאגט, אז א מענטש דארף מיט זיך אייביג טראגן צוויי שטיקלעך פאפיר, וואס זאלן אנגעבן צוויי קעגנגעזעצטע פערספעקטיוון. די ערשטע איז, “בשבילי נברא העולם”, און די צווייטע – “ואנוכי עפר ואפר”.

“די חכמה,” פירט ער אויס מיט א גמרא-ניגון, “איז צו וויסן ווען אפירצונעמען וועלכן צעטל…”

אט דער באלאנס פון זעלבסשאץ קעגן עגא, איז א גוטער מעטאד אויף אפצומעסטן א מענטש’ס גייסטיגן געזונט צושטאנד. אין דער זעלבער צייט, שטרייכט ער אונטער, דארף מען געדענקען וואס איז פריער דערמאנט געווארן, אז דאס אלעס איז זייער ברייט און כללית’דיג גערעדט. צווישן די אלע קאטעגאריעס איז פאראן א געוואלד מיט סוב-קאטעגאריעס און שטריכן, וואס שניידן זיך אריין אין ביידע זייטן פון זייערע גבולות, אדער קאמבינירן עטליכע פאקטארן פון דא און דארט, און פארמירן אינאיינעם גאר א ניי בילד.

“דאס איז שוין חוץ דעם אנזאג פון חז”ל, נישט דן צו זיין א צווייטן מענטש ביז’ן זיך געפינען אין זיינע שיך.”

אפילו מיר טארן טאקע נישט אזוי מהיכי-תיתי אפמעסטן און אפשאצן אנדערע מענטשן, איז אבער פאראן א היפש-קלארער מהלך אפצולערנען דעם גייסטיגן געזונט-צושטאנד פון אנדערע – אייגנטליך, פון זיך אליין. און דער דאזיגער מיטל באשטייט נישט אינעם באטראכטן וויאזוי עמיצער באהאנדלט אנדערע מענטשן, ווייל אפילו ווען איינער איז גוט צו אנדערע, איז נאכנישט פשט אז ער איז דווקא באלאנסירט. אן אויסטערלישע מאס גוטסקייט קען קומען פון דער דריטער קאטעגאריע, פון א געשעדיגטן עגא און אפגעשוואכטער זעלבסשאץ. וויאזוי קען מען יא וויסן וואס דער מצב איז ביי יענעם אין די קישקעס?

“איך פרעג די קשיא דורכאויס לעקציעס, דרשות, און אויפטריטן שוין פאר די פארלאפענע זעכצן יאר,” ווייזט דר. ליבערמאן אן, “און כ’האב דערווייל נאכנישט באקומען דעם ריכטיגן ענטפער פון קיינעם.”

אבער הגם דער ענטפער איז נישט געקומען מפי קהל הקודש, איז ער אויך נישט אזוי ווייט און פרעמד. “עס ווענדט זיך,” פסק’נט דער דאקטאר, “אין ווי שטארק עמיצער איז מכבד יענעם און אויך זיך אליין.” טאנצן קדוש צו יעדער בקשה קען (הגם מוז נישט) קומען פון א צעבראכענער גייסט, וואס שעפט חיות בלויז פון א צווייטנ’ס הסכמה אויף אים. אפזאגן און זיך נישט רעכענען מיט אנדערע מענטשן, איז זייער מעגליך א תוצאה פון אן עגא די גרויס פון א קאנטינענט. א געזונטע באלאנס, א געזונטע פסיכיק, מיינט מכבד זיין ביידן, יענעם און זיך אליין. ווען עמיצער קען זאגן ‘ניין’ און טוט פאר אנדערע, איז פשט אז ער איז געזונט. ער איז אין קאנטראל פון זיין כח הבחירה, וואס ער ניצט ריכטיג און אין דער ריכטיגער מאס.

א געזונטער מענטש גיט אוועק פון זיך – פון וואס ער פארמאגט בשפע. ער גיט אוועק פון דער ליבשאפט וואס ער האט אין זיך; ער גיט פונעם רעספעקט וואס ער פארמאגט אין זיך אין א גענוגנדער מאס, מכבד צו זיין אנדערע מענטשן.

“הרב נח וויינבערג פלעגט זאגן, ‘אויב דו האסט זיך אליין נישט ליב, דעמאלט האב אויך מיך נישט ליב.’ פשט איז, אז אזא איינער קען נישט ליב האבן, קען נישט רעספעקטירן. אויב ער פארמאגט עס נישט אין זיך, וויאזוי זאל ער עס קענען געבן פאר א צווייטן?”

א גרויסער חידוש מיט דער דאזיגער הנחה איז, אז דורכ’ן פרייוויליג אוועקגעבן פון וואס מען פארמאגט, בויט מען נאך מער אויף די אייגענע זעלבסשאץ. ווען דאס געבן קומט נאכ’ן נאכקומען די צוויי תנאים, 1) מען פארמאגט עס אין זיך, און 2) מען איז אין קאנטראל, מען האט די קראפט בוחר צו זיין צווישן יא און ניין, דעמאלט איז דער ‘יא’, דאס געבן פון זיך פאר א צווייטן, עפעס וואס דינט דעם געבער גארנישט ווייניגער ווי דעם נעמער.

“דאס איז דאך אזא פריי געפיל!” רופט דר. ליבערמאן אויס מיט התפעלות. “אזויפיל חירות ליגט אין דער דאזיגער מעגליכקייט.”

 

באקוועמליכקייט אלס שפרינגברעט צו מרה שחורה

מיר זעען פאר זיך א מאדנע דערשיינונג. וואס שפעטער א דור, אלץ שוואכער איז דער פסיכישער געזונט-צושטאנד.

די סטאטיסטיקס ווייזן, אז א פערטל פון דער באפעלקערונג ליידט פון אזא אדער א צווייטן פסיכישן פראבלעם. 67 פראצענט אמעריקאנער מענטשן זענען איבערוואגיג. א דריטל פון די פאראייניגטע שטאטן פלאגט זיך מיט גייסטיגע יסורים אין אזא גרויסער מאס, אז זיי נויטיגן זיך אין מעדיצינישער הילף צו קענען אנגיין ווי געהעריג מיט’ן לעבן.

“די מעגליכקייט פון מענטשן אין אונזער תקופה זיך צו ספראווען מיט שוועריגקייטן, שוין אפגערעדט מיט’ן לעבן גופא, איז ממש ווי פארקריפלט,” ווייזט ליבערמאן אן. “די שאלה פון ‘פארוואס’ שרייט מיט קולות.”

די שאלה שרייט, אבער די תשובה איז אויך דא.

“עס איז, ווי מ’קען זיך אליין פארשטעלן, פאראן מערערע זאכן וואס שפילן דא א ראלע,” זאגט דר. ליבערמאן. “אבער פארשערס זענען געקומען צו דער החלטה אז דער וויכטיגסטער פאקטאר, וואס שפילט די גרעסטע ראלע אינעם מרה-שחורה מצב וואס באהערשט היינט די וועלט, איז דער פאקט וואס דאס לעבן איז געווארן אזוי לייכט און גרינג.”

מיט’ן פארשריט פון טעכנאלאגיע און די אלערליי באקוועמליכקייטן וואס דער 21’סטער יארהונדערט האט אונז צוגעשטעלט, האבן מענטשן אנגעהויבן צוזאמקלעבן גליק און סיפוק מיט גרינג און באקוועם. כדי צו זיין צופרידן מיט זיך און דעם לעבן, דארפן זאכן גיין גרינג און געשמירט. אויב איז עס שווער, איז פשט אז ס’איז צייט זיך אריינצוגליטשן אין א דעפרעסיע.

קיינער מאכט אוודאי נישט דעם חשבון אויף דעם אופן, אבער דער גאנג פון טראכטן האט זיך באקוועם אריינגעזעצט אינעם קאלעקטיוון אונטערבאוואוסטזיין פון דער היינטצייטיגער וועלט. שוועריגקייטן קומען אבער אייביג אונטער, און ווען מ’שטויסט זיך אן אין א זעץ, טרעפט מען נישט דעם קוראזש וואס פעלט זיך אויס איבערצוקומען דעם מצב און גיין ווייטער. און פון דארט ביז מרה שחורה איז ווייניגער ווי א תחום שבת.

דעם אמת ווייסן מיר דאך אבער, אז סיפוק, צופרידנהייט, זעלבסשאץ, און בכלל גייסטיגער געזונט קומט פון טאן וואס איז ריכטיג, נישט וואס איז גרינג אדער פילט צי זעט אויס גוט.

“זעלבסשאץ בויט זיך דווקא דורכ’ן טאן דאס וואס קומט נישט אן גרינג,” זאגט דר. ליבערמאן מיט אן אנטשלאסענעם טאן.

דאס לעבן איז היינט אזוי גרינג, אזוי באקוועם, אזוי אויסגעבעט מיט יעדן סארט באקוועמליכקייט. מיר פארמאגן אלעס וואס פעלט זיך אויס נישט ארויסצוטרעטן פון דער באקוועמליכקייט-זאנע אפילו איין אינטש, אפילו אויף איין רגע. די תוצאה פון זיין איינגעטינקען אין אזא מהלך החיים איז, אז מיר זענען נישט גרייט זיך אנצושטרענגען אפילו פאר זאכן וואס מיר ווילן באמת האבן! מיר דערווארטן אלעס אין לעבן – און מיט ‘אלעס’ מיינט דער פסוק אויך זאכן וואס מיר ווילן אבער הייבן נישט אן צו דארפן – זיך צו קומען צו גליטשן ווי אויף אויל בארג-אראפ גראד אריין אין די הענט.

ווי געזונט קען א מענטש שוין זיין, אויב זיין גאנצע וועזן שרייט געוואלד קעגן דער מינדסטער אנשטרענגונג – וואס איז אייגנטליך דער סאמע קריטישער אינגרידיאנט אין א געזונטער גייסט?

“און לאמיך דא ווידעראמאל ציטירן הרב וויינבערג: ‘דאס פארקערטע פון הנאה איז נישט יסורים, נאר באקוועמליכקייט.’ אמת’ע הנאה קומט פון זיך געפינען אינעם צענטער פון לעבן, פון זיך איינקלאמערן אינעם לעבן מיט אלע צען פינגערס. און דאס פאדערט יא ארבעט און אנשטרענגונג, אבער ברענגט אמת’ן סיפוק און אויפריכטיגע הנאה.”

שטעלן דעם דגש אויף באקוועמליכקייט, מיינט דאס זעלבע ווי געבן דאס לעבן א גט פטורין און זיך אפזונדערן פונעם לעבן אויף ווי ווייט מעגליך. ווייל ס’איז אוממעגליך צו באקומען מער ווי א מינימאלער מאס הנאה פון עפעס וואס טראגט נישט מיט זיך קיין משמעות. אזוי האט דער רבונו של עולם באשאפן די וועלט. הנאה איז א צווילינג מיט סיפוק, און דער מקור פאר ביידן איז דאס עוסק זיין אין עפעס וואס פארמאגט א משמעות אין זיך. ליידיגע, גרינגע זאכן האבן די מעגליכקייט צו געבן א באלדיגע גוט געפיל – וואס וועפט אבער שנעל אויס און לאזט דעם מענטש איבער מיט א פוסטקייט, וועמענ’ס תהום איז טיפער ווי דער שכל קען באנעמען. פאראן א באגרעניצטע מאס פון ‘הנאה’ וואס א מענטש איז ביכולת אויסצוצאפּן פון ליידיגע מעשים און פעולות. א רגע דערויף, טרעפט ער זיך מיט איין גרויסער פוסטקייט, וואס פירט צו עצבות, און א באנייטן דראנג צו געפינען עפעס מיט וואס אנצופילן דעם חלל.

“די היינטצייטיגע געזעלשאפט וויל לעבן אן קיין דרוק, בלי לחץ. דאס מציאות איז אבער, אז די מענטשן מיט די ווייניגסטע דרוק אין לעבן זענען די מערסטע אויסגעשטעלט צו פסיכישע פראבלעמען.

“דער שליסל צו א באלאנסירטער גייסט ליגט אין זיך פארבינדן מיט’ן מציאות כמות שהיא, נישט אנטלויפן דערפון אריין אין א וועלט פון אילוזיעס. צו זיין גייסטיג געזונט, פאדערט זיך א קשר מיט’ן אמת, פון וועלכן מ’טאר אויף קיין פאל נישט אנטלויפן.”

וואס איז דער ענדגילטיגער אמת, דער איינער אמת’ער מציאות? “דער אויבערשטער! דער רבונו של עולם איז דאס מציאות פון עקזיסטענץ.”

ווען עמיצער איז אינגאנצן פארטאן אין עפעס וואס ער האט ליב, פילט ער נישט די שוועריגקייטן און אומבאקוועמליכקייטן וואס קומען דערמיט. פון דער אנדערער זייט, א מענטש וואס איז גייסטיג צעשטורעמט, ווערט דענערווירט פון די גרעסטע קלייניגקייטן. די מינדסטע זאך, א שלעכטער וועטער אדער א קיצל אין רוקן, צעשאקלט יענעם די מנוחה.

דאס איז דער חילוק פון עמיצן וואס האלט דעם עיקר פאר די אויגן, און איינעם ביי וועמען דער עיקר איז באקוועמליכקייט.

“פאראן אויף דער מארקעט א מין טיילענאל, וואס קומט אין דער פארעם פון א טאבלעט וואס לאזט זיך צעקייען. דאס איז געמאכט,” צעלאכט זיך דר. ליבערמאן, “אין פאל עמיצער נויטיגט זיך אין דעם מעדיצין, אבער האט פונקט נישט קיין גלעזל וואסער צו דער האנט.

“ווי אומבאגרייפליך פויל דארף מען זיין, זיך איינצוהאנדלען דווקא דעם סארט טיילענאל, פאר אזעלכע כמעט-נישט עקזיסטירנדע אומשטענדן?”

דאס לעבן, פאר’סך-הכל’ט ליבערמאן דעם ענין, איז קיינמאל נישט פאסיוו. אזוי האט דער רבונו של עולם אוועקגעשטעלט די וועלט. א מענטש געפינט זיך אייביג אין א מצב פון שינוי, און עס ווענדט זיך אין יעדן יחיד אין וועלכער ריכטונג דער טויש, די באוועגונג, זאל אים פירן: ארויף, זיך צו בעסער אנטוויקלען, פראגרעסירן און אנקומען ווייטער אין לעבן אלס איד און מענטש, אדער פארקערט. קיין ‘עמידה’ איז נישט פאראן; ס’איז אהער אדער אהין.

מצבים און אומשטענדן וועלן זיך שטענדיג בייטן דורכאויס דעם לעבן. דער מענטש האט פאר זיך די ברירה זיך נאכצושלעפן און רעאגירן אימפולסיוו צו די סיטואציעס וואס דער גורל האט אים באשערט צו באגעגענען אויף זיין לעבנסוועג, אדער קען ער זיך אויפהייבן העכער דעם נפש הבהמית און טאן וואס איז כשר און ריכטיג – וואס די נשמה ווייסט און ראט אים צו טאן.

Nafshi Blog