בארימטער אנפירער פון פסיכיאטריע פליגל אין קארנעל שפיטאל, דאקטאר יוסטין מאהאט, לערנט א לעקציע אין קינדער פסיכיאטריע, מעדיצין, היימישע פראבלעמען און ערקלערט די סודות פון א געזונטע ערציאונג, וויאזוי צו פארמיידן קינדער פון שפעטערדיגע גייסטיגע ליידן, מיט א בליק אריין אין דער אנטוויקלונג פון גייסטישע פראבלעמען אין יונגע קינדער – אריגינעל ערשינען אין נפשי #7 דורך יעקב רייז און בן מנחם

 

די וועלט פון דאקטעריי איז אין די לעצטע צוויי צענדליג יארן שטארק אויסגעברייטערט געווארן, ארייננעמענדיג נאך א גאנצע קאטעגאריע צווישן אירע ארעמס. "מענטל העלט" איז א תחום אין וואס דאקטעריי האט נישט געהאט קיין גרויסע שליטה אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט. דאס האט זיך אין די לעצטערע יארן געטוישט, און היינט איז ב"ה דא א ריזיגער אויסוואל – כאטש וואס עס מאנגלט נאך גענוג פון דאקטוירים און פראפעסיאנאלן וועלכע צייכענען זיך אויס אין דעם געביט.

מיר אידן, מחמירים אינעם "ונשמרתם", זענען קיינמאל נישט צופרידן פון "סתם א דאקטאר". ווען עס מאכט זיך חלילה אז א איד קומט אן אין שפיטאל און דארף דורכגיין אן אפעראציע פארבינדט מען זיך גלייך מיט עסקנים וואס האבן קשרים אין די העכסטע רייען, מען פרובירט זיכער צו מאכן אז דער בעסטער דאקטאר שטייט אויפ'ן קעיס. מען שפילט נישט מיט קיין אידיש לעבן. שוין יארן וואס אידן בעת צר רופן אזעלכע פיגורן ווי די צוויי שוואגערס הרב אליעזר האגער און הרב יצחק טווערסקי, אדער אנדערע רפואה ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס וואס שיקן מענטשן צו די גרעסטע לייבן אין מעדיצין, קיין שום איד זאל נישט דארפן וויסן.

אין מענטל העלט איז דא א שלל פון גוטע און געלערנטע דאקטוירים, אבער מיר אין "נפשי", מחמירים אינעם גייסטיגן "ונשמרתם", האבן לכבוד פסח געזוכט איינעם ספעציעל, איינער וואס דרייט א וועלט. מיר האבן זיך נישט געפוילט און אנגערופן דעם ״ר' אליעזר האגער״ פון מענטל העלט, דאס איז נישט קיין צווייטער ווי הרה"ח ר' אביגדור משה (אבי) מענדלאוויטש, אן עסקן וואס יום ולילה לא ישבות, א איד וואס געט זיך אפ מיט אומצאליגע מענטל העלט קעיסעס, ובתוכם די מערסט ערנסטע און קאמפליצירטע, יעדן טאג פון יאר. מיר האבן אים געבעטן אונז צו פארבינדן מיט א "קנאקעדיגן דאקטאר" וואס האט אויך ערפארונג מיט'ן היימישן ציבור און קען העלפן באלייכטן די אויגן פון אונזערע ליינער, און דער עסקן האט נישט אנטוישט.

דאקטאר יוסטין מאהאט (Dr. Justin Mohatt) איז דער הויפט דירעקטאר פון דער פסיכיאטרישער אפטיילונג אין דער וועלט בארימטער קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן. דאקטאר מאהאט האט גראדואירט פון די גרעסטע אוניווערזיטעטן אין לאנד, א שטייגער ווי סטענפארד, הארווארד און די אוניווערזיטעט פון וואשינגטאן. פאר די לעצטע 18 יאר ארבעט ער אלס פסיכיאטער פאר קינדער און ערוואקסענע, שטייגנדיג אין ראנג אלץ מער ביזן אויפגענומען ווערן אלס הויפט פון דער פסיכיאטרישער אפטיילונג פון קארנעל אין יאר 010'.

דער דאקטאר איז באקאנט אלע יארן אלס גאר א שארפער קאפ און א כאריזמאטישער מענטש וואס "לאזט זיך נישט פון קיין מעשיות". ער זעט אלעס קריסטאל קלאר און ווייסט פינקטליך וואו ער צילט. זיינע מומחיות'דיגע אייגנשאפטן זענען עפעס אויף וואס מענטשן לאזן זיך קאסטן גרויסע געלטער וויסנדיג זיינע ספעציאליטעטן. דער ערשטער באזוך קאסט ביי אים – לויט ווי ר' אברהם משה פארציילט אונז – א נישקשה'דיגע 3000 דאלאר.

זיין געוואלדיגע קלארקייט און היקף האט זיך שטארק אנגעזען ביי אונזער שמועס מיט אים. אלעס איז געווען קורץ און צום פונקט, שארף ווי א חלף מעסער. נאך יעדע שאלה האט ער געטראכט פאר א סעקונדע און דאן געגעבן אן אומצוויידייטיגן ענטפער, אדער צוריקגעפרעגט א שאלה אויף דער שאלה – עפעס וואס האט געמאכט שפעקולירן צי ער האט נישט קיין אידישע בלוט לויפן אין זיינע אדערן – אין א פרואוו צו צעשפליטערן די שאלה אויף קלענערע חלקים, אזוי אז דער ענטפער זאל דירעקט גיין אויף וואס ער מיינט צו ענטפערן און עס זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אנדערש.

אנהייבנדיג דעם שמועס האבן מיר פארגעשטעלט אונזער "נפשי" פראיעקט פארן דאקטער, ער האט עס שטארק אויסגעלויבט און געזאגט אז ער האט ערפארונג מיט היימישע פעלער (ווי דערמאנט שפעטער), און עס איז א שטארק וויכטיגע פראיעקט וואס העלפט זיכער אסאך מענטשן אידענטיפיצירן זייערע פראבלעמען.

מיר בעטן דעם דאקטאר זאל ערשט זיך זעלבסט ארויפלייגן אויפ'ן טישל און פארשטעלן פאר די ליינער וויאזוי ער איז אנגעקומען אין פסיכיאטרישן פעלד: "איך בין אויפגעוואקסן אין א משפחה אין וועלכן פיל פאמיליע מיטגלידער זענען פסיכאלאגן און גייסטישע געזונט עקספערטן, איז דאס דעריבער געווען נאטירליך פאר מיר אויך אריינצוגיין אין דעם פעלד. איך האב געהאט אן אינטערעסע אין דעם מיין גאנץ לעבן. ווען איך בין אריין אין מעדיצין שולע האב איך איינגעזען אז דאס אינטערעסירט מיך די מערסטע. איך האב באקומען מיין מעדיצינישע דעגרי און געטון מיין רעזידענץ אין קינדער פסיכיאטריע אין הארווארד אוניווערזיטעט אין באסטאן. שפעטער האב איך געהאט פארשידענע דזשאבס, סיי פריוואט און סיי אין שפיטעלער, ביז איך בין אנגעקומען אין קוירנעל, וואו איך ארבעט שוין אכט יאר. מען האט מיר אויפגענומען אנצופירן א ספעציעלן פראגראם געצילט צו היילן OCD, ענקזייעטי דיסארדערס, און 'טיק' דיסארדערס, ווי 'טורעטס'. איצט בין איך דער דירעקטאר פון דער קינדער און צענערלינג פסיכיאטריע אפטיילונג."

 

א. קינדער פסיכאלאגיע

"פארהאן גאר יונגע קינדער וואס ליידן פון דעפרעסיע און ענקזייעטי"

 

איינס פון די אפיציעלע טיטלען פונעם געשעצטן דאקטאר איז "קינדער און צענערלינג פסיכיאטער", ווען מיר פרעגן דעם דאקטאר פשט פון דעם טערמין איז ער העפליך מסביר: "קינדער און צענערלינג פסיכיאטריע איז א סוב-קאטעגאריע אין פסיכיאטריע. דאס מיינט אז כדי צו ווערן א קינדער פסיכיאטאר דארף מען קודם דורכגיין טרענירונג אלס א געווענליכער פסיכיאטאר, באהאנדלענדיג פארשידענע סארט גייסטישע מחלות ביי ערוואקסענע. אויסער דעם דארף מען דורכגיין צוויי יאר באזונדערע טרענירונג זיך צו לערנען ווי אזוי צו באהאנדלען די פראבלעמען ביי קינדער.

"אין די צוויי יאר לערנט מען זיך ווי אזוי פארשידענע סארטן גייסטישע מחלות ווערן אנטוויקלט ביי קינדער. קינדער פסיכיאטארן דארפן זיך אויך טרענירן אין טעראפי, און זיי דארפן קענען אנאליזירן אויפפירונג און מעדיצינישע פראבלעמען ביי קינדער און צענערלינגען."

מאהאט איז אונז מסביר די באזונדערע חכמה פון קינדער פסיכיאטריע און די אייגנשאפטן וואס א קינדער פסיכיאטאר דארף באזיצן כדי צו קענען באהאנדלען פראבלעמען ביי יונגע קינדער: "א קינדער פסיכיאטאר דארף פארשטיין ווי אזוי א קינד אנטוויקלט זיך. ער דארף וויסן וואס א קינד דארף שוין קענען טון ביי א ספעציפישע יארגאנג, און זען אויב דאס שטימט מיט זיין אויפפירונג אין שולע און אין דאקטאר'ס אפיס. מען דארף אויך וויסן וועלכע סארט פראבלעמען מאכן זיך ביי וועלכע יארגאנג. למשל, עס זענען פארהאן פארשידענע סארט אויפפירונגען וואס פאסטן פאר א פינף יעריג קינד אבער פאסטן נישט פאר אן אכט יעריג קינד. א גוטער קינדער פסיכיאטאר דארף דאס קענען אנאליזירן און פארשטיין די באזונדערע סארטן שטאפלען פון אנטוויקלונג, אבער א פסיכיאטאר פון ערוואקסענע דארף דאס נישט נעמען אין באטראכט, און ביי אים זענען אלע פאציענטן דאס זעלבע.

"מיין בעסטע דוגמא וואס איך נוץ מיט עלטערן איז בנוגע ADHD. ווען מען זעט א פינף יעריגס פירט זיך אויף ווילד און הייבט אן קריכן אויף די מעבל וועט מען זיך זארגן אז דאס קינד האט מעגליך ADHD. מה שאין כן ווען דאס קינד איז פופצן יאר און הייבט פלוצלינג אן קריכן אויף די מעבל, דארף מען זיין באזארגט אז דאס קינד ליידט מעגליך פון בייפאלער, וויבאלד ADHD הייבט זיך נישט אן פלוצלינג ביי די פופצן יאר.

"אויב א דאקטאר ווייסט נישט אז א פינף יעריג קינד וועט געווענליך נישט ארויסווייזן קיין סימפטאמען פון בייפאלער, קען מען זיך טועה זיין און טראכטן אז דאס יונג קינד ליידט פון בייפאלער, ווען באמת קען מען מען דאס נאכנישט זען אויף אזא יונג קינד." דער דאקטאר נעמט עס צאם אין קורצן: "יארגאנג איז א שטארקע פאקטאר אין דיאגנאזן, אויב ווייסט מען נישט דעם עלטער פונעם פאציענט לוינט זיך בכלל נישט אנצוהייבן פרובירן צו דיאגנאזירן."

דער דאקטאר שטעלט אוועק נאך א וויכטיגער טייל אינעם רעצעפט פון קינדער-דיאגנאזן, מען דארף וויסן ווען די סימפטאמען האבן זיך אנגעהויבן: "מען קוקט קודם אויף דעם יארגאנג. למשל אויב דאס קינד איז פינף יאר וויל מען וויסן ווי אזוי א פינף יעריג קינד דארף זיך געווענליך אויפפירן. דערנאך קוקט מען אויב די סימפטאמען האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן. למשל אויב א קינד איז געווען זייער פאפולער און סאושעל, און פלוצלינג האט ער אנגעהויבן זיך איינצושפארן אין זיך און אויפהערן צו פארברענגען מיט אנדערע, דארף מען טראכטן אז מעגליך ליידט דאס קינד פון דעפרעסיע. אויב דאס קינד איז אייביג געווען פארמאכט און האט קיינמאל זיך נישט פארשטאנען מיט אנדערע חברים און געלעבט אין זיין אייגענער וועלט פון ווען ער איז געבוירן געווארן, און קאמוניקירט נישט געהעריג, קען מען חושד זיין אז אפשר איז דאס קינד אויפ'ן ספעקטרום פון אויטיזם."

אז מען רעדט מיט א קינדער פסיכיאטאר און די נושא איז מענטל העלט ביי קינדער, זענען מיר נייגעריג צו הערן וואס דער דאקטאר האלט, צי קען מען זען פסיכאלאגישע פראבלעמען ביי קינדער אזוי יונג ווי 2-3 יאר אלט? דער דאקטאר קאמפלימענטירט אונזער פראגע, און לאזט זיך אריין אין אן אריכות: "קודם כל, יעדער וואס האט אמאל געהאט א צוויי יעריג קינד ווייסט אז עס איז נישט גרינג זיך אפצוגעבן מיט זיי. נישט אומזיסט רופט מען זיי 'די טעריבל טוס' (די געפערליכע צווייערס). מען דארף זיין א געניטער מומחה צו כאפן אויב די אויפפירונג איז נאך בגדר נארמאל פאר א צוויי יעריג קינד אדער עס איז אינגאנצן אויסער די ראמען און מען דארף חושד זיין אז עס ליגט דא עפעס ערנסטער דערין. עס זענען דא ספעציאליסטן וואס קאנצענטרירן זיך אויף דעם יארגאנג און צייכענען זיך אויס אין דעם געביט.

"ביי אזעלכע יונגע קינדער קוקט מען בעיקר ווי אזוי צו פארבעסערן דעם אויפפירונג און מען עצה'ט עלטערן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער," פסק'נט דער פסיכיאטער אבער איז גלייך ממשיך מיט א פרט וואס ציט ארויס פונעם כלל: "עס זענען פארהאן פעלער אין וועלכן 3 יעריגע קינדער ווערן דיאגנאזירט מיט ADHD, אבער דאס איז זעלטן וויבאלד קינדער אין דעם יארגאנג האלטן זיך אינמיטן אנטוויקלען און עס איז נארמאל אז זיי זאלן זיין אימפולסיוו. מען מוז האבן א ספעציעלער מומחה וואס ספעציאליזירט זיך אין קינדער פסיכיאטריע פאר דעם און א געווענליכער פסיכיאטער איז נישט גענוג.

"עס זענען אויך פארהאן גאר יונגע קינדער וואס ליידן פון דעפרעסיע און ענקזייעטי, בפרט 'סעפערעישאן ענקזייעטי' (אן ענקזייעטי וואס באפאלט ווען א נאנטער מענטש, ווי א מאמע אדער טאטע, גייט אוועק א קורצע צייט פון קינד), אבער דארט וועלן מיר אויך געווענליך בלויז עצה'ן די עלטערן ווי אזוי דאס צו באהאנדלען מיט פראקטישע עצות, און געווענליך וועט מען נישט געבן קיין מעדיצין אין אזא יונגן עלטער."

אז דאקטאר מאהאט דערמאנט איבער דיאגנאזירן אזעלכע יונגע קינדער מיט ADHD ווילן מיר הערן וויאזוי מען קען זען אויף א קינד צייכענעס וואס זאלן ווייזן אז ער ליידט דערויף, דער דאקטאר איז אבער מסביר אז דאס קען מען נישט באזירן אויף איינצלנע פאקטארן: "עס איז דא א קלינישע דיאגנאז פאר ADHD. מען באזירט דאס אויף באריכטן פון די עלטערן, פון די מחנכים, און פון אנדערע וויכטיגע מענטשן אין קינד'ס לעבן. מען דארף פארשטיין אז ADHD פאסירט נישט בלויז אויף איין פלאץ. אויב א קינד ווייזט נאר סימפטאמען פון ADHD אין שולע און נישט ערגעץ אנדערש, איז מסתבר אז דאס קינד ליידט פון עפעס אנדערש, ווי 'לערנינג דיסעביליטי' וכדו', ווייל אויב ליידט ער באמת פון ADHD דארף מען דאס זען איבעראל, אינדערהיים, אין שולע, אין שול, וכדו'."

מיר דערמאנען וואס מיר האבן געהערט פון אן אויגן דאקטאר דר. ווארשאווסקי (נפשי #6), וועלכער האט גע'טענה'ט אז פיל פון די סימפטאמען פון ADHD קומען אפט צוליב דעם וואס א קינד זעט נישט גוט. "ווי אזוי קען מען אויסשליסן אלע זייטיגע זאכן וואס קענען גורם זיין ווילדע אויפפירונג כדי צו וויסן אויב דאס קינד האט טאקע ADHD?"

דר. מאהאט: "צוליב דעם דארף מען גיין צו איינעם וואס מאכט א גענצליכע אונטערזוכונג און איז אין פארבינדונג מיט אנדערע מומחים וואס ספעציאליזירן זיך אין אנדערע געביטן. אסאך קינדער האבן אויגן פראבלעמען און סענסארי פראבלעמען און מען דארף א מומחה וואס זאל קענען זאגן אויב דאס קינד האט למשל סענסארי פראבלעמען און ווי א גרויסע ראלע דאס שפילט אין זיין אויפפירונג. מען וויל אויך אויסשליסן לערנען פראבלעמען. א קינד קען זיין ווילד און אימפולסיוו אין קלאס וויבאלד ער קען נישט מיטהאלטן מיט די לימודים. מען דארף דעריבער גיין צו א פסיכאלאג און פסיכיאטער וואס שטייט אין פארבינדונג מיט דעם קינד'ס אלגעמיינעם דאקטאר, אזוי אז דער מענטל העלט מומחה קען אויסשליסן אלע אנדערע פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, ווי רעדן פראבלעמען וכדו'.

"מען זעט אפט א ווילדע אויפפירונג ביי קינדער וואס קענען זיך נישט געהעריג אויסדרוקן מיט'ן רעדן. אדער קען זיין אז עס זעט אויס ווי דאס קינד קען זיך נישט קאנצענטרירן און באמת איז דער פראבלעם אז דאס קינד האט א הערן פראבלעם אדער א שפראך פראבלעם און דאס ערלויבט אים נישט צו קענען זיך קאנצענטרירן און אויסהערן זיינע ארומיגע. ענקזייעטי קען ברענגען די זעלבע סימפטאמען ווי ADHD. א מענטל העלט פראפעסיאנאל וועט נישט גלייך שפרינגען צו א ADHD דיאגנאז, נאר ער וועט קודם אנאליזירן אלע אנדערע פאקטארן."

 

ב. מעדעצין

"איך וועל כמעט קיינמאל נישט געבן בלויז מעדיצין אן טעראפי"

די סוגיא פון מעדיצין איז א פארפלאנטערטע, עס זענען פארהאן אוסרים און מתירים, עס זענען דא וואס זארגן פון סייד-אפעקטס און אז דער באטרעפנדער איז נישט "זיך", פון דער אנדערער זייט שטופט מען שטארק צו נעמען טאבלעטן ווען נויטיג. ווי היציג די דעבאטע זאל נאר זיין ווען מען רעדט פון ערוואקסענע ווערט עס פיל ערנסטער ווי ווען דער מדובר איז פון קינדער. עלטערן זענען געטריי צו זייערע קינדער מער ווי צו זיך אליין, קינדער זענען בטבע מער סענסיטיוו און פיל מער מענטשן האבן מורא פון געבן מעדיצין פאר קינדער, נישט וויסנדיג וועלכע פאלגן צו ערווארטן.

דער קינדער פסיכיאטער נעמט דאס ווארט און קלארט אויס די סוגיא: "אז מען רעדט פון געבן מעדיצין דארף מען וויסן אז קיין שום צוויי פראבלעמען זענען נישט אייניג, יעדע פראבלעם האט זיינע כללים און שטודיעס וואס זאגן אונז וויאזוי עס צו באהאנדלען אויף א ווירקזאמען אופן וואס זאל לאזן די ווייניגסטע שפורן און זייטיגע אפעקטן מעגליך."

מיר פרעגן ספעציפיש איבער ADHD און דער דאקטאר ענטפערט: "קינדער ADHD ווערט באהאנדלט דורך זיך אפגעבן מיט די עלטערן, מען עצה'ט זיי ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן קינד, מען ארבעט מיט דער שולע צוצושטעלן פאר דאס קינד פאסיגע חיזוק און הילף, און מען קען דערמיט דערגרייכן געוויסע פארבעסערונגען." דער דאקטאר קלארט אבער אויס זיין שטעלונג: "די הויפט פראבלעמען פון ADHD ברויכן אבער מעדיצין כדי עס צו סטאביליזירן."

גייענדיג ווייטער מיט ספעציפישע דיאגנאזן נעמט זיך דער דאקטאר איבער ענקזייעטי און דעפרעסיע, ער שטעלט אוועק: "ביי ענקזייעטי און דעפרעסיע קען מעדיצין זיין נוצליך. שטודיעס ווייזן אז עס איז וויכטיג צו האבן א קאמבינאציע פון מעדיצין און טעראפי כדי צו זען עכט גינסטיגע רעזולטאטן, אבער אין טייל פעלער קען מען דאס באהאנדלען מיט טעראפי אליין. אלזא, עס ווענדט זיך פינקטליך פון וואס מען רעדט, מען דארף ארייננעמען אסאך זאכן אין חשבון."

ווי מיר פארשטייען פונעם דאקטאר'ס ווערטער וועט מען ביי ADHD זיכער געבן מעדיצין און ביי ענקזייעטי און דעפרעסיע נישט אייביג. מיר שטעלן פאר אונזער וואונדער צי דאס האט מיט דעם ווייל ADHD איז עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן, אינדערצייט וואס ענקזייעטי און דעפרעסיע קומען אויף שפעטער? מאהאט געט אונז גערעכט און לייגט צו אז וועגן דעם וועט מען אויך געווענליך געבן מעדיצין פאר בייפאלער ליידנדע. ער לייגט אבער צו א וויכטיגע פרט: "אבער איך וועל כמעט קיינמאל נישט געבן בלויז מעדיצין אן דעם וואס טעראפי זאל זיין א חלק פון דער באהאנדלונג."

אז מען האט אויפגעברענגט בייפאלער שטעלן מיר א שווערע פראגע וואס איז תלוי במחלוקת: "פון וועלכע יארגאנג קען מען דיאגנאזירן א מענטש מיט בייפאלער?" דער דאקטאר איז מקדים אז עס זענען דא ערנסטע חילוקי דיעות: "דאס איז א גרויסע קאנטראווערסיע. עס איז געווען א צייט, בערך פאר צען-פופצן יאר צוריק, ווען מען האט אפט דיאגנאזירט יונגע קינדער מיט בייפאלער, אויפ'ן באזיס פון גאר אומקאנטראלירטע אויפפירונגען. אבער שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז די קינדער וואקסן געווענליך אויס אן בייפאלער, נאר זיי ליידן געווענליך פון ענקזייעטי און דעפרעסיע. אבער מיר ווייסן אז עס זענען פארהאן גאר יונגע קינדער וועלכע ווייזן קלארע סימפטאמען פון בייפאלער אזוי יונג ווי בעפאר די 12-13 יאר. אבער דאס איז גאר זעלטן.

"למעשה זענען דא קינדער וואס זענען אזוי 'איריטעבל' און מען ווייסט נישט וואס דאס איז. עס איז דעריבער דא א נייע דיאגנאז וואס מען נוצט צו באצייכענען אזעלכע פעלער, וואס ווערט גערופן Disruptive Mood Dysregulation Disorder. אבער אמת'ע בייפאלער איז זעלטן ביי יונגע קינדער. עס איז אסאך מער שכיח ביי צענערלינגען, פון 15-16 און העכער, איבערהויפט ביי די 18-19 יאר. עס ווערט מער און מער שכיח וואס עלטער א מענטש ווערט."

דער שמועס איז אביסל פארדרייט געווארן פון איר אריגינעלן גאנג פון דער מעדיצין טעמע, אבער מיר ווייסן אז עס לוינט צו לאזן זאכן לויפן נאטירליך, אז מען האט גערעדט איבער די יארגאנג פון ווען מען קען זען בייפאלער פרעגן מיר די זעלבע שאלה לגבי ענקזייעטי און דעפרעסיע. דער דאקטאר ענטפערט אז די אלע זאכן קען מען טעארעטיש זען ביי יעדן פונקט פון לעבן: "עס זענען פארהאן זעלטענע פעלער אין וועלכע מען קען זען סימפטאמען פון דעפרעסיע אפילו ביי א קינד וואס איז בלויז עטליכע חדשים אלט. אבער איך גלייך זיך צו קאנצענטרירן אויף דעם קריטישסטן יארגאנג. ווען עס קומען צו מיר יונגע דאקטוירים זיך צו טרענירן זאג איך זיי אז ביי 4-5 יאר קען מען אנזען סימפטאמען פון ADHD, דעפרעסיע, ענקזייעטי, בעיקר סעפערעישאן ענקזייעטי, און טורעט'ס. אזוי אויך קען מען דעמאלט זען ספעציפישע פאביעס, ווי א פחד פון בינען אדער פון הויכקייטן.

"בערך ביי די 7-10 יאר קען מען אנהייבן זען אלגעמיינע ענקזייעטי אדער סאושעל ענקזייעטי, וואס איז מער שכיח ביי צענערלינגען. נאך די 12-13 יאר הייבט מען אן זען א גרעסערע שכיחות אין דעפרעסיע און אין אנדערע 'מוד' (גוסטע) דיסארדערס. בעפאר 12-13 איז דעפרעסיע סימפטאמען שטארק זעלטן, און די ראטע פאר יונגלעך און מיידלעך איז אייניג. נאך די 12-13 יאר הייבט אן ארויפגיין די שכיחות פון דעפרעסיע, און די ראטע העכערט זיך ביי מיידלעך מער ווי ביי יונגלעך. בייפאלער קומט געווענליך ארויס שפעטער ווען מען איז אביסל עלטער."

צו דער פראגע אויב דאס האט צוטון מיט די הארמאנען רעאגירט דאקטאר מאהאט מיט'ן "למוד לשונך לומר איני יודע": "איך ווייס נישט אויב דאס איז דווקא הארמאנעל. די צענערלינג יארן זענען אין אלגעמיין א תקופה אין וואס דאס קינד הייבט אן זיך אנטוויקלען פון א קינד צו אן ערוואקסענעם. דער מוח אנטוויקלט זיך גאר שטארק אין יענע צייטן און דערפאר שטימט שטארק אז רוב פראבלעמען זאלן דעמאלט קומען צום אויבערפלאך."

מיר שלעפן צוריק דעם שמועס צו וואו מען האט געהאלטן און מיר שטעלן נאך א שאלה איבער מעדיצין: "ווי לאנג זעט איר א פאציענט בעפאר איר פארשרייבט מעדיצין?" דער דאקטאר ענטפערט אז דאס האט נישט קיין קלארן אוועקגעשטעלטן כלל און עס ווענדט זיך פון וואס עס רעדט זיך: "עס ווענדט זיך ווי שטארק די סימפטאמען זענען. צום ביישפיל, אויב דאס קינד קומט אריין מיט מילדע דעפרעסיע אדער מילדע ענקזייעטי, וועל איך נישט אזוי שנעל פארשרייבן מעדיצין און איך וועל קודם הייסן גיין פאר טעראפי און זען אויב דאס העלפט. אבער אויב עס קומט אריין צו מיר אין אפיס א קינד וואס איז אין א גאר טיפע דעפרעסיע, אדער וואס האט קלארע סימפטאמען פון בייפאלער, וועל איך צומאל פארשרייבן מעדיצין אפילו ביים ערשטן וויזיט. געווענליך האב איך לכל הפחות עטליכע וויזיטס מיט דעם פאציענט, כדי צו זיכער מאכן אז איך האב אלע אינפארמאציע נישט בלויז פון מיינע אייגענע אבזערוואציעס איבער דעם פאציענט, נאר אויך פון די עלטערן, פון זיינע מחנכים, פון דעם קינדער דאקטאר, און פון א טעראפיסט אדער פסיכאלאג וואס ארבעט מיט'ן קינד. איך וועל בלויז מאכן א החלטה באזירט אויף דעם פולן בילד וואס איך שטעל צוזאם באזירט אויף אלע חלקים."

איינס פון די הויפט "לשון הרע" וואס ווערט געהערט אויף געבן מעדיצין איז דאס וואס עס קען זיך אמאל מאכן אז מען באקומט אן אומריכטיגע מעדיצין אדער אומריכטיגע אנווייזונגען און דאזעס, זאכן וואס קענען לאזן שווערע פאלגן, נאכדערצו ווען מען נעמט אין אכט אז טיילמאל קען דורכגיין חדשים בעפאר דער דאקטאר אבזערווירט נאכאמאל דאס קינד, אזוי אז עס קען אנגיין א היפשע צייט און דער טעות קען זיין ערנסט פראבלעמאטיש. אז מיר האבן דעם מעדיצין-פארשרייבער צו דער האנט שטעלן מיר פאר די קווענקלעניש וואס פלאגט אסאך עלטערן וואס דארפן מאכן אזא החלטה פאר זייערע קינדער: "ווי אזוי איז מעגליך באזירט אויף געציילטע שעות פון אבזערוואציעס, אדער אפילו ווייניגער, זיך ארומצושפילן מיט א קינד'ס מוח?"

דער פראפעסאר זאגט אז עס איז דא א קלארע צוגאנג און א מהלך וויאזוי מען פארשרייבט מעדיצין, אויב איז דער דאקטאר אן אחריות'דיגער מענטש דארפן נישט פאסירן אזעלכע מיספארשטענדענישן: "ביי אונז אין דעפארטמענט, הייבן מיר אן ביי יעדן קינד מיט אן אפוינטמענט פון איין שעה מיט די עלטערן אליין. די עלטערן גיבן אונז רשות צו רעדן מיט אנדערע וויכטיגע מענטשן, ווי די מחנכים און טעראפיסטן וכדו', און מיר רעדן מיט זיי נאך דעם אפוינטמענט. אויסער דעם באטראכטן מיר אלע סארטן רעקארדס פון דעם קינד, ווי ניוראפסיכאלאגישע טעסטן, רעפארט קארטלעך פון שולע, אנדערע מעדיצינישע רעקארדס, און מיר רעדן מיט'ן טעראפיסט.

"דערנאך מאכן מיר נאך אן אפוינטמענט מיט די עלטערן צוזאמען מיט'ן קינד און מיר גייען אלעס איבער. ממילא האבן מיר האפנטליך גענוג אינפארמאציע פון פארשידנארטיגע מקורות און פארברענגט גענוג צייט מיט'ן קינד און זיינע עלטערן כדי צו וויסן אויב דאס קינד דארף מעדיצין און אויב יא, וועלכע מעדיצין ער דארף. אזוי אויך באלד נאכדעם וואס מיר פארשרייבן די מעדיצין מאכן מיר א פרישן אפוינטמענט אויף ארום א וואך צוויי שפעטער, און דערנאך קומען זיי ווי אפט עס פעלט אויס. די איינציגע צייט וואס מען לאזט דאס קינד פאר לאנגע וואכן אן אפוינטמענטס איז נאכדעם וואס דאס קינד איז שוין סטאביליזירט אויף די פאסיגע מעדיצין און אלעס פארט טאקע על מי מנוחות."

 

ג. היימישע פראבלעמען

"ביי חסידישע קינדער קומט מען צו מיר ווען עס איז שוין פיל שפעטער אין לעבן"

 

ווי געשריבן אנהייב, אידישע קינדער זוכן אייביג די עידית שבעידית, די בעסטע פון די בעסטע. ווען עס קומט צו אידישע לעבנס, פיזיש ווי גייסטיש, קוקט מען נישט אויף קיין געלט, א אידיש קינד איז קיין קינדער שפיל. דעריבער איז קיין וואונדער נישט ווען מיר הערן פון דאקטאר מאהאט אז ער זעט כסדר היימישע פאציענטן אין זיין אפיס אין קארנעל שפיטאל וואס איז סטאנציאנירט אין מאנהעטן, כאטש וואס א באזוך ביי דעם הויפט פראפעסיאנאל קאסט אומגעהויערע געלטער.

דאקטאר מאהאט וואלט געדארפט זיין פרעמד צו אונזער לעבנסשטייגער וויבאלד ער האט, לויט אונזערע קוועלער, קיינמאל נישט מיטגעלעבט קיין שבת ביים רבי'ן אין הויף אדער עפעס ענליך דערצו. אבער פאקטיש איז ער זייער באהאוונט אין דער סוגיא. זיין ערפארונג מיט היימישע פאציענטן, צוזאמען מיט זיין זעלטן שארפע קאפ, האבן אים געגעבן א היפשע בקיאות אין אונזער הלך ילך.

פאר אונז איז דאס ממש אן אוצר, א הויכגעשעצטער געלערנטער לאנגיעריגער פראפעסיאנאל וואס האט ערפארונג און פארשטייט אונזער געמיינדע איז א חלום פאר "נפשי" וואס צילט צו ברענגען אינפארמאציע און העלפן דעם אידיש-רעדנדן עולם וואס מוטשעט זיך מיט אזעלכע פראבלעמען. אונזער ערשטע שאלה באשטייט פון דעם אלטן "קאמפלעקס" מיט וואס מאנכע צווישן אונז דרייען זיך, אז ביי אונז איז דא מער גייסטישע פראבלעמען, מיר רעדן בכלליות אבער מיינען מיינט מען הויפטזעכליך OCD וואס קלאפט אפט שטארק אויס ווען עס קומט צו הלכות פסוקות.

מיר האבן שוין אין דער פארגאנגענהייט געשטעלט די זעלביגע שאלה פאר אנדערע פראפעסיאנאלן און דערווייל האבן אלע געענטפערט מער-ווייניגער דעם זעלבן ענטפער אז אויבנאויף איז נישטא קיין חילוק צווישן אונז און דער אלגעמיינער באפעלקערונג. דאקטאר ראנען היזאמי (נפשי #5) האט הומאריסטיש באטאנט אז "ווען מען מאכט אן 'עקס-רעי' קוקן אלע ביינער אויס די זעלבע… אויף א 'קעט סקען' פון א מענטש קען מען נישט זען צי ער איז א היימישער איד אדער א גוי." אויך לגבי OCD האט היזאמי געזאגט אז ער זעט אסאך פאציענטן מיט OCD אויף זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט אידישקייט און "איך העלף אויך גענוג גוים מיט OCD."

אויך דאקטאר דוד ליבערמאן (נפשי #6) האט געענטפערט ענליך: "מיר מוטשען זיך מער-ווייניגער מיט די זעלבע שוועריגקייטן ווי אלע אנדערע מענטשן." דר. ליבערמאן האט אבער יא געזאגט איין אויסנאם, לויט אים איז ביי אונז פארהאן מער אנגסט און ענקזייעטי. אבער ער האט קלארגעשטעלט אז דאס איז א לעצטיגע זאך וואס קומט פאר ביים נייעם דור, אונזערע עלטערן האבן נאכנישט געליטן דערפון אויף דעם פארנעם. דער נייער פראבלעם קומט, לויט דאקטאר ליבערמאן, פון דעם וואס די גוי'אישע גאס דרינגט לעצטנס מער אריין צווישן אונז (זעט דעם שמועס באריכות).

אנדערש איז הרב שמואל ניימאן (נפשי #4) וואס נעמט יא שטארק אן אז מיר ליידן מער פון OCD ווי אין אלגעמיין, ער האט צוגעלייגט אז ער ווייסט דאס אויך פון מציאות רעדנדיג מיט אפאר אפטייקער און זיי זאגן אז "אין די היימישע געגנטער ווערן באשטעלט פיל מער פון די 'סחורה' ווי אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ." דער דיין הרב ניימאן איז דאס מסביר מיט דעם פאקט אז OCD איז מער מצוי צו ארויסוואקסן אין פלעצער וואו עס זיצן ספיקות, לויט אים, דאס וואס מענטשן זענען נישט קלאר אין הלכות, וואס יא און וואס נישט.

ווען מיר פרעגן אונזער דאקטאר מאהאט זיין מיינונג אין דער נושא שטעלט ער אוועק די זאך זייער קלאר: "איך האב נישט געמאכט קיין שטודיעס דערויף, אבער פון מיין אייגענער ערפארונג זעט מיר אויס אז עס איז בערך די זעלבע ווי ביי דער אלגעמיינער ניו יארקער באפעלקערונג. דער איינציגער חילוק איז אז אפטמאל מאכט זיך אז ביי חסידישע קינדער קומט מען צו מיר ווען עס איז שוין פיל שפעטער אין לעבן, ממילא זענען די סימפטאמען ערגער וויבאלד מען האט עס נאכגעלאזט. אבער דאס איז מסתמא וויבאלד מען האט עס נישט באהאנדלט פריער. אבער איך האלט נישט אז גייסטישע פראבלעמען זענען בעצם ערגער ביי די חסידישע קינדער און צענערלינגען."

דער דאקטאר זעט נישט קיין חילוק, אבער מתוך שבחו… געט ער א שטיקל פסק פאר דאס נאכלאזן און נישט אריינברענגען די קינדער גענוג פרי ווען פראבלעמען זענען מילדער און עס איז גרינגער זיך אן עצה צו געבן. "צי מיינט דאס אז עס איז דא א חסרון אין וואכזאמקייט ביי אונזער געמיינדע?" ווילן מיר בעסער פארשטיין זיין טענה.

ער וויל נישט אפיציעל באשולדיגן אונזער געמיינדע און פרובירט צו גיין צווישן די טראפן, זאגנדיג: "איך וואלט געווען אביסל פארזיכטיג בעפאר'ן מאכן אזא כלל. איך האלט אז דאס האט צוטון מיט עטליכע פאקטארן. סטיגמע שפילט א גרויסע ראלע, און סטיגמע שפילט א ראלע איבעראל און האלט אפ קינדער איבעראל פון באקומען באהאנדלונג. אבער ס'איז דא א פארשטענדליכע אומווילן זיך צו אפגעבן מיט מענטל פראבלעמען, און דאס שפילט אויך א ראלע."

דער הויכגעשעצטער דאקטאר ארבעט אין שפיטאל וואו עס קומען אן זייער ערנסטע קעיסעס. דער מומחה איז זיך מתמרמר אז אפט טרעפט ער פעלער וואו מען וואלט געקענט פארמיידן אנצוקומען אין שפיטאל: "דער עיקר איז, ווי איך האב פריער דערמאנט, צו באהאנדלען פראבלעמען גענוג פרי, און ווערן דיאגנאזירט גענוג פרי מען זאל זיך קענען געהעריג אפגעבן דערמיט. פארמיידן פראבלעמען פון אנהויב איז דער בעסטער וועג צו העלפן פארמיידן שפעטער צו דארפן אנקומען אין שפיטאל. אויב מען געט די ריכטיגע באהאנדלונג וואס איז געשטיצט לויט סייענטיפישע באווייזן קען מען רעדוצירן די מעגליכקייט פון דארפן אנקומען אין שפיטאל."

מאהאט האט עפעס שטארק געדרוקט אויף דעם ווארט "די ריכטיגע באהאנדלונג וואס איז געשטיצט לויט סייענטיפישע באווייזן", דאס האט ווי כמעט איינגעלאדנט אונזער קומענדיגע פראגע: "וואס איז מיט נאטירליכע היילונג מיטלען ווי וויטאמינען און אוועקשטיין פון צוקער. איז דאס הילפבאר פאר גייסטישע פראבלעמען ביי קינדער?"

דער דאקטאר צענעמט די קאנטראווערסיאלע נושא: "עס ווענדט זיך וועלכע קינד עס איז און מיט וועלכע פראבלעם מען האנדלט. נאטירליכע מיטלען ווי וויטאמינען און פארמיידן צוקער וועט נישט העלפן פאר קינדער מיט בייפאלער, וועלכע דארפן אנקומען צו מעדיצין. עס זענען דא קינדער וואס ווייזן סימנים פון הייפעראקטיוויטי און דאס קומט פון דעם וואס זיי זענען עמפינדליך צו צוקער אדער צו גלוטן, און ווען מען נעמט זיי אראפ פון צוקער אדער גלוטן פארבעסערט זיך זייער אויפפירונג, אבער על פי רוב איז דאס נישט דער מציאות.

"איך זאג שטענדיג פאר עלטערן וואס פרעגן צי ס'לוינט זיך אריינצוקוקן אין נאטירליכע מיטלען אז זיי דארפן זען פון וואס עס רעדט זיך און ווי גרויס די אנשטרענגונג איז. צום ביישפיל, אויב מען וויל געבן דאס קינד פיש אויל איז דאס נישט קיין שווערע זאך, און מען קען זיך גרינג איבערצייגן אויב דאס העלפט אדער נישט. אבער אויב מען וויל ארויפשטעלן דאס קינד אויף א גלוטן-פרייע דיעטע איז דאס א גאר שווערע זאך, די גאנצע משפחה מוז ווערן אריינגעמישט, און עס שטעלט זיך ארויס אז פיל מאכלים וואס מען האט געמיינט אז עס האט נישט קיין גלוטן האט באמת גלוטן, ממילא לוינט זיך נישט אייביג אויסצופרובירן דאס שפיל. איבערהויפט ווען גלייכצייטיג פארלירט מען טייערע צייט בשעת דאס קינד נויטיגט זיך אין הילף."

 

 

ד. געזונטע שטוב

"א שטוב דארף געפירט ווערן אויף א 'פרעדיקטעבל' אופן"

אז מען רעדט מיט א לאנגיעריגן דאקטאר וואס האט שוין מיטגעהאלטן כל-ערליי פראבלעמען און צוגעזען פארשידענע שטיבער קומט אויפ'ן געדאנק די נושא פון די השפעה וואס די שטוב האט אויף א קינד וואס וואקסט אויף אין איר און וויאזוי עס אפעקטירט זיין גייסטישע וואוילזיין. מיר שטעלן דעם דאקטאר א הארבע פראגע: "וואס קענען עלטערן טון כדי אויפצוציען קינדער וואס וועלן בדרך הטבע זיין גייסטיג געזונט?"

"דאס איז גאר א שווערע פראגע…" שמייכלט ער, פונדעסטוועגן פרובירט דער פסיכיאטער צו ענטפערן דער פראגע פון זיין קליענט: "עס איז נישטא קיין פינקטליכע פארמולע, אבער דאס איז זיכער אז פאר קינדער איז וויכטיג אויפצואוואקסן אין א סביבה ווי זיי פילן פארזיכערט און אפגעהיטן און פארשטאנען. אלזא, א היים וואס וויל געבן די דערמאנטע זאכן פאר'ן קינד דארף זיין 'אין טאן' מיט ווער זיי זענען און ווי אזוי זיי שפירן. מען דארף זיי העלפן אפשפיגלען זייערע געפילן און זיי העלפן קאנטראלירן די געפילן ווען זיי מוטשען זיך דערמיט, און זיי נישט שטראפן דערפאר." זייער טיפע און הויכגעשפריצטע דיבורים פונעם דאקטאר, עס ליגט אויף אונז דאס צו מפענח זיין.

לויט ווי דער דאקטאר לייגט עס אראפ דארפן קינדער אויפוואקסן אין א היים וואו זיי שפירן דריי זאכן: פארזיכערט (safe), אפגעהיטן, פארשטאנען. וויאזוי בויעט מען אזא שטוב? דאס פאסירט ווען די געפילן פון א קינד האבן פריי פלאץ צו אטעמען. לאזן געפילן פריי ווערט געטון מיט דריי שטאפלען:

  1. "העלפן אפשפיגלען זיינע געפילן": ווען דאס קינד וויל נאטירליך אויסגעבן זיינע געפילן זאל ער דאס קענען טון באקוועם, סיי ווען ער איז פרייליך און געט אויס פאזיטיווע געפילן און סיי ווען עס איז פארקערט. א קינד ווערט פרייליך פון זאכן וואס ביי ערוואקסענע מאכט עס נישט צופיל אויס. העלף אים ארויסגעבן די געזונטע פריידיגע געפילן מיט'ן אים פארשטיין. מאך נישט אוועק זיין שמחה, זאג אים נישט ער זאל זיך נישט פרייען מיט קיין "שטותים"; לאז אים ארויסגעבן די געפילן אויף א געזונטן אופן. אזוי אויך פארקערט, ווען ער וויינט אויף נארישקייטן, פארשטיי אז ביי אים איז דאס שוין גארנישט אזוי נאריש; ער איז א קינד, לאז אים ארויסגעבן די געפילן.

מען דארף זיכער מאכן אז ווען דאס קינד רעדט הערט מען אים אויס, נישט מען איז פארנומען מיט אנדערע זאכן. דאס קינד זאל נישט שפירן ווי מען איז נישט אינטערעסירט אין אים און מען וויל נישט הערן וואס ער האט צו זאגן, אדער, נאך ערגער, ווען מען לאזט אים נישט זאגן וואס ער האט צו זאגן. אויב דאס קינד באקומט געזונטע אויפמערקזאמקייט אין שטוב וועט ער נישט זוכן קיין נעגאטיווע אטענשאן אינדרויסן.

  1. "העלפן קאנטראלירן די געפילן ווען זיי מוטשען זיך דערמיט": א קינד וויינט ווייל דער ברודער האט אוועקגענומען זיין שפילצייג. די נאטירליכע רעאקציע איז "מאך זיך נישט נאריש", די געזונטע רעאקציע איז אויסצוהערן זיינע טענות און בארואיגן אויף זיין לעוול, לויט זיינע מעגליכקייטן געוואנדן אין די עלטער.
  2. "נישט באשטראפן פאר די געפילן": אויסגעבן געפילן איז א נאטירליכע און געזונטע זאך פאר א מענטש. א קינד וואס איז פריילך און לוסטיג קען אמאל טון א נארישע שריט; אנשטאט אים שטראפן פאר'ן אויסגעבן די געפילן, לערן ענדערש מיט אים וויאזוי זיי אויסצוגעבן אויף א געזונטן אופן. העלף אים זיך צו קאנטראלירן. דאס וועט אים העלפן אויסלערנען אויפ'ן לעבן וויאזוי מען באהאנדלט אינערליכע געפילן אויפ'ן ריכטיגן אופן.

דער דאקטאר איז ממשיך מיט נאך יסודות וואס מאכן א שטוב מער געזונט: "מען דארף האבן א סטרוקטור אין שטוב, און עס דארף געפירט ווערן אויף א 'פרעדיקטעבל' אופן. דהיינו, קינדער זאלן וויסן אז עס איז דא א באשטימטע סדר און א סיסטעם לויט וועלכן דער היים ווערט געפירט. דאן קענען די קינדער זיין רואיג און שפירן פארזיכערט. אויב די קינדער ווייסן נישט געהעריג וואס עס איז צום ערווארטן, וואס גענוי זייער שריט דארף זיין און וועלכע רעאקציע עס גייט דאסמאל ברענגען, שאפט דאס א צעמישעניש און אן אנגעצויגנקייט, ווי דאס קינד קען נישט שפירן רואיג און פארזיכערט אין זיין אייגענער היים. און די וויכטיגסטע זאך איז נאכאמאל, צו זיין 'טונד אין' צום קינד, צו אנערקענען און פארשטיין זיינע געפילן.

"געבן פאר א קינד זיינע עמאציאנעלע געברויכן קען ביי טייל עלטערן זיך הערן זייער שרעקעדיג און ווי א צו שווערע תפקיד, עס איז א שטענדיגע אויפגאבע און מען קען טראכטן, 'ווי אזוי איז מעגליך דאס צו עררייכן? קען מען דען שטענדיג זיין דערביי פאר'ן קינד און אים געבן זיינע עמאציאנעלע געברויכן?' אבער דער אמת איז אז מען דארף נישט זיין קיין פערפעקטע עלטערן. עס זענען נישט פארהאן קיין פערפעקטע עלטערן. מען מוז זיין 'גענוג גוט', נישט 'פערפעקט'.

"עס איז פארהאן א שפריכווארט 'מער איז נישט שטענדיג בעסער'. אסאך מאל זעען מיר דווקא אז ווען עלטערן ווילן זיין צו פערפעקט קען דאס גורם זיין פראבלעמען, בעיקר אין אזעלכע פעלער וואס מען זעט אז א קינד פרובירט צו פארמיידן סיי וועלכע סאושעל סיטואציע, קען דאס קומען פון דעם וואס די עלטערן פרובירן שטענדיג 'איבערצונעמען' דאס קינד און טון די זאכן אנשטאט אים, ווייל זיי ווילן אז דאס קינד זאל מצליח זיין אין שולע און צווישן חברים, ממילא פרובירן זיי שטענדיג צו 'ראטעווען' דאס קינד פון אומאנגענעמע סיטואציעס. אבער באמת וואס פאסירט איז אז דאס קינד לערנט זיך קיינמאל נישט אויס ווי אזוי צו טאלערירן אומאנגענעמע סיטואציעס, און דאס קען ברענגען א געוואלדיגע שטער אין זיין לעבן ווען דאס קינד פרובירט צו פארמיידן סיי וועלכע סיטואציע וואס קען אים גורם זיין אומאנגענעמליכקייטן, און ער וועט למשל קיינמאל נישט צוגיין צו א חבר רעדן ווייל ער האט מורא וואס וועט זיין אויב יענער וועט אים מאכן פילן שלעכט. עס איז וויכטיג פאר א קינד צו וויסן אז ער מעג דורכפאלן און אז מען קען זיך ערהוילן פון א דורכפאל."

אז דער דאקטאר האט דערמאנט מען דארף לאזן דאס קינד זיך אויסדרוקן, פרעגן מיר וואס ער האלט איבער לאזן דאס קינד זיך אויסגעבן אויף אנדערע אופנים, א שטייגער ווי מיט מוזיק וכדו'. "עס זענען פארהאן שטודיעס וואס ווייזן אז מוזיק קען העלפן א קינד מצליח זיין אין שולע. פיזישע שפילערייען איז אויך וויכטיג, און עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן אז דאס מיינט מען נישט דווקא ווילדע געימס, נאר סיי וועלכע פיזישע שפילערייען וואס מען שפילט אויף דער גאס איז וויכטיג פאר א קינד'ס אנטוויקלונג, פאר זיין ענערגיע, זיין קאנצענטראציע, זיין גוסטע, און אזוי ווייטער."

דער דאקטער קוקט אויפ'ן זייגער און עס איז גאנץ קלאר אז ער האט אן איבערגעפילטן טאג מיט פאציענטן וואס דארפן זיין הילף. מיר האבן שוין באקומען היינט א געזונטע דאזע, און יעצט איז צייט פאר אנדערע. מיר באדאנקען זיך פאר'ן דאקטאר וואס האט אוועקגעגעבן פון זיין צייט פאר די ליינער, דערביי שעפשען מיר א וואונטש אז ער זאל מער נישט דארפן זיין אזוי פארנומען.

Author profile
נפשי רעדאקטאר at | nafshi@momentmagazine.org

אלס רעדאקטאר פון "נפשי" האט שוין בן מנחם אינטערוויואירט צענליגער מענטל העלט פראפעסיאנאלן, דאקטוירים און טעראפיסטן, ער שרייבט חודש'ליכע עדיטאריעל ארטיקלען און מחשבות, צווישן אנדערע קורצע ווי לאנגע קאלומס און רובריקן

Do NOT follow this link or you will be banned from the site!