אריגינעל ערשינען אין נפשי #7 דורך בן מנחם

 

אלע פון אונז ווייסן די גאר שפאנענדע געשיכטע איבער א מיידל, דינה, וואס איז פארכאפט געווארן דורך שכם און וויאזוי אירע ברידער האבן גע'מל'עט און דערנאך אויסגע'הרג'עט א שטאט איר צו באפרייען. לערנענדיג איבער דער געשיכטע, קען אויפקומען די הארבע פראגע: וויאזוי מל'עט מען א שטאט? האט שוין איינער אמאל געהערט אז עס זאלן אנקומען צוויי געסט צו א פלאץ, פארלאנגען פונעם עולם זיך צו שטעלן אונטער'ן מעסער, און דער עולם זאל גיין כצאן לטבח? עס הערט זיך פאנטאסטיש! לעצטנס האב איך געליינט א הערליכן ביאור וואס פארענטפערט די קשיא, צוזאמען מיט נאך אסאך קשיות אויף אונז און אונזער סדר החיים.

שמעון און לוי זענען אריינגעקומען צו מר. שכם מיט אן אנבאט: "מיר זענען צוויי ברידער, גרויסע גבירים, מיר האבן פאבריקן און נעץ-געשעפטן אויסגעשפרייט פון כנען ביז מצרים. מיר זענען געקומען אהער צו אינוועסטירן ביי ענק, עפעס וואס וועט בויען די עקאנאמיע פון שכם און אנטשפרעכט רייך צו מאכן דיר מיט אלע איינוואוינער." די ברידער האבן אבער געגעבן איין תנאי: "מיר לאזן זיך נישט אריין דערין בעפאר די גאנצע שטאט איז גע'מל'עט…"

שכם איז געפאלן פאר דעם פלאן, אזא אינוועסטמענט ביים טאטן אין לאנד וואלט געהויבן דאס גאנצע לאנד, אין זיין דמיון האט ער געזען שורות פון לוקסוריעזע הייזער איבעראל וואו מען קוקט נאר. עס האט אים געפערליך געצויגן דאס אונטערצונעמען, ער האט אבער געוואוסט אז מל'ען א שטאט איז עפעס וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל. אויפברענגענדיג זיינע מחשבות פאר שמעון ולוי האבן זיי געהאט א גרייטן פלאן: "דו לייג נאר ארויס אן אפיציעלער אנאנס אין אלע לאקאלע צייטונגען איבער צוויי ריזן ביזנעסלייט וואס זענען געקומען אויף א באזוך און זענען גרייט אויפצונעמען די שטאטסלייט און געבן ראט וויאזוי צו פארבעסערן זייער פינאנציעלן מצב, פון דארט און ווייטער וועלן מיר שוין טון." שכם האט נישט פארשטאנען, אבער אז זיי זאגן זיי קענען – וואס שאדט צו פרובירן.

די זון איז פארגאנגען און אויפגעשיינט צו א שכם אנגעפילט מיט אדווערטייזמענטס, אנגעהויבן פון די טעגליכע בלעטער ווי דבר יום ביומו און גוט מארגן, געענדיגט ביי קול מבשר און די וועכנטליכע מאמענט מאגאזין. איבעראל האט מען געזען שרייענדע סלאגאנען איבער די רייכטום אין וואס מיר גייען לעבן נאך איין באזוך ביי די צוויי משולחים וואס גייען לויט אלע ווארשיינליכקייטן באווייזן וועלטס וואונדער פארנט פון אונזערע אויגן.

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. אפאר שעה בעפאר דער באשטימטער צייט זענען שוין געשטאנען לאנגע רייעס מיט טויזנטער מענטשן פארנט פון דעם אפיס וואס האט זיך געפונען אויפ'ן דריטן שטאק פונעם פארלאמענט בנין. אנגעהויבן פון די טיר פונעם ספעציפישן צימער וואו די צוויי ביזנעסלייט זענען געזעסן, אראפ אלע טרעפ ביז 5 בלאקן ווייט האבן זיך געשלענגלט מאסן מיט אויפגעהייטערטע געמיטער. פאליצייאישע כוחות האבן געדארפט אריינגערופן ווערן צו פארזיכערן אז די געדרענג זאלן נישט פאראורזאכן קיין פאטאליטעטן.

די באשטימטע צייט קומט אן. דער סעקרעטאר עפנט דעם טויער און רופט אריין דעם ערשטן מענטש. ווי נאר די טיר פארמאכט זיך עפנט זיך די פארהאנג וואו מען זעט שמעון שטיין מיט א שארפן מעסער, לוי כאפט דעם מענטש בעפאר ער קען זיך אריענטירן, ער לייגט אים אראפ אויפ'ן טיש און פאר וואס און ווען איז יענער אפגע'מל'עט.

דער מענטש כאפט נישט געהעריג וואס מיט אים איז יעצט פארגעקומען, ער איז צעמישט. פארלוירענערהייט שפאנט ער ארויס מיט ווייאיגע טריט, די מאסן אינדרויסן ווארטן נייגעריג צו הערן וויאזוי דער פראצעדור גייט צו און וואס די ברידער האבן אים גע'עצה'ט. ער כאפט זיך אז אויב וועט ער פארציילן פאר יעדן וואס דא האט פאסירט וועט עס זיין אומבאשרייבליכע בזיונות. פארלוירן הייבט ער צו דרייען מיט'ן צונג. אויף אלע פראגן האט ער געענטפערט שטארק פאזיטיווע ענטפערס. "איך בין אויפ'ן וועג צו ווערן א מולטי-מיליאנער!" זאגט ער פאר די ארומיגע וואס שטייען מיט אויסגעשפיצטע נעזער און הענגענדיגע אויערן נישט וויסנדיג וואס ווארט זיי.

דער צווייטער גייט אריין, אויך ער גייט דורך דער שנעלער און פיינפולער אפעראציע, ער שפירט אבער ביי זיך אז ער איז א מיאוס'ער דורכפאל, "זיכער האב איך נישט געפונען קיין חן ביי זיי אין די אויגן," ער באמערקט אז זיין קראגן איז אים נישט געשטאנען גראד ביים אריינקומען, גלייך איז ער עס תולה אין דעם, "זיי האבן לכאורה באמערקט ווי אפגעריסן איך בין און האבן אפגעמאכט אז איך וועל נישט פארשטיין צו קיין ביזנעס."

ארויסקומענדיג שעמט ער זיך מיט זיין ביטערן דורכפאל, די אנדערע וועלן דאך ווערן מיליאנערן, זיי וועלן לאכן פון מיר אין די פויסטן, זיי וועלן מיר נישט וועלן קענען. אויף די פראגן פון די אנוועזנדע וואס ער האלט איבער די ברידער ענטפערט ער גאר גרויסע זאכן, לאזנדיג דעם עולם געפלעפט; זיי קענען קוים ווארטן אויף זייער רייע.

איינער, א צווייטער, א דריטער. די ליניע רוקט זיך, מען מל'עט אפ איינס ביי איינס אבער קיינער ווייסט נישט פונעם חבר. מזל האבן זיי געהאט אז דריי טעג שפעטער זענען זיי געשטארבן, ווייל… אויב נישט וואלט יעדער געדארפט אנהייבן שפילן מיליאנער, מיינענדיג אז נאר ער איז דער דורכפאל… זיי וואלטן געלייגט טויזנטערס אויפ'ן קרעדיט קארטל, געקויפט לוקסוריעזע פערדן און די לעצטע מאדעל וועגנער מיט געלט וואס זיי פארמאגן נישט, בלויז נישט ארויסצופאלן פון די רייכע סביבה צו וואס שכם איז איבערגעדרייט געווארן…

עס דערמאנט עפעס?

*

א חבר מיינער האט לעצטנס אויסגעדריקט האפענונג צו פארן אויף שווייץ פאר א וואך צוויי וואקאציע. קענענדיג דעם באטרעפנדן און פארשטייענדיג אז עס איז קעגן זיין נאטור, די בערג וועלן אים זיין אינטערעסאנט פאר פינקטליך 5 מינוט, האב איך אים פארציילט די מעשה'לע מיט שכם. ער האט געוואוסט צו זאגן פון דעם און יענעם וואס איז צוריקגעקומען פון די שווייץ פארציילנדיג אותות ומופתים ווי שיין און געשמאק דאס פלאץ איז געווען, וואס ער האט נישט געוואוסט איז אז זיי זענען ווארשיינליך אויך אריינגעפאלן אין דער בלאטע וואו ער האלט אינמיטן אריינטרעטן; זיי האבן געהערט פון אנדערע די גרויסע וועלטס וואונדער וואס מען זעט דארטן און זיי קענען נישט צוריקקומען אויסגעשפילט.

עס איז זיכער אז מען קען הנאה האבן פון זיין אין די שווייץ, אבער נישט זעלטן באוואונדערט מען זאכן אין וואס מען זעט נישט די וואונדער. נישט יעדער פארשטייט דערצו, מען קען אבער נישט ארויסקומען "פלאטשיג". און אזוי ציט זיך א קייט פון מענטשן וואס צאלן טויזנטערס צו ווערן אפגע'מל'עט און מל'ען אנדערע. עס ארבעט בערך ווי ביי וויין טרינקערס; יין ישמח לבב אנוש, אבער וויפיל פון די וואס "פארשטייען" צו וויין, פארשטייען טאקע דערצו? וויפיל דארפן נעבעך טרינקען דעם שארפן ברוינפן בלויז ווייל דער מויל-מאכער פארציילט וואונדער דערויף? ער כאפט נעבעך נישט אז דער מויל-מאכער פארציילט וואונדער בלויז ווייל ער האט געהערט וואונדער און וויל נישט אויפדעקן זיין דורכפאל לעיני השמש.

פאר ארום א יאר צוריק איז געווען דער אונטערגאנג פון ACN, א מולטי לעוועל מארקעטינג ביזנעס וואס האט פארשפראכן ריזיגע רווחים פאר'ן בלויז רעקרוטירן נאך אגענטן און ברענגען מענטשן וואס זאלן נוצן די פירמע'ס ענערגיע סערוויסעס. ACN? עפעס דעמאנסטו מיך… ווען האט איר לעצטע מאל געהערט איבער דער פירמע? כאשר בא כן הלך, וויפיל עס האט דעמאלט גערודערט, אזוי שטאק שטיל איז געווארן, די גאנצע איבערקערעניש איז געגאנגען שלאפן. אבער, וואו זענען די אלע ריזיגע עשירים, די רייכע אגענטן, פארשוואונדן געווארן? קיינער ווייסט נישט. זיי זענען גע'מל'עט געווארן און פארמאכט די מיילער, גענוי ווי די איינוואוינער פון שכם.

די ערשיינונג פון דורכפאלן מיט עפעס אויף וואס מען הערט גרויסע זאכן און נאכדעם שטיל בלייבן קומט אריין אזויפיל מאל אינעם חיי היום יומי אזש עס איז שווער זיך מצמצם צו זיין און כאפן אז וואס מען טוט איז א רעזולטאט פון דעם. דער מוח ארבעט אזוי גוט אז עס איז מצליח איינצורעדן זיך אליין אז מען איז נישט דורכגעפאלן. דער פראבלעם איז אבער אז א דורכפאל בלייבט א דורכפאל און מיט נישט אנערקענען דעם דורכפאל האלט מען צוריק אזויפיל הילף. דאס איז חוץ די עוולה פון אריינלייגן נאך מענטשן אין זומפ.

*

עס ווייסט יעדער דער סדר העולם: קודם איז מען א בחור, נאכדעם האט מען חתונה. עס זאגט זיך גרינג, אבער עס איז קשה כקריעת ים סוף. נישט נאר דער שידוך נאר אויך די חתונה-געהאטע לעבן. איינס פון די אספעקטן וואו חתונה האבן אפעקטירט דעם עולם איז אין סאציאלן הינזיכט. בחורים זענען צוגעוואוינט צו לעבן אין א גרויסע סביבה פון אמווייניגסטנס 50-100 נפשות. צווישן אזויפיל בחורים טרעפט כמעט יעדער אפאר חברים מיט וועם ער האט א שפראך, זיי לעבן צוזאמען, מען שמועסט, מען לערנט און מען פארברענגט אינאיינעם בשבת אחים גם יחד.

נאך דער חתונה קומט דער דאזיגער לוקסוס צו אן ענדע ביי רוב יונגעלייט. אפגערעדט פון די וואס האבן חתונה צו א פרעמדער שטאט אדער לאנד, אבער אפילו די וואס נישט. מען צעטיילט זיך צווישן כוללים און ארבעטס פלעצער. דער מוצלח אין ישיבה איז יעצט א פרישער יונגערמאן אין כולל וואס ווייניג קענען און נאך ווייניגער קימערן זיך מיט דעם פאקט אז ער עקזיסטירט, חוץ די שוויגער פארשטייט זיך… זי אינטערעסירט זיך אפשר צו אפט. אין ארבעטס פלאץ פארברענגט מען דעם טאג אליין אדער מיט געציילטע מיטארבעטער וואס זענען שוין דארט פון פאר דיר און מען דארף אריינקומען אין א נייער סביבה. נישט קיין גרינגע זאך. די יונגעלייט טרעפן זיך אפט אליינס אויפ'ן וואסער.

יעדער האט זאכן מיט וואס ער איז פארנומען, אבער דער שנה ראשונה יונגערמאן טרעפט נישט וואס צו טון. דער איז פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, א צווייטער לויפט צום דאקטאר מיט א קינד, חוץ ער, ער זיצט און זוכט א היימיש פנים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט.

דער פראבלעם איז אז ער קען נישט זאגן "איך האב נישט וואס צו טון…" עס איז עפעס אזוי 'נישט וויכטיג', עס שפירט זיך ווי אויב וועל איך פארציילן דעם סוד וועט מען מיר אנקוקן ווי עפעס אן איבעריגן געוויקס אויפ'ן פלאנעט, עפעס נישט אין פלאץ.

דאס איז וואס רעזולטירט אין א קאמיש בילד: דער זעלבער שנה ראשונה יונגערמאן וואס יעדער ווייסט אז ער איז נאכנישט מסודר, ער הינקעט אונטער און מוטשעט זיך צו איינארדענען אין זיין נייע סביבה, אבער ווען ער טרעפט זיינע אלטע חברים ווערט ער פלוצלינג שטארק "פארנומען". אזוי אויך ווען מען שמועסט איבער די כוללים וכדו', איז יעדער פלוצלינג מסודר און פרייליך מיט זיין סיטואציע. יעדער איז אפגע'מל'עט. יעדער גייט דורך די שוועריגקייט, אבער יעדער מיינט אז ער איז דער איינציגסטער דורכפאל וואס זעט זיך נאכנישט מסודר און שעמט זיך אויפצודעקן קלונו ברבים.

זאל מען ווען באזייטיגן די קראנקע בושה וואלט געווען אן אנדערע וועלט. די אלטע חברים וואלטן זיך צאמגענומען אפטער, מען וואלט אפגעשמועסט עפעס א נאכט כולל וואו מען גייט זיך אריינזעצן, א ביהמ"ד שבת, סתם אזוי מסיבות, מען וואלט מער פארברענגט און זיך געטראפן מיט אלטע חברים. דער פראבלעם איז אבער אז קיינער גייט נישט צאמברענגען די יונגעלייט, ווייל ער טראכט אז יעדער איז פארנומען און מסודר ערגעצוואו און נאר ער איז דער אויסגעשפילטער. די סיבה פארוואס ער טראכט אזוי איז ווייל אזוי מאכט מען דעם רושם.

עס זענען דא ישיבות וואו די יוצאי ישיבה האבן זיך צאמגענומען און אויפגעדעקט דעם שלייער, רוב מאל האבן זיי זייער מצליח געווען. עס זענען פארהאן אזעלכע בתי מדרשים און חבורות וואס גייען שוין אן יארן לאנג, אלעס אין זכות פון די פאר אזויגערופענע 'נאראנים' וואס האבן נישט געכאפט אז עוסק זיין אין 'האבן א סביבה' איז א בושה.

א פרישער יונגערמאן נאך דער חתונה, אויב דאוונט ער וואו דער שווער דאוונט איז נאך גאנץ כמעשה. אויב וויל ער אבער גיין אין סיי וועלכע אנדערע ביהמ"ד שטויסט ער זיך אן מיט צוויי אפציעס: אדער אליין אין א גרויסע ביהמ"ד וואו ער קען נישט קיינעם און קיינער קען אים נישט. דאס מיינט אז ער גייט דאווענען, טוישט נישט מיט קיינעם קיין אידיש ווארט, איינזאם און אליין. אדער אין א קלענערע ביהמ"ד, וואו עס איז רוב מאל דא א סביבה פון עלטערע יונגעלייט וואס זענען שוין באפריינדעט און אריינקומען אין אזא סביבה איז זייער שווער. מען דארף כאילו זיין א "שוטה" וואס שעמט זיך נישט מיט'ן מגלה זיין דעם סוד פאר גאנץ בראד אז ער האט נישט מיט וועם צו פארברענגען.

די מערב זיצן אין יעדע קליינע ביהמ"ד זענען פול מיט דארע יונגעלייטלעך מיט הויכשטאקיגע שטריימלעך וואס זיצן איינזאם פון אנהייב דאווענען ביז'ן סוף. זעלטן וואס זיי רעדן אריין אין א שמועס אדער שטעלן זיך צו צום קופקע נאכ'ן דאווענען. די יונגעלייט שלייכן זיך ארויס פון ביהמ"ד גלייך נאך "עלינו" און לאזן זייערע שווערע טריט אהיים. איין זאך נישט, ער וועט זיך נישט באקענען מיט דעם אנדערן איינזאמען יונגערמאן וואס זיצט נעבן אים, ווייל יענער איז מסתמא נישט אינטערעסירט אין אים האבנדיג אזויפיל אנדערע מיט וועם צו שמועסן… בלינד?

*

אין איין ווארט: עס איז דער טיפ פון זייער אסאך מענטשן אז ווען זיי האבן סיי וועלכע געפיל פון "דורכפאל" אדער נישט מצליח זיין, האלטן זיי עס ביי זיך און זאגן חלילה נישט פאר קיינעם, זיכער מאכנדיג אז מיילן זאלן אפטיילן צווישן דעם פראבלעם און דער לעזונג.

ווען דער ערשטער תושב וואס איז אריינגעקומען צו שמעון ולוי זאל זיך ווען נישט שעמען וואלט ער אפגעראטעוועט די גאנצע שטאט פון א זיכערן טויט! ווען איין בראווער יונגערמאן אין א כתה שעמט זיך נישט טוישט ער די מצב רוח און הצלחה פון אלע זיינע חברים! ווען איין אינוועסטירער אין די נייע שגעון וואס גייט מארגן ארויסקומען שעמט זיך נישט ראטעוועט ער טויזנטער בלוט געווייקטע דאלארן. אונזער מענטאליטעט איז אבער אפט אנדערש: איך בין אייביג גערעכט, פארזיכערט און מצליח. על כל פנים פונדרויסן.

דער מצב ווערט נאר ערגער ווען מען נעמט אין באטראכט די ריזיגע צאל אויגן פון וואס יעדער ווערט באגלייט. ווי געשמועסט אין ערשטן "נפשי" נומער ("גייסטישע פראבלעמען אמאל קעגן היינט") לעבן מיר היינט אין א "פובליק" וועלט. גרויסע שטעט, גרויסע משפחות, גרויסע בתי מדרשים, איבעראל ווערט מען באמערקט און נאכגעקוקט, אבער קיין נאנטן חבר געפינט מען נישט. יעדער קוקט אויף יעדן פונדרויסן אבער הארציגע אפענע שמועסן צווישן צוויי גוטע חברים איז א זעלטנהייט. אמאל איז נישט אזוי געווען, דאס קליינע קרעמל אין בית המדרש האט זיך גוט געקענט אזוי אז די באטרעפנדע זענען באמת נאנט געווארן איינער מיט'ן צווייטן.

ווען עס קומט צו אונזער נושא פון באהאלטן דורכפעלער ווערט עס דראסטיש ערגער אין אזא סביבה וואו מען ווערט באטראכט און מען האט מורא פון וואס די "גאס" גייט שמועסן. עס איז זעלטן אז א יונגערמאן זאל היינט עפענען א פיזישע געשעפטל אויף דער גאס. אדער פארשטעקט מען זיך אין הערמעטיש פארמאכטע אפיסעס און מען פירט אנאנימע געשעפטן אויף עמעזאן, אדער טוט מען ריעל עסטעיט און אנדערע זאכן וואס פארלאנגען נישט צו ווערן ארויסגעשטעלט צום פובליק.

עפענען א געשעפט איז אן אקט וואס שטעלט ארויס דעם מענטש אויף דער גאס. אויב איז ער נישט מצליח ווייסט יעדער דערפון, דאס איז היינט אן אומדערטרעגליכע קאשמאר, גייט ער ענדערש טון אנדערע זאכן וואו אפילו ער וועט דורכפאלן וועט ער כאטש ווייטער קענען פארקויפן באבקעס אז ער איז מצליח. דאס איז דאך די וויכטיגסטע.

אנשטאט דורכפאלן, זיך הייבן און גיין ווייטער. אנשטאט באנקראטירן צוויי מאל און ווערן א גרויסער עושר ביים דריטן מאל, ווי אסאך גרויסע מיליאנערן, בלייבט מען פארשטעקט אין דעם לאך פון בושה און מען קריכט נישט ארויס פארזיכערנדיג זיך אז דער טיטל "דורכפאל" זאל זיך קיינמאל נישט אפטון פון אים. דער ריכטיגער וועג איז יא אריינצושפרינגען, יא פרובירן, יא דורכפאלן און זיך בע"ה צוריקכאפן, און ביי דער ענדע זיך באפעסטיגן אזוי אז די אלע דורכגעפאלענע מענטשן וואס פרובירן נישט צוליב מורא פון דורכפאלן וועלן שוין לאנג נישט געדענקען אז דו ביסט אמאל דורכגעפאלן. און דערמיט וועסטו האבן א חלק אין ראטעווען א גאנצע שטאט פון ווערן אפגע'מל'עט.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן