אריגינעל ערשינען אין נפשי #6 דורך הרב נחום וואזנער LCSW
אסאך קליענטן האבן זיך שוין דורכגעדרייט די 4 ווענט פון מיין אפיס, אברמי איז צווישן זיי, אבער זיין טראגישער יוגנט געשיכטע מאכט זיין מעשה זאל ארויסשטיין, עס איז עפעס ספעציעל.
ווען איך האב געלערנט די EMDR טעראפי מעטאד האב איך ווייט נישט געגלייבט ווי עפעקטיוו דאס איז, ביז איך האב עס אנגעהויבן נוצן הלכה למעשה. איך האב געזען וואונדער מיט די אייגענע אויגן. אברמי וועט זיין א גוטער דוגמא אויף דעם.
אברמי וועט קיינמאל נישט פארגעסן די דורכפאל וואס ער האט מיטגעמאכט זייענדיג בלויז אכט יאר אלט. היינט איז ער א 25 יעריגער יונגערמאן אבער די מעשה פון באלד צוואנציג יאר צוריק איז דערווייל אומפארגעסליך, צוליב די רעזולטאטן וואס עס האט אים געברענגט פאר א שיינע שטיק צייט. נישט קיין געשמאקע רעזולטאטן. געווען איז עס ווען ער האט אמאל געהאט אן ‘עקסידענט’ אין חדר און זינט דעמאלט האט ער באקומען דעם צונאמען “שטינקער”.
עס איז געווען א לאנגע קייט פון עגמת נפש, ווייטאג און בזיונות וואס האבן אים פארקריפלט. זינט יענעם טאג האט מען אים אלץ געטשעפעט, חוזק געמאכט פון אים און דערגאנגען די יארן. ער האט זיך ממש נישט ארויסגעזען פון דעם לאך זינקענדיג אלץ טיפער אין דעם מצב. יענע צייטן האבן איבערגעלאזט אן אומזעבארן פלעק אויף אברמי’ס פערזענליכקייט. עס האט שטארק אפעקטירט זיין זעלבסטווירדע, ער האט זיך געשעמט פון אנדערע קינדער און נישט געשפירט באקוועם צווישן אנדערע.
ווען אברמי איז געווען נישט מער ווי 12 יאר אלט איז זיין טאטע ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה. פאר צוויי יאר איז די פאמיליע געווען צעריסן צווישן שפיטאל, טריטמענטס און אויפהאדעווען א קינדער-געבענטשטע פאמיליע. ביז דער ראש המשפחה האט זיי איבערגעלאזט, ער איז אוועק פון דער וועלט נאכ’ן ליידן אומבאשרייבליכע יסורים ל”ע.
די שטוב איז דורכגעגאנגען א שווערע קריזיס, דער מצב איז געווען ווייט פון סטאביל, מאכנדיג פון דעם פלאץ וואו א נארמאל קינד לעבט רואיג און שפילט זארגלאז, א פלאץ וואו ער שפירט פארלוירן. זיין וועלט האט זיך געטוישט. נאך די שבעה איז זיין מאמע אריינגעפאלן אין א טיפער דעפרעסיע, אזוי אז ער האט זיין מוטער אויך פארלוירן. ער האט זיך געשפירט עלנד און אליין אין א גרויזאמער וועלט.
ווען אברמי איז אלט געווארן 19 יאר האט ער צו מזל געטראפן א גוטן שידוך. ער האט חתונה געהאט בשטו”מ, די פראבלעמען האבן אבער נישט פארגעסן פון זיין עקזיסטענץ. אברמי האט נישט געקענט קאמוניקירן מיט זיין ווייב אויף א געזונטן אופן. ער איז געווען ווי אויסגעשפארט פון זיינע געפילן, נישט קענענדיג זיך ארויסברענגען. עס איז אים געווען שווער צו גיין אין שול ווייל ער איז געווען זייער אומבאקוועם צווישן מענטשן. ער האט נישט אנגעהאלטן קיין דזשאב ווייל ער האט שווערליך געקענט אויסשמועסן זיינע געברויכן און האט אייביג געשפירט ווי מען נוצט אים אויס.
פון דער פערספעקטיוו פון א טעראפיסט זעען מיר דא א יונגערמאן וואס איז שוידערליך טראומאטיזירט. די טראומא שטערט זיין טעגליכן סדר היום, כאטש וואס זיי זענען לכאורה נישט מער ווי אלטע זכרונות וואס האבן לעולם גארנישט מיט’ן היינטיגן רעאליטעט. וויאזוי היילט מען אים אויס?
א טראומא טעראפיסט וועט געווענליך פרובירן אנצופאנגען מיטEMDR , אויב דער קליענט איז גרייט צו דעם. די סיבה דערצו איז וויבאלד עס ארבעט אסאך מאל שנעלער ווי אנדערע טעראפי מעטאדן. אפטמאל וועטEMDR זיין גענוג. אין מער קאמפליצירטע פעלער וועט אויספעלן צו נוצן מער ווי איין טעראפי מעטאד.
*
EMDR איז ערשט ערפינדן געווארן דורך א פסיכאלאגין אין יאר 1987. געווען איז עס איינמאל ווען זי האט שפאצירט אין פארק און זי האט צופעליג איינגעזען אז געוויסע וועגן פון רוקן די אויגן נעמען אוועק די שטארקייט פון צעשטערטע מחשבות. זי האט שפעטער דורכגעפירט א סייענטיפישע שטודיע מיט טראומא ליידנדע וואס האט געוויזן ווי שטארק עס העלפט זיי.
זי האט איינגעזען אז ווען זי האט געשפירט א שווערע נעגאטיווע מחשבה האבן אירע אויגן זיך גערוקט שנעל ווי פון זיך אליין, זי האט אויך איינגעזען אז ווען זי האט קאנטראלירט דאס רוקן די אויגן בשעת’ן טראכטן פון א טראומאטישער מחשבה איז די ענקזייעטי געווארן קלענער. דאס ווערט אנגערופן “Bilateral Stimulation”, דאס מיינט אז ווען די אויגן גייען אהין און צוריק פון דער רעכטער זייט צו דער לינקער זייט בשעת’ן ארויפברענגען די טראומאטישע זכרונות, מאכט עס אז די טראומא זאל פארלירן איר שטארקייט. זי האט דעמאלט אויסגעארבעט דעם EMDR מעטאד פאר PTSD (“פאוסט-טראומאטיק סטרעס דיסארדער”), א דיאגנאז וואס מען געט פאר מענטשן וואס לעבן מיט שוועריגקייטן נאכן אריבער גיין א טראומא. שפעטער האט מען אנגעפאנגען נוצן דעם EMDR מעטאד אויך פאר אנדערע דיסארדערס, א שטייגער ווי ענקזייעטי אין פאניק אטאקעס.
די סיבה פארוואס EMDR ארבעט איז וויבאלד מענטשן וואס ליידן פוןPTSD האבן פלאצירט די טראומא זכרונות אין די נערוון-סיסטעם (Nervous System) אוועקלייגענדיג די געשעעניש פינקטליך די זעלבע וועג וויאזוי זיי האבן עס בייגעוואוינט. דאס איז די סיבה פארוואס, למשל, ווען איינער האט דורכגעלעבט אלס קינד סיי וועלכע טראומא קען ער ליידן פון די טראומא אסאך יארן שפעטער ווי כאילו עס געשעט יעצט צו אים. מען קען עס זען אויף “מוח סקענס” אז ווען מען ליידט פון א פלעשבעק (flashback), דאס מיינט אז עס קומט ארויף פאר’ן מענטש די טראומא און ער שפירט כאילו עס געשעט יעצט, מאכט דער מוח נישט קיין חילוק פון אמאל ביז היינט, דער גוף ווייזט אייניגע סימפטאמען צו אלטע און נייע זכרונות. דאס מיינט אז אויב עפעס דערמאנט דעם מענטש פון די טראומא, למשל אויב ער איז געווען אין א קאר עקסידענט און ער איז געווארן טראומאטיזירט דערפון, און יעצט הערט ער א שטארקע קראך, פילט זיין גוף אזויווי ער גייט עס יעצט אריבער – אפילו אויב די טראומא איז געשען יארן צוריק.
דורך EMDR טעראפי קען דער מענטש אדרעסירן די Neural pathways (נערוו-וועגן) פון טראומא דורך איבערשפילן די זכרונות. דערנאך קען דער מענטש באשאפן און שטארקן נייע Neural pathways וואס לאזן אים זיך באקענען מיט זיך אליינס און פארבעסערן זיין אויסקוק און צוגאנג צו דער וועלט אין א מער געזונטן וועג. די טעראפי איז נישט אייביג גרינג, אבער עס געט האפענונג און פארלייכטערונג פאר די וואס האבן פרובירט פאר יארן פטור צו ווערן פון די טראומא וואס זיי האבן מיטגעלעבט אלס קינד.
שטודיעס האבן געוויזן אז EMDR טעראפי האט געוואלדיגע און פאזיטיווע רעזולטאטן. אין געוויסע פעלער געדויערט עס נישט מער ווי 3 ביז 6 סעסיעס. די “וועטעראן אפעירס” (VA) שטעלט צו EMDR טעראפי פאר סאלדאטן וואס קומען צוריק פון מלחמה און האבן בייגעוואוינט שוידערליכע סצענעס וואס לאזן זיי איבער מיט א טראומא אויך נאכ’ן ענדיגן זייער דינסט. וויבאלד שטודיעס האבן געוויזן אז דאס איז פון די בעסטע טעראפיס פאר טראומא.
עס קען אויסקוקן ווי זייער א גרינגע זאך צו טון, אבער עס איז נישט אזוי פשוט. דאס איז די סיבה פארוואס EMDR ווערט נאר אויסגעלערנט פאר לייסענסד טאראפיסטן, און די סיבה פארדעם איז ווייל א מענטש קען אמאל זיין זייער קאמפליצירט. אזוי ווי יעדער פארשטייט אז מען קען נישט זיין קיין הארץ דאקטער אן קודם זיין א געהעריגער דאקטאר און פארשטיין די סיסטעם פון די גאנצע מענטש. די זעלבע מיט דעם, כדי צו ארבעטן מיט די טראומא וואס א מענטש האט, דארף מען קודם קענען זיכער מאכען פון וואס דער מענטש ליידט, און נאך וויכטיגער איז, צו וויסן אויב דער מענטש איז שוין גרייט צו ארבעטן אויף זיין טראומא.
די ערשטע שלב פון EMDR וועט זיין צו מאכן א פארזיכערט ארט ((Safe place, דאס מיינט דער מענטש זאל קענען שפירן אין זיין מוח באשיצט און רואיג כדי ער זאל קענען דורכגיין זיין טראומא אן ווערן צו שטארק איבערגענומען דערפון.
געווענליך נעמט אט די שטאפל גאנץ שנעל. אין געוויסע פעלער אבער וועט דער מענטש נישט זיין גרייט פאר דעם וויבאלד ער האט אנדערע סיבות פארוואס ער פילט נישט באשיצט און מען דארף קודם אויפבויען א באשיצטע געפיל. ווי אויך צומאל מאכט זיך אז די טראומא איז געווען אזוי שטארק אז דער מענטש איז געווארן פארפרוירן בשעת די טראומא וויבאלד עס איז געווען צו סאך פאר דעם מענטש צו מיטלעבן און פילן די שרעק וואס ער גייט יעצט אריבער, ממילא ווערט דער מוח פארפרוירן און עס איז כאילו ער איז נישט דארט יעצט, אזוי קען ער עס אריבערטראגן. דאס ברענגט אז דער מענטש זאל זיין אינגאנצן אפגעטיילט פון זיין טראומא, דאס הייסט אז ווען די טראומא קומט ארויף ווערט ער כאילו אפגעטיילט פון זיינע זכרונות און צומאל אפילו פון זיין גוף כאילו ער איז נישט דא יעצט, וויבאלד עס איז אים צו ווייטאגליך צו איבערלעבן די טראומא, דאס ווערט אנגערופן Dissociation, און ווען דאס פאסירט דארף דער טעראפיסט צוריקברענגען דעם מענטש און צוביסלעך אויפבויען א באשיצונגס געפיל.
דער קומענדיגער שטאפל איז צו אידענטיפיצירן וואס די טראומאס זענען געווען און אויסשטעלן א סיסטעם אויף וועלכע צו ארבעטן קודם און וועלכע נאכדעם. בעפאר מען גייט ווייטער איז וויכטיג צו פארשטיין וואס מיינט טראומא. אין טראומא זענען דא 2 הויפט מיני טראומאס. די ערשטע ווערט אנגערופן ‘גרויסע T’ Big T)), וואס דאס איז וואס מענטשען רופן געווענליך אן טראומא, א שטייגער ווי א קאר עקסידענט, א נאנטער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט וכדו’. די צווייטע סארט טראומא הייסט ‘קליינע t’ ((Little t, וואס דאס איז שוועריגקייטן וואס דער מענטש איז אריבערגעגאנגען, געווענליך דורכאויס א לאנגע צייט, אזוי ווי געווארן געטשעפעט אין חדר במשך אסאך יארן, אדער אויב משום איזה סיבה האבן די עלטערן נישט געקענט געבן פאר’ן קינד זיינע עמאציאנאלע געברויכן וואס ער דארף, און ער איז אויפגעוואקסן אן באקומען קיין ליבשאפט.
ווען א מענטש גייט אריבער א שוועריגקייט פאר אסאך יארן ווערט עס אזוי ווי א גרויסע טראומא. און צומאל איז דאס שווערער ווי א געווענליכע טראומא, די סיבה איז וויבאלד בשעת דער מענטש גייט עס אריבער כאפט ער נישט וואס ער גייט אריבער און ער קען נישט מאכן קיין סענס פון וואס ער פילט און פון וואס עס געשעט צו אים. צומאל וועלן קליענטן זיך אויסדריקן “ווען איינער זאל מיך צאמשלאגן וואלט איך כאטש געוואוסט וואס געשעט צו מיר און וואס איך גיי אריבער.” אויך, ווען דער מענטש כאפט נישט וואס געשעט צו אים וועט ער געווענליך נעמען די שולד אויף זיך און וועט אפמאכן אז ער איז משוגע אדער שלעכט אדער שוואך אדער אז ער טויגט נישט צו טון זאכן וכדו’, און דאס לאזט א ווייטע אפעקט אויף דעם מענטש פאר יארן לאנג און מען דארף שווער ארבעטן צו טוישן די בליק וואס ער האט אויף זיך.
דערנאך פראצעסירט מען די מעמארי מיט די אלע געפילן וואס זענען מיטגעקומען מיט די טראומא, אזוי ווי שרעק, זיין אליין, פילן אז ער איז שלעכט, אויפגערעגט, טרויעריג, פארשעמט, אומבאשיצט, פארלוירן, צעקלאפט, פארמאכט, וכדו’.
*
אברמי האט אויפגעבויעט א ‘פארזיכערטע פלאץ’, וואס דאס איז געווען ווען ער האט געטראכט ווי ער זיצט ביי זיך אינדערהיים אויף זיין סאפע מיט א טיי אין זיין האנט. דארט האט ער געפילט זייער באקוועם און באשיצט, קיינער קען אים נישט שטערן דארט, ער דארף זיך נישט זארגן וואס אנדערע מענטשן גייען טון אדער טראכטן, ער קען האבן די פולסטע רואיגקייט אין מנוחה.
דערנאך האט אברמי אנגעפאנגען צו פראצעסירן די שוועריגקייטן וואס ער איז אריבער אין חדר, און די אלע געפילן וואס ער האט געפילט דעמאלט – אזוי פארשעמט, צעקלאפט, פארלוירן און אליין. דערנאך האט זיך אברמי געקענט פארשטעלן כאילו איינער באשיצט אים דעמאלט, אז עס איז דא א מלמד וואס איז באאויפטראגט איבער אים, זאגט אים אז עס איז נישט געפערליך, איז אים מחזק און מאכט זיכער אז קינדער זאלן אים נישט טשעפען. אזוי האט אברמי געקענט אויפבויען א גוטע געפיל אז ער איז נישט אליין, ער איז באליבט, שטארק און זיכער מיט זיך. די זעלבע האט מען געטון מיט אלע שפעטערדיגע טראומאס.
נאכדעם קומט די לעצטע שטאפל פון טוישן די געפילן צו פאזיטיוו. די סיבה פארוואס דאס ארבעט איז וויבאלד פאר די “סוב-קאנטשעס” מוח איז נישט קיין חילוק צי די מעשה איז געשען יעצט אדער 20 יאר צוריק. דער זעלבער וועג ווי מען פילט יעצט ווייטאג פון 20 יאר צוריק קען מען טוישן די עקספיריענס אין דעם מוח. ווי למשל, טאמער דער מענטש האט געפילט אומבאשיצט פאר אסאך יארן קען ער יעצט איינזען אז בעצם וואלט ער נישט געדארפט שפירן אומבאשיצט און אפילו בשעת ער איז געווען א קינד האט ער דאס נישט געקענט פארשטיין וויבאלד יעצט פארשטייט ער אז ער פילט באשיצט, נעמט דער מח אריין אז דעמאלט האט ער אויך געפילט באשיצט. וואס עס בלייבט איבער פון די טראומא איז נאר א “מעשה”, ווייל דער ציל פון EMDR איז נישט צו אויסמעקן די זכרונות, דער ציל איז אוועקצונעמען די שווערע געפילן ארום דעם. און ווען מען טראכט צוריק פון דעם געדענקט מען וואס עס איז געווען, אבער די טראומאטישע געפילן וואס זענען פארבינדן דערמיט זענען מער נישט דארט.
אסאך מאל ביי דעם שטאפל וועל איך אריינברענגען די “אינערליכע קינד” Inner child)) וואס געפינט זיך טיף אין יעדן מענטש. עס קען זיך הערן איראניש, אבער יעדער מענטש האט נאך א קינד אין זיך, דאס מיינט אז די עקספיריענס וואס ער איז אריבערגעגאנגען אלס קינד אלע יארן איז נאך אין אים און איז א חלק פון אים, ממילא יעצט ווען ער איז שוין ערוואקסן פארשטייט ער זאכן אנדערש און ער האט אן אנדערן בליק אויף זאכן, צוליב דעם קען ער מסביר זיין פאר דעם קינד וואס עס גייט פאר, קלאר מאכן פאר אים וואס ער איז דעמאלט אריבער, און אים זאגן אז ער איז דא מיט אים און ער איז נישט אליין, אזוי ווי מען האט פריער געזען אז פאר די “סאב-קאנטשעס מיינד” איז נישט קיין חילוק פון דעמאלט ביז היינט. קומט אויס אז דער ערוואקסענער קען אויסהיילן די שווערע געפילן וואס דאס קינד איז אריבער און אים געבן דאס געפיל אז ער איז נישט אליין און ער איז באשיצט.
*
נאך 12 סעסיעס האט אברמי געטראפן א דזשאב, ער האט געהאט די שטארקייט צו בעטן וואס ער האט געוואלט. ער האט זיך געעפנט פאר זיין ווייב און גערעדט אפן איבער זיינע געפילן, א זאך וואס האט געבויט זיין שלום בית. ער האט שוין געהאט די קאנפידענץ צו גיין צווישן מענטשן און רעדן מיט זיי, ער האט געקענט זיין זיך. ווי אברמי האט זיך אויסגעדריקט: “מיט סייעתא דשמיא האט די EMDR מיך געמאכט פאר א נייער מענטש.”