“נפשי” שטעלט פאר א פראבלעמאטישן פאל פאר א פאנעל פון מומחים בעניני תורת הנפש, און אלע באטראכטן דעם קעיס פון זייער באזונדערן קוקווינקל און געבן זייערע אייגנארטיגע אנאליזן, פארשלאגן און לייזונגען – אריגינעל ערשינען אין נפשי #6

 

שאלה

א גוטן אלע חשוב'ע טעראפיסטן וואס וועלן זען מיין שאלה. איך ליין "נפשי" פון ווען עס איז ארויסגעקומען און איך האב אייביג די מערסטע הנאה געהאט פון די פערספעקטיוון אפטיילונג. איך האב אפגעמאכט אז היינט וועט זיין מיין שאנס צו פרעגן…

איך בין א בחור אין 2'טע כתה פון ישיבה גדולה. איך פלעג אלץ זען אז יעדער בחור איז אנדערש פון א סאציאלן שטאנדפונקט; עס זענען דא לעבעדיגע בחורים און שטילערע, צוריקגעצויגן און שעמעדיג אדער אזעלכע וואס האבן יעדן פארפאקט… איך האב קיינמאל נישט עכט צוגעלייגט קאפ צו דעם ביז איך האב אנגעהויבן ליינען נפשי.

ליינענדיג איבער אלע נפשיות'דיגע פראבלעמען וואס מאכן זיך האב איך אנגעהויבן כאפן אויף געוויסע בחורים אין מיין כתה אז זיי זענען נישט סתם שעמעדיג, נאר עס ליגט טיפערע זאכן אונטער דעם. דער בחור וואס איך האב אלץ באטראכט אלס שעמעדיג און אלס איינער וואס איז נישט אינטערעסירט אין קיין חברים, איז באמת יא אינטערעסירט, ער לעכצט אפילו דערויף. היינט ווייס איך שוין עס צו באמערקן. און איך האב א שטארקע סימפאטיע צו די בחורים.

איינס פון די בחורים ביי אונז אין ישיבה איז עקסטרעם שטיל, אבער לעצטנס האט ער אנגעהויבן "שטיין אויף זיינע רעכטן" אויף זייער אן עקסטרעמען וועג. צום ביישפיל, אויב ער גייט ארויס פאר א מינוט און איינער קומט שמועסן א רגע מיט זיין חברותא און זעצט זיך אויף זיין פלאץ ביז ער קומט צוריק, ווערט ער זייער הארט און רויטערהייט זאגט ער מיט א געצווינגענע שטארקע שטימע "עס איז מיין פלאץ, גיי אוועק פון דא!"

זיין רעאקציע צו נארמאלע ערשיינונגען איז זייער נישט געזונט, איך האב א געפיל אז דאס קומט צוליב וואס ער האט אלץ געשפירט אז צוליב זיין שטילקייט און נישט אנטיילנעמען אין שמועסן טרעט מען מער אויף אים, ס'איז ווי כאילו ער עקזיסטירט נישט, און וועגן דעם האט ער אפגעמאכט, אדער האט אים איינער אויפגעקלערט, אז ער דארף ווייזן אז ער עקזיסטירט יא, ער טאר נישט זיין אזוי שוואך. און גערעכט איז ער, אבער ער קומט ארויס זייער שלעכט.

מיין שאלה איז, אזוי ווי איך האב א געפיל צו דעם, איז דא עפעס וואס איך קען טון פאר אים אלס חבר אים צו העלפן? אויב יא, וואס? אזוי אויך בכלליות, וואס קענען חברים טון צו העלפן זייערע חברים וואס ליידן, לויט זיי, אויף גייסטישע פראבלעמען?

ד. מ.

 

 

דער טעראפיסט פערספעקטיוו

הרב מרדכי וויינבערגער

LCSW

פאר איך גיי אריין אין פאקטישע הדרכה און עצות וויאזוי דו קענסט העלפן דיין חבר וויל איך דיר קאמפלימענטירן. ווייניג בחורים האבן אזא געטריישאפט צו א צווייטן אזש ביזן שרייבן א בריוו מיט א פראגע וויאזוי צו העלפן יענעם. פון דיין בריוו שיינט ארויס דיין קלוגשאפט, דיינע אפענע אויגן ווי דו באמערקסט זאכן ביי אנדערע, און דיין זארג פאר די הצלחה פון דיין חבר.

באזונדער וויל איך דיר באדאנקען פארן ליינען "נפשי", פארן קאמפלימענטירן די 'פערספעקטיוון' קאלום, און איך באדאנק "נפשי" פארן צושטעלן די פלאטפארמע וואו מען קען ליינען איבער די גאר וויכטיגע נושאים, אהערשטעלנדיג א פראפעסיאנעלע ארבעט. איך בין זייער צופרידן צו זיין א חלק פון דעם קאלום.

אין דיין שאלה זעט מען אז דו האסט ב"ה א פיינעם חוש הריח, האסט זייער גוט געשמעקט. אסאך מענטשן ווען זיי זענען אדער דערשטיקט אדער פארמאכט ווייל מען טרעט אויף זיי, וועלן קומען צו א מצב פון באו מים עד נפש און עקספלאדירן. ווען דער מענטש מאכט אפ אז ער גייט איינמאל פאר אלעמאל אראפלייגן א פוס קומט עס ארויס צו שטארק. אמאל קלאפט עס אויס ווען דער באטרעפנדער נעמט זיך שרייען אויף זיינע חברותות פלוצלינג, ווען באמת אויב וואלט ער נארמאל אויפגעמערקט די זאכן וואס באדערן אים ווען עס פאסירט וואלט עס נישט געפלאצט און ער וואלט נישט געדארפט שרייען. די זעלבע טרעפט זיך ביי שלום בית און ביי שותפים אין ביזנעס, קודם איז מען ברוגז אינעווייניג און נאכדעם פלאצט עס.

דער פראבלעם מאכט זיך איבעראל, ביי אלע יארגענג און קרייזן, עס איז אבער יא דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן א בחור און אן ערוואקסענער אין דעם הינזיכט. א בחור דארף אפט אדורכגיין אזא מצב. עס איז נארמאל פאר א בחור צו שפירן דערשטיקט און צו עקספלאדירן. אין די בחור'ישע יארן לערנט מען זיך צו זאגן ווען עס באדערט, מען לערנט זיך צו ווערן שטערקער און וויאזוי צו זאגן שטערקער ווען עס באדערט מער, ווען יענער קומט מיט א שטארקייט לערנט מען זיך וויאזוי צו רעאגירן אויף א וועג יענער זאל כאפן אז עס באדערט, נישט זיין אזוי ווארעם ווי אלעמאל.

דער מהלך וויאזוי צו האנדלען ווען עפעס באדערט פון א צווייטן, הייסט סאציאלע סקילס, טעכניקן וויאזוי אנצוקומען מיט מענטשן. די פראבלעם ווען מען ארבעט אויסצולערנען סאציאלע סקילס איז אז א מענטש קען זיך נישט זען; ער קען שפירן ברוגז און מיינען אז יענער זעט עס. ער רעדט נישט, אבער ער מיינט אז זיין חבר האט עס געכאפט. איינס פון די עיקר יסודות פון סאציאלע סקילס איז אז דו מוזט זאגן, און וויאזוי און ווי שטארק עס צו זאגן, וויאזוי דאס פנים זעט אויס ביים זאגן, און וויאזוי ממשיך צו זיין דעם שמועס מארגן. די אלע זאכן זענען סקילס. דאס אלעס לערנט מען זיך אלס בחור.

דער וועג וויאזוי מען לערנט סאציאלע סקילס נארמאלערהייט הייבט זיך אן אלס קינד אינדערהיים ביי די עלטערן. ווען א קינד האט א שוועריגקייט אינדערהיים לערנט די מאמע אדער טאטע אויס אז כאטש דו ביסט ברוגז, דאך שלאג נישט – רעד. האסט געשריגן, פארוואס? האסט קיינעם נישט געזאגט אז עס טוט דיר וויי – קודם זאג. די עלטערן כאפן אז דאס קינד באהאנדלט קלייניגקייטן צו שטרענג און שטארק און זיי לערנען אויס דעם ריכטיגן וועג. די עלטערן כאפן ווען א קינד איז צו שטיל און רעאגירט נישט ווען עפעס שטערט אים, זיי לערנען אויס און פארלאנגען פונעם קינד זיך ארויסצוגעבן.

עס מאכט זיך אבער אמאל אז א קינד פארפעלט צו באקומען די אזוי וויכטיגע חינוך פון סאציאלע סקילס. אמאל מאכט זיך עס ווען עס זענען דא אסאך קינדער אין די משפחה און פאר איין קינד דארף מען געבן מער צייט צוליב פראבלעמען וכדו', און די עלטערן זענען צו פארנומען צו באמערקן אז איין קינד איז שטיל און מען כאפט נישט אז זאכן טוען זיי וויי. אמאל איז שווער מיט פרנסה און מען איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה. עס מאכט זיך אמאל אז די עלטערן אליין האבן די שוועריגקייט און דאס מאכט זיי זאלן נישט כאפן ווען די קינדער פירן זיך נישט אויף געזונט מיט ארויסגעבן ווען עפעס שטערט. אפט פרובירן די עלטערן צו העלפן און עפענען דאס קינד, אבער עס גייט נישט. אזעלכע  קינדער ווערן ערוואקסן און אסאך מאל שלונגען זיי ווייטאג זייער לאנג. זיי שפירן ווי די וועלט איז שלעכט און טראכט נישט פון זיי און די וועלט באשטייט פון אויסנוצערס. עס קען זיי מאכן אנקומען צו א החלטה אז דער איינציגסטער וועג אנצוקומען איז דורך 'פייטן' און שרייען און זיין שלעכט און נישט נאכגעבן גארנישט.

יעצט צו דער שאלה. אויב דער בחור האט ערנסטע ברוגז פראבלעמען דארף ער פראפעסיאנאלע הילף, אבער א בחור קען אויך העלפן אלס חבר און פרעגן, "איך האב דיר עפעס געבעטן און האסט מיר אנגעשריגן, פארוואס?" דער בחור וועט ענטפערן, "מען הערט מיך נישט אויס, מען שטייט אויף מיין קאפ, מען נעמט אוועק מיין חברותא," דעמאלט קען מען אים מסביר זיין אז עס זענען דא וועגן צו מודיע זיין זאכן וואס שטערט אויף א באלאנסירטן אופן.

ער וועט כאפן אז יעדער האט די אלע פראבלעמען וואס מאכן אים בייז. אז איינער איז בעסער פון אים אדער אז איינער קומט צו זיין חברותא, אדער אז די חברותא ווערט דער שואל ומשיב און ער פארלירט צייט, דאס זענען נארמאלע פראבלעמען און מ'קען זיך ארויסגעבן נארמאל. ווען א חבר איז מסביר דעם קאנצעפט אויף א נאטירליכן וועג, נישט דורך זיין א טעראפיסט, וועט דער בחור עס אפט דערהערן און דאס דארף געשען.

אפילו אויב דו מאכסט איינמאל אזא שמועס מיינט נאכנישט אז עס גייט גלייך ארבעטן. עס קען זיין אז ער גייט נאך אפאר מאל שרייען. ער וועט צוביסלעך ווערן רואיגער און רואיגער, איינמאל ער דערלערנט זיך דאס פארטל.

*

אז מען רעדט פון סאציאלע סקילס ביי קינדער און בחורים איז וויכטיג איבערצוגעבן א גוטע מהלך וויאזוי עלטערן קענען לערנען סאשעל סקילס מיט זייערע קינדער. עס ארבעט מיט א רייע יסודות וואס איינס קומט נאכן צווייטן.

א קינד קראכט אויס, ער ווערט אין כעס און פירט זיך נישט אויף ווי די נארמאלע סאציאלע וועג וויאזוי מענטשן רעאגירן צו אנטוישונגען. די עלטערן, וואס ווילן אים העלפן, בארואיגן, און אויסלערנען, דארפן צום אלעם ערשט דערגיין וואס עס באדערט פאר'ן קינד. דאס איז דער ערשטער שלב, און א וויכטיגער יסוד. דאס קינד האט זיך געשפילט און דער ברודער האט אוועקגענומען זיין שפילצייג? פיין, קודם ווייסט מען און מען איז קלאר אין וואס עס האט געברענגט די ווייטאג.

דער צווייטער יסוד איז: געב עס א נאמען. פרעגט דאס קינד, "וואס שפירסטו? ביסט ברוגז? אויפגערעגט? אנטוישט? פארשעמט?", מען דארף קלאר ארויסזאגן און רופן ביים נאמען דאס געפיל וואס ער שפירט יעצט.

דריטער יסוד: ווי שטארק באדערט עס אים? פרעגט דאס קינד ווי שטארק ער שפירט די געפיל. לאמיר זאגן "ברוגז", ווי שטארק ברוגז, אויף א ראטע פון איינס ביז צען? דאס קינד זאל ארויסברענגען ווי שטארק דאס געפיל שטערט און באאומרואיגט אים.

פערטער יסוד: וואס איז די היסטאריע פון דעם געפיל, איז עס אן אפטע ערשיינונג? איז יעצט די ערשטע מאל וואס דיין ברודער נעמט אוועק די שפילצייג אדער אפשר איז עס א טעגליכע זאך און יעצט האט עס נאר געפלאצט. דאס וועט זייער אפט פארענטפערן די מוגזמ'דיגע אויספלאצן, ווייל נישט זעלטן איז דאס דער פאקטאר, אז ער ליידט שוין לאנג אויף דעם קליינעם פראבלעם, און אסאך קליינע שטעלן זיך צוזאם צו ווערן איין גרויסע.

פיפטער יסוד: לערנט אויס דאס קינד זיך ארויסצוגעבן. "קומענדיגע מאל ווען דיין ברודער נעמט צו דיין שפילצייג, דארפסטו נישט שלונגען, נאר זאג אים גלייך: איך האלט יעצט אינמיטן שפילן, עס שטערט מיר אז דו נעמסט עס אוועק, געב מיר עס צוריק און ווען איך וועל ענדיגן וועסטו עס קענען נוצן.”

זעקסטער יסוד: לערן אים אויס צו לאזן די צווייטע זייט זיך מסביר זיין. נאכ'ן זאגן פארן ברודער אז עס טוט דיר וויי אז ער נעמט אוועק די שפילצייג וועט דער ברודער ווילן ענטפערן עפעס. קען זיין ער וועט מסביר זיין פארוואס ער האלט אז עס קומט ענדערש פאר אים, למשל ווייל דער זיידע האט עס אים געקויפט, און דו האסט באקומען עפעס אנדערש. קען זיין ער איז גערעכט. און אפילו אויב נישט, זאל ער קענען ארויסגעבן זיין זייט פון דער געשיכטע.

דער אפטייטש פון 'סקילס' איז טעכניקן. עס איז די נארמאלע סאציאלע טעכניקן וואס מענטשן נוצן נאטירליך זיך צו פארשטיין צווישן אנדערע מענטשן. עס איז וויכטיג דאס צו קענען און אויסצולערנען ווען מען איז נאך יונג, וגם כי יזקין לא יסור ממנו.

 

 

דער מו"ץ פערספעקטיוו

הרה"ג רבי שמואל ניימאן שליט"א

מו"ץ ב'וויזניץ מאנסי

לכבוד הבחור החשוב ד. מ.,

איך האב געליינט דיין שאלה און זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו ווילסט העלפן דיין חבר זעענדיג פראבלעמען אין זיין נפש. דוד המלך האט שוין געזאגט אין תהלים 'אשרי משכיל אל דל, ביום רעה ימלטהו השם', דאס מיינט אז אויב איינער העלפט זיין חבר, נישט דוקא בגשמיות, נאר אפילו בנפשו, ווי עס שטייט 'משכיל', ער העלפט זיין חבר אויף אן אופן פון 'השכלה', פארשטיין, ער פארשטייט זיין חבר'ס נפש, דעמאלט באקומט מען די אלע שכר וואס דוד המלך רעכנט אויס דארט. וויבאלד דו ווילסט העלפן דיין חבר ווערט עס שוין אין הימל פאררעכנט ווי כאילו דו האסט עס געטון, און ווי עס שטייט אין חז"ל 'חשב לעשות מצות נחשב כאילו עשאו'.

דו דארפסט אבער פארשטיין אז כאטש וואס פון דיין שאלה קוקט אויס ווי דו ביסט א חכם, ווי חז"ל זאגן 'שאלת חכם חצי תשובה', און מען זעט אין דיין שאלה ווי דו האסט ארויס די נושא, דו שרייבסט אפילו א טעאריע פארוואס דיין חבר ווערט אזוי נעגאטיוו, אז דאס איז ווייל ער האט זיך אביסל געעפנט צו פארשטיין אז מען טרעט אויף אים און ער וויל עס אפשלאגן מיט אלע כוחות, אבער, די סברות זענען נישט מוכרח און עס קען זיין נאך סיבות צו זיין אויפפירונג.

דער כלל איז אז כדי צו העלפן א מענטש בנפשו דארף מען האבן א ידיעה ברורה וויאזוי צו העלפן מענטשן, און דאס קומט בלויז פון לערנען די נושא און עס קענען. זיי נישט עוסק אין דעם און געב נישט קיין עצות, ווייל אין רוב פעלער העלפן נישט די אויבנאויפיגע עצות, און נישט נאר דאס נאר עס קען שאטן. מען זעט דאס זייער אפט. למשל ביי OCD; פשוט'ע מענטשן קענען געבן עצות און בארואיגן דעם ליידנדן ער זאל נישט מורא האבן, מען געט שכל'דיגע הסברים וכדומה, ווען באמת מאכן די אלע זאכן נאר ערגער ווייל די OCD חלק אין אים ווערט נאר שטערקער מיט יעדן הסבר.

דאס וואס דו ליינסט די "נפשי", און דאס וואס דו ביסט באמת א חכם און א קלוג בחור, א מבין דבר מתוך דבר, איז נישט גענוג. כדי עוסק צו זיין אין רפואת הנפש דארף מען אסאך, אסאך חכמה און תבונה, און בעיקר ערפארונג און שימוש. אשר על כן, וואלט איך געראטן זאלסט זיך אפהאלטן פון פרובירן צו העלפן, און עס וועט פאררעכנט ווערן אין הימל ווי כאילו האסט געהאלפן.

אויב ביסטו נאנט מיט דעם בחור, דו שפירסט ווי דו פארשטייסט זיך מיט אים, דעמאלט קענסטו יא אויפטון. און דאס, אז בשעת דו רעדסט מיט אים אמאל און דו זעסט אז עס איז אן עת רצון, זאלסטו אים פרעגן, אויף א וועג ער זאל זיך נישט פארשעמען, אויב ער האט א פראבלעם מיט מענטשן, צי ער טראכט אפט וואס אנדערע טראכטן אויף אים. קענסט עס פרעגן אויף א וועג ווי כאילו דו שפירסט ביי דיר אז דו האסט דעם פראבלעם און דו ווילסט וויסן צי ער ליידט אויך דערפון, און פרעג אים אן עצה אויף דעם.

בפשטות וועט ער דיר ענטפערן אז ער האט אויך דעם פראבלעם, און דא האסטו עס געמאכט. איינמאל ער האט דיר געזאגט אז ער האט דעם פראבלעם קענסטו אים פארציילן אז דו האסט געהערט אז עס איז פארהאן הילף זיך ארויסצודרייען דערפון, דו האסט געהערט אז מענטשן וואס ליידן דערפון שפירן ממש דערשטיקט ווי אין גלות מצרים, און דורך הילף קען מען צוקומען צו א יציאת מצרים, עס איז כדאי צו גיין צו הילף אויף דעם צו מענטשן מיט דער ריכטיגער ערפארונג.

ידידך,

שמואל ניימאן

 

 

דער טעראפיסט פערספעקטיוו

הרב יושע לאנגסאם

LMSW

ערשטנס, וויל איך אויסדריקן מיין (און מיינע קאלעגעס') דאנקבארקייט פאר דיינע ווארעמע ווערטער איבער "נפשי" בכלל און דעם קאלום בפרט. מיר לייגן אריין צייט און כוח צו באטראכטן די שאלות פון אלע זייטן און צו אהערשטעלן בס"ד פאסיגע ענטפערס.

איך בין באאיינדרוקט צו זען דיין פארשטענדליכקייט און גוטהארציגקייט אלס חבר. אין א וועלט וואו מענטשן זענען אלץ מער פארנומען מיט זיך אליין, איז אנגענעם צו הערן פון א בחור וואס איז באזארגט איבער דער וואוילזיין פון זיין חבר. עס דערקענט זיך פון דיינע ווערטער אז דו ביסט א ווארעמע נשמה וואס וויל באמת העלפן א צווייטן. דיינע פריש-צוגעקומענע ידיעות האבן געעפנט דיינע אויגן צו באמערקן יענעמ'ס התנהגות וואס דו וואלסט אפשר סתם אזוי נישט אויפגעפאסט, און יעצט ווילסטו אויך טון צו דער זאך און וויסן אויב דו קענסט אים העלפן.

איידער מיר שמועסן אויס וואס דו קענסט טון, וואלט איך דיר געוואלט אויפמערקזאם מאכן איבער עטליכע נקודות. עס איז דא א מעגליכקייט אז די אומבאקוועמקייט וואס דו שפירסט האט נישט צו טון אזוי ווייט מיט דיין חבר, נאר ס'איז מעגליך אז דו שפירסט סימפטאמען פון צוויי גאנץ געווענליכע סינדראמען.

איינס איז די "מעדיצינישע סטודענט סינדראם" (MSS). דער סינדראם קען ברענגען מעדיצינישע סטודענטן, בשעת זיי לערנען איבער פארשידענע קרענק און פראבלעמען, צו דיאגנאזירן יעדן איינעם וואס זיי באגעגענען מיט איין דיסארדער אדער אן אנדערע. דער צווייטער סינדראם פון וואס דו ליידסט מעגליך, איז פון א פיל ערנסטערן סארט, דאס איז די "אדאלעסענס (יוגנטליכע) סינדראם" (AS). דער סינדראם ברענגט אירע ליידנדע זיך איינצורעדן אז זיי זענען אומשטאנד צו היילן און העלפן יעדן איינעם. די קאמבינאציע פון די צוויי סינדראמען קען ברענגען ערנסטע פראבלעמען. די גוטע נייעס איז אז ביידע סינדראמען ווערן עווענטועל פארשוואונדן און לאזן נישט איבער קיין ערנסטע שפורן.

אבער אלע סינדראמען אין דער זייט געלייגט, קענסטו זיך וואונדערן, פארוואס זאל איך דען נישט פרובירן צו העלפן מיין חבר, נאכדערצו אז איך האב אים אזוי קלאר און דייטליך דיאגנאזירט? צו ענטפערן די פראגע, לאמיר אביסל טיפער אנאליזירן דעם בחור וואס דו האסט אויפגעברענגט. עס זענען פארהאן צוויי מעגליכקייטן אין דעם פאל. 1) ער ליידט נישט פון קיין עכטע פראבלעם. 2) דו ביסט גערעכט און ער ליידט באמת פון ערנסטע פראבלעמען.

אויב די ערשטע מעגליכקייט איז אמת, דעמאלט דארף ער נישט מער ווי מען זאל אים רואיג און וואויל לאזן במנוחה. ווידעראום איז גאנץ מעגליך אז דו ביסט גערעכט מיט דיין אבזערוואציע אז ער ליידט פון עפעס ערנסטע פראבלעמען. די סימפטאמען וואס דו שילדערסט זענען פאקטיש אן ערנסטע אנדייטונג אז ער ליידט פון עפעס אינערליכע שוועריגקייטן. אויב דאס איז דער פאל, איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט זיין זייער אויפמערקזאם. ווען עמיצער ליידט פון א גייסטיגן פראבלעם, איז געווענליך דער חלק וואס מיר זעען בלויז די אויסערליכע שפיץ פונעם אייזבארג. רוב פון דער ענגשאפט, און מעגליכע מחלה, ליגט באהאלטן אונטער די פארנעפלטע וואסערן פון דעם ריזיגן ים פון יסורים און/אדער גייסטיגע מחלות. ווען עס קומט צו האנדלען מיט אן אייזבארג, איז אפילו פאר אזא מעכטיגע שיף ווי דעם טיטאניק אוממעגליך זיך צו ספראווען מיט אים.

אסאך יוגנטליכע האבן באמת פרובירט העלפן זייער חבר און האבן צום סוף זיך אליין געטראפן ראנגלען צווישן די ברויזנדע כוואליעס פונעם שטורמישן ים. עס פארלאנגט זיך ערפארענע פראפעסיאנאלן צו טון די ארבעט. פראפעסיאנעלע און ערפארענע מחנכים ווייסן וויאזוי צו שווימען אין שטורמישע וואסערן אן ווערן אריינגעצויגן אינעם פלאנטער. מיין בעסטע עצה צו דיר וואלט דעריבער געווען: אויב ווילסט זיכער מאכן אז דו אליין זאלסט נישט דארפן קיין טעראפי, שטיי ווי ווייט נאר מעגליך פון פרובירן ווערן יענעמ'ס מלאך המושיע און כמו-טעראפיסט.

טראץ דעם אלעם, איז וויכטיג צו אנמערקן אז דאס מיינט נישט דו קענסט גארנישט טון. פאקטיש קענסטו אסאך טון. ווי דו האסט ריכטיג אויפגעפאסט, פיל 'שטילע בחורים' זענען נישט אזעלכע פארמאכטע אינטראווערטן וואס זענען נישט אינטערעסירט אין קיין חברים, נאר באמת האבן זיי מורא אדער האבן נישט גענוג קאנפידענץ זיך צו לאזן הערן. אויב דאס איז דער פאל, קענסטו פרובירן צו ארבעטן אריינצושלעפן די שטילע בחורים אין דיין חברים גרופע און זיי שענקען א געפיל פון זיכערקייט אז זיי זאלן זיך קענען עפענען און שפירן באקוועם אלס טייל פון דער געזעלשאפט. דאס, אגב, איז נישט בלויז פאר 'פראבלעמאטישע' בחורים, דו מעגסט זיך באנעמען אויף א שיינעם און פריינטליכן אופן צו יעדן איינעם. אויב דו ביסט גענוג קאנפידענט, קענסטו אפילו שטארק העלפן צו שאפן אן אלגעמיינע געפיל פון חברותא'שאפט און אחדות אין ישיבה אז בחורים זאלן שפירן באקוועם און אנגענומען.

ס'איז דא נאך א גוטן אופן וויאזוי דו קענסט אויסניצן דיין נייעם קלארערן פארשטאנד איבער מענטשן און געפילן. און דאס איז צו כאפן א נאנטערן בליק אויף דיר אליין. עס פארלאנגט אסאך מוט און קוראזש, אבער עס וועט זיך ברייט אויסצאלן מיט די געוואלדיגע רעזולטאטן.

איך מיין אוודאי נישט צו זאגן אז דו ליידסט פון סיי וועלכער פראבלעם, אבער עס זענען גאנץ זיכער פארהאן ביי דיר געוויסע התנהגות'ן וואס ווען דו וועסט זיי באטראכטן פונדאסניי מיט בליקן פון דיין פרישן טיפערן פארשטאנד אין תורת הנפש, וועסטו אנערקענען אז זיי קענען ניצן א פארבעסערונג. מיר אלע באזיצן געוויסע פחדים, שוואכקייטן, אומזיכערקייטן, דער געברויך צו געפעלן אנדערע, פארלייקענען אונזערע חסרונות, א.א.וו. אויב זאלסטו זיך ערלויבן די לוקסוס פון דורכגיין א גרינטליכע זעלבסט-אנאליזירונג, וועסטו בע"ה קענען דורכפירן פיל תיקונים און זיין אויפ'ן וועג צו שלימות.

געדענק, 'נפשי' איז די מערסטע נוצבאר פאר'ן אייגענעם חשבון הנפש, נישט פאר יענעמ'ס.

הצלחה רבה

 

 

דער חינוך פערספעקטיוו

הרב חיים ארי' שווארץ

מחנך ומטפל

לאמיר אנהייבן מיט דעם חשוב'ן בחור, דער בריוו שרייבער. איך בין זייער נתפעל פון דיין טיפן געפיל וואס שטופט דיר צו וועלן העלפן א צווייטן בחור, אריינלייגן קאפ און מוח צו העלפן יענעם, אנדערש ווי די דורכשניטליכע צוגאנג ביי מענטשן. געווענליך ארבעט עס אז יעדער פארעט זיך פאר זיך און מען באגנוגט זיך מיט בלויז א גוט ווארט פאר יענעם. דאס אז דו פרובירסט יא צו פארשטיין דיין חבר און אים העלפן ווייזט אויף דיין ווארעם הארץ און געפיל צו משים לב זיין און צולייגן קאפ צו העלפן א חבר. עס קומט דיר גרויס קרעדיט פאר דעם.

בנוגע די שאלה וואס דו קענסט טון און וואס דיין צוגאנג דארף זיין. דו שרייבסט אז דיין חבר איז עקסטרעם שטיל און לעצטנס האט ער אנגעהויבן שטיין אויף זיינע רעכטן אויף זייער אן עקסטרעמען וועג. אויב איז עס אזוי דארף מען זאפארט אונטערנעמען שריט. ווען מען זעט אזא שטארקע טויש ביי א בחור מיינט עס בדרך כלל עפעס. דער פראבלעם איז נאר אז די מאס וויפיל א בחור אין ישיבה קען טון צו העלפן א חבר איז ווייניג און באגרעניצט.

סתם אזוי איז זייער געזונט אז א חבר אין ישיבה וואס קען זאגן א גוט ווארט און מאכן יענעם שפירן באקוועם טוט עס, איבערהויפט אויב ער טוט עס נאטירליך איז עס זייער א געזונטע זאך, ווייל אויב גייט מען פאר הילף קומט די חלק הבושה אז מען דארף גיין און אז עפעס טויג נישט. א חבר וואס האט א נאטירליכע קאנעקשאן האט אין דעם הינזיכט א שטערקערן כח ווי א פראפעסיאנאל, ווייל עס גייט אויף א נאטירליכן אופן.

אבער כדי דיר צו קענען געבן א צוגאנג דארף מען האבן אסאך אינפארמאציע אויף די מהות פונעם בחור. דו אליין שרייבסט אז זינט דו ליינסט "נפשי" כאפסטו אז יעדער איז אנדערש אין יעדן שטאנדפונקט, און עס איז טאקע דא זייער אסאך פרטים דערין און מען קען גארנישט רעקאמענדירן בעפאר מען קען א כאראקטער גוט. אלזא די איינציגסטע מהלך דיר צו העלפן פרובירן איז אויב קען מען באקומען מער אינפארמאציע בנוגע דעם חבר'ס תכונת הנפש און מער פון זיין עבר.

לגבי וואס דו פירט אויס צום סוף וואס דו קענסט יא טון פאר אים, איז בכלליות דער ענטפער זיכער אז יא, דו קענסט טון פעולות אים צו העלפן. חז"ל זאגן או חברותא או מיתותא. ווי ערווענט, האט א חבר א שטארקע כח און קען בויען א טיפערע 'קאנעקשאן' ווי סיי וועלכן פראפעסיאנאל, אבער אין דעם איז דא צוויי חלקים. איין חלק איז בכלליות ארויסווייזן מער סימפאטיע, אנקניפן שטערקערע ידידות, געבן דאס געפיל אז מען טראכט פון אים. אבער נאטירליך, נישט ווייל ער איז א רחמנות, נאר סתם ארויסווייזן געפיל, ווייל ווייניג קענען געבן נאטירליכע חיזוק אן לאזן וויסן אז מען געט חיזוק. דאס איז די שטערקסטע זאך, און אויב קען מען דאס טון מיט געדולד און אויסהערן איז עס זייער הילפבאר.

די צווייטע חלק איז היילן גייסטישע פראבלעמען. איך גלייב נישט אז א חבר קען אויפטון און העלפן אויף אזעלכע זאכן, על הצד ער ליידט אויף עפעס. מען דארף אויף דעם יארן ערפארונג און א געוואלד מיט אינפארמאציע. עס איז מעגליך אז דו וועסט מיט די יארן זיך אויסלערנען צו העלפן אידן אין אזעלכע מצבים, ווי עס שיינט האסטו די כוחות הנפש פאר דעם, אבער דאס גייט נישט אויף איין פוס. כרגע איז לכאורה נאר שייך די ערשטע חלק, וויפיל מען קען אויפבויען דעם חבר דורך געבן א גוטע געפיל.

אבער ווי געשריבן, אויב ווילסטו זיין א שליח צו העלפן דעם בחור און זען צי די זאך וואס דו האסט באמערקט איז א דורכגאנג אדער ערנסט, איז נאר שייך אויב פארבינדט מען זיך מיט א פראפעסיאנאל און יענער הערט מער פרטים בנוגע דעם בחור'ס תכונת הנפש. דער מומחה וועט קענען זאגן צי עס איז טאקע וויכטיג זיך אריינצולייגן און זען דער בחור זאל באקומען הילף, ווייל אסאך מאל האבן בחורים פשוט א דורכגאנג. אבער מחשש אז מען דארף אפשר יא עפעס טון איז זיכער אז כל המקיים נפש אחת כאילו קיים עולם מלא, וועגן דעם וואלט געווען כדאי אז דו פארבינדסט זיך מיט א פראפעסיאנאל צו אפשאצן דעם מצב קלארער צו זען אויב מען דארף דא א באלדיגע באהאנדלונג.

איר קענט אונז גערן רופן צו פרעגן מער בפרטיות. איך לאז איבער מיין 24 שעה נומער ביי די "נפשי" מערכת, וועמען איר קענט אנרופן (זעט זייט 2) צו נעמען דעם נומער. נאכ'ן הערן מער איבער דעם בחור וועט דאס ערמעגליכן צו באשליסן צי מען דארף זיך אריינלייגן צו טון ערנסטע פעולות אים צו העלפן, און וואס א חבר קען טון צו העלפן.

 

 

דער קאוטש פערספעקטיוו

הרב חיים מאיר פערל

Lifease Coaching

קודם כל איז זייער, זייער שיין פון דיר אז דו זארגסט דיך אזוי פאר דיין חבר. עס מוז זיין אז דו האסט א גאלדן הארץ, מיט גאר א שטארקן געפיל פאר יענעם, און מעגליך אז איין טאג וועסטו טאקע זיך זען אריינגיין אין דעם פעלד ווען דו וועסט עלטער ווערן. אבער אויף יעצט, לאמיר זען וויפיל דו קענסט ארויסהעלפן דיין חבר בשעת דו ביסט נאך א בחור.

דיין בריוו האט אין זיך צוויי שאלות. איינס, צי איז שייך פאר דיר צו העלפן דיין חבר וואס איז יעצט אין א שטיקל 'קריזיס' און צוריקנעמען קאנטראל אויף זיך, און עס קומט ארויס אויף נישט אזא באלאנסירטן וועג. צווייטנס, אויב ס'איז שייך פאר דיר צו ארויסהעלפן חברים וואס ליידן באופן כללי אויף גייסטישע פראבלעמען.

לאמיר זיך געבן א שטעל אפ און אריינטראכטן אביסל. וואס איז שוין די גרויסע תורה אז דו זאלסט צוגיין צו דיין חבר, אים אויפמערקזאם מאכן אויף זיין פראבלעם, און אים מדריך זיין זיך אויפצופירן איבסל מער איידל?

אויב דאס וואלט געווען אזוי גרינג און גלאט, וואלט זיך נישט אויסגעפעלט אזויפיל מומחים צו באהאנדלען נפשיות'דיגע פראבלעמען. עס מוז זיין אז עס איז דא עפעס אן אייגנארטיגקייט וויאזוי א מומחה גייט צו צו א פראבלעם, און וויאזוי אן 'עמך-איד' גייט צו צו א פראבלעם. אבער דאס מיינט נאך נישט, אז דו קענסט אים נישט העלפן מיט כוחות וואס דו האסט.

באופן כללי, לכה"פ אויף וויפיל עס איז נוגע אונזער טעמע, קען מען צעטיילן פראבלעמען אויף צוויי סארט פראבלעמען, און מיר וועלן זען ביי וועלכן סארט איז שייך פאר דיר צו פרובירן ארויסצוהעלפן.

לאמיר אנהייבן מיט דעם ערגערן סארט. אין דער ערשטער קאטעגאריע, גייען אריין פראבלעמען וואס דער מענטש קען זיך נישט באהערשן אויף דעם אפילו ער וויל. אין דעם גייט אריין OCD, פארשידענע סארט ענקזייעטיס, ווי פאניק אטאקעס, און נאך. די סארט געפילן זענען זייער שטארק איינגעבאקן אינעם מענטש, און עס איז זייער שווער דאס צו העלפן אן קיין מומחיות דערצו. אין דעם סארט קאטעגאריע פארלאנגט זיך אסאך מומחיות, צו קענען העלפן דעם מענטש איבערצוקומען דעם איינגעבאקענעם געוואוינהייט וואס איז אזוי ארויס פון קאנטראל. דאס בעסטע וואס דו וועסט קענען טון צו העלפן אזא איינעם, איז אים צורעדן זיך צו גיין  לאזן העלפן ביי א מומחה. אבער אויך דא קענסטו זיין א גרויסער מלאך המושיע פאר אזעלעכע סארט בחורים, אזוי ווי מיר וועלן באלד ערקלערן.

די צווייטע סארט קאטעגאריע, נעמט אריין אין זיך פראבלעמען וואס זענען נישט אזוי ארויס פון קאנטראל פון דעם מענטש, און מיט אביסל עצה והדרכה, הילף און חיזוק, קען מען דאס בע"ה בייקומען. אין דער קאטעגאריע גייען אריין פארשידענע סארט מילדע נערוועזקייטן און דאגות, פראבלעמען מיט געוויסע סארט התנהגות, און דאס רעכנט אויך לכאורה אריין (געוואנדן ווי עקסטרעם דאס איז; דו האסט נישט געשריבן צופיל פרטים ממילא איז שווער צו געבן א פינטקליכע אפשאצונג) דיין חבר'ס פראבלעם מיט זיין צעמישטקייט ארום זיין זעלבסטשטענדיגקייט. אין דעם סארט קענען אפילו סתם אידן פרובירן צו העלפן אויב מ'גייט צו מיט די ריכטיגע צוגאנג. פארשטייט זיך אז ווי בעסער מען פארשטייט צו די נפש פון א מענטש, אלץ בעסער קען מען אויסטרעפן א וועג וויאזוי צו באהאנדלען דעם פראבלעם. עס איז נישט שייך אריינצוגיין בעומק אין די נפש פון א מענטש אין אזא קורצע תשובה, אבער אפאר וויכטיגע נקודות קען מען ארויסשרייבן, וואס דאס וועט דיר האפנטליך געבן די טיר אריינצוגיין צו דיין חבר, און אים פראבירן צו העלפן מיט וואס דו קענסט.

מעגליך אז געוויסע מומחים וועלן דיר זאגן אפילו אין אזא פאל, "אויב פארשטייסטו נישט דערצו, דעמאלט שטיי ווייט!" אבער איך גלייב נישט אז דאס איז אינגאנצן ריכטיג. עס מאכט זיך זייער אפט, ווי בחורים, און אפילו קינדער, העלפן ארויס א חבר פון זייער כתה אין צייט פון א נויט, און זיי זענען אים זייער שטארק מכיר טוב יארן שפעטער. איך האב דאס שוין געהערט פון אסאך עלטערע מענטשן, ווי זיי פארציילן ווי געוויסע בחורים האבן זיי ארויסגעהאלפן אין זייערע יונגע יארן.

איז לאמיר זיך קודם אביסל דורכשמועסן, און זיך באקענען פון דער נאנט מיט אפאר יסודות'דיגע נקודות וואס זענען זייער וויכטיג בכדי צו קענען ארויסהעלפן איינעם. מיר אלס מומחים ווייסן זייער גוט, אז אן דעם איז אפילו נישטא וואס צוצוגיין צום טיש. ס'איז כדאי זאלסט דיך אליינס פרעגן, שטימען די יסודות מיט מיר?

די ערשטע זאך וואס פעלט זיך אויס צו קענען העלפן איינעם, איז א 'קשר מיט א צוטרוי – טראסט'. יעדער פארשטייט אז אויב גייט סתם אזוי איינער צוקומען צו איינעם וואס איז שטארק צעקלאפט, און אים פרובירן צו העלפן, וועט יענער גלייך אפזאגן די טובה, היות ער קען נישט טראסטן יענעם אז ער וויל אים באמת העלפן. ווי מער צעקלאפט איינער איז, האט ער ווייניגער טראסט אין דער וועלט און אין מענטשן, און דאס לייגט נאר צו צו זיין צעקלאפטקייט ווייל ער קען זיך נישט ערלויבן זיך צו עפענען פאר קיינעם. בפרט אזא איינעם וועמען דו לייגסט אראפ אין דיין בריוו, וואס ער פרובירט זיך ארויסצורייסן פון זיין פארמאכטקייט, איז זיכער אונטער גרויס לחץ פון זיינע ארומיגע, און גייט זיך נישט אזוי שנעל לאזן פון יענעם. דער איינציגסטער וועג וויאזוי ער זאל קענען באקומען די הילף וואס ער דארף, איז צו טרעפן איינעם וועמען ער קען געטרויען, און פילן אז דער מענטש איז באמת אינטערעסירט אים צו העלפן.

איז פרעג זיך אליין, פיל איך ווי מיין חבר וועט מיך זען אלס א געטרייער חבר וואס וויל אים העלפן? אדער ער וועט מיך זען פונקט ווי אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען אים אין וועג און פרובירן אים צו פארמאכן און אונטערדריקן? אויב דו קענסט ענטפערן פאזיטיוו אויף דער שאלה, און פילן אז דיין חבר וועט טרעפן אין דיר איינעם וועמען ער קען טראסטן, דאן קענסטו גיין ווייטער און פרובירן אנצוקניפן א קשר מיט אים און אים אנטראגן דיין הילף.

די צווייטע נקודה, וואס העלפט צו צו בלייבן מיט זיין צוטרוי צו דיר, איז נישט צו שטופן מיט קיין עצות וואס יענער וויל נישט מקבל זיין. פון די ערשטע זאכן וואס מאכט אז א מענטש – בפרט א צעקלאפטער מענטש, זאל נישט טראסטן יענעם, איז ווען איינער פרובירט אים צו שטופן צו טון עפעס קעגן זיין ווילן. בפרט ביי אזא איינעם ווי דיין חבר, וואס איז יעצט אינמיטן א שטארקע מלחמה זיך נישט לאזן פון קיינעם, וועט ער זיכער נישט וועלן טון עפעס וואס איז נישט לפי רוחו. דער כלל פון 'חנוך לנער ע"פ דרכו', גייט זייער שטארק אן ביי אזא מצב.

די דריטע נקודה איז זייער וויכטיג צו וויסן, אז ווען דו גייסט צו צו א בחור מיט א מטרה אים צו העלפן, איז קיינמאל נישט שייך צו וויסן וויפיל דו וועסט אים באמת קענען העלפן. מעגליך אז דו וועסט אים העלפן בשלימות, אבער מעגליך אז דו וועסט אים נאר קענען העלפן א חלק. וויאזוי עס זאל זיך נאר אויסשטעלן, זאלסטו אלץ זיין גרייט צו וויסן, אז וויפיל דו טוסט אויף, איז גוט. ס'דארף נישט זיין בשלימות. ווי נישט ווי ביסטו מוגבל מיט דיינע כוחות, און דו זאלסט זיין צופרידן מיט וויפיל דו האסט געקענט אויפטון. א סימן אויב דו 'רייסט' דיך שוין אביסל איבער מער פון דיינע כוחות, איז צו באמערקן אויב עס נעמט איבער צופיל צייט פון דיין טאג, און עס גייט אוועק צייט פון דיין לערנען. אויב דאס פאסירט, געב דיך א שטעל אפ און פרעג זיך אליין, 'איז מעגליך אז איך האב שוין געטון די מערסטע וואס איך קען?' עס איז אויך כדאי צו פרעגן איינעם וועמען דו טראסט און זיך דורכרעדן אויף ווי ווייט עס פעלט אויס אז דו זאלסט אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט.

אלזא, לאמיר זען אביסל הלכה למעשה וויאזוי דו קענסט צוגיין צו אים, און וואספארא הילף דו קענסט אים אנטראגן.

ווי געשריבן אויבן, די ערשטע זאך איז צו זען אויב דו האטס צוטרוי ביי אים. דאס ווענדט זיך אסאך אויפן מצב. קען זיין אז דו ביסט שוין פון פריער זייער גוט מיט אים, דעמאלט איז דיין ארבעט אביסל גרינגער. אויב נישט, אפשר מאך מיט אים א קליינע שיעור פון בערך 15 מינוט א טאג אין עפעס א מוסר ספר. מיט דער צייט ווערן דו ווערסט היימיש, קענסטו אריינווארפן אפאר ווערטער ווי, "איך האב באמערקט לעצטנס אויף דיר אן אינטערעסאנטע זאך, אמאל ביסטו געווען מער א שטילער, היינט ביסטו מער הויך". זע וויאזוי ער רעאגירט צו דיינע ווערטער. ער קען ענטפערן אויף צוויי וועגן, איינס, "איך בעט דיר, פליז רעד נישט צו מיר וועגן דעם, ס'איז מיר נישט באקוועם". אדער א צווייטע וועג וויאזוי ער קען ענטפערן איז, "יא אמת, אזוי פאסירט, אינטערעסאנט אז דו האסט עס באמערקט".

אויב ענטפערט ער גלייך די צווייטער וועג, דאן איז א סימן אז דו האסט שוין זיין צוטרוי ביי דיר און ער איז גרייט צו רעדן. אויב ענטפערט ער אויפן ערשטן אופן, דאן איז א סימן אז ער איז נאכנישט אינגאנצן אפן מיט דיר און דו דארפסט נאך ארבעטן אנצוקניפן א בעסערן קשר מיט אים. דער בעסטער וועג דאס צו טון איז אים צו זאגן, "אה, אנטשולדיגט אז איך האב אנגערירט א סענסיטיווע טעמע. אויב דו ווילסט נישט רעדן, וועל איך נישט רעדן דערפון". ווען דו זאגסט אים דאס, גיסטו אים א קלארע מעסעדזש אז 'איך רעספעקטיר דיינע געפילן און דיינע געפילן מיינען עפעס פאר מיר', דאס וועט אים געבן א געפיל אז דא שטייט פאר אים א מענטש וואס איז גרייט 'מיטצוארבעטן' מיט אים, אנשטאט צו ארבעטן קעגן אים, אזוי ווי מענטשן האבן צום באדויערן געטון מיט אים ביז היינט. א צייט שפעטער קענסטו אים נאכאמאל פרעגן אין די ריכטיגע מינוט, "איך האב דיך שוין אמאל געפרעגט, און דעמאלט האסטו נישט געוואלט רעדן פון דעם, אבער פארט וויל איך דיר איבערפרעגן ווייל איך וויל דיר באמת העלפן". דאס מאל וועט שוין דיין חבר מעגליך אננעמען דיין הילף, ווייל עס איז שוין איינגעווארצלט געווארן אין אים, אז אט דער חבר איז דא מיטצוגיין מיט אים און רעכנט זיך מיט זיינע געפילן.

אויב מאכט ער זיך אויף צו דיר, דארפסטו גיין מיט אים בבחינת 'חנוך לנער ע"פ דרכו' ווי אויבן דערמאנט. דו קענסט אים פרעגן שאלות, ווי למשל, 'וואס באדערט דיר?' 'מיט וואס קען איך דיר העלפן?' 'פילסטו אפשר ווי מ'רודפ'ט דיר?' וכו' וכו'. פון דא און ווייטער, דארפסטו דיך פארלאזן אויף דיין שכל הישר וויאזוי אים צו העלפן. מעגליך אז ער וועט דארפן דיין הילף צוצוגיין צום משגיח, א זאך וואס ער האט זיך געשעמט צו טון אליין ביז היינט, אדער מעגליך אז מיט אביסל חיזוק און אים געבן דאס געפיל אז דו ביסט אויף זיין זייט, האסטו אים שוין געהאלפן. צום סוף דארפסטו וויסן, אז מעגליך אז די גרעסטע הילף וואס דו וועסט אים קענען געבן, איז אים מחזק צו זיין צו גיין צו א מומחה, וואס זאל אים קענען מדריך זיין מיט זיין מומחיות. אויב האסטו דאס עררייכט, האסטו אויפגעטון א געוואלד.

אפילו ביי די ערשטע קאטעגאריע פראבלעמען וואס מיר האבן אויבן דערמאנט וואס דו וועסט מן הסתם נישט קענען אסאך העלפן, אבער אויב דו קענסט העלפן דיין חבר, דורך די מהלך וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, אים צוצורעדן אז ער זאל זיך גיין העלפן ביי א מומחה, האסטו אויפגעטון א וועלט. זייער אסאך מאל גייען זיי זיך נישט העלפן, ווייל זיי געטרויען נישט קיינעם, אדער גלייבן זיי נישט אז עס איז דא הילף. ווי לענגער א פראבלעם שלעפט זיך, קען עס ערגער ווערן, און אויב דו האסט אים געקענט צורעדן אז ער זאל זיך וועלן העלפן, און ער האט א צוטרוי אין דיר אז דו פירסט אים אין דער גוטער ריכטונג, האסטו געראטעוועט וועלטן.

לסיכום:

  • דו קענסט אויפטון א געוואלד, אבער ווייס אויך וויפיל דו קענסט אנקומען לויט דיינע כוחות.
  • זע צו געווינען זיין צוטרוי אין דיר. גיב אים דאס געפיל אז דו ביסט דא פאר אים, און נישט אים סתם צו שטיין אויף די נערוון.
  • פרוביר אים נישט צו שטופן מיט געוואלד צו טון זאכן וואס ער האלט נישט ביים טון, ענדערש גיי צו 'ע"פ דרכו'; אויב ער וויל נישט גלייך, פרעג אים א שטיק צייט שפעטער, מעגליך אז דו האסט שוין געוואונען זיין צוטרוי, און דו קענסט אים פרעגן נאכאמאל.
  • אפילו אויב דו האסט אים נאר געהאלפן אים צו געבן די חיזוק, זיך צו גיין לאזן העלפן ביי א מומחה, האסטו אויך אויפגעטון זייער א סאך.

עלה והצלח,

חיים מאיר הכהן פערל